איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 780
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
- האט שוין געלייקט: 328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל
איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
איך ווייס נישט וויפיל דער עולם דא אין שטיבל האלט מיט די גזירות החינוך אין נ''י,
אבער די רעגירונג האט געהאט ארויסגעלייגט 7 פעטוועיס וואס אלע מוסדות מוזן אויסקלויבן איינס דערפון,
די מער קנאי'שע חדר איז גלייך ארויסגעקומען אז מ'טאר ח''ו נישט אנעמען קיין איינס, אלעס איז עקירת הדת רח''ל, און מ'דארף שטיין ווייט פון זיי (און פון זייערע געלטער).
די פערלס ארגאניזאציע (וואס איז אנגעפירט דורך אגו''י, אינאיינעם מיט היימישע קרייזן) זענען יא אין פילע שטיצע אז מ'זאל נעמען א פעטוועי.
למעשה האט זיך לעצטענס היפש געקאכט איבער דעם, מיט צענדליגע אסיפות, ווי יעדער פראבירט אויפציווייזן און אריינכאפן ווי מער צו זיך.
מהר''א מ'סאטמאר האט שוין עטליכע וואכן צוריק געלאזט וויסן ברבים זיין דעת תורה אז מ'טאר נישט נעמען קיין שום פעטוועי.
יענע וואך דאנערשטאג האט קהילת סאטמאר מהרי''י געמאלדן אז זיי נעמען יא א פעטוועי.
אזוי אויך איז דאנערשטאג פארגעקומען א גרויסע אסיפה אין מאנסי ווי ס'האבן זיך באטייליגט שליחים פון רוב היימישע מוסדות התורה פון נ''י און די החלטה איז געווען אז מ'זאל נישט נעמען (מיינט נישט אז קיינער פון יענע קהילות גייען נישט)
די שאלה איז אויב למעשה איז נאר קהלת מהרי''י די איינציגסטע חסידישע מוסדות וואס האט גענומען (אדער גייט)
(די קנאים און די ארונים פארקויפן אזוי, די שאלה איז צו מ'קען זיי גלייבן?!?)
ס'קען זיין אז איך מאך טעותים מיט געוויסע פאקטן , אדרבה אויב איינער ווייסט זאל ביטע אלעס אויסקלארן.

- ידיד השטיבל
- הודעות: 307
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 10:18 pm
- האט שוין געלייקט: 507 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי ?
שמעתי אז באבוב, מונקאטש און וויזשניץ מאנסי און אלע ברודער וואס האבן מוסדות האבן יא גענומען אבער נישט באשטעטיגט
באבוב 45 נישט
באבוב 45 נישט
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 780
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
- האט שוין געלייקט: 328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי ?
סתם שמועות ??קליינע צדיק האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 07, 2024 5:14 pm שמעתי אז באבוב, מונקאטש און וויזשניץ מאנסי און אלע ברודער וואס האבן מוסדות האבן יא גענומען אבער נישט באשטעטיגט
באבוב 45 נישט
אינטערסאנט גייט זיין אויב האלב קהילות גייען איין ווייב און האלב א צווייטע, און ווי אזוי ס'גייט זיך נאכדעם אויסקאכן)
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 838
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
- געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
- האט שוין געלייקט: 1835 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי ?
אויב ’פערל’ס שטיצט עס גייט פאפא עס אויך שטיצן, עטליכע גרויסע קנאקערס דארט זענען פאפא חסידים.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
Donald Trump
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי ?
גייען גייט קיינער ווייל די דעטליין פאר ני''ס איז שוין געווען פארגאנגענע וואך די שאלה איז וואס זיי האבן געטוןאלע צוזאמען האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 07, 2024 5:51 pm אויב ’פערל’ס שטיצט עס גייט פאפא עס אויך שטיצן, עטליכע גרויסע קנאקערס דארט זענען פאפא חסידים.
אין אידטיש טוט זיך א צומעשעניש יעדער זאגט וואס קומט עם בעסער אויס, די שאלה איז פארוואס איז בכלל דא צומעשעניש יעדע מוסד זאל ארויס קומען אפיציעל וואס זיי האבן געטון
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
די אהרונישע מערכה איז א גרויל. האלטס אנדערש ווי פערל"ס פיין זאל זיין אזוי. אבער אזוי באשמיצן א ארגעניזאציע וואס לייגט זיך אריין אין די לענג און די ברייט צו העלפן חסידישע אידן??? עקל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי ?
ס'איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז בראשית דרכם פון די אחים הקדושים, ס'הייסט גלייך נאכ'ן ספליט אין סאטמאר, ווען ס'זענען זיך פארלאפן א סאך געשעהענישן אין די אידישע וועלט, האט מהר"א און זיין קהילה אנגענומען א מער מעסיגן, מער וועלטליכע פאזיציע, ואי אפשר לפורטם כי רבים הם. (מ'קען אפשר יא, נאר דערעוילעם 'עט ווערן אומגעדולדיג). למשל, ווען די פאלעסטינער רוצחים זענען איבערגעפאלן א מזרחי ישיבה און געהרג'עט א פאר בחורים אין ירושלים, אדער ביי די מעשי רציחה פון מומביי, האט ר' אהרן אנגערופן די בחורים "קדושים", און אויף די קדושי מומבאי האט ער געזאגט אז זייי זענען אומגעקומען אין א מקום קדוש. האט דער צד מהרז"ל איהם פארשריגן אז ער רופט אן מזרחי בחורים "קדושים" און אז ער זאגט אויף א ליובאוויטשער מוסד אז ס'איז א "מקום קדוש".
נאר ביי די לעצטע עטליכע מערכות האט ר' אהרן אנגענומען א מער עקסטרעמע פאזיציע און מהרז"ל (אדער ווי ס'איז לעצטנס געווארן אין סטייל, מהרי"י) גענומען א מער מעסיגע שטעלונג.
אזוי אויך אין דעם פארווייטאגטן און פארצויגענעם פראבלעם פון חינוך. וואס דער צד מהרז"ל שטעלט זיך ענדערש צו צו די פארלאנגען פון די רעגירונג...!
נאר ביי די לעצטע עטליכע מערכות האט ר' אהרן אנגענומען א מער עקסטרעמע פאזיציע און מהרז"ל (אדער ווי ס'איז לעצטנס געווארן אין סטייל, מהרי"י) גענומען א מער מעסיגע שטעלונג.
אזוי אויך אין דעם פארווייטאגטן און פארצויגענעם פראבלעם פון חינוך. וואס דער צד מהרז"ל שטעלט זיך ענדערש צו צו די פארלאנגען פון די רעגירונג...!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 780
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
- האט שוין געלייקט: 328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
לדעתם (וכן לדעת פון מתנגדי הקאמען קאר) זענען דאך פערלס געפערליכע פארעטער און זיכען בכלל נישט צי העלפן חסידישע אידן , נאר זיי צי מאדענעזירןששון ושמחה האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 07, 2024 7:12 pm די אהרונישע מערכה איז א גרויל. האלטס אנדערש ווי פערל"ס פיין זאל זיין אזוי. אבער אזוי באשמיצן א ארגעניזאציע וואס לייגט זיך אריין אין די לענג און די ברייט צו העלפן חסידישע אידן??? עקל
(איך זאג ס''ה וואס זיי זאגן)
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 189
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 4:22 am
- האט שוין געלייקט: 92 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 183 מאל
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
דיסלייקששון ושמחה האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 07, 2024 7:12 pm די אהרונישע מערכה איז א גרויל. האלטס אנדערש ווי פערל"ס פיין זאל זיין אזוי. אבער אזוי באשמיצן א ארגעניזאציע וואס לייגט זיך אריין אין די לענג און די ברייט צו העלפן חסידישע אידן??? עקל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 780
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
- האט שוין געלייקט: 328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
סתם דיסלייקן ???מן הסתם האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 07, 2024 9:45 pmדיסלייקששון ושמחה האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 07, 2024 7:12 pm די אהרונישע מערכה איז א גרויל. האלטס אנדערש ווי פערל"ס פיין זאל זיין אזוי. אבער אזוי באשמיצן א ארגעניזאציע וואס לייגט זיך אריין אין די לענג און די ברייט צו העלפן חסידישע אידן??? עקל
זאג וואס ס'געפעלט דיך נישט
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
פאר די געלט האסטי געקענט אפען זאגן " איך בין אן ארוני".מן הסתם האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 07, 2024 9:45 pmדיסלייקששון ושמחה האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 07, 2024 7:12 pm די אהרונישע מערכה איז א גרויל. האלטס אנדערש ווי פערל"ס פיין זאל זיין אזוי. אבער אזוי באשמיצן א ארגעניזאציע וואס לייגט זיך אריין אין די לענג און די ברייט צו העלפן חסידישע אידן??? עקל
איך האלט נישט מיט די מערכה און בין נישט באקאנט מיט די צדדים, אבער טאמער רעדט מען אריין דא, זאל מען ביטע מסביר זיין פארוואס מ'האט אויסגעקליבן א געוויסע שטעלונג.
וואס ביסטי נישט מסכים?
האלטסט אז די ארונים באשמיצן נישט פערלס?
האלטסט אז זיי מעגן?
האלטסט ס'איז א מצוה?
האלטסט אז פערלס העלפט נישט קיינעם?
פתח פיך ויאירו דבריך
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
פאר 25-30 יאר צוריק ווען איך פלעג נאך ליינען דער איד איז דאס געווען העכסט נארמאל.ששון ושמחה האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 07, 2024 7:12 pm די אהרונישע מערכה איז א גרויל. האלטס אנדערש ווי פערל"ס פיין זאל זיין אזוי. אבער אזוי באשמיצן א ארגעניזאציע וואס לייגט זיך אריין אין די לענג און די ברייט צו העלפן חסידישע אידן??? עקל
אין כל חדש
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 671
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
כ׳בין נייגעריג ׳וואס׳ דאס מיינט אויף למעשה, אדער בכלל פ״וו אנדערע האלטן אז מ׳טאר נישט, אויב איינער ווייסט. א דאנק
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 96
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2023 9:20 pm
- האט שוין געלייקט: 92 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי ?
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑ ס'איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז בראשית דרכם פון די אחים הקדושים, ס'הייסט גלייך נאכ'ן ספליט אין סאטמאר, ווען ס'זענען זיך פארלאפן א סאך געשעהענישן אין די אידישע וועלט, האט מהר"א און זיין קהילה אנגענומען א מער מעסיגן, מער וועלטליכע פאזיציע, ואי אפשר לפורטם כי רבים הם. (מ'קען אפשר יא, נאר דערעוילעם 'עט ווערן אומגעדולדיג). למשל, ווען די פאלעסטינער רוצחים זענען איבערגעפאלן א מזרחי ישיבה און געהרג'עט א פאר בחורים אין ירושלים, אדער ביי די מעשי רציחה פון מומביי, האט ר' אהרן אנגערופן די בחורים "קדושים", און אויף די קדושי מומבאי האט ער געזאגט אז זייי זענען אומגעקומען אין א מקום קדוש. האט דער צד מהרז"ל איהם פארשריגן אז ער רופט אן מזרחי בחורים "קדושים" און אז ער זאגט אויף א ליובאוויטשער מוסד אז ס'איז א "מקום קדוש".
נאר ביי די לעצטע עטליכע מערכות האט ר' אהרן אנגענומען א מער עקסטרעמע פאזיציע און מהרז"ל (אדער ווי ס'איז לעצטנס געווארן אין סטייל, מהרי"י) גענומען א מער מעסיגע שטעלונג.
אזוי אויך אין דעם פארווייטאגטן און פארצויגענעם פראבלעם פון חינוך. וואס דער צד מהרז"ל שטעלט זיך ענדערש צו צו די פארלאנגען פון די רעגירונג...!
זיי זענען די זעלבע. נאר יעדער ציעט די שטריק. ווען איינער נעמט איין צד מוז די צווייטע טון פארקערט.
לבושתי בין איך אמאל געליגען אין דעם. איך האב זיך ב"ה באפרייט.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 780
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
- האט שוין געלייקט: 328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
לגבי טוישן די לימודים, גלייב איך נישט אז זיי גייען, אבער מ'קען נישט וויסןבְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 07, 2024 10:27 pm
כ׳בין נייגעריג ׳וואס׳ דאס מיינט אויף למעשה, אדער בכלל פ״וו אנדערע האלטן אז מ׳טאר נישט, אויב איינער ווייסט. א דאנק
(מיין אפיניען)
- אסטראלאג
- ידיד השטיבל
- הודעות: 315
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
- האט שוין געלייקט: 147 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
הרב זלמן לייב האט אומפארשעמטערהייט טעלעפאנירט און משוגע געמאכט עטליכע גרויסע רבנים אז זיי זאלן מיטגיין מיט "אגודת ישראל",
האבן זיי אים געגעבן צו פארשטיין אז אויסער א פאליטישער דיקטאטור אונעם עולם וואס ער שלאגט כפרות מיט, האט ער נישט וואס אריינצושטעקן זיין נאז אין זייערע קהילות...!
האבן זיי אים געגעבן צו פארשטיין אז אויסער א פאליטישער דיקטאטור אונעם עולם וואס ער שלאגט כפרות מיט, האט ער נישט וואס אריינצושטעקן זיין נאז אין זייערע קהילות...!
לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 811
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
- האט שוין געלייקט: 337 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
קען איינער אפשר מסביר זיין פאר דעם עולם וואס די זיבן מהלכים זענען?
וועכע האט מרז"ל אנגענומען?
וועכע האבן די אנדערע רעבעס גענומען?
וועכע האט מרז"ל אנגענומען?
וועכע האבן די אנדערע רעבעס גענומען?
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
אינטערעסאנט וואס דו זאגסט, לויט מיינע מקורות איז עס יא געווען פארשעמטערהייט.
וירח ה' את ריח הניחוח
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 50
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 04, 2023 4:51 pm
- האט שוין געלייקט: 54 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
אסטראלאג האט געשריבן: ↑ ערעב זלמן לייב האט אומפארשעמטערהייט טעלעפאנירט און משוגע געמאכט עטליכע גרויסע רבנים אז זיי זאלן מיטגיין מיט "אגודת ישראל",
האבן זיי אים געגעבן צו פארשטיין אז אויסער א פאליטישער דיקטאטור אונעם עולם וואס ער שלאגט כפרות מיט, האט ער נישט וואס אריינצושטעקן זיין נאז אין זייערע קהילות...!
שכח פארן שרייבן, יעצט ווייס איך שוין וועלכע זייט איז גערעכט..
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 10
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 03, 2024 9:36 am
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
די פעטוועי איז א מהלך וויאזוי מען פאלגט אויס די שינוים פון די רעגירונג, ניין? נו וואס איז מהרז"ל פלאן?
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 780
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
- האט שוין געלייקט: 328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
אזוי ווי ביז יעצט
מ'פארקויפט פאר די רעגירונג שקרים
(דו האלטסט טאקע אז מ'גייט אנהייבן צו לערנען ענגליש אין ישיבה קטנה ??)
מ'פארקויפט פאר די רעגירונג שקרים
(דו האלטסט טאקע אז מ'גייט אנהייבן צו לערנען ענגליש אין ישיבה קטנה ??)
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 403
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 14, 2022 12:00 am
- האט שוין געלייקט: 102 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 577 מאל
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
עמרם האט געשריבן: ↑ששון ושמחה האט געשריבן: ↑ די אהרונישע מערכה איז א גרויל. האלטס אנדערש ווי פערל"ס פיין זאל זיין אזוי. אבער אזוי באשמיצן א ארגעניזאציע וואס לייגט זיך אריין אין די לענג און די ברייט צו העלפן חסידישע אידן??? עקל
לדעתם (וכן לדעת פון מתנגדי הקאמען קאר) זענען דאך פערל'ס געפערליכע פאררעטער און זוכן בכלל נישט צי העלפן חסידישע אידן, נאר זיי צי מאדערנעזירן.
(איך זאג ס''ה וואס זיי זאגן)
זיי האלטן אז אבי שיק מאכט חרוב די מערכה.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
שמעון וואלף האט געשריבן: ↑מן הסתם האט געשריבן: ↑דיסלייקששון ושמחה האט געשריבן: ↑ די אהרונישע מערכה איז א גרויל. האלטס אנדערש ווי פערל"ס פיין זאל זיין אזוי. אבער אזוי באשמיצן א ארגעניזאציע וואס לייגט זיך אריין אין די לענג און די ברייט צו העלפן חסידישע אידן??? עקל
פאר די געלט האסטu געקענט אפען זאגן " איך בין אן ארוני".
איך האלט נישט מיט די מערכה און בין נישט באקאנט מיט די צדדים, אבער טאמער רעדט מען אריין דא, זאל מען ביטע מסביר זיין פארוואס מ'האט אויסגעקליבן א געוויסע שטעלונג.
וואס ביסטי נישט מסכים?
האלטסט אז די ארונים באשמיצן נישט פערלס?
האלטסט אז זיי מעגן?
האלטסט ס'איז א מצוה?
האלטסט אז פערלס העלפט נישט קיינעם?
פתח פיך ויאירו דבריך
די עקסטרעמיסטן בתוכינו האלטן אז "פערלס" איז אויף איין דרגא מיט "יאפעד". אז זיי זענען מסיתים ומדיחים.
דאס איז אויך א געלעגנהייט צו באווייזן ווער ס'איז מער קנאי'ש.