די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
צומישט און צוחישט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 259
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:03 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

שליחה דורך צומישט און צוחישט »

סקעפטיקער האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 2:49 pm
צומישט און צוחישט האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 2:42 pm
סקעפטיקער האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 2:37 pm
צומישט און צוחישט האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 2:34 pm דו זאגסט אז ער איז נישט 100 פראצענט זיכער אז ער גלייבט נישט, איז מיין שאלה לאמיר זאגן אז ער ווערט דיאגנויזד מיט יענע מעשה ל"ע סטעידזש 5 און דאקטורים הייבן הענט, ס'קלאר אז זיינע טעג-וואכן זענען געציילטע, וואלט ער נישט חושש געווען צו א צד ספק ספיקא אז ס'יא דא א גא-ט און מ'דארף אים פאלגן וכו'
אויב אזוי אפשר זאל ער לעבן א פרום לעבן (וואס דו זאגסט דאך אליין אז ס'נישט געפערליך שווער) על הצד הרחוק (עפ"ל) אז ס'יא עפעס דא, פשוט צו ראטעווען זיין ווייב און קינדער'ס לעבן פון אונטערגיין?
(שטייצעך אויב ס'וועט אים אונטערקומען עפעס א געשמאקע נסיון וועט ער עס נישט אויפגעבן ווייל במשקל ראשון האלט ער אז ס'גארנישט דא, אבער אויף א דעילי בעיסעס קען ער דאך אנגיין)

און אפשר זאלסטו זיין א קריסט על הצד הרחוק? אדער אפשר גאר א מוסלעמענער? ע"ע Pascal's Wager
אפשר טאקע..
כ'פרעג אבער דעם אינגערמאן צו אין א פאל וואס די תאוות שטארבן אים אפ און ער וויל נישט אינדזויען לייף נאר ער וויל אנגרייטן עפעס צידה לדרך, וואס וואלט ער געטוהן אויב ער וואלט געבליבן נישט גלויביג, אדער אנגענומען קריסטנום על צד ספק, דאן רעד איך נישט אריין, אבער אויב וואלט ער דענסמאל פראקטיצירט אידישקייט על ספק, זאל ער עס יעצט אויך טוהן, אם לא למענו למען אשתו ובניו.
אפילו אויב וואלט ער עס דעמאלטס געטוהן (וואס איז נישט זיכער אבער מעגליך) איז עס נאר ווי דו זאגסט אז ער האט שוין נישט קיין שום אנדערע הנאות און לעבן, ואם לא יועיל לא יזיק. אבער אין אן אקטיווען טאג טעגליכען לעבן טוט אידישקייט שטארק איינצוימען די הנאת החיים, בפרט פאר איינעם וואס גלייבט נישט אין די אמת דערפון. וואס איז דעמאלטס די פארגלייך?

אבער אזויפיל יא, אויב איז אים בלייבן מיט זיין ווייב און קינדער א פריאריטעיט אפשר לוינט זיך צו האלטן אידישקייט בלויז פארדעם. עס איז אבער אין פאקט אביסל שווער ווייל זאכן וואס קיינער גייט באמת נישט וויסן איז זייער שווער עס נישט צו טוהן, און אטאמאטיש גיסט זיך עס איבער
פ"וו ווען אלע הנאות החיים ווערן בטל וועט ער דעיס טוהן?, זאל ער ליינען א בוך און אריינכאפן נאך אביסל חכמה צו וויסנשאפט וכו', אלא מאי ווייל עפעס א משהוא האט ער יא א צד ספק אויף דעם, נאר ווען ער איז געזונט און האט הנאות החיים איז ער נישט גרייט צו פארציכטן אויף זיינע הנאות צוליב אזא שוואכע ספק.
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

שליחה דורך שפילער »

צומישט און צוחישט האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 2:42 pm
סקעפטיקער האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 2:37 pm
צומישט און צוחישט האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 2:34 pm דו זאגסט אז ער איז נישט 100 פראצענט זיכער אז ער גלייבט נישט, איז מיין שאלה לאמיר זאגן אז ער ווערט דיאגנויזד מיט יענע מעשה ל"ע סטעידזש 5 און דאקטורים הייבן הענט, ס'קלאר אז זיינע טעג-וואכן זענען געציילטע, וואלט ער נישט חושש געווען צו א צד ספק ספיקא אז ס'יא דא א גא-ט און מ'דארף אים פאלגן וכו'
אויב אזוי אפשר זאל ער לעבן א פרום לעבן (וואס דו זאגסט דאך אליין אז ס'נישט געפערליך שווער) על הצד הרחוק (עפ"ל) אז ס'יא עפעס דא, פשוט צו ראטעווען זיין ווייב און קינדער'ס לעבן פון אונטערגיין?
(שטייצעך אויב ס'וועט אים אונטערקומען עפעס א געשמאקע נסיון וועט ער עס נישט אויפגעבן ווייל במשקל ראשון האלט ער אז ס'גארנישט דא, אבער אויף א דעילי בעיסעס קען ער דאך אנגיין)

און אפשר זאלסטו זיין א קריסט על הצד הרחוק? אדער אפשר גאר א מוסלעמענער? ע"ע Pascal's Wager
אפשר טאקע..
כ'פרעג אבער דעם אינגערמאן צו אין א פאל וואס די תאוות שטארבן אים אפ און ער וויל נישט אינדזויען לייף נאר ער וויל אנגרייטן עפעס צידה לדרך, וואס וואלט ער געטוהן אויב ער וואלט געבליבן נישט גלויביג, אדער אנגענומען קריסטנום על צד ספק, דאן רעד איך נישט אריין, אבער אויב וואלט ער דענסמאל פראקטיצירט אידישקייט על ספק, זאל ער עס יעצט אויך טוהן, אם לא למענו למען אשתו ובניו.
דו כאפסט נישט אז ביי דעם יונגערמאן די גאנצע באגריף פון ' צידה לדרך ' מאכט נישט קיין סענס ביי אים און ער גלייבט נישט דערין
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
צומישט און צוחישט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 259
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:03 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

שליחה דורך צומישט און צוחישט »

Moshe itche האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 2:51 pm
צומישט און צוחישט האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 2:34 pm דו זאגסט אז ער איז נישט 100 פראצענט זיכער אז ער גלייבט נישט, איז מיין שאלה לאמיר זאגן אז ער ווערט דיאגנויזד מיט יענע מעשה ל"ע סטעידזש 5 און דאקטורים הייבן הענט, ס'קלאר אז זיינע טעג-וואכן זענען געציילטע, וואלט ער נישט חושש געווען צו א צד ספק ספיקא אז ס'יא דא א גא-ט און מ'דארף אים פאלגן וכו'
אויב אזוי אפשר זאל ער לעבן א פרום לעבן (וואס דו זאגסט דאך אליין אז ס'נישט געפערליך שווער) על הצד הרחוק (עפ"ל) אז ס'יא עפעס דא, פשוט צו ראטעווען זיין ווייב און קינדער'ס לעבן פון אונטערגיין?
(שטייצעך אויב ס'וועט אים אונטערקומען עפעס א געשמאקע נסיון וועט ער עס נישט אויפגעבן ווייל במשקל ראשון האלט ער אז ס'גארנישט דא, אבער אויף א דעילי בעיסעס קען ער דאך אנגיין)
ווען כ'האב געזאגט אז ער איז נישט 100% זיכער, האב איך דערמיט געמיינט ארויסצוברענגען אז ביי די טעאלאגישע זאכן איז כמעט נישט שייך צו זיין 100% זיכער אויף איין זייט. (חוץ פון די וואס האבן נאך "גארנישט" דורכגעטון, זיי קענען שרייען מיט כוח אז נאר זיי זענען 100% זיכער מיט זייער צד) אבער איינער וואס טוט דורך די זאכן, אפילו ער קומט אן אז עס לייגט זיך גאר גאר שטארק אויפן שכל איין מהלך, דאך איז ער נישט זיכער 100% און אז עס וועט אריינקומען פרושע אינפערמאציע. אז גאט וועט זיך היינט באווייזן פינקט ווי ביי מתן תורה דאן וועט זיין דעסידזשן זיך גאר שנעל טוישן.

נישט פשט אז אויפן טויט בעט וועט זיך עפעס טוישן סתם אבי פון פחד. זיינע מסקנות האט ער שוין געמאכט לויט אלע עווידענס וואס איז דא לפנינו און וואס ער האט אנעלעזירט. סתם ליגן אויפן טויט בעט וועט נישט טוישן גארנישט, דאס הייסט נישט געברענגט קיין פרישע אינפערמאציע צום טיש.

שוין, האביך באקומען די תשובה אז מ'רעדט פון אאינעם וואס איז גאר איבערצייגט אזש די טויט פאר די אויגן וועט אים נישט רירן פון פלאץ, פון אזא איינעם קען מען טאקע נישט פארלאנגען צו לעבן אידישליך על צד ספק.
באניצער אוואטאר
קוקי מאנסטער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 16, 2022 12:59 pm
האט שוין געלייקט: 19 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

שליחה דורך קוקי מאנסטער »

נאך יארן פון אבזערוואציעס, האב איך עס פארשטאנען אזויווי פאלגענד.

די סיבה פארוואס יא אדער נישט צו זיין אין די געים האט גארנישט צוטון מיט יא אדער נישט גאט, אדער מיט אמת ווס שקר. ס'האט אסאך מער מיט די זעבלבסט פראקטישקייט. און פאר רוב מענטשן איז געווענליך בעסער זייער פערזענלעכע לעבן אזוי, ווי איידער די אנדערע וועג ארום. (כפי שהבנתי), דאס אז איינער זאל דראַפּן ס'גאנצע רעליגיעזע לעבנסשטייגער בלויז פאר אפאר קשיות אויף א גאט איז א זייער א זעלטענע ערשיינונג. ווארים, איך קען גראדע פערזענליך פילע אידן וואס גלויבן (גאָר)נישט און דאך זענען זיי proudly זייער רעליגיעז מיט א צופרידנהייט!

פון די וואס איך האב געקענט און אבזערווירט וואס האבן מחמת איזה סיבה געמאכט א דראסטישע לעבנס טויש. האבן זיי עפ''ר באצאלט מיט שווערע קאנסקעווענצן, וואס איז געווען אומעגליך שפעטער צו תשובה טוהן. זיי זאגן אז גאט קען מוחל זיין און אקצעפטירן תשובה, אבער אויף די אלגעמיינע גאס קענסטו כמעט קיינמאל נישט צוריקדרייען דיין סטאטוס!. בלויז טיילמאל איז עס פאר געוויסע מאנכע דא דארט יא געלונגען אבער זייער זעלטן וואס ס'איז געלונגען פאר א לייפטיים.

דער חכם אויבן וואס האט געשריבן 'מה שלא יעשה השכל יעשה הזמן' האט געשריבן עכטע דברים של אמת. און דאס דארף זיין ווייב אריינעמען אין זיך אויב זי האט שכל. פון אלע מענטשן וואס איך קען וואס האבן געהאט קשיות אזויווי דער אינגערמאן (ס'אויך דא באקאנטע אלעכע פיגורירט וואס מען ווייסט און פובליק) אבער האבן נישט גענומען קיין דראסטישע שריט, און מיט די צייט זענען זיי אדער קליגער געווארן אדער איינגעזען אז אפשר איז יא דא לעגיטימע סיבות פאר אידישקייט/חרדיש'קייט. דער זעלביקער חכם וואס איז דער מדובר דא האט דאך מיט דריי יאר צוריק געהאלטן פונקט ווי זיין פרוי. און אצינד האלט ער אנדערשט. אבער מארגן איז נאך א טאג.. און אויב מאכט ער א דראסטישע טויש על דעת היינט און נעכטן על דעת נעכטן און מארגן על דעת מארגן. וועט ער סתם צופראסקענען זיין גאנצע לעבן על לא דבר. ווייל בעיני ראיתי מאנכע וואס נעכטן זענען זיי געווען פארגלייבט און פרום, היינט קאלטע אפיקורסים, און צומארגענס גאר רעליגיעז צוליב סיבות שונות.

און איך האלט זיך ביי מיינס אז רוב מאל אין אזעלכע אומשטענדן דארף דער בעל דבר זיך מאכן א ברוטאלע אויפריכטיגע חשבון הנפש צו ס'איז טאקע גאָר די קשיות וואס באדערן איהם.

מען זעהט עס אויף געוויסע ניקס דא אויך וויאזוי מיט די יארן זענען זיי געקומען פול צירקול. איך וויל נישט ציטאטן קיינעם פערזענליך, אבער איר קענט אנפרעגן ביי אייער לאקאלע ידען ואפיקורת פון וועלכע ס'האנדלט זיך.

כל טוב.
באניצער אוואטאר
עמקות התם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 61
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 5:14 am
האט שוין געלייקט: 85 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

שליחה דורך עמקות התם »

געהערט אמאל א ריקארדענג פין הרב עזריאל טויבער ז״ל, ווי מען האט געברענגט צו אים א יונגערמאן וואס איז געוועהן אין דעם מצב, אז ער זאל אים אופוויזען דעם ווארהייט פין יודישקייט, אזוי א האלהע שעה אריין אין דעם שיחה האט זיך ר׳ עזריאל געכאפט און זאגט אים איך קען דיר גארנישט אופווייזען כל זמן ביסט נישט אינטרעסירט, האסט סך הכל א פראבלעם מיט דיין ווייב און קינדער, די יונגערמאן האט זיך ממש געבעטן ביי אים ער זאל אים העלפען…
"You are not your thoughts; you are the observer of your thoughts"
צומישט און צוחישט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 259
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:03 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

שליחה דורך צומישט און צוחישט »

שפילער האט געשריבן: דו כאפסט נישט אז ביי דעם יונגערמאן די גאנצע באגריף פון ' צידה לדרך ' מאכט נישט קיין סענס ביי אים און ער גלייבט נישט דערין

איך כאפ זייער פיין, צידה לדרך מוז נישט מיינען די אידישע וועג, איך מיין ארויסצוברענגען אז ביי דעם מענטש שפילט שוין נישט קיין פיזישע הנאות קיין ראלע, א שטיקל סטעיק רעדט שוין נישט צו אים, ער עקלט זיך דערפון, ער האלט אינמיטן אויסגיין ווי א ליכט, אויב דעמאלטס כאפט זיך אים אריין א מחשבה אז די וועלט איז אפשר יא פאר א תכלית, און ער וועט וועלן אריינכאפן די תכלית וואס קוקט אים אויס צו זיין דאס מערסטע קראנט, זאל ער טוהן יעצט אויך.
yesiknow
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 462
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:25 pm
האט שוין געלייקט: 314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 279 מאל

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

שליחה דורך yesiknow »

יודען האבען חתונה מיט גויטעס יודענעס מיט גוים אין זיי לעבען זיך זייער גיט , מוסלעמעניר האבען חתונה מיט צינוסטישע/יודישע פרויען אין מען לעבט א חיים טובים .

קריסטען האבען חתונה מיט מוסלעמענישע ענד דעי ליוו העפילי עווער עפטער.

רוב היימישע פרויען דינען גאר א אנדערע גאט וואס די מענער אין עס ארבייט פיין.
אין שוין
יש ענין שנתהפך הכל לטובה , ריווייער יור ברעין ענד אלל וויל change.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

שליחה דורך קורקלענד »

די גרעסטע טעות לדעתי איז ווען מ'וויל אפענטפערן דער חכם מיט ראיות און תירוצים אז ס'איז יא אמת. אריינצוגיין אין די נושא דורך יענע טיר איז א פארזיכערטע פארלוסט.
צומישט און צוחישט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 259
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:03 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

שליחה דורך צומישט און צוחישט »

קוקי מאנסטער האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 3:02 pm

דער חכם אויבן וואס האט געשריבן 'מה שלא יעשה השכל יעשה הזמן' האט געשריבן עכטע דברים של אמת. און דאס דארף זיין ווייב אריינעמען אין זיך אויב זי האט שכל. פון אלע מענטשן וואס איך קען וואס האבן געהאט קשיות אזויווי דער אינגערמאן (ס'אויך דא באקאנטע אלעכע פיגורירט וואס מען ווייסט און פובליק) אבער האבן נישט גענומען קיין דראסטישע שריט, און מיט די צייט זענען זיי אדער קליגער געווארן אדער איינגעזען אז אפשר איז יא דא לעגיטימע סיבות פאר אידישקייט/חרדיש'קייט. דער זעלביקער חכם וואס איז דער מדובר דא האט דאך מיט דריי יאר צוריק געהאלטן פונקט ווי זיין פרוי. און אצינד האלט ער אנדערשט. אבער מארגן איז נאך א טאג.. און אויב מאכט ער א דראסטישע טויש על דעת היינט און נעכטן על דעת נעכטן און מארגן על דעת מארגן. וועט ער סתם צופראסקענען זיין גאנצע לעבן על לא דבר. ווייל בעיני ראיתי מאנכע וואס נעכטן זענען זיי געווען פארגלייבט און פרום, היינט קאלטע אפיקורסים, און צומארגענס גאר רעליגיעז צוליב סיבות שונות.

שטארקע ווערטער לענ"ד.
(ס'לכאו' א עקסטערע שמועס אז אייביג אין די ענינים מוז מען האבן עפעס בלינדע טראסט אין איינעם, ווייל ווער קען דען זאגן אז ער איז שוין אנגעקומען צום אפגרונד פון ים החכמה, דו זעהסט דאך אז דו ווייסט היינט זאכן וואס האסט נישט געוויסט נעכטן, קען דאך זיין אז די מארגן וועט דיר מחדש זיין נאך זאכן, סוי אייל דיך נישט צו מאכן מסקנות.
בנוגע ניק'ס, אויף אייועלט האט איינער א שטיק צייט צוריק אנגעוויזן אז מ'זעהט אז רוב געוועזענע ק"ש ניקס זענען פארשווינדן, יענער האט געוואלט טענה'ן אז פשט איז אז די עולם ווערט צוריק פרום און מ'קערט זיך צוריק צום באקס, כ'בין נייגעריג צו ס'טאקע אזוי, אדער אפשר גאר איז די אלטע עולם שוין געגאנגען נאך ווייטער אין לעבן.)
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

שליחה דורך עמרם »

ווי אין אייוועלט איז דעס געשטאנען ?

אין אייוועלט איז די זעלבע זאך, רוב ווערן פארשווינדען נאך אפאר יאר
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

Re:

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

סקעפטיקער האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 1:41 pm
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 1:13 pm אידישקייט אדער רעליגיע קומט בכלל נישט אריין דא.

אויב זיי האבן זיך שטארק ליב, זענען זיי א פיינעם קאפל און מ׳קען [אויב ביידע זענען גרייט פארשטייטסעך] עס מאכן ארבייטן על אף די מעידזשאר דיפרענסעס.

ווער עס קען אונזער ג-ט, אלוקי ישראל, און וואס ער האט געשריבן און זיין תורה בנוגע שלום בית [מחיקת השם], ווייסט נאך אזוי פיהל אז ס׳נישט שייך צו ניצן אידישקייט אדער רעליגיע אלץ א ריזען צו עפעס וואסיז היפך שלום בית.

איך ווייס אז כ׳קום דא אריין שארף, מאדנע וכדו׳, אבער כבר שמעתי מת״ח ודיין חשוב שליט״א וואס נעמט אזא מהלך...

די פראבלעם איז אז די ווייב האלט נישט/פילט נישט אזוי

און דעיס איז א גרויסע פראבלעם. אבער לאו דוקא אין דעם פאל, נאר דא קומט עס ארויס מיטן גאנצן פרצוף...!

מיין פוינט איז אז זייער אסאך קאפלס לעבן צוזאמען ווייל מהיכי תיתי. אסאך ווייסן אפילו נישט וואס שלום/אהבת בית מיינט און דאס איז די נושא און פראבלעם אויף וואס מ'דארף פאוקעסירן אפילו אין דעם פאל אויך.

סוי עגעין, ס'נישט אידישקייט די אישו, ווייל אויב וואלט זי געמיינט אידישקייט וואלט זי געגאנגען פרעגן א רב/דיין וויאזוי זי דארף זיך פירן אלץ א ג-ט פארכטיגע טאכטער. אויב וואלט געווען אמת'ע ליבע דאן וואלטן זיי ביידע געווען גרייט צו מוותר צו זיין איינע פאר די אנדערע (פארשטייטסעך אז זי, נאר אויף וויפיל זי מעג ע"פ תורה - און ער וואלט עס עקסעפטעד פשוט ווייל דאס איז זיין פרוי'ס רצון) און וואלטן אויסגעארבייט א מהלך [פארשטייצעך אז ווי מער דיפרענסעס ס'דא, אלץ מער אהבה פעלט אויס צו האבן אז מ'זאל עס וועלן מאכן ארבייטן].

@עמרם, כ'האף אז כ'האב זיך בעסער מסביר געווען יעצט. און לגבי דעם דיין וועליך זאגן נאר אין אישי.
צומישט און צוחישט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 259
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:03 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

שליחה דורך צומישט און צוחישט »

עמרם האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 3:24 pm ווי אין אייוועלט איז דעס געשטאנען ?

אין אייוועלט איז די זעלבע זאך, רוב ווערן פארשווינדען נאך אפאר יאר
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 9#p4729479
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

שליחה דורך קהל'ס נער »

איבערצייגן די ווייב אפצופארן האט נישט קיין פשט, ווייל זי איז בכלל נישט אינטערעסירט אין חקירות (אפילו גאט וועט זיך באווייזן צי איר אין זאגן אז די גאנצע תורה איז סתם א דזשאוק עפ״ל (מען מעג זאגן עפ״ל אויף גאט?😂) וועט זי וועלן פארבלייבן אין די סיסטעם) זי איז געבוירען אין די קאמיוניטי און דאס האט זי ליב, די טעקניקעלס זענען איר נישט נוגע.

מצד שני דער מאן זאגט דאך אליינס אז ער ענדזשויעט אויך אינזער קאמיוניטי די שבת סעודות מיט די רבי׳שע חתונות, (עכ״פ מען האנדעלט נישט דא מיט א טראומע קעיס), די סיסטעם טריגערט עים נישט (עכ״פ נישט מער פון אונז אלע).

מילא דער בעסטע עצה איז אז דער מאן זאל זאגן דעם ווייב אז ער האט איינגעזען אין זיין טעות ער ווערט צוריק א full fledged מאמין (מען מעג דאך זאגן ליגנט פאר דרכי שלום, ובפרט אז זי איז נאר א מאמין ווייל אזוי קומט איר אויס גוט, די זעלבע טוט ער יעצט, די נפקא מינא איז נאר אז ער טוט עס אינטענטשעניל און זי נישט) און ער זאל טאקע ווערן איינס דהיינו זאכן וואס זענען אנגענומען ביים עולם דהיינו די הלכות זאל ער טאקע האלטן (הלכות זענען ב(דרך) כלל נישט שווער צי האלטן.

יעצט לגבי די צוגעלייגטע בולתא דשטיתא וואס דאס מאכט שווער די אידישע לעבן, דאס קען מען אויפקלערן די ווייב צוביסלעך, ווייל דא דארף מען נישט טוען קיין דראסטישע שריט און נישט טוישן קיין לייפסטייל.

איך קען אסאך וואס נעמען די אפראוטש און ס׳ארבעט זייער גוט פאר ביידע.
משא״כ די וואס האבן געוואלט מיטנעמען די ווייב אויף א אט״ד רייד איז די סוקסעס ראטע געוועהן אסאך קלענער.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קהל'ס נער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

שליחה דורך סקעפטיקער »

קהל'ס נער האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 3:49 pm איבערצייגן די ווייב אפצופארן האט נישט קיין פשט, ווייל זי איז בכלל נישט אינטערעסירט אין חקירות (אפילו גאט וועט זיך באווייזן צי איר אין זאגן אז די גאנצע תורה איז סתם א דזשאוק עפ״ל (מען מעג זאגן עפ״ל אויף גאט?😂) וועט זי וועלן פארבלייבן אין די סיסטעם) זי איז געבוירען אין די קאמיוניטי און דאס האט זי ליב, די טעקניקעלס זענען איר נישט נוגע.

מצד שני דער מאן זאגט דאך אליינס אז ער ענדזשויעט אויך אינזער קאמיוניטי די שבת סעודות מיט די רבי׳שע חתונות, (עכ״פ מען האנדעלט נישט דא מיט א טראומע קעיס), די סיסטעם טריגערט עים נישט (עכ״פ נישט מער פון אונז אלע).

מילא דער בעסטע עצה איז אז דער מאן זאל זאגן דעם ווייב אז ער האט איינגעזען אין זיין טעות ער ווערט צוריק א full fledged מאמין (מען מעג דאך זאגן ליגנט פאר דרכי שלום, ובפרט אז זי איז נאר א מאמין ווייל אזוי קומט איר אויס גוט, די זעלבע טוט ער יעצט, די נפקא מינא איז נאר אז ער טוט עס אינטענטשעניל און זי נישט) און ער זאל טאקע ווערן איינס דהיינו זאכן וואס זענען אנגענומען ביים עולם דהיינו די הלכות זאל ער טאקע האלטן (האלכות זענען ב(דרך) כלל נישט שווער צי האלטן.

יעצט לגבי די צוגעלייגטע בולתא דשטיתא וואס דאס מאכט שווער די אידישע לעבן, דאס קען מען אויפקלערן די ווייב צוביסלעך, ווייל דא דארף מען נישט טוען קיין דראסטישע שריט און נישט טוישן קיין לייפסטייל.

איך קען אסאך וואס נעמען די אפראוטש און ס׳ארבעט זייער גוט פאר ביידע.
משא״כ די וואס האבן געוואלט מיטנעמען די ווייב אויף א אט״ד רייד איז די סוקסעס ראטע געוועהן אסאך קלענער.
פארוואס קען מען נישט נעמען אן ענליכע מהלך און נאכאלס זיין אמת'דיג מיט איר? זאגן אז איך גלייב נישט אבער איך האלט ווייטער אלעס אן עניוועי, און צוביסלעך איר אויפקלערן אויף געוויסע זאכן?
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

שליחה דורך שמן למאור »

קוקי מאנסטער האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 3:02 pm

מען זעהט עס אויף געוויסע ניקס דא אויך וויאזוי מיט די יארן זענען זיי געקומען פול צירקול. איך וויל נישט ציטאטן קיינעם פערזענליך, אבער איר קענט אנפרעגן ביי אייער לאקאלע ידען ואפיקורת פון וועלכע ס'האנדלט זיך.
בכלל נישט ריכטיג. איך קען פערזענליך אסאך פון די אלטע ניקים, בדרך כלל די וואס האבן דאן געשריבן אלס מאמינים זענען נאכאלץ מאמינים, און די וואס האבן געשריבן אלס אפיקורסים זענען נאכאלץ אפיקורסים.
צומישט און צוחישט האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 3:14 pm
בנוגע ניק'ס, אויף אייועלט האט איינער א שטיק צייט צוריק אנגעוויזן אז מ'זעהט אז רוב געוועזענע ק"ש ניקס זענען פארשווינדן, יענער האט געוואלט טענה'ן אז פשט איז אז די עולם ווערט צוריק פרום און מ'קערט זיך צוריק צום באקס, כ'בין נייגעריג צו ס'טאקע אזוי, אדער אפשר גאר איז די אלטע עולם שוין געגאנגען נאך ווייטער אין לעבן.)
די מאמינים מיט די אפיקורסים זענען אלע פארשווינדן צוגלייך. דאס איז א נארמאלע ערשיינונג אויף יעדע בלאג, רוב עולם ריקט זיך ווייטער און מען בלייבט נישט דארטן אויף אייביג. אפילו די מאמינים האבן על פי רוב נישט אויפגעהערט צו שרייבן בלויז וועגן זיי זענען פרומער געווארן און האלטן אז מען טאר מער נישט שרייבן אויף קאווע שטיבל, ס'כמעט נישטא אזא ערשיינונג. די אפיקורסים איז אפגערעדט אז רוב זענען נישט פרומער געווארן.

דאס שרייב איך מתוך ידיעה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמן למאור, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

שליחה דורך קהל'ס נער »

סקעפטיקער האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 4:03 pm
קהל'ס נער האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 3:49 pm איבערצייגן די ווייב אפצופארן האט נישט קיין פשט, ווייל זי איז בכלל נישט אינטערעסירט אין חקירות (אפילו גאט וועט זיך באווייזן צי איר אין זאגן אז די גאנצע תורה איז סתם א דזשאוק עפ״ל (מען מעג זאגן עפ״ל אויף גאט?😂) וועט זי וועלן פארבלייבן אין די סיסטעם) זי איז געבוירען אין די קאמיוניטי און דאס האט זי ליב, די טעקניקעלס זענען איר נישט נוגע.

מצד שני דער מאן זאגט דאך אליינס אז ער ענדזשויעט אויך אינזער קאמיוניטי די שבת סעודות מיט די רבי׳שע חתונות, (עכ״פ מען האנדעלט נישט דא מיט א טראומע קעיס), די סיסטעם טריגערט עים נישט (עכ״פ נישט מער פון אונז אלע).

מילא דער בעסטע עצה איז אז דער מאן זאל זאגן דעם ווייב אז ער האט איינגעזען אין זיין טעות ער ווערט צוריק א full fledged מאמין (מען מעג דאך זאגן ליגנט פאר דרכי שלום, ובפרט אז זי איז נאר א מאמין ווייל אזוי קומט איר אויס גוט, די זעלבע טוט ער יעצט, די נפקא מינא איז נאר אז ער טוט עס אינטענטשעניל און זי נישט) און ער זאל טאקע ווערן איינס דהיינו זאכן וואס זענען אנגענומען ביים עולם דהיינו די הלכות זאל ער טאקע האלטן (האלכות זענען ב(דרך) כלל נישט שווער צי האלטן.

יעצט לגבי די צוגעלייגטע בולתא דשטיתא וואס דאס מאכט שווער די אידישע לעבן, דאס קען מען אויפקלערן די ווייב צוביסלעך, ווייל דא דארף מען נישט טוען קיין דראסטישע שריט און נישט טוישן קיין לייפסטייל.

איך קען אסאך וואס נעמען די אפראוטש און ס׳ארבעט זייער גוט פאר ביידע.
משא״כ די וואס האבן געוואלט מיטנעמען די ווייב אויף א אט״ד רייד איז די סוקסעס ראטע געוועהן אסאך קלענער.
פארוואס קען מען נישט נעמען אן ענליכע מהלך און נאכאלס זיין אמת'דיג מיט איר? זאגן אז איך גלייב נישט אבער איך האלט ווייטער אלעס אן עניוועי, און צוביסלעך איר אויפקלערן אויף געוויסע זאכן?
תירוץ: ווייל ס׳ארבעט נישט

פארוואס ארבעט עס נישט, מען קען דא לומד׳עווען פסיכאלאגיע, ביהעוויעריזם, קאממאן סענס וכו׳
אין קורצן, ווען א מאן איז נישט רעליגיעז בשעת פאר די ווייב איז רעליגיע א עקרון, ברענגט עס א אפגעטיילטקייט וואס אפילו זיי האבן זיך ליב ברענגט עס א טיילונג, במילא ווען ביידע זענען נישט אויף די זעלבע בלאט (פאנדעמענדעליסטיש גערעדט קענסטו נישט משכנע זיין א צווייטן)

(טראכט פון א בעלזער וואס וויל אויפווייזן א סאטמארער אז לויט׳ן דברי יואל מעיג מען גיין צי די לאקאלע בחירות אין ארץ ישראל, ער האט נישט קיין טשאנס, משא״כ א סאטמערע וואס וועט דאס טענה׳ן וועט דאס זיין אסאך מער מאסגעבנד)

נאך טיפער די נושא איז בכלל נישט איבער פירן וויכוחים מיטן כנגדו צי סימס איז א דרבנן צי נאר א ראשון, די נושא איז איבער וואקסן צוזאמען אין א געוויסע דיירעקשן, מילא ווען מען איז בכלל נישט מסכים צו די יסודות קאן מען נישט וואקסען צוזאמען און מען ווערט נאר מער אפגעפרעמדעט מיט די צייט, ולא די אז ער פארלירט השפעה אויף איר נאר מיט די צייט קען זי נאך זאגן מה לי ולצרה הזאת, אין הכי נמי זיין א גרושה איז זייער שווער, אבער האבן א מאן וואס איז נישט פארט פון סאסייעטי (מיט איר קליינע השגות) איז נאך שווערער, וכבר היו לעולמים.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
צומישט און צוחישט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 259
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:03 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

שליחה דורך צומישט און צוחישט »

שמן למאור האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 6:23 pm
צומישט און צוחישט האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 3:14 pm
בנוגע ניק'ס, אויף אייועלט האט איינער א שטיק צייט צוריק אנגעוויזן אז מ'זעהט אז רוב געוועזענע ק"ש ניקס זענען פארשווינדן, יענער האט געוואלט טענה'ן אז פשט איז אז די עולם ווערט צוריק פרום און מ'קערט זיך צוריק צום באקס, כ'בין נייגעריג צו ס'טאקע אזוי, אדער אפשר גאר איז די אלטע עולם שוין געגאנגען נאך ווייטער אין לעבן.)
די מאמינים מיט די אפיקורסים זענען אלע פארשווינדן צוגלייך. דאס איז א נארמאלע ערשיינונג אויף יעדע בלאג, רוב עולם ריקט זיך ווייטער און מען בלייבט נישט דארטן אויף אייביג. אפילו די מאמינים האבן על פי רוב נישט אויפגעהערט צו שרייבן בלויז וועגן זיי זענען פרומער געווארן און האלטן אז מען טאר מער נישט שרייבן אויף קאווע שטיבל, ס'כמעט נישטא אזא ערשיינונג. די אפיקורסים איז אפגערעדט אז רוב זענען נישט פרומער געווארן.

דאס שרייב איך מתוך ידיעה.
אז דו זאגסט אז דו שרייבסט עס מתוך ידיעה קען איך דאך נישט אפפרעגן דיינע ידיעות.
ס'נאר אינטערעסאנט פון ווי דו ווייסט עס, כ'גלייב נישט אז דו קענסט די אלע ניקים מאמינים און אפיקורסים צוגלייך, און דו ווייסט זייערע סיבות פאר'ן אויפהערן שרייבן, אין די צייט וואס ס'לייגט זיך פשוט אויפ'ן שכל אז פון צווישן אזא גרויסע ציבור זאל זיין אזעלכע- בפרט פון די מאמינים- וואס זאלן צוקומען צו א מסקנה אז מ'טאר נישט ליינען ק"ש אדער עכ"פ ס'נישט גוט פאר זיי, און אויך ביי אפיקורסים איז דען נישט אמת וואס @קוקי שרייבט אז ס'דא מענטשן וואס זענען געווען אפיקוסים 10 יאר צוריק און זענען היינט צוטאגס פולקאמע מאמינים?!, עכ"פ די שכל זאגט זיכער אז ס'דא אזא מציאות, איז פ"וו קען נישט זיין אז א גרויס טייל געוועזענע ק"ש שרייבער-ליינער איז דאס געווען זייער גורל.
האניג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 5:10 pm
האט שוין געלייקט: 209 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 226 מאל

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

שליחה דורך האניג »

זייער שיינע אראפגעלייגט די פראגע, א דאנק.

ס'איז באמת נישט דא וואס צוצולייגן, דער עולם האט שיין געענטפערט. @קוקי @קהל'ס גוט געזאגט
יאנקל בעל העגלה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

שליחה דורך יאנקל בעל העגלה »

Moshe itche האט געשריבן: א גוט יאר טייערע חברים וידידים.

ווער קען דא ארויסהעלפן א אידישע פארפאלק?

אפשר זאלן זיי זיך טאקע גט'ן אפילו ביידע ווילן עכט נישט? אפשר איז יא דא א מהלך? איינער מיט עצות? אפשר א נומער פון א פארשטענדליכע שלום בית מאכער?

כ'ווייס דיר נישט וואס צו ענטפערן באט ס'איז א פעינפול סטארי
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

שליחה דורך דיכטער »

צו דעם פותח @Moshe itche

קודם יישר כח פארן פארלייגן דעם פראבלעם אויפן טיש, עס קוקט אויס ווי א פארלעגענהייט וואס פלאגט, נישט ווייניג מענטשן. 

לעניות דעתי דארף דער סוביעקט אינעם פראבלעם וועלכע דער פותח האשכול לייגט פאר, מאכן א באוואוסטזיניגע באשלוס.

ער מוז ארייננעמען אין זיין באשלוס ווי שטארק ער האט ליב זיין ווייב, וועלכע עתיד ער וויל געבן פאר זיינע קינדער, מיט וועלכע חברים וויל ער זיך דרייען א,א.וו. און דאן אפמאכן וועלכע פרייז ער איז גרייט צו צאלן פאר זיינע ווירדן און צו ערפילן די שטרעבונג פון זיין לעבן.

צווישן די גרעסטע פראבלעמען אינעם חרד'ישע געזעלשאפט איז אז מיר ווערן נישט אויסגעלערנט ווי אזוי צו מאכן לעבנס-וויכטיגע באשלוסן. מיר האבן נישט קיין ווארט איבער כמעט גארנישט וואס עס פאסירט מיט אונז. מיט וועמען צו חתונה האבן, וואו צו וואוינען, מיט וועמען זיך צו באפריינדן, אויף וואס צו ספענדן, ווי אזוי צו גיין אנגעטוהן, ווי צ שוקן די קינדער... כמעט אלעס איז נכתב ונחתם נאך פערציג טעג איידער יצירת הוולד. ווען איינער אבער, וויל נעמען דאס לעבן זיינע אין די הענט אריין, איז פון די ערשטע זאכן, דארף ער פון פריש באשלוסן וואס זיינע ווירדן זענען, אין וואס ער גלייבט, וואס ער האלט טייער און ווי אזוי ער וויל אפלעבן זיינע יארן.

טאמער קומט ער צו א באשלוס אז 'אהבתי את אדוני את אשתי ואת בני לא אצא חופשי' קומט עס בדרך כלל מיט א פרייז אז ער וועט זיך, הפנים פון אינדרויסן, מוזן צושטעלן צו דער סיסטעם און פירן א מער-ווייניגע, היימישע שטוב.

דרך אגב, עס איז דא א פיל גרעסערע פראבלעם וועלכע לדעתי עפעקט נישט ווייניגער מענטשן, און דאס איז ווען דער ווייב איז דער וואס טרעפט זיך אין דער פראבלעם און דער מאן איז דער וואס שטייט אין דער זייט און פארגיסט די טרערן א.א.וו. דער פרוי טרעפט זיך אבער אין א פיל ערגערע סיטואציע ווי ווען דער בילד איז פארקערט. צום ערשט ווייל דער ווייב האט אינעם חרדישע געזעלשאפט פיל א קלענער כח און מיינוג אזוי אויך איז דער פראבלעם פילפאכיג ערגער למשל ווען זי וויל זיך נישט גיין רייניגן און דער פסק פון יעדער "קאנווענציאנאלע" פוסק וועט זיין, אן קיין פשרות - צוועלעוו שורות. אנדערש איז אבער ווען עס איז דער מאן, טאמער שפילט ער גוט דעם שפיל, וועט זיך עס נישט אויסקלאפן צו פיל.

מען קען אויך ארויפברענגען א פארקערטע פראבלעם, וואס טוה איך ווען מיין פּאהר "פארט אפ" און איך וויל בלייבן "סיסטעם געטריי", דארט איז דער פראבלעם נישט קלענער און די דילעמעס נישט שוואכער. דער איינציגסטע מעלה דארט איז אז הילף איז דארט צוטריטליך אסאך גרינגער. פשוט ווייל דער סיסטעם איז אויסגעשטעלט צו האלטן דעם סיסטעם אין פלאץ.

אלנפאלס, דער שאלה צו אידישקייט איז יא אמת, נישט אמת, אויף ווי ווייט אמת וכו', מיין איך, איז נישט נוגע דא און עס איז איבערהויפט נישט דער דריי-אקעסן פון דער פראבלעם.
באניצער אוואטאר
קוקי מאנסטער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 16, 2022 12:59 pm
האט שוין געלייקט: 19 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

שליחה דורך קוקי מאנסטער »

שמן למאור האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 6:23 pm
קוקי מאנסטער האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 3:02 pm

מען זעהט עס אויף געוויסע ניקס דא אויך וויאזוי מיט די יארן זענען זיי געקומען פול צירקול. איך וויל נישט ציטאטן קיינעם פערזענליך, אבער איר קענט אנפרעגן ביי אייער לאקאלע ידען ואפיקורת פון וועלכע ס'האנדלט זיך.
בכלל נישט ריכטיג. איך קען פערזענליך אסאך פון די אלטע ניקים, בדרך כלל די וואס האבן דאן געשריבן אלס מאמינים זענען נאכאלץ מאמינים, און די וואס האבן געשריבן אלס אפיקורסים זענען נאכאלץ אפיקורסים.
מה נאמר, איך אבזערוויר דאס שוין יארן לאנג. און איך האלט א געניטע אויג אויף גאר אסאך, דאס איז א סייקל, און עווענטועל קומט עס 'פול צירקול' ביי כמעט יעדן.

עס זענען דא צוויי מיני חוקרים, ס'דא אזעלכע וואס פארשטייען לכתחילה אז נישט קיין חילוק וואס זי אמת צייגט (אויב ס'איז בכלל דא אזא מציאות) מאכט עס נישט קיין גרויס נ''מ אינעם פראקטישע מציאות. אבער דאך האבן זיי א אונטערעסע אין חקירה, און זיי לייגן זיך אריין אן קיין בייעס און צומאל ווערן געוויסע עטוואס קעלטער אין איין וועג אדער א אנדער אבער אלעס אין לעבן בלייבט פראקטיש די זעלבע. די אנדערע סארט, זענען די וואס נעמען עס פיל מער ערנסט, און זוכן די פינטעלע אמת און זיי טוישן יא זייער לעבן לויט וואספארא פארשריט זיי מאכן אין זייערע חקירות. איבעריג צו זאגן אז די סארט מענטשן זענען (נעבעך) פיל מער צופראסקעט.

איך גיי מיך נישט שלאגן אויף דיינע 'פאקטן' וואס דו ווייסט (לכאורה פון א פערזענלעכע אישי מיט אזעלכע ווי רביה''ק, שפינאזא ודומיהן). להוי ידיעה אז איך האלט א אויג אויף דיר אויך און דו ביסט נאך מיד סייקל, ממילא מאכט מיר נישט קיין גרויסע נ''מ וואס דו האלטסט 'דערווייל'.

נ.בּ. אויב וועסטו איבערליינען מיין פריעריגע תגובה בכובד ראש און מדקדק זיין אין די לשון האב איך דארט נישט געשריבן אז מענטשן וואס גלייבן נישט הייבן שפעטער צוריק אן גלויבן. נאר אז ביי רוב מענטשן וואס האבן גרויסע קשיות און פארלירן די אמונה, אבער מאכן נישט קיין ריזיגע שנוים אינעם פערזענלעכע לעבן. עווענטועל ווערט די רעליגיע ביי זיי שטארק אקצעפטירנד מחמת סיבות שונות ושונות. און זיי זענען proudly רעליגיעז במלא מובן המילה. וועסט עס נאר פארשטיין ווען דו וועסט האלטן פול סייקל. סאַרי.

הצלחה. ואתכם הסליחה אויב איך האב צוגערירט צו די איגאו. איך האב פרובירט אויף די איידלסטע אופן שייך ווי ס'פאסט פאר א בלויע ניק.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קוקי מאנסטער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

שליחה דורך שמן למאור »

צומישט און צוחישט האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 6:44 pm
שמן למאור האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 6:23 pm
צומישט און צוחישט האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 3:14 pm
בנוגע ניק'ס, אויף אייועלט האט איינער א שטיק צייט צוריק אנגעוויזן אז מ'זעהט אז רוב געוועזענע ק"ש ניקס זענען פארשווינדן, יענער האט געוואלט טענה'ן אז פשט איז אז די עולם ווערט צוריק פרום און מ'קערט זיך צוריק צום באקס, כ'בין נייגעריג צו ס'טאקע אזוי, אדער אפשר גאר איז די אלטע עולם שוין געגאנגען נאך ווייטער אין לעבן.)
די מאמינים מיט די אפיקורסים זענען אלע פארשווינדן צוגלייך. דאס איז א נארמאלע ערשיינונג אויף יעדע בלאג, רוב עולם ריקט זיך ווייטער און מען בלייבט נישט דארטן אויף אייביג. אפילו די מאמינים האבן על פי רוב נישט אויפגעהערט צו שרייבן בלויז וועגן זיי זענען פרומער געווארן און האלטן אז מען טאר מער נישט שרייבן אויף קאווע שטיבל, ס'כמעט נישטא אזא ערשיינונג. די אפיקורסים איז אפגערעדט אז רוב זענען נישט פרומער געווארן.

דאס שרייב איך מתוך ידיעה.
אז דו זאגסט אז דו שרייבסט עס מתוך ידיעה קען איך דאך נישט אפפרעגן דיינע ידיעות.
ס'נאר אינטערעסאנט פון ווי דו ווייסט עס, כ'גלייב נישט אז דו קענסט די אלע ניקים מאמינים און אפיקורסים צוגלייך, און דו ווייסט זייערע סיבות פאר'ן אויפהערן שרייבן, אין די צייט וואס ס'לייגט זיך פשוט אויפ'ן שכל אז פון צווישן אזא גרויסע ציבור זאל זיין אזעלכע- בפרט פון די מאמינים- וואס זאלן צוקומען צו א מסקנה אז מ'טאר נישט ליינען ק"ש אדער עכ"פ ס'נישט גוט פאר זיי, און אויך ביי אפיקורסים איז דען נישט אמת וואס @קוקי שרייבט אז ס'דא מענטשן וואס זענען געווען אפיקוסים 10 יאר צוריק און זענען היינט צוטאגס פולקאמע מאמינים?!, עכ"פ די שכל זאגט זיכער אז ס'דא אזא מציאות, איז פ"וו קען נישט זיין אז א גרויס טייל געוועזענע ק"ש שרייבער-ליינער איז דאס געווען זייער גורל.
לאמיר זיין קלאר. איך קען נישט "אלע" אמאליגע ניקים, אבער כ'קען אסאך, און פון אלע וואס איך קען, האט אפילו נישט איינער אויפגעהערט שרייבן צילוב די סיבות.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

שליחה דורך שמן למאור »

קוקי מאנסטער האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 8:56 pm
שמן למאור האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 6:23 pm
קוקי מאנסטער האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 3:02 pm

מען זעהט עס אויף געוויסע ניקס דא אויך וויאזוי מיט די יארן זענען זיי געקומען פול צירקול. איך וויל נישט ציטאטן קיינעם פערזענליך, אבער איר קענט אנפרעגן ביי אייער לאקאלע ידען ואפיקורת פון וועלכע ס'האנדלט זיך.
בכלל נישט ריכטיג. איך קען פערזענליך אסאך פון די אלטע ניקים, בדרך כלל די וואס האבן דאן געשריבן אלס מאמינים זענען נאכאלץ מאמינים, און די וואס האבן געשריבן אלס אפיקורסים זענען נאכאלץ אפיקורסים.
מה נאמר, איך אבזערוויר דאס שוין יארן לאנג. און איך האלט א געניטע אויג אויף גאר אסאך, דאס איז א סייקל, און עווענטועל קומט עס 'פול צירקול' ביי כמעט יעדן.

עס זענען דא צוויי מיני חוקרים, ס'דא אזעלכע וואס פארשטייען לכתחילה אז נישט קיין חילוק וואס זי אמת צייגט (אויב ס'איז בכלל דא אזא מציאות) מאכט עס נישט קיין גרויס נ''מ אינעם פראקטישע מציאות. אבער דאך האבן זיי א אונטערעסע אין חקירה, און זיי לייגן זיך אריין אן קיין בייעס און צומאל ווערן געוויסע עטוואס קעלטער אין איין וועג אדער א אנדער אבער אלעס אין לעבן בלייבט פראקטיש די זעלבע. די אנדערע סארט, זענען די וואס נעמען עס פיל מער ערנסט, און זוכן די פינטעלע אמת און זיי טוישן יא זייער לעבן לויט וואספארא פארשריט זיי מאכן אין זייערע חקירות. איבעריג צו זאגן אז די סארט מענטשן זענען (נעבעך) פיל מער צופראסקעט.

איך גיי מיך נישט שלאגן אויף דיינע 'פאקטן' וואס דו ווייסט (לכאורה פון א פערזענלעכע אישי מיט אזעלכע ווי רביה''ק, שפינאזא ודומיהן). להוי ידיעה אז איך האלט א אויג אויף דיר אויך און דו ביסט נאך מיד סייקל, ממילא מאכט מיר נישט קיין גרויסע נ''מ וואס דו האלטסט 'דערווייל'.

נ.בּ. אויב וועסטו איבערליינען מיין פריעריגע תגובה בכובד ראש און מדקדק זיין אין די לשון האב איך דארט נישט געשריבן אז מענטשן וואס גלייבן נישט הייבן שפיר אן גלויבן. נאר אז ביי רוב מענטשן וואס האבן גרויסע קשיות און פארלירן די אמונה, און מאכן נישט קיין ריזיגע שנוים אינעם פערזענלעכע לעבן. עווענטועל ווערט די רעליגיע ביי זיי שטארק אקצעפטירנד מחמת סיבות שונות ושונות. און זיי זענען proudly רעליגיעז במלא מובן המילה. וועסט עס נאר פארשטיין ווען דו וועסט האלטן פול סייקל. סאַרי.

הצלחה. ואתכם הסליחה אויב איך האב צוגערירט צו די איגאו. איך האב פרובירט אויף די איידלסטע אופן שייך ווי ס'פאסט פאר א בלויע ניק.
איך אבזערוויר אויך די זאך, און לויט ווי ס'זעט אויס האב איך מער אויף מיין ליסטע ווי דיינס.

לויט ווי איך זע איז עס בכלל נישט אמת צו זאגן אז רוב קומען פול סורקל, ס'איז יש ויש.

די וואס פארן אפ (כ'רעד אינגאנצן, אויך פינדרויסן) אן קיין שכל'דיגע חקירה'דיגע סיבות, די זענען געווענליך מער עלול צום סוף צוריקצוקומען. די וואס פארן אפ מחמת חקירה זיי קומען געווענליך נישט צוריק. (ס'ליגט מיר יעצט אויפן שפיץ צינג פיר אמאליכע ניקים, צוויי זענען געווען אפענע אפיקורסים אין זייער שרייבן, און צוויי מער איינגעהאלטן, אלע האלטן די זעלבע פלאץ ווי אמאל. און דאס איז נאר פון שטיבל, כ'קען נאך אסאך נישט פון שטיבל. זיי לעבן זיך זייער לעבן אינדרויסן פונעם סיסטעם און פארטיג.

בנוגע אנוסים איז אויך בערך די זעלבע, כ'קען טאקע נישט אזוי סאך, די חברה שטעלן זיך נישט ממש ארויס און ס'איז שווערע זיי צו טרעפן, אבער פון וואס איך האב געזען איז עס אויך יש ויש. כ'קען אפאר חברה וואס לעבן שוין יארן אזוי, א טייל מיט די ווייב אויך.

פארשפארט