איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?

אלע סארט פראגעלעך און שאלה'לעך
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?

שליחה דורך עמרם »

איך ווייס נישט וויפיל דער עולם דא אין שטיבל האלט מיט די גזירות החינוך אין נ''י,
אבער די רעגירונג האט געהאט ארויסגעלייגט 7 פעטוועיס וואס אלע מוסדות מוזן אויסקלויבן איינס דערפון,

די מער קנאי'שע חדר איז גלייך ארויסגעקומען אז מ'טאר ח''ו נישט אנעמען קיין איינס, אלעס איז עקירת הדת רח''ל, און מ'דארף שטיין ווייט פון זיי (און פון זייערע געלטער).

די פערלס ארגאניזאציע (וואס איז אנגעפירט דורך אגו''י, אינאיינעם מיט היימישע קרייזן) זענען יא אין פילע שטיצע אז מ'זאל נעמען א פעטוועי.

למעשה האט זיך לעצטענס היפש געקאכט איבער דעם, מיט צענדליגע אסיפות, ווי יעדער פראבירט אויפציווייזן און אריינכאפן ווי מער צו זיך.

מהר''א מ'סאטמאר האט שוין עטליכע וואכן צוריק געלאזט וויסן ברבים זיין דעת תורה אז מ'טאר נישט נעמען קיין שום פעטוועי.

יענע וואך דאנערשטאג האט קהילת סאטמאר מהרי''י געמאלדן אז זיי נעמען יא א פעטוועי.

אזוי אויך איז דאנערשטאג פארגעקומען א גרויסע אסיפה אין מאנסי ווי ס'האבן זיך באטייליגט שליחים פון רוב היימישע מוסדות התורה פון נ''י און די החלטה איז געווען אז מ'זאל נישט נעמען (מיינט נישט אז קיינער פון יענע קהילות גייען נישט)

די שאלה איז אויב למעשה איז נאר קהלת מהרי''י די איינציגסטע חסידישע מוסדות וואס האט גענומען (אדער גייט)
(די קנאים און די ארונים פארקויפן אזוי, די שאלה איז צו מ'קען זיי גלייבן?!?)

ס'קען זיין אז איך מאך טעותים מיט געוויסע פאקטן , אדרבה אויב איינער ווייסט זאל ביטע אלעס אויסקלארן.
קליינע צדיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 507 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל

Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי ?

שליחה דורך קליינע צדיק »

שמעתי אז באבוב, מונקאטש און וויזשניץ מאנסי און אלע ברודער וואס האבן מוסדות האבן יא גענומען אבער נישט באשטעטיגט
באבוב 45 נישט
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי ?

שליחה דורך עמרם »

קליינע צדיק האט געשריבן: זונטאג יאנואר 07, 2024 5:14 pm שמעתי אז באבוב, מונקאטש און וויזשניץ מאנסי און אלע ברודער וואס האבן מוסדות האבן יא גענומען אבער נישט באשטעטיגט
באבוב 45 נישט
סתם שמועות ??

אינטערסאנט גייט זיין אויב האלב קהילות גייען איין ווייב און האלב א צווייטע, און ווי אזוי ס'גייט זיך נאכדעם אויסקאכן)
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי ?

שליחה דורך אלע צוזאמען »

אויב ’פערל’ס שטיצט עס גייט פאפא עס אויך שטיצן, עטליכע גרויסע קנאקערס דארט זענען פאפא חסידים.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
[NAMELESS]

Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי ?

שליחה דורך [NAMELESS] »

אלע צוזאמען האט געשריבן: זונטאג יאנואר 07, 2024 5:51 pm אויב ’פערל’ס שטיצט עס גייט פאפא עס אויך שטיצן, עטליכע גרויסע קנאקערס דארט זענען פאפא חסידים.
גייען גייט קיינער ווייל די דעטליין פאר ני''ס איז שוין געווען פארגאנגענע וואך די שאלה איז וואס זיי האבן געטון

אין אידטיש טוט זיך א צומעשעניש יעדער זאגט וואס קומט עם בעסער אויס, די שאלה איז פארוואס איז בכלל דא צומעשעניש יעדע מוסד זאל ארויס קומען אפיציעל וואס זיי האבן געטון
[NAMELESS]

Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?

שליחה דורך [NAMELESS] »

די אהרונישע מערכה איז א גרויל. האלטס אנדערש ווי פערל"ס פיין זאל זיין אזוי. אבער אזוי באשמיצן א ארגעניזאציע וואס לייגט זיך אריין אין די לענג און די ברייט צו העלפן חסידישע אידן??? עקל
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי ?

שליחה דורך berlbalaguleh »

ס'איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז בראשית דרכם פון די אחים הקדושים, ס'הייסט גלייך נאכ'ן ספליט אין סאטמאר, ווען ס'זענען זיך פארלאפן א סאך געשעהענישן אין די אידישע וועלט, האט מהר"א און זיין קהילה אנגענומען א מער מעסיגן, מער וועלטליכע פאזיציע, ואי אפשר לפורטם כי רבים הם. (מ'קען אפשר יא, נאר דערעוילעם 'עט ווערן אומגעדולדיג). למשל, ווען די פאלעסטינער רוצחים זענען איבערגעפאלן א מזרחי ישיבה און געהרג'עט א פאר בחורים אין ירושלים, אדער ביי די מעשי רציחה פון מומביי, האט ר' אהרן אנגערופן די בחורים "קדושים", און אויף די קדושי מומבאי האט ער געזאגט אז זייי זענען אומגעקומען אין א מקום קדוש. האט דער צד מהרז"ל איהם פארשריגן אז ער רופט אן מזרחי בחורים "קדושים" און אז ער זאגט אויף א ליובאוויטשער מוסד אז ס'איז א "מקום קדוש".

נאר ביי די לעצטע עטליכע מערכות האט ר' אהרן אנגענומען א מער עקסטרעמע פאזיציע און מהרז"ל (אדער ווי ס'איז לעצטנס געווארן אין סטייל, מהרי"י) גענומען א מער מעסיגע שטעלונג.

אזוי אויך אין דעם פארווייטאגטן און פארצויגענעם פראבלעם פון חינוך. וואס דער צד מהרז"ל שטעלט זיך ענדערש צו צו די פארלאנגען פון די רעגירונג...!
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?

שליחה דורך עמרם »

ששון ושמחה האט געשריבן: זונטאג יאנואר 07, 2024 7:12 pm די אהרונישע מערכה איז א גרויל. האלטס אנדערש ווי פערל"ס פיין זאל זיין אזוי. אבער אזוי באשמיצן א ארגעניזאציע וואס לייגט זיך אריין אין די לענג און די ברייט צו העלפן חסידישע אידן??? עקל
לדעתם (וכן לדעת פון מתנגדי הקאמען קאר) זענען דאך פערלס געפערליכע פארעטער און זיכען בכלל נישט צי העלפן חסידישע אידן , נאר זיי צי מאדענעזירן
(איך זאג ס''ה וואס זיי זאגן)
מן הסתם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 189
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 4:22 am
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 183 מאל

Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?

שליחה דורך מן הסתם »

ששון ושמחה האט געשריבן: זונטאג יאנואר 07, 2024 7:12 pm די אהרונישע מערכה איז א גרויל. האלטס אנדערש ווי פערל"ס פיין זאל זיין אזוי. אבער אזוי באשמיצן א ארגעניזאציע וואס לייגט זיך אריין אין די לענג און די ברייט צו העלפן חסידישע אידן??? עקל
דיסלייק 👇👎
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?

שליחה דורך עמרם »

מן הסתם האט געשריבן: זונטאג יאנואר 07, 2024 9:45 pm

סתם דיסלייקן ???

זאג וואס ס'געפעלט דיך נישט
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?

שליחה דורך שמעון וואלף »

מן הסתם האט געשריבן: זונטאג יאנואר 07, 2024 9:45 pm
ששון ושמחה האט געשריבן: זונטאג יאנואר 07, 2024 7:12 pm די אהרונישע מערכה איז א גרויל. האלטס אנדערש ווי פערל"ס פיין זאל זיין אזוי. אבער אזוי באשמיצן א ארגעניזאציע וואס לייגט זיך אריין אין די לענג און די ברייט צו העלפן חסידישע אידן??? עקל
דיסלייק 👇👎
פאר די געלט האסטי געקענט אפען זאגן " איך בין אן ארוני".

איך האלט נישט מיט די מערכה און בין נישט באקאנט מיט די צדדים, אבער טאמער רעדט מען אריין דא, זאל מען ביטע מסביר זיין פארוואס מ'האט אויסגעקליבן א געוויסע שטעלונג.

וואס ביסטי נישט מסכים?
האלטסט אז די ארונים באשמיצן נישט פערלס?
האלטסט אז זיי מעגן?
האלטסט ס'איז א מצוה?
האלטסט אז פערלס העלפט נישט קיינעם?

פתח פיך ויאירו דבריך
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?

שליחה דורך שמעון וואלף »

ששון ושמחה האט געשריבן: זונטאג יאנואר 07, 2024 7:12 pm די אהרונישע מערכה איז א גרויל. האלטס אנדערש ווי פערל"ס פיין זאל זיין אזוי. אבער אזוי באשמיצן א ארגעניזאציע וואס לייגט זיך אריין אין די לענג און די ברייט צו העלפן חסידישע אידן??? עקל
פאר 25-30 יאר צוריק ווען איך פלעג נאך ליינען דער איד איז דאס געווען העכסט נארמאל.

אין כל חדש
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

עמרם האט געשריבן: זונטאג יאנואר 07, 2024 5:12 pm
יענע וואך דאנערשטאג האט קהילת סאטמאר מהרי''י געמאלדן אז זיי נעמען יא א פעטוועי.

כ׳בין נייגעריג ׳וואס׳ דאס מיינט אויף למעשה, אדער בכלל פ״וו אנדערע האלטן אז מ׳טאר נישט, אויב איינער ווייסט. א דאנק
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
נאך א שמויגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2023 9:20 pm
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי ?

שליחה דורך נאך א שמויגער »

berlbalaguleh האט געשריבן: ס'איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז בראשית דרכם פון די אחים הקדושים, ס'הייסט גלייך נאכ'ן ספליט אין סאטמאר, ווען ס'זענען זיך פארלאפן א סאך געשעהענישן אין די אידישע וועלט, האט מהר"א און זיין קהילה אנגענומען א מער מעסיגן, מער וועלטליכע פאזיציע, ואי אפשר לפורטם כי רבים הם. (מ'קען אפשר יא, נאר דערעוילעם 'עט ווערן אומגעדולדיג). למשל, ווען די פאלעסטינער רוצחים זענען איבערגעפאלן א מזרחי ישיבה און געהרג'עט א פאר בחורים אין ירושלים, אדער ביי די מעשי רציחה פון מומביי, האט ר' אהרן אנגערופן די בחורים "קדושים", און אויף די קדושי מומבאי האט ער געזאגט אז זייי זענען אומגעקומען אין א מקום קדוש. האט דער צד מהרז"ל איהם פארשריגן אז ער רופט אן מזרחי בחורים "קדושים" און אז ער זאגט אויף א ליובאוויטשער מוסד אז ס'איז א "מקום קדוש".

נאר ביי די לעצטע עטליכע מערכות האט ר' אהרן אנגענומען א מער עקסטרעמע פאזיציע און מהרז"ל (אדער ווי ס'איז לעצטנס געווארן אין סטייל, מהרי"י) גענומען א מער מעסיגע שטעלונג.

אזוי אויך אין דעם פארווייטאגטן און פארצויגענעם פראבלעם פון חינוך. וואס דער צד מהרז"ל שטעלט זיך ענדערש צו צו די פארלאנגען פון די רעגירונג...!

זיי זענען די זעלבע. נאר יעדער ציעט די שטריק. ווען איינער נעמט איין צד מוז די צווייטע טון פארקערט.
לבושתי בין איך אמאל געליגען אין דעם. איך האב זיך ב"ה באפרייט.
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?

שליחה דורך עמרם »

בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: זונטאג יאנואר 07, 2024 10:27 pm
עמרם האט געשריבן: זונטאג יאנואר 07, 2024 5:12 pm
יענע וואך דאנערשטאג האט קהילת סאטמאר מהרי''י געמאלדן אז זיי נעמען יא א פעטוועי.

כ׳בין נייגעריג ׳וואס׳ דאס מיינט אויף למעשה, אדער בכלל פ״וו אנדערע האלטן אז מ׳טאר נישט, אויב איינער ווייסט. א דאנק
לגבי טוישן די לימודים, גלייב איך נישט אז זיי גייען, אבער מ'קען נישט וויסן
(מיין אפיניען)
באניצער אוואטאר
אסטראלאג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?

שליחה דורך אסטראלאג »

הרב זלמן לייב האט אומפארשעמטערהייט טעלעפאנירט און משוגע געמאכט עטליכע גרויסע רבנים אז זיי זאלן מיטגיין מיט "אגודת ישראל",
האבן זיי אים געגעבן צו פארשטיין אז אויסער א פאליטישער דיקטאטור אונעם עולם וואס ער שלאגט כפרות מיט, האט ער נישט וואס אריינצושטעקן זיין נאז אין זייערע קהילות...!
🕯️לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

קען איינער אפשר מסביר זיין פאר דעם עולם וואס די זיבן מהלכים זענען?
וועכע האט מרז"ל אנגענומען?
וועכע האבן די אנדערע רעבעס גענומען?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?

שליחה דורך שמעקעדיג »

אסטראלאג האט געשריבן: ערעב זלמן לייב האט אומפארשעמטערהייט טעלעפאנירט

אינטערעסאנט וואס דו זאגסט, לויט מיינע מקורות איז עס יא געווען פארשעמטערהייט.
וירח ה' את ריח הניחוח
זויער טייג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 50
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 04, 2023 4:51 pm
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?

שליחה דורך זויער טייג »

אסטראלאג האט געשריבן: ערעב זלמן לייב האט אומפארשעמטערהייט טעלעפאנירט און משוגע געמאכט עטליכע גרויסע רבנים אז זיי זאלן מיטגיין מיט "אגודת ישראל",
האבן זיי אים געגעבן צו פארשטיין אז אויסער א פאליטישער דיקטאטור אונעם עולם וואס ער שלאגט כפרות מיט, האט ער נישט וואס אריינצושטעקן זיין נאז אין זייערע קהילות...!

שכח פארן שרייבן, יעצט ווייס איך שוין וועלכע זייט איז גערעכט..
רבים
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 10
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 03, 2024 9:36 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?

שליחה דורך רבים »

די פעטוועי איז א מהלך וויאזוי מען פאלגט אויס די שינוים פון די רעגירונג, ניין? נו וואס איז מהרז"ל פלאן?
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?

שליחה דורך עמרם »

אזוי ווי ביז יעצט
מ'פארקויפט פאר די רעגירונג שקרים

(דו האלטסט טאקע אז מ'גייט אנהייבן צו לערנען ענגליש אין ישיבה קטנה ??)
חב''ד הויזן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 403
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 14, 2022 12:00 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 577 מאל

Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?

שליחה דורך חב''ד הויזן »

עמרם האט געשריבן:
ששון ושמחה האט געשריבן: די אהרונישע מערכה איז א גרויל. האלטס אנדערש ווי פערל"ס פיין זאל זיין אזוי. אבער אזוי באשמיצן א ארגעניזאציע וואס לייגט זיך אריין אין די לענג און די ברייט צו העלפן חסידישע אידן??? עקל

לדעתם (וכן לדעת פון מתנגדי הקאמען קאר) זענען דאך פערל'ס געפערליכע פאררעטער און זוכן בכלל נישט צי העלפן חסידישע אידן, נאר זיי צי מאדערנעזירן.
(איך זאג ס''ה וואס זיי זאגן)

זיי האלטן אז אבי שיק מאכט חרוב די מערכה.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעון וואלף האט געשריבן:
מן הסתם האט געשריבן:
ששון ושמחה האט געשריבן: די אהרונישע מערכה איז א גרויל. האלטס אנדערש ווי פערל"ס פיין זאל זיין אזוי. אבער אזוי באשמיצן א ארגעניזאציע וואס לייגט זיך אריין אין די לענג און די ברייט צו העלפן חסידישע אידן??? עקל
דיסלייק 👇👎

פאר די געלט האסטu געקענט אפען זאגן " איך בין אן ארוני".

איך האלט נישט מיט די מערכה און בין נישט באקאנט מיט די צדדים, אבער טאמער רעדט מען אריין דא, זאל מען ביטע מסביר זיין פארוואס מ'האט אויסגעקליבן א געוויסע שטעלונג.

וואס ביסטי נישט מסכים?
האלטסט אז די ארונים באשמיצן נישט פערלס?
האלטסט אז זיי מעגן?
האלטסט ס'איז א מצוה?
האלטסט אז פערלס העלפט נישט קיינעם?

פתח פיך ויאירו דבריך

די עקסטרעמיסטן בתוכינו האלטן אז "פערלס" איז אויף איין דרגא מיט "יאפעד". אז זיי זענען מסיתים ומדיחים.

דאס איז אויך א געלעגנהייט צו באווייזן ווער ס'איז מער קנאי'ש.
פארשפארט