וארא - וואס קענסטו דערליידן?!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

וארא - וואס קענסטו דערליידן?!

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חברים וידידים..!

שטייענדיג אין פרשת וארא וואו די תורה הקדושה דערציילט אונז איבער די שעבוד מצרים און די ערשטע חלק פון די עשר מכות וואס השי"ת האט געשיקט משה רבינו צו ברענגן אויף פרעה און די מצריים. און ווי מיר אלע ווייסן, פרעה האלט זיך שטארק און ער וויל נישט ארויסלאזן די אידן פון מצרים, ער ליידט פון א ספעציעלע 'כְּבֵדוּת הלב' פון וועלכע זיין הארץ איז געווארן שווער און פאַרהאַרטעוועט און ער נעמט נישט קיין מוסר השכל פון די מכות און די עונשים וואס קומען אויף איהם.

איז אין אנהייב פון די סדרה געפונען מיר אז הקב"ה שיקט משה רבינו צו זאגן פאר כלל ישראל די גוטע בשורה אז זיי גייען ווערן אויסגעלייזט פון גלות, און דער אייבישטער דערמאנט דארט די פיר לשונות פון גאולה ווי באקאנט, וְהוֹצֵאתִי, וְהִצַּלְתִּי, וְגָאַלְתִּי, וְלָקַחְתִּי. וְהוֹצֵאתִי אֶתְכֶם מִתַּחַת סִבְלֹת מִצְרַיִם, איך וועל אייך ארויסנעמען פון אונטער די שווערע ליידן און די לאַסט וואס די מצריים לייגן ארויף אויף ענק, וְהִצַּלְתִּי אֶתְכֶם מֵעֲבֹדָתָם, איך וועל אייך ראטעווען פון זייער ארבעט וואס זיי מאכן ענק ארבעטן, וְגָאַלְתִּי אֶתְכֶם בִּזְרוֹעַ נְטוּיָה וגו' און איך וועל ענק אויסלייזן מיט אן אויסגעשטרעקטן ארעם, וְלָקַחְתִּי אֶתְכֶם לִי לְעָם, און איך וועל ענק נעמען צו מיר פאר א פאלק.

למעשה זענען אבער די אידן נאכנישט געווען דעמאלטס אין א מצב פון קענען דערהערן און אויפנעמען ריכטיג דעם דבר השם, ווי די תורה זאגט "וְלֹא שָׁמְעוּ אֶל משֶׁה מִקֹּצֶר רוּחַ וּמֵעֲבֹדָה קָשָׁה", די אידן קענען ליידער נישט הערן יעצט, די אויערן און די הערצער זענען פארשטאָפּט, די נשמות זענען פארלאשן, און עס זעהט אויס ח"ו ווי די הייליגע ווערטער מאכן נישט קיין רושם אויף זיי.

אגב קענען מיר מדייק זיין וואס איז די לשון וְהוֹצֵאתִי אֶתְכֶם 'מִתַּחַת' סִבְלֹת מִצְרַיִם, לכאורה וואלט געדארפט שטיין וְהוֹצֵאתִי אֶתְכֶם מִסִבְלֹת מִצְרַיִם, און יעדער פארשטייט אליינס אז ווען מ'ליידט צרות און מ'ווערט געפייניגט איז מען אונטערדרוקט אונטער יענעם, פארוואס דווקא דא שטייט מִתַּחַת?.

אביסל ווייטער געפונען מיר אין פסוק (ו' י"ג) "וַיְדַבֵּר ה' אֶל מֹשֶׁה וְאֶל אַהֲרֹן וַיְצַוֵּם אֶל בְּנֵי יִשְׂרָאֵל וְאֶל פַּרְעֹה מֶלֶךְ מִצְרָיִם לְהוֹצִיא אֶת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם" אז דער אייבישטער האט גערעדט צו משה און אהרן און ער האט זיי באפוילן "אל בני ישראל ואל פרעה מלך מצרים" וואס פשוט פשט איז משמע אז השי"ת שיקט דא א שליחות אז זיי זאלן גיין רעדן צו כלל ישראל און צו פרעה אז ער זאל ארויסלאזן די אידן פון מצרים. אבער לכאורה איז שווער, ווייל צו די אידן האט מען דאָך דאס נישט געדארפט רעדן, דאס איז עפעס וואס פרעה דארף הערן און מסכים זיין, אבער נישט כלל ישראל.

איז רש"י טייטשט טאקע אויפן פלאץ, וַיְצַוֵּם אֶל בְּנֵי יִשְׂרָאֵל, השי"ת האט באפוילן משה און אהרן 'וועגן' די אידישע קינדער, נישט אז זיי זאלן יעצט גיין עפעס רעדן 'צו' כלל ישראל, נאר דער אייבישטער האט זיי באפוילן "להנהיגם בנחת ולסבול אותם" ווען איר גייט פירן דאס פאלק, זאל דאס צוגיין בנחת, מיט צוגעלאזנקייט און וואוילקייט, און איר זאלט 'סוֹבֵל' זיין די אידן, זיי פארשטיין און זיי דערהייבן און דערליידן אין יעדן מצב.

אין תלמוד ירושלמי (מס' ראש השנה פרק ג' ה"ה) שטייט אבער א דבר נפלא, אז דא איז יא געווען א ציווי פאר משה און אהרן צו רעדן 'צו' כלל ישראל. און וואס האט מען זיי געדארפט דא זאגן? הערט און שטוינט, די פרשה פון שילוח עבדים! די פרשה פון ארויסשיקן א עבד עברי וואס מיר וועלן לערנען שפעטער אין די תורה אין פרשת משפטים און אין פרשת בהר. און ווי דער לשון הירושלמי איז, "כהיא דאמר רב שמואל בר רב יצחק וידבר ה' אל משה ואל אהרן ויצום אל בני ישראל, על מה ציום, על פרשת שילוח עבדים". וואס דאס שטימט אפשר אביסל בעסער מיט'ן פשטות הלשון אין פסוק אז השי"ת האט באפוילן פאר משה און אהרן צו גיין רעדן 'צו' די אידישע קינדער, אבער פארשטייט זיך אז עס איז א פלא והפלא וואו קומט עס דא אריין, און פארוואס עפעס יעצט ווען די אידן זענען נאך אליינס פארשקלאפט און אונטערטעניג און קענען ניטאַמאָל הערן וועגן זייער אייגענע גאולה, זאל מען רעדן צו זיי וועגן באפרייען זייערע קנעכט וואס זיי וועלן האבן אין די צוקונפט?! וואס באדייט דער ענין?.
ווען מ'שפירט שוין באקוועם אין גלות...

איז מיר הייבן אָן מיט א מעשה שהיה און א הייליג ווארט וואס ווערט געברענגט אין ספרים:
אמאל ווען הרה"ק רבי מנחם נחום פון טשערנאביל - דער מאור עינים זי"ע איז געפארן אונטערוועגנס, איז איהם אויסגעקומען צו נעכטיגן אין א קרעטשמע וואו דער בעל הבית איז געווען גאר א פשוט'ער דאָרפס איד און א גרויסער עם הארץ וואס האט כמעט גארנישט געקענט. אינמיטן די נאכט האט זיך די אידענע אויפגעוועקט, און זי זאגט פאר איר מאן דער בעל הבית פונעם קרעטשמע, "ווייזט אויס אז עפעס איז נישט אין ארדענונג מיט אונזער גאסט אפשר שפירט ער זיך נישט גוט, ווייל איך הער ווי ער קרעכצט און וויינט ביי זיך אין צימער". דער בעה"ב איז ארויסגעקראָכן פון בעט און גענומען א ליכטל אין זיינע הענט און געגאנגען דערמיט צום צימער פון זיין גאסט, א קוק צו טוהן וואס עס קומט דארט פאָר. ווי דערשראקן איז ער געווארן ווען ער האט טאקע געהערט ווי דער אורח קרעכצט און זיפצט. ער בייגט זיך צו צום שליסל לאָך און ער באמערקט אז דער גאסט זיצט אויף דער ערד מיט א קליינעם ליכט און ער שאקלט זיך אהין און צוריק און מורמעלט ארויס פון זיין מויל פארשידענע זאכן, ווען די גאנצע צייט קרעכצט ער און ער קלאָגט ביטערליך. דער בעה"ב האט פארשטאנען אז ווירקליך ליידט טאקע דער גאסט פון א געוויסע ווייטאג אדער קרענק, און ער האט אריינגעקלאפט צום מאור עינים אין צימער אנבאָטן זיין הילף, אויב ער קען איהם העלפן אדער גרינגער מאכן די יסורים.

ווען דער מאור עינים האט געהערט וואס דער בעה"ב וויל, האט ער איהם בארואיגט און געזאגט אז ב"ה אלעס איז אין בעסטן ארדענונג מיט איהם, און ער איז בלויז עוסק יעצט אין "תיקון חצות". דער בעה"ב האט אבער נישט געהאט דאס מינדנסטע אַהנונג וואס עס באדייט תיקון חצות און צוליב וואס דארף מען דאס זאגן, און נאכדערצו מיט א געוויין, און דער מאור עינים האט איהם ערקלערט אז דערמיט קלאגט מען אויפן חורבן בית המקדש וואס איז חרוב געווארן. אבער גאר שנעל האט זיך ארויסגעשטעלט
אז דער עַם הארץ ווייסט אפילו דאס אויך נישט וואס איז געווען דער בית המקדש...

ווען דער מאור עינים האט געזען מיט וועמען ער האט דא אן עסק, האט ער איהם אנגעהויבן מסביר צו זיין מיט געדולד, אז אמאל האבן די אידן געוואוינט אין ארץ ישראל און מיר האבן געהאט א הייליגע בית המקדש, און דערנאך זענען צוליב אונזערע זינד געקומען די גויים און זיי האבן חרוב געמאכט דעם בית המקדש און אונז פארטריבן פון אונזער לאנד, און אויף דעם וויינען מיר און קלאגן, און מיר בעטן פונעם אייבישטער אז משיח זאל שוין קומען, און ער וועט אונז אויסלייזן און אונז צוריק ארויפטראגן קיין ארץ ישראל און אויפבויען דעם בית המקדש. און דער מאור עינים האט זיך געוואנדן דערביי צו זיין גאסט-געבער און געזאגט "און דו ווילסט אוודאי אויך אז משיח זאל שוין קומען און אונז אויסלייזן, ריכטיג?". דער איד זאגט אבער אז ער קען נישט ענטפערן אויף אזא הארבע פראגע אין איין מינוט, ער מוז עס קודם אדורכשמועסן מיט זיין ווייב, און נאר נאכדעם וועט ער האבן א קלארע תשובה אויב זיי ווילן טאקע אז משיח זאל קומען אונז אויסלייזן פון דאַנעט.

אומר ועושה, דער ארענדאר לויפט צוריק צו זיין ווייב, און קודם כל האט ער איר בארואיגט אז דער גאסט געפונט זיך אין בעסטן ארדענונג און ער איז ב"ה געזונט און שטארק, און דערביי האט ער איבערגעגעבן די ווערטער פונעם אורח אז א איד דארף האָפן און ווארטן אויף משיח וואס וועט אונז ארויסנעמען פון דא און טראגן קיין ארץ ישראל. "עס קומט נישט אין באטראכט" רופט זיך אָן זיין ווייב מיט א תמימות, "מיר זענען שוין עלטערע מענטשן, קוים מיט צרות האבן מיר זיך אפגעשפּאָרט דאס ביסל פארמעגן וואס מיר האבן, א קליינע הייזקע מיט עטליכע קיען און הינער וואס מיר האָדעווען אויף, וויאזוי קענען מיר דאס אלעס איבערלאזן און ארויפגיין קיין ארץ ישראל?" האט די פרוי אויסגעפירט איר טענה אז ס'לוינט זיך גאר נישט דאס אלעס צו פארלאזן.

ווען דער איד איז צוריקגעקומען צום צדיק און געזאגט וואס די ווייב האט גע'טענה'ט, האט איהם דער מאור עינים געפרואווט צו איבערצייגן אז עס איז דאָך נישט קיין תכלית צו פארבלייבן דא אין גלות, אמת טאקע איר האט א שטיקל פארמעגן, אבער איר ליידט דאָך געוויס צרות פון די גוי'אישע שכנים, און פון צייט צו צייט גנב'ענען זיי און זיי באראבעווען אייך. אין ארץ ישראל וועט קומען א סוף צו די אלע פראבלעמען, ווייל מיר וועלן זיין אויסגעלייזט און וואוינען אין אונזער הייליג לאנד אָן קיין גויים און אָן קיין שונאים וואס וועלן אונז קענען וויי טוהן. דער איד הערט די אויפריכטיגע רייד פונעם אורח, און ער זאגט אז ער מוז דאס אויך אדורכרעדן מיט זיין קלוגע פרוי אויב זי איז מסכים, און ער לויפט איבערזאגן די טענה פונעם גאסט אז ווען מ'וועט ארויפגיין קיין ארץ ישראל וועט מען מער נישט ליידן פון די גויים וואס טיילן אונז אויס שטענדיג צרות. רופט זיך אָן די אידענע צו איר מאן "זאג פארן גאסט אז פאר אונז איז דאָך גוט דא, נאר וואס דען, די גויים מאכן אונז אָן צרות, אויב אזוי האב איך אן עצה, זאל משיח ארויפטראגן די גויים קיין ארץ ישראל, און אונז לאזן דא במנוחה, און אלעס וועט זיין גוט!".

ווען דער מאור עינים האט געהערט איר טענה, האט ער געגעבן א קרעכץ, אז ליידער זענען מיר שוין אזוי טיף פארזינקען אינעם גלות, אז מיר האבן זיך שוין באקוועם געמאכט דא, מיר קענען שוין פאַרנעמען און אויסהאלטן דעם גלות. און דאס האט השי"ת געזאגט פאר משה רבינו "וְהוֹצֵאתִי אֶתְכֶם מִתַּחַת סִבְלֹת מִצְרַיִם" איך וועל אייך ארויסנעמען פון דאס קענען 'סוֹבֵל' זיין און אויסהאלטן דעם גלות, דער אייבישטער וועט אונז ארויסשלעפן דערפון אז מיר זאל עס שוין מער נישט קענען דערליידן.

עס איז שווער ארויסצונעמען דעם גלות פונעם איד
אט דער ווארט ווערט געברענגט אין פילע ספרים הקדושים, אז אט דאס איז געווען די שווערסטע חלק פונעם גלות, דאס אז אידישע קינדער זענען געווארן 'צוגעוואוינט' און באקוועם ח"ו מיט'ן גלות, מען האט דאס שוין געקענט סובל זיין און פארנעמען, און מ'האט אנגעהויבן צו שפירן אז דארט באלאנגן מיר חלילה. און ווי עס איז באקאנט דער מאמר החכם "מען קען ארויסנעמען דעם איד פון גלות, אבער עס איז אסאך שווערער ארויסצונעמען דעם גלות פונעם איד". דאס הייסט אז עס בלייבט קלעבן אינעם מענטש שטיקער פונעם גלות וואס איז געווארן ממש ווי א טייל פון זיין מהות און זיין מציאות, ער לעבט דערמיט און ער האט שוין מַשלים געווען מיט'ן גורל אז אזוי באלאנגט עס, און אפילו ווען מ'ווערט אויסגעלייזט איז שווער פטור צו ווערן פונעם חלק הגלות וואס מ'האט מיטגענומען מיט זיך.

און ווי עס איז באקאנט פון צדיקים אַן ענדליכן ווארט, "וַיָרֵעוּ אֹתָנוּ הַמִצְרִים" די מצריים זענען געווארן אונזערע פריינט, א לשון פון אהבה ורֵיעות, מיר האבן זיך אנגעהויבן צו חַבר'ן מיט זיי און זיך אפלערנען פון זייערע שלעכטע וועגן, און דאס איז געווען די ערגטסע חלק פונעם גלות הנפש.

ווען מיר הייבן אָן זיך אליינס סובל זיין
איז לאמיר זיך אביסל מתבונן זיין אין דעם ענין. בפשטות קוקט עס עפעס אויס ווי א זאך וואס פּאַסט טאקע פארן עם-הארצ'ישן דאָרפס איד אין די צייטן פונעם מאור עינים אז ער ווערט איינגעזינקן אינעם גלות און ער מיינט אז זיינע הינער מיט די אייער איז די גרעסטע גן עדן און ער וויל זיי נישט איבערלאזן... אבער דער אמת איז אז אט די 'סִבְלֹת מִצְרַיִם' באגלייט כמעט יעדן איינעם פון אונז און אין יעדן דור!.

וויפיל מאל מאכט אז א מענטש וואלט באמת געדארפט זיין אויף א העכערע סטאנדארט, זיינע כוחות הנפש און זיין מהות פארלאנגן פון איהם א פיל העכערע מדריגה ווי דאס וואס ער טוט למעשה, נאר וואס דען? ער איז ארומגענומען מיט א סביבה פון שוואכערע פון איהם, ער האט חברים און פריינט וואס זייער סטאנדארט איז נידריגער און לויזער ווי זיינס, און די כוח הרגילות, די געוואוינהייט פונעם טאג טעגליכע לעבן צווישן זיי טוט זיך אפ דאס זייניגע, אז דער מענטש קען דאס שוין פלוצלינג פארנעמען, ער ווערט א 'סַבְלָן' וואס קען דערהייבן אנדערע מענטשנ'ס שוואכקייטן, ער ווערט נישט געשטערט ווען אנדערע פירן זיך נישט ממש ווי עס פּאַסט, און אזוי ווייטער פיל מיט תירוצים און שקרים וואס דער מענטש זאגט צו זיך אליינס כדי זיך צו בארואיגן, אבער מיט די צייט ווערט ער בעצם נאכגעשלעפט נאך זיין סביבה און ער הערט אויף צו באמערקן אז זיין התנהגות איז נישט באמת פאסיג 'פאר איהם' לויט זיין שלימות און לויט זיין יכולת וואו ער וואלט געדארפט זיין באמת.

ווען די רשימה האט נאר באקומען איין זייט
עס איז מיר אויסגעקומען לעצטנס צו הערן פון א יונגערמאן א אמת'ע עפיזאד וואס ער האט געהאט מיט זיך אליינס, ער האט זיך היבש געשעמט דערמיט, אבער צו זיין קרעדיט האט ער דאס נישט צוריקגעהאלטן, נאר מיטגעטיילט ווייטער, און צוליב די שטארקע תוכן פון זיינע ווערטער איז כדאי דאס צו ברענגן אזויווי ער האט דאס געזאגט, פשוט ארויסצונעמען אונזער נקודה דערפון:

דער יונגערמאן דערציילט אז ער האט פונקט געהערט פון איינעם דעם געדאנק, אז א מענטש זאגט ליגענט צו זיך אליינס! דאס הייסט ער רעדט זיך איין געוויסע זאכן לויט ווי ער וויל, און דאס איז נאך ערגער ווי ליגענט וואס מ'זאגט פאר אנדערע; ווייל ליגענט וואס מ'זאגט פאר יענעם קען נאך איין טאג נתגלה ווערן דעם שקר, עס ווערט אויפגעדעקט דעם אמת, און דער מענטש ווערט געצווינגען ארויסצוקריכן פונעם שקר וואס ער האט געזאגט, אבער די ליגענט וואס דער מענטש זאגט צו זיך אליינס דאס איז נאך אסאך ערגער, ווייל על פי רוב ווערט דאס קיינמאל נישט נתגלה! דער מענטש קען אזוי לעבן ניינציג יאר און זיך האלטן אין איין איינרעדן און טוהן וואס ער וויל, אויב שטעלט ער זיך נישט אפ צו טראכטן מיט די ריכטיגע התבוננות.

הכלל, האט דער יונגערמאן באשלאסן ביי זיך אז ער גייט מאכן א חשבון הנפש וועלכע ליגענט זאגט ער צו זיך אליינס? אין וועלכע הינזיכט איז ער געשלאגן אז ער האלט נישט ביים איינזעהן דעם אמת.

ער האט נישט געדארפט צו לאנג טראכטן, און ער האט געוואוסט אז 'זיין טעלעפאן' דארט שטעקט זיין שוואכקייט, דאס איז געווען זיין נסיון, ער איז געווען שטארק צוגעבינדן צו זיין טעלעפאן און ער פלעגט זיין פארנומען מיט דעם טאג און נאכט, אויף די חשבון פון זיין ווייב, זיינע קינדער, זיין שטוב, זיין אידישקייט, וכו' וכו', און ער האט געוואוסט אז דאס טויג נישט פאר איהם און עס שלעפט איהם אראפ, אבער וויפיל זיין ווייב האט איהם געבעטן אז ער זאל עס נישט אריינברענגן אין שטוב אריין, זענען אירע ווערטער געפאלן אויף טויבע אויערן ווייל ער האט געשפירט אז זי פארשטייט איהם נישט און סוף כל סוף דארף ער דאס האבן, און אזוי ווייטער.

בקיצור, ער האט באשלאסן אז ס'איז געקומען די צייט צו מאכן א אמת'ע חשבון הנפש ווי ווייט ער זאגט ליגענט פאר זיך אליינס און רעדט זיך איין אז ער איז גערעכט. אפילו אויב ס'וועט ציפן און וויי טוהן, גייט ער זיך אראפזעצן מיט א פעדער און א פאפיר און מאכן א אויפריכטיגע חשבון, אמת לאמיתו, ס'וועט זיין פארשריבן פאר זיינע אויגן שווארץ אויף ווייס, וויפיל מעלות עס האט פאר איהם, און וויפיל חסרונות, און ער וועט איינמאל פאר אלעמאל מאכן א ניכטערע החלטה וואס ער דארף טוהן ווייטער.
ער ציהט א שורה אינמיטן דעם ליידיגן פאפיר, און ער מאכט צוויי קאלומ'ס צו קענען שרייבן זיינע מחשבות, איין זייט איז געאייגענט פאר די צדדים 'בְּעַד' דאס הייסט די מעלות און סיבות פארוואס יא זיך צו באנוצן דערמיט אין שטוב, און די צווייטע זייט איז פארן 'נֶגֶד' די חסרונות און סיבות וואס זענען דערקעגן.

נו, אויף די חסרונות האט ער נישט געדארפט צו לאנג טראכטן, די שורות האבן זיך שנעל אנגעפילט איינס נאך די אנדערע, די אלע טענות ומענות וואס ער האט שוין געהאט געהערט און געוואוסט נישט פון היינט, ער האט געוואוסט אז דאס שטערט זיין שלום בית, זיין שלות הנפש, זיין אנוועזנהייט אין שטוב, זיין קשר מיט די קינדער, און אזוי ווייטער. אצינד דארף מען זיך אבער נעמען צו די זייט פון די מעלות... דער יונגערמאן זיצט און קלערט און קלערט און זוכט וואס ער קען דארט שרייבן, און ווי ער זאגט, זוכט ער נאך אפשר יעצט... ער האט נישט געפונען קיין איין איינציגע ערנסטע סיבה צו קענען שרייבן אויפן פאפיר פארוואס ער זאל דאס יא האבן אין שטוב. פון זיין גאנצע רצון צו קענען 'אָפּוועגן' און מעסטן די מעלות קעגן די חסרונות, איז געבליבן נישט מער ווי א ווייטאגליכע רשימה פאר זיינע אויגן, שווארץ אויף ווייס, אז די אמת איז פונקט דאס פארקערטע ווי וואס ער האט זיך געהאלטן אין איין זאגן!. אבער אויב ער וואלט זיך נישט אפגעשטעלט כדי דאס אראפצולייגן אויפן פאפיר, וואלט ער געקענט ממשיך זיין דורכאויס זיין גאנץ לעבן מיט'ן איינרעדעניש אז ער איז גערעכט.

וואו די סבלנות אויף זיך קען ברענגן דעם מענטש ח"ו
טייערע חברים, דאס אלעס, און נאך אסאך אנדערע זאכן זענען א חלק פון די סִבְלֹת מִצְרַיִם וואס מיר קענען סובל זיין און פארקוקן אויף אונזערע חסרונות זייער לייכט, צו לייכט. ביי יענעם איז עס טאקע געווען זיין טעלעפאן, אבער ביי א צווייטן איז עס געוויסע מידות מושחתות וואס ער האט, געוויסע געוואוינהייטן וואס ער כאפט אפילו נישט אז זיי טויגן נישט, געוויסע מערכות וואס ער פירט אין גאס אדער אין שטוב.

און אמאל איז דער מענטש ממש ווי א שוגג אדער א אונס, ער האט געכאפט א שטיקל גליטש אין א געוויסע ענין, ער האט געליטן א ירידה, און אין די ערשטע פּאָר טעג נאָגט עס איהם נאך ביים הארצן אז עכט טויג נישט דאס וואס ער טוט און ער וואלט זיך געדארפט צוריקכאפן, אבער ווי נאר עס גייט אדורך א שטיק צייט און "הרגל נעשה טבע" ווערט דאס א חלק פון זיין סבלנות. ער איז זיך שוין מוחל און ער קען דאס דערהייבן און זיך איינרעדן אז ס'איז גוט, ביז ער געדענקט שוין נישט אז ס'איז א חסרון, עס פאַלט איהם שוין נישט איין אז ער דארף זיך טוישן.

דער בעל שם טוב הקדוש זי"ע זאגט אז יעדע איינציגסטע מידה קען ווערן גענוצט צום גוטן און חלילה צום שלעכטן. "סבלנות" איז א זאך וואס מיר דארפן נוצן כלפי אנדערע, סובל זיין א צווייטער איד, פארנעמען יענעמ'ס שוועריגקייטן און שוואכקייטן און איהם נאך אלס אויפנעמען בסבר פנים יפות, אדער צומאל סובל זיין די אייגענע שוואכקייטן אדער אומשטענדן, דאס יא! אבער 'זיך' אליינס סובל זיין און אנהייבן צו פארקוקן אויף די אייגענע חסרונות און עוולות דאס טויג נישט. איינער וואס איז 'זיך' צו שטארק סובל און איז 'זיך' מוחל אויף אלע עבירות און פעלערן וואס ער באגייט, דער לעבט אין א ריכטיגע גלות הדעת, ער איז אונטערן יאָך פון סבלות מצרים, ער דערלייד זיינע שוואכקייטן און דאס אליין האלט אים צוריק פון וואקסן און שטייגן. [פארשטייט זיך אז דאס מיינט חלילה נישט אז דער מענטש זאל זיך קלאפן וכדומה, וואס מיר שמועסן איז ווען עס העלפט עפענען די אויגן און די השגות זיך צו דערהייבן אין אונזער עבודת ה'].

און עס קען זיין בדרך רמז אז דערפאר שטייט "וְהוֹצֵאתִי אֶתְכֶם מִתַּחַת סִבְלֹת מִצְרַיִם" און ווי מיר האבן מדייק געווען וואס מיינט דער 'מתחת' וואס ווערט דא דערמאנט. נאר די תורה הקדושה קומט אונז מרמז זיין אז ווען א מענטש קומט אָן אויף דעם אָרט פון קענען סובל זיין דאס שלעכטס, דער קען זיך דערקייקלען גאר נידריג ח"ו, מ'קען אנקומען זייער ווייט און טיף ח"ו, תַּחַת - אונטן. ווייל ווי געזאגט, ווען א מענטש זאגט זיך אליינס ליגענט און ער שטעלט זיך נישט אפ טראכטן מיט התבוננות אויף זיינע מעשים, דער קען אזוי אנגיין כל ימיו און לעבן אין א געפערליכן טעות.

זיך אפרייסן פון עבדות און קנעכטשאפט
און דעריבער ווען כלל ישראל איז אריינגעפאלן תַּחַת סִבְלֹת מִצְרַיִם, זיי זענען געווען טיף פארזונקן אין זייער גלות און געקענט פארנעמען די מצריים און זייערע פאַרדאָרבענע וועגן, דייקא דעמאלטס האט השי"ת באפוילן פאר משה רבינו אויסצולערנען פאר כלל ישראל די פרשה פון שילוח עבדים. ווייל ממש דאס איז די מציאות פון א עבד וואס ווערט צוגעוואוינט צו זיין עבדות און זיין שפלות, ער הייבט אָן סובל צו זיין די נידריגע מדריגה אין וואס ער געפונט זיך, ווען עס קומט זיין צייט ארויסצוגיין צו פרייהייט נאך זעקס יאר ווי די תורה זאגט אין פרשת משפטים, זאגט ער אנשטאט דעם (שמות כ"א) אָהַבְתִּי אֶת אֲדֹנִי אֶת אִשְׁתִּי וְאֶת בָּנָי לֹא אֵצֵא חָפְשִׁי, ער וויל בלייבן מיט זיין שפחה כנענית און די גוי'אישע קינדער און ער וויל זיך נישט צוריק קערן צו זיין ערליכע לעבנס שטייגער. אנשטאט צו דערהערן דעם הייליגן רוף פון השי"ת (ויקרא כ"ה) כִּי לִי בְנֵי יִשְׂרָאֵל עֲבָדִים עֲבָדַי הֵם אֲשֶׁר הוֹצֵאתִי אוֹתָם מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם, אז א איד איז הייליג און דערהויבן און א עבד ה' וויל ער אנשטאט דעם פארבלייבן א קנעכט פון א בשר ודם און לעבן אין קטנות און שפלות.

און דאס דארף מען דא אָנוואָרענען פאר כלל ישראל, צו אנטלויפן פון דעם מסוכנ'דיגן ארט! הערט אויף סובל צו זיין אייער נידריגע מדריגה, הערט אויף צו זיין צופרידן אין אייער יעצטיגע מצב. קריכט שנעל ארויס פונעם "וְלֹא שָׁמְעוּ אֶל משֶׁה מִקֹּצֶר רוּחַ וּמֵעֲבֹדָה קָשָׁה", מאכט אויף די פארשטאָפּטע הערצער און הייבט אָן משתוקק צו זיין צו ענקער גאולה, צו ענקער חירות און העכערקייט, ווייל אויב דער מענטש ווערט צוגעוואוינט און נאכגעשלעפט נאך זיין מצב קען ער חלילה בלייבן א אייביגע קנעכט ברוחניות ובגשמיות, און דאן איז ער חלילה אין די זעלבע בחינה ווי די 'כבדות הלב' פון פרעה, דאס הארץ און די מוח זענען פאַרשטאָפּט און מ'קען זיך נישט ארויסדערזעהן דערפון ח"ו.

ארויסברענגן דעם אייגענעם שיין און ליכטיגקייט
היוצא לנו, לאמיר געדענקן וואס מיר האבן געלערנט אין פרשת שמות אז יעדער איד האט זיין אייגענע נאמען און זיינע אייגענע מעלות וואס מיט דעם טוט ער שיינען און לייכטן, און ווי רש"י ברענגט "להודיע חבתן שנמשלו לכוכבים, שמוציאן ומכניסן במספר ובשמותם" גענוי ווי די שטערנס וואס יעדער פון זיי האט זיך זיין נאמען און זיין מהות. און דעריבער זאל טאקע אונזער שטרעבן זיין שטענדיג ארויסצוברענגן אונזער אייגענע שיין, אונזער אייגענע ליכטיגקייט, און זוכן גרינטליך וואס איז אונזער אמת'ע מהות און רצון, נישט זאגן ליגענט צו זיך אליינס און זיך איינרעדן אז ס'איז גוט, ווי אויך נישט זיך פארגלייכן צו די סביבה ארום און ארום און זיך מעסטן אז כלפי פלוני און אלמוני בין איך נאך גאנץ כמעשה גוט... ווייל אמאל איז דאס פארבינדן מיט 'סִבְלֹת מִצְרַיִם', ווען מיר מעסטן זיך און טרייסטן זיך לויט מענטשן וואס זענען נישט באמת אויף אונזערע שטאפל און אונזער סטאנדארט, איז דאס אויך א פאלשע סבלנות וואס מיר הייבן זיך אָן צו פארטראגן און זאגן אז דער 'בדיעבד' איז אויך גוט פאר אונז.
פונקט ווי יעדער שטערן האט זיך זיין נאמען, זיין נומער, און זיין באשטימטע פלאץ און סדר וואו ער דארף זיין, אט אזוי דארפן מיר זיין, לעבן אויפריכטיג און נישט מורא האבן צו קוקן דעם אמת אין פנים אריין, וויסן וואס מען מעג און וואס מען טאר נישט, און נישט זיך באגנוגן מיט דאס וואס מיר קענען 'דערליידן' אלס גוט...

לסיכום געדענק:
• געוואוינהייט און א סביבה קענען גורם זיין אז א מענטש זאל אקצעפטירן א שוואכע התנהגות און קענען סובל זיין די עוולות וואס ער באגייט.
• א מענטש זאגט זיך אליינס ליגענט, און דאס קען איהם פארפירן גאר ווייט. אויב מ'לייגט נישט אריין כוחות און מען זוכט נישט דעם אמת מיט א שטארקייט קען מען ווערן פארזונקן אין א גלות הדעת.
• אונזער תפקיד איז יא צו זוכן און נישטערן נאך אונזער אמת און תכלית, און ארויסברענגן 'אונזער אייגענע' ליכטיגקייט און שיין.

א לעכטיגע שבת קודש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר