אזמרה לאלקי בעודי – א דרך אין תפילה

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
כספי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 437
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 883 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל

אזמרה לאלקי בעודי – א דרך אין תפילה

שליחה דורך כספי »

ווען מ'שטעלט זיך דאווענען טרעפט מען זיך אסאך מאל מיט א נודזשנדע ווערעמל וואס לאזט נישט דאווענען

מ'זאגט טוב ה' לכל ורחמיו על כל מעשיו – איז עס דען טאקע אזוי, צו דען זענען אלע בריות דא אויף די וועלט ארומגענומען מיט רחמים וחסדים? נישט ממש. אדער כי אתה שומע תפילת כל פה – וויפיל מאל בעט מען עפעס פונעם באשעפער און די תירוץ איז ניין? המנהג עולמו בחסד ובריותיו ברחמים?! עפעס גרידזשעט מיר אין קאפ מיט א וועלט מלחמה, א האלאקאוסט, א ת"ח ות"ט, א קרייציגלער, א גירוש שפאניע, אנדערע גירושים, בלוט בלבולים, צוויי חורבנות, טעראר אטאקעס, א שמחת תורה תשפ"ד, און דאס איז נאר (א חלק) פון זיינע אידעלעך, און וויפיל האבן אנדערע מענטשן לענדער און פעלקער געליטן, מלחמות, מגיפות, הריגות וכו' וכו', דאס מיינט חסד?! רחמים?! און אזוי ווייטער (אוואדע איז דא אויף יעדע זאך תירוצים, אבער גענוג מאל העלפן נישט די תירוצים)

די זעלבע זאך ביי יעדע דבר שבקדושה, ווי למשל קידוש, כי ששת ימים עשה ה' את השמים ואת הארץ, און אפשר זענען די סייענטיסטן גערעכט און דער באשעפער האט באשאפן די וועלט במשך מיליאנען יארן? און אפשר איז דאס טאקע פשט אין פסוק? און אפשר בין איך יעצט מנסך יין? און בכלל ווי קען איך מוציא זיין מיין משפחה מיט קידוש ווען איך אליין ספק'ע זיך דא ארום?!

נו, וואס טוט מען? ווי קען מען דאווענען אזוי?

האב איך איינגעזען א מורא'דיגע דערהער!

נאך אלע חקירות, און נאך אלע טעימות פונעם עץ הדעת, וועט אייביג בלייבן א נקודה בלב וואס גלייבט נאך אלץ אלעס וואס מ'האט איר געלערנט די אלע יארן, די נקודה איז נישט א זאך וואס איינער האט מיר פארציילט, אדער כ'האב עס געזען אין חסידי'שע ספרים, אדער מקבל געווען איש מפי איש מפי פיש פון מיינע זיידעס, נאר ס'איז א מציאות וואס איך ווייס קלאר ביי מיר, און כ'שטעל מיך פאר אז יעדער האט די נקודה, וואס נאך אלע מעשיות אז ס'קומט א דינער טוט מען זיך אן די קאפל און מ'שרייט שמע ישראל (בתמימות ממש).

ביי די נקודה שבלב איז עס נישט א ספק, א צד, אפשר איז דאס אלעס יא גערעכט, נאר די נקודה שבלב גלייבט באמת אנ'ע ספיקות און הרהורים.

וואס די נקודה איז – איז נישט קיין גרויסע חילוק. @יאיר וועט אפשר טענה'ן אז ס'איז אינטואישן, מורנו @ונבנתה העיר וועט טענה'ן אז דאס איז די עכטע אמונה וואס קומט פון די עצם קדושת נשמת ישראל, @רביה"ק זי"ע וועט טענה'ן אז דאס איז די פארט אין די עקט פון דעם גלגול, אני הק' וועל טענה'ן אז ס'איז די אינערליכע אידענטיטעט, אבער איך שלא יהי' איז דאס א פאקט וואס איז דא!

ווען איך שטעל מיך דאווענען געב איך איבער די מייק פאר די נקודה שבלב זאל דאווענען – ער גלייבט דאך אין אלסדינג, און איך שטעל מיך צו פון די זייט צוצוהערן וויאזוי ער דאוונט[*], און גלייבטס מיר ס'איז זייער געשמאק צו הערן וויאזוי די נקודה לייגט אראפ א נשמת, אדער א לקל אשר שבת!

און ווען איינער שרייט אריין 'ווער זאגט?' 'ס'איז דאך נישט אזוי' וכדו' שטיל איך עם איין, 'יעצט איז נישט דיין צייט צו רעדן, יעצט הערט מען וואס די נקודה שבלב האט צו זאגן, מיש דיך נישט אריין, דו האסט זיך דיינע צייטן צו לאזן הערן דיינע מיינונגען'[**]

*

אז מ'פאוקעסט אויף די נקודה שבלב, קען מען זוכה זיין אנצוקומען צו א מצב וואס די נקודה שבלב נעמט איבער דעם גאנצן מענטש, מיט אלע ספיקות און חקירות, און אין די צייט פון דאווענען - די חיי שעה - פארגעסט מען פון די אלע קושיות און ספיקות, מ'ווערט איבערגענומען פונעם נועם ה' פונעם נועם האמונה, און די סיבה איז פשוט, ווייל אויב פאוקעסט מען אויף א נקודה שבאדם וועט צום סוף די נקודה איבערנעמען דעם מענטש, ווי מ'זעט ביי א קינד צו סתם א מענטש, אויב וועט מען עם אייביג זאגן דו ביזט א פוילער, וועט ער עווענטועל ווערן א פוילער, אבער אז מ'וועט עם זאגן עכט ביזטו א זריז, נאר דא האסטו זיך געפוילט, וועט ער נישט ווערן פון דעם א פוילער, די זעלבע זאך ביי א מענטש אויב וועסטו פאוקעסן אויף זיין נקודה שבלב וואס גלייבט וועט עס צום סוף איבערנעמען דעם מענטש, עכ"פ בשעת'ן דאווענען.

בעצם איז דאס די פשט אין וואס רבי נחמן רעדט ארום אין די באוואוסטע תורה רפ"ב די אזמרה תורה, אז מ'דארף טרעפן אין יעדן איד אפי' אין א רשע און אזוי אויך אין זיך א נקודה טובה וואס יעדער האט, און דורך דעם קען מען עם מעלה זיין צו אינגאנצן גוט, ווייל אז דו פאוקעסט אויף די חלק הטוב פונעם מענטש אפי' ער איז א רשע, אבער אויב פאוקעסטו אויף די חלק הטוב וועט עס צום סוף איבערנעמען דעם מענטש, עם צו מאכן טאקע פאר כל כולו טוב.

השתא דאתינן להכי, די נקודה זאגט דאך רבי נחמן ווערט אנגערופן עודי עיי"ש, און דאס איז טאקע פשט אזמרה לאלקי וויאזוי קען איך דאווענען פאר מיין גאט, ווען איך האב אזויפיל בלבולים וכו', בעודי, די נקודה בלב וואס גלייבט נאך אלע מעשיות, ער דאוונט!


קלארשטעלונג: איך נוץ נישט די פאקט פון די נקודה שבלב אלס ראי' פאר גארנישט


___________________________

[*] ענליך צו וואס מ'זאגט נאך פונעם רש"ב זצ"ל אז ביים דאווענען הערט מען זיך צו צו וואס די מויל זאגט ארויס, און ס'שטימט מיט וויאזוי דער אריה"ק שטעלט אוועק די יסוד פון דאווענען, אז די שכינה הק' בעט פון קוב"ה, דאס הייסט אז דער מענטש איז נאר ווי דער ממוצע אינדערמיט, דער שליח וואס איז שכינה מדברת מתוך גרונו, און ער קען אויסהערן וואס און וויאזוי די שכינה הק' בעט אירע צרכים פון קוב"ה.

[**] מ'קען עס אויך נוצן להיפך, ווען מ'טוט עפעס וואס די נקודה שבלב שרייט און מאכט א מחאה, זאגט מען עם יעצט איז נישט דיין צייט צו רעדן....
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: אזמרה לאלקי בעודי – א דרך אין תפילה

שליחה דורך אלפא »

זייער שיין באשריבן!

האסט א חוש צו נעמען די באנדע צו-ווארפענע מחשבות וועלכע צומישן אסאך פון אונז, און אזוי קלאר און שיין מסדר זיין אויף פאפיר... (דא און דא אויך).

אן עקסטערע לייק פאר די לינקס צו די אנדערע ווערדפולע אשכולות.

גיי אן!
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

Re: אזמרה לאלקי בעודי – א דרך אין תפילה

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

א. איינער וואס האט ספיקות אין אמונה איז נישט מנסך יין, אפגערעדט פון אזעלכע זייטיגע זאכן ווי קריעשיעניזם און אנדערע נארישקייטן, דלא כהחזון איש.

ב. מעגליך טאקע אז גאט איז א שלעכטער אכזר וואס דער וועלט האט נאכנישט געזעהן אבער אז מ'איז זיך מכניע איז מען כאטש אויף זיין גוטע זייט, אז מ'שטויסט און מ'לאזט זיך נישט פירן בלייבט מען קרח מכאן ומכאן.

ג. תפילה איז הכנעה צו גאט, ווילאנג א מענטש האט אן אייגענעם מיינונג קענען די מעסעדשעס פון אויבן נישט דורכדרינגען ווייל כיון דפליט לא בלע, דורך תפילה איז מען זיך מכניע אונטער די ענטיטיעס וואס זענען העכער און קלוגער און אזוי ווערט די שכל א ליידיגע כלי מקבל צו זיין די אנווייזונגען פון אויבן.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: אזמרה לאלקי בעודי – א דרך אין תפילה

שליחה דורך אלפא »

איך האב יעצט געליינט דיין תגובה דא וואס דו צייכנסט צו. עס איז אויסדרוקליך וואר!

זכרני אין די אנפאנג פון מיין דזשערני - אלס אינגער בחור - האב איך פראבירט צו דערגיין וואס די 'נפש אלוקית' איז, וואס מיינט 'נשמה', און מיט וואס איז עס עפעס וואס גוים פארמאגן נישט?! גאנץ פרי אין מיין ריסערטש בין איך צוגעקומען צו שטיקל מסקנא אז די גאנצע נשמה נושא איז בס"ה אונזער 'אידישע אידענטיטעט' וועלכע ווערט אריינגעבראטן אין אונזער תוכיות פון גאר קליין, עס איז זאגאר די 'אמונה פשוטה' וואס מען לערנט אונז וועלכע מענופעסטירט זיך שפעטער אלץ נשמה און נקודה פנימית וועלכע מ'קען נישט פארלירן פאר קיין פרייז... וכידוע במשנת קליין אז די פערסאנאליטעט און נאטור ווערט געבאקן אין די פריע יוגנט..
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

Re: אזמרה לאלקי בעודי – א דרך אין תפילה

שליחה דורך חדשים »

אלפא האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 10:34 am איך האב יעצט געליינט דיין תגובה דא וואס דו צייכנסט צו. עס איז אויסדרוקליך וואר!

זכרני אין די אנפאנג פון מיין דזשערני - אלס אינגער בחור - האב איך פראבירט צו דערגיין וואס די 'נפש אלוקית' איז, וואס מיינט 'נשמה', און מיט וואס איז עס עפעס וואס גוים פארמאגן נישט?! גאנץ פרי אין מיין ריסערטש בין איך צוגעקומען צו שטיקל מסקנא אז די גאנצע נשמה נושא איז בס"ה אונזער 'אידישע אידענטיטעט' וועלכע ווערט אריינגעבראטן אין אונזער תוכיות פון גאר קליין, עס איז זאגאר די 'אמונה פשוטה' וואס מען לערנט אונז וועלכע מענופעסטירט זיך שפעטער אלץ נשמה און נקודה פנימית וועלכע מ'קען נישט פארלירן פאר קיין פרייז... וכידוע במשנת קליין אז די פערסאנאליטעט און נאטור ווערט געבאקן אין די פריע יוגנט..
זייער שטארק! אפילו עס איז נישט געווארן אריינגעבאקן אינגערהייט איז עס א חלק פון די DNA וואס מען האט אין זיך בירושה מדור דור. דאס איז די סיבה פארוואס פרייע אידן וואס האבן קיינמאל נישט געהערט פון אמונה, קענען אויך טרעפן זייער פינטעלע איד.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: אזמרה לאלקי בעודי – א דרך אין תפילה

שליחה דורך שמן למאור »

כ'פלעג זיך טאקע באנוצן מיט אט די עצה, ביז די נקודה הפנימית האט זיך שוין ליידער אויך פארלאשן. זייט דעמאלטס דאווען איך פשוט אזוי ווי רוב אידן אין ביהמ"ד וואס האבן נישט קיין אנונג וואס זיי זאגן.

וואס איז? וויבאלד כ'בין אן אנגעליינטער דארף איך יעצט סטראגלען מער ווי דער עמך איד? מיר קענען ביידע ריקן די מויל און ארויסזאגן די גאר באקאנטע ווערטער פונעם דאווענען, בשעת מען טוט דורך די לעצטיגע ביזנעס דילס אין קאפ.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
כספי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 437
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 883 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל

Re: אזמרה לאלקי בעודי – א דרך אין תפילה

שליחה דורך כספי »

ברוך שפינוזה האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 7:43 pm א. איינער וואס האט ספיקות אין אמונה איז נישט מנסך יין, אפגערעדט פון אזעלכע זייטיגע זאכן ווי קריעשיעניזם און אנדערע נארישקייטן, דלא כהחזון איש.

ב. מעגליך טאקע אז גאט איז א שלעכטער אכזר וואס דער וועלט האט נאכנישט געזעהן אבער אז מ'איז זיך מכניע איז מען כאטש אויף זיין גוטע זייט, אז מ'שטויסט און מ'לאזט זיך נישט פירן בלייבט מען קרח מכאן ומכאן.

ג. תפילה איז הכנעה צו גאט, ווילאנג א מענטש האט אן אייגענעם מיינונג קענען די מעסעדשעס פון אויבן נישט דורכדרינגען ווייל כיון דפליט לא בלע, דורך תפילה איז מען זיך מכניע אונטער די ענטיטיעס וואס זענען העכער און קלוגער און אזוי ווערט די שכל א ליידיגע כלי מקבל צו זיין די אנווייזונגען פון אויבן.
א. קריעשיניזם איז נישט די זעלבע זאך ווי עוג מלך הבשן'ס בארג, און ס'איז א ודאי נישט קיין נארישקייטן
ב. וואס הייסט אז מ'שטויסט? אז מ'האט אזעלכע ספיקות, דאס וואס כ'האב געשריבן אז מ'קען עס אויך נוצן להיפך? און כ'האב א ודאי נישט געזאגט אז גאט ב"ה איז א אכזר, כ'האב ארויסגעברענגט וואס קען שטערן ביים דאווענען
ג. כ'האב נישט געזאגט אז די מהלך אין תפילה איז די לכתחילה'דיגע וועג, נאר פאר איינער וואס מוטשעט זיך צו דאווענען איז דאס א מהלך


@אלפא איך לייקן נישט אז ס'איז דא א נפש אלוקית און א נשמה וכו' (עכ"פ מיין נקודה שבלב גלייבט דאך זיכער אין דעם), אבער ווען איינער רעדט וועגן דעם וואס מ'שפירט, איז עס נארמאל די 'אינערליכע אידענטיטעט'
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
די קעפעלע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 344
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 264 מאל

Re: אזמרה לאלקי בעודי – א דרך אין תפילה

שליחה דורך די קעפעלע »

די גאנצע נקודה וואס די האסט שיין באשריבען קומט פון ר' ברוך'ל מעזיבוזער זצוק"ל
אזמרה בעודי -בוצינא דנהורא.jpg
די קעפעלע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 344
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 264 מאל

Re: אזמרה לאלקי בעודי – א דרך אין תפילה

שליחה דורך די קעפעלע »

עס ווערט אראפ געברענגט כמה פעמים אינעם ספה"ק ישמח ישראל ווי ער איז עס מבאר באריכות מיט נאך צוגעלייגטע פרטים וביאורים
אזמרה בעודי.jpg
2אזמרה בעודי.jpg
די קעפעלע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 344
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 264 מאל

Re: אזמרה לאלקי בעודי – א דרך אין תפילה

שליחה דורך די קעפעלע »

אויך און ספה"ק זרע קודש אין פרשת ויגש וואס ער האט דארט אפאר יסודות'דיגע שטיקלעך אויף תפילה, איז אין די אופן הב' פונעם ערשטע שטיקל שטייט די בערך'דיגע נקודה חשובה
זרע קודש ויגש.jpg
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום די קעפעלע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

Re: אזמרה לאלקי בעודי – א דרך אין תפילה

שליחה דורך וואלווי »

די קעפעלע האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 11:15 am די גאנצע נקודה וואס די האסט שיין באשריבען קומט פון ר' ברוך'ל מעזיבוזער זצוק"ל

אזמרה בעודי -בוצינא דנהורא.jpg
אינטערסאנט, זיין "באליבטער" פלימעניק ר' נחמן פון ברעסלאוו זאגט די זעלבע געדאנק מיט די זעלבע צוויי טייטש'ן, אין ליקוטי מוהר"ן תורה רפ"ב
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום וואלווי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
די קעפעלע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 344
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 264 מאל

Re: אזמרה לאלקי בעודי – א דרך אין תפילה

שליחה דורך די קעפעלע »

וואלווי האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 11:30 am
די קעפעלע האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 11:15 am די גאנצע נקודה וואס די האסט שיין באשריבען קומט פון ר' ברוך'ל מעזיבוזער זצוק"ל

אזמרה בעודי -בוצינא דנהורא.jpg
אינטערסאנט, זיין "באליבטער" פלימעניק ר' נחמן פון ברעסלאוו זאגט די זעלבע געדאנק מיט די זעלבע טייטש, אין ליקוטי מוהר"ן תורה רפ"ב
נישט אזוי אינטערסאנט, עס קען גאר זיין אז די נקודת בדברים שטאמט פונעם זיידע די בעש"ט ה"ק.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

Re: אזמרה לאלקי בעודי – א דרך אין תפילה

שליחה דורך וואלווי »

די קעפעלע האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 11:38 am
וואלווי האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 11:30 am
די קעפעלע האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 11:15 am די גאנצע נקודה וואס די האסט שיין באשריבען קומט פון ר' ברוך'ל מעזיבוזער זצוק"ל

אזמרה בעודי -בוצינא דנהורא.jpg
אינטערסאנט, זיין "באליבטער" פלימעניק ר' נחמן פון ברעסלאוו זאגט די זעלבע געדאנק מיט די זעלבע צוויי טייטש'ן אין ליקוטי מוהר"ן תורה רפ"ב
נישט אזוי אינטערסאנט, עס קען גאר זיין אז די נקודת בדברים שטאמט פונעם זיידע די בעש"ט ה"ק.
דאס אז ס'קען זיין די זעלבע נקודות הדברים איז טאקע נישט אינטערסאנט, מ'קען טרעפן השוואות פון תורת ליטא צו תורת חסידות אויך, ווייל אמת'ע געדאנקן זענען אמת איבעראל.

וואס איז יא אינטערסאנט, אז נאך דו נקודות הדברים, וואס קען טאקע זיין פונ'ם זיידען, מה עשה הקב"ה אז ס'איז פונקט איינגעפאלן צוויי טייטשען אין צוויי אנדערע פסוקים, סיי והתבוננת און סיי אזמרה, פאר ביידע, סיי ר"ב און סיי ר"נ...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום וואלווי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

Re: אזמרה לאלקי בעודי – א דרך אין תפילה

שליחה דורך וואלווי »

כספי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 6:39 pm
אז מ'פאוקעסט אויף די נקודה שבלב, קען מען זוכה זיין אנצוקומען צו א מצב וואס די נקודה שבלב נעמט איבער דעם גאנצן מענטש, מיט אלע ספיקות און חקירות, און אין די צייט פון דאווענען - די חיי שעה - פארגעסט מען פון די אלע קושיות און ספיקות, מ'ווערט איבערגענומען פונעם נועם ה' פונעם נועם האמונה, און די סיבה איז פשוט, ווייל אויב פאוקעסט מען אויף א נקודה שבאדם וועט צום סוף די נקודה איבערנעמען דעם מענטש, ווי מ'זעט ביי א קינד צו סתם א מענטש, אויב וועט מען עם אייביג זאגן דו ביזט א פוילער, וועט ער עווענטועל ווערן א פוילער, אבער אז מ'וועט עם זאגן עכט ביזטו א זריז, נאר דא האסטו זיך געפוילט, וועט ער נישט ווערן פון דעם א פוילער, די זעלבע זאך ביי א מענטש אויב וועסטו פאוקעסן אויף זיין נקודה שבלב וואס גלייבט וועט עס צום סוף איבערנעמען דעם מענטש, עכ"פ בשעת'ן דאווענען.

בעצם איז דאס די פשט אין וואס רבי נחמן רעדט ארום אין די באוואוסטע תורה רפ"ב די אזמרה תורה, אז מ'דארף טרעפן אין יעדן איד אפי' אין א רשע און אזוי אויך אין זיך א נקודה טובה וואס יעדער האט, און דורך דעם קען מען עם מעלה זיין צו אינגאנצן גוט, ווייל אז דו פאוקעסט אויף די חלק הטוב פונעם מענטש אפי' ער איז א רשע, אבער אויב פאוקעסטו אויף די חלק הטוב וועט עס צום סוף איבערנעמען דעם מענטש, עם צו מאכן טאקע פאר כל כולו טוב.

הארציגע געפילישע געדאנקן, הערליך אראפ געשריבן, ייש"כ.

-----------------

אויב איך מעג צולייגן דרך אגב:
די כוונה פון תורה רפ"ב זעהט אויס, ספעציעל ווען מ'לערנט עס איבער, מער ווי "פאוקעס" כשלעצמו. אז די נקודה איז די פאקעס און מ'שטילט אפ די טענות ומענות פון ארום, דאס מאכט נאך נישט דו עצם זאך גוט, ווייל ס'איז מער פארמאך איין אויג און עפען אויף די צווייטע, מיט די האפענונג אז דאס "וועט" סוף כל סוף גורם זיין צו מאכן די מענטש גוט. וואס ער זאגט דארט, איז א געדאנק אז ס'איז בכלל נישט דא קיין רשע, ווייל רשע איז נאר טאמער ס'איז הונדערט פערסענט רשע, און אזא זאך עקזעסטירט נישט. ער פאקעסט נישט דווקא אויף די גוטס, ער לערנט אפ אז ס'איז עקזיסטירט בכלל נישט קיין שלעכט אויב א יעדער האט עפעס גוטס, ס'איז נישט סתם שטיל געמאכט דורך גענוג איבערזאגן איך בין יא גוט, אדער אז די פאוקעס וועט "גורם" זיין אז ס'זאל זיך זעצן די גוטס, ס'איז די מציאות אז דן זיין לכף זכות, אפילו נאר איין קליינע נקודה, שטעלט אוועק אז מעשי רשע איז פשוט נישט א עכטע זאך, נישט אלס קאנווינסן גארנישט. אדרבה, א מענטש דארף וויסען אפילו ער זעהט קלאר שלעכטע מעשים, אדער ער קען בשום אופן נישט פארטרייבן פארשידענע מחשבות וועגען גאט און זיך, דאך קען מען בלייבן אזוי, און דאך זיין הייליג און קאנעקטעד. מ'דארף גארנישט מעקן, ס'איז נישט קיין סתירה.

עיי"ש.

----------------
די זעלבע געדאנק ליגט אין די ווערטער אין יאוש בעולם "כלל". א יעדע מענטש האט זאכן וואס טויגן נישט און ער איז זיך מייאש פון דעם, אבער קיינער קען נישט זאגן אז מ'איז הונדערט פארצענט מיואש אז "גארנישט" ארבעט, וויייל אייביג טויג עפעס. ס'איז נישט קיין עקסערסייז, ס'איז נאר א מציאות אז קיינער איז נישט קיין "עכטע" רשע און קיינער איז נישט "אינגאנצן" פארפאלן, אפילו אז ער האט שלעכטע מחשבות אדער כוונות, אדער שלעכטע מעשים, ווילאנג ס'דא איין גוטע זאך אין די מענטש.

די זעלבע, כל העולם כולו גשר צר מאוד והעיקר שלא לפחד "כלל". די פאוקעס איז נישט אז צום "סוף" וועט מען אויסגעלייזט ווערען, אדער צום "סוף" וועט מען איין זעהן די גוטס, כאילו ס'איז חיזוק ווערטער געבויט אויף א הבטחה. ס'מיינט בשעת מעשה (ווען מ'איז אויף די ברידזש....) איז די עיקר שלא לפחד "כלל", ווייל דווקא ארום גענומען מיט אלע בילבולים, אן קיין הבטחות אויף א ישועה, דאך קען מען עקסעפטן אז גארנישט איז הונדערט פראצענט, אזוי קען מען לעבן אפילו די פחדים'דיגע מצב שטייט פאר די אויגן.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
כספי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 437
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 883 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל

Re: אזמרה לאלקי בעודי – א דרך אין תפילה

שליחה דורך כספי »

וואלווי האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 1:00 pm
די כוונה פון תורה רפ"ב זעהט אויס, ספעציעל ווען מ'לערנט עס איבער, מער ווי "פאוקעס" כשלעצמו. אז די נקודה איז די פאקעס און מ'שטילט אפ די טענות ומענות פון ארום, דאס מאכט נאך נישט דו עצם זאך גוט, ווייל ס'איז מער פארמאך איין אויג און עפען אויף די צווייטע, מיט די האפענונג אז דאס "וועט" סוף כל סוף גורם זיין צו מאכן די מענטש גוט. וואס ער זאגט דארט, איז א געדאנק אז ס'איז בכלל נישט דא קיין רשע, ווייל רשע איז נאר טאמער ס'איז הונדערט פערסענט רשע, און אזא זאך עקזעסטירט נישט. ער פאקעסט נישט דווקא אויף די גוטס, ער לערנט אפ אז ס'איז עקזיסטירט בכלל נישט קיין שלעכט אויב א יעדער האט עפעס גוטס, ס'איז נישט סתם שטיל געמאכט דורך גענוג איבערזאגן איך בין יא גוט, אדער אז די פאוקעס וועט "גורם" זיין אז ס'זאל זיך זעצן די גוטס, ס'איז די מציאות אז דן זיין לכף זכות, אפילו נאר איין קליינע נקודה, שטעלט אוועק אז מעשי רשע איז פשוט נישט א עכטע זאך, נישט אלס קאנווינסן גארנישט. אדרבה, א מענטש דארף וויסען אפילו ער זעהט קלאר שלעכטע מעשים, אדער ער קען בשום אופן נישט פארטרייבן פארשידענע מחשבות וועגען גאט און זיך, דאך קען מען בלייבן אזוי, און דאך זיין הייליג און קאנעקטעד. מ'דארף גארנישט מעקן, ס'איז נישט קיין סתירה.

עיי"ש.
זייער גוט געזאגט, און א ייש"כ פאר די קאמפלימענט

בנוגע דאס וואס דו זאגסט אז אויב איז דא אביסל גוטס איז טיישט אז ער איז בכלל נישט קיין רשע, האב איך געהערט פון איינעם אז פונקט ווי דער תניא זאגט אז אויב האט איינער געטון איין עבירה הייסט ער שוין א רשע, די זעלבע זאך איז ווען איינער האט געטון אפי' נאר איין מצוה דארף ער שוין צו הייסן א צדיק! אויף וויפיל דער תניא זאגט אז די עבירה מאכט עם פאר א רשע פאר א מורד בה', פונקט אזוי וועט איין מצוה עם מאכן פאר א צדיק און א עבד ה', און ס'ליגט א טיפע אמת אינדעם
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
פארשפארט