צניעות ביי אינגלעך
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 108
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 5:10 pm
- האט שוין געלייקט: 209 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 226 מאל
צניעות ביי אינגלעך
די פארגאנגענע מאנטאג נאכט איז געווען א טעלע קאנפערענץ פאר אלע פרויען אין וויליאמסבורג, פאררופן דורך אלע תלמוד תורה'ס אין וויליאמסבורג.
מען האט אויפגעפאדערט די פרויען צו אריינרופן א נומער צען אזייגער און וואס מיינט איר האט מען דארט גערעדט? איבער די פרישע פירצה פון מלבישים ביי אינגלעך...
עטליכע (מענער) רעדנער האבן אויפגעקעלערט די פרויען אז די מצב ביי די קינדער איז ממש געפערליך, מען האט געמאכט אן "אויפוואכונג" און געמאלדן די גראנדיעזע פלענער פון א נייע מהלך ווי יעדע בגד וואס מען קויפט אין געשעפט וועט דארפן האבן א הכשר!
איך קען דא אריינשטעלן אן עמאודשי וואס ברויזט פאר צארן, אדער איינס וואס רייסט זיך פאר געלעכטער, אדער די בארימטע עמאודשי פון א בערגל אפפאל. אבער נישט דאס ליבע ברודער איז וואס איך וויל. זיך רעגן און לצנות מאכן פון עטליכע ראסטיגע בהמות מיט שמאלע מוחות איז עפעס פון וואס אונז אלע זענען שוין מיד. ס'איז עפעס גאר טיפערס וואס צושטורעמט דאס הארץ און רויבט צו מיין מנוחה.
מען האט דארט צוזאמגערעדט כל מיני הוילקייטן צו מעורר זיין די חשוב'ע פרויען אויף דעם 'קריטישן' נושא. פיין און וואויל, אבער ס'איז געווען איין שורה פון די גאנצע נאכט וואס האט מיר דערשראקן ביזן גרונד און מיר צושאקלט ביז העפטיגע הארץ קלאפעניש.
ארויסצוברענגען די פראבלעם פון די 'היינטיגע' קליידער ביי אינגלעך האט איינער פון די בעלי דרשנים געזאגט אזוי: "ס'איז ליידער דא מענטשן וואס לאקערען אויף קינדער. זיי זאגן קלאר, אז די קינדער וואס גייען אנגעטון 'אזוי' ציט זיי זייער שטארק און ס'רייצט זיי אן! פארוואס האבן מאמעס נישט קיין שכל, און שטעלן ארויס די קינדער צו א געפאר מיט די אייגענע הענט?!"
אזוי שאקירט ווי איר זיצט יעצט, אזוי בין איך געבליבן זיצן ווען מיין ווייב האט מיר דעם דבר טיפשות נאכגעזאגט. א טרער האט זיך מיר געשטעלט אין אויג און דאס ווייב מיינער האט שוין געקלערט אז איך הייב אן ווערן עמאושענעל פון דעם בהמה'ס דרשה...
פארשטייט זיך אז יענער האט צוגעלייגט אז ער טוט ח"ו נישט בארעכטיגן די דאזיגע מענטשן, אבער פארט דארפן מיר טן אלעס אז ס'זאל נישט קומען דערצו... בלא בלא בלא
איך וועל זיך נישט באציען יעצט צו דעם זינלאזן טענה, נאר ליבערשט זיך פארטיפן אין די חורבן וואס איך זע ווי עס שפילט זיך אפ פארנט פון מיינע אויגן, און דאס איז וואס רירט מיר דאס הארץ. איך וויין פאר די קומענדיגע דורות וואס גייען ליידן פון דעם שוטה'ס ווערטער. דאס האט מיר טאקע באוואויגן צו שרייבן צו אייך און ארויסגעבן מיין שרעק.
וואלט איך שוין געווען גענוג גרויס, וואלט איך געעפענט אן אשכול מיט'ן נאמען: איך גלייב אין עוועלושען (בלויז פאר קליקבעיט...)
דא שפילט זיך אפ אן עוועלאושן פון "צניעות פאר אינגלעך". אז מען טוט אביסל דורך די עוועלושן פון "הלכות צניעות", קען מען טאקע זען אז לויט ווי אזוי זאכן גייען, גייט מען איין טאג האלטן מיט די אינגלעך גענוי ווי מען האלט היינט מיט פרויען.
אט איז וואס איך זע:
מודעות און אלע גאסן אז אינגלעך זאל נישט גיין מיט קיין שרייעדיגע קאלירן און שמאלע געפאסטע וכו' ווייל מען קען מכשיל זיין אנדערע...
אינגלעך טארן זיך נישט דרייען אין גאס און זיכער נישט שמיסן און ארומלאכן הויך ווייל ס'איז אומאיידל און קען ציען אן אויג...
אוי, ס'איז ביטער.

- הודעות: 104
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 05, 2023 10:23 am
- האט שוין געלייקט: 8 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 197 מאל
Re: צניעות ביי אינגלעך!!!
האניג האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 10, 2024 3:56 pm די פארגאנגענע מאנטאג נאכט איז געווען א טעלע קאנפערענץ פאר אלע פרויען אין וויליאמסבורג, פאררופן דורך אלע תלמוד תורה'ס אין וויליאמסבורג.
מען האט אויפגעפאדערט די פרויען צו אריינרופן א נומער צען אזייגער און וואס מיינט איר האט מען דארט גערעדט? איבער די פרישע פירצה פון מלבישים ביי אינגלעך...
אין מאנסי האט מען אויך פרובירט…
http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=526965#p526965
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום תשפג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 45
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 17, 2023 5:13 pm
- האט שוין געלייקט: 120 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל
Re: צניעות ביי אינגלעך!!!
yea that what i wanted to say they tried in monsey also, and it didnt work
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 28
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 12:19 pm
- האט שוין געלייקט: 80 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל
Re: צניעות ביי אינגלעך!!!
האניג האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 10, 2024 3:56 pm
ארויסצוברענגען די פראבלעם פון די 'היינטיגע' קליידער ביי אינגלעך האט איינער פון די בעלי דרשנים געזאגט אזוי: "ס'איז ליידער דא מענטשן וואס לאקערען אויף קינדער. זיי זאגן קלאר, אז די קינדער וואס גייען אנגעטון 'אזוי' ציט זיי זייער שטארק און ס'רייצט זיי אן! פארוואס האבן מאמעס נישט קיין שכל, און שטעלן ארויס די קינדער צו א געפאר מיט די אייגענע הענט?!"
הרב בערל טויבער האט שוין גענוצט אמאל די נקודה באמרו צו האניג קומען בינען..
עס איז לכאורה א גוטע אפשרעק מיטל, און אויב ס'אמת פארוואס זאלן זיי עס נישט נוצן?
נאך 'וואס' קומט עפּעס תכלית'דיג, למעשה'דיג. פארוואס טראגט נאר צום נעקסטן פארוואס. און צום נעקסטן. און צום נעקסטן.
ביז יציאת נשמה. (פינחס גלויבער)
ביז יציאת נשמה. (פינחס גלויבער)
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 307
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 10:18 pm
- האט שוין געלייקט: 507 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 776
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
- האט שוין געלייקט: 1399 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
Re: צניעות ביי אינגלעך
בעסער וואלט געווען אז מען זאגט אהן די פרויען אז זיי זאלן זיך בעסער צושטעלן צו זייערע מענער וועט מען נישט אזויפיל גלוסטען צו שיינע באפוצטע אינגלעך...
[שטייצעך דאס איז רק לשיטתם ולשיטת אל"ד וויליאמסבורג אז דער נפגע איז אייביג דער שולדיגער און מען דארף מחפה זיין אויפ’ן פוגע]

- הודעות: 622
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
- געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
- האט שוין געלייקט: 4274 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל
Re: צניעות ביי אינגלעך!!!
וואס ס'באדערט מיר איז די היפיקראטיע, מ'טאר קיינמאל נישט דערמאנען מעלעסטאציע אלס א פראבלעם ביינונז, אבער ווען ס'קומט צו מאכן א 'פאוינט' וואס דינט זייערע אינטערעסן, איז א מצווה צו רעדן פון דעם, ווייל אונז זארגן זיך גאר שטארק פאר מעלעסטעישן.טיפער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 11:16 amהרב בערל טויבער האט שוין גענוצט אמאל די נקודה באמרו צו האניג קומען בינען..האניג האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 10, 2024 3:56 pm
אט איז וואס איך זע:
מודעות און אלע גאסן אז אינגלעך זאל נישט גיין מיט קיין שרייעדיגע קאלירן און שמאלע געפאסטע וכו' ווייל מען קען מכשיל זיין אנדערע...
אינגלעך טארן זיך נישט דרייען אין גאס און זיכער נישט שמיסן און ארומלאכן הויך ווייל ס'איז אומאיידל און קען ציען אן אויג...
אוי, ס'איז ביטער.
עס איז לכאורה א גוטע אפשרעק מיטל, און אויב ס'אמת פארוואס זאלן זיי עס נישט נוצן?
דערמאנט מיר פון די פראבלעם פון די אינטערנעט, אז 'מ'קען נישט פארברענגען צייט מיט די משפחה'...
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 307
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 10:18 pm
- האט שוין געלייקט: 507 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל
Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!
די פראבלעם איז אז די זעלבע שלעכטע און נער'ישע מענטשען פון דער מערכה, זענען די וואס פארשטאפן די פרויען'ס קעפ, און מאכן חרוב זייערע מוחות, און זייערע מענער'ס לעבן (און זייער אייגענע אויך) און ווען מ'וויל אפי' זיי אביסל עפענען מיט א שיעור וכדו' אסר'ט מען עס ווידער
אוי טאטע! פלעינע שלעכטע מענטשען באיצטולותא דרבנן איינמאל און נאכאמאל און ווערן נישט פערטיג
אבער דזשוקס עסייד, דו ביסט מילליאן פערצענט גערעכט

- פונדאַמענטאַל
- ידיד השטיבל
- הודעות: 320
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
- האט שוין געלייקט: 677 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל
Re: צניעות ביי אינגלעך
האניג האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 10, 2024 3:56 pm
ארויסצוברענגען די פראבלעם פון די 'היינטיגע' קליידער ביי אינגלעך האט איינער פון די בעלי דרשנים געזאגט אזוי: "ס'איז ליידער דא מענטשן וואס לאקערען אויף קינדער. זיי זאגן קלאר, אז די קינדער וואס גייען אנגעטון 'אזוי' ציט זיי זייער שטארק און ס'רייצט זיי אן! פארוואס האבן מאמעס נישט קיין שכל, און שטעלן ארויס די קינדער צו א געפאר מיט די אייגענע הענט?!"
פארשטייט זיך אז יענער האט צוגעלייגט אז ער טוט ח"ו נישט בארעכטיגן די דאזיגע מענטשן, אבער פארט דארפן מיר טן אלעס אז ס'זאל נישט קומען דערצו... בלא בלא בלא
איך וועל זיך נישט באציען יעצט צו דעם זינלאזן טענה, נאר ליבערשט זיך פארטיפן אין די חורבן וואס איך זע ווי עס שפילט זיך אפ פארנט פון מיינע אויגן, און דאס איז וואס רירט מיר דאס הארץ. איך וויין פאר די קומענדיגע דורות וואס גייען ליידן פון דעם שוטה'ס ווערטער. דאס האט מיר טאקע באוואויגן צו שרייבן צו אייך און ארויסגעבן מיין שרעק.
וואלט איך שוין געווען גענוג גרויס, וואלט איך געעפענט אן אשכול מיט'ן נאמען: איך גלייב אין עוועלושען (בלויז פאר קליקבעיט...)
דא שפילט זיך אפ אן עוועלאושן פון "צניעות פאר אינגלעך". אז מען טוט אביסל דורך די עוועלושן פון "הלכות צניעות", קען מען טאקע זען אז לויט ווי אזוי זאכן גייען, גייט מען איין טאג האלטן מיט די אינגלעך גענוי ווי מען האלט היינט מיט פרויען.
אט איז וואס איך זע:
מודעות און אלע גאסן אז אינגלעך זאל נישט גיין מיט קיין שרייעדיגע קאלירן און שמאלע געפאסטע וכו' ווייל מען קען מכשיל זיין אנדערע...
אינגלעך טארן זיך נישט דרייען אין גאס און זיכער נישט שמיסן און ארומלאכן הויך ווייל ס'איז אומאיידל און קען ציען אן אויג...
אוי, ס'איז ביטער.
גאר שטארק ארויסגעברענגט, עס איז באמת נישט דא וואס צו צולייגן. איך וויל בלויז אויסדריקן מיינע געדאנקען און געפילן.
די דאזיגע איינפלוסירער גייען ארום פון איין אסיפה צום צווייטן און באנוצן זיך מיט די טאלקינג פאוינט פון 'באשיצן די קינדער' אויף צו שטופן די אג'ענדע פון די נייע אינגלעך צניעות באוועגונג, איך וועל ארויסברענגען די פראבלעם אין אפאר קורצע ווערטער: זאל אונז גאט אפהיטן פון וויפיל אזעלכע לאקערערס די דאזיגע ווערטער אליינס האט און וועט באשאפן.
און איך וויין אויך אויף די קומענדיגע דורות וועלכע וועלן ליידן פון די נאכפאלגן פון די חינוך וועלכע ווערט יעצט אריינגעבאקן אין אונזער סאסייעטי, אנגעהויבן מיט אסיפות פאר פרויען (די גרינגסטע טארגעט) - און צייכנט מיינע ווערטער אז דאס וועט זיך פארברייטערן פיל ווייטער, ווי @האניג זאגט - עוואלוציע...
עס איז נישט בלויז די אספעקט פון עקסטרעמיזם וועלכע איז דער חורבן וואס גייט ארויסקומען מיט די עוואלוציע פון די תורת הצניעות, עס איז די מציאות אז מען באשאפט דא א קראנקע סאסייעטי ברוחניות ובגשמיות. קראנקע מענטשן וועלכע זעען ס**סואליטי אין יעדע זאך, קראנקע מענטשן וועלכע זענען אבסעסירט מיט עניינים וועלכע אבסעסיע ברענגט איר פראבלעם אין ערשטן פלאץ. קראנקע מענטשן וועלכע זעען א קינד מיט א הויזן פחות מכשיעור ווי א ס**ס אביעקט. און דערנאך וועט די דרשן פון יענע צייטן זיך אויפשטעלן און אינספירירן די מאמעס און זאגן "פארוואס פארשטייען נישט די מאמעס אז קינדער וואס שפילן אויפן גאס שטעלן ארויס די קינדער צו א געפאר מיט די אייגענע הענט?!"
There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 780
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
- האט שוין געלייקט: 328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל
Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!
למעשה האבן זיי פראבירט אין מאנסי און ס'איז נישט געגאנגען,
בעטען מיר די כל יכול אז יעצט זאל עס אויך געלונגען , די שלעכטע זאלן נישט האבן קיין שום השפעה אויף אונזערע קינדער
בעטען מיר די כל יכול אז יעצט זאל עס אויך געלונגען , די שלעכטע זאלן נישט האבן קיין שום השפעה אויף אונזערע קינדער
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 89
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 13, 2023 3:57 pm
- האט שוין געלייקט: 48 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!
אז (כמעט) קיין איין חדר אינפאסירט עס נישט
איך זאג כמעט כדי זאלסט מיך נישט ברענגען עפעס א פארריקטע האומ-סקול וואס אינפארסירט עס יא.
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 108
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 5:10 pm
- האט שוין געלייקט: 209 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 226 מאל
Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!
ס'איז נישט אזוי ווייט די אינפארסירונג וואס שטערט, ס'איז די שפראך.
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
Re: צניעות ביי אינגלעך!!!
איך פארשטיי נישט וואס דו שרייבסט.פונדאַמענטאַל האט געשריבן: ↑ עס איז די מציאות אז מען באשאפט דא א קראנקע סאסייעטי ברוחניות ובגשמיות. קראנקע מענטשען וועלכע זעען ס**סואליטי אין יעדע זאך, קראנקע מענטשען וועלכע זענען אבסעסירט מיט עניינים וועלכע אבסעסיע ברענגט איר פראבלעם אין ערשטן פלאץ. קראנקע מענטשען וועלכע זעען א קינד מיט א הויזן פחות מכשיעור ווי א ס**ס אביעקט. און דערנאך וועט די דרשן פון יענע צייטן זיך אויפשטעלן און אינספירירן די מאמע'ס און זאגן "פארוואס פארשטיין נישט די מאמע'ס אז קינדער וואס שפילן אויפן גאס שטעלן ארויס די קינדער צו א געפאר מיט די אייגענע הענט?!"
איז דא א מציאות אז קינדער ווערן ליידער אנגעקוקט אלס א אבדזשעקט? איך פארשטיי אז עס איז א קראנקע זאך, אבער איז עס אמת? אויב יא, דאן פארוואס זאלן נישט די מוסדות מינימיזירן דעם פראבלעם?
איך האב געהערט פון א מנהל וואס האט פארציילט אז ליידער ווערן נתרבה די לעצטערע יארן בחורים וואס לאקערן אויף זיסע קינדער, פיל מער ווי אמאל, און שוין עטליכע מאל האבן די בחורים מודה געווען אז די ציענדיגע קליידונג פון די יונגלעך האט זיי אויפגערייצט צו טון מעשים אשר לא יעשו.
נישט אלעמאל זענען די תקנות בלויז רשעות. עס קען אפשר זיין די נישט ריכטיגע מהלך, אבער די מנהלי המוסדות זעהען די פראבלעמען, נישט אונז, און זיי פרובירן דאס בעסטע צו ראטעווען וואס מען קען.
בכלל, פארוואס מוז מען טאקע אנטון די קינדער אזעלכע געפאסטע און שמאלע קליידער? וואס איז שלעכט זיי אנצוטון אזוי ווי ביז לעצטנס?
וירח ה' את ריח הניחוח
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 108
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 5:10 pm
- האט שוין געלייקט: 209 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 226 מאל
Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!
אז א הונגעריגע לייב לויפט ארום אין שטאט, פארשטייט יעדער אז מען דארף איינשפארן די קינדער. די קליגערע וועג איז אבער צו איינצוימען דעם לייב.
לערן אויס די בחורים. הייל די בחורים.
לערן אויס די בחורים. הייל די בחורים.
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
Re: צניעות ביי אינגלעך
נאך איידער איך ענטפער, לאמיר זאגן מען שפארט יא איין די קינדער אנשטאט דעם לייב, וואלסטו געזאגט אז די וואס שפארן איין די קינדער זענען קראנק, טפשים און רשעים?
ווייטער וואס טוט זיך אויב עס איז דא נישט איין לייב, נאר הונדערטער?
לאמיר שוין זאגן אז מען דארף ארבעטן איינצושפארן די לייבן און אנדערע פרעדיטארס; וואס זאל מען טון ווילאנג מען פרובירט זיי אלע איינצושפארן, בשעת זיי לויפן נאך ארום פראנק און פריי איבער די גאסן?
און וואס איז די מעשה אויב אפילו נאכ'ן איינשפארן די לייבן, קומען כסדר אפיר פרישע לייבן וואס לייגט די קינדער אין א סכנה?
און לאמיר זאגן אז די קינדער האבן אויף זיך א געוויסע מאטעריאל (א מין האניג...) וואס רופט ארויס די לייבן פון וואלד, און אן די מאטעריאל איז מען פיל מער באהיטן פון די סכנה, איז נארמאל צו פארלאנגען אז מען זאל מער נישט נוצן די מאטעריאל, בפרט אז עס ברענגט נישט קיין שום נוצן? אדער איז מען א רשע און א טיפש פאר'ן פארלאנגען אזא בקשה?

- היימישער באניצער
- הודעות: 462
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:25 pm
- האט שוין געלייקט: 314 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 279 מאל
Re: צניעות ביי אינגלעך
וואס פונקטליך זאל מען זיי אויסלערנען, @האניג? בינען גייען צו האניג...
בחורים וואס האבן א הויכע טסטרון לעוועל (רוף עס א גרויסע יצר הרע) און זיי האבן א נטייה צו זכרים, איז עס מעורר פונקט ווי א ערוואקסענע מאן וואס דרייט זיך אין א פלאץ פון פריצות.
דער בחור האט 7 יאר צו גיין אהן קיין שום אוטלעט, ווי ערליכער ער וויל זיין וועט איהם נאר זיין שווערער. ווער עס פארשטייט זאל איבערנעמען און מרחיב זיין די נושא.
און אזוי ווי שמעקעדיג זאגט, פארוואס איז דאס בכלל א נושא? דרעס יור קידס לייק יו אלוועיס דיד, וואט העס טשענזשד?

יש ענין שנתהפך הכל לטובה , ריווייער יור ברעין ענד אלל וויל change.
- פונדאַמענטאַל
- ידיד השטיבל
- הודעות: 320
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
- האט שוין געלייקט: 677 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל
Re: צניעות ביי אינגלעך!!!
די הייבסט אן מיט א שאלה: איז דא א מציאות אז קינדער ווערן ליידער אנגעקוקט אלס א אבדזשעקט? איך פארשטיי אז עס איז א קראנקע זאך, אבער איז עס אמת? אויב יא, דאן פארוואס זאלן נישט די מוסדות מינימיזירן דעם פראבלעם?שמעקעדיג האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 15, 2024 8:59 amאיך פארשטיי נישט וואס דו שרייבסט.פונדאַמענטאַל האט געשריבן: ↑ עס איז די מציאות אז מען באשאפט דא א קראנקע סאסייעטי ברוחניות ובגשמיות. קראנקע מענטשען וועלכע זעען ס**סואליטי אין יעדע זאך, קראנקע מענטשען וועלכע זענען אבסעסירט מיט עניינים וועלכע אבסעסיע ברענגט איר פראבלעם אין ערשטן פלאץ. קראנקע מענטשען וועלכע זעען א קינד מיט א הויזן פחות מכשיעור ווי א ס**ס אביעקט. און דערנאך וועט די דרשן פון יענע צייטן זיך אויפשטעלן און אינספירירן די מאמע'ס און זאגן "פארוואס פארשטיין נישט די מאמע'ס אז קינדער וואס שפילן אויפן גאס שטעלן ארויס די קינדער צו א געפאר מיט די אייגענע הענט?!"
איז דא א מציאות אז קינדער ווערן ליידער אנגעקוקט אלס א אבדזשעקט? איך פארשטיי אז עס איז א קראנקע זאך, אבער איז עס אמת? אויב יא, דאן פארוואס זאלן נישט די מוסדות מינימיזירן דעם פראבלעם?
איך האב געהערט פון א מנהל וואס האט פארציילט אז ליידער ווערן נתרבה די לעצטערע יארן בחורים וואס לאקערן אויף זיסע קינדער, פיל מער ווי אמאל, און שוין עטליכע מאל האבן די בחורים מודה געווען אז די ציענדיגע קליידונג פון די יונגלעך האט זיי אויפגערייצט צו טון מעשים אשר לא יעשו.
נישט אלעמאל זענען די תקנות בלויז רשעות. עס קען אפשר זיין די נישט ריכטיגע מהלך, אבער די מנהלי המוסדות זעהען די פראבלעמען, נישט אונז, און זיי פרובירן דאס בעסטע צו ראטעווען וואס מען קען.
בכלל, פארוואס מוז מען טאקע אנטון די קינדער אזעלכע געפאסטע און שמאלע קליידער? וואס איז שלעכט זיי אנצוטון אזוי ווי ביז לעצטנס?
און דערנאך שרייבסטו: איך האב געהערט פון א מנהל וואס האט פארציילט אז ליידער ווערן נתרבה די לעצטערע יארן בחורים וואס לאקערן אויף זיסע קינדער, פיל מער ווי אמאל, און שוין עטליכע מאל האבן די בחורים מודה געווען אז די ציענדיגע קליידונג פון די יונגלעך האט זיי אויפגערייצט צו טון מעשים אשר לא יעשו.
און די זעהסט נישט אז די האסט אליינס פארענטפערט די שאלה?
איך דארף בכלל מסביר זיין מער ווי דעם? די האסט עס נישט געקענט זאגן בעסער פון דעם!
און איך האב טאקע נישט געזאגט אז די תקנות זענען בלויז רשעות, נאר אז עס איז טפשות. אבער טפשות וועלכע ברענגט קאנסעקווענצן וואס קיין שום רשעות וואלט נישט געקענט.
איבער די שאלה פארוואס מען מוז אנטון קינדער אזעלכע קליידער, איז די תשובה אז מען מוז נישט.
There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
Re: צניעות ביי אינגלעך
וואלט מען ווען קעיר גענומען פון די מנובלים און אריינגעשליידערט אין חד גדיא, און די מוסדות קומען ארויס זאגן אז אין הצר שווה בנזק, דהיינו אונז טוען וואס אונז קען מיר, און יעצט דארף מען צוקומען צו ענקער הילף, צו מיט רעכט צי אן רעכט, מען מוז צוימען די אינגלעך קליידונג ווייל לאמיר זיין פראאקטיוו ווי איידער זיין גערעכט און לאמיר נישט אנרייצן די לייב, החרשתי.
אבער וואס מען טוט יעצט איז, אנשטאט איינשפארן די פרעדעטער פראטעקט מען אים פון דזשעיל, אז איינער דערוואגט זיך ארויסצוקומען אקעגן איינעם וועט מען אים דערגיין די יארן, הייסט דער בעל תאווה מעג זיך צעפירן די הענט און מען פראטעקט אים, אבער אונז די קרבנות אונז זעמיר שולדיג, אונז דארף מען בינדן די הענט. אין סדום האט מען אויכעט געמאכט אזעלכע געזעצן, די קרבן איז געווען שולדיג פארן ווערן אנגעגריפן. די קרומקייט איז אין לשער.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קהל'ס נער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
Re: צניעות ביי אינגלעך!!!
סארי, איך פארשטיי נישט וואס דו שרייבסט, ווי אזוי איך פארענטפער די שאלה.פונדאַמענטאַל האט געשריבן: ↑ דו הייבסט אן מיט א שאלה: איז דא א מציאות אז קינדער ווערן ליידער אנגעקוקט אלס א אבדזשעקט? איך פארשטיי אז עס איז א קראנקע זאך, אבער איז עס אמת? אויב יא, דאן פארוואס זאלן נישט די מוסדות מינימיזירן דעם פראבלעם?
און דערנאך שרייבסטו: איך האב געהערט פון א מנהל וואס האט פארציילט אז ליידער ווערן נתרבה די לעצטערע יארן בחורים וואס לאקערן אויף זיסע קינדער, פיל מער ווי אמאל, און שוין עטליכע מאל האבן די בחורים מודה געווען אז די ציענדיגע קליידונג פון די יונגלעך האט זיי אויפגערייצט צו טון מעשים אשר לא יעשו.
און דו זעהסט נישט אז די האסט אליינס פארענטפערט די שאלה?
איך דארף בכלל מסביר זיין מער ווי דעם? די האסט עס נישט געקענט זאגן בעסער פון דעם!
פליז זיי מיר מסביר.
וירח ה' את ריח הניחוח
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: צניעות ביי אינגלעך
איך פארשטיי נישט: ווען מ'קוקט אויף אלטע בילדער. מערסטנס פון צעהלימער און סאטמאר'ע ת"ת זעהט מען אז די מערסטע קינדער זענען געגאנגען מיט קאלירטע, געקעסטלטע העמדער. און ס'איז נישט געווען קיין פראבלעם מיט די העמעדער, הויזן און גלעזער. און שיך.
משא"כ היינט איז אלעס געווארן א פראבלעם און מ'דארף מעורר זיין איבער דעים. און אסר'ן און געבן הכשרים. כאילו ס'איז (ח"ו) דא א נייע תורה.