היינט איז געווען אן עכטע ווינטערדיגע קאלטע טאג. מיט די פארוואלקענטע הימלען, איז די קעלט אריין אין די ביינער.
א שטורם קומט אהן פון די סאוט אין סאוט-איסט סטעיטס. א קאוסטעל שטורעם וועט זיך דעוועלאפן, און אדורכגיין צו אונזער איסט. געווענטליך מיינט עס בלויז שניי פאר אונז מיט אזא טרעק אבער עס איז נישט דא די היי פרעשור צו די נארט פון אונז און מילדערע לופט וועט זיך צעביסלעך עסטעבלישן מארגן צופרי.
עס קען זיך טוישן אויף רעגן. דאס וואלט געווען די בעסטע פאר אונז ווייל אויב די לופט לעבן די ערד בלייבט קאלט און די מילדע לופט לויפט איבער דעם אין די העכערע אטמעספערע איז דא א טשענס פאר אפאר שעה פון האגעל (sleet) אדער פריזינג רעין (freezing rain) וואס איז א גרעסערע מעסס - מער גליטשיג ווי בלויז שניי.
די לעצטערע וועטער מאדעלס באמפען ארויף די אקיומעלעשענס און לויט זיי קען מאנסי און קרית יואל זעהן 4-6 אינטשעס. אין די שטאט זעה איך נישט מער ווי די 1-3 אינטשעס, אויב עס פאלט 4 וועט עס זיין אין די בראנקס וכו'.
ביי דינסטאג נאכמיטאג ענדיגט זיך די שניי (רעגן אין די שטאט און קאוסטעל ערטער) און עס בלייבט פארוואלקענט.
מארגן נאכט ווערט ווינטיג, קלאר און שטארק קאלט, עס פאלט אריין אין די העכערע 10'ערס און אלעס ווערט שטארק פארפרוירן. מיט די ווינט וועט עס זיך עס שפירן נאך קעלטער.
דאנערשטאג ווערט אביסל מילדער אבער נאך אלץ גוט קאלט.
דאנערשטאג נאכט ווערט פארוואלקענט מיט א נייע שטורעם. דערווייל זעהט עס אויס ווי נאך שניי איבעראל, אבער א לייכטע צו מיטלגאטיגע, נישט קיין ערנסטע שטורעם.
פרייטאג און פרייטאג נאכט איז ווען די שניי וועט פאלן.
נאך גאר א קאלטער שבת ווערט מילדער נעקסטע וואך.
נ.ב.
פאר די וואס האבען וואטסאפפ לוינט זיך צו ארויפגיין צו די וועטער באריכט טשענעל https://chat.whatsapp.com/GIhTEXA2BNTLYVyvsKmrrB
פאר שטענדיגע אפדעיטס, קליפס און בילדער ווי עס פעלט אויס אי״ה.
היינט נאכט-
דינסטאג -
נאכט-
מיטוואך
דאנערשטאג-
פרייטאג-
שבת-
זונטאג-
מאנטאג-
________
היינט נאכט-
דינסטאג -
נאכט-
מיטוואך
דאנערשטאג-
פרייטאג-
שבת-
זונטאג-
מאנטאג-
__________________
היינט נאכט-
דינסטאג -
נאכט-
מיטוואך
דאנערשטאג-
פרייטאג-
שבת-
זונטאג-
מאנטאג-
___________________
⛰קעטסקילס
היינט נאכט-
דינסטאג -
נאכט-
מיטוואך
דאנערשטאג-
פרייטאג-
שבת-
זונטאג-
מאנטאג-
——————————-
?=ווייניגער ווי א 50% טשענס פון רעגן/שניי
??=שוואכע טשענסעס פאר רעגן/שניי
א גוטען אווענט.
א יישר כח,
-וועטערבאריכט