די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
- פונדאַמענטאַל
- ידיד השטיבל
- הודעות: 320
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
- האט שוין געלייקט: 677 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
איך פארשטיי נישט די גאנצע פרובירן צו "איבערצייגן" די ווייב, סתם פאר דיינע אייגענע אינטערעסן פרובירסטו אוועקצונעמען איר רעליגיע? אפילו אויב ביסטו אנגעקומען צו א מצב אז די ווילסט נישט האלטן אידישקייט און די האלטסט אז עס איז שקר וכו' קענסטו נאכאלץ מכבד זיינע אירע גלויבונגען, freedom of religion אי נאכאלץ עפעס... עס איז נישט דא קיין מער רעליגיעזע פעולה ווי פרובירן צו איבערצייגן יענעם קעגן א אנדערע רעליגיע...
אויב איז די ריכטיגע זאך צו בלייבן צוזאמען קען עס נאר גיין מיט mutual respect, און אויב דער מאן האט דאס נישט דאן וויאזוי ערווארט מען דאס פונעם פרוי?

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פונדאַמענטאַל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 307
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 10:18 pm
- האט שוין געלייקט: 507 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
פונקט אזוי
אסאך מאל ווילן יונגערלייט די ווייב זאל זיי עקסעפטן אפי' ער איז אסאך ווייניגער פרום, און עס באדערט איר שטארק
ער וויל פילן אז זי איז צופרידן און ריספעקט אים און ער וויל נישט פילן אז זי וויל אים טוישן,
מוז דאך זיין פארקערט אויך, אז ער זאל איר ריספעקטן אפי' אירע פרומע זאכן, און איר עקסעפטן וויאזוי זי איז
און אזוי אויך איר נישט מאכן פילן א גאנצע צייט ווי ער וויל איר מער אופענמיינדעד און נישט אזוי פרום
עקסעפטענס און ריספעקט פאר א מענטש'עס ספעיס און החלטות גייט ביידע וועגן

- קוקי מאנסטער
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 21
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 16, 2022 12:59 pm
- האט שוין געלייקט: 19 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
דו 'ווייסט' אז דו קענסט מער ווי מיר. און דו 'ווייסט' אז דו 'ווייסט' אז דו ביסט גערעכט.
Case closed.
Case closed.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 533
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
- האט שוין געלייקט: 946 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
אויב די ווייב איז מסכים, קען עס ארבייטן. עס איז דא וואס ספעציעליזירן זיך אין העלפן די פרוי צו קענען האבן א גוטע שלום בית אפילו די מאן איז נישט גלויביג. איך קען פערזענליך אזעלכע קאפעלס און עס ארבייט זייער פיין.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
קוקי מאנסטער האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 14, 2024 10:04 pm דו 'ווייסט' אז דו קענסט מער ווי מיר. און דו 'ווייסט' אז דו 'ווייסט' אז דו ביסט גערעכט.
האב איך געשריבן אז איך "ווייס" אדער אז עס זעט אויס??
איך האב אויך נישט געשריבן אז "איך ווייס אז איך בין גערעכט" איך האב בלויז איבערגעגעבן מיינע אבזערוואציעס וואס זענען אין קעגנזאץ צו דיינע, "לויט ווי איך זע"...
וואס איך זע קלאר איז אז דו זעסט נישט גוט, ניטאמאל א פאר שורות קענסטו גוט אפליינען, וויאזוי דארף איך יעצט צו גלייבן דיינע "אבזערוואציעס"?
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

- מאנשי שלומינו
- הודעות: 59
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 05, 2023 12:42 am
- האט שוין געלייקט: 323 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
דו פארשטייסט עס נישט, אדער דו האלסט אז ס'נישט ריכטיג אזוי צו טון?פונדאַמענטאַל האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 14, 2024 9:43 pm איך פארשטיי נישט די גאנצע פרובירן צו "איבערצייגן" די ווייב, סתם ווייל פאר דיינע אייגענע אינטערעסן פרובירסטו אוועקצונעמען איר רעליגיע? אפילו אויב ביסטו אנגעקומען צו א מצב אז די ווילסט נישט האלטן אידישקייט און די האלטסט אז עס איז שקר וכו' קענסטו נאכאלץ מכבד זיינע אירע גלויבונגען, freedom of religion אי נאכאלץ עפעס... עס איז נישט דא קיין מער רעליגיעזע פעולה ווי פרובירן צו איבערצייגן יענעם קעגן א אנדערע רעליגיע...
אויב איז די ריכטיגע זאך צו בלייבן צוזאמען קען עס נאר גיין מיט mutual respect, און אויב דער מאן האט דאס נישט דאן וויאזוי ערווארט מען דאס פונעם פרוי?
אז די פרוי האלט נישט דערביי האט עס טאקע נישט קיין זינען, נישט אז מען קען איינעם באצווינגען אנצונעמען אפעס וואס זיי ווילן נישט הערן, און נישט אז עס איז מענטשליך.
אבער פאר מנן הייבט אן צו רעדן, אהערשטעלן קשיות, ראיות ווייסטו דאך נישט אויב זי איז גרייט דאס אנצונעמען אדער נישט. ס'נמשט מער ווי נארמאל אז א מאן זאל זיך אויסשמועסן זיינע אייגענע ספיקות, קשיות אדער גאר מסקנות פאר זיין ווייב. ער זעט עניוועי זייער שנעל וויאזוי דאס פארט. אויב איז זי גרייט אויך צו גיין זיין וועג, דאן וואס איז שלעכט דערמיט פון זיין קוק ווינקל? ער האט עפעס איינגעזען, ער פרעזענטירט זיין ווייב דערמיט, און זי גייט אויך דערפאר, און מען מאכט א שיפט אין לעבן, וואס קען זיין בעסער?
אז ער זעט אז זי האלט נישט דערביי איז א צווייטע מעשה, אוודאי דארף ער רעספעקטירן איר מהלך און ווירדן.
(אגב, איך פארשטיי נישט פארוואס דו שרייבסט אז עס איז א רעליגיעזע זאך צו איבערצייגן איינער קעגן רעליגיע. ס'איז פינקט אזוי רעליגיעז ווי אומרעליגיעז. עס איז א רעליגיעזע זאך פאר א קריסט צו איבערצייגן א מוסלאמענער אז איסלאם איז פאלטש און נאר יאשקע איז די זאך. און עס איז אן אומרעליגיעזע זאך פאר א אטעאיסט צו איבערצייגן סיי א מוסלאם און סיי א קריסט אז ביידע פון די רעליגיעס איז שקר.)
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
- האט שוין געלייקט: 605 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
דער יונגערמאן זוכט ליבשאפט.
די ווייב זאל אים מחשיב זיין און רעספעקטירן מיט אן אמתדיגקייט וועט ער איר ווילן צופרידנשטעלן מיט אלעם.
אבער עס פאדער זיך פון איר זייט אסאך געדולד און איינגעהאלטנקייט.
בדוק ומנוסה. ה' יעזור.
ברכה והצלחה!

- הודעות: 190
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 2:57 am
- האט שוין געלייקט: 381 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 502 מאל
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
זייער אסאך מענער זענען אויף אן אנדערן בלאט ברוחניות פון זייערע ווייבער, איך מיט מיין ווייב זענען גאר ווייט ווען עס קומט צו רוחניות, איך האלט אבער פאר מיר לוינט זיך צו בלייבן אין די סיסטעם פאר אסאך סיבות, מיין ווייב האט א מעלה אז עס גייט איר נישט אן וואס איך טוה ברוחניות, זי האט מיך נאך קיינמאל נישט פארגעהאלטן אויף א זאך וואס האט מיט רוחניות, איך גלייב אויב איך וואלט ח"ו מחלל שבת געווען אין פראנט פון די קינדער וואלט זי מיר געזאגט עס נישט צו טוהן (איך בין ב"ה נישט מחלל שבת) אבער אז איך דאווען נישט אדער סיי וואס איך טוה וואס אפעקט איר נישט, אפילו זי ווייסט אז איך טוה עס נישט, גייט איר נישט אן.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 108
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 5:10 pm
- האט שוין געלייקט: 209 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 226 מאל
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
ס'זאגט זיך גרינג, צו לעבן מיט'ן ווייב און זיך מאכן ווי גארנישט וואלט געווען. הגם איך האלט אויך אז דאס איז די בעסטע אפציע פאר דעם מדובר דא, איז עס אבער ביטער ביטער שווער. כ'האב אריינגעקלערט וויאזוי ס'קוקט אויס ווען מיין ווייב זאגט עפעס וואס איך האלט גאר שטארק פארקערט מיט א פעשען. ס'איז זייער שווער צו בלייבן שטיל מיט א שתיקה כהודאה, און ווער רעדט נאך פון מסכים זיין בפועל אויף עפעס וואס מען איז אויסגעשפראכן דערקעגן.
ס'איז א פראבלעם
ס'איז א פראבלעם
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
טראכט פון עסן המן טאשן אום פורים.האניג האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 15, 2024 9:23 am ס'זאגט זיך גרינג, צו לעבן מיט'ן ווייב און זיך מאכן ווי גארנישט וואלט געווען. הגם איך האלט אויך אז דאס איז די בעסטע אפציע פאר דעם מדובר דא, איז עס אבער ביטער ביטער שווער. כ'האב אריינגעקלערט וויאזוי ס'קוקט אויס ווען מיין ווייב זאגט עפעס וואס איך האלט גאר שטארק פארקערט מיט א פעשען. ס'איז זייער שווער צו בלייבן שטיל מיט א שתיקה כהודאה, און ווער רעדט נאך פון מסכים זיין בפועל אויף עפעס וואס מען איז אויסגעשפראכן דערקעגן.
ס'איז א פראבלעם
וואס איז די מקור? וואס הייסט עפעס א אויפגעמאכטע מנהג פון א באבע וואס איז איינגעפאלן עפעס א משוגעת וכו׳
האלאו בחור קאלם דאון, ס׳פורים טשעק אריין אין די האלידעי ווייב, עס א המן טאש, ענדזשוי עס מאך א לחיים און האק א לעבן.
די נמשל איז די גאנצע תורה, לשיטתו איז די גאנצע תורה פונקט ווי עסן המן טאשן, נו ברידער טשעק אריין ס׳געשמאק פעמילי לייף, א דעי אףף אויף שבת, זיך געבן אזא צופלאקער אינמיטן דאווענען(למבינים בלבד ), רעדן ביים דאווענען ח״ו, וכו
אין הכי נמי די ב״ש חלק דארף מען טאקע דראפן און ס׳נישט אזוי שווער.
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 108
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 5:10 pm
- האט שוין געלייקט: 209 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 226 מאל
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
פיין און וואויל, אבער דאס אינטערשטע שורה דיינע איז די שווערסטע...
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 811
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
- האט שוין געלייקט: 337 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
אויב דער חיבור פון די צוויי איז נאר ווייל עס איז מצוה און איך טוה אזוי ווייל אידישקייט פארלאנגט אזוי, דאן אויב איז דער צווייטער שוין נישט אזוי אידיש דיין איז שוין גארנישט אזוי פשוט אז דער חיבור איז אויסגעהאלטן.
דערפאר, ווען עס איז דא עכטע אהבה צווישן די קאפל, קען עס ארבעטן אפילו איינער איז אויף א צווייטע לעוול אין זיין אדער איר אידישקייט, אויב איז נישט פאראן קיין עכטע אהבה, איז יעצט א "גוטע" געלעגנהייט פאר די מחלוקת אויסצוברעכן.
און דאס פארענטפערט די סתירה וואס חשובע ניקים האבן פריער דא ארויסגעברענגט
דערפאר, ווען עס איז דא עכטע אהבה צווישן די קאפל, קען עס ארבעטן אפילו איינער איז אויף א צווייטע לעוול אין זיין אדער איר אידישקייט, אויב איז נישט פאראן קיין עכטע אהבה, איז יעצט א "גוטע" געלעגנהייט פאר די מחלוקת אויסצוברעכן.
און דאס פארענטפערט די סתירה וואס חשובע ניקים האבן פריער דא ארויסגעברענגט
- פונדאַמענטאַל
- ידיד השטיבל
- הודעות: 320
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
- האט שוין געלייקט: 677 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
איך פארשטיי נישט פארוואס מען פרובירט דאס צו שטיפען אלס א חלק פון די מעגליכע solution - ווייל איך האלט אז עס איז נישט ריכטיג זיך צו באנוצען מיט די זאך אלס א מיטל.Moshe itche האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 15, 2024 12:58 am דו פארשטייסט עס נישט, אדער דו האלסט אז ס'נישט ריכטיג אזוי צו טון?
.אז די פרוי האלט נישט דערביי האט עס טאקע נישט קיין זינען, נישט אז מען קען איינעם באצווינגען אנצונעמען אפעס וואס זיי ווילן נישט הערן, און נישט אז עס איז מענטשליך.
אבער פאר מנן הייבט אן צו רעדן, אהערשטעלן קשיות, ראיות ווייסטו דאך נישט אויב זי איז גרייט דאס אנצונעמען אדער נישט. ס'נמשט מער ווי נארמאל אז א מאן זאל זיך אויסשמועסן זיינע אייגענע ספיקות, קשיות אדער גאר מסקנות פאר זיין ווייב. ער זעט עניוועי זייער שנעל וויאזוי דאס פארט. אויב איז זי גרייט אויך צו גיין זיין וועג, דאן וואס איז שלעכט דערמיט פון זיין קוק ווינקל? ער האט עפעס איינגעזען, ער פרעזענטירט זיין ווייב דערמיט, און זי גייט אויך דערפאר, און מען מאכט א שיפט אין לעבן, וואס קען זיין בעסער?
אז ער זעט אז זי האלט נישט דערביי איז א צווייטע מעשה, אוודאי דארף ער רעספעקטירן איר מהלך און ווירדן
איך בין נישט קעגן אויסשמועסן מיט זיין ווייב סיי וואס, עס איז א חלק פון בעיסיק רילעישנשיפ. איך בין קעגן דאס טוען פאר אייגענע אינטערעסן. און קעגן עס ברענגען צו א לעוועל מער ווי בלויז אויסשמועסן - צוליב די אינטערעס.
א אטעאיסט וואס ארבעט צו איבערצייגן אנדערע קעגן זייער רעליגיע איז רעליגיעז צו אטעאיזם. הגם די זאך איז א ברייטע דעבאטע אין אלגעמיין, מיין איך אז דא איז אנדערש ווי סתם א אקטיוויסט פאר אטעאיזם, דא וועט זיין אומאקצעפטירונג פון יענעמ'ס רעליגיע יא זיין א רעליגיעזע גלויבונג אין אנטי רעליגיע, וועלכע וועט אים בעצם מאכן פאר א היפאקריט פארן ערווארטן יענעמ'ס אקצעפטירונג. ודוק .(אגב, איך פארשטיי נישט פארוואס דו שרייבסט אז עס איז א רעליגיעזע זאך צו איבערצייגן איינער קעגן רעליגיע. ס'איז פינקט אזוי רעליגיעז ווי אומרעליגיעז. עס איז א רעליגיעזע זאך פאר א קריסט צו איבערצייגן א מוסלאמענער אז איסלאם איז פאלטש און נאר יאשקע איז די זאך. און עס איז אן אומרעליגיעזע זאך פאר א אטעאיסט צו איבערצייגן סיי א מוסלאם און סיי א קריסט אז ביידע פון די רעליגיעס איז שקר.)
There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 190
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 2:57 am
- האט שוין געלייקט: 381 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 502 מאל
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
די ערשטע עצה איז אז ער דארף אויפהערן רעדן צי איר וועגן אידישקייט, זייער אסאך אינגערלייט מאכן די טעות אז גלייך זיי ווערן אויף געקלערט ווילן זיי די ווייב זאל אויך ווערן אויפגעקלערט.
די פראבלעם איז אז עס ארבעט נישט אזוי, זיכער נישט מיט חסידשע פרויען וואס זענען אויפגעצויגן געווארן אין א פרומע שטוב אין זי האט אייביג געהערט אינדערהיים די זעלבע זאך וואס מען לערענט אין סקול אין איר לעבן איז איר באקוועם אין זי טראכט נישט אויף אזאך פארוואס מען טוט עס, זי איז פשוט א ראבאט, און יעצט ווילסטו אז זי זאל אנהייבן טראכטן יעדע זאך פארוואס זי טוט עס און צו עס מאכט סענס? זי טוט שוין טויזענטער זאכן פין אלס קליין קינד ביז די 25 אן איר זאגן פארוואס מען טוט עס אין איר לעבן איז איר גוט געפארן ביז יעצט, זי רעדט זיך איין אז גלייך ווען זי שטארבט גייט שטיין טויזענטע מלכים איינס פארן גייען מיט וויינגער מעקאפ א צווייטע פאר די salmon fish
א דריטע פאר עסן נאר התאחדות סטראבערי׳ס אין נאך צוויי מלאכים איינס פארן זיך שערן אין א עקסטערע מלאך פארן זיך שעהרן אויף א טריפעל זערא אין אזוי ווייטער, אין די ווילסט אלעס אוועק נעמען אין איין טאג? עס ארבעט נישט אזוי.
די צווייטע זאך די דארפסט אראבעטן אויף צו בויען די ליעבשאפט, אויב די ליעבשאפט איז גרויס גייסטו אנקומען אסאך ווייטער אין זי גייט אים נישט אפלאזן אזוי שנעל, אין מיט די צייט גייסטו האבן א השפעה אין אלעס וואס מהאט איר אויסגעלערנט גייט שוין נישט זיין קיין הלכה משה מסיני.
פארשטייצעך דעס איז נאר אויב די ווילסט אמת׳דיג בלייבן מיט איר אין די האסט איר ליעב מיט דיינע קינדער, אויב ער דארף איר נאר כדי נישט צו זיין א גרוש אדער פאר א פארטנער ווייל ער וויל נישט זיין אליינס מיט זיין נייע מהלך החיים אין ער האט שוין אפגעמאכט וואס ער וויל אין האלט זיך נישט ביים בייגן איז אשאד די צייט.

- הודעות: 74
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 64 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
באמת א ווייטאג צו הערן וואס אידן מאכן מיט.
פון די פותח האשכול'ס ווערטער קוקט אויס ווי די מאן און ווייב האבן פארט עפעס א אינערליכע ליבשאפט צווישן זיך, ווייל ווען נישט וואלטן זיי זיך שוין לאנג געלאפן גט'ן.
איז די פרוי בכלל גרייט צו מאכן עפעס דיעלס מיט די מאן? דאס הייסט איז זי גרייט נאכצוגעבן אביסל פון אירע פרומקייטן אין אויסטויש אז די מאן זאל היטן שבת אדער דאווענען יעדען טאג דריי תפילות?
פון די פותח האשכול'ס ווערטער קוקט אויס ווי די מאן און ווייב האבן פארט עפעס א אינערליכע ליבשאפט צווישן זיך, ווייל ווען נישט וואלטן זיי זיך שוין לאנג געלאפן גט'ן.
איז די פרוי בכלל גרייט צו מאכן עפעס דיעלס מיט די מאן? דאס הייסט איז זי גרייט נאכצוגעבן אביסל פון אירע פרומקייטן אין אויסטויש אז די מאן זאל היטן שבת אדער דאווענען יעדען טאג דריי תפילות?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 59
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 05, 2023 12:42 am
- האט שוין געלייקט: 323 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
זי איז גראדע נישט ממש קאפ אין וואנט, זי איז גרייט אז "ער" זאל נאכלאזן חומרות. אבער חלילה נישט קיין עכטע עבירות. די פראבלעם איז אז פרויען ווייסן נישט אלעמאל די חילוק צווישן א דאורייתא מיט א מנהיג, סאו זי מוז זיך אביסל פארלאזן אויף וואס איר מאן זאגט... און זי דארף אים טראסטן.לאנגע הויזן האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 15, 2024 12:17 pm באמת א ווייטאג צו הערן וואס אידן מאכן מיט.
פון די פותח האשכול'ס ווערטער קוקט אויס ווי די מאן און ווייב האבן פארט עפעס א אינערליכע ליבשאפט צווישן זיך, ווייל ווען נישט וואלטן זיי זיך שוין לאנג געלאפן גט'ן.
איז די פרוי בכלל גרייט צו מאכן עפעס דיעלס מיט די מאן? דאס הייסט איז זי גרייט נאכצוגעבן אביסל פון אירע פרומקייטן אין אויסטויש אז די מאן זאל היטן שבת אדער דאווענען יעדען טאג דריי תפילות?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 74
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 64 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
די שאלה איז וואס די פרוי רופט אן חומרות? דאווענען מיט א היט און רעקל? אויפשטיין פארטאגס? האבן בכלל א סמארטפאון מיט א פילטער?
און וואס מיינט עכטע עבירות? מחלל שבת זיין? נישט היטן הלכות טהרה?
אויב איר קענט אפשר געבן משלים וואס הייסט ביי איר חומרות און וואס הייסט ביי איר עבירות.
און וואס מיינט עכטע עבירות? מחלל שבת זיין? נישט היטן הלכות טהרה?
אויב איר קענט אפשר געבן משלים וואס הייסט ביי איר חומרות און וואס הייסט ביי איר עבירות.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 59
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 05, 2023 12:42 am
- האט שוין געלייקט: 323 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
זי ווייסט אויך נישט געהעריג.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 59
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 05, 2023 12:42 am
- האט שוין געלייקט: 323 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
אן אטעאיסט איז טייטש אז ער גלייבט נישט אין גאט. ער האלט אז לויט די עווידענס און ריאות איז נישט שכל'דיג צו גלייבן אין א גאט. אזא איינער קען עס האלטן פאר זיך, אדער קען ער גיין פארשפרייטן זיינע שיטות צו אנדערע און זיי איבעררעדן צו וואס ער האלט. קענסט עס ריפן פעשיניט אדער איבערגעגעבן פאר זיין קאויז, אבער רעליגיעז איז סתם א געבארגטע לשון דא. פארוואס איז עס היפעקריטיקל צו איבערצייגן א צווייטן צו וואס דו האלסט? בפרט אין די פאל דא ווי זיין פארטנערס גלויבונג אפעקטירט אים אין זיין טאג טעגליכע לעבן?פונדאַמענטאַל האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 15, 2024 10:48 am א אטעאיסט וואס ארבעט צו איבערצייגן אנדערע קעגן זייער רעליגיע איז רעליגיעז צו אטעאיזם. הגם די זאך איז א ברייטע דעבאטע אין אלגעמיין, מיין איך אז דא איז אנדערש ווי סתם א אקטיוויסט פאר אטעאיזם, דא וועט זיין אומאקצעפטירונג פון יענעמ'ס רעליגיע יא זיין א רעליגיעזע גלויבונג אין אנטי רעליגיע, וועלכע וועט אים בעצם מאכן פאר א היפאקריט פארן ערווארטן יענעמ'ס אקצעפטירונג. ודוק .
- פונדאַמענטאַל
- ידיד השטיבל
- הודעות: 320
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
- האט שוין געלייקט: 677 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
אוודאי קען מען זיין בלויז passionate צו א געוויסע שיטה. אבער ווען מען הייבט אהן באהאנדלען די שיטה ווי א העכערע cause און מען 'דינט' דאס... דאן קען עס אריינגיין אין די קאטעגאריע פון רעליגיע.
מיין התייחסות צו די זאך ווי א רעליגיעזע פעולה איז געווען מתחילה צוליב די אוממעגליכקייט פונעם מאן צו אקצעפטירן די פאקט פונעם פרוי'ס רעליגיע, ווי עס איז געווארן געשילדערט אינעם ארטיקל (נישט בלויז ווי א תמימות'דיגע רצון צו מיטטיילן מיט א צווייטן), וואס דאס לייגט אריין זיין נישט גלויבן אין גאט אין א גלויבונג אז עס איז נישט דא קיין גאט.
מיין היפאקריטיע באשולדיגונג האט זיך באצויגן צו די מאן וועלכע ערווארט זיין פרוי'ס אקצעפטירונג אויף זיינע בחירות בשעת וואס ער איז נישט גרייט צו אקצעפטירן אירע בחירות. נישט צו די מושג פון איבערצייגן א צווייטן וואס דו האלטסט, אין אלגעמיין (איך אליין טו דאס יעצט...).
מיין התייחסות צו די זאך ווי א רעליגיעזע פעולה איז געווען מתחילה צוליב די אוממעגליכקייט פונעם מאן צו אקצעפטירן די פאקט פונעם פרוי'ס רעליגיע, ווי עס איז געווארן געשילדערט אינעם ארטיקל (נישט בלויז ווי א תמימות'דיגע רצון צו מיטטיילן מיט א צווייטן), וואס דאס לייגט אריין זיין נישט גלויבן אין גאט אין א גלויבונג אז עס איז נישט דא קיין גאט.
מיין היפאקריטיע באשולדיגונג האט זיך באצויגן צו די מאן וועלכע ערווארט זיין פרוי'ס אקצעפטירונג אויף זיינע בחירות בשעת וואס ער איז נישט גרייט צו אקצעפטירן אירע בחירות. נישט צו די מושג פון איבערצייגן א צווייטן וואס דו האלטסט, אין אלגעמיין (איך אליין טו דאס יעצט...).
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פונדאַמענטאַל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 395
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 03, 2015 10:48 am
- האט שוין געלייקט: 795 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
עס איז שווער צו רעדן ווי א חכם לאחר המעשה, ווען עס איז ניכר אז יעצט איז עס שוין אביסל דיטעריארעיטעד - פון ביידע זייטן, און מ'קען זאגן אז קיינער האט נישט געמיינט קיין שלעכטס, נאר מיסטעיקס געשעהן.
וואס איז יא נוגע יעצט, איז צוריקצוברענגען אויף א געוויסע לעוול די טראסט. און דאס איז דורך 1) וויסן וואס באדערט איר עכט, און 2) וויסן וואס אים שטערט עכט, ווייל עס קוקט אויס ווי ביידע ווילן עס מאכן ארבעטן, און עס איז מסתמא דא קאמאן גראונד. סאו, אויב באדערט איר זיין גיהנם, און זי שפירט אז זי טאר נישט וואוינען מיט א שגץ, ברויך ער מחליט זיין אז ער גייט נעמען די זאכן וועלכע דעפיינען שגץ ביי איר, און פראבירן וואס מער צו נאכגעבן. למשל: זאל זיין זי וויל ער זאל דאווענען, זאל ער גיין דאווענען, און אויב עס איז אים ממש אן אפקומעניש צו דאווענען - זאל ער זאגן אז ער גייט דאווענען, און זיכער מאכן צו מענשענען יעדעס מאל וועם ער האט געטראפן אין שול... אויב וויל זי מערערע זאכן זאל ער פראבירן אויפזוכן וואס זי וויל די מערסטע און וואס איז אים די גרינגסטע נאכצוגעבן, און דארט אנהייבן. עס איז דא שטארקע שאנסן אז דאן וועט זי פארלירן די שרעקליכע פחד פון ביז היינט, און עווענטועל וועט זי אים מער טראסטן.
פארשטייט זיך, זינט מען האלט וואו מען האלט, זאל ער קלאר מאכן אז למעשה איז אים שווער צו מאכן א 180 פון איין טאג צום צווייטן, אבער היות ער וויל עס מאכן ארבעטן וועט ער זיך אנשטרענגען (דהיינו אויך מודה זיין אז ער האט געטוהן ראונג, וואס געבט א געוויסע ריאשורענס אז ער דרייט נישט סתם א קאפ).
אויב באדערט איר מה יאמרו און וואס די קינדער וועלן זאגן, זאל ער באמת מחליט זיין אז ער גייט טוהן כנ"ל, טרעפן וואספארא פרט ברענגט איר די מערסטע פחד און אויף דאס אכטונג געבן און עווענטועל בויען א טראסט פון דארט.
איין וויכטיגע פרט, זאכן וואס זענען נוגע צו איר, ווצב"ש שמירת נגיעה, דארף באמת זיין יהרג ואל יעבור איר נישט צו וויי טוהן, ווילאנג דאס איז נוגע איר זעלבסט און דאס איז איר אינטערסע, אפגעזעהן צו ער גלייבט דערין אדער נישט, ברויך ער רעספעקטירן וואס איז נוגע צו איר אליין. זי האט רעכט, ווי יעדער מענטש אויף דער וועלט, צו איר אייגענע גוף און נפש. צו מען קען טוישן איר בעליעף אויף אירע אייגענע זאכן? זיכער יא, מיט אסאך צייט, געדולד, און מחשבה, אבער נישט פון דעם רעדט מען דא סאו איז עס נישט נוגע עכט אהער.

Life’s not about money, it’s about love & ……I love MONEY!
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 395
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 03, 2015 10:48 am
- האט שוין געלייקט: 795 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
הוספה, כעין וואס @פונדאַמענטאַל זאגט, נאר מיט א שטיקל הוספה. אויב זיין מיסיע איז איר צו טוישן און ער איז נישט גרייט צו מוותר זיין, איז עכט נישט דא קיין עצה. עס איז נאר נוגע אויב וויל ער עס מאכן ארבעטן און ער פארשטייט אז ער מוז נאכגעבן עפעס, האט ער א שטיקל מהלך מיט א לאנג טערם וויזיע. אויב איז ער קאפ און וואנט זי זאל אים לאזן טוהן וואס ער וויל אן קיין הקרבה מצדו, איז ער ס"ה זייער לאקי (אדער אפשר נישט?!) אז זי וואוינט נאך מיט אים...
Life’s not about money, it’s about love & ……I love MONEY!
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
Moshe itche האט געשריבן: ↑ ער איז שוין געזעצן ביי קירוב רבנים אבער זיי האבן אים נישט געקענט איבערצייגן.
איך וויל זיך באציען צו דעם שורה.
איך ווייס אז די קשיות זענען גאר שווער, אבער געוויסע רבנים טענה'ן אז זיי קענען "אלעס" פארענטפערן. נעם עס מיט א שיסל זאלץ און רעכן אראפ ארום 40 פראצענט... איז 60 פראצענט גענוג?
א איד למשל ווי ר' אביחי כהן, וואס איז געווען א פרייער אנטי דתי, טענה'ט אז ער איז געווען מורא'דיג אויסגעקאכט אין אנטי אמונה, איז אויך געווארן אויפגעוויזן איבער די אמת'דיגקייט פון אידישקייט וואס האט אים געברענגט צו ווערן א בעל תשובה, און היינט צו טאגס איז ער גרייט זיך מתווכח צו זיין מיט סיי וועמען. אפשר קען מען גיין צו אזא סארט מענטש?
וירח ה' את ריח הניחוח