די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 349
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2018 1:04 pm
- האט שוין געלייקט: 246 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
קאפיטל ניין
חושך אין דער קהלה קדושה כעלם
עס האט נישט לאנג געדויערט און ביים כעלעמער רב אין שטוב האט זיך געטון חושך. באלד איז אנגעקומען צולויפן ר' שעפסעלע מורה הוראה. די אידן האבן געציטערט ווי די פיש. זינט כעלם איז א שטאט אין תפוצות ישראל איז נאך אין איר נישט געשען אזא מורא'דיג געשעעניש. כעלעמער בית דין האט זיך געלאזט פארפירן פון דעם עדות זאגן פון עפעס א איד, א שלעפער, און האט מתיר געווען אן אשת איש. די אשת איש האט געברענגט אויפ'ן ליכט פון דער וועלט א רעשטל מיט ממזרים. אודאי זענען דא די אידענע און דער שמאטע-קלייבער גאט די נשמה שולדיג, דאס וואס כעלעמער בית דין האט אבער אפגעטון שרייט צו די הימלען.
דער רב און דער מורה הוראה ר' שעפסעלע האבן נעבעך שווער געזיפצט. זיי האבן ארויסגענומען א האלבע שאנק ספרים און געמישט און גענישטערט. מיש היינט, מיש מארגן. עס איז געשען! אין דער קהלה קדושה כעלם לויפן ארום ממזרים. אן אשת איש לעבט מיט א פרעמדן מאן. און דער כלומר'שטער בר-מינן בערקע פארעך זיצט מיט דער קאטארינקע אין שטאטישן הקדש, שווייגט ווי די וואנט און קוקט אויפ'ן פויגל.

- הודעות: 307
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 10:18 pm
- האט שוין געלייקט: 507 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
@נחום הסופר
ממש אויסצוקישן
א אבנארמאלע פעדער און ווינדערליכע פאנטאזיע

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:

דער גרויסער אידיש שרייבער דער אומפארגעסליכער חיים גראדע פארציילט אן ענליכן סיפור המעשה. נאר מיט אן אנדער'ן סוף. (עיין שם).
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 349
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2018 1:04 pm
- האט שוין געלייקט: 246 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
קאפיטל צען
די שארפע שווערד פון בית דין
עס האט זיך אנגעהויבן א שרייבעניש פון שאלות-ותשובות.
דאס כעלעמער בית דין האט זיך פונאנדערגעשריבן מיט פארשידענע גדולי הרבנים אין פוילן. אומעטום זענען אידן און רבנים אויפגעציטערט געווארן פון דער מעשה נורא אין כעלם. אידישע הערצער זענען אנגענומען געווארן מיט רחמנות סיי אויפ'ן כעלעמער רב און סיי אויפ'ן מורה הוראה ר' שעפסעלע – אומשולדיג האבן זיי נעבעך אויפגעעפנט אלע ניין און פערציג טויערן פון גיהנם און אנגעצינדן אינמיטן די תפוצות ישראל א שווארצן פייער. א בית דין האט מתיר געווען אן אשת איש און דאס אשת איש האט געברענגט לעבעדיגע ממזרים.
מען האט ווידער געמישט ספרים - אבער דער דין האט פון דארט ארויסגעשריגן מיט גרויס גרימצארן. ווי מען זאל אים נישט טייטשן און דרייען – דער דין האט ארויסגעבליצט פון די ספרים ווי א שארפע שטאָלענע שווערד. ער האט געדראעט און געמאָנט און געשריגן: פאַרגעלטונג!

קאפיטל עלף
דער פויגל קוקט אויף בערקע פארך
די אשת איש דבורה מרים איז גאט די נשמה שולדיג. כעלעמער בית דין האט זי ארויפגעזעצט אויף דער שארף פון א שווערד פונעם בית דין. זי דרייט זיך ארום א בלאסע און א שווייגנדיגע. זי עסט נישט און טרינקט נישט. כסדר האלט זי אירע קינדער ביים פארטעך ווי א קוואקע, וואס נישט געקוקט אויף איר שוואכקייט באשיצט זי אירע קינדערלעך פאר אלע שטורעם ווינטן. דבורה מרים האלט זיי ביים פארטעך, אירע קינדער, זי ווייסט, אז זיי זענען ממזרים, אבער זי וועט זיי פון זיך נישט לאזן אוועקנעמען. מיט די ציין וועט זי פאר זיי אוועקבייסן אלעמען וואס וועלן זיך נאר צורירן.
דער שמאטע-קלייבער קומט נישט אהיים. ער פארט אויך נישט אין די דערפער. ער זיצט אויף א שטיין הינטער דער מקוה און גלאצט אין הימל אריין.
אין הקדש זיצט בערקע פארך מיט דער קאטארינקע. ער האלט דעם פויגל אין דער האנט און קוקט אויף אים. אויך דער פויגל האט אויפגעהערט צו שלאפן און קוקט כסדר אויף בערקע פארך.

קאפיטל צוועלף
עס פליען די שאלות ותשובות
פון אלע שטעט און שטעטלעך - וואוהין דאס כעלעמער בית דין האט געשריבן און געפרעגט - זענען אנגעקומען פון די רבנים ביטערע תשובות. דער דין איז הארב און לאזט מיט זיך נישט רעדן. ער שרייט צו אלע הימלען. אין כעלם האט אן אשת איש חתונה געהאט מיט א פרעמדן מאנסביל. טעות אהער, טעות אהין, דער ערשטער מאן לעבט. ווי דאס הארץ זאל נישט רייסן, מוז מען פארט זאגן: אין כעלעמער קהלה קדושה דרייען זיך ארום לעבעדיגע ממזרים.
וואס טוט מען פארט?
דאס כעלעמער בית דין האט נאכאמאל אנגעפרעגט ביי אלע רבנים אין פוילן. עס זענען פונדאסניי אנגעקומען לאנגע תשובות מיט פלפול. פון אומעטום האט ארויסגעשריגן דער דין: ניין און ניין! אלע רבנים האבן גע'טענה'ט פה אחד, אז קיינער קאן דא נישט העלפן סיידן ר' יהושיעלע קוטנער.

קאפיטל דרייצן
ר' יהושיעלע קוטנער
אין יענער צייט האט זיך ר' יהושע'לע קוטנער גערעכט פאר דעם שר התורה ביי אידן. דאס פוילישע שטעטל קוטנע, וואס קיינער האט דערפון נישט געוואוסט, האט אנגעהויבן צו קלינגען אין אלע תפוצות וואו אידן וואוינען. עס דונערט און עס בליצט אין קוטנע מיט חריפות און עס האט זיך דארט אויפגעטון דער טיפסטער קוואל פון דער תורה. די אויגן פון די גרעסטע לומדים אין גאר דער וועלט האבן אהין געקוקט קיין קוטנע וואו עס זיצט דער לעצטער פוסק פון אידישן דין. וואו קיינער האט זיך שוין נישט געקאנט געבן קיין עצה האט מען אנגעפרעגט אין קוטנע.

קאפיטל פערצן
דריי וועגענער פארן קיין קוטנע
דאס כעלעמער בית דין האט געזען אז כלו כל הקיצין, האט מען געדונגען דריי וועגענער, אין איין וואגן האבן זיך אריינגעזעצט דער רב מיט דעם מורה הוראה ר' שעפסעלע, אין דער צווייטער דבורה מרים מיט אלע אירע קינדער, און אין דער דריטער, דער שמאטע-קלייבער און בערקע פארך דער קאטאריניאזש.
זינט ער לעבט האט זיך בערקע נאכנישט געהאט פונאנדערגעשיידט מיט דער קאטארינקע. ער האט זי געוואלט מיטנעמען קיין קוטנע, קוים האט מען ביי אים גע'פועל'ט אז ער זאל זי איבערלאזן אין הקדש. וואס הייסט קומען צו ר' יהושיעלען מיט א קאטארינקע? דערפאר האט מען ביי בערקע'ן בשום אופן נישט געקאנט פועל'ן אז ער זאל איבערלאזן דעם פאפוגיי. ער האט זיך אזוי אריינגעזעצט אין דער וואגן מיט'ן פויגל אין דער האנט.
אזוי זענען דריי כעלעמער וועגענער אנגעקומען קיין קוטנע.

- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
די דארפסט קישן בלויז זיין קיבארד פארן מאכן קאפי פעיסטקליינע צדיק האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 09, 2024 8:39 pm @נחום הסופר
ממש אויסצוקישן
א אבנארמאלע פעדער און ווינדערליכע פאנטאזיע
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 38
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 20, 2023 1:58 pm
- האט שוין געלייקט: 103 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
ק"פ פון ווי?סקעפטיקער האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 10, 2024 12:25 pmדי דארפסט קישן בלויז זיין קיבארד פארן מאכן קאפי פעיסטקליינע צדיק האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 09, 2024 8:39 pm @נחום הסופר
ממש אויסצוקישן
א אבנארמאלע פעדער און ווינדערליכע פאנטאזיע
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
סקעפטיקער: כשמך כן הוא (אתה). נאר דער קיבאורד קען פעיסטן און קאפיען וואס מ'לייגט אריין אין איהם. דער מעשה ביכל (את"ל) (אם תימצי לומר, פאר אסטראלאג) קען אויך נישט אליין פארציילן די געדרוקטע מעשה.סקעפטיקער האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 10, 2024 12:25 pmדי דארפסט קישן בלויז זיין קיבארד פארן מאכן קאפי פעיסטקליינע צדיק האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 09, 2024 8:39 pm @נחום הסופר
ממש אויסצוקישן
א אבנארמאלע פעדער און ווינדערליכע פאנטאזיע
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 344
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 12:00 pm
- האט שוין געלייקט: 47 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 264 מאל
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
רבותי ביטע לאזט איהם ענדיגען.berlbalaguleh האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 10, 2024 1:25 pmסקעפטיקער: כשמך כן הוא (אתה). נאר דער קיבאורד קען פעיסטן און קאפיען וואס מ'לייגט אריין אין איהם. דער מעשה ביכל (את"ל) (אם תימצי לומר, פאר אסטראלאג) קען אויך נישט אליין פארציילן די געדרוקטע מעשה.סקעפטיקער האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 10, 2024 12:25 pmדי דארפסט קישן בלויז זיין קיבארד פארן מאכן קאפי פעיסטקליינע צדיק האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 09, 2024 8:39 pm @נחום הסופר
ממש אויסצוקישן
א אבנארמאלע פעדער און ווינדערליכע פאנטאזיע
ווער עס וויל איז מכובד נאכצוטוהן.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 38
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 20, 2023 1:58 pm
- האט שוין געלייקט: 103 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
און שפעטער וואונדערט מען זיך אז דער עולם שרייבט נישט....berlbalaguleh האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 10, 2024 1:25 pmסקעפטיקער: כשמך כן הוא (אתה). נאר דער קיבאורד קען פעיסטן און קאפיען וואס מ'לייגט אריין אין איהם. דער מעשה ביכל (את"ל) (אם תימצי לומר, פאר אסטראלאג) קען אויך נישט אליין פארציילן די געדרוקטע מעשה.סקעפטיקער האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 10, 2024 12:25 pmדי דארפסט קישן בלויז זיין קיבארד פארן מאכן קאפי פעיסטקליינע צדיק האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 09, 2024 8:39 pm @נחום הסופר
ממש אויסצוקישן
א אבנארמאלע פעדער און ווינדערליכע פאנטאזיע
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 349
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2018 1:04 pm
- האט שוין געלייקט: 246 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
מ'קען מיינען האסט אנטדעקט אמעריקע...סקעפטיקער האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 10, 2024 12:25 pmדי דארפסט קישן בלויז זיין קיבארד פארן מאכן קאפי פעיסטקליינע צדיק האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 09, 2024 8:39 pm @נחום הסופר
ממש אויסצוקישן
א אבנארמאלע פעדער און ווינדערליכע פאנטאזיע
דאס האב איך געשריבן א פעידזש צוריק:
די קרעדיט קומט אבער נישט פאר מיר, נאר פאר'ן אריגינעלן שרייבער, מ'וועט אי"ה צו אלעם אנקומען בהמשך.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 349
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2018 1:04 pm
- האט שוין געלייקט: 246 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
קאפיטל פופצן
הייליגער רבי! ראטעוועט מיינע קינדער!
ווען די וועגענער זענען פארפארן פאר דער קוטנער בית דין שטוב האט ר' יהושיעלע געהאלטן פונקט אינמיטן שיעור. ארום ר' יהושיעלעס טיש זענען געזעסן די גרעסטע לומדים. ר' יהושיעלע איז געזעסן אויבנאן אין א לעדערנער שטול, פאר אים איז געלעגן אן אויפגעמישטע גמרא. מען האט בפירוש געפילט ווי דער ים התלמוד האט זיך פארוואנדלט אין איין גרויסן שטורעם ווינט. זיינע פאליעס רייסן די ברעגעס און הויבן זיך עד לב השמים. אבער ר' יהושיעלע קוטנער פירט זיין שיף איבער דעם אומענדליכן ים פון אידישער חריפות. ער פירט זיין שיף ווי א געניטער קאפיטאן. די ווינטן ווערן אנטשוויגן פאר זיינע זעגלען. די פאליעס לייגן זיך פאר זיין שיף ווי שטילע שעפעלעך. די לומדים זענען געזעסן מיט א פארכאפטן אטעם. קוים וואס זיי האבן געקאנט נאכקומען ר' יהושיעלעס וועג אין דעם ים פון תלמוד.
פלוצלינג עפענט זיך די טיר פון דער בי"ד שטוב. די ערשטע פאלט אריין א הויכע אידענע. זי פירט מיט זיך עטליכע קינדער. זי האלט זיי ביי דער האנט און די קינדער קוקן זיך צושראקענע ארום. די אידענע ווארט אבער נישט. זי פאלט מיט איר גאנצער גרויס אנידער פאר ר' יהושיעלעס שטול. זי הויבט צו אים אויף אירע הענט און שרייט מיט א יאמערלעך קול:
- הייליגער רבי, ראטעוועט מיינע קינדער!
די זינדיגע אידענע פון גאר-גאר אונטן, איז געבליבן ליגן אויף דער ערד ביי די פיס פון דעם גרעסטן גאון פון דער תורה אין פוילן. זי האט געכליפעט.
באלד זענען אריינגעקומען דער כעלעמער רב און דער מורה הוראה ר' שעפסעלע. הינטער זיי זענען געבליבן שטיין ביי דער טיר דער שמאטע-קלייבער און בערקע פארך דער קאטאריניאזש. בערקע האט געהאלטן דעם פאפוגיי אין דער האנט. דער פאפוגיי, וואס איז ביז יעצט געשלאפן, האט געעפענט די גרינע אויגן און אויך געקוקט אויף ר' יהושיעלע קוטנער.
ר' יהושיעלע האט דעם כעלעמער בית דין געגעבן שלום עליכם און באלד אויסגעפרעגט דאס גאנצע ענין. דאס כעלעמער בית דין האט נעבעך ביטער געזיפצט און דערציילט דאס געשעעניש מיט אלע פרטים און פיטשעווקעס. ר' יהושיעלע האט געהערט, צוגעהאלטן די אויגן און זיך געריבן מיט דער האנט צום שטערן. פון צייט צו צייט האט ער געעפענט די אויגן און א קוק געטון אויף דער אידענע וואס איז געלעגן ביי זיינע פיס. און אויף די קליינע קינדער, וואס זענען צושראקענע און בלאסע געשטאנען ארום די צאפלדיגע מוטער און אויך געקוקט אויף אים, אויף ר' יהושיעלע קוטנער.

קאפיטל זעכצן
עס איז געשען דאס גרעסטע
ר' יהושיעלע האט געטראכט און געטראכט. פלוצלינג איז ער אויפגעשטאנען פון דער שטול.
ער האט געהייסן צופירן דעם שמאטע-קלייבער און בערקע פארך מיט'ן פויגל, און זיי עפעס געפרעגט. די אידן פון גאר אונטן האבן עפעס געענטפערט. שפעטער האט ער לאנג אויסגעפרעגט דאס כעלעמער בית דין
- און עס איז געשען דאס גרעסטע וואס די תורה פון אידן קאן באווייזן...

קאפיטל זיבעצן
דער איד פון אויבן צוזאמען מיט דעם איד פון אונטן
פאראן א דין אין דער גמרא, אז דאס בית דין קען מבטל זיין קידושין. "אפקו רבנן לקידושין מיניה" – אבער דאס בית דין, וואס טוט עס, נעמט אויף זיך די גרעסטע אחריות פאר אלע וועלטן.
ר' יהושיעלע קוטנער האט א קוק געטון אויף דער ארעמער זינדיגער אידענע, וואס ליגט אויף דער ערד, און אויף אירע קליינע קינדער, ער האט א קוק געטון אויף די צוויי שטומע פשוטע אידן פון גאר אונטן, וואס איינער פון זיי טראגט א גרינעם פויגל אין דער האנט. די אידן ווייסן נעבעך פון גארנישט.
ר' יהושיעלע האט געטראכט: מיט דעם ערשטן מאן, מיט דעם קאטאריניאזש האט די אידענע נישט געהאט קיין קינדער. די קינדער זענען פון דעם צווייטן, דעם שמאטע-קלייבער. וואס וועט זיין ווען איך וועל מבטל מאכן פון לכתחילה דעם קידושין פון דעם ערשטן? די קינדער זענען געראטעוועט פון צו זיין ממזרים. די אידענע וועט צוריקגיין צו דעם מאן פון וועלכן גאט האט געבענטשט איר טראכט.
דער גרעסטער איד האט גענומען דעם נידריגסטן איד, דעם גאר-גאר קלענסטן איד, דעם איד, וואס האט צומאל קיין נאמען נישט – ער האט אים גענומען אויף דער פלייצע, פאר אים איינגעשטעלט עולם הזה און עולם הבא און מיט אים אריבערגעשווימען דורך דעם פייערדיגן שטראם פון געזעץ – און אים ארויסגעזעצט אויף דער זיכערער און רואיגער טריקעניש ווי א מאמע וואס ראטעוועט איר דערטרונקען קינד.
ר' יהושיעלע קוטנער האט פאר די לומדים געזאגט א קורצן פשעטל, ער האט פאר זיי דערקלערט זיין טאט, און די אחריות וואס א איד פון אויבן, דארף אויף זיך נעמען פאר א איד פון אונטן.
ער, ר' יהושיעלע קוטנער, האט מבטל געווען די ערשטע קידושין – דאס הייסט, דבורה מרים איז קיינמאל נישט געווען קיין ווייב פון בערקע פארך מיט'ן קאטאריניאזש – און ער האט געזאגט צו דער אידענע וואס איז געלעגן ביי זיינע פיס:
- אייערע קינדער זענען כשר'ע קינדער, גייט אהיים צו אייער צווייטן מאן!
* * *
אידן האבן שפעטער דערציילט, אז דאס גאנצע בית דין של מעלה האט אראפגעקוקט פון זיבעטן הימל און איז געווען טשיקאווע צו זען וואס ר' יהושיעלע קוטנער וועט טון.
נאך ר' יהושיעלעס פסק האט, כביכול, אליין געשמייכלט און געזאגט צו אלע מלאכים:
- נצחוני בני, מיינע קינדער האבן מיך באזיגט.
(המשך יבא)