פרייע שנעלע פילטער פאר לעפטאפ'ס און סמארטפון'ס!!!
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 766 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

רוב פילטער'ס ארבעטן אז די פילטער קאמפעני אינסטאלירט זייער פראגראם וועלכע סעט אויף א VPN אויף אייער דעווייס וואס צווינגט אלע אינטערנעט טרעפיק דורכצוגיין זייער אײגענע סערווערס און דארט בלאקירן זיי געוויסע קאטעגאריעס.
די חיסרון:
עס איז טייער זינט זיי דארפן אויפהאלטן טייערע סערווערס און צאלן אסאך "בענדוויט" (ווייל יעדע סוירטש גייט צו זיי, דערנאך צו די געזוכטע סייט, דאן צוריק צו זיי, און צום לעצט צוריק צו אייך - דאפעלט פון א דעווייס אן א VPN)
און אויך איז עס 'אביסל' שטייטער, און קען צומאל מאכן פראבלעמען ווען / אויב די סערווער איז איבערגעשטרענגט. אבער פארפאלן עס איז נאך אלס די בעסטע סאלושען.
געווען אמאל געוויסע פילטערס (די מערסטע באקאנטע K9) וועלכע האבן געארבייט מיט Hosts פיילס. ד.ה. יעדע מאל פאר עפעס ווערט גע'סוירטשט טוט די דעווייס געבן א לויף דורך א Hosts פייל - וועלכע איז אינ'ם סיסטעם זעלבסט - צו זען אויב די פארלאנגטע סייט האט געוויסע רעסטריקשען'ס מטעם די דעווייס (אפערעיטינג סיסטעם).
די פילטערס האבן צוגעשריבן צו די Hosts פיילס פונעם דעווייס א ליסטע פון אומאיידעלע און שעדליכע סייט'ס אז די סייט'ס דארפן ווערן בלאקירט.
די חסרון:
איז אז עס האט געקענט נעמען אן איבעריגע סעקונדע פאר א סוירטש איז דורכגעגאנגען ווייל די סיסטעם האט געדארפט אדורכלויפן מיליאנען סייט'ס (אויף היינטיגע שנעלע דעווייסעס איז עס שוין נישט נוגע), אויך איז זייער גרינג צו מאניפולירן די Hosts פייל (פארדעם איז K9 גארנישט ווערט געווען) [די מעלה איז אבער געווען אז איינמאל די סוירטש איז דורכגעגאנגען, איז די קאנקעשן געווען די שנעלסטע מעגליך פונקט ווי אן א פילטער].
(נַ.ב. רוב עדווערטייזמענט בלאקירער 'עפפס' למשל [Blokada ארבעטן אזוי)
די לעצטע פאר יאר איז ארויפגעקומען א פרישע וועג צו בלאקירן געוויסע סייט'ס.
הקדמה:
יעדע דעווייס פארבינדן מיט'ן אינטערנעט האט אן IP address און ווען א דעווייס וויל זיך קאנעקטן מיט אן אנדערע דעווייס למשל א סערווער, מיז ער וויסן יענעם'ס IP אדרעס. אבער היות עס איז נישט גרינג צו געדענקן IP אדרעסן (וועלכע זענען פיר סעטס פון נומערן צום ביישפיל 156.78.0.53) ווי אויך זענען איי פי אדרעסן געגעבן דורך אן אויטאריטעט און מען האט נישט קיין בעלות דערויף און קען זיך גרינג טוישן אויב טוישט מען לאקאציע אדער אנדערע סיבות.
דעריבער איז מען אויפגעקומען מיט א סיסטעם וואס רופט זיך Domain Name Server אין קורצן DNS, די געדאנק איז אז מען קען נוצן א נאמען ווי Google.com און עס פארבינדן מיט אן איי פי,
און ווען איך סוירטש א סייט מיט א נאמען (דאמעין) - אנשטאט אן איי פי - גייט די סוירטש אריבער צו א DNS וואס איז ווי א טעלעפאן ביך, און זיי דירעקטירן מיך צו די ריכטיגע איי פי.
איז מען אויפגעקומען אז מ'קען פשוט "נישט" אריינלייגן געוויסע סייט'ס אינעם DNS, און אזוי בלאקירן אומגעוואונטשענע סייטס!
די מעלה איז אז עס מאכט גארנישט שטייטער, נישט די אינטערנעט און נישט די דעווייס!!!!!
נישט נאר דאס נאר אין אסאך פעלער וועט עס גאר עטוואס פארשנעלערן די סוירטש!!!!! (ווייל די דיפאולט DNS, איז פונעם ISP וועלכע איז נישט די שנעלסטע און טוט צוזאמנעמען אינפארמאציע צו פארקויפן)
די חסרון:
דאס וועט נישט ארבעטן אויב מען פארבינד זיך דירעקט מיט'ן איי פי (וואס רוב עפפס פון ספעציפישע קאמפאניס טוען). ווי אויך קען מען עס גרינג אראפנעמען איינמאל מען ווייסט דאס, מ'קען עס ניצן מיט אן עפפ לאקער (app locker) אבער עס איז נישט אזוי עפעקטיוו.
אויבן אויף איז עס גאר ווירקזאם און גוט ספעציעל עס צו מאכן מיט 'אנדערע' מענטש'ןס דעווייסעס (ווייב וכד'), אבער עס איז זיכער נישט אזוי גוט ווי די געהעריגע פילטערס.
עס ארבעט אבער גאר גוט אויף ראוטערס (און דארט איז עס פארשפארט אונטער א פעסווארד) ממילא איז עס ראטזאם צו אויפסעטן אויפ'ן היים / ארבעט ראוטער.
לסיכום:
-עס איז גאר גוט אויף ראוטערס
-גוט אויף דעסקטאפ
-מ'קען עס ניצן אויף מאבייל (בעיקר אנדרויד - אייפון איז עפל רעסטריקשען'ס די בעסטע) אבער עס איז זייער גרינג צו טוישן די סעטינגס.
די בעסטע צו נוצן איז קלין בראוזינג,
(זעט וויאזוי עס צו אינסטאלירן אויף זייער סייט)
https://cleanbrowsing.org/
Routers
Windows
MacOS
Android
iPhone
Linux

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום פאליטיקאנט, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 627
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 487 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל
הרב פאליטיקאנט א גרויסען יישר כח פאר די מערערע טעכנעלאגישע אשכולות וואס דו האסט געעפענט און/אדער בארייכערט מיט דיינע ידיעות! דאנקע שיין אויף יעדע איינס באזונדער
ומכאן הקריאה יוצאות, זאלסט טוישן דיין ניק צו טעקנישען

- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1098
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
- האט שוין געלייקט: 619 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל
Re: פרייע שנעלע פילטער פאר לעפטאפ'ס און סמארטפון'ס!!!
פונעם קעפל קוקט אויס אז דו גייסט אונז פארציילן פון א פרייע פילטער, אבער למעשה איז דיין תגובה נאר מסביר די חילוק פון צוויי פילטערס.
עס קומט נאך א תגובה?
עס קומט נאך א תגובה?
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 766 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: פרייע שנעלע פילטער פאר לעפטאפ'ס און סמארטפון'ס!!!
איך נוץ דאס שוין אפאר יאר, און מ'קען פרעגן כל מיני שאלות.....
ערענסט גערעדט, גייט עס עפעס אויפטון?
איך שרייב אידיש זייער שטייט און עס האט זיך בטעות געשיקט אינמיטן שרייבן (כ'האב עס אפי' נישט באמערקט, כ'האב געמיינט ס'האט זיך אויסגעמעקט און אלעס איבערגעשריבן....... #Tapatalk)החוקר האט געשריבן:פונעם קעפל קוקט אויס אז דו גייסט אונז פארציילן פון א פרייע פילטער, אבער למעשה איז דיין תגובה נאר מסביר די חילוק פון צוויי פילטערס.
עס קומט נאך א תגובה?
צו מאכט אויס די ניק נאמען?אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:הרב פאליטיקאנט, א גרויסען יישר כח פאר די מערערע טעכנעלאגישע אשכולות וואס דו האסט געעפענט און/אדער בארייכערט מיט דיינע ידיעות! דאנקע שיין אויף יעדע איינס באזונדער
ומכאן הקריאה יוצאות, זאלסט טוישן דיין ניק צו טעקנישען
ערענסט גערעדט, גייט עס עפעס אויפטון?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פאליטיקאנט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 5
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 11:56 am
- האט שוין געלייקט: 2 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל
Re: פרייע שנעלע פילטער פאר לעפטאפ'ס און סמארטפון'ס!!!
פאליטיקאנט האט געשריבן: ↑ איך נוץ דאס שוין אפאר יאר, און מ'קען פרעגן כל מיני שאלות.....
איך ווילַ אינסטאלירן די פילטער...
קענסט מיך זאגן אויב ס'לוינט אדער נישט?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 104
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 05, 2023 10:23 am
- האט שוין געלייקט: 8 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 197 מאל
Re: פרייע שנעלע פילטער פאר לעפטאפ'ס און סמארטפון'ס!!!
זייער קלאר אויסגעשמועסט, יישר כח.
מיט דעם מהלך איז שייך צו בלאקירן נאר א חלק פון א סייט? אדער נאר די פיקטשערס/ווידאויס וכדומה?

- ידיד השטיבל
- הודעות: 189
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 4:22 am
- האט שוין געלייקט: 92 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 183 מאל
Re: פרייע שנעלע פילטער פאר לעפטאפ'ס און סמארטפון'ס!!!
אינעם קעפל שטייט "פרייע", וואס מיינט דאס, ס'דאך נישט בחינם.. ?
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 766 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: פרייע שנעלע פילטער פאר לעפטאפ'ס און סמארטפון'ס!!!
דו דארפסט אליין באשליסן.נאזבאם האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 7:29 pmפאליטיקאנט האט געשריבן: ↑ איך נוץ דאס שוין אפאר יאר, און מ'קען פרעגן כל מיני שאלות.....
איך ווילַ אינסטאלירן די פילטער...
קענסט מיך זאגן אויב ס'לוינט אדער נישט?
ניין.
זייער א גוטע קשיא.
ויש לישב, עס איז יא בחינם!
https://cleanbrowsing.org/filters/
מ'קען צאלן פאר מער אפציעס.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 6
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 03, 2024 2:56 am
- האט שוין געלייקט: 8 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
Re: פרייע שנעלע פילטער פאר לעפטאפ'ס און סמארטפון'ס!!!
אינטרעסאנאט, אבער נאך יארן פון זיך ארום פלאגן מיט פילטערס אן הצלחה האב איך לעצטענס אונגעהויבן ניצן טעק-לאק אין איך האב גאר גוטע עקספיריענס מיט זיי
טאמער די פאדערסט מען זאל דיר עפענען געוויסע זאכן וועט מען דיר עס געווענדליך עפענען,
טאמער די פאדערסט מען זאל דיר עפענען געוויסע זאכן וועט מען דיר עס געווענדליך עפענען,
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 282
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:35 pm
- האט שוין געלייקט: 135 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל
Re: פרייע שנעלע פילטער פאר לעפטאפ'ס און סמארטפון'ס!!!
קאסט אבער געלט.אלצווייסער האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 12:47 am אינטרעסאנאט, אבער נאך יארן פון זיך ארום פלאגן מיט פילטערס אן הצלחה האב איך לעצטענס אונגעהויבן ניצן טעק-לאק אין איך האב גאר גוטע עקספיריענס מיט זיי
טאמער די פאדערסט מען זאל דיר עפענען געוויסע זאכן וועט מען דיר עס געווענדליך עפענען,
איך בין נייגעריג צו ס'איז בכלל דא גוטע פילטער'ס בחנם אויף די מארקעט.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 27
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2024 10:53 am
- האט שוין געלייקט: 39 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל
Re: פרייע שנעלע פילטער פאר לעפטאפ'ס און סמארטפון'ס!!!
ד סארט פילטער פונעם פותח האשכול איז אוועילעבל אונטער פארשידענע ארגיניזאציעס
איך האב גענוצט OpenDNS
ס'האט פארשידענע פראבלעמען, אבער בעצם גאנץ גוט, ווילאנג ס'ארבעט
אבער איין זאך וואס מאכט עס ווערדלאז, איז וויבאלד ס'ארבעט לויט מיין ווייפיי'ס אייפי, די סעקונדע ס'טוישט זיך אייפי איז מער נישטא קיין פילטער
דאס מיינט אז אויב קאננעקט איך צו אן אנדערע ווייפיי, פאלט דאס אראפ
נאך מער, אפילו איך זאל מאכן אז נאר אן עדמין זאל קענען טוישן ווייפיי, היינטיגע ראוטערס טוישן שוין אליין די אייגענע אייפי יעדע שטיק צייט (מסתם צו פארמיידן העקערס וכדו') מילא די סעקונדע ס'טוישט זיך איז קיין פילטער נישטא מער, און די "אייפי אפדעיטער" וואס זיי שטעלן צו פאר די סיבה איז נישט קיין גרויסע הילף
דערפאר בין איך נאכאלץ געצווינגען (דורך מיר אליינס) צו האבן א טראדיציאנאלע פילטער, וואס איר שטייטקייט האט שוין גורם געווען אומצאליגע קללות און בעטונגען פאר משיח זינט איר אינסטאלירונג
ס'איז אבער קאמיש צו זען ווי די וואס האבן די געהעריגע שווערע פילטערס זינט עווער, האבן נישט קיין השגה ווי אנדערש א דיווייס אן אן אינסטאלירטן פילטער איז, ס'איז ממש הימל און ערד. פארשטייט זיך איך רעד נישט בכלל פון סיי וואספארא עפפ אדער סייט וואס ברויך זיין פארמאכט, נאר סתם פון די שנעלקייט, די פערפארמענס פון די דיווייס בעצם, מ'כאפט פשוט נישט ווי די גאנצע דיווייס פארלירט האלב פונעם ווערד מיט א פילטער. חבל.

טעקלאק איז לכאורה די בעסטע פילטער אינעם היימישן מארקעט, נישט נאר די וועג וויאזוי זיי עפענען (אויטאמאטיש) סייטס, נאר די גאנצע סאפטוועיר זעהט מיר אויס צו זיין מער עפישיענט. א שאד ס'נישט אוועילעבל אויף עפעל דיווייסעסאלצווייסער האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 12:47 am אינטרעסאנאט, אבער נאך יארן פון זיך ארום פלאגן מיט פילטערס אן הצלחה האב איך לעצטענס אונגעהויבן ניצן טעק-לאק אין איך האב גאר גוטע עקספיריענס מיט זיי
טאמער די פאדערסט מען זאל דיר עפענען געוויסע זאכן וועט מען דיר עס געווענדליך עפענען,
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
Re: פרייע שנעלע פילטער פאר לעפטאפ'ס און סמארטפון'ס!!!
די מעטאד הייסט 'די ען עס בלאקינג אדער פילטערינג. און ס'איז לכתחילה ערווענט געווארן פאר די פייראטן פון קאפירייט מאטריאל, נישט פאר צענוזרשיפ. אבער מומחים זאגן אז ס'איז נישט אן אויסגעהאלטענע מיטל ווייל דאס אין עפעקט "צעברעכט די אינטערנעט". בכל אופן איך האב שוין געזעהן בראוזער פלאגינס וואס זענען ערצייגט געווארן צו קאונטערן, און פראוויידן אלטערנאטיוו די ען עס סערווערס צו רעזאלוון א ספעציפישער וועבסייט אויב די באנוצער טשוזט צו. דיע וואס כ'האב געזעהן אבער זענען אלט און מער נישט אוועילעבל. איך דארף זוכן אויב ס'זענען דא נייערע.
https://en.wikipedia.org/wiki/DNS_blocking
די פיירעט בעי דאנסינג איז איין פלאגין:
https://torrentfreak.com/the-pirate-bay ... es-111130/
דעסאפע איז אן אנדערע:
https://torrentfreak.com/firefox-add-on ... ng-111220/
וואס איך וואונדער מיך, די סעלושענס קוקן אויס ווי לאקעל וואָנס, ריכטיג @פאליטיקאנט? דאס הייסט זיי זיצן אויף דער יוזער'ס מאשין אדער נעטווארק?
כ'מיין, ווי שווער איז שוין פאר א באנוצער צו טוישן זיינע דנ"ס סערווער אויף דער קאמפיוטער? אויף ווינדאוס:
עפן די IPV4/TCP סעטינגס פון די "איצטיגע אינטערנעט קאננעקשאן" אונטער "נעטווארק און שערינג צענטער" און ביי "פראפערטיס" פּאָפּ אין דארטן די צוויי וואליוס 1.1.1.1 און 1.0.0.1 (קלאודפלעיר'ס דנ"ס סערווערס' אייפי אדרעססן) און הופא!
https://www.bitdefender.com/consumer/su ... wer/87643/

דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

- מנחם מנדל
- ידיד השטיבל
- הודעות: 182
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 2:47 pm
- האט שוין געלייקט: 143 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל
Re: פרייע שנעלע פילטער פאר לעפטאפ'ס און סמארטפון'ס!!!
וואס איז די מעלה פון האבן א פילטער? איז עס א חיוב להלכה?
דארף מען אויך גייען מיט פארקלעבטע אויגן אויפן גאס?
דארף מען אויך גייען מיט פארקלעבטע אויגן אויפן גאס?
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
Re: פרייע שנעלע פילטער פאר לעפטאפ'ס און סמארטפון'ס!!!
וואס טוהט טאקע קאוועשטיבל צו סוירקאמווענטן די כשרע פילטערס?
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 395
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 03, 2015 10:48 am
- האט שוין געלייקט: 795 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל
Re: פרייע שנעלע פילטער פאר לעפטאפ'ס און סמארטפון'ס!!!
כ'קען דיר נישט זאגן וואס די סיבה איז ביי יעדעם, אבער ביי מיר איז עס צו לייגן אן עקסטערע לעוול פון פראטעקשן אז אויב כאפט מיר אן א שוואכע מינוט זאל איך טראכטן צוויי פארן פארזינקען ווערן אין א רעביט האול וואס איז נישט געזונט און נישט געשמאק.
Life’s not about money, it’s about love & ……I love MONEY!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
Re: פרייע שנעלע פילטער פאר לעפטאפ'ס און סמארטפון'ס!!!
טעקלאק און לכאורה אויך דזשענטעק לאזן דורך קאווע שטיבל אויב דו נוצסט זיי דירעקט און נישט דורך א צווייטער (גדר, משומר, טעג) וואס מאכן רולס פאר דיך
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
Re: פרייע שנעלע פילטער פאר לעפטאפ'ס און סמארטפון'ס!!!
אבער קאוועשטיבל זעלבסט, חוץ פון פילטערן [שרייב נישט וואס די באשעפער לאזט נישט] ווערטער טוהט נישט גארנישט צו פרעווענטן די פילטערס פון עס בלאקן?
עמיצער וואלט שוין געברויכט קאמפיילן א ליסטע פון די אידישע פילטערס אוועילבל און די מעטאדס זיי יוזן אין טעקניקל טערמס פאר מענטשן צו וויסן פון וועלכעס קינד ס'רעדט זיך.
עמיצער וואלט שוין געברויכט קאמפיילן א ליסטע פון די אידישע פילטערס אוועילבל און די מעטאדס זיי יוזן אין טעקניקל טערמס פאר מענטשן צו וויסן פון וועלכעס קינד ס'רעדט זיך.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- מנחם מנדל
- ידיד השטיבל
- הודעות: 182
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 2:47 pm
- האט שוין געלייקט: 143 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל
Re: פרייע שנעלע פילטער פאר לעפטאפ'ס און סמארטפון'ס!!!
סביב העולם האט געשריבן: ↑
כ'קען דיר נישט זאגן וואס די סיבה איז ביי יעדעם, אבער ביי מיר איז עס צו לייגן אן עקסטערע לעוול פון פראטעקשן אז אויב כאפט מיר אן א שוואכע מינוט זאל איך טראכטן צוויי פארן פארזינקען ווערן אין א רעביט האול וואס איז נישט געזונט און נישט געשמאק.
וואס איז דיין פראטעקשאן נישט אריין צו גיין אין א סטריפ קלאב אין א שוואכע מינוט? איר גייט מיט קייטלען אויף די פיס?
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 395
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 03, 2015 10:48 am
- האט שוין געלייקט: 795 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל
Re: פרייע שנעלע פילטער פאר לעפטאפ'ס און סמארטפון'ס!!!
איך גיי נישט מיט קייטן אויף די פוס, און איך וואוין נישט נאנט צו א סטריפ קלאב אז עס זאל זיין אזא FEAR אז כ'וועל אהינגיין. אויב וועל איך זיך טרעפן אפטער אהינגיין ביז צו א לעוול פון סמוך לאדיקשן, וועט מען דארפן טרעפן וועגן דאס צו סירקומווענטן.
Life’s not about money, it’s about love & ……I love MONEY!
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
Re: פרייע שנעלע פילטער פאר לעפטאפ'ס און סמארטפון'ס!!!
איך גיי דוקא מיט אזעלכע גויאישע אונטערהויזעלעך הנקראים באקסערס אז איך זאל נישט בטעות אריינטשעקן אין א מקווה.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
Re: פרייע שנעלע פילטער פאר לעפטאפ'ס און סמארטפון'ס!!!
צו מוסיף זיין אויף וואס כ'האב נעכטן געשריבן. דא איז אינסטרוקציעס ווי אזוי צו טוישן דנ"ס סערווערס אויף די אינטערנעט בראוזערס צו קלאדפלעיר'ס און דא איז ווי אזוי צו טוישן עס אויפ'ן ראוטער. אויך פון קלאודפלעיר.טאמבל סאס האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 27, 2024 3:46 pm
כ'מיין, ווי שווער איז שוין פאר א באנוצער צו טוישן זיינע דנ"ס סערווער אויף דער קאמפיוטער? אויף ווינדאוס:
עפן די IPV4/TCP סעטינגס פון די "איצטיגע אינטערנעט קאננעקשאן" אונטער "נעטווארק און שערינג צענטער" און ביי "פראפערטיס" פּאָפּ אין דארטן די צוויי וואליוס 1.1.1.1 און 1.0.0.1 (קלאודפלעיר'ס דנ"ס סערווערס' אייפי אדרעססן) און הופא!
https://www.bitdefender.com/consumer/su ... wer/87643/
ערגעץ וואו האב איך געזעהן נאך א מעגליכע וועג עראונד פון דער פילטערינג מעטאד פונוואס דער פותח האשכול רעדט (אויב איז עס פון די כשרע פילטער קאמפאניס); און דאס איז אינסטאלירן א ראסבּערי פּיי זיראו אויף דיין נעטווארק מיט דער פּיי-האָול פראגרעם אויף דעם, סעטן די ראוטער זאל נוצן די פיי פאר די דנ"ס פראוויידער און פארווערדן די דנ"ס קוועריס פון די פיי זעלבסט, צו קלאדפלעיר'ס אדער נאָרד (ווי-פּי-ען'ס) דנ"ס סערווערס. (אגב, פונקט ווי קלאודפלעיר פראוויידט נארד אויכעט דנ"ס נעים סערווערס, אויך בחינם אויב איך מאך נישט קיין טעות.)
מ'קען אפילו סעטן די פיי-האול צו DCHP (די דינאמיק איי-פיי סוויטשינג וואס מאדערנע ראוטערס טועהן און פונוואס מ'האט שוין פריער דא דערמאנט) אנשטאט די ראוטער זאל עס טוהן. אויך קען מען עדדן צו די פיי-האול, בלעקליסטס פון סייטס וועלכע דו גלייכסט נישט מיט אויטאמאטישע, וועכענטליכע אפדעיטס, ווי אויך לאגס און סטאַטס. און זינט די דנ"ס קוועריס, גייען צו קלאודפלעיר, זענען זיי ענקריפטעד אזוי אז די כשרע פילטער קאמפאניס, אויב מאניטערן זיי די נעטווארק, קענען זיי ניטאמאל זעהן וועלכע סייטס/דאמעינס דו באזוכסט און אהיימשיקן א צעטל מיט דיין אינגל.
נאך א מעלה פון דער ספעציפישער סעט-אָפ איז דאס פטור ווערן פון לכה"פ א 25% פון די מיליאנע עדס און דזשאנק וואס באהאגלען אונז טעגליך, נישט עפעס וואס איז הויך אויף די ליסטע פון כשרע פילטער קאמפאניס' גאולס - האסט שוין אמאל באזוכט אייוועלט..? סתם אזוי, אסאך פון אונזערע דעווייסעס און עפס - ווי טיוויס, נעטפליקס, געים אפליקאציעס און מייקרעסאפט בראוזער עפפס - שיקן יעדע וויילע ארויס צענדליגע דנ"ס קוועריס אויטמאטיש אין זייער קוועסט דיך צו פיטערן מיט נאך און נאך אדווערטייזמענטס, דיספלעיען אינפא אויף וואס דו קוקסט קיינמאל און דו דארפסט ווי א לאך אין קאפ, און טרעקן די אלע סייטס וואס דו באזוכסט כדי צו לערנען דיינע העביטס.
כ'וואלט צוגעשריבן די קרעדיט צו א געוועזענע קאלעגע מיינער ביים פולער נאמען אבער עטס קענטס אים נישט און דער נאמען ביי וואס איך קען אים איז אויך מעגליך נאר א פיקטיווער אלזא וועל איך עס לאזן אויף הרוצה בעילום שמו - אנאנימעס.