ספיריטשעליטי אויפוואכונג ביי אונז

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: ספיריטשעליטי אויפוואכונג ביי אונז

שליחה דורך טאמבל סאס »

איך האב אמאל אויך געוואלט אנהויבן נעמען די קרייטעכצער און געווירצן ווייל כ'האב געהערט אז אלע טויערן עפענען זיך נאכדעם. נאר כ'האב מורא פון די דיבוקים און נישט-גוטע וואס וועלן זיך שוין אגב אויך דאן אריינכאפן, פאנג איך דערפאר נישט אהן.

וזה סוד אלדד ומידד כידוע ליודעי ח"ן. מען זאל נאר זיכער מאכן ס'בלייבט ח"ן = חשיש נקיה.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

Re: ספיריטשעליטי אויפוואכונג ביי אונז

שליחה דורך שעפטאל »

אלס איינער וואס האט שוין געטרינקן היבש אפאר מאל און זיך באקענט מיט אסאך געטרינקענע, פיהל איך פאר וויכטיג ארויס צו געבן די אינסייד אינפאו. כפי ראות עיני ושמועת אזני.

מ'רעדט דא פון מענטשן וואס ווערן צושאקלט.
קודם כל וואס מיינט צושאקלט? וויפיהל פראצענט? וואס איז די סיבה?

א חלק פון דאס "משוגע" ווערן מיינט אז ביסט מער נישט אזוי דערשראקן צום טויט פון וואס דיין שכן גייט זאגן, דו טוהסט וואס דו שפירסט איז גוט פאר דיך.

דא ווערט די שאלה ווי איז די באלאנס. האסט געכאפט אז אלעס איז שטותים, יעדער האט סתם מורא פון יעדער. קיינער איז נישט זיך. אבער אין יעדע קאמיאנעטי איז דא דשאדשמענט, הלכות נארמאלקייט און קאמין סענס (פירוש. וואס איז פאר זיי קאמין..)

אויב לעבסטו אין די דשונגל מיט שבטים וואס יעדער גייט אהן א העמעד, ביסטו אנדערש אויב דו גייסט מיט דיין העמעד.. ס'הערשט אויכעט דארטן סדר הלכות געפיהראכט'ץ.

ווי לאנג די וואוינסט אין וויליאמסבורג בארא פארק, אויב דו האסט הארץ און געפיהל, ביסטו מאדנע. זיין געזונט, אפן מיט זיך, איז א ווילדע חידוש. (שטייצעך כ'רעד פון א גרויסע טייל פון זיי, נישט פון יעדעם).

געוויסע היימישע וואס טרינקן, ברענגן אריין דעם לאוו און פּיעס'פול'נעס אין ביהמ"ד. די נישט געטרינקענע ווייסן נישט ווי אזוי מ'עסט דאס. מ'זעהט עפעס וואס מ'האט נישט די כלים צו אויפנעמען. מ'פסק'נט גלייך, ער איז משוגע געווארן.

פון דעי סארט משוגע, רעד איך נישט, ווייל קענסט אלעמאל מחליט זיין וואס צו טוהן ווי. כ'בין אפן מיט געטרינקענע (און מיט געזונטע אפענע נישט געטרינקענע.) אבער נישט מיט די גאנצע וועלט. און זיכער נישט מיט מיינע היימישע פארמאכטע שכנים.

(כ'האב נאכגעלאזט אביסל פון מיינע סיסטעם פרינציפן, אבער נישט אויף אן עקסטרעמען אויפן וואס רופט ארויס בייז ווינדער, ווייל כ'פיהר זיך אזוי ווי מיין שבט, מיין קאמיאנעטי. ווייל אזוי איז בעסער פאר מיך. נאר כ'געב נישט אזא גרויסן דעקל. ווייל כ'האב זיך ליב אפי' אויב כ'וועל באטראכט ווערן ביי זיי אלס מאדנע.)

רוב היימישע געטרינקענע וואס כ'קען האבן א געזונטע באלאנס, זיי קענען לעבן אין צוויי וועלטן, פונקט ווי אין דערהיים איז מען אנדערש ווי אויפן גאס. און טאקע קיינער ווייסט ניטאמאל אז זיי האבן געטרינקן.
---

ס'איז אבער דא א פראצענט מענטשן וואס די טרינקן נעמט זיי אריין אין א פראסעס פון א גוטע פאר חדשים. (זיי טרינקן דאן אפאר מאל ביז זיי ענדיג'ן פטור ווערן פון אלע מסכים און הייבן אהן צו שיינען לייק נעווער ביפאר).

דעי פאר חדשים איז טאקע עפעס וואס מ'דארף זיך וואטשן צו וועם מ'רעדט, וואס מ'זאגט, וואס מ'טוהט. ווייל מ'האלט נאכנישט ביי א געזונטע באלאנס. כ'האב שוין געשריבן ערגעץ, אז ס'איז כדי צו האבן אפאר גאר נאנטע חברים וואס טרינקן נישט יעצט, וואס קענען מיט האלטן דעם דשורני, און עצה'נען זאלסט נישט טוהן קיין שריט וואס קענסט חרטה האבן נאכן לאנדן.

---

ס'איז דא וואס קענען נישט דערהייבן אסאך מעדעצין. זיי האבן קיינמאל נישט געוועהן אפן מיט זיך בכלל, זיי זענען אלעמאל געוועהן געבלאקט. אמאל לאזן זיי זיך נישט פונעם מעדעצין, זיי עקסעפטן נישט וואס זיי אנערקענען. זיי זענען די מענטשן וואס די מעדעצין האט פארהארגעט. אדער זיי פארהארגנען זיך ניצענ'דיג דעם מעדעצין אהן הכנעה.

דאס ברענגט מיך צוריק צו וואס כ'שריי שוין דא אפאר מאל. פארוואס טרינקסטו? וואס איז דיין אמת'ע ציהל? דארטן גייסטו אנקומען!

--
און צום לעצט. מענטשן וואס זענען סייקאטיק (סכיזעפרעניע, וכדו') מעגן נישט טרינקן. (ס'דא וועגן ווי אזוי זיי קענען יא טרינקן. נאכן זיין אראפ פון די פּילן פאר צוויי וואכן. זיי דארפן טרינקן אליין מיטן שאמאן, ער זאל קענען האלטן אן אויג א גאנצע צייט.)
--

כמעט אלע געטרינקענע וואס איך קען, זענען פשוט אמת'דיג זיך, ישרות'דיג, פרייליכע צופרידענע געזונטע מענטשן.

דאס מיינט אז דו זאלסט טרינקן? בכלל נישט! ס'ווענד זיך וואס דו ווילסט עררייכן פונעם מעדעצין!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שעפטאל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: ספיריטשעליטי אויפוואכונג ביי אונז

שליחה דורך טאמבל סאס »

איך וויל נישט דזשאדזשן חלילה אבער די געטרוקנטע וואס איך קען ווייסן א פייג, קלעפן ווי טייטלען און רעדן ווי א שלשול נאך געטרוקנטע פלוימען.

סאר'א מין שפראך, 'געטרונקענע' :lol:
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
מן הארץ
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 10
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 9:29 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

Re: ספיריטשעליטי אויפוואכונג ביי אונז

שליחה דורך מן הארץ »

שעפטאל איך בין דיר שטארק דאנקבאר פאר דיין קלארע סך הכל.
עס העלפט מיר אסאך.
איך וואלט דיר געגעבן א קיש יעצט, נעמעס אליין…
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: ספיריטשעליטי אויפוואכונג ביי אונז

שליחה דורך אלפא »



זייער אן אינטרעסאנטע ווידיאו דורך ריטשערד דאוקינס וואו ער רייסט אראפ סופערסטישען און ספיריטואליטי (ספעציפיש, ביי מינוט 38:00). ער טענה'ט אז די פאסט-מאדערן אינדיווידואליסטיק השקפה האט אונטערגעברענגט ריזען און סייענס און פירט צו סופערסטישאן און זעלבסט דעקלערטע דמיונות.

ער אינטערוויו'ט פירערס פון געוויסע סופערסטישעס גרופעס, ווי אסטראלאגן, דאוזינג, און דוברי אל המתים. ער פירט אפי' דורך אפאר דאבל-בליינדעד שטודיעס צו טעסטן די קראנטקייט פון די טעאריעס...

(קען באמת אויך אריינגיין אין אן אשכול איבער אלטערנאטיווע מעדיצין/כישוף והמסתעף. נאר נישט געטראפן איינס.)
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
איינשטיינער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 7:50 am
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

Re: ספיריטשעליטי אויפוואכונג ביי אונז

שליחה דורך איינשטיינער »

וואלף בער האט געמאכט א ווידין ווי ער זאגט אז א אינגערמאן איז נפטר געווארען. איינער קען באשטעטיקן?
איינשטיינער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 7:50 am
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

Re: ספיריטשעליטי אויפוואכונג ביי אונז

שליחה דורך איינשטיינער »

Heimish psychedelics: a quiet revolution
https://www.shtetl.org/article/heimish- ... revolution
[NAMELESS]

Re: ספיריטשעליטי אויפוואכונג ביי אונז

שליחה דורך [NAMELESS] »

איינשטיינער האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 7:13 pm וואלף בער האט געמאכט א ווידין ווי ער זאגט אז א אינגערמאן איז נפטר געווארען. איינער קען באשטעטיקן?
פון וואס איז ער אוועק?
פארשפארט