עס דרייט זיך א וועלט - אסטראנאמיע

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל

עס דרייט זיך א וועלט - אסטראנאמיע

שליחה דורך דיכטער »

עס איז שוין פאהאן אן אשכול איבער דעם העכסט-אינטערעסאנטע טעמע גערופן אסטראנאמיע. נעמליך, דער נאטור און ארדענונג פון די שטערענס און פלאנטען אינעם הימל. אבער איך וויל פארט עפענען א פרישע אשכול אנהייבענדיג מיט די פונדאמענטן און פארזעצן פון זיי.

אלזא, לאמיר אנהייבן פון אנהויב: 

מיר אלע וואוינען אויף א רונדיגע ערד-קוגל (ווי איינפאך עס הערט זיך, זענען פארט פאהאן אזעלכע וואס עס איז זיי שווער צו באגרייפן אזא פאקט, אבער דאך איז דאס דער מציאות...) וועלכע הענגט אין דער הוילקייט און דרייט זיך ארום זיך אליין ווי א דריידל. אין דער זעלבע צייט דרייט זיך עס ארום דעם זון, ווי א סירקל.

עס נעמט פאר דעם ערד-קוגל צו ענדיגן א גאנצע דריי ארום זיך, בערך 23 שעה 56 מינוט מיט נאך 4 סקונדעס. דאס ווערט אנגערופן א סידעריאל טאג (sidereal day).

נאכדעם וואס דער ערד האט געענדיגט א גאנצע סירקל ארום זיך, איז דער זון נאכאלץ נישט אויפן זעלבן פלאץ אינעם הימל ווי עס איז געווען פונקט ווען ער האט אנגעהויבן דעם רונדע, דאס איז צוליב דעם וואס דערווייל וואס דער ערד האט זיך ארום געדרייט ארום זיך, איז ער אויך אינעם זעלבע צייט ארום געפארן דעם זון מיט אביסל, דעריבער וועט עס נעמען פאר דעם ערד-קוגל נאך א קליין שטיקל דריי, נאך בערך 3 מינוט מיט 56 סעקונדעס, ביז ווען דער זון וועט זיין פונקטליך אויפן זעלבן פלאץ אינעם הימל וואו עס איז געווען נעכטן. קומט אויס אז עס האט גענומען 24 שעה פאר דעם זון אנצוקומען נאכאמאל צום זעלבן פונקט אינעם הימל. דאס איז א טאג.

דער וועלט ענדיגט א רונדע ארום דעם זון נאך 356 טעג 48 מינוט מיט 46 סקונדעס בערך. דאס מיינט אז נאך 356 מאל וואס דער וועלט האט זיך געדרייט ארום זיך וועט עס האבן גענדיגט א גאנצע הקפה ארום דער זון.

דער וועלט דרייט זיך נישט אינגאנצן גלייך ארום זיך - קעגן דעם זון, נאר דער פלאץ ווי עס דרייט זיך איז עטוואס גענויגט אראפ פונעם שפיץ, מיט בערך 23 דעגרי. 

אזוי אויך דרייט זיך דער ערד-קוגל ארום דעם זון, נישט אין א פונקטליכע רונד, נאר דער זון געפונט זיך נענטער צו איין זייט פונעם רינג. דאס הייסט אז פאר א שטיק צייט אינעם רונד איז דער וועלט נענטער צו דער זון און א שטיק צייט איז ער ווייטער.

דער נענטסטע וואס דער וועלט איז צו דעם זון אינעם רונד איז ארום דער דריטער אין יאנואר ווען דער וועלט איז בערך 148,000,000 (הונדערט אכט און פערציג מיליאן) קילאמעטער ווייט פונעם זוהן און דער ווייטסטע איז ארום 6 אין יולי דעמאלס געפונט זיך דער וועלט בערך 152,000,000 קילאמעטער ווייט פונעם זון. 

דאס מיינט אז דער זון איז אין פאקט נענטער צו דער וועלט מיט 5 מיליאן קילאמעטער אין דער ווינטער (ווען עס איז ווינטער אויפן צפון חלק פונעם וועלט) ווי אין דער זומער.

אין דער צייט וואס דער ערד-קוגל געפונט זיך נענטער צו דער זון, דרייט זיך עס ארום זיך עטוואס שטייטער און אזוי אויך דרייט זיך עס ארום דעם זון שטייטער, דאס איז צוליב דעם וואס דער גראוויטעיט פון דער זון ווירקט דאמאלס שטערקער אויף דעם ערד קוגל.

קומט אויס אז נישט יעדן טאג איז פונקט פיר און צוואנציג שעה לאנג און אזוי אויך איז דער ווינטער תקופה ווירקליך לענגער ווי דער זומער.

(דאס פארענטפערט פארוואס חצות רוקט זיך דורכאויס דעם יאר. עס וואלט ווען געדארפט זיין פונקטליך דער זעלבע צייט יעדן טאג, אויפן ווינטער זייגער מיט פונקט א שעה פריער ווי אויפן זומער זייגער, ווייל חצות איז פונקט אינמיטן טאג אדער נאכט און אפילו ווען דער טאג און דער נאכט זענען נישט דער זעלבע לאנג איז אבער האלבע טאג און האלבע נאכט דער זעלבע צייט יעדן טאג. ווייל ווען עס ווערט לענגער אדער קערצער פון איין זייט ווערט עס אויך לאנגער און קערצער פון דער אנדערע זייט (אין דער תקופה וואס דער זריחה ווערט פריער ווערט דער שקיעה פונקט אזוי פיל שפעטער) און אזוי אויך פארקערט. און דער מיטל פונקט דארף דאך בלייבן אויפן זעלבע פלאץ. נאר צוליב דעם וואס נישט יעדער טאג איז דער זעלבע לאנג, קומט אויס אז אפילו דער זייגער ווייזט חצות האט זיך דער פריעדיגע טאג נאכנישט געענדיגט.)

דער ערד ווי אויבנדערמאנט דרייט זיך ארום זיך אליין יעדער כמעט 24 שעה און ווי שוין פריער געשמועסט, דרייט זיך עס נישט פונקט גראד קעגן דעם זון נאר דער פלאץ ווי דער דריי פאסירט, איז מיט בערך 23 דעגרי אוועק פונעם שפיץ וואס איז דער מערסטע צפון טייל פונעם ערד-קוגל. דאס פאראוזאכט די טויש אין סעזאנען וועלכע מיר האלטן מיט יעדערס יאר, ווייל צוליב דעם וואס דער דריי איז אמאל אוועקגענויגט פונעם זון און דאן קען דער זון נישט שיינען דארט און שפעטער איז עס גענויגט צו דער זון וואס דעמאלס שיינט דער זון פול שטערקער דארט, ביידטן זיך אזוי די תקופות.

מען קען עס אילוסטרירן פון אן אנדערע פרעספעקטיוו. טאמער וואלט זיך דער וועלט געדרייט ארום זיך - ליגענדיג, דאס הייסט ווען דער שפיץ פונעם דריי, איז פונקט אויסגעדרייט צו דער זון, וואלט זיך דער וועלט געקענט דרייען ווי פיל ער וויל אבער נאכאלץ וואלט פונקט א האלבע וועלט אייביג געוען טאג און א האלבע וועלט וואלט אייביג געווען נאכט. אזוי אויך, טאמער וואלט דער דריי-אקסען (Axes of rotation) געווען פונקטליך ביי דער זייט, פונקט ביי דעם פאזיציע וואס איז צווישן דער חלק ערד וואס איז קעגן דעם זון און דער חלק וואס איז אוועקגעדרייט פון איהם, וואלט יעדער פלאץ אינעם ערד-קוגל געהאט פונקט 12 שעה טאג און 12 שעה נאכט, נישט קיין חילוק ווי זיי וואוינען.
יעצט אבער אז דער דריי-אקסען איז ערגעץ אינצווישן, קומט אויס אז ווען דער וועלט איז אויסגעשטעלט אויף א וועג אז דער דריי איז אויסגעדרייט צו דעם זון האבן אלע וועלכע וואוינען אין יענער געגענט נישט קיין נאכט און ווען דער וועלט איז אויסגעשטעלט אז דער דריי איז פונקט ביי דעם זייט, איז נישט קיין חילוק ווי אויפן וועלט דער דריי איז, ווי לאנג עס איז אויפן האריזאנט דארט ווי דער זון-שיין ענדיגט זיך, וועט זיין א באלאנס פון טאג און נאכט איבעראל אויפן וועלט.

דורכאויס דעם יאר ווערט געטוישט דער פאזיציע פונעם דריי-אקסען רעלאטיוו צו דער זון, ווייל ווי שוין פריער געברענגט דרייט זיך דער וועלט ארום דעם זון און אזוי ארום טוישט זיך עס אין פארלויף פונעם יאר, אמאל איז עס מיטן פנים צום זון, אמאל איז עס ביי דעם זייט און אמאל אוועקגעדרייט פון איהם. צוברענגענדיג צו די טויש פון סעזאנען.
מתתיהו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 71
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 8:43 pm
האט שוין געלייקט: 127 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל

Re: עס דרייט זיך א וועלט - אסטראנאמיע

שליחה דורך מתתיהו »

זייער שיין צונומען!
דיכטער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 4:32 pm (דאס פארענטפערט פארוואס חצות רוקט זיך דורכאויס דעם יאר. עס וואלט ווען געדארפט זיין פונקטליך דער זעלבע צייט יעדן טאג, אויפן ווינטער זייגער מיט פונקט א שעה פריער ווי אויפן זומער זייגער, ווייל חצות איז פונקט אינמיטן טאג אדער נאכט און אפילו ווען דער טאג און דער נאכט זענען נישט דער זעלבע לאנג איז אבער האלבע טאג און האלבע נאכט דער זעלבע צייט יעדן טאג. ווייל ווען עס ווערט לענגער אדער קערצער פון איין זייט ווערט עס אויך לאנגער און קערצער פון דער אנדערע זייט (אין דער תקופה וואס דער זריחה ווערט פריער ווערט דער שקיעה פונקט אזוי פיל שפעטער) און אזוי אויך פארקערט. און דער מיטל פונקט דארף דאך בלייבן אויפן זעלבע פלאץ. נאר צוליב דעם וואס נישט יעדער טאג איז דער זעלבע לאנג, קומט אויס אז אפילו דער זייגער ווייזט חצות האט זיך דער פריעדיגע טאג נאכנישט געענדיגט.)
ס'איז אינטערסאנט צו באמערקען אז ר' משה פיינשטיין האט נישט פארשטאנען אזוי, נאר אז ס'האט יא מיט די חילוק פון ווינטער און זומער, און צוליב דעם האט ער טאקע געהאלטן אז חצות איז יעדען טאג גלייך 12:00 אזייגער ווייל דעמאלטס איז אייביג "חמה באמצע הרקיע".

דא האסטו וואס ער שרייבט אין אגרות משה או"ח ח"א סימן כ"ד ווען איינער פרעגט עם אהן וועגן דעם:
ומש"כ ידידי שהלוח של הישיבה אינו מדוקדק, הנה הוא בדיוק גדול ונכתב על דעתי. והטעם דהחצות של היום שהוא כשבא השמש באמצע הדרום שוה לעולם, אבל שני חצאי היום אינם שוים רק איזה ימים בשנה ולפעמים חצי הראשון גדול ולפעמים חצי האחרון. ולכן בין לקולא ובין לחומרא מסתבר שנחלקו שש שעות עד חצות ושש שעות מחצות עד הערב.

און אין חלק ב' סימן כ' שרייבט ער נאכאמאל זיין שיטה מער קלארער:
שחצות היום לעולם שוה שהוא כשבא השמש לאמצע הדרום וזה שוה בכל השנה רק ששני חצאי היום אינם שוים רק איזה ימים בשנה ולפעמים חצי הראשון גדול ולפעמים חצי השני גדול וכן קבלתי גם מאבי מורי זצללה"ה. וכן מוכרח למה שפירש"י בעירובין דף נ"ו על הא דבתקופת ניסן ותקופת תשרי חמה יוצאה בחצי מזרח ושוקעת בחצי מערב שבשני ימים אלו היום והלילה שוין, וכתב עוד מאחר תקופת תשרי נמשכת מעט לצד דרום ויוצאה ובשקיעתה נמשכת מעט לצד דרום ושוקעת עד שיוצאה בתקופת טבת בקרן מזרחית דרומית ושוקעת בקרן מערבית דרומית ואחר תקופת ניסן הוא להיפך שיוצאה מעט קודם אמצע המזרח ושוקעת מעט אחר אמצע המערב עד שבתקופת תמוז מהלכת מקרן מזרחית צפונית ג' רוחות עד צפונית מערבית עיי"ש ואלו המעט מעט שניתוספו או שנגרעו חזינן דאינם שוים אבל החצות שהוא באמצע הדרום שוה תמיד אך החצאים אינם שוים ברוב השנה.
ים של שלום
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 99
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 6:39 am
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 161 מאל

Re: עס דרייט זיך א וועלט - אסטראנאמיע

שליחה דורך ים של שלום »

ווי אזוי קען זיין אז ווינטער איז די וועלט נענטער צו די זון און זימער איז עס ווייטער? ווען די זון איז נענטער וואלט געדארפט זיין הייסער און ווען די זון איז ווייטער וואלט געדארפט זיין קעלטער. נישט אזוי?
מתתיהו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 71
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 8:43 pm
האט שוין געלייקט: 127 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל

Re: עס דרייט זיך א וועלט - אסטראנאמיע

שליחה דורך מתתיהו »

ים של שלום האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 11:03 pm ווי אזוי קען זיין אז ווינטער איז די וועלט נענטער צו די זון און זימער איז עס ווייטער? ווען די זון איז נענטער וואלט געדארפט זיין הייסער און ווען די זון איז ווייטער וואלט געדארפט זיין קעלטער. נישט אזוי?
ווינטער און זומער האט מיט ווי די זון שיינט דירעקט. אונזער זומער איז ווען די זון שיינט דירעקט אויף די צפון חלק פון די וועלט.
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

Re: עס דרייט זיך א וועלט - אסטראנאמיע

שליחה דורך צקון לחש »

ים של שלום האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 11:03 pm ווי אזוי קען זיין אז ווינטער איז די וועלט נענטער צו די זון און זימער איז עס ווייטער? ווען די זון איז נענטער וואלט געדארפט זיין הייסער און ווען די זון איז ווייטער וואלט געדארפט זיין קעלטער. נישט אזוי?
איך שפעקוליר: ווי דערמאנט דורכ'ן פוה"א איז די כדור געבויגן אזוי אז די צפון חלק איז נענטער צום זון ווי דער דרום חלק - אין די צייט פון יאר ווען די כדור איז ווייט פון זון, איז קען זיין אז אין די אנדערע האלב יאר מאכט דער דרום כדור א שאטן אויפ'ן צפון?
ים של שלום
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 99
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 6:39 am
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 161 מאל

Re: עס דרייט זיך א וועלט - אסטראנאמיע

שליחה דורך ים של שלום »

צקון לחש האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 11:14 pm
ים של שלום האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 11:03 pm ווי אזוי קען זיין אז ווינטער איז די וועלט נענטער צו די זון און זימער איז עס ווייטער? ווען די זון איז נענטער וואלט געדארפט זיין הייסער און ווען די זון איז ווייטער וואלט געדארפט זיין קעלטער. נישט אזוי?
איך שפעקוליר: ווי דערמאנט דורכ'ן פוה"א איז די כדור געבויגן אזוי אז די צפון חלק איז נענטער צום זון ווי דער דרום חלק - אין די צייט פון יאר ווען די כדור איז ווייט פון זון, איז קען זיין אז אין די אנדערע האלב יאר מאכט דער דרום כדור א שאטן אויפ'ן צפון?
א שאטן? גיי ארויס אין זעה ווי דער זון שיינט איבער דיין קאפ?
ים של שלום
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 99
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 6:39 am
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 161 מאל

Re: עס דרייט זיך א וועלט - אסטראנאמיע

שליחה דורך ים של שלום »

מתתיהו האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 11:13 pm
ים של שלום האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 11:03 pm ווי אזוי קען זיין אז ווינטער איז די וועלט נענטער צו די זון און זימער איז עס ווייטער? ווען די זון איז נענטער וואלט געדארפט זיין הייסער און ווען די זון איז ווייטער וואלט געדארפט זיין קעלטער. נישט אזוי?
ווינטער און זומער האט מיט ווי די זון שיינט דירעקט. אונזער זומער איז ווען די זון שיינט דירעקט אויף די צפון חלק פון די וועלט.
וואס מיינט דיירעקט? אין די ווינטער בחצות היום שיינט די זון גראד אראפ. נישט אזוי?
מתתיהו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 71
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 8:43 pm
האט שוין געלייקט: 127 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל

Re: עס דרייט זיך א וועלט - אסטראנאמיע

שליחה דורך מתתיהו »

ים של שלום האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 11:18 pm

נאופ, גיי ארויס און קוק וועסטו זעהן אז די זון איז בחצות היום אינגאנצן אויף דרום זייט. אפילו זומער איז די זון קיינמאל נישט אינמיטען די הימל אין די חלק וועלט.

מתתיהו האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 11:21 pm

און די קליינע חילוק מאכט קאלט אדער הייס אבער א פינף מיליאן קילאמעטער חילוק מאכט נישט קעלטער און הייסער?!

ים של שלום האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 11:26 pm

זעהט אויס אז יא...

מתתיהו האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 11:36 pm

אבוויעסלי. אבער איך וואלט געקענט באשטיין צו וויסן די הסבר.
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל

Re: עס דרייט זיך א וועלט - אסטראנאמיע

שליחה דורך דיכטער »

דער הסבר דערצו, אראפצולייגן אין די פשוט'סטע ווערטער, וואלט געווען אז עס איז אזוי ווי מען בראט א שטיקל פלייש העכער א פייער.
ווען דער שטיקל פלייש איז אויסגעדרייט צום פלאם וועט עס אנהייבן צו בראטן און שווארץ ווערן, הייסער און שווארצער מיט יעדער פארבייגייענדע סעקונדע, אפילו עס איז נישט דווקא אזוי נאענט צום פלאם. ווידעראום דער זייט פונעם פלייש וואס איז אוועקגעדרייט פונעם פלאם וועט בלייבן פארהעלטניסמעסיג רוי און רוקן דער שטיקל נענטער צום פייער וועט נאר שנעלער פארברענען דעם זייט וואס איז אויסגעדרייט צו איהם אבער נישט אפבראטן דער אנדערע זייט, אזוי אויך טאמער איז דער שטיקל פלייש אין א רונדיגע פארעם וועט דער דיקסטע חלק אינמיטן פונעם פארציע, דער ערשטע אנהייבן שווארץ צו ווערן און דאס האט נישט מיט דעם אז עס איז דער נענטסטע צום פייער, נאר צוליב דעם וואס דער פלאם איז דער מערסטע געצילט צו יענער חלק. און דעריבער מוז מען דרייען דעם פלייש העכערן פלאם, כידוע ליודעי חן...
ווען דער זון שיינט דירעקט איבערן קאפ פאר א לענגערע צייט וועט אלעמאל זיין הייס, עס קען עס זיין פיל ווייטער ווי ווען עס שיינט אומדירעקט אדער ווען עס שיינט אויפן אנדערע זייט פונעם וועלט.
און קורצן: עס ווענדט זיך נישט אזוי שטארק אין דער דיסטענס (ווייטקייט) ווי אין דער דירעקציע.
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: עס דרייט זיך א וועלט - אסטראנאמיע

שליחה דורך אלפא »

צו מסביר זיין מער:
די היץ וועלכע קומט פון די זון קומט כידוע אין די פארעם פון ענערגיע שטראלן (-waves), לאמיר זאגן לשם משל אז עס שיקט ארויס 1000 שטראלן פער סקווער פיס, קומט אויס אז ווען מיר זענען דיירעקט אנקעגן דעם קלאפן מיר זיך אן אין טויזענט שפיצן פון די כוואליעס, משא"כ ווען די angle איז געבויגן דאן באקומען מיר נישט פער פיס די גאנצע טויזענט נאר אסאך ווייניגער דערפון, און די פאר שטראלן וואס קומען יא אן דארפן דעקן א גרעסערן שטח און אויסטיילן זייער ענערגיע/היץ פאר מער שטח - אטאמאטיש באקומאט יעדער ווייניגער היץ.

כזה
Screenshot (34).png
ווי מ'קען זען, די גרינע ליניע פון אונטן צייכנט אן אז ביידע (שטראלן שטח) זענען בעצם די זעלבע ברייט, אבער לגבי דעם שווארצן ליניע העכער דעם (וועלכע רעפרעזענטירט די שטח וואס באקומט די שטראלן) איז די רעכטע - דיירעקטע שטראלן אסאך מער קאנצענטרירט, און אין א שטח וואס פינף דיירעקטע שטראלן דעקן אינגאנצן, דעקן די אומדיירעקטע נאר מיט דריי.. וועלכע טראגט אטאמאטיש ווייניגער היץ מיט זיך..

דא איז עס איליסטרירט איבערן כדור הארץ.
Screenshot (35).png
ווי מ'זעט אז די זעלבע שטראל וועלכע דעקט א קלענערן שטח אינמיטן פונעם כדור דארף ביי די עקן דעקן אסאך מער מכח זיין angle..

און צו קלאר מאכן: די וועלט ווערט נישט באמת קעלטער אדער הייסער דורכאויס די סעזאנען - ווייל אין סך הכל זענען אייביג דא די פלעצער אויפן גלאוב וועלכע באקומען די דיירעקטע שטראלן (- די פלעצער וועלכע זענען אין די צענטער פון כדור כלפי דעם זון) און אנדערע פלעצער וועלכע באקומען געבויגענע און דערפאר ווייניגער שטראלן.
פאר אונז - אין די צפון העמיספער - מאכט עס אויס וויבאלד אונז זענען אוועקגעדרייט אין די ווינטער.
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
ים של שלום
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 99
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 6:39 am
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 161 מאל

Re: עס דרייט זיך א וועלט - אסטראנאמיע

שליחה דורך ים של שלום »

יישר כח @דיכטער און @אלפא פארן מסביר זיין אזוי קלאר.
ים של שלום
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 99
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 6:39 am
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 161 מאל

Re: עס דרייט זיך א וועלט - אסטראנאמיע

שליחה דורך ים של שלום »

אויב די חילוק אין וועטער ווענד זיך אין די ענגל פון די זון און ווי ווייט מען איז פון די איקוועטער, ווי אזוי קען זיין אז San Jose, California איז הייסער ווי Richmond, Virginia זיי זענען כמעט די זעלבע העכער פון די איקוועטער?
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל

Re: עס דרייט זיך א וועלט - אסטראנאמיע

שליחה דורך דיכטער »

אין קורצן.
דער ענגעל וועט דיקטירן וויפיל זון שטראלן וועלן גרייכן א ספעציפישע לאקאציע. דער טעמפעראטור ווענדט זיך אין פילע אנדערע באדינגונגען, ווי פייכטקייט, ווינטן וכ"ו.
אבער דער קשיא איז זייער א גוטע, מיסודו.
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל

Re: עס דרייט זיך א וועלט - אסטראנאמיע

שליחה דורך דיכטער »

מתתיהו האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 9:53 pm
דיכטער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 4:32 pm (דאס פארענטפערט פארוואס חצות רוקט זיך דורכאויס דעם יאר...)
ס'איז אינטערסאנט צו באמערקען אז ר' משה פיינשטיין האט נישט פארשטאנען אזוי, נאר אז ס'האט יא מיט די חילוק פון ווינטער און זומער, און צוליב דעם האט ער טאקע געהאלטן אז חצות איז יעדען טאג גלייך 12:00 אזייגער ווייל דעמאלטס איז אייביג "חמה באמצע הרקיע".

דא האסטו וואס ער שרייבט אין אגרות משה או"ח ח"א סימן כ"ד ווען איינער פרעגט עם אהן וועגן דעם:
ומש"כ ידידי שהלוח של הישיבה אינו מדוקדק, הנה הוא בדיוק גדול ונכתב על דעתי. והטעם דהחצות של היום שהוא כשבא השמש באמצע הדרום שוה לעולם, אבל שני חצאי היום אינם שוים רק איזה ימים בשנה ולפעמים חצי הראשון גדול ולפעמים חצי האחרון. ולכן בין לקולא ובין לחומרא מסתבר שנחלקו שש שעות עד חצות ושש שעות מחצות עד הערב.

און אין חלק ב' סימן כ' שרייבט ער נאכאמאל זיין שיטה מער קלארער:
שחצות היום לעולם שוה שהוא כשבא השמש לאמצע הדרום וזה שוה בכל השנה רק ששני חצאי היום אינם שוים רק איזה ימים בשנה ולפעמים חצי הראשון גדול ולפעמים חצי השני גדול וכן קבלתי גם מאבי מורי זצללה"ה. וכן מוכרח למה שפירש"י בעירובין דף נ"ו על הא דבתקופת ניסן ותקופת תשרי חמה יוצאה בחצי מזרח ושוקעת בחצי מערב שבשני ימים אלו היום והלילה שוין, וכתב עוד מאחר תקופת תשרי נמשכת מעט לצד דרום ויוצאה ובשקיעתה נמשכת מעט לצד דרום ושוקעת עד שיוצאה בתקופת טבת בקרן מזרחית דרומית ושוקעת בקרן מערבית דרומית ואחר תקופת ניסן הוא להיפך שיוצאה מעט קודם אמצע המזרח ושוקעת מעט אחר אמצע המערב עד שבתקופת תמוז מהלכת מקרן מזרחית צפונית ג' רוחות עד צפונית מערבית עיי"ש ואלו המעט מעט שניתוספו או שנגרעו חזינן דאינם שוים אבל החצות שהוא באמצע הדרום שוה תמיד אך החצאים אינם שוים ברוב השנה.
לכאורה האט זיך ר' משה פיינשטיין נישט געקריגט איבער דעם פינאמען וועלכע איז אויפגעוויזן צו זיין ריכטיג. ער רעדט נאר להלכה ווען חצות איז. (כנלע"ד)
אינטערעסאנט איז, אז טאמער מען וועט נעמען א בילד פון דעם זון, יעדן טאג אויף דער זעלבע צייט (נעמענדיג אין חשבון דעם זומער זייגער) איבער א גאנצע יאר צייט, וועט זיך באווייזן אן אינטערעסאנטע בילד, ווי דאס:
בילד

דאס בילד ווייזט צוויי זאכן. איינס, אז דער זון פארט ארויף און אראפ דעם האריזאנט דורכאויס דעם יאר, וואס פון דעם רעדט ר' משה אין זיין תשובה, אבער עס ווייזט נאך א זאך אז אין די ווינטער מאנאטן שלעפן זיך די טעג לענגער און דעריבער איז דער פארעם אין דאס בילד נישט א גראדע שטריך אינעם הימל, נאר עס פארמירט א פארעם פון אן אכט.
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: עס דרייט זיך א וועלט - אסטראנאמיע

שליחה דורך סקעפטיקער »

דיכטער האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2024 9:02 am לכאורה האט זיך ר' משה פיינשטיין נישט געקריגט איבער דעם פינאמען וועלכע איז אויפגעוויזן צו זיין ריכטיג. ער רעדט נאר להלכה ווען חצות איז. (כנלע"ד)
ער האט לכאורה יא, עס איז דאך א בפירוש'ע גמרא אז חצות איז ווען עס איז חמה בראש כל אדם
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

לגבי דעם אז די עקסיס פונעם וועלט׳ס ראָטעישאן איז גענויגט ומחמת זה בייטן זיך די סעזאנען, איז אינטרעסאנט צוצוברענגען דעם ספורנו עה״פ (בראשית ח כב) עוד כל ימי הארץ זרע וקציר וקור וחום וקיץ וחורף ויום ולילה לא ישבותו, אז דאס איז מחמת המבול (כמובן פון די דזשיאוסענטריק פּערספּעקטיוו בימיו):
לא ישבתו מלהתמיד על אותו האופן בלתי טבעי שהגבלתי להם אחר המבול, וזה שילך השמש על גלגל נוטה מקו משוה היום, ובנטיתו תהיה סבת השתנות כל אלה הזמנים, כי קודם המבול היה מהלך השמש תמיד בקו משוה היום, ובזה היה אז תמיד עת האביב, ובו היה תיקון כללי ליסודות וצמחים ולבעלי חיים ולאורך ימיהם.

ואמר שיהיה זה ״כל ימי הארץ״ עד אשר יתקן הא-ל יתברך את הקלקול שנעשה בה במבול, כאמרו ״הארץ החדשה אשר אני עשה״ (ישעיהו סו כב), כי אז ישוב מהלך השמש אל קו משוה היום כמאז, ויהיה תיקון כללי ליסודות ולצמחים ולבעלי חיים ולאורך ימיהם, כמו שהיה קודם המבול, כאמרו ״כי הנער בן מאה שנה ימות, והחוטא בן מאה שנה יקלל״ (ישעיהו סה כ). וזה רצה באמרו ״מוצאי בקר וערב תרנין״ (תהלים סה ט).
און אין איוב (לח יב-טו) שרייבט ער דאס אויך:
המימיך צוית בקר ידעתה שחר מקומו, האמנם באחד ׳מימיך׳, שהם אחר המבול, היית מצווה אם היה לאל ידיך ל׳בוקר׳ שהיא הזריחה, ול׳שחר׳ שהיא כמו שעה קודם לכן, שיהיה אחד מהם במקום אשר הוא עתה מוגבל להם מאתי אחר המבול. וזה עשיתי כדי ׳לאחוז בכנפות הארץ׳ שהם הזריחה והשקיעה, שהיו קודם המבול במשווה היום והיה לעולם עת האביב, וצויתי שתהיה תנועת השמש מכאן ואילך בגלגל נוטה אשר בסיבת זה יקרו ׳קור וחום וקיץ וחורף ויום ולילה׳ (בראשית ח כב), עם רב השתנות מקלקל האויר והיסודות ומזג הפירות והצמחים ומזגי כל בעלי חיים.

ובזה ימותו הרשעים מהר. וזה בהתהפך הארץ ממזגה הטוב בהשתנות תנועת השמש עליה כמו שישתנה ׳חומר חותם׳ בהשתנות החותם בו, ויתיצבו הרשעים בה כמו לבוש הממהר לבלות. וימנע מרשעים אורם, אור הכח החיוני לאורך ימים, כאשר היה קודם המבול אשר בו היו התקיפים בוטחים, ׳ותמלא הארץ חמס׳. וזרוע רשעים תשברנה עתה, שלא יבטחו עוד בזה כלל.
זעה׳מיר אז ס׳נישט נאר דא מבול דזשיאלאדזשי, נאר אויך ״מבול אסטראנאמיע״… :)
(ועיין בברכות נט. ור״ה יב. לגבי הכוכבים ממזל כימה בעת המבול שגרמו אותו ע״ש. און רש״י ברענגט דארט מהמדרש על הפסוק הנ״ל פון עוד כל ימי וגו׳ אז בעת המבול לא שמשו המזלות ע״ש. אבל עיין ‏כאן וואו דער נרבוני ואפודי, לפי האברבנאל, האבן מפרש געווען אז שיטת הרמב״ם איז שסיפור המבול היא רק משל.)
דיכטער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 4:32 pmטאמער וואלט זיך דער וועלט געדרייט ארום זיך - ליגענדיג, דאס הייסט ווען דער שפיץ פונעם דריי, איז פונקט אויסגעדרייט צו דער זון, וואלט זיך דער וועלט געקענט דרייען ווי פיל ער וויל אבער נאכאלץ וואלט פונקט א האלבע וועלט אייביג געוען טאג און א האלבע וועלט וואלט אייביג געווען נאכט.
עס איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז יוּרעינוס איז די איינציגסטע פּלאנעט אינעם סאָלאר סיסטעם וועלכע ראָטעיט טאקע (כמעט) ״ליגענדיג״ האריזאנטעל ביחס צו די זון.
דיכטער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 4:32 pmאין דער צייט וואס דער ערד-קוגל געפונט זיך נענטער צו דער זון, דרייט זיך עס ארום זיך עטוואס שטייטער און אזוי אויך דרייט זיך עס ארום דעם זון שטייטער, דאס איז צוליב דעם וואס דער גראוויטעיט פון דער זון ווירקט דאמאלס שטערקער אויף דעם ערד קוגל.
דא האב איך צוגעברענגט קעפּלער׳ס דריי געזעצן באסטראנאמיע. די צווייטע געזעץ לויטעט אז ווען די וועלט איז נענטער צו די זון וועט עס אָרבּיטן שנעלער אין איר עליפּס/אָוועל, אזוי אז עס וועט אויספארעמען אין א טרייענגעל די זעלבע עריע, ווי די טרייענגעל זי פארעמט אויס ווען זי איז ווייטער אין איר אָרבּיט פונעם זון.
IMG_6697.jpeg
הגם אז לגבי ראָטעישאן איז דאס יא אזוי אז ווען עס איז נענטער ראָטעיט דאס שטאַטער, און עפי״ז ארבעט די געדאנק פון ‏טיידעל לאַקינג.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל

Re: עס דרייט זיך א וועלט - אסטראנאמיע

שליחה דורך דיכטער »

יישר כח @מי אני
איך מוז אויסקלארן, דורך דעם וואס דו שרייבסט, איבער דעם וואס איך זאג אויבן אז ווינטער נעמען די טעג לענגער "ווייל דער וועלט דרייט זיך שטייטער ארום דעם זון" דאס איז נישט אמת. די טעג נעמען לענגער ווייל דער וועלט דרייט זיך אליינס שטייטער, און ארום דעם זון פליעט עס שנעלער אין דער צייט. (ווי שנעלער עס דרייט זיך ארום דעם זון אלס לענגער וועט א טאג נעמען) וטעות לעולם חוזר. (איך זע אז דער ארגענעלע ארטיקל קען איך שוין נישט פאררעכטען)

איבער דעם ספורנו, איז אינטערעסאנט צו צוצייכענען א פארקערטער געדאנק וועלכע ברענגט ארויס ווי וויכטיג סעזאנען זענען פאר ביאלאגיע אויף דעם וועלט.
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל

Re: עס דרייט זיך א וועלט - אסטראנאמיע

שליחה דורך דיכטער »

מיט וועלכע קראפט דרייט זיך דער וועלט

פאר יארן לאנג האבן מענטשן געמיינט אז דער זון דרייט זיך ארום דעם וועלט און נישט נאר דער זון נאר אייגענטליך אלע שטערענס וועלכע מיר זעען אינעם נאכט הימל, האבן אויך א גאנג אינעם הימל. זיי שיינען אויף אין מזרח אין א באשטומטע צייט און זיי גייען אונטער אין מערב, בערך 12 שעה שפעטער.

עס איז געווען אנגענומען אז אלע אביעקטן אינעם הימל זענען פארשפארט אין אזא דורכזיכטיגן גלגל, און דער גלגל דרייט זיך ארום און אזוי רוקן זיך די אביעקטן אינעם הימל.
ווען קאפערניקוס איז ערשינען אין יאר 1543 - ה'ש"ג, מיט זיין העליוצענטרוס מאדעל, אנגעבענדיג אז דער זון איז אין צענטער און אלעס דרייט זיך ארום איהם, האט זיך געשאפן א נייע פראבלעם. טאמער איז דער זון דער וואס איז אין צענטער און מיר זענען גאר די וועלכע פליען אין די הויכע ספערן, מיט וועלכע קראפט ווערן מיר געצויגן אדער געשטופט? מיר געפונען זיך זיכער נישט אין א גלגל ווייל מיר קענען עס נישט אויפכאפן, טא, וואס פאסירט דא?

יאהאנס קעפלער איז געווען פון די וועלכע עס איז זיי געגאנגען אין לעבן אויפצוקומען מיט אן ערזעצענע לעזונג צו דער פראבלעם. ער האט נאכגעקוקט און אבזערווירט די רייזעס פון אנדערע פלאנטען אינעם סאלאר סיסטעם און ער איז אנגעקומען צו דער אנערקענונג אז די פלאנעטן פאלגן נאך א רייע פון "טראפיק געזעצן".

קעפלער האט פארגעלייגט דריי געזעצן וועלכע ווערן באטיטלט על שמו "קעפלער'ס געזעצן פון פלאנעטארי אָרבּיט".

1) יעדער פלאנעט פליט ארום דעם זון, נישט אין א פונקטליכע רינג, דאס הייסט אז דער זון זיצט נישט פונקטליך ביים צענטער פונעם רינג, נאר איז גענויגט עטוואס צו איין זייט, און דער רינג וואס דער פלאנעט מאכט ארום דעם זון איז עטוואס אויסגעצויגן - אליפטיקאל.

2) ווען דער פלאנעט געפונט זיך ביי דער ווייטע זייט פונעם זון אין זיין רינג, פליט עס שטייטער און ווען עס געפונט זיך נענטער צו דער זון, ווערט פארשנעלערט זיין געלויף. ווי ווייטער עס פליט פונעם זון אלס שטייטער וועט עס פליען און ווי נענטער עס קומט צו דער זון אלס שנעלער וועט עס פליען, מיט א געמאסטענע פראפארציע.

3) דער דריטער געזעץ זאגט אז ווי ווייטער אוועק פונעם זון דער רינג פון א פלאנעט געפונט זיך, אלס שטייטער וועט דער פלאנעט פליען. עס איז עטוואס אנדערש פונעם צווייטן געזעץ וועלכע באציט זיך צו דער גאנג פונעם זעלבן פלאנעט אין אנדערע צייטן. קעפלער געבט אפילו אן א וועג וויאזוי צו מעסטן דער פראפארציע פון דער ווייטקייט פונעם רינג פון א פלאנעט צו דער שטייטקייט פון זיין געלויף, מיט אט דעם געזעץ: נעם דער צייט ווי לאנג עס נעמט פאר א פלאנעט צו ענדיגן איין רינג ארום דעם זון, און דאפל עס מאל זיך אליין, און צעטייל עס ביי דער דורכשניטליכע ווייטקייט פון דעם פלאנעט צו דער זון, געדאפלט מאל זיך אליין און נאך דעם נאכאמאל, מאל זיך אליין, וועט דער פראפארציע אייביג אויסקומען דער זעלבע. (אין מאטעמאטיקס ווען מ'דאפלט עפעס מאל זיך אליין, למשל 3 מאל 3, ווערט עס גערופן "סקווערן" און נאכאמאל מאל זיך אליין, למשל 3 מאל 3 (9), מאל 3, (27), דאס איז "קיובּן")

איז געקומען אייזיק ניוטאן מיט א נייע רייע פון געזעצן וועלכע זענען געבויט אויף די אבזערוואציעס פון קעפלער און פון נאך אסטראנאמען אין זיין צייט. זיינע געזעצן שטעלן אוועק א פונטליכע וועג וויאזוי דער קראפט פון גראוויטאציע ארבעט און ווי שטארק איר ווירקונג איז אין פראפארציע צו דעם מאסע און ווייטקייט פונעם אביעקט וועלכע זי ציעט צו זיך.

איך וויל נישט אריינגיין אין ניוטאן'ס געזעצן, דאס קען מען לייענען מער באריכות אין דעם אשכול, אבער אין קורצן איז דאס ווי פאלגענד:
1. דאס געזעץ פון טרעגהייט(Inertia), א זאך וואס איז אין באוועגונג וועט בלייבן אין באוועגונג און א זאך וואס בלייבט שטיין וועט פארבלייבן אויפן ארט ביז א קראפט וועט טוישן זייערע פאזיציע.
2. דער קראפט פון גראוויטי איז אין פראפארציע צו דער מאסע פון אן אביעקט, מאל דער פארשנעלערונג פון זיין געלויף - צעטיילט ביי זיין ווייטקייט צו דער ערד.
3. יעדער אקציע ברענגט א רעאקציע מיטן זעלבן קראפט.

ניוטאן האט ערקלערט מיט אט די אויבנדערמאנטע געזעצן, דער באוועגונג פונעם ערד-קוגל ארום דעם זון.

דאס אז דער ערד פליט אין ספעיס און שטעלט זיך נישט אפ, נישט דאס איז דער קשיא, ווייל ווי שוין אויסגעשמועסט אינעם ערשטן געזעץ זיינע, וועט דאך יעדער זאך וואס הייבט נאר אן צו פליען, בלייבן פליען ביז איינער אדער עפעס שטעלט עס אפ.
נאר וואס יא, פארוואס פליט נישט דער וועלט ארויס אין די ווייטע ספערן? פארוואס פליט עס ארום דעם זון? דאס איז צוליב דעם זון'ס גראוויטעט וועלכע האלט אן דעם ערד-קוגל אין ארביט ארום איהם. אויב אזוי, פארוואס פליט נישט דער וועלט אריין אין דעם זון דורך דעם זון'ס גראוויטעט? ווייל דער וועלט פליט מיט צו א שטארקע שנעלקייט וואס פארמיידט פון דער זון עס צו קענען אריינשלעפן צו זיך, דאס הייסט אז דער ערד-קוגל איז צו ווייט פאר דעם זון עס צו קענען אריין שלעפן אין זיך אבער גענוג נאענט אז עס זאל נישט קענען ארויספליען אינעם ווייטן הוילקייט.

דער וועלט פליט שנעל, דער זון פראבירט עס צו שלעפן צו זיך אבער צוליב דער שנעלקייט פון דער וועלט'ס רייזע, האלט זיך דער וועלט צו דער ווייטסטע וואס עס קען פון דעם זון, אבער דער זון, מיט זיין קראפט, שלעפט דער וועלט צו זיך וואס דאס מאכט אז דער וועלט זאל קומען נענטער און פליען שנעלער אבער אין רעאקציע שלעפט דער ערד-קוגל דעם זון צו זיך אזוי ווי דער דריטע געזעץ לויטעט, דער ערד-קוגל קומט צו פליען נענטער און נענטער צו דער זון אזויווי א ביציקל וואס גליטשט אראפ א בארג, אבער גרייכענדיג דאס מאקיסמום נאנטקייט צו דער זון, פליט עס צוריק, אזוי דער ביציקל וואס פליט בארג ארויף נאכן גרליטשן אראפ דעם בארג. דער ערד-קוגל פליט מיט דער רעאקציע קראפט, צוריק ביזן ווייטסטן פונקט וואו עס האט זיך געפונען פונעם זון איידער עס איז געווארן געשלעפט דורך דעם זון און פון יענער פונקט פאנגט זיך אן א ניייע רונדע.

פארשטענדליך אז די געזעצן אין דעם ארטיקל זענען אראפגעלייגט גאר איינפאך, בלויז אויף צו געבן א מינימאלע איבערזוכט איבער די אלע קאמפליצירטע, פיזישע ערשיינונגען.
פארשפארט