געלונגען, קיינער איז נישט דן די געליטענע. מען איז דן פון אן אביעקטיוון שטאנדפונקט צו דאס וואס נחום האט געטון אין די פרשה איז אויסגעהאלטן על פי תורה, על פי מענטשליכקייט וכדו'. איך מיין אז עס איז קלאר אז נישט. צו העלפט נחום'ס חיה'שקייט צו צו די מערכה אנטקעגן מאלעסטערס? ניין און ניין. ליידער אבער האט וויליאמסבורג געדארפט האבן אזא חיה ווי נחום זאל אנהייבן בונטעווען. למעשה, ווען נחום האט ווען זיין חוצפה אבער האט נישט זיין רשעות, וואלט די מערכה געשטאנען פיל בעסער, פיל מער מענטשן וואלט ווען געקומען פאראויס און פיל מער מענטשן וואלטן זיך צוגעשטעלט צו נחום'ן.
אין קורצן, איינער וואס רייסט אראפ יעדער וואס הייסט נאר א כלי קודש, און מיר בלייבן ביים לייקענען אז ס'דא עפעס א חשובע יוד ביי אונז כלל ישראל. ער ליגט אין אומריינקייט, און ס'איז איינע פון די תאוות פון שוויינען, אריינצושטעקן די נאז אין צואה, און מישן און מישן און מישן, אז מ'קען מיינען אז דארט ליגט גאלד. איך פאר מיר האלט קלאר, אז יעדע מענטש האט נסיונות, און ס'קען גאר זיין אז אסאך האבן געטון מאלעסטעישען, און נישט היימישע יודען, נאר אין די גאנצע וועלט אביי אלע פעלקער און ראסן, ס'איז א שוואכקייט פונקט ווי הארץ פראבלעמען. און ס'ווערט אלץ בעסער ווי מער מענטשן ווערן געזונטער, און מ'לעבט מיט א ווייב וואס מ'האט ליב באמת, זיכט מען נישט יענעם, דאס איז נישט די אויפטו פון נחש הרשע
איך האלט קלאר, אז מיר מוזן זיך אונטערווארפן די פסק הרבנים, כאטש ביי אזא פאל, אז א מענטש איז א מענטש, און טאמער איז ער אדורכגעפאלן, אפילו ער איז נישט קיין כלי קודש, האט ער תשובה געטון אן ס'דא א באשעפער, וואס ווייסט און פירט, אז אויב מ'טוהט באמת תשובה קען ער אויסהיילן די געשעדיגטע, און ס'קען גאר זיין אז פון פריערדיגע גילגול האבן די צוויי א שייכות. און על אחת כמה וכמה ווען ס'סתם א בלבול און מ'האט סתם אויסגעשפרייט נאסע ליילעכער אויף אלעס וואס איז נאר חשוב ביי אונז. און מיר בלייבן מיט אראפגעלאזטע נעזער, נחום איז א חכם און אלע אלע זענען אפגעפרעגט הזאת נעמי? יא? מיר קענען אזוי זאגן??
נאך אלעמען, מיר האבן א תורה, און ס'שטייט נישט אזא סארט הנהגה וואס נחום טוהט, ס'איז קלאר א וועג פון פארפירן כלל ישראל צום כפירה גרוב! א קונצליכע וועג אפקערן כלל ישראל פון פאלגן און גלייבן אין עפעס חשיבות התורה און גדולי הדור ומנהיגים. ליידער ליידער איז די מצב, אז יודען האבן שוואכע אמונה און האבן צומאל מורא פון דעם טוילעט שמעקער, ווען מ'וואלט געגלייבט אין השגחת הבורא וואלט מען אזא איינעם פשוט טאג טעגליך געשאלטן און אויסגעהאנגען אין אלע בתי מדרשים בכל אתר ואתר 'אין לנו חלק בעוכר הזה'.
מ'זעט ווי ער האט אנגעהויבן מיט מקוואות און אלע האבן עהם דארטן אויכעט באזייטיגט, נאך פאר ער האט עוסק געווען בטומאה בציבור, און די הייליגע ארבעט פון מקוואות טוהען היינט אנדערע מיט גרויס הצלחה. ממילא בלייבט ווי מ'זעט אז ס'נישט קיין מענטש מיט פראבלעם נאר א קליפה וואס איז יונק פון איינגעמאכטע צואה. ''אין כוחו אלע בעריות!!!
שמעקעדיג האט געשריבן:מיין שיטה איז פונקט פארקערט - ענדערש זאלן די שולדיגע אפקומען מיט גארנישט (און לאזן דעם בעל הכרם טון דאס זייניגע ויכלה את קוציו) ווי איידער איין אומשולדיגער זאל ליידן פאר גארנישט!!!
אונז קענען נישט מתקן זיין די וועלט. אויב קען מען נישט טון די ארבעט אן סייד עפעקטס, זאל מען ליבערשט נישט טון. גענוי ווי דער איד וואס איז געלאפן פארטאגס צו סליחות און לויפנדעיג האט ער אומגעווארפן עטליכע אלטע אידן אויפן וועג... און הרה"צ ר' ישראל סאלאנטער האט געזאגט אז זיין סליחות איז גארנישט ווערד.
נחום שגץ, נעם אראפ דיינע לאפעס פון אומשולדיגע ערליכע אידן.
איך האלט ווי שמעקעדיג יבא בעל הכרם ויכלה את קוציו
די גמ' פארציילט שוין ביי ר' אלעזר אז ווען מ'האט עם געזאגט יבא בעל הכרם האט ער אויפגעהערט צו טוהן דערין און ווער האט עס עם געזאגט א מנוול שאין כמוהו אזוי ווי די גמ' פארציילט דארט
און דער נחום אז דו זאגסט עם יבא בעל הכרם ביזטו גלייך אויף זיין האטליין
פיין איך געדענק שוין נישט וואס איך האב נאך געוואלט שרייבן ווען כ'וועל זיך דערמאנען וועל איך שרייבן ווייטער
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
דאס איז פון מיינע קלענסטע תמיהות אויף נחום, ליגענט פארנעמט ביי איהם א שיינעם אויבען אהן, ער האט נישט קיין שום פראבלעם צו שטיין אויף טעילאר סטריט אין וויליאמסבורג, און בשעת מעשה מאכען א שידור חי אָל די יעֶי דאַן און איינער פון די דרומדיג'ע שטאטען, אדער גאר פון ווייטען רוסלאנד. (מעשה שהיה) וואס וואונדערט מיר אסאך מער איז, וואו ער איז פארנומען אז א יונגערמאן אין סיי וועלעכע יארגאנג טאר נישט איבער נעכטיגען סיי וואו אהן זיין ווייב, אין דריי פערטעל יאר איז ער אַט אָף טאַן כלומפערש'ט בויען מקוואות, זאג נאר נחום, שלעפסט טאקע מיט דיין ווייב וואו דו גייסט? סאָ וואס האקסטו אין קאפ אריין פאר אנדערע! עס איז שוין העכסט צייט זאלסט דיך אויפוועקען פון דיין עולם התהו וואו דו שוועבסט ארום, און קומען צום ריאלעטיט אז עס איז פאריבער דיין צייט וואס יעדער האט אנגענומען דיין ווארט פאר הייליג טייער, רוב פון דיינע אויסהערערס הערן דיר נאר אויס ווייל זיי גלייכען דיין שפראך, אין דעַטס אָלל!
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
זר זהב האט געשריבן:לויט ווי איך האב געהערט איז זיין ווייב אויף זיין זייט, זי שטומט מיט מיט וואס ער טוט און זי האלט אז ער טוט הייליגע ארבעט. א ריכטיגער אשת חיל...
אהן אריין גיין אין דעטאלען, ווייס איך פאר א פאקט איגאנצען א צווייטע בילד, לאמיר זיך אפשטעלען ביי דעם, זיין משפחה איז נעבעך נישט שילדיג.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)