שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 32
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 09, 2024 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 6 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א געשמאקע פלאטץ ווי מיר קענען שרייבן - ליינען - פארברענגן און זיך אויסשמיעסן בתורה ויראת שמים בתורה וחסידות מימינו ומימי קדם
ויה:ר ישיקדש שם שמים על ידינו עד ביאת גואל צדק במהרה בימינו אמן
ויה:ר ישיקדש שם שמים על ידינו עד ביאת גואל צדק במהרה בימינו אמן
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין שוין געווען א ניק אבער שוין א לאנגע צייט נישט אריינגלאגט סוי איך האב פארגעסן מיין פעסווארד איך האב גטרייט ריסעטן אבער איך פארהאנקע זיך האפנטליך וועט די מנהל אקצאפטירן זאפארט איך וויל טרייען צוגעבןשטאף פאראן עולם
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 1
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 10, 2024 1:44 am
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שוין א לענגערע צייט וואס איך וויל זיך איינשרייבען אין קאווע שטיבל צי קענען אריינקומען אין אויסשמוסען אידישע נייעסלעך אין אנדערע דברים העומדים על הפרק. היינט נאכט האב איך ענדליך גענומען די צייט דאס אויסציפולען.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 1
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 10, 2024 5:56 am
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א איינפאכע אינגערמאן וואס זיכט אוועקצושטיין פון די אלגעמיינע רוישיגע נייעס, האט גאר שטארק ליב די אידישע שפראך און קאלטור,.
קומט אהער זיך אינטערצוהאלטן, ליינען, שרייבן, אויף דער ליבער מאמע לשון.
איך שפיר געשטראפט צו דארפן ציילן מיינע ווערטער... נו, יעדע זאך האט א פרייז...
קומט אהער זיך אינטערצוהאלטן, ליינען, שרייבן, אויף דער ליבער מאמע לשון.
איך שפיר געשטראפט צו דארפן ציילן מיינע ווערטער... נו, יעדע זאך האט א פרייז...
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך זוך צו הנאה האבן מיט חברים אויף א געשמאקע פארנעם מיט אלע אנדערע אידן וואס זוכן די זעלבע. זאכן ווי מיר און איך וויל ענק דא לאזן וויסן
אז אפילו איך. שרייב נישט קיים סאך איז דאס ווייל איך שרייב ענדערשער ווייניג. אבער תוכנדיג
אז אפילו איך. שרייב נישט קיים סאך איז דאס ווייל איך שרייב ענדערשער ווייניג. אבער תוכנדיג
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 1
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 10, 2024 1:09 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין נאנט צי 45, סאטמער ארוני געלערנט אין קרית יואל, איך קען באשטיין צי ליינען וואס מען שרייבט דא, איך זיך מיך ציהאלטען פאר א פרומער מיין וויב האט געטוישט צי א שפיצעל.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 1
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 10, 2024 4:34 pm
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך װױן אין מישיגאן. מײן משפּחה קומט פון אוקראינע. איך האָב ליב צו זאָגן אַ אידיש װאָרט אַ מאָל. איך רעד אױך עברית. איך װיל באַקענען זיך מיט מענצן און דיסקוטירן
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 735
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
- האט שוין געלייקט: 329 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
אין מישיגן איז דא א חרידישע קהילה ?פֿישל גיטלמאַן האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 10, 2024 7:39 pm איך װױן אין מישיגאן. מײן משפּחה קומט פון אוקראינע. איך האָב ליב צו זאָגן אַ אידיש װאָרט אַ מאָל. איך רעד אױך עברית. איך װיל באַקענען זיך מיט מענצן און דיסקוטירן
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 735
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
- האט שוין געלייקט: 329 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
זייער אינטערעסאנט !קאווע באזוך האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 10, 2024 7:38 pm איך בין נאנט צי 45, סאטמער ארוני געלערנט אין קרית יואל, איך קען באשטיין צי ליינען וואס מען שרייבט דא, איך זיך מיך ציהאלטען פאר א פרומער מיין וויב האט געטוישט צי א שפיצעל.
אויב איך מעג פרעגן (די דארפסט נישט ענטפערן) מיט וואס זיכסטו זיך צו האלטן פאר א פרומער ?
און דיין ווייבס טויש קומט מחמת דיין פרומקייט ? אדער זי האט אליינס איינגעזעהן אז ס'איז שענער ?
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב ליב ליינען און צו אדורך טוהן טיפע נושאים אין אידשע היסאריה, און איך האף צו טרעפן דא וואס איך זיך, אויף אן אוסגעהאלטע וועג און איך וועל מיר קענען פארברייטרן מיינע ידיעות און האף צו צוגעבן וואס איך קען, ישר כח
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 8
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 11:59 am
- האט שוין געלייקט: 12 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א איד וואס איז מצפה לישועת ה' בתוך כל קהל עדת ישראל, אוי ווי לעכטיג וועט דאס זיין אוי ווי דיין וועט דאס זיין כשיחזרו וישיבו ישראל אל מקומם הראוי והשב ישראל לנויהם קער צוריק יודען צו זייער שיינקייט
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 8
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 7:59 pm
- האט שוין געלייקט: 55 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
האב הנאה פון די אפענע שמועסן, דיסקורסירן זאכן אויף א קלארע ערוואקסענע פארנעם, בפרט אין עניני יהדות, ווי אין אלגעמיין האט מען אוועק גענומען פון אונז די בחירה, מיר זענען געצווינגען געווארן צו טראכטען אויף א געוויסע אופן, ווען בלויז אביסעל אפנויגען דערפון ווערט באטראכט ווי כפירה, א זאך וואס איז מעורר ספיקות, וואס באהאלט מען דא?, אבער דא אין שטיבל ווערן מיר געוואר ווי רייך אונזער רעליגיע אונז, מיר זענען געבויט על אדני השכל, און וואס איז נישט פארשטענדליך איז טאקע פון די שוואנץ וואס די סיסטעם אידישקייט האט צוגעטשעפעט.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 3
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 07, 2024 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
מעוניין לשוט קצת בקופקעס וליהנות מעניינים העומדים על הפרק.. לשוחח על דא ועל הא.. חידושים ההשקפה ובחדשות.. ובכללות יהדות וכדו'.. מערכות הקודש.. וקרישקעלעך... אוהב לחשוב קצת מחוץ לקופסה.. ולהתייחס לנושאים שאחרים קוראים לזה אפיקורסות....
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 1
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 11:10 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א חשובער כולל אינגערמאן און איך וויל מיטטיילן מיינע מחשבות און געדאנקען פאר די גאנצע עולם
און איך בין און זייער א גוטע מצב און איך בין שוין 25 יאר אלט קע"ה
און איך בין און זייער א גוטע מצב און איך בין שוין 25 יאר אלט קע"ה
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 48
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 32 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
די סארט טעמעס אויף ק"ש איז ממש ווטס איך האב ליב
די ספיציעלקייט איז אז אזעלכע ווי מיך וואס האבן נישט קיין סמארטפאן איז ק"ש אויסנאם שבאויסנאם
סהאט א שטיקל געוואגטקייט אבער מיט גאר אויסגערעכענע גבולים
די ספיציעלקייט איז אז אזעלכע ווי מיך וואס האבן נישט קיין סמארטפאן איז ק"ש אויסנאם שבאויסנאם
סהאט א שטיקל געוואגטקייט אבער מיט גאר אויסגערעכענע גבולים
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 2
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 12, 2024 10:03 am
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א חסידיש יונגערמאן וואס האט ליב צו דינען גאט אין לערנען תורה, איך גלייך נייַעס, אינטרעסירט נישט וואס טוט זיך אין די רעבישע הויפן, וויל גאר שטארק גיין וואוינען אין ארץ ישראל, איך פאדער נישט פון מיין קינדער צי אויסזען ווי מיר אין מיין ווייב... ווייל ווי איך פארשטיי איז אלס מער פארט פון אן עדזענדע... משיח בקרוב!
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 1
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 13, 2024 11:32 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין עמאַ, איך וווין אין מישיגן און איך לערן זיך אין מיטל מזרח דעפּאַרטעמע'נט . איך לערן זיך ייִדיש, און מײַן פֿאָרשונג איז וועגן מענדעלע מוכר ספרים. און איך וויל לייענען חסידיש ייִדיש און עס אױסלערנען זיך, כּדי איך קען פֿאַרשטיין דעם אַ'נדערשקײט צווישן פֿאַרשידענע דיאַלעקטן.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 1
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 14, 2024 10:11 am
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איינציגסטע כשרע פלאץ ווי מקען זיך אביסל איוסבלאזן. דאס פלאץ האט אן אישאצבארע פלאץ פון אוצרות אינפארמאציע אין הילף. איך בין דא אויסצוהערן אין אפשר קאמענטירטן ווען סוועט זיין א קארצער ענטפער וואס קען העלפן א צווייטן
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א גרוסע מבין אין פוד סטעמפס אין איך האב ליב צו העלפן מענטשן מיט די סארט ענינים איך בין א חסידישע כולל אינגערמאן פון בארא פארק איך האב נאך זאכן וואס כהאב ליב למשל חסידות צו פארשטיין וואס די בעל שם טוב האט מחדש געווען איך איך האב אויך ליב צו מאכן ווערטלעך אין וועגן די אלע זאכען וויל איך ווערן א חבר אינם קאווה שטיבל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א יונגערמאן וואס זוכט וואס צו טון מיט די צייט וואס רוקט זיך זייער שטאט
איך בין צווישען צוואנציג און פינעפ און צוואנציג יאר.
ערשט יעצט בשעת איך האב געסורטש אויפ'ן קאמפיוטער האב איך די ערשטע מאל געטראפען די קאווע שטיבעל
און זיך געפרייט כמוצא שלל רב ממילא שרייב איך זיך יעצט איין.

- תשפג
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 98
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 05, 2023 10:23 am
- האט שוין געלייקט: 8 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 198 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
אין דעטרויט מישיגען איז דא א שיינע חרידישע קאמיונעטיעמרם האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 10, 2024 7:47 pmאין מישיגן איז דא א חרידישע קהילה ?פֿישל גיטלמאַן האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 10, 2024 7:39 pm איך װױן אין מישיגאן. מײן משפּחה קומט פון אוקראינע. איך האָב ליב צו זאָגן אַ אידיש װאָרט אַ מאָל. איך רעד אױך עברית. איך װיל באַקענען זיך מיט מענצן און דיסקוטירן
- אסטראלאג
- ידיד השטיבל
- הודעות: 310
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
- האט שוין געלייקט: 149 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
ברוך הבא בשם השם
לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 735
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
- האט שוין געלייקט: 329 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל