פרישע מציצה בפה סקאנדאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל
א שיינע שיעור איבער די נושא פון מציצה בפה קען מען הערן פון ר' אברהם מנינג, שמעו ותחי נפשכם
https://outorah.org/p/64056
https://outorah.org/p/64056
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 349
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2018 1:04 pm
- האט שוין געלייקט: 246 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל
Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל
די אראבישע לענדער וועלן עס קיינמאל נישט אסר'ן, סאו מ'קען גיין קיין מאראקא, דובאי, און נטורי קרתא קען גיין קיין איראן און קאטאר...מנשסתר האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 3:53 pmדער פריעדמאן לכאורה וויל נישט מבטל זיין מילה אין גאנצען, ער פארלאנגט נאר מילה דורך א דאקטער אהן מציצה בפהשמן למאור האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 2:24 pmמצד איינער וואס גלייבט נישט אז די באשעפער האט געהייסן אמבאדינגט אפטשאפן די שטיקל הויט פונעם קינד'ס קערפער די אכטע טאג פון געבורט, לייגט זיך זייער אויפן שכל אז די רעגירונג זאל דאס נישט צולאזן.מנשסתר האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 1:03 pmא פחד א שרעקעלם ועלמיא האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 10, 2024 6:54 pm איבער מציצה בפה אין אנטוורפן אויף בעלגישע טעלעוויזיע
זיי רעדען וועגען אסר'ן מילה בכלל ביז דאס קינד קען אליין באשליסען
כדרכו בקודש זאגט דער פריעדמאן אז די מוזולמענערס טוהן מילה מיט א דאקטער און פארטויבונג אין א שפיטאהל
ער טענה'ט אז רוב אנטווערפען זענען אים דאנקבאר.....
מען וועט מוזען אוועק פון אנטווערפען....
ווער געבט דיר רעכט אפצושניידן א שטיקל קערפער פון דיין בעיבי אן זיין רשות? אפשר וועט ער עלטער ווערן און יא וועלן דאס שטיקל הויט? עס וואקסט דאך נישט צוריק.
נאר גיי זיי מסביר פארן גוי ווי שטארק די באשעפער גליסט אז אונזער ערלה זאל אפגעשניטן ווערן.
אבער ער האט געעפענט א פאנדארא'ס באקס
ווילאנג עס איז נישט ארויף געקומען אויף דעם טיש ביי די גויים האבען זיי נישט געטראכט וועגען דעם
ביזט הונדערט פראצענט גערעכט אז אומגלויביגע מענטשען האלטען אז מילה איז מוטילאציע
די זעלביגע מענטשען האלטען אז שחיטה איז שלעכט און צער בעלי חיים
די זעלביגע מענטשען האלטען אז לייגען תפילין האט נישט קיין פשט
וכו' וכו' וכו'
איך פיהל סארקאזם אין דיינע ווערטער אז כביכול דער באשעפער גליסט זיך אז אונזער ערלה זאל ווערען אפגעשניטען
אבער דער אמת איז אז עס טאקע אזוי
און די שאלה האט שוין טורנוס רופוס געפרעגט רבי עקיבא ואכמ"ל
למעשה גערעדט אויב וועלען די אומות אסר'ן מילה וועט מען מוזען גיין וואוינען אין מדבריות
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל
מען דארף דערקלערן גע'מל'טע קינדער אלס אן עקסטערן דזענדער, דאן וועלן די עלטערן האבן די רעכט צו שניידן.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 175
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 9:41 pm
- האט שוין געלייקט: 52 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 226 מאל
Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל
א זאך וואס כלל ישראל וכל מנהיגיו פירן זיך פאר 3,000 יאר איז א מסורה און מנהג ישראלסקעפטיקער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 2:28 pmרבונא דעלמא כולה, מיט וואס איז דאס א אידישע מנהג? און נאך מסורת ישראל עם קדוש? די חתם סופר שרייבט אז סיי וועלכע זאך וואס טוט די זעלבע פעולה קען מען רואיג טוהן. ווייל אמאל האט מען נישט געהאט/געדארפט/געוואוסט עפעס בעסער איז דאס נאכנישט קיין מנהג! אין די היינטיגע וועלט ווי היידזשין איז א פריאריטעיט וואלט מען שוין לאנג געדארפט טרעפן עפעס בעסער. אמאל האט א דאקטאר אויך נישט געהאט קיין הענטשוך. נאר ווייל מ'האט מורא פונעם סליפערי סלאופ, וועגן דעם גליטשט מען אין די פארקערטע דירעקציע עד כדי שגעון ממשנישנאש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 1:31 pmמי שמך לאיש אפצושפעטן פון א מסורת ישראל עם קדוששמן למאור האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 10, 2024 10:01 pm ב"ה כאטש איינער נעמט קער פון אונז. א מאדנע עקלדיגע מנהג אן קיין געהעריגע מקור, שוין העכסט צייט דאס אויסצורייסן.
כ'האב לעצטנס געשמועסט מיט א שונאי ישראל, פרעגט ער מיר, איז אמת אז ענק סאקן בלוטיגע בעיבי דיקס?!?!? פארוואס טוען ענק דאס?!?!?
כ'האב געזוכט א לאך וואו מיך צו באגראבן פאר בושה. כ'האב אנגעפאנגען צו דרייען מיטן צינג אז נישט יעדער טוט דאס, שלעפט ער ארויס זיין פאון איז ווייזט מיר בילדער ווי עס שטייען באבערדלטע חברה אראפגעבויגן אויף די מילה פון בעיביס... פעך!
כ'וואלט אהערגעברענגט דאס בילד ווען נישט דעם הרחק מן הכיעור.
קיינער האט דיר נישט געצווינגן וואס צוטאן ביי דיינע קינדער דארפסט אבער נישט קומען אויף א אידישע פארום אפחוזקן פון א אידישע מנהג
דו מאכסט עס אויסזען כאילו די דיון איבער מציצה בפה איז עפעס א נייע זאך און די גדולים שלפנינו האבן נישט דן געווען דערין און האסט אויסגעטראפן א חתם סופר. למעשה די דיון איז שוין הונדערטע יארן אלט און רוב מנין ובנין פון די גדולים שלפנינו האבן געהאלטן אז מציצה בפה
ועי' מהר"ם שי"ק או"ח קנ"א וואס שרייבט איבער מציצה בפה "ומאן חשיב לבטל דבריהם שקבלו מאבותינו ואבותינו מאבותם עד משה רבינו ע"ה .... הדבר ברור שאין רשאין לשנות את המנהג מנהג אבותינו למצוץ בפה דוקא.."
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל
און אויב כלל ישראל האט זיך געפירט פאר 3000 יאר צו טוישן וועש נאר איינמאל א וואך איז דאס אויך א מנהג ישראל? אמאל זענען די נארמעס געווען אנדערש און קיינער האט נישט געהאט דערמיט קיין ריינקייט און געזונטהייט פראבלעם, אבער קיינער האט נישט געזאגט (ביז עס איז געווארן א שערוריה אין די ת"ר יארן) אז עס איז א פראבלעם צו נוצן א "Metzitzah Tube", עס איז פשוט קיינעם נישט אנגעגאנגען אדער בייגעפאלן ביז דעמאלטס.נישנאש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 7:21 pm א זאך וואס כלל ישראל וכל מנהיגיו פירן זיך פאר 3,000 יאר איז א מסורה און מנהג ישראל
דו מאכסט עס אויסזען כאילו די דיון איבער מציצה בפה איז עפעס א נייע זאך און די גדולים שלפנינו האבן נישט דן געווען דערין און האסט אויסגעטראפן א חתם סופר. למעשה די דיון איז שוין הונדערטע יארן אלט און רוב מנין ובנין פון די גדולים שלפנינו האבן געהאלטן אז מציצה בפה
ועי' מהר"ם שי"ק או"ח קנ"א וואס שרייבט איבער מציצה בפה "ומאן חשיב לבטל דבריהם שקבלו מאבותינו ואבותינו מאבותם עד משה רבינו ע"ה .... הדבר ברור שאין רשאין לשנות את המנהג מנהג אבותינו למצוץ בפה דוקא.."
איך קען דיר ברענגען נאך אפאר אזעלכע מראה מקומות חוץ די מהר"ם שיק, אבער זייט ווען איז די מהר"ם שיק א מאן דאמר קעגן זיין רבי די חת"ס? אויב איינער איז רשכבה"ג איז עס די חת"ס, ובפרט אז די פשטות הסוגיא איז קלאר כדבריו. עס קומט כמעט צום לאכן ווען די מהר"ם שיק שפעקולירט אויב עס איז הלל"מ, ווי כאילו הלל"מ קען נתחדש ווערן דריי טויזנט יאר נאך מתן תורה. און אפילו די מהר"ם שיק רעדט נישט פון מאכן מציצה בפה מיט א הפסק.
די עיקר סיבה פון די אלע אוסרים איז מער די סליפערי סלאופ, און להוציא מלבן פון די משכילים, און וועגן דעם האבן זיי שוין געזוכט הלכה'דיגע סיבות אויך, און האבן זיך שוין אליינס איינגערעדט אז עס איז טאקע הלכה'דיג א פראבלעם, אבער ווען איינער לערנט דורך כל התורה כולה ביז די סוף ת"ק יארן וועט ער נישט טרעפן קיין סיבה פארוואס עס זאל הלכה'דיג דארפן זיין מציצה בפה דוקא און זיכער נישט דוקא בלי הפסק
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל
לאמיר שוין נישט אריינגיין אין דעם אז מציצה בפה האט "נישט" קיין "שטארקע מקורות" ביי גדולי הפוסקים אין די לעצטע 200 יאר.מנהל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 8:33 pmאמת אז דא איז קאווע שטיבל און מ'מעג שרייבן די דעה אז מציצה בפה איז נישט קיין חלק פון די מצוה, אבער שרייבן אזא גראבע וואולגארע שפראך קעגן א דעה וואס האט שטארקע מקורות ביי גדולי הפוסקים אין די לעצטע 200 יאר איז בפירוש נישט דער פלאץ אויף קאווע שטיבל, א פלאץ ווי מ'קען פארנעמען יעדע דעה אינערהאלב אידישקייט. אפשר אינעם אנדערן סייט וואס די האסט דערמאנט איז פאסיג צו שרייבן אזוי מיאוס קעגן דעות אין אידישקייט וואס שטימען נישט מיט די אייגענע.שמן למאור האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 2:18 pmדא אויף דעם פארום איז ב"ה דא פרייהייט פון ווארט, און יעדער קען זיך אויסדריקן זיין מיינונג. אז עס געפעלט דיר נישט, קענסטו גיין קיין אייוועלט.נישנאש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 1:31 pmמי שמך לאיש אפצושפעטן פון א מסורת ישראל עם קדוששמן למאור האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 10, 2024 10:01 pm ב"ה כאטש איינער נעמט קער פון אונז. א מאדנע עקלדיגע מנהג אן קיין געהעריגע מקור, שוין העכסט צייט דאס אויסצורייסן.
כ'האב לעצטנס געשמועסט מיט א שונאי ישראל, פרעגט ער מיר, איז אמת אז ענק סאקן בלוטיגע בעיבי דיקס?!?!? פארוואס טוען ענק דאס?!?!?
כ'האב געזוכט א לאך וואו מיך צו באגראבן פאר בושה. כ'האב אנגעפאנגען צו דרייען מיטן צינג אז נישט יעדער טוט דאס, שלעפט ער ארויס זיין פאון איז ווייזט מיר בילדער ווי עס שטייען באבערדלטע חברה אראפגעבויגן אויף די מילה פון בעיביס... פעך!
כ'וואלט אהערגעברענגט דאס בילד ווען נישט דעם הרחק מן הכיעור.
קיינער האט דיר נישט געצווינגן וואס צוטאן ביי דיינע קינדער דארפסט אבער נישט קומען אויף א אידישע פארום אפחוזקן פון א אידישע מנהג
עס איז דא א תורה וואס צו דעם דארפן זיך אידן צו האלטן, נישט צו קיין יארן לאנגע איינגעפירטע פאריקטע קאפריזן. דאס זיך איינ'עקשנ'ען נישט צו טוישן "גארנישט" פון וואס אונזער זיידעס האבן געטון, נישט קיין חילוק ווי נאריש דאס זאל נאר נישט זיין, איז א געפערליכן פראבלעם וואס מען דארף עוקר מן השורש זיין.
כ'בין נאר נייגעריג צו עס איז דא באשאפן געווארן א נייע קאווע שטיבל תקנה, אדער האט דאס שוין שטארקע מקורות פון די גדולי המנהלים פון די לעצטערע יארן?
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 175
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 9:41 pm
- האט שוין געלייקט: 52 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 226 מאל
Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל
נישט נוצן אזעלכע נעסטי לשונות אויף עפעס וואס גאנץ כלל ישראל טוט דארף נישט קיין תקנה ס'איז סך הכל קאממען סענסשמן למאור האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 9:37 pmלאמיר שוין נישט אריינגיין אין דעם אז מציצה בפה האט "נישט" קיין "שטארקע מקורות" ביי גדולי הפוסקים אין די לעצטע 200 יאר.מנהל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 8:33 pmאמת אז דא איז קאווע שטיבל און מ'מעג שרייבן די דעה אז מציצה בפה איז נישט קיין חלק פון די מצוה, אבער שרייבן אזא גראבע וואולגארע שפראך קעגן א דעה וואס האט שטארקע מקורות ביי גדולי הפוסקים אין די לעצטע 200 יאר איז בפירוש נישט דער פלאץ אויף קאווע שטיבל, א פלאץ ווי מ'קען פארנעמען יעדע דעה אינערהאלב אידישקייט. אפשר אינעם אנדערן סייט וואס די האסט דערמאנט איז פאסיג צו שרייבן אזוי מיאוס קעגן דעות אין אידישקייט וואס שטימען נישט מיט די אייגענע.שמן למאור האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 2:18 pmדא אויף דעם פארום איז ב"ה דא פרייהייט פון ווארט, און יעדער קען זיך אויסדריקן זיין מיינונג. אז עס געפעלט דיר נישט, קענסטו גיין קיין אייוועלט.
עס איז דא א תורה וואס צו דעם דארפן זיך אידן צו האלטן, נישט צו קיין יארן לאנגע איינגעפירטע פאריקטע קאפריזן. דאס זיך איינ'עקשנ'ען נישט צו טוישן "גארנישט" פון וואס אונזער זיידעס האבן געטון, נישט קיין חילוק ווי נאריש דאס זאל נאר נישט זיין, איז א געפערליכן פראבלעם וואס מען דארף עוקר מן השורש זיין.
כ'בין נאר נייגעריג צו עס איז דא באשאפן געווארן א נייע קאווע שטיבל תקנה, אדער האט דאס שוין שטארקע מקורות פון די גדולי המנהלים פון די לעצטערע יארן?
על כל פנים די זעלבע פרייהייט פון ווארט וואס דיין תגובה האט, האבן אנדערע דיר צו קריטיקירן אויף דיין אויסדרוק
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 175
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 9:41 pm
- האט שוין געלייקט: 52 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 226 מאל
Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל
כ'בין מחולק מיט דיר אבער אין לי כח אריינצוגיין אין די גאנצע פולמוס ועוד חזוןסקעפטיקער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 8:30 pmאון אויב כלל ישראל האט זיך געפירט פאר 3000 יאר צו טוישן וועש נאר איינמאל א וואך איז דאס אויך א מנהג ישראל? אמאל זענען די נארמעס געווען אנדערש און קיינער האט נישט געהאט דערמיט קיין ריינקייט און געזונטהייט פראבלעם, אבער קיינער האט נישט געזאגט (ביז עס איז געווארן א שערוריה אין די ת"ר יארן) אז עס איז א פראבלעם צו נוצן א "Metzitzah Tube", עס איז פשוט קיינעם נישט אנגעגאנגען אדער בייגעפאלן ביז דעמאלטס.נישנאש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 7:21 pm א זאך וואס כלל ישראל וכל מנהיגיו פירן זיך פאר 3,000 יאר איז א מסורה און מנהג ישראל
דו מאכסט עס אויסזען כאילו די דיון איבער מציצה בפה איז עפעס א נייע זאך און די גדולים שלפנינו האבן נישט דן געווען דערין און האסט אויסגעטראפן א חתם סופר. למעשה די דיון איז שוין הונדערטע יארן אלט און רוב מנין ובנין פון די גדולים שלפנינו האבן געהאלטן אז מציצה בפה
ועי' מהר"ם שי"ק או"ח קנ"א וואס שרייבט איבער מציצה בפה "ומאן חשיב לבטל דבריהם שקבלו מאבותינו ואבותינו מאבותם עד משה רבינו ע"ה .... הדבר ברור שאין רשאין לשנות את המנהג מנהג אבותינו למצוץ בפה דוקא.."
איך קען דיר ברענגען נאך אפאר אזעלכע מראה מקומות חוץ די מהר"ם שיק, אבער זייט ווען איז די מהר"ם שיק א מאן דאמר קעגן זיין רבי די חת"ס? אויב איינער איז רשכבה"ג איז עס די חת"ס, ובפרט אז די פשטות הסוגיא איז קלאר כדבריו. עס קומט כמעט צום לאכן ווען די מהר"ם שיק שפעקולירט אויב עס איז הלל"מ, ווי כאילו הלל"מ קען נתחדש ווערן דריי טויזנט יאר נאך מתן תורה. און אפילו די מהר"ם שיק רעדט נישט פון מאכן מציצה בפה מיט א הפסק.
די עיקר סיבה פון די אלע אוסרים איז מער די סליפערי סלאופ, און להוציא מלבן פון די משכילים, און וועגן דעם האבן זיי שוין געזוכט הלכה'דיגע סיבות אויך, און האבן זיך שוין אליינס איינגערעדט אז עס איז טאקע הלכה'דיג א פראבלעם, אבער ווען איינער לערנט דורך כל התורה כולה ביז די סוף ת"ק יארן וועט ער נישט טרעפן קיין סיבה פארוואס עס זאל הלכה'דיג דארפן זיין מציצה בפה דוקא און זיכער נישט דוקא בלי הפסק
ס'איז אויך קלאר פון חת"ס אז ער רעדט ווען ס'איז דא א אפענע סכנה
עכ"פ נניח ס'איז סליפערי סלאופ און להוציא מלבן, נא יעדע צווייטע עמוד אין בבלי איז להוציא מליבן איז וואס איז שלעכט אויב דעיס אויך
די אנטיסעמיט וועט דיר פיינט האבן צו ס'איז מיטן מויל צו מיט א כלי, ס'מאכט א קליינע חילוק אין זיין קאפ וד"ל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל
האסט אלע רעכטן מיר צו קריטיקירן, און איך האב אלע רעכטן זיך צו פארענטפערן.נישנאש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 9:45 pmנישט נוצן אזעלכע נעסטי לשונות אויף עפעס וואס גאנץ כלל ישראל טוט דארף נישט קיין תקנה ס'איז סך הכל קאממען סענסשמן למאור האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 9:37 pmלאמיר שוין נישט אריינגיין אין דעם אז מציצה בפה האט "נישט" קיין "שטארקע מקורות" ביי גדולי הפוסקים אין די לעצטע 200 יאר.מנהל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 8:33 pmאמת אז דא איז קאווע שטיבל און מ'מעג שרייבן די דעה אז מציצה בפה איז נישט קיין חלק פון די מצוה, אבער שרייבן אזא גראבע וואולגארע שפראך קעגן א דעה וואס האט שטארקע מקורות ביי גדולי הפוסקים אין די לעצטע 200 יאר איז בפירוש נישט דער פלאץ אויף קאווע שטיבל, א פלאץ ווי מ'קען פארנעמען יעדע דעה אינערהאלב אידישקייט. אפשר אינעם אנדערן סייט וואס די האסט דערמאנט איז פאסיג צו שרייבן אזוי מיאוס קעגן דעות אין אידישקייט וואס שטימען נישט מיט די אייגענע.שמן למאור האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 2:18 pm
דא אויף דעם פארום איז ב"ה דא פרייהייט פון ווארט, און יעדער קען זיך אויסדריקן זיין מיינונג. אז עס געפעלט דיר נישט, קענסטו גיין קיין אייוועלט.
עס איז דא א תורה וואס צו דעם דארפן זיך אידן צו האלטן, נישט צו קיין יארן לאנגע איינגעפירטע פאריקטע קאפריזן. דאס זיך איינ'עקשנ'ען נישט צו טוישן "גארנישט" פון וואס אונזער זיידעס האבן געטון, נישט קיין חילוק ווי נאריש דאס זאל נאר נישט זיין, איז א געפערליכן פראבלעם וואס מען דארף עוקר מן השורש זיין.
כ'בין נאר נייגעריג צו עס איז דא באשאפן געווארן א נייע קאווע שטיבל תקנה, אדער האט דאס שוין שטארקע מקורות פון די גדולי המנהלים פון די לעצטערע יארן?
על כל פנים די זעלבע פרייהייט פון ווארט וואס דיין תגובה האט, האבן אנדערע דיר צו קריטיקירן אויף דיין אויסדרוק
ניין, קיין קאממען סענס איז דאס נישט, די מנהל האט געוויזן אז ס'איז די תקנת המקום, דארף מען זיך האלטן דערצו, אבער סתם אזוי? פארוואס זאל איך שרייבן איינגעהאלטן אויף עפעס וואס איך האלט אז דאס איז אן עקלדיגע קאפריז און איז בכלל נישט קיין עכטע מנהג? (דו ביסט בעצם אויך מודה אז דאס איז עקלדיג און מאדנע, האלסט נאר אז ס'איז פארט א מנהג קדוש) בלויז ווייל כלל ישראל טוט אזוי? כ'מעג אויך נישט שרייבן נעסטי אויף דעם אז חרדישע אידן מאכן משוגע'נע טייערע חתונות? עפעס וואס "כלל ישראל" טוט מעג מען נישט רעדן דערקעגן שארף?
דער אמת איז אז ס'איז דא אסאך נארישקייטן וואס איז "אנגענומען" ביי אונז, הגם עס האט נישט קיין געהעריגע מקור, און די לעצטערע גדולים האבן עס נאר געשטיפט צוליב די סליפערי סלאופ. נעם פאר א ביישפיל דאס אז פרויען דרייוון נישט. יעצט הגם כ'בין פינקט אזוי דערקעגן, דאך האט זיך אלעס זיין שפראך. כ'וואלט נישט געשריבן פעך אויף דעם. כ'מיין אז מיין שפראך אויף מציצה בפה איז גאנץ באלענצירט כלפי די לעוול פון דאס וואס ס'איז, פאר מען מישט אריין הייליגקייט. ווען ס'נישטא דעם מנהג ביי אונז און די הערסט אז אין אפריקע איז דא א שבט וואס טוט דאס, און איך וואלט מיך אויסגעדריקט מיט דעם לשון וואלסטו אויך צוגעשטימט.
אגב, "רוב" כלל ישראל טוט דאס "נישט". קען אפשר זיין אז רוב חרדישע אידן טוען דאס, אבער דאס צייגט בכלל נישט אויף וואס איז ריכטיג אדער וואס די "תורה" זאגט.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל
ס'איז גאנץ קלאר פון די גמרא אז מציצה בכלל איז בלויז לצורך רפואה, ס'איז נישט קיין חלק פון מצוה מילה.נישנאש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 10:04 pmכ'בין מחולק מיט דיר אבער אין לי כח אריינצוגיין אין די גאנצע פולמוס ועוד חזוןסקעפטיקער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 8:30 pmאון אויב כלל ישראל האט זיך געפירט פאר 3000 יאר צו טוישן וועש נאר איינמאל א וואך איז דאס אויך א מנהג ישראל? אמאל זענען די נארמעס געווען אנדערש און קיינער האט נישט געהאט דערמיט קיין ריינקייט און געזונטהייט פראבלעם, אבער קיינער האט נישט געזאגט (ביז עס איז געווארן א שערוריה אין די ת"ר יארן) אז עס איז א פראבלעם צו נוצן א "Metzitzah Tube", עס איז פשוט קיינעם נישט אנגעגאנגען אדער בייגעפאלן ביז דעמאלטס.נישנאש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 7:21 pm א זאך וואס כלל ישראל וכל מנהיגיו פירן זיך פאר 3,000 יאר איז א מסורה און מנהג ישראל
דו מאכסט עס אויסזען כאילו די דיון איבער מציצה בפה איז עפעס א נייע זאך און די גדולים שלפנינו האבן נישט דן געווען דערין און האסט אויסגעטראפן א חתם סופר. למעשה די דיון איז שוין הונדערטע יארן אלט און רוב מנין ובנין פון די גדולים שלפנינו האבן געהאלטן אז מציצה בפה
ועי' מהר"ם שי"ק או"ח קנ"א וואס שרייבט איבער מציצה בפה "ומאן חשיב לבטל דבריהם שקבלו מאבותינו ואבותינו מאבותם עד משה רבינו ע"ה .... הדבר ברור שאין רשאין לשנות את המנהג מנהג אבותינו למצוץ בפה דוקא.."
איך קען דיר ברענגען נאך אפאר אזעלכע מראה מקומות חוץ די מהר"ם שיק, אבער זייט ווען איז די מהר"ם שיק א מאן דאמר קעגן זיין רבי די חת"ס? אויב איינער איז רשכבה"ג איז עס די חת"ס, ובפרט אז די פשטות הסוגיא איז קלאר כדבריו. עס קומט כמעט צום לאכן ווען די מהר"ם שיק שפעקולירט אויב עס איז הלל"מ, ווי כאילו הלל"מ קען נתחדש ווערן דריי טויזנט יאר נאך מתן תורה. און אפילו די מהר"ם שיק רעדט נישט פון מאכן מציצה בפה מיט א הפסק.
די עיקר סיבה פון די אלע אוסרים איז מער די סליפערי סלאופ, און להוציא מלבן פון די משכילים, און וועגן דעם האבן זיי שוין געזוכט הלכה'דיגע סיבות אויך, און האבן זיך שוין אליינס איינגערעדט אז עס איז טאקע הלכה'דיג א פראבלעם, אבער ווען איינער לערנט דורך כל התורה כולה ביז די סוף ת"ק יארן וועט ער נישט טרעפן קיין סיבה פארוואס עס זאל הלכה'דיג דארפן זיין מציצה בפה דוקא און זיכער נישט דוקא בלי הפסק
ס'איז אויך קלאר פון חת"ס אז ער רעדט ווען ס'איז דא א אפענע סכנה
עכ"פ נניח ס'איז סליפערי סלאופ און להוציא מלבן, נא יעדע צווייטע עמוד אין בבלי איז להוציא מליבן איז וואס איז שלעכט אויב דעיס אויך
די אנטיסעמיט וועט דיר פיינט האבן צו ס'איז מיטן מויל צו מיט א כלי, ס'מאכט א קליינע חילוק אין זיין קאפ וד"ל
בעצם היינט ווי מען ווייסט אז דאס איז בכלל נישט קיין רפואה וואלט מען עס געקענט אינגאנצן מבטל זיין, נאר היות דאס האט נאך מקורות אין גמרא רמב"ם און שו"ע, האלט מען זיך דערצו.
פון די פוסקים וואס רעדן וועגן פה אדער כלי זעט מען קלאר אז ס'איז ווייניג באזירט אויף הלכה, און מען זארגט זיך נאר אויף דעם נישט משנה זיין. די סברות און הסברים פאר פה דווקא איז טאקע זייער שוואך און מען קען זען אז דאס איז "געזיכט א סיבה".
ווען די גמרא זאגט א להוציא מלבן האט עס נאך א תוקף, אבער אז א היינטיגע פוסק וועט עפעס זאגן להוציא מלבן, האט עס גאר א שוואכע תוקף בפרט אז ס'איז דא גענוג און נאך וואס פסק'ענען פארקערט.
און אוודאי דארפן אונז זיך נישט צוקראצן וועגן אנטיסעמיטן, שיין וועלן מיר אויסזען אויב זאלן מיר נאר טון וואס זיי געפעלט. איך האב ארויסגעברענגט די נקודה אויף דעם וועג, ווייל זיי זיכן דאך יעדע זאך וואס מען קען זיך אויף דעם ארויפכאפן, און דא האבן זיי טאקע עפעס געטראפן. אפילו אן קיין אנטיסעמיטן איז דאס אן עקלדיגע זאך וואס מען מעג אויפהערן.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 18
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 08, 2024 3:51 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל
Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל
נישנאש
פארוואס דארפסטו שרייבן שקרים ליגנט?
די שרייבסט:
״א זאך וואס כלל ישראל וכל מנהיגיו פירן זיך פאר 3,000 יאר איז א מסורה און מנהג ישראל״
דאס איז ליגנט לא מיניה ולא מקצתיה.
רוב מניין ורוב בניין פין רבנים אין כלל ישראל האבן גאסרט צי מאכן מציצה בפה אן פרוטקשען משום הסכנה שבדבר, אין האבן עם אלע מגדיר געווען אלץ נייע זאך.
אויך דער חת״ם סופר שרייבט אין זיין תשובה אז אפילו עס איז דא אזעלעכע וואס ווילן זיך פארענטפרן אין עס מגדיר זיין ״על פי קבלה״ אין לנו עסק בנסתרות! עכ״ל
עס איז אויך שקר ווען די שרייבסט:
״ס׳איז אויך קלאר פון חת"ס אז ער רעדט ווען ס'איז דא א אפענע סכנה״
דאס איז אויך ליגנט!
די גאנצע תשובה אין חת״ם סופר רעדט זיך איבער דעים אז אלע טעסטס האבו געצייגט אז דער מוהל בווינה אוסטריה האט נישט פין די מחלות וואס מען האט חושד געווען אבער למיחש מיהו בעי עכ״ל פין חת״ם סופר
(גם אם אם זה רק ספק קטן של פיקוח נפש)

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל
און דער חת"ם סופר איז דאך געווען דער "גארדיען" פון מסורת ישראל. ער האט געקעמפט אקעגן רעפארם מיט אלע זיינע כוחות.סקעפטיקער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 2:28 pmרבונא דעלמא כולה, מיט וואס איז דאס א אידישע מנהג? און נאך מסורת ישראל עם קדוש? די חתם סופר שרייבט אז סיי וועלכע זאך וואס טוט די זעלבע פעולה קען מען רואיג טוהן. ווייל אמאל האט מען נישט געהאט/געדארפט/געוואוסט עפעס בעסער איז דאס נאכנישט קיין מנהג! אין די היינטיגע וועלט ווי היידזשין איז א פריאריטעיט וואלט מען שוין לאנג געדארפט טרעפן עפעס בעסער. אמאל האט א דאקטאר אויך נישט געהאט קיין הענטשוך. נאר ווייל מ'האט מורא פונעם סליפערי סלאופ, וועגן דעם גליטשט מען אין די פארקערטע דירעקציע עד כדי שגעון ממשנישנאש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 1:31 pmמי שמך לאיש אפצושפעטן פון א מסורת ישראל עם קדוששמן למאור האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 10, 2024 10:01 pm ב"ה כאטש איינער נעמט קער פון אונז. א מאדנע עקלדיגע מנהג אן קיין געהעריגע מקור, שוין העכסט צייט דאס אויסצורייסן.
כ'האב לעצטנס געשמועסט מיט א שונאי ישראל, פרעגט ער מיר, איז אמת אז ענק סאקן בלוטיגע בעיבי דיקס?!?!? פארוואס טוען ענק דאס?!?!?
כ'האב געזוכט א לאך וואו מיך צו באגראבן פאר בושה. כ'האב אנגעפאנגען צו דרייען מיטן צינג אז נישט יעדער טוט דאס, שלעפט ער ארויס זיין פאון איז ווייזט מיר בילדער ווי עס שטייען באבערדלטע חברה אראפגעבויגן אויף די מילה פון בעיביס... פעך!
כ'וואלט אהערגעברענגט דאס בילד ווען נישט דעם הרחק מן הכיעור.
קיינער האט דיר נישט געצווינגן וואס צוטאן ביי דיינע קינדער דארפסט אבער נישט קומען אויף א אידישע פארום אפחוזקן פון א אידישע מנהג
נאר אונז האמיר א סעלעקטיווע "מסורה". זאכן וואס אונז ווילן האלטן אפילו זייער אקטועלקייט האט שוין לאנג עקספייערט, 'עללן מיר זיך קלאמערן דערצו מיט דעם גרעסטן עקשנות. אי צו קענען אנפיהרן מיטי אונזער אגענדא. און ווער ס'זאגט אנדערש ווערט פארשריגן אלס שייגעץ.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 18
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 08, 2024 3:51 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל
Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל
נישנאש
פארוואס דארפסטו שרייבן שקרים ליגנט?
די שרייבסט:
״א זאך וואס כלל ישראל וכל מנהיגיו פירן זיך פאר 3,000 יאר איז א מסורה און מנהג ישראל״
דאס איז ליגנט לא מיניה ולא מקצתיה.
רוב מניין ורוב בניין פין רבנים אין כלל ישראל האבן גאסרט צי מאכן מציצה בפה אן פרוטקשען משום הסכנה שבדבר, אין האבן עם אלע מגדיר געווען אלץ נייע זאך.
אויך דער חת״ם סופר שרייבט אין זיין תשובה אז אפילו עס איז דא אזעלעכע וואס ווילן זיך פארענטפרן אין עס מגדיר זיין ״על פי קבלה״ אין לנו עסק בנסתרות! עכ״ל
עס איז אויך שקר ווען די שרייבסט:
״ס׳איז אויך קלאר פון חת"ס אז ער רעדט ווען ס'איז דא א אפענע סכנה״
דאס איז אויך ליגנט!
די גאנצע תשובה אין חת״ם סופר רעדט זיך איבער דעים אז אלע טעסטס האבו געצייגט אז דער מוהל בווינה אוסטריה האט נישט פין די מחלות וואס מען האט חושד געווען אבער למיחש מיהו בעי עכ״ל פין חת״ם סופר
(גם אם אם זה רק ספק קטן של פיקוח נפש)
פארוואס דארפסטו שרייבן שקרים ליגנט?
די שרייבסט:
״א זאך וואס כלל ישראל וכל מנהיגיו פירן זיך פאר 3,000 יאר איז א מסורה און מנהג ישראל״
דאס איז ליגנט לא מיניה ולא מקצתיה.
רוב מניין ורוב בניין פין רבנים אין כלל ישראל האבן גאסרט צי מאכן מציצה בפה אן פרוטקשען משום הסכנה שבדבר, אין האבן עם אלע מגדיר געווען אלץ נייע זאך.
אויך דער חת״ם סופר שרייבט אין זיין תשובה אז אפילו עס איז דא אזעלעכע וואס ווילן זיך פארענטפרן אין עס מגדיר זיין ״על פי קבלה״ אין לנו עסק בנסתרות! עכ״ל
עס איז אויך שקר ווען די שרייבסט:
״ס׳איז אויך קלאר פון חת"ס אז ער רעדט ווען ס'איז דא א אפענע סכנה״
דאס איז אויך ליגנט!
די גאנצע תשובה אין חת״ם סופר רעדט זיך איבער דעים אז אלע טעסטס האבו געצייגט אז דער מוהל בווינה אוסטריה האט נישט פין די מחלות וואס מען האט חושד געווען אבער למיחש מיהו בעי עכ״ל פין חת״ם סופר
(גם אם אם זה רק ספק קטן של פיקוח נפש)
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 175
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 9:41 pm
- האט שוין געלייקט: 52 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 226 מאל
Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל
דו דבר'סט הבל הבלים, קיינער איז נישט מחולק אז מען פלעגט אייביג טון בפה משום איזה סיבה שלא יהיה, די שאלה איז שפעטער געווארן צו מען קען טוישן בכלי, פארדריי נישט קיין היסטאריעעלם ועלמיא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 10:59 pm נישנאש
פארוואס דארפסטו שרייבן שקרים ליגנט?
די שרייבסט:
״א זאך וואס כלל ישראל וכל מנהיגיו פירן זיך פאר 3,000 יאר איז א מסורה און מנהג ישראל״
דאס איז ליגנט לא מיניה ולא מקצתיה.
רוב מניין ורוב בניין פין רבנים אין כלל ישראל האבן גאסרט צי מאכן מציצה בפה אן פרוטקשען משום הסכנה שבדבר, אין האבן עם אלע מגדיר געווען אלץ נייע זאך.
אויך דער חת״ם סופר שרייבט אין זיין תשובה אז אפילו עס איז דא אזעלעכע וואס ווילן זיך פארענטפרן אין עס מגדיר זיין ״על פי קבלה״ אין לנו עסק בנסתרות! עכ״ל
עס איז אויך שקר ווען די שרייבסט:
״ס׳איז אויך קלאר פון חת"ס אז ער רעדט ווען ס'איז דא א אפענע סכנה״
דאס איז אויך ליגנט!
די גאנצע תשובה אין חת״ם סופר רעדט זיך איבער דעים אז אלע טעסטס האבו געצייגט אז דער מוהל בווינה אוסטריה האט נישט פין די מחלות וואס מען האט חושד געווען אבער למיחש מיהו בעי עכ״ל פין חת״ם סופר
(גם אם אם זה רק ספק קטן של פיקוח נפש)
די חתם סופר באציט זיך דאך אויף די שאלה פון ר' אליעזר הורוביץ וואס רעדט פון א מחלה וואס האט זיך פארשפרייט, און ער שרייבט דאך קלאר "היכי דאיכא למיחש לסכנתא כל דהו", אויב וואלט ער געהאלטן אז ס'איז אייביג א חשש סכנה וואלט ער עס נישט געשריבן אזוי
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 18
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 08, 2024 3:51 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל
Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל
נישנאש
די שרייבסט ערשט:
״ס׳איז אויך קלאר פון חת"ס אז ער רעדט ווען ס'איז דא א אפענע סכנה״
קורץ נאכדעם שרייבסטו:
״און ער שרייבט דאך קלאר "היכי דאיכא למיחש לסכנתא כל דהו", אויב וואלט ער געהאלטן אז ס'איז אייביג א חשש סכנה וואלט ער עס נישט געשריבן אזוי״
די ביזט דיך סותר מניה וביה אין איין שעה זיך געענדערט מקצה אל הקצה, אין די ביסט משקר ביודעין.
די שרייבסט ערשט:
״ס׳איז אויך קלאר פון חת"ס אז ער רעדט ווען ס'איז דא א אפענע סכנה״
קורץ נאכדעם שרייבסטו:
״און ער שרייבט דאך קלאר "היכי דאיכא למיחש לסכנתא כל דהו", אויב וואלט ער געהאלטן אז ס'איז אייביג א חשש סכנה וואלט ער עס נישט געשריבן אזוי״
די ביזט דיך סותר מניה וביה אין איין שעה זיך געענדערט מקצה אל הקצה, אין די ביסט משקר ביודעין.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל
איך מיין אז ס'איז גאנץ פשוט אז מען פלעגט טאקע אלע יארן מאכן בפה, ס'פשוט נישט געווען קיין אנדערע מהלך, אבער מיט דעם אלעם איז עס נישט קיינמאל נישט געווען קיין הקפדה להלכה אז עס מוז זיין דווקא אזוי.
פינקט ווי מען פלעגט פאר טויזנטער יארן מקיים זיין דעם "חייב אדם להקביל פני רבו ברגל" מיט א פערד און וואגן, אבער ס'איז קיינמאל נישט געווען קיין קפידה להלכה אז עס מוז זיין דווקא מיט א פערד און וואגן, ס'פשוט נישט געווען קיין אנדערע מהלך. היינט אז מען האט קארס, איז מען דאס מקיים מיט קארס!
פינקט ווי מען פלעגט פאר טויזנטער יארן מקיים זיין דעם "חייב אדם להקביל פני רבו ברגל" מיט א פערד און וואגן, אבער ס'איז קיינמאל נישט געווען קיין קפידה להלכה אז עס מוז זיין דווקא מיט א פערד און וואגן, ס'פשוט נישט געווען קיין אנדערע מהלך. היינט אז מען האט קארס, איז מען דאס מקיים מיט קארס!
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
ר' יאשע בער סאלאווייטשיק
א שטיקל פון נפש הרב
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
נאך בענין שיטת בריסק
א ציטאט פון ר' משה פירוטינסקי אין זיין ספר הברית
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 18
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 08, 2024 3:51 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל
Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל
בריסק זענען אייביג געווען שטארקע לוחמים קעגן מציצה בפה
א לעכטיגן שבת
שבת שלום ומבורך
א לעכטיגן שבת
שבת שלום ומבורך
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 259
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:03 pm
- האט שוין געלייקט: 194 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל
Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל
מ'מאכט נישט אין בריסק קיין מציצה בפה?עלם ועלמיא האט געשריבן: ↑פרייטאג יאנואר 12, 2024 10:38 am בריסק זענען אייביג געווען שטארקע לוחמים קעגן מציצה בפה
א לעכטיגן שבת
שבת שלום ומבורך
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל
אודאי מאכט מען אין בריסק מציצה בפה. מען מאכט מציצה בפה אויף די גמרא.
אגב, מציצה אין שבת איז א קולא היינטיגע צייטן ווען מען ווייסט אז עס איז נישט קיין רפואה, נאר פינקט ווי מען מעג הרגנען א כינה שבת וויבאלד אין די זמן התלמוד האט מען פארשטאנען אז עס ווערט באשאפן פון שימעל, מעג מען מאכן מציצה געבויט אויף די רפואה בזמנם.
אגב, מציצה אין שבת איז א קולא היינטיגע צייטן ווען מען ווייסט אז עס איז נישט קיין רפואה, נאר פינקט ווי מען מעג הרגנען א כינה שבת וויבאלד אין די זמן התלמוד האט מען פארשטאנען אז עס ווערט באשאפן פון שימעל, מעג מען מאכן מציצה געבויט אויף די רפואה בזמנם.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל
ווי שמן למאור האט געזאגט רעדט מען פון חשש כל דהו, און זיין עיקר סיבה פארוואס לכתחילה זאל יא זיין בפה איז אלס "קבלה" און נישט אלס "הלכה"