ספיריטשעליטי אויפוואכונג ביי אונז

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

Re: ספיריטשעליטי אויפוואכונג ביי אונז

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

רעוואלוציע האט געשריבן: איך בין א נייער דא.. איך שפרונג נאך ארום צווישן אשכולות טרייענדיג צו ליינען און אויספיגערן ווי עס איז מיר אינטערסאנט....

די קעפל פון די אשכול האט מיר זייער געכאפט, ווייל איך פיל אז עס פעלט אסאך קלארקייט אין דעם ענין...
אבער למעשה פיל איך ווי מ'איז זייער שנעל אַוועקגעפאָרן פונעם נקודה אויף וואס די עפענער האט דאס געפענט...

צו זיין אמת'דיג, איך האב נישט פארשטאנען אלעס וואס איז געשריבן געווארן דא אינעם אשכול,
און איך גלייב אז עס דא נאך ווי מיר, וואס טוען נישט שטארק אין psychology און האבן נישט פארשטאנען אלס וואס איז געשריבן געווארן דא...

אויב איך מעג, וועל איך פרובירן צוריקצודרייען די אשכול צום ארגינעלן נושא, און אויב איינער וועט קענען זאל ער ביטע אריינקומען, און מסביר פאר די יודן וואס פארשטייען נישט, און ליגן נישט אין די נושאים...

איך האב געטרייט צי מאכן מיין ריסוירטש אין breathwork, psychedelics, hiawaska, meditation, healing
און נישט געקענט באמת ארויסהאבן קלאר, צי פאר א נארמאלע מענטש אן קיין עכטע מענטל פראבלעמען,
זשאסט וויל פילן עפעס מער..
קאנעקטען מיט עפעס טיפער..
טרעפן א מינינג אין פשוטע זאכן..
צי די זאכן מאכן ערגער?? בעסער?? טוט גארנישט??

וואס מיינט 'עכטע' מענטעל פראבלעמען?
וואס איז אמאל קלאר איז אז דער מענטש איז 'אומצופרידן', וואס דאס קען קומען מכמה סיבות שונות.
מ'קען זאגן אז פשוט ער איז א מבקש. אבער מיין שאלה איז צו ווען ער איז מלא תענוג און צופרידנקייט, דאן 'זוכט' ער אויך?

עכ"פ, די אלע זאכן וואס דו האסט אויסגערעכנט וועט פון מיין עקספיריענס מאכן דעם מענטש מער צופרידן מיט זיך, מיט'ן מציאות וכו'
און אלץ א תוצאה דערפון קען ער פאוקעסן אויף וואס ער וויל 'באמת' טון מיט זיין לעבן.

לגבי בעליפס: ווער דארף 'בעליפס'?
(אודאי איז אמונה וויכטיג פאר א איד, אבער וואס איך זאג דא יעצט איז לפענ"ד נישט קיין סתירה)
ממה נפשך, איז עס 'אמת' פאר דיר, וועט עס ווערן נאר שטערקער און אמת'דיגער.
און אויב נישט, דאן וואסיז דער פראבלעם אז ס'וועט מאכן א דענט אינעם 'בעליף'? בס"ה שטעלט זיך דאן ארויס אז "ס'קיינמאל" נישט געווען אן אמת'ע בעליף...
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

Re: ספיריטשעליטי אויפוואכונג ביי אונז

שליחה דורך שפילער »

אפשר וועט די נישט-בעליף ווערן א וודאי... אויס ספק
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
שרייבען
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 43
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש נאוועמבער 12, 2022 9:05 pm
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל

Re: ספיריטשעליטי אויפוואכונג ביי אונז

שליחה דורך שרייבען »

רעוואלוציע האט געשריבן: איך האב געטרייט צי מאכן מיין ריסוירטש אין breathwork, psychedelics, hiawaska, meditation, healing
און נישט געקענט באמת ארויסהאבן קלאר, צי פאר א נארמאלע מענטש אן קיין עכטע מענטעל פראבלעמען,
זשאסט וויל פילן עפעס מער..
קאנעקטען מיט עפעס טיפער..
טרעפן א מינינג אין פשוטע זאכן..
צי די זאכן מאכן ערגער?? בעסער?? טוט גארנישט??

מה זה נארמאל?
נארמאל איז א סעטינג אויף א וואש מאשין.
לעצם הענין, די אלע זאכן העלפן יעדעם זיך צו קענען בעסער, און רוב מאל ברענגט עס א בעסערע לעבן.
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

Re: ספיריטשעליטי אויפוואכונג ביי אונז

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

פאעזיע האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 05, 2024 11:28 am בין איך נייגעריג צן הערן פון די חברי הקהילה זייער טעיק אן איט
אזויווי ס'גויאישט זיך אזוי אידישט זיך

מיר ברענגט נאר די גאנצע געראטשקע צו שמייכלען ווייל איך האלט שוין לאנג דערנאך און הערשט יעצט הייבט זיך עס אן אריינצוכאפן אין די חסידישע גאס, איך וואונטש אייך א געמאקע רייזע :D

וואס איך האב יא באמערקט, ס'דא מענטשן וואס ווערן סטאק דערין און די גאנצע ספיריטואליטי ווערט אזא self-serving זאך וואס דינט נישט קיין שום ציהל, דאס איז א געפערליכע לאך אין וואס רבים וטובים זענען שוין אריינגעפאלן. ס'איז אזויווי גיין צו טעראפי נאר צו קענען זאגן אז מ'איז געגאנגען, אדער א דאקטער וואס מאכט אפעראציעס נאר צו קענען זיך אויפצוהן וויפיל סוקסעספולע אפעראציעס ער האט שוין געמאכט. איין-צוויי מאל פאר די עקספיריענס פארשטיי איך, אבער חלילה צו מאכן דערפון א לכתחילה'דיגע צורת חיים וואו אלעס דרייט זיך ארום דעם, ס'איז א גרויסע no-no און איז גורם גרויסע נזקים ברוחניות ובגשמיות, ורבים חללים הפילה. רוחניות איז נאר א געצייג צו נוצן אויף ארויסצוהעלפן אנצוקומען צום גשמיות'דיגן ציהל, אויב קענסטו זיך באגיין אן דעם שטיי ווייט דערפון, קוק די אנדערע זייט און זוך זיך נישט קיין איבעריגע פראבלעמען.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
רעוואלוציע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 08, 2024 2:43 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

Re: ספיריטשעליטי אויפוואכונג ביי אונז

שליחה דורך רעוואלוציע »

קודם א שכח פאר יעדן וואס האט גענומען צייט דא אויסצוקלארן...

וואס איך האב געמיינט צו זאגן מיט נארמאלע מענטש איז אזוי, בעצם וואלט איך זייער געוואלט גלייבן אז meditation, healing, hiawaska, זענען זייער גוט פאר מיר, און גייען מיר מאכן לעבן פרייליכער אין געשמאקער,
האבעך אנגעהויבן אויסהערן פאדקעסטס אין שיעורים וואס רעדן פון די נושא,
נאך א שטיק צייט האב איך רילייזט אז רוב פון די מענטשן וואס איך הער אויס זענען באמת צישאקעלטע מענטשן, וואס איך וויל נישט זיין ווי זיי...

איך ערווארטעט נישט יעצט אז ר' זלמן לייב פילאפ זאל געבן א שיעור אויף hiawaska, אינז פארשטיי מיר לעבן קאמפליטלי דיפרענט...
אבער כאטש א פלענער ציווילע העפי מענטש זאל געבן שיעור, אין דאס קען איך אויך נישט טרעפן...

די נקודה איז איך רילעיט שטארק צי דעי זאכן, אבער נאכן קוקען ווער זענען די מענטשן וואס לערנען דעיס, פאל איך אריין אין ספיקות...

דאס האב איך געמיינט מיט נארמאלע מענטש...
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

Re: ספיריטשעליטי אויפוואכונג ביי אונז

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

רעוואלוציע האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 12:14 pm אבער כאטש א פלענער ציווילע העפי מענטש זאל געבן שיעור, אין דאס קען איך אויך נישט טרעפן...

איי געס, איך דארף אנהויבן צו געבן שיעורים... ;) :lol:
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

Re: ספיריטשעליטי אויפוואכונג ביי אונז

שליחה דורך שעפטאל »

אפאר נקודות פון מיין עקספיריענס.

מיין שאמאן האט געהאלטן און איין איינבאקן אין מיין קאפ. ס'מאכט גארנישט אויס אויב דו שפירסט ספירוטשל. די גאנצע ציהל איז צו לעבן בהאי עלמא, טוהן און אויפטוהן, זיין זיך אהן קיין מורא, הנאה האבן פונעם לעבן, זיך ליב האבן, זיין זארגלאז. וכו'

בקיצור די לעבן איז א טריפ, די סוד פון האבן א גוטע טריפ איז דשענטל, פלעשור, און סימפליסעטי.

ס'ליידער דא חברה וואס טרינקן אייא פאר ספירטואלעטי, זיי אנטלויפן נעבעך פון דעם עולם הגשמי (צו עולם התוהו?)
--

אין מיין פערזענדליכען לעבן, כ'האב געטוישט מיין אלטע דשאב צו א דשאב וואס איך האב ליב.
כ'שטיי אויף מיינע רעכטן, כ'פארלאנג, כ'לאז זיך נישט ווערן צוטרעטן.
(די שורש איז דעם הרגשה פון זיך, און זיך ליב האבן. אבער דאס אליין אהן קיין טויש איז נישט גענוג)

אסאך פון מיינע חברים טראכטן פון טרינקן נאכן זעהן ביי מיך אז ס'ברענגט דעם מענטש ווי ער וויל באמת זיין.

ספיריטול? יא אביסל, כ'בין אלס געוועהן אביסל נשמה'דיג. אבער ס'איז נישט מיין ציהל און געווינס. מיין געווינס איז די שטארקייט צו מאכן די פאון קאל'ס, טרעפן נייע מענטשן, וכדו'.

העפי? יא ב"ה. כ'בין מכיר טוב, אנערקען אזוי פיהל גוט'ס, כ'ענדשוי מיין עצם לעבן און עקזיסטענס.
[NAMELESS]

Re: ספיריטשעליטי אויפוואכונג ביי אונז

שליחה דורך [NAMELESS] »

שעפטאל האט געשריבן: אפאר נקודות פון מיין עקספיריענס.

כ'ענדשוי מיין עצם לעבן און עקזיסטענס.

שטארקער ווערטער!
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

Re: ספיריטשעליטי אויפוואכונג ביי אונז

שליחה דורך פרייוויליג »

שעפטל, זאגסט אויפריכטיג. אבער לאמיר אינטערדוסן א נייע סארט איידיע וואס ספירוטאליטי קען מיינען. סייקאדעליקס קען האבן א סאך בעניפיטן, איינס פון די בעניפיטן איז די היילונג פאר פחדים, טראמעס, און עדיקשען. יעצט, די מעכאנישע חלק וויאזוי די מעדיצין קען היילן עדיקשען אדער טראמעס איז א לאנגע שמועס. אבער איך וויל צוקומען צו די נקודה פון ספירוטאליטי וואס קען האבן א דירעקטע שיכות דערמיט. ספירוטאליטי מיינט נישט דוקא זוכן די אינסוף, די oneness, מיסטישע ספערן. ספירוטאליטי קען מיינען אז וויבאלד די מענטש ווערט געעפענט צו א פרישע סארט realm, א פרישע סארט פריקווענסי וואס ער איז נישט געוואוינט צו זען, קען אים עס העלפן זען א נייע סארט אידענטיטי, די מענטש זעט אז די לעבן איז נישט אלעס וואס די אויגן זעט, די פחד וואס דו האסט איז אן אילוזיע, די טראמעס קען האבן א סאך מאל א טיפערע לעוועל וואס די מענטש האט געהאט געזען. סא די עצם רייזע צו א ספירוטאלע ספער העלפט די מענטש זיך בארואיגן, אז עס איז דא א ריזיגע אינסופי'דיג realm וואס ער זעט נישט, און צומאל איז די realm אזוי געשמאק און זיס אז די עצם מחזה קען היילן. מענטשן זען טיילמאל זייערע טראמעס אין א צווייטער סארט ספירוטאלע סעטינג, וואס דאס איז ממש מהפך די מענטש אינגאנצן.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

Re: ספיריטשעליטי אויפוואכונג ביי אונז

שליחה דורך פרייוויליג »

ברוך שפינוזה האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 8:36 pm
פאעזיע האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 05, 2024 11:28 am בין איך נייגעריג צן הערן פון די חברי הקהילה זייער טעיק אן איט
אזויווי ס'גויאישט זיך אזוי אידישט זיך

מיר ברענגט נאר די גאנצע געראטשקע צו שמייכלען ווייל איך האלט שוין לאנג דערנאך און הערשט יעצט הייבט זיך עס אן אריינצוכאפן אין די חסידישע גאס, איך וואונטש אייך א געמאקע רייזע :D

וואס איך האב יא באמערקט, ס'דא מענטשן וואס ווערן סטאק דערין און די גאנצע ספיריטואליטי ווערט אזא self-serving זאך וואס דינט נישט קיין שום ציהל, דאס איז א געפערליכע לאך אין וואס רבים וטובים זענען שוין אריינגעפאלן. ס'איז אזויווי גיין צו טעראפי נאר צו קענען זאגן אז מ'איז געגאנגען, אדער א דאקטער וואס מאכט אפעראציעס נאר צו קענען זיך אויפצוהן וויפיל סוקסעספולע אפעראציעס ער האט שוין געמאכט. איין-צוויי מאל פאר די עקספיריענס פארשטיי איך, אבער חלילה צו מאכן דערפון א לכתחילה'דיגע צורת חיים וואו אלעס דרייט זיך ארום דעם, ס'איז א גרויסע no-no און איז גורם גרויסע נזקים ברוחניות ובגשמיות, ורבים חללים הפילה. רוחניות איז נאר א געצייג צו נוצן אויף ארויסצוהעלפן אנצוקומען צום גשמיות'דיגן ציהל, אויב קענסטו זיך באגיין אן דעם שטיי ווייט דערפון, קוק די אנדערע זייט און זוך זיך נישט קיין איבעריגע פראבלעמען.
מיר ברענגט נאר די גאנצע געראטשקע צו שמייכלען ווייל איך האלט שוין לאנג דערנאך
ס'איז אזויווי גיין צו טעראפי נאר צו קענען זאגן אז מ'איז געגאנגען

You actually just did what you said we should not do
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

Re: ספיריטשעליטי אויפוואכונג ביי אונז

שליחה דורך שפילער »

ער איז א פאבליק פיגור איך מיין מען מעג רעדן פון עים . ווען ליפא שמלצר איז ארויסקימען מיט זיין עמאשענעל ווידיאוי פאריאר פאר שביעות האב איך געטראכט אז ער האט גענימען סייקאדעליקס למעשה מיין איך אז ער טוט נאר breath work... אדער אפשר ביידע

איינער ווייסט?
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
שרייבען
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 43
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש נאוועמבער 12, 2022 9:05 pm
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל

Re: ספיריטשעליטי אויפוואכונג ביי אונז

שליחה דורך שרייבען »

I don't think it's right to talk about him in public
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

Re: ספיריטשעליטי אויפוואכונג ביי אונז

שליחה דורך שעפטאל »

@פרייוויליג: אוואדע!

מיין פוינט איז געוועהן אז רוחניות "אהן" גשמיות איז נישט קיין שלימות.
די פלאץ ווי די שכינה רוהט איז דא, אין די תחתונים, אינעם גוף. מבשרי אחזה.

כ'האף כ'בין זיך גענוג מסביר דעי מאל.

רעוואלוציע האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 12:14 pm
נאך א שטיק צייט האב איך רילייזט אז רוב פון די מענטשן וואס איך הער אויס זענען באמת צישאקעלטע מענטשן, וואס איך וויל נישט זיין ווי זיי...

כו'

די נקודה איז איך רילעיט שטארק צי דעי זאכן, אבער נאכן קוקען ווער זענען די מענטשן וואס לערנען דעיס, פאל איך אריין אין ספיקות...
אפשר דריי זיך מיט די גראופ'ס וואס מ'איז דייקא פאקעסירט אויף היעלינג.
(אין טערעפי זענען אויך דא אסאך צושאקלטע..) געווענדליך דער וואס איז נישט צושאקלט פארדעם ווערט נאר געבויעט דורכדעם

ס'דא שאמאן'ס וואס פאוקעס'ן אויף ספירטואלעטי. ס'איז דא וואס פאוקעס'ן אויף הערליכע מוזיק. און ס'איז דא וואס פאוקעסן אויף איין זאך: זאלסט זיך אויסלערנען צו לעבן געזונט און פרייליך. (כ'הער פון חברים וואס האבן געטרינקן ביי אפאר שאמאן'ס אז ר' מ. איז דער קעניג אין דעם)

יעדער דארף טרעפן דער וואס ס'ארבעט פאר עם. (ס'נישט דא נאר איין ריכטיגע מהלך)

כ'קען אסאך געטרינקענע וואס האבן אנגעהויבן פשוט צו לעבן נאכן טרינקן צוויי דריי מאל און זיך לאזן פון די רפואה, אינטערגרעיטן מיט געזונטע חברים.

זאל דער בורא רפואות אויסהיילן יעדעם מיט וואס ארבעט פאר זיי אויף א לעכטיג'ן זיסן אופן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שעפטאל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

Re: ספיריטשעליטי אויפוואכונג ביי אונז

שליחה דורך פרייוויליג »

שעפטאל האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 5:27 pm @פרייוויליג: אוואדע!

מיין פוינט איז געוועהן אז רוחניות "אהן" גשמיות איז נישט קיין שלימות.
די פלאץ ווי די שכינה רוהט איז דא, אין די תחתונים, אינעם גוף. מבשרי אחזה.

כ'האף כ'בין זיך גענוג מסביר דעי מאל.
כ'זע אז דו האסט נישט תופס געווען אז איך רעד בכלל נישט פון די קאנווענשענעל "רוחניות". איך האב גערעדט פון א רידיפיינט בליק וואס רוחניות קען באדייטן, און דאס איז די ספירוטואליטיס וואס היילן "דעם גוף", די טראמעס פחדים און עדיקשענס. ווען א מענטש עפענט זיך צו נייע realms, ווערט זיין birds eye view אויסגעברייטערט. די הערליכע ספערן היילן די "גשמיות", די קאנפליקטס, די פאראדאקסן, די טראמע, און חושך. איך רעד נישט איבער מענטשן וואס טריפן צו קענען האבן א שיינע מיסטישע רייזע.
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

Re: ספיריטשעליטי אויפוואכונג ביי אונז

שליחה דורך שעפטאל »

@פרייוויליג: כ'זעה נישט מיט וואס ביסט מחולק מיט מיך, (כ'בין נישט קעגן רעליגיע...)

כ'זאג נאך פון מיין שאמאן "רוחניות אהן טוהן דערמיט אין די עולם המעשה, בלייבט מיט גארנישט. די ציהל איז דוקא צו לעבן געזונט".

(ובתוך הדברים האבעך דערמאנט) די מעדעצין נעמט דיך ווי דו ווילסט אנקומען. פאוקעס אויף א געזונטע עולם הגשמי.

וואס האלסטו אנדערש?
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

Re: ספיריטשעליטי אויפוואכונג ביי אונז

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: לגבי בעליפס: ווער דארף 'בעליפס'?
(אודאי איז אמונה וויכטיג פאר א איד, אבער וואס איך זאג דא יעצט איז לפענ"ד נישט קיין סתירה)
ממה נפשך, איז עס 'אמת' פאר דיר, וועט עס ווערן נאר שטערקער און אמת'דיגער.
און אויב נישט, דאן וואסיז דער פראבלעם אז ס'וועט מאכן א דענט אינעם 'בעליף'? בס"ה שטעלט זיך דאן ארויס אז "ס'קיינמאל" נישט געווען אן אמת'ע בעליף...

אמונה וואס א גלעזעלע טיי קען צונעמען איז קיין אמונה נישט.
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
מן הארץ
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 10
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 9:29 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

Re: ספיריטשעליטי אויפוואכונג ביי אונז

שליחה דורך מן הארץ »

שלום וברכה. שלום עליכם צו מיין ערשטע תגובה נאך עטליכע יאר דא ארומפליען.

ישר כח @פאעזיע פארן עפענען דעי טאפיק וואס איז גאר שטארק קרוב ללבי.

איך האב דערווייל נאכנישט צוגערירט קיין שום סובסטענס, אבער היפש meditation & Breathwork געמאכט די פארגאנגענע צוויי יאר.

מיין פערזענליכע עקפיריענס איז געווען יעדע מאל אנדערש. בנוגע טוישן בעליפס, עס האט מיר קיינמאל געמאכט גלייבן אין אן אנדערע גאט וואס איך האב נישט פאר דעם געגלייבט, אבער האט מיר שוין יא גענומען די נענסטע וואס איך האב שוין געשפירט צו אים. עס איז שוין געווען עטליכע מאל וואס איך האב באקומען גאר שטארקע הארות, איך האב באקומען תירוצים אויף זאכן וואס האבן מיר שטארק געדרוקט פאר א לאנגע תקופה.

אין פערזענליכע לעבן האט עס מיר אסאך געטוישט, מיין רייץ פאר געלט און סוסקסעס (איך האב ב"ה היפש מער ווי דורכשניטליך) האט זיך געשטעלט די צווייטע אין די רייע. איך האב מיר באקענט מיט א נייע מענטש -זיך אליין- וואס רעכנט זיך מיט מיר, און האלט מיר פערזענליך מער וויכטיג און באליבט, מער ווי חיצוניות'דיגע מאטריאליסטישע רייכטום און סוקסעס. עס האט מיר ארויסגעברענגט מיין אינערליכע ליבשאפט צו מיר אליין, משפחה, חברים און אנדערע פרעמדע מענטשן. עס האט מיר געמאכט שטארק רעספעקטירן מענטשן וועם איך האב בעפאר היפש אראפגעקוקט. ליבשאפט איז מיר געווארן א נייע ארטיקל וואס איך האב געפונען.

עס איז געווען תקופות וואס עס האט באדראעט מיין וואוילזיין, בעיקר א געוויסע תקופה ווען איך בין געווען ביי די מיינונג צו גענצליך אויפגעבן מיין השתדלות הפרנסה (היות איך קען מיר מסדר זיין צו לעבן בלויז מיט וויפיל איך פארמאג שוין), עס האט מיר לפעמים אפגעטיילט פון די הנאה פון פארברענגען מיט אנדערע.
אבער אין א ניכטערע מינוט האב איך אמאל באשלאסן אז תכלית איז צו גיין מיט א דרך הממוצע, די וויכטיגסטע זאך אין לעבן איז באלאנס, און מען טאר זיך נישט לאזן פארשלעפן פון די פריש ערפינדענע הנאה, און ב"ה כרגע שפיר איך מיר זייער גוט און באלאנסירט.

בנוגע סייקעדעליקס בכל שם דאית לי', בין איך נאך היפש צעמישט. פון איין זייט שפיר איך ווי מיין דזשערני פירט מיר צו א בעסער פלאץ, אבער געוויסע שרעקן מיר געפערליך פון די תוצאות וואס קען ארויסקומען, איז פארוואס שטעלן עט ריסק מיין געשמאקע לעבן. תיקו. אדרבה אויב איינער קען מיר העלפן אויסקלארן.

א גוטע וואך חברים. עס איז מיר אנגענעם אייך צו באקענען.
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

Re: ספיריטשעליטי אויפוואכונג ביי אונז

שליחה דורך שעפטאל »

שלום עליכם @מן הארץ ביסט בכלל נישט קיין מן הארץ :P
דיין תגובה רעדט גאר אסאך

די ציהל איז טאקע וואס דו זאגסט "לעבן מיט באלאנס" דו דערמאנסט אז דו שפירסט ליבשאפט וכו'. בקיצור ס'קוקט אויס ווי דו ביסט אפן מיט זיך אליין, אויב דו ביסט אין די גוטע פלאץ ווי מ'וויל אנקומען. דאן פארוואס פעהלט אויס בכלל סייקעדעליק'ס פאר דיך?

--
(אגב. איינער וואס איז אפן מיט זיך ווערט נישט צעשאקלט פון סייקעדעליק'ס. שראום'ס איז אסאך גרינגער ווי אייא, פון מייקרא דאוז'ן שראום'ס מיין איך אז קיינער האט נישט געווארן צע'פידל'ט).
מן הארץ
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 10
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 9:29 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

Re: ספיריטשעליטי אויפוואכונג ביי אונז

שליחה דורך מן הארץ »

שעפטאל האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 4:26 am שלום עליכם @מן הארץ ביסט בכלל נישט קיין מן הארץ :P
דיין תגובה רעדט גאר אסאך

די ציהל איז טאקע וואס דו זאגסט "לעבן מיט באלאנס" דו דערמאנסט אז דו שפירסט ליבשאפט וכו'. בקיצור ס'קוקט אויס ווי דו ביסט אפן מיט זיך אליין, אויב דו ביסט אין די גוטע פלאץ ווי מ'וויל אנקומען. דאן פארוואס פעהלט אויס בכלל סייקעדעליק'ס פאר דיך?

--
(אגב. איינער וואס איז אפן מיט זיך ווערט נישט צעשאקלט פון סייקעדעליק'ס. שראום'ס איז אסאך גרינגער ווי אייא, פון מייקרא דאוז'ן שראום'ס מיין איך אז קיינער האט נישט געווארן צע'פידל'ט).

איך האב כסדר אנדערע מחשבות פארוואס עס פעלט אויס סייקעדיליקס פאר מיר, איך שפיר אז למעשה קומט אלעס פון איין הויפט שורש, אז מענטשן וואס טוען וואס איך טוה, און האבן הנאה פון וואס איך האב הנאה, די מענטשן האבן על פי רוב גאר שטארק הנאה פון סייקעדעליקס. זייענדיג איינער וואס איז אייביג גרייט צו פרובירן נייע זאכן, איז פארוואס נישט אויך דעיס אויסשמעקן. איך האב א שטארקע רייץ צי כסדר וואקסן און זיך רוקן פאראויס, געוויסע זאגן מיר אז דעיס קען זיין א פרישע עוועניא פאר וואוקס. יעדער האט אייביג אסאך אין די אייגענע בליינד ספאט, איך קוק ארויס זיך צו באקענען מיט נאך וואס איז פון מיר פארשטעלט.
אבער פון די אנדערע זייט אויב קען דעיס ארויף ברענגען שווערע טראומע וואס כרגע שפיר איך נישט אז איך האב, איז פארוואס זיך אליינס אריין לייגן אין קראנקן בעט. אויב קען דעיס אוועק נעמען מיין מנוחה איז דאך יצא שכרו בהפסדו.
מן הארץ
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 10
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 9:29 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

Re: ספיריטשעליטי אויפוואכונג ביי אונז

שליחה דורך מן הארץ »

כרגע רעדט מיר א חבר צו איך זאל אנהייבן מיט MDMA וואס דאס ארבעט שטארק פון הארץ און העלפט צו עקסעפטן מיט ליבשאפט סיי וואס עס קומט ארויף.

איינער מיט ערשט האנטיגע עקספיריענס?
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

איך האב סעקענד הענד עקספיריענס מיט MDMA, א חבר מיינער האטעס גענומען. בערך וואס ער זאגט איז, אז זיין עקספיריענס איז געווען ווי א טיפע טעראפי סעסיע וואס ער האט געטון מיט זיך אליין, ווי ער האט אנערקענט טיפע שטריכן פון זיין סובקאנטשוס און געזען פארוואס ער טוט כך וכך וכו׳.

לגבי דיין ספק צו דו זאלסט טון סייקעדעליק; איך קאנעקט זייער שטארק מיט דיין מעדיטאציע דזשורני, ווייל דאס איז געווען אין נאכאלץ איז א פרעקטיס וואס כ׳טו פאר אסאך יארן... און ס׳האט מיר געריקט פאראויס און כ׳בין געשטיגן מיט דעם אויף גאר א שטארקע און גרויסע פארנעם.

למעשה, איז געווען א תקופה וואס איך בין דורך עקסטריעם שוועריקייטן אין לייף, ואכמ״ל, וואס כ׳האב נישט געהאט די כוחות און דיסעפלין עס איבערצוקומען מיט מעדיטאציע - און דאן איזעס געווען וואס כ׳האב זיך געלאזט איינרעדן און געגאנגען טרינקען דאס גלעזעלע טיי :)

און יא, דאס איז געווען ממש וואס איך האב געדארפט האבן אין יענע מינוט. און יעצט זעי איך אז מעדיטאציע אליין (עכ״פ די מילדע וועג וויאזוי איך גיי צו דערצו) איז א דזשאוק קעגן אייאוואסקע וואס האט מיר געגעבן א שטופ פאראויס און מיר געטראגן צו גאר א גוטע פלאץ, און אלץ א דירעקטע רעזאלט האבן זיך יענע פראבלעמען ב״ה געסעטלט אויף גאר א ווינדערליכן אויפן.

שוין. נישט אז כ׳האב פארענטפער דיין ספק לגמרי, אבער עפעס אן אינסייט קענסטו האבן דערפון.

און למעשה וואלטעך יא געזאגט און מייעץ געווען אז דער טיי איז נישט עפעס וואסיז כדאי צוצוגיין בלויז אלץ ׳עקספלארעישן׳ [אזוי מיין איך עכ״פ]. מ׳דארף עס נעמען ערנסט או צו גיין דערצו מיט הכנעה און רצון אויף סיי וואסערע גילוים וכו׳ ווי אויך דארף מען האבן די ספעיס אינעם טעקניקעל חיי יום יום, צו קענען פארנעמען ריעל [פאזעטיווע] טשעינדזשעס, וואס קומט געווענליך מיט מיט דעם... ודו״ק כי קצרתי.
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
מן הארץ
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 10
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 9:29 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

Re:

שליחה דורך מן הארץ »

ישר כח.
דיין input בנוגע MDMA איז שטארק הילפבאר. עס שטופט מיר אויף למעשה נאכן הערן פון נאך איינעם די זעלבע אינפא.

בנוגע די טיי זוך איך מער צי הערן פון די וואס האבן געהאט א שלעכטע עקספיריענס און פארשטיין אויב איך קען רעלעיטן און ווי שטארק איך זאל פון דעם פארכטן.
איך קלער אז נאך MDMA וועל איך שוין אליין אויך וויסן מער וואס צו טוהן ווייטער.
פארשפארט