כנראה דארפט איר זיך אביסל מער דרייען דא צו כאפן אז דאס איז בכלל נישט קיין מציאה דא, עניטינג פארקערט איז אפרישיעיטעד.
איי געס אז די מענטשען וואס וואלטען עס געדארפט צוברענגען - אזוי ווי חברינו ר׳ פארווע, האבן מחליט געוועהן אז זיי ווערן אפענדעד ווען איינער זאגט אנדערש ווי זיי און נעמען פשוט נישט אנטייל אין די דיסקאשען.

ה' ירחם וואסארא אומגליק ווארט אונז אפ. ווען איך קען ווען משכנע זיין מיינע קאלעגע רבנים וואלטן מיר ארויסגעגעבן א היתר אויף מציצה בכלי אפצוהאלטן די קומענדע גזירות פון די אומות העולם וואס קען אונז ליידער אפווארטן!
קיינער האט אין דעם נישט קיין ספק אז א איד וואס איז ג'מל'עט און געמאכט מציצה בכלי איז אן אויסגעהאלטענע נימול און דארף נישט קיין הטפת דם וכדו'. ווער זענען דאס אונזערע גרויסע חכמים וואס זענען אזוי זיכער מיט זיך אז שטעלן א הארט נעקיגע מערכה וועט נישט האבן שטארקע נאכווייען? מי יודע וויפול מיר וועלן נאך איין טאג מוזן זיך שלאגן אז די גאנצע ענין פון ברית מילה זאל נישט ווערן גע'אסר'ט מטעם המלכות נאר ווייל מיר גייען מיט'ן קאפ אין וואנט אריין ווען ס'קומט צו מציצה. און אויב זענען די עסקנים יא אזוי זיכער מיט זיך אז טראץ דעם איסור וואס קען קומען אויף מילה וועט דאס קיינמאל נישט מצליח זיין צוליב אונזערע מסירת נפש, ווער האט דען געמאסטן וויפול פון די אידן וואס זענען קוים אידן אבער דער מצוה פון ברית מילה האלטן זיי שטארק אן, וויפול פון זיי וועלן יעצט שוין טראכטן, אפשר נישט?
אבער די אמת'דיקע סיבה ווייסן מיר אלע. די רבנים האבן נישט קיין אייגענע דעה אין קיין שום נושא. דער רב וויל נאר זיכער מאכן אז דער אדער יענער עסקן וועט עם נישט טעראריזירן ווייל ער האט אנדערש געזאגט ווי וואס דער אדער יענער האט זיך געראכטן! אפילו אויב רוב רבנים וועלן זיין זיכער אז מציצה בכלי איז די מער ריכטיגע מהלך, סיי אלץ די אמת'ע רפואה זארגן, סיי אלץ די חשש פון איבה און אנרייצן די מלוכה אינסטאנצן, סיי אלץ פארפיינטן די חרד'ישע לעבנסשטייגער ביי אנדערע שיכטן פון כלל ישראל, וועט זעלטן געטראפן ווערן א רב וואס זאל האבן די פלייצע צו זיין א דעה אויף לינקס אין א נושא ווי די זעלבסט געקרוינטע עסקנים און דואגים למען היודישקייט של הציבור האבן זיין ארייגעגראבן די ד"א פיסלעך.