געים טעאריע

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

מי אני האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 9:41 pm עס איז טאקע דא לגבי שאך אין געים טעאריע דעם זערמעלאָ טעארעם. דאס לויטעט אז ביי יעדעס פיניט צוויי-שפילער געים (א שפילער׳ס אפציעס זענען פיניט, הגם אז עס איז יתכן אז די געים קען בעצם אָנגיין לעולם (אפילו מער ווי 5 שעה…)), עס איז א סארט געים פון פּערפעקט אינפארמאציע, און עס איז נישטא דערין קיין עלעמענט פון מקרה, דעמאלטס קענען (אין טעאריע) ביידע שפילערס צווינגען א געווינס אדער צוזאמען צווינגען א טיי/draw. שאך איז אזא סארט געים. דא האב איך דאס אביסל צוגעברענגט (און טאקע אין אַן ענין פון טעאלאגיע, וואס געים טעאריע קען מען צושטעלן צו טעאלאגישע ענינים).
אין דעם איז דא די סוגיא פון סאַלווען געימס. דאס איז ווען איך קען פאראויסזאגן און/אדער צווינגען א געווינס אדער טיי פאר א שפילער און א צוויי-שפילער געים. אין דעם זענען דא דריי סארטן פון סאַלווען:

1). שטארק - דאס איז ווען נישט קיין חילוק וואו אימער מ׳האלט אינעם געים, קען מען פון דארט צווינגען א געווינס/טיי, נישט קיין חילוק וואס דער אנדערער וועט טוהן. לדוגמא די געים פון טיק-טאַק-טוֺי איז געסאַלווט באופן זה.

2). שוואך - אויב מ׳קען צווינגען א געווינס/טיי פונעם אָנהויב פונעם געים פאר איינע פון די שפילערס, נישט קיין חילוק וואס דער אנדערער וועט טוהן. לדוגמא די געים פון טשעקערס איז געסאַלווט באופן זה.

3). זייער שוואך - מ׳קען אויפווייזן אז דער שפילער וואס גייט ערשט וועט געווינען, פארלירן, אדער האבן א טיי, אָננעמענדיג אז אלע שפילערס וועלן שפילן פּערפעקט, דהיינו אז יעדעס שפילער וועט ביי יעדעס טוּרן מאכן דאס בעסטע ״מאָוו״ מעגליך פאר אים (און וואס איז א ״פּערפעקט״ מאָוו ביי יעדעס מקום און טוּרן, איז סירקולער אין דעם אז מ׳קען דאס טאקע נאר וויסן איינמאל מ׳האט געסאַלווט, כאטש זייער שוואך, דעם געים).

***

לגבי די טיט-פאר-טעט סטראטעגיע, איז די סאָקסעס דערפון מיוסד אויף דעם אז עס האט 4 קוואַליטיס:

1). עס איז שיין - עס זוכט צו קאָאַפּערירן מיט׳ן קעגנער

2). עס איז זיך נוקם - אויב טוהט דער קעגנער נישט קאָאַפּערירן, איז עס זיך גראד נוקם דאס נעקסטע מאל

3). עס פארגעבט - נאכ׳ן זיך נוקם זיין, טאמער שטעלט זיך די קעגנער צו, איז עס נישט נוטר דאס וואס מ׳האט נישט קאָאַפּערירט פריער

4). עס איז קלאר - דער קעגנער ווייסט פונקטליך וואס די סטראטעגיע איז
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

אויבן האב איך צוגעברענגט פון דר. עדווארד ראָזענטאַל:
Similar problems involving the carving up of an estate, along with some provocative solutions, were described in the Talmud, the ancient book of Jewish law, many centuries ago. These problems were rediscovered in the 1980s, prompting a lively debate among game theorists. It turns out that some of the mysterious Talmudic prescriptions actually coincided with certain game-theoretic constructs!
דא (און דא) טוהט דער מאטעמאטיקער/עקאנאמיקער דר. ישראל (ראַבּערט) אומן דורך די געדאנק פון דעם יחלוקו פון שנים אוחזין בטלית בב"מ ב. און די סוגיא בכתובות צג. פון מי שהיה נשוי שלש נשים ומת ואין כתובותיהן שוות, פון א געים טעארעטישן פּערספּעקטיוו. ער טוהט דורך וואו די געדאנק אונטער ביידע פעלער איז, ווי רש"י איז מסביר בב"מ, אז די דיון וחלוקה איז נאר אויף די חלק וואס ביידע שלאגן זיך ארום אויף און די רעשט איז לא בא בחשבון כלל. דאס רופט זיך די פּרינציפּ פון קאנטעסטעד סומעס.

ער שרייבט:
The reader may ask, isn’t it presumptuous for us to think that we succeeded in unraveling the mysteries of this Talmudic passage, when so many generations of scholars before us failed? To this, gentle reader, we respond that the scholars who studied and wrote about this passage over the course of almost two millennia were indeed much wiser and more learned than we. But we brought to bear a tool that was not available to them: the modern mathematical theory of games

The actual sequence of events was that we first discovered that the Mishnaic divisions are implicit in certain sophisticated formulas of modern game theory. Not believing that the sages of the Talmud could possibly have been aware of these complex mathematical tools, we sought, and eventually found, a conceptual basis for these tools: the principle of consistency. Of this, the sages could have been, and presumably were, aware. It in itself is sufficient to yield the Mishnaic divisions; and it is this principle that we describe below, bypassing the intermediate step – the game theory

It’s like “Alice in Wonderland.” The game theory provides the key to the garden, which Alice had such great difficulty in obtaining. Once in the garden, though, Alice can discard the key; the garden can be enjoyed without it
איך האב געקלערט אז דא האט @מאטי געשריבן:
מאטי האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 7:53 pmשנים אוחזין בטלית......יחלוקו

ווער באקומט די זייט פון די עטרה?

נאר דיבר המשנה בהווה, אויב ס'איז דא צוויי זייטן און מ'שרייט ״כולה שלי״, איז דאס לכאורה א רבי'שע טלית מיט אויך אַן עטרה פון אונטן...
אבער לפי"ז אז דאס ווערט אנאליזירט דורך געים טעאריע, באדייט דאס דאך אז אלע שפילערס דא זענען ראציאנאל. און דאס איז ל"ד ביי רבי'ס און זייערע קריגערייען. ואולי אז די געים טעארעטישע מאדעל גייט נאר אָן וואו איינער זאגט נאר ״חציה שלי״, וממילא איז ער נישט קיין רבי און יא א ראציאנאלער מענטש... :D

(ועיין להלן בדף ז.)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

דאס טונקעלע וואלד היפּאטעזיע

שליחה דורך מי אני »

ווי באקאנט, לויטעט דאס פערמי פּאראדאקס אז די יוּניווערס איז דאך אזוי גרויס ולכאורה מיט אסאך פלאנעטן וועלכע קענען אנהאלטן פארעמעס פון לעבנס, און אויב אזוי דאן וואו זענען זיי און פארוואס זעהט מען גארנישט? א מעגליכע תשובה דערויף איז וואס ווערט גערופן די טונקעלע וואלד היפאטעזיע. דאס לויטעט אז די יוּניווערס איז בעצם פוהל מיט לעבן, נאר מ׳באהאלט זיך בכוונה שטיל, אויס מורא פון ווערן פארטיליגט דורך אנדערע לעבן אויף אנדערע פּלאנעטן. דאס איז ענליך צו דעם ווען מ׳איז מיט געווער אין א טונקעלע וואלד, וואו מ׳האט מורא אז עס זענען דא אנדערע אזוי ווי דיר. מ׳וועט זוכן צו זיין ווי שטילער אויס מורא וואס די אנדערע וועלן טוהן. און טאמער זעהט מען איינעם, וועט מען אים פרובירן צו שיסן פריער אלס הבא להורגך וכו׳.

דאס ארבעט בעצם עפ״י א סיקווענשאל געים אין געים טעאריע וואו מ׳גייט אין טורנס, און וואו מ׳האט נישט קיין קאמפּליִט אינפארמאציע איבער׳ן קעגנער׳ס יוּטיליטיס און ווערט. והיינו, ווייל אויב זעהט מען א סיגנאל פון טעכנאלאגישע לעבן פון א צווייטע פּלאנעט האט מען דריי ברירות: ענטפערן, איגנארירן, אדער אטאקירן/פארטיליגן (אָננעמענדיג אז מ׳קען דאס טוהן). ווערן פארטיליגט איז א געוואלד נעגאטיווע יוּטיליטי פאר׳ן פארטיליגטן, אבער איז ל״ד אזוי פאר׳ן פארטיליגער. פון ענטפערן אדער איגנארירן ווייסט מען נישט צי עס זענען דא פארדינסטן.
IMG_7043.jpeg
עס קומט בעצם אויס אז טאמער מ׳באקומט א סיגנאל פון א צווייטן און מ׳איגנארירט דאס, איז מען נאך אלס בסכנה, וויבאלד מ׳געבט יעצט יענעם דאס מעגליכקייט צו פארטיליגן אָן דוקא האבענדיג פארדינט גארנישט פונעם איגנארירן (סיידן אויב עס זענען דא עטישע יוּטיליטיס).
IMG_7042.jpeg
די נאמען פונעם היפאטעזיע קומט פונעם צווייטן בוך פון ליאוּ זשיקסין׳ס רעמעמבּרענס פון די וועלט׳ס עבר סיי-פיי טרילאדזשי. נעטפליקס האט עס אָנגעהויבן צו אדאפּטירן. דאס איז פון דוד בּעניאף און דניאל ווייס וועלכע האבן אדאפּטירט דזשאָרדזש מארטין׳ס א געזאנג פון אייז און פייער פענטעסי סעריע, מיט זייער געים אָוו טרוֺינס. (ואגב, די ״סאָפאַן״ קאמפּיוטער אויפ׳ן פּראָטאַן וואס איז סענטיענט, געמאכט דורך די ״טרייסאָלעריענס״, דערמאנט פונעם קאמפּיוטער אינעם סיפור פון הארלאן עליסאן.)

ואגב, אז מ׳רעדט פון געים טעאריע איז מיר אינטרעסאנט אינעם סיפור אז די ״טרייסאָלעריענס״ זוכן צו אנטלויפן פון זייער פּלאנעט וויבאלד עס ליידט פון אימסטאבּילע אָרבּיטס מכח דעם דריי-בּאַדי פראבלעם. אבער, זייענדיג אז זיי האבן דאך גאר שטארקע טעכנאלאגיע, וואלט דען זיי נישט געווען בעסער אין טערמינען פון יוּטיליטי צו זוכן און טעראַפאָרמען (באיזה אופן) א פּלאנעט מיט א סטעיבּעל אָרבּיט וואס איז ליידיג? ווי די מעשה שפילט זיך אויס ווערט זייער פּלאנעט מיט די וואס זענען דארט איבערגעבליבן, פארטיליגט (צוזאמען מיט די וועלט) אדאנק די קאנפליקט מיט דאס מענטשהייט. און ווי די באקאנטע מאמר, ״אין מלחמה זענען נישטא קיינע זיגערס. נאר איבערלעבערס.״

די געדאנק האט אויך ענליכקייטן צום בּערזערקער היפּאטעזיע, וואס לויטעט אז די סיבה מ׳זעהט נישט קיין לעבן פון אנדערע פּלאנעטן, איז ווייל ווען מ׳ווערט נתגלה שיקן אנדערע ציוויליזאציעס ארויס וואן-ניומאן פּרוֺיבּס, ראבאטן וועלכע מאכן זיך אליינס נאך, זיי צו פארטיליגן. ועכ״כ אז די האַרט-טיפּלער קאָנדזשעקטשור לויטעט אז דאס אז מ׳זעהט נישט אזעלכע פּרוֺיבּס, איז א ראיה אז עס איז טאקע נישט פארהאן קיין אנדערע לעבן אין אונזער סביבה אין די רוֺימען.


ובענין זה איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען צום טעזע און מאדעל, בראשות פון דער עקאנאמיסט דר. ראבּין הענסאן, אז עס איז יתכן אז (ווענדענדיג זיך אין וויפיל שווערע טרעפּן/פילטערס מ׳דארף דורכגיין אָנצוקומען צו טעכנאלאגישע ציוויליזאציעס) עס זענען שוין דא עיליען ציוויליזאציעס וואס עקספּענדן און ״כאפן״ שטחים פון די יוּניווערס. און ווען מ׳דעטעקט זיי מיינט דאס אז זיי זענען שוין דא צו עקספּענדן אהער!

(ועיין ערך סילוּריען היפּאטעזיע. ולאידך גיסא איז בכלל דא דעם בכור היפּאטעזיע וועלכע לויטעט אז אונז זענען טאקע דאס ערשטע. אין זייער מאדעל רירן זיי אָן דערויף, ובפרט אויב איז דא מער צייט ארום קלענערע רויטע שטערענס, וועלכע לעבן אסאך לענגער, אז לעבן זאל אפירקומען. ולכן, אז אונז זע׳מיר יא דא אזוי פרי, איז דאס ווייל על הכלל כולו פונעם סעט פון עיליענס קען מען נאר זיין ביים אָנהויב, ווייל די וואס זענען געקומען פריער נעמען איבער און לאזן נישט אנדערע זיך דעוועלאפּן.)

דר. דניאל מארטין, איינע פון די מחברים פונעם מאדעל, האט געמאכט א פּרעזענטאציע וויאזוי די ציוויליזאציעס וואס ״כאפן״ פילן אָן שטחים פון די יוּניווערס, ביז זיי קלאפן זיך אָן אין א צווייטע ציוויליזאציע וואס ״כאפט״ שטחים. עס דערמאנט פון וואָראָנאָי סעלס אין 3D (אויב אלע עקספּענדן דאס זעלבע שנעל ארום זייער היים-פּלאנעט).

ואגב, בענין שׁעיפּס, וויל ער פארענטפערן דעם פערמי פּאראדאקס דורך די לעווענטאל פּאראדאקס. די לעווענטאל פּאראדאקס איז אז לעבן ארבעט דורך פּראָטיִנס, וועלכע ווערן צאמגעשטעלט דורך עמיִנוׂי עסידס. אבער כדי צו קענען טוהן זייערע ביאלאגישע פונקציעס דארף זיך דערנאך די פלאכע טשעין פון עמיִנוׂי עסידס פאָלדן אין א ספעציעלן וועג. און ווי מער עמיִנוׂי עסידס די (פּאַליפּעפטייד) טשעין האט, אלס מער מעגליכע וועגן פון זיך צאמשטעלן האט דאס. און אויב מ'נעמט אָן אז אלע וועגן ווי עס קען זיך פאָלדן זענען דאס זעלבע פּראַבּעבּל, דאן וואלט גענומען פי כמה לענגער ווי די גיל העולם, ואפילו טאמער עס פרובירט מעגליכע וועגן משונה'דיג שנעל, אז עס זאל טרעפן די ריכטיגע וועג וויאזוי זיך צו פאָלדן אז עס זאל זיין געאייגענט פאר לעבן. (עס איז טאקע יתכן אז עס איז דא א סיבה מכח די ענערגיע וכדומה וואס עס פאָלד זיך פונקט אזוי. (עפ״י אַנפינסען׳ס דאָגמאַ גייט א ספּעציפישע פּאַליפּעפּטייד טשעין, עכ״פ א קליינע, זיך פונקטליך פאָלגן אין איר ספּעציפישע שׁעיפּ עפ״י וואו עס נוצט און קומט אָן צום קלענסטן ענערגישע סטעיט; עכ״פ אונטער נארמאלע ביאלאגישע אומשטענדן. הגם, עס איז שייך אז פּראָטיִנס זאלן ל״ע זיך נישט ריכטיג פאָלדן און דאס קען ל״ע זיין א מחלה.) ועפי"ז זאגט ער אז אט די וועגן זענען מער ווי די מעגליכע פּלאנעטן אינעם יוניווערס. און נאר דא האט עס, ביי טשענס, פאסירט.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

מינימעקס און א נייע קאסמאגאני

שליחה דורך מי אני »

ווי אביסל אראפגעברענגט זענען דא צוויי אלגעמיינע צוגאנגען צו שפילן געימס. די ערשטע איז מינימעקס, וואס איז א מער ״נעגאטיווע״ צוגאנג ולגבי די פארלוסטן, וואו מ׳חשבונ׳ט אויף די ערגסטע פאל מעגליך - דאס גרעסטע פארלוסט אויסשטעל מעגליך - און מ׳זוכט דאס ווי מער צו מינימיזירן די שאדן דערפון. אין אנדערע ווערטער, פאר די שפילערס קעגן אים איז דאס די קלענסטע רווח זיי קענען אים צווינגען צו באקומען אָן וויסן זיין סטראטעגיע. די צווייטע איז מעקסימין, וועלכע איז א מער ״פאזיטיווע״ צוגאנג ולגבי די רווחים, וואו מ׳חשבונ׳ט אויף די לכה״פ ווייניגסטע רווח וואס מ׳איז זיכער צו באקומען ואפילו אָן וויסן די סטראטעגיעס פון די שפילערס קעגן אים.

דא האב איך געשריבן:
מי אני האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 12, 2024 4:32 pm לגבי די קאַרדאַשׁעוו סקעיל און דאס אז, ווי דר מיכאל שערמער ברענגט ארויס, אונז וואלטן באטראכט א טייפּ 3 ציוויליזאציע און העכער ‏ווי געטער, שרייבט דר. דוד סקיבּינסקי אז טאמער איז די מולטיווערס היפּאטעזיע ריכטיג, אז עס זענען פארהאן אומצאליגע יוניווערסעס (מיט די זעלבע, צי מעגליכע אנדערע, פיזישע געזעצן), דאן איז אזא סארט ענטיטי און גאר העכערע ציוויליזאציע (וועלכע האט מעגליך געמערדזשד אין צו איין קאַנשעסנעס), וואס אונז פארשטייען מיר און קענען נאר משיג זיין אלס "ג-ט" און וואס קען פועל זיין על עולמות, בהכרח אפירגעקומען נאטורליך (וידוע מאמרו של ארטור קלאַרק).

דאס אלעס גייט אביסל אין איינקלאנג מיט די פּלעניטעריאום היפּאטעזיע, וועלכע קלערט אז אונז זענען א טאקע אין א סארט סימיולעישאן געשאפן דורך א טייפּ 3 ציוויליזאציע, אזוי אז זיי מאניפּיולירן (עכ"פ) דאס וואס אונז זעהן אין די רוימן. דאס איז א מעגליכע תירוץ צום פערמי פּאראדאקס, אז טאמער איז די יוניווערס אזוי אומגעהויער גרויס, איז דאך יתכן אז עס זאלן זיין אנדערע לעבנס אין די רוימן, איז אלזא פארוואס זעהט מען גארנישט אזוי?
ובזה האט סטאניסלאוו לעם געשריבן כאילו ער שרייבט א רעצענזיע אויף א בוך ״דאס נייע קאסמאגאני״. אין דעם ברענגט ער ארויס א סברא פון אַן ״אלפרעד טעסטאַ״ (בשעת זיין דרשה ביים באקומען א נאָבּעל פּרייז…), אז אינעם מאָלטיווערס זענען (מעיקרא) געווען אפגעזונדערטע חלקים מיט אנדערע פיזיקס געזעצן. אין אסאך פון זיי זענען, במשך ביליאנען יארן, אפירגעקומען אינטעליגענטע ברואים ווייט ווייט אויפ׳ן קאַרדאַשׁעוו סקעיל. ווען זיי האבן געזוכט צו אריינגיין אין אנדערע חלקים, וועלכע האבן געהאט אנדערע פיזיקס געזעצן, זענען געשעהן חורבנות, זייענדיג אז די יסודות׳דיגע געזעצן זענען נישט אין איינקלאנג. אלע די ברואים האבן גע׳חשבונ׳ט אז עס זענען פונקט אזוי אפירגעקומען גאר אינטעליגענטע ברואים ווי זיי אין די אנדערע חלקים, מיט וועמען זיי קענען נישט קאמיוניקירן מחמת די אינקאמפּעטיבּיליטי פון די פיזיקס געזעצן.

איז אשר על כן ארויסגעוואקסן א געים צווישן די ברואים, וואו די אלע ברואים האבן אינקאמפּליִט אינפארמאציע איבער די סטראטעגיעס פון די אנדערע, און זיי זוכן צו צוביסלעך טוישן די עצם פיזיקס געזעצן פון אנדערע חלקים (זייענדיג אז זיי זענען גאר הויך אויפ׳ן קאַרדאַשׁעוו סקעיל כנ״ל) און זיי מאכן אייניג צו זייערס. זייענדיג אז זיי ווייסן נישט די סטראטעגיעס פון די אנדערע שפילערס, שפילן זיי א מינימעקס סטראטעגיע, וואו זיי אלע פרובירן צו מינימיזירן זייערע פארלוסטן, אין טערמינען פון די טויש אין די פיזיקס, אויף וואו ווייט מעגליך. ועפי״ז זענען זיי צוגעקומען צו א נעשׁ עקוויליבּריִאוּם וואו מ׳טוישט צוזאמען גאר צוביסלעך די געזעצן פון פיזיקס זיי צו מאכן אזוי אז זיי זאלן זיין ווי נענטער צו יעדן איינעם. און דאס איז די פיזיקס (לע״ע) וואס אונז זעהן אין אונזער יוּניווערס. (כמובן נעמט דאס אָן אז די געזעצן ויסודות פון לאגיק ומאטעמאטיקס, וואס אויף דעם איז דאך געים טעאריע געבויט, זענען יא דאס זעלבע פאר יעדן איינעם אלעמאל.)

ועפי״ז איז דאס די סיבה פארוואס די יוּניווערס טוהט עקספּענדן. והיינו, די עקוויליבּריִאוּם אינעם געים איז אז אלע די ברואים שטעלן אויס די פיזיקס אזוי, כדי אז ציוויליזאציעס וואס קומען אפיר זאלן זיך נישט צאמקומען, וואס דאס קען צושטערן אט דעם האקעלן עקוויליבּריִאוּם. און דאס איז די ענטפער צום פערמי פּאראדאקס, פארוואס מ׳זעהט נישט קיינע אנדערע אינטעליגענטע ברואים; עס איז במכוון אזוי. דאס איז אויך די סיבה פארוואס עס איז דא א ״ספּיִד לימיט״ אויף ווי שנעל אינפארמאציע קען גיין - דאס שנעלקייט פון ליכטיגקייט. דאס איז כדי אז קיין שום שפילער זאל נישט קענען באקומען אינפארמאציע שנעלער פון א צווייטן, וואס דאס וואלט ווייטער צושטערט דעם עקוויליבּריִאוּם. און דאס איז אויך די סיבה פארוואס זמן פארט נאר אין איין דירעקציע: כדי אז קיין שום שפילער זאל נישט קענען מבטל זיין א ״שפיל/מאָוו״ וכדומה וואס א שפילער האט שוין געטוהן.

לעם שרייבט דארט:
The matrix of the conflict encounter - that is, of the Game - is the formal skeleton of any religious faith that has not completely cast off its Manichean elements. And where is the religion with no vestige of those?
דר. פיל פאָרד זאגט אז די געדאנק זוכט משווה צו זיין דאס נאטורליסטישע/סעקולארע אויסקוק מיט׳ן טעאיסטישן. אבער ווי לעם אליין שרייבט:
This thesis presents us with masked gods, gods in the dress of material beings, and presents them in the dry language of logical propositions: at the same time, it calls the laws of nature the outcome of their conflict. The result is that we are stripped of everything at once: both of our faith, conceived as Transcendence culminating in perfection, and of our science, in its honest, secular, and objective sobriety. In the end, nothing is left us; all premises, on either side, reveal themselves to be completely inapplicable. One gets the feeling that one has been dealt with barbarously - robbed in the context of a mystery neither religious nor scientific
דר. פאָרד ברענגט אויך צו פון דזשאן העריסאן לגבי בעיית הרעות, אז עס קומט אויס מזה אז מ׳קען נישט משפט׳ן ״גאט״ על הרעות, זייענדיג אז די וועלט איז נאך ״א ווערק אין פּראגרעס״.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
בקע לגלגולת
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 26, 2024 6:31 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

Re: געים טעאריע

שליחה דורך בקע לגלגולת »

גאר איטרעסאנט ווי אזוי ער צונעמט דאס
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

אינעם לעצטן בוך, טויט׳ס ענדע, פונעם פריער-דערמאנטע ‫רעמעמבּרענס פון די וועלט׳ס עבר‬ סעריע, איז דא אַן ענליכן געדאנק פונעם פריער-דערמאנטן נייע קאסמאגאני. והיינו, אז מעיקרא איז די יוּניווערס געווען 10 דיימענשאנס און די שנעלקייט פון ליכטיגקייט איז געווען אינפיניט. נאר פארשידענארטיגע עיליען גאר ‏פארגעשריטענע טעכנאלאגישע ציוויליזאציעס האבן זיך געשלאגן און גענוצט גאר פארגעשריטענע געווער, וועלכעס קאָלעפּסט העכערע דיימענשאנס אין צו קלענערע, כדי צו פארטיליגן די קעגנערס. דאדורך איז עס עווענטועל אנגעקומען צו אונזער דריי דיימענשאנס (אין אונזער ראיאן וואו אונז זענען אפירגעקומען דערנאך) און דאס האט אויך גורם געווען צום פארשטאטערונג פון דאס שנעלקייט פון ליכטיגקייט (ובכלל געברענגט חורבן צום יקום על הכלל).

און מ׳קען זאגן א רמז אז לכן בעת מלחמה טרעפט מען (שמות יד ז) ״ושלישים״ על כולו. והיינו, אז די מלחמות צווישן די פארגעשריטענע ציוויליזאציעס בהיוּניווערס האבן צוגעפירט אז עס זאל ענדגילטיג נאר זיין ביי אונז ״שלש״ דיימענשאנס…
און דאס איז אויך א רמז (לעיל שם י כג) ולא קמו איש מתחתיו ״שלשת״ ימים ולכל בני ישראל היה ״אור״ במושבותם. והיינו, אז דאס אז עס איז פארבליבן נאר דריי דיימענשאנס, האט פועל געווען על מהירות האור. (וכעי״ז אפשר לרמז בהפסוק ביחזקאל ה ב)…
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
פארשפארט