די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
פארשפארט
אמאהלגעקעננט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 181
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 11, 2023 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 88 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך אמאהלגעקעננט »

יעדער װער סהאלט אז דער תוכן פונעם בריװ איז אן ערנסטער זאך האלט זיכער אז מיטעריעס לפוא״ש פארקילעכץ איז א שטיקל מעשה שטן און און װינשט עם א רפואה שלמה בקרוב ער זאל קענען ממשיך זײן די זיכוי הרבים
[NAMELESS]

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך [NAMELESS] »

אמאהלגעקעננט האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 8:03 pm יעדער װער סהאלט אז דער תוכן פונעם בריװ איז אן ערנסטער זאך האלט זיכער אז מיטעריעס לפוא״ש פארקילעכץ איז א שטיקל מעשה שטן און און װינשט עם א רפואה שלמה בקרוב ער זאל קענען ממשיך זײן די זיכוי הרבים
פארוואס איז די תוכן פון בריוו נישט ערענסט? ער זאגט שטארקע נקודות אדרבה פארענטפער עס
די קעפעלע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 344
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 264 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך די קעפעלע »

נאך א שמויגער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 5:43 pm
די קעפעלע האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 1:13 pm
צפת האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 3:02 am הרב מיסטעריע. די סקווירא חסידים זענען אויפן וועג אויסצוגעפינען ווער איז זענט. זיי זוכן אצינד א זיבעציג יעריגער איד, וואס האט אמאל געוואוינט אין סקווירא, און ער ליידט יעצט אויף א נעמאניע.

עס איז שוין דא א רשימה פון אלע זיבעציג יעריגע אידן וואס האבן אמאל געוואוינט אין סקווירא און אוועקגעגאנגען פון די חסידות. עס זיצן דערויף קארפן-קעפ און גייען דורך איין נאמען נאכן צווייטן, זיי זענען מברר אויב יענער האט יעצט א נעמאניע. ווען זיי וועלן זיך דערוויסן אויף איינעם פון די רשימה אז ער האט נעמאניע, וועט מען וויסן אז יענער איז דאס.

גיב זיך אכטונג!
פארוואס זיבעציג???

איך וואלט משער געווען עטליכע פערציג יאר אדער גאר יונגער.
ער האט שוין פריער געשריבען אז מ' אדער מ"ב (איך געדענק נישט) האט ער שוין געהאט א טאכטער ביי די בת מצוה יארען.

אזוי?

און וואס נאך האט ער געשריבען?

און אז מען איז א קארגע צוואנציג-דרייסיג יאר קען מען דאס נישט שרייבען?

שרייבען לערנט מען זיך דאכט זיך אין כתה ד', אויב געדענק איך נאך גוט.
אמאהלגעקעננט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 181
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 11, 2023 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 88 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך אמאהלגעקעננט »

חיים הלוי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 8:06 pm

געמײנט צו זאגן אלעס װאס דארט שטײט איז ריכטיג און פשוט פאר א גלאטער קאפ.

אמאהלגעקעננט האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 8:53 pm
חיים הלוי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 8:06 pm
אמאהלגעקעננט האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 8:03 pm יעדער װער סהאלט אז דער תוכן פונעם בריװ איז אן ערנסטער זאך האלט זיכער אז מיטעריעס לפוא״ש פארקילעכץ איז א שטיקל מעשה שטן און און װינשט עם א רפואה שלמה בקרוב ער זאל קענען ממשיך זײן די זיכוי הרבים
פארוואס איז די תוכן פון בריוו נישט ערענסט? ער זאגט שטארקע נקודות אדרבה פארענטפער עס
געמײנט צו זאגן אלעס װאס דארט שטײט איז ריכטיג און פשוט פאר א גלאטער קאפ.
איהר ווייסט ווער די כותב פונעם בריוו איז?
פרי עץ הדר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 3:27 pm
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך פרי עץ הדר »

טייערע חברים וידידים ב"ה מקען שוין פארציילען מתוך שמחה אז רבינו שליט"א הרה"צ רבי יעקב יוסף שליט"א האט באוויליגט צו זיצען על כס קדשו און זיין ממלא מקום קדשו פון זיין הייליגען זיידען זי"ע ליידער אז זיין גרויסער טאטע הרה"צ רבי מאטעל זצ"ל איז בגנ"ם איז נישטא מוז דאך זיין ירושה שיינען, יא, עס איז געווען א לאנגע פינעף חדשים וואס חסידי ראחמיסטריווקא העולמי האבען געציטערט במסתרים וואס וועט דא זיין די סוף?
וויסענדיג זיין איידעלע קארקטער זיין מדות טובות זיין ערליכע עבודה יום יום נישט טשעפנען א פליג, און באמת ווי אוזי עס שטייט פון בעשטה"ק ביי א זיוג ביז עס ווערט נישט די גאנצע כוח הטמאה וויל שטערען ווען מען זאגט ארויס די ווארט מזל טוב ווערט דאס און אלע ווערען נעלם, לאמיר אויף די שפיץ גאפעל איבערגיין די שווערע עיכובים וואס איז דא געווען פון די כוחות הנסתרים וואס האבען נאר דאס נישט געוואלט אז רבי יעקב יוסף זאל שיינען!
אבער מיר ווייסען נישט וואס טוט זיך במרומים מיר ווייסען וואס טוט זיך לעינינו די ערשטע פראבלעם ווי זאל ער זיין רבי אין מאנסי אנדעם וואס הרב יושע קומט איז דא א פראבלעם כבוד חמיו וואס זיצט 40 יאר על כב הרבנות און נישט ער וועט טשעפמען מיט זיין שווער איין מיניט דארף מען זעהן אז זיין שווער זאל וועלען ווי אזוי וועט דאס געשעהן? איז געקימען די סטרא אחרא מיט א מעכטיגע עצה מען וועט ברענגען הרה"צ רבי יושע, וואס ער האט באמת געהאט אנדערע פלעצער ווי צו גיין ווי לינדען אין ווילאמסבורג,
אבער הוא באחת מיט די הילף פון זיין גרויסער שווער וביתו זו אשתו ובניו הקדושים, אז ער מוז גיין קיין מאנסי זעהנדיג די יד ד' אז די בנין הכולל כלומרשט איז ממש פארטיג געווארען ממש א יד ד'
אבער טייערע יוד ווייסטו פארוואס דאס איז געווען ווייל נאר נאכדעם וואס רבי יושע האט מחליט געוועקן צו קומען האט רבי אברהם דוב ובניו געזעהן אז מען מוז מאכען עמי בבית רבי יעקב יוסף פאר רבי אין ווארען קט, ווייל דאס איז די איין עצה וואס זיי וועלען בלייבען א זכר!
האט די מסבב כל הסיבות געמאכט פארטיג ממש דער בנין,
האט דער מסבב כל הסיבות געמאכט דער שגעון אז בית סקווריא זאל זאגען פאר רבי יושע נאר מאנסי,
האט דער מסבב כל הסיבות געזאגט פאר רמ"פ אז מען מוז שיקען רבי יושע נאר קיין מאנסי אזוי וועט מען ראטווען די ב"פ ראביסטיווע....
האט דער מסבב כל הסיבות געמאכט רבי אברהם דוב זאל זאגען פאר רבי יעקב יוסף נאר ביי מיר אין בית מדרש וועסטו זיין א רבי
האבען מיר זוכה געווען צו דער אור,
האבען מיר זוכה געווען אז רבי יעקב יוסף האט א דאך איבערן קאף,
האט די שכינה הק' זוכה געווען אז ראחמיסטריווקא זאל בלייבען ראחמיסטריווקא, און עס איז חי וקים, אידען וועלען שטראמען אויף שבתים וימים טובים און שוין ווייטער אויכעט ביי די מלוה מלכה'ס וועלען פאר די יארען ביז ביאת הגואל זיין נסיעות פון אלפים ורבבות...
האט הרה"ק רבי חי יצחק מראחמיסטריווקא וואס וויפול זענען געווען מבקשי רעתו, [ווי זיין הייליגער שוואגער וכו' וואס האט נישט געוואלט אים זעהן לייכטען.. ]זוכה געועון אז די וועלט ווייסט די אמת די וועלט האט זוכה געווען לאורו הגדול והבהיר,
זענען מיר אצינד זוכה אז נאך שווערע 5 חדשים האט די קדושה געזיגט!
יא עס איז ווייטער דא אמת!! ווייטער דא פשטות!! ווייטער דא עניוות!
ווייטער דא וואס ראחמיסטריווקא שטעלט צו פאר די וועלט אשרינו מה טוב חלקינו !
און אזוי ווי אלע רשעים בשעתם ווי פרעה נבוכדנצר הרשע המן הרשע וכו איז נישטא א זכר, אבער יא פון משה רבינו און מרדכי הצדיק
וועלען אלע מבקשי רעתו נישט בלייבען א זכר... די אלע שליחים און משלחים וואס זענען געקימען מיט די ציל פון מבקשי רעתו... נישט בלייבען א זכר,,
און יא פון רבינו יעקב יוסף בן מרדכי הצדיק יחי המלך יעקב יוסף יחי
ולסיומא נאכט נישט א טעות רבי יושע איז א וואוילער איד.. א פיינער איד.. א ת"ח.. א ירא השם,, א רביש קינד א שיינע רבי..
און ירחם עליו ית"ש ער זאל האבען הצלחה וואס דאס וועט זיין א כבוד לאבותיו הק' ער האט וואס צו פארקויפען טופח על מנת להטפיח,
אבער די גיחזו'ס וואס זייער כוונה איז געווען שלעכט יעדער מיט זיין'ס יבוא היום והם יאבדו וית"ש ומלכותו יתקיים לעלם ולעלמיא
אבער אלע מסרסרים וואס זיי האבען אונז למעשה יא א טובה געטהון וועלען נאך כאפען ווי המן וואס ער האט אונז געברענגט א הייליגע יו"ט פואים אבער ער איז אויף די תלי'
מיסטעריע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מיסטעריע »

געשלאפן גאנץ אסאך די לעצטע צוויי טעג, איך קען נישט יעצט שלאפן פון אזויפיל שלאפן בייטאג, וועל איך פראבירן צו שרייבן אביסל, איך האף זיך צו שפירן נאך בעסער אין די קומענדיגע טעג:

האמיר געהאלטן אינמיטן אדורך טוהן די וויזיע פון די געווארדיע וויאזוי גייט מען קלייבן מענטשן זאלן זיך ארויסציען צום נייעם שטעטל:

והנה סתם עמך אידן וואס זענען ממקורם אינדערהיים געווען צוגעוואוינט צו מער א דארפישע לעבנסשטייגער האט מען שוין געהאט איבערגענוג, איצטער דארף מען זיך אביסל קאנצענטרירן אויף די חסידישע עלעמענט, אבל דא עקא, דער עולם האלט נישט געהעריג ביים גיין, וואס וועט זיין מיט ארבעט, וואס וועט זיין מיט חינוך, וואס וועט זיין מיט אלע צוגעהערן, בקיצור מ'האט איינגעשפאנט דעם רבין אליין, און ער האט אנגעהויבן רעדן מיט מענטשן דערוועגן, און דער עיקר האט ער פראבירט ביים בעלזער עולם, אידן וואס זענען בדרך לא דרך געווען זייער געטרייע חסידים, און האבן איהם אנגעקוקט אלס א בעלזער ממשיך, דאס איז נאך געווען בחייו פון בעלזער רב ז"ל וואס האט שטארק געשטיצט דעם פלומעניק, אפילו ער האט געוואוסט אז ער גייט נישט זיין ממשיך דרכו פון דער בעלזער דינאסטיע, ווייל ער וועט נישט ברעכן זיינע סקווערע מנהגים וכדו', אבער ער האט געוואלט ס'זאל בלייבן אן המשכה פון דעם טראנע, יודעי דבר פלעגן צו שמועסן אז ער האט געוואלט שטארק אז פון זיין מאמע זאל אויכעט עפעס בלייבן, טראנע איז געווען דער איינציגסטע אוד מוצל מאש פון די גאנצע פאמיליע, לאמיר אביסל פראבירן מסביר צו זיין דער בעלזער רב מהרי"ד האט חתונה געהאט צוויי מאל, פון דער ערשטער זיווג האט ער נאר געהאט צוויי קינדער, מהר"א מבעלזא און א טאכטער וואס האט געהייראט רבי פיניע אוסטילער, די איבעריגע קינדער איז געקומען פון די צווייטער זיווג, (אגב איינער פון זיינע איידימער איז געוען א ראחמיסטריווקא קינד, ער האט געהייסן דער ראווא רוסקער ער פארדינט אן עקסטערע אפהאנדלונג ואכמ"ל) בקיצור איך געדענק נישט וויפל קינדער דער אוסטילער רב האט געהאט, (מ'קען עס נאכקוקן אויפן געוועב) בכל אופן צווישן א שיינע פארצווייגטע משפחה פון קינדער און אייניקלעך איז בלויז טראנע איבערגעבליבן נאכן קריג, דעריבער דער בעלזער רב מהר"א וואס האט אויך נישט געהאט קיין קינדער וואס האבן איבערגעלעבט, האט שטארק געשטיצט די בעלזער חסידים דאהי אין אמעריקא זאלן גיין צום סקווערן רבי'ן, (איך וועל אריינווארפן מיינע צוויי צענט, די וועג וויאזוי איך קוק עס אהן, אז ס'קען זיין אז טראנע וואס איז געווען גענוג כיטרע און אויסגעשליפן האט דירעקט געבעטן דעם פעטער זאל גאר שטארק שטיצן די פלאץ און זיכער מאכן אז "יעדער" אין אמעריקא גייט צו איהר מאן, קיינער האט עס מיר נישט געזאגט נאר פון א צווייטע ביישפיל פון יארן שפעטער, קלער איך אז בנידון דידן איז אויך אזוי פארגעקומען, די מעשה איז געווען אז דער סקווערער רבי האט זיך איינגעפירט א מנהג אז צוויי מאל א יאר באלד נאך די ימים טובים, דהיינו איין שבת אין חודש חשון און די זעלבע זאך איין שבת אין חודש אייר איז ער געקומען צו גאסט קיין וויליאמסבורג, אזוי האבן די אלע חסידים און גוטע פריינט געהאט די געלעגנהייט צו קומען, פארשטייט זיך אז א רבי קומט אין שטאט קומען די נאנטע רבנים וואס האלטן זיך בידידות צו גיין, דא איז נישט אנדערש געווען א שטייגער ווי די פאפא רב און צעהלימער רב פלעגן קומען צום טיש, נאך ב' ניסן תשכ"ח איז דער נייע ממלא מקום אויכעט געקומען צו גיין אויף די צוויי מאל א יאר, דאן איז מען ארומגעגאנגען צו די רבנים ווי צעהלימער רב און פאפא רב, אז דער עולם איז שטארק צובראכן און מ'דארף מחזק זיין דאס פלאץ, און זיי מוזן ווייטער אנהאלטן צו קומען צום טיש פון דעם אינגען קרוין פרינץ, און וואס מיינט עטס די עלטערע רבנים האבן זיך מטריח געווען אין געקומען און געזיצן כעבדא קמא מריה פונקט אזוי ווי ביי זיין טאטן, וואס דארט האבן זיי טאקע געהאלטן דערביי, אבער עולם גולם כאפט נישט די טיעפקייט ווי אזוי זיי האבן אריין געשפילט די פני העדה זאלן ווייטער קומען, זיי זעהן נאר די באטטע"ם ליי"ן א אינגער אכט און צוואנציג יעריגער זיצט על כסא מלוכה און צו דער זייט זיצן מיט הכנעה דער פאפא רב און דער צעהלימער רב, האב איך געקלערט אז טראנע האט אויסגענוצט די זעלבע סטראטעגיע מיט איהר פעטער די בעלזער רב ז"ל, איך זאג נאכאמאל דאס איז מיין "אייגענע מיינוג", ס'קען זיין איך רעדט דא סתם שטותים, און ער האט טאקע געשטיפט אליין צו גיין צום פלומעניק אהן זיי זאלן זיך דארפן בעטן).

על כל פנים וויאזוי גייט מען דאס נעמען צום נעקסטן שטאפל? האט מען געמאכט א געניאלן פלאן, דער ערשטער זאך איז געווען אז מ'גייט נישט אריין נעמען קיין בחורים אין ישיבה נאר טאמער דער טאטע וואוינט דארט, נו פארשטייט זיך אליין דער בעלזער חסידים און נאך אנדערע האבן געהאט ערוואקסענע קינדער און בחורים, און נישט יעדער מאמע האט געוואלט שיקן קיין ארץ ישראל, ס'איז געווען אנפאנג פון הקמת המדינה און געווען מלחמות און אומרואיגע צייטן, און א גרויסע עולם איז געווען אין א דילעמא, פון איין זייט האבן זיי א לאקאלע רבי מ'גייט האבן לאקאלע מוסדות, אבער נישט יעדער האט געוואלט נעמען די וואנדער שטעקן, און מענטשן וואס האבן עכט געוואלט גיין האבן זיך נישט געקענט פשוט צוזאמען נעמען און טוהן דאס ענדגילטיגע באשלוס, נאך אלעם האבן די ערשטע איינוואוינער גענומען א געוואלדיגע געמבל, בקיצור ווי געשמועסט פריער האט דער סקווערער רבי אליין זיך איינגע'טענה'ט מיט מענטשן אז זיי זאלן נעמען די קוראדזש, מ'פארציילט אויף איינעם פון די גרעסטע עסקנים אין דער געווארדיע אליין.... וואס ער איז געווען פון די ראשי הבונים פון די קאמפעני, (מ'האט שוין דערמאנט דא זיין נאמען עטליכע מאל, און די לעצטע בלעטער) ער פארשטייט זיך האט געוואלט גיין און ער איז טאקע געווען פון די נחשונים, (נישט דער ערשטע ממש, אבער באלד אנפאנג) אבער זיין ווייב האט נישט געוואלט גיין, זי האט נישט געוואלט הערן דערפון, איין וואך שבת ביינאכט נאך דער סעודה, ער טוהט זיך אויס די שטריימל בעקישטע (שטיוול נאכנישט געווען אין סטייל, אפילו אונזער רבי ז"ל (ראחמיסטריווקא) איז אויך נישט געגאנגען מיט שטיוול ביז לכאורה ערגעצוואו א צעהן יאר נאך זיין חתונה, געווען א מעשה מיט א שניי ואכמ"ל) און ער מאכט זיך גרייט צו גיין שלאפן, דער אשת חיל זיינע האט ערשטוינטערהייט געפרעגט איהר מאן, וואסי דאס? דו גייסט נישט צום טיש? האט ער געענטפערט וועלכע טיש? וועלכע רבי? זי האט איהם אנגעקוקט פון די לבנה אראפגעפאלן, ביז ער האט איהר מסביר געווען אז די רבי וויל מ'זאל גיין וואוינען אין נייעם שטעטל, מ'קעניש האבן א רבי'ן וואס איך פאלג איהם נאר למחצה ולשליש ולרביע, און אויב זי האט מחליט געווען נישט צו עוקר זיין פון שטאט, האט ער נישט וואס צו זוכען מער ביי דעם רבי'ן און ער גייט מער נישט צום טיש, און פארשטייט זיך ס'האט זיך אויסגעלאזט וויאזוי ער האט געוואלט.

אלענפאלס דאס פלאץ האט געווירבלט מיט צענדליגע בחורים, און דאס מיינט אז אויב נעמט מען נישט אריין אין ישיבה, וועט מען גיין לערנען קיין ארץ ישראל אין בעלזא, און זיי וועלן ענדגילטיג בלייבן דארט, אנדערע וועלן שיקן לאקאל קיין פאפא וכדומה, אבער דער געווארדיע האט געמאכט א געשליפענעם חשבון, ס'איז ענדערשער צו אויפגעבן אויף די צענדליגע בחורים, וואס פון נעטשראו"ל גראו"ט קענען די בחורים ביז א צעהן פופצן יאר זיך דאפלען נאך זיי האבן חתונה און זיי וועלן האבן קינדער, אבער ניין, דעמאלס וועלן זיי נישט קענען האבן קיין קאנטראל איבער דעם פארמאכטן אייזענעם פירהאנג, און מענטשן וועלן קומען אין גיין, ס'איז אסאך בעסער צו האבן אפילו קוים עפעס, און דערנאך בלייבט יעדער איינער און קיינער גייט נישט אין ערגעץ, (איך שפרינג א רגע מיט א מעשה וואס איז זיך פארלאפן מיט עטליכע יאר שפעטער, ס'געווען א שכן געוואוינט נעבן אונז אין שטעטל שוין (היינט זענען זיי וויזשניץ מאנסי חסידים) מיט זיבן אכט קינדער, וואס איז ארויסגעקומען וואוינען אין א נייע שטעטל, איך ווייס אפילו נישט וויפל שייכות ער האט געהאט אין וויליאמסבורג צום סקווערען רבין, בקיצור איינער פון די קינדער איז אהיימגעקומען מיט שווארצע און בלויע מארק"ס אויפן קערפער, נאכדעם וואס דער מלמד אין חדר האט אזאנס אנגעשמיסן דאס קינד, נעקסטע צופרי דאס קינד גייט נישט אין חדר, נאך א טאג און נאך א טאג, נישטא וואס צו מאכן, די טראומא וואס דער קינד האט געהאט איז נישט געווען צום באגרייפן, די מאמע זעהט ס'נעמט נישט קיין עק, האט זי גענומען דאס קינד אין אריינגעשטעלט אין בית דוד אין מאנסי, ס'איז נישט לייכט געווען אזא אונטערנעמונג בימים ההם, אבער וואס קען זי נעבאך טוהן, נאך עטליכע וואכן, איז דער געווארדיע רעדאר זיך צעפיפן, און זיי זענען ארויפגעקומען אויפן מורא'דיגע חוצפה וואס קומט פאר אונטער זייער בעק-יארד, און זיי האבן זאפארט פארלאנגט פון די מאמע א באלדיגע ריקצונג פון בית דוד, דער מאמע האט זיך איינגע'טענה'ט, וויל איך דען? ענק ווייסן ווי שווער ס'קומט מיר אהן? אבער וואס קען זי טוהן, די קינד האט זיך פאר'עקשנ'ט, און אלע אנדערע קינדער שיקט זי געהעריג אין די שטעטל מוסדות, אבער זיי האבן איהר קלארגעשטעלט אז דא ארבעט עס נישט אזוי, אויב וואוינט מען דא, קען מען נאר שיקן אין שטעטל, האט זי דאן געזאגט איך האב איינגעזעהן מ'מיינט נישט קיינעם'ס טובה, און מ'מיינט נישט קיין שמירת עיניים וכו', נאר צו בויען א קאמפעני, איך בין נישט ענקער קאנדידאט צו בויען ענקער קאמפעני, און זיין האבן זיך אופגעהויבן און צוריק געגאנגען קיין וויליאמסבורג).

אזוי האט מען געהאט אפילו פון דער נאנסטער מענטשן, געווען אפילו איינער פון זיי וואס איז געווען פון די גבאים אין סקווערער ביהמ"ד אין וויליאסבורג, אבער זיין ווייב האט נישט געוואלט הערן פון גיין, און וואס מיינט איהר איז געשעהן? אלע זיינע קינדער און איידעמער זענען אין בעלזא, ס'דא עד היום עטליכע משפחות, וואס זייערע עלטערן זענען געווען אפענע מתנגדים פון דעם היינטיגע בעלזער און מיט דעם אלעם זענען זייערע קינדער אינגאנצען אין בעלזא, די אידן זענען געבליבן דאווענען אין סקווערן שטיבל און האבן אפילו געלאזט צוואה צו ליגן לאחר מאה ועשרים נאר אין סקווירא, זיי זענען געווען ראש השנה יום הקדוש און ימים טובים אין סקווירא אפילו זייערע קינדער אין אייניקלעך זענען שוין לאנג געווען אין בעלזא, געווענליך וואלט א מענטש געמאכט א חשבון, גיבט א קוק, איך פארליר דא צענדליגע משפחות, הונדערטע בחורים, און מ'וואלט אריינגעגאנען אין א פאניק, אבער נישט אונזער געווארדיע מיט זייער קאמאנדיר "טראנע" ס'ענדערש צו פארלירן שטיקער אבער ווער ס'קומט שוין יא, איז דאס אינגאנצען איבערגעגעבן פארן מזבח, איך בוי דא א מעכטיגע קאמפאני און דאס קומט מיט א וויזיע, ווי פון איין זייט בין איך "בעלזא", און דער פעטער שטיצט דעם פלומעניק אל"ל דע"י ווע"י, און פון דער אנדערע זייט בין איך אבער דא שטילערהייט צו בויען "סקווירא" און זיי אפרייסן פון זייער ארגינעלע שורש, און דאס קען מען נאר טוהן מיט א אייזענעם פויסט אונטער די פארמאכטע גראטעס. און עולם גולם האט אפילו נישט געכאפט אין וואס מ'לאזט זיך אריין. .

אקעי גענוג געווען פאר היינט
נאך א שמויגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2023 9:20 pm
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך נאך א שמויגער »

די קעפעלע האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 8:32 pm
נאך א שמויגער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 5:43 pm
די קעפעלע האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 1:13 pm
צפת האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 3:02 am הרב מיסטעריע. די סקווירא חסידים זענען אויפן וועג אויסצוגעפינען ווער איז זענט. זיי זוכן אצינד א זיבעציג יעריגער איד, וואס האט אמאל געוואוינט אין סקווירא, און ער ליידט יעצט אויף א נעמאניע.

עס איז שוין דא א רשימה פון אלע זיבעציג יעריגע אידן וואס האבן אמאל געוואוינט אין סקווירא און אוועקגעגאנגען פון די חסידות. עס זיצן דערויף קארפן-קעפ און גייען דורך איין נאמען נאכן צווייטן, זיי זענען מברר אויב יענער האט יעצט א נעמאניע. ווען זיי וועלן זיך דערוויסן אויף איינעם פון די רשימה אז ער האט נעמאניע, וועט מען וויסן אז יענער איז דאס.

גיב זיך אכטונג!
פארוואס זיבעציג???

איך וואלט משער געווען עטליכע פערציג יאר אדער גאר יונגער.
ער האט שוין פריער געשריבען אז מ' אדער מ"ב (איך געדענק נישט) האט ער שוין געהאט א טאכטער ביי די בת מצוה יארען.

אזוי?

און וואס נאך האט ער געשריבען?

און אז מען איז א קארגע צוואנציג-דרייסיג יאר קען מען דאס נישט שרייבען?

שרייבען לערנט מען זיך דאכט זיך אין כתה ד', אויב געדענק איך נאך גוט.
ביי מיר האט יעדער א חזקת כשרות. אדרבה, טרעף סתירות אין זיינע ווערטער.
היימלינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך היימלינד »

נאך א שמויגער האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 9:02 am
די קעפעלע האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 8:32 pm
נאך א שמויגער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 5:43 pm
די קעפעלע האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 1:13 pm

פארוואס זיבעציג???

איך וואלט משער געווען עטליכע פערציג יאר אדער גאר יונגער.
ער האט שוין פריער געשריבען אז מ' אדער מ"ב (איך געדענק נישט) האט ער שוין געהאט א טאכטער ביי די בת מצוה יארען.

אזוי?

און וואס נאך האט ער געשריבען?

און אז מען איז א קארגע צוואנציג-דרייסיג יאר קען מען דאס נישט שרייבען?

שרייבען לערנט מען זיך דאכט זיך אין כתה ד', אויב געדענק איך נאך גוט.
ביי מיר האט יעדער א חזקת כשרות. אדרבה, טרעף סתירות אין זיינע ווערטער.
זאלען די וועמען ער באשמוצט אויכעט בלייבען מיט זייער חזקת כשרות ביי אייך
נאך א שמויגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2023 9:20 pm
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך נאך א שמויגער »

היימלינד האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 11:08 am
נאך א שמויגער האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 9:02 am
די קעפעלע האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 8:32 pm
נאך א שמויגער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 5:43 pm

ער האט שוין פריער געשריבען אז מ' אדער מ"ב (איך געדענק נישט) האט ער שוין געהאט א טאכטער ביי די בת מצוה יארען.

אזוי?

און וואס נאך האט ער געשריבען?

און אז מען איז א קארגע צוואנציג-דרייסיג יאר קען מען דאס נישט שרייבען?

שרייבען לערנט מען זיך דאכט זיך אין כתה ד', אויב געדענק איך נאך גוט.
ביי מיר האט יעדער א חזקת כשרות. אדרבה, טרעף סתירות אין זיינע ווערטער.
זאלען די וועמען ער באשמוצט אויכעט בלייבען מיט זייער חזקת כשרות ביי אייך

חזקת כשרות אז וואס ער זאגט אויף זיך איז אמת.
נחום הסופר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 349
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2018 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 246 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך נחום הסופר »

דער נייער רבי פון ראכמיסטריווקא קארנער ספרינג וועלי האט ר"ח ביי זיין טיש ארומגערעדט איבער די רעביסטעווע זיינע והמסתעף

דער הייבט מיך אן כאפן מיט זיין זיסע תמימות און ריינע אפנקייט
ליינען
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 1:56 pm

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך ליינען »

Come in with more details
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך טאמבל סאס »

מיסטעריע האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 11:54 pm
היימלינד האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 5:26 pm
נחום הסופר האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 5:12 pm בענין דאס נישט גיין באזוכן נאר אויב יענער איז געקומען קודם, שמעתי פעם אז אין ליובאוויטש איז דא א סידור פון בעש"ט וואס לויט'ן יחוס קומט עפעס אויס אז דער סקווערער רבי וואלט עס געדארפט ירש'נען, און חב"ד איז געווען גרייט דאס אפצוגעבן אויב סקווערער רבי קומט עס אפנעמען ביי זייער רבי'ן, אבער היות סקווירא גייט נישט קודם באזוכן א.א.וו. איז דאס סידור געבליבן דארט.

כ'ווייס נישט אויב די מעשה איז אמת, אדרבה זאל עמיצר אויסקלארן
בכלל נישט, יש הרבה פרטים
לאמיר פארציילן די מעשה, ס'געווען א סקווערער חסיד וואס האט געהייסן ר' יצחק ליפסון ער איז געהייראט א אייניקל פונעם דגל מחנה אפרים, ער האט געירשנט זיין שווער וואס האט געהאט די בעל שם'ס רבינו תם תפילין און סידור, ער איז געווען זייער א פארמעגליכע איד, און ער האט געגעבן פארן סקווערן רבין דעם ר"ת תפילין בתנאי ער זאל דאס לייגן, ער האט פארשטייט זיך נישט געוואלט לייגן אזעלכע הייליגע תפילין, למעשה וויבאלד ער האט עס איהם נישט געוואלט געבן אויב גייט ער עס נישט לייגן, האט ער נישט געהאט קיין ברירה און עס געלייגט איינמאל, דאגעגן דער סידור האט ער איהם נאר "געבארגט" און ווען ער האט עס אפגענומען ביי איהם, האט ר' יצחק איהם בתוך הדברים געזאגט אז דער סיבה פארוואס ער דארף דאס יעצט, ווייל ער האט פאלוירן זיין גאנצע געלט, און ער האט פשוט נישט קיין ברירה און ער מוז עס פארקויפן, און דער סקווערער רבי האט פארשטייט זיך נישט געהאט קיין הוה אמינא פון ווי צו נעמען אפילו א איבריגע פרוטה דאס צו קויפן, אבער האט דער סקווערער רבי דאן אויסגעפירט אז ר' יצחק ליפסון האט איהם געזאגט אז ווער ס'גייט זיין דער ענדגילטיגע קונה, גיי איך מיך אויסנעמען מיט איהם, אז אויב קומט אמאל א סקווערער אייניקל און וויל עס צוריק אפקויפן דארף מען עס איהם צוריק פארקויפן.

אונזער ר' יצחק האט ארויסגעלאזט א קול אז ער האט דעם בעל שם'ס סידור צו פארקויפן, דער פריערדיגע ליובאוויטשער רבי דער ריי"ץ איז געוואויר געווארן פון דעם, און ער האט עס זייער שטארק געוואלט קויפן, ער האט אבער אויך נישט געהאט קיין געלט צו דאס אפקויפן, איז ער דאך געווען א חכם מחוכם, און ער איז געקומען צו פארן פון אטוואצק פוילן ביז קעשינוב ראמעניא און אריבער געגאנגען צו ר' יצחק ליפסון אין שטוב, און ער האט איהם פארגעשלאגן, אויב קענסטו מיר עס פארבארגן פאר א חודש צייט, און אויב ביז דעמאלס ברענג איך דיר נישט אפ דאס געלט דאן באקומסט עס צוריק און קענסט גיין עס פארקויפן ווייטער, וואס מיינט איהר האט דער ריי"ץ געטוהן, ער האט ארויסגעלייגט אן אדווערטייזמענט, אז ווער עס וויל קען קומען און קוקן דער בעשטה"ק סידור, און עס קישן, (דאכצעך דאווענען דערין האט ער נישט געלאזט) אבער מ'מוז באצאלן עטליכע זלאטעס, און פארשטייט זיך ס'געקומען א עולם גדול יעדן טאג, און נאך ווי ער האט געהאט צו באצאלן פאר דעם ר' יצחק ליפסון, און נאך אסאך פריער ווי א חודש.....

לאמיר צונעמען די מעשה, מ'האלט יעצט נאך תש"י דער ליובאוויטשער רבי רמ"מ זיצט אויפן שווער'ס בענקל, און מ'קומט צו איהם מיט א מעשה, נישט געווען קיין שום סיבה פאר ליובאוויטשער רבי דאס צו אויפצוגעבן, (איך רעדט שוין נישט אז ער איז געווען א כיטרער געשליפן קלוגער מענטש, וואס אזוי האט ער אויך געטוהן און געוואונען ביי די פרשת דידן נצח מיט זיין פלומעניק בערי גורארי, אז די אלע ספרים און ירושה פון זיין שווער איז נישט זיינס, ס'קערט פאר חב"ד, און דער רבי דאס הייסט רבי מנחם מענדל באלאנגט אויך פאר חב"ד.....) דער סקווערער רבי האט געהאט א מעשה, אבער נישט קיין שום שטר אדער א קבלת קנין וכדו', מ'קען מיט קיין מעשה נישט ארויס נעמען קיין סידור.
איך לייען דא אזוי און פּאַסמאַקעווע מיך מיט מיסטעריע'ס ערציילונגען און פון די קאממענטס פון די קעפעלע, שטריימל, היימלינד, נחום הסופר, חיים הלוי, עמרם, יחסן_גדול, צפת, תניא בניחותא און נאך. סאוי יישר כח אלעמען.

קודם סתם א פראַגעלע: פארוואס זאל דאס אז יצחק ליפסון האט אים פארבארגט אפאר תפילין מיט א סידור מאכן סקווערע רבי ענטייטלד זיך אויסצונעמען תנאים אויף די אפגעגיבענע חפיצים אויף להבא?
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
די קעפעלע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 344
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 264 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך די קעפעלע »

הרב טאמבאל - ר' יצחק ווי דערמאנט איז געווען א סקווירא און האט געשטאמט פון סקווירא חסידים, ווען ער האט עס געברענגט צום רבי'ן איז עס געווען בחפץ לב, ער האט נישט געהאט קיין עקסטרע אינטערעסע דאס אוועק צונעמען פון סקווירא רבי בכלל נאר צוליב די דחקות הפרנסה און איז געוווען גרייט צו צופרידען שטעלן סקווירא רבי מיט זיינע דרישות עס זאל קענען צוריק אנקומען קיין סקווירא

צוליב די סידור האט מען געמאכט געוויסע שינוים אינעם סקווירא נוסח התפילה בענטשן און זמירות וכו. איהר קענט ליינען מער דערוועגן דא

ההיסטוריה על סידורו של הבעל–שם–טוב ע"פ חב"ד
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך טאמבל סאס »

אמאהלגעקעננט האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 7:26 pm @בעל דרשן זאגן אױף א מקום אז .״סשטינקט פון װיזשניץ״ דער שפראך זאגט נישט קײן גוטע עדות אױפן כותב
און צפת האט עפעס שענער געשריבן?
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
מיסטעריע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מיסטעריע »

הרב טאמבל-סאס, האסט פארזעהן די עיקר נקודה, יצחק ליפסון חוץ וואס ער איז געווען א סקווערער חסיד, האט ער געהאט אין חשבון אז דער סקווערער איז אויכעט געווען אן אייניקל פון בעש"ט, ער האט נישט געהאט קיין שום אינטערעסע צו "געבן" די סידור, ער האט עס פשוט "פארבארגט", וואסי די חילוק צו לעת עתה ליגט ביי איהם אין שאפע, אדער ליגט עס אין שאפע ביין זיין רבין'ס זוהן, ער איז נאך געווען א חסיד ביים סקווערע רבי'ס טאטע רבי דוד'ל, וואס האט געוואלט מעיין זיין דערינען.

למעשה ס'איז ענג געווארן די מצב הפרנסה און ער האט געזאגט פארן רבי'ן ער האט חשק עס צו פארקויפן, נו, די רבי האט נישט געהאט קיין געלט, האט ער געזאגט פארן רבין, ער וועט מאכן א תנאי מיט דעם לוקח, אדער האט ער יא געזאגט אדער האט ער נישט געזאגט, ווער ווייסט, אבער דער סקווערער רבי האט עכט נישט געהאט קיין שום טענה וואס שטעלט זיך אויפן שכל נישט ע"פ תורה און ע"פ חוקי המדינה
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך טאמבל סאס »

אה, כ'האב נאר שלעכט פארשטאנען פון די אופן ווי אזוי דו האסט געשריבן דיין סענטענס:
אבער האט דער סקווערער רבי דאן אויסגעפירט אז ר' יצחק ליפסון האט איהם געזאגט אז ווער ס'גייט זיין דער ענדגילטיגע קונה, גיי איך מיך אויסנעמען מיט איהם, אז אויב קומט אמאל א סקווערער אייניקל און וויל עס צוריק אפקויפן דארף מען עס איהם צוריק פארקויפן.
קוקט עס אויס ווי סקווערער רבי פארציילט אויף זיך.

איך וואלט געשריבן "גייט ער זיך אויסנעמען מיט איהם וכו'" אבער ס'איז מסתמא נאר א חילוק אין סטייל.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
יחסן_גדול
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 55
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 4:31 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך יחסן_גדול »

נחום הסופר האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 12, 2024 7:43 am דער נייער רבי פון ראכמיסטריווקא קארנער ספרינג וועלי האט ר"ח ביי זיין טיש ארומגערעדט איבער די רעביסטעווע זיינע והמסתעף

דער הייבט מיך אן כאפן מיט זיין זיסע תמימות און ריינע אפנקייט
יא, ער האט זיך טאקע פאר׳רעדט איבער די רעביסטעווע, און טאקע דערפאר האט מען די וואך געדארפט אריינרופן א צענטן צום בענטשן, סיי ביים טיש פרייטאג ביינאכט, סיי בי שלש סעודות, סיי ביי מלוה מלכה. אדרבה פרעג זיך נאך…
נחום הסופר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 349
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2018 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 246 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך נחום הסופר »

יחסן_גדול האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 1:02 am
נחום הסופר האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 12, 2024 7:43 am דער נייער רבי פון ראכמיסטריווקא קארנער ספרינג וועלי האט ר"ח ביי זיין טיש ארומגערעדט איבער די רעביסטעווע זיינע והמסתעף

דער הייבט מיך אן כאפן מיט זיין זיסע תמימות און ריינע אפנקייט
יא, ער האט זיך טאקע פאר׳רעדט איבער די רעביסטעווע, און טאקע דערפאר האט מען די וואך געדארפט אריינרופן א צענטן צום בענטשן, סיי ביים טיש פרייטאג ביינאכט, סיי בי שלש סעודות, סיי ביי מלוה מלכה. אדרבה פרעג זיך נאך…
מיין קעפעלע ווירקט פאמעליך אלזא איך האב נישט געכאפט דאס ווערטל
cictim
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 385
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך cictim »

נחום הסופר האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 12, 2024 7:43 am דער נייער רבי פון ראכמיסטריווקא קארנער ספרינג וועלי האט ר"ח ביי זיין טיש ארומגערעדט איבער די רעביסטעווע זיינע והמסתעף

דער הייבט מיך אן כאפן מיט זיין זיסע תמימות און ריינע אפנקייט
https://www.dropbox.com/scl/fi/c10kbcds ... hemmy&dl=0
[NAMELESS]

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך [NAMELESS] »

cictim האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 2:01 pm
נחום הסופר האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 12, 2024 7:43 am דער נייער רבי פון ראכמיסטריווקא קארנער ספרינג וועלי האט ר"ח ביי זיין טיש ארומגערעדט איבער די רעביסטעווע זיינע והמסתעף

דער הייבט מיך אן כאפן מיט זיין זיסע תמימות און ריינע אפנקייט
https://www.dropbox.com/scl/fi/c10kbcds ... hemmy&dl=0
א גרויסער דאנק
אזא חן
אמאהלגעקעננט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 181
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 11, 2023 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 88 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך אמאהלגעקעננט »

cictim האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 2:01 pm
נחום הסופר האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 12, 2024 7:43 am דער נייער רבי פון ראכמיסטריווקא קארנער ספרינג וועלי האט ר"ח ביי זיין טיש ארומגערעדט איבער די רעביסטעווע זיינע והמסתעף

דער הייבט מיך אן כאפן מיט זיין זיסע תמימות און ריינע אפנקייט
https://www.dropbox.com/scl/fi/c10kbcds ... hemmy&dl=0
[/quote
קײן שום תמימות נישט נאר ער רעדט װי א דערװאקסענער מענטש( מעטשור ) מיט ישוב הדעת און א לב טוב
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך טאמבל סאס »

מיסטעריע האט געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 04, 2023 11:48 pm איך וויל קלאר שטעלן, איך פארשטיי זייער די ווייטאג, ווען מ'האט א בא'טעמ'טע רבי זושא, אין דער שוואכסטער זוהן פון רבין ריקט זיך אהן אזוי מיר נישט דיר נישט אונטערן פוס.... אבער זייט וויסן טייערע לינדענער חסידים, ענק דארפן נישט מקבל מרות זיין פון איהם, אבער די די באבל וואלט במילא געפלאצט, ווייל די יעצטיגע לינדענער רבי איז א פלעינע ביזנעסמאן, און מער ווי א רב פון א ביהמ"ד וואלט ער במילא נישט געווארן, ער גייט נישט אנקומען צו ווייט, אבער איך וואונדער מיך אויף די די רבי'ס האחים הקדושים אנגעהויבן ביים בארא פארקער רבין, ער וואלט געדארפט זאגן פאר די 15 לינדענער חסידים איך קען נישט ווייטאגן מיין ברודער איך קען ענק נישט אויפנעמען אלס מיינע חסידים, די לינדענער שטיבל קען נישט זיין אונטער מיין הנהגה, נאר וואס דען "מ'מישט זיך נישט", די זעלבע אין מאנסי די ברודער זענען שטיל, מ'וועיסט נישט" וואס זענען זיי אנדערש פון זייער פעטער אין סקווירא.... מ'דארף מיר אפילו נישט ענטפערן, איך האב שוין פריער ערקלערט, א קליינע אויסגעשפילטע פלאץ וואס האט נישט געהאט גענוג חסידים כדי חלוקה פאר אלע ברודער'ס רבי'ס, אבער מ'האקט א גאנצען טאג אויף סקווירא און מ'מאכט זיי נאך טריט ביי טריט, נישט פאר דעם זענען אונז אוועקגעגאנגען פון סקווירא אז פערציג יאר שפעטער טוהט מען זיי נאך אויף יעדע שריט
איך פארשטיי נישט, ווער איז א פלעינער ביזנעסמאן? ר' זושא אדער ר' י"י מ'לינדען?

און אז ר' דוד משה וואלט געזאגט די חסידים איך וויל נישט זיין ענקער רבי וואס וואלט ער אויפגעטוהן, אז ר' זושא וואלט געבליבן אין לינדען צו קאונטער באלאנסן ר' י"י? איז דאס א גוטע זאך?

ועוד, ווי אזוי איז ר' יעקב יוסף בן חי יצחק געבליבן אין לינדען דער רבי, אויב זאָלן רוב ארטיגע רחמסטריווקא חסידים אים נישט וועלן, פארשטיי איך נישט?