אונז האבן אויכט מופתים

באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

אונז האבן אויכט מופתים

שליחה דורך קהל'ס נער »

געליינט ערשט האנטיג אויף טעלעגרעם

ק/פ אן אמת'ע מעשה וואס איהר וועט נישט ליינען אין די השמיני את קולך:

א חבר מיינער איז געווען פון די אקטיווע מיטגלידער אין די 'השומרים' ארגענעזאציע און ער פלעגט נאך ביז נישט צו לאנג צוריק ארימלייגן שומרים קארטלעך אויף די טישן אין בית המדרש, אויפהענגען צעטלעך ביי די עמוד אז 'אויב האט איהר א סמארטפאון זענט איהר נישט מרוצה לקהל', טיילן פסקים פאר מענטשען וואס נעמען ארויס סמארטפאונ'ס אינעם האלוועי פונעם בית מדרש און ווען יענער האט נישט געפאלגט ביים ערשטן מאל הייסן האט געקענט גיין הויכע טענער... וכו' וכו'

אין די לעצטע שטיק צייט האבעך באמערקט אז ער האט אויפגעהערט מיט די אלע שטיקעס, ער האט איינגענומען א שטימעניש וואס האט געדינערט מיט קולי קולות... נישטא מער קיינע צעטלעך, פסקים, פיסקענען... גארנישט, נאדא.

נאך אפאר טעג אזוי בינעך געווארן זייער נייגעריג וואס דא גייט פאר, האבעך איהם אנגעפרעגט דערוועגן און ער ענפערט מיר זייער פשוט: די לעצטע תקופה האט ער אנגעהויבן דורכגיין געוויסע גאר שווערע דורכגענג אין זיין פריוואטע לעבן. איינס נאך די אנדערע האבן זיך שוועריקייטן אויפגעפיילט איינס אויף די אנדערע.
ווי א ערליכע איד האט ער גענומען מאכן א חשבון הנפש וואס ער טוט נישט גוט אז הקב''ה וויל איהם שיקן א רמז, איז ער צוגעקומען צו דעם אז אפשר האט הקב''ה נישט ליב ווען ער פארשפרייט לשון הרע אויף כלל ישראל? אפשר איז אינזער טאטע בכלל נישט העפי דערמיט וואס ער פארשעמט זיינע אידישע קינדער? ווער זאגט אז די ציל הייליגט די מיטלען און מ'מעג אנשרייען איינעם ברבים ווייל ער גייט נישט מיט מיט מיר אין שפאן?

ווען ער איז געקומען צו די הכרה האט ער פארמאכט זיינע אויגן אין געזאגט צום אייבערשטען אז ער איז זיך מקבל מיט זיין גאנצע הארץ אויפצוהערן מיט די אלע זאכן, און פון היינט און ווייטער וועט ער קוקן נאר אויף די גוטע חלקים פון כלל ישראל... און בזכות דעם זאל הקב''ה איהם העלפן וכו'.

דער איד זאגט מיר בזה''ל: זייט יענע קבלה זענען שוין כמעט אלע מיינע פראבלעמען אוועק ב''ה! און איך לייג דאס אהן אינגאנצען אויף די קבלה!
(דער בעל הטעלעגרעם)
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

Re: אונז האבן אויכט מופתים

שליחה דורך אלע צוזאמען »

די מעשה איז לכאורה אזוי אמת ווי זייערע מופתים.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
קליינע צדיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 507 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל

Re: אונז האבן אויכט מופתים

שליחה דורך קליינע צדיק »

אפשר זאל מען מאכן קארטלעך און קארטונס וועגן אזאנע מעשיות און עס אויך טיילן פאר די קינדער.....
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: אונז האבן אויכט מופתים

שליחה דורך עמרם »

ס'איז א גוטע מעשה !!
אבער א שאד אז ס'האט נישט קיין (בעסערע) מקור
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

Re: אונז האבן אויכט מופתים

שליחה דורך וואלווי »

שיינע מעשה.

אז אונז לערנען אפ קבלות ווי מופתים אויף גוט, איז פונקט אזוי ווי די אנטי לערנען אפ קבלות און מופתים אויף פארקערט. מופתים, קבלות, און חשבונות זאל בלייבן פאר'ן אייבערשטען. וואס איז יא אפצולערנען, אז ווען מענטשען פירן זיך אויף געמיין איינעם צום אנדערן שלא בדרכי אנושיים, ווערט מען אליינס סטאָק אין לעבן און מ'דארף צום סוף ווערן א געזונטער מענטש. אדער גאר זיינע פראבלעמען זענען די וואס האבן גורם געווען צו געמיינע אויף פירינג. מענטשן ביזנעס באלאנגט פאר מענטשן, און מופתים ביזנעס פאר מלאכים ושרפים. די גוטע טדעינדזש איז לכאורה ארויס פון זיין גוטע התנהגות בעצם.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: אונז האבן אויכט מופתים

שליחה דורך berlbalaguleh »

אלע צוזאמען האט געשריבן: די מעשה איז לכאורה אזוי אמת ווי זייערע מופתים.

ניקס וואר: (כלשון סאטמאר), ווייל ס'איז דא א באשעפער (או.קעי, אן "ענטיטי" פאר די אויפגעקלערטע און פילאזאפן בתוכינו) וואס האלט חשבון אויף אלע ברואים, נאר ער האט א לאנגן "ליעש" און ער לאזט עס געוויינליך נאך, און א מענטש האט א בחירה. אבער אמאל געט ער עס א שלעפ, דאמאלס שפירט מען אז ס'איז דא איינער וואס קאנטראלירט אלעס אויף די וועלט, יש מנהיג לבירה. און געוויינליך, א גוטער מענטש וואס טוט גוטס און חסד מיט אנדערע מענטשן האט גוטע קינדער, ומכלל הן אתה שומע לאו... נאר פון צייט צו צייט שיקט מען איינעם א דערמאנונג ער זאל זיך אפשטעלן און מאכן א חשבון הנפש, און ווען א מענטש פארבעסערט זיינע מעשים, אפילו ווען ער נעמט זיך נאר פאר א פעסטע קבלה, איז ער שוין א געהאלפענער.

איך וויל פארציילן אן עפיזאד וואס איז געשעהן ביי מיר.

מיט בערך 20 יאר צוריק האט מען גערעדט א שידוך פאר איינעם פון מיינע קינדער. דער שידוך איז שוין געווען 99% גרייט, די לעצטע מינוט האט יענער צד צוריקגעצויגן. פארשטייצעך איך האב געהאט עגמת נפש, נאר איך האב שוין לאנג פארגעסן פון דעם.

בערך א יאר צוריק האט יענע משפחה געשיקט 2 (באזונדערע) שלוחים מיר צו "איבערבעטן" און בעטן מחילה. צוערשט האביך אפילו נישט געוויסט פון וואס זיי רעדן, נאכדעם האביך מיך דערמאנט. איך האב געזאגט פאר די שלוחים אז איך בין קיינמאל נישט ברוגז געווען, און אוודאי נישט יעצט. האבן זיי געזאגט אז איך זאל זאגן בפה מלא אז איך בין זיי מוחל, ווייל, זאגן זיי, יענע משפחה האבן געהאט זייער א סאך אומאנגענעמע געשעהענישן אין זייער לעבן, און זיי זענען עס תולה ווייל זיי האבן אונז פארשעמט. האביך געענטפערט פאר ביידע שלוחים און געזאגט בפה מלא אז איך בין זיי מוחל. נאר צו מיר האביך געטראכט אז ווען זיי וואלטן איינגעזעהן אז זייער עגמת נפש קומט צוליב זייערע נישט איידעלע מידות וואלט א סאך בעסער געווען, און זיי וואלטן זיך פארשפארט א סאך אומאנגענעמליכקייטן..
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: אונז האבן אויכט מופתים

שליחה דורך berlbalaguleh »

ברוך שכיוונתי לדעת הרהגה"צ וואלווי. איך האב נישט באמערקט אז ער זאגט די זעלבע. נאר איך ברענג א מעשה צו באפעסטיגן מיין סברא.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

Re: אונז האבן אויכט מופתים

שליחה דורך קהל'ס נער »

עמרם האט געשריבן: מוצ"ש יאנואר 06, 2024 8:41 pm ס'איז א גוטע מעשה !!
אבער א שאד אז ס'האט נישט קיין (בעסערע) מקור
נישט קיין שוואכערע מקור פון גליון השומרים
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
קליינע צדיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 507 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל

Re: אונז האבן אויכט מופתים

שליחה דורך קליינע צדיק »

איך קען איינער וואס האט אויפגעמאכט א קראנקע מעשה וואס שטימט נישט פון קאפ ביז פיס און אריינגעלאזט א מעסעדזש און עס איז געווען געדריקט די נעקסטע וואך.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

Re: אונז האבן אויכט מופתים

שליחה דורך שמעון וואלף »

די גאנצע מופת איז שוין אפגעפרעגט אין על הגאולה. ערשטענס, זאגן אז דאס איז א מופת איז אפיקורסות. און צווייטענס, אפילו טאמער ס'יא א מופת איז עס פון סטרא אחרא.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: אונז האבן אויכט מופתים

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעון וואלף: איך בין זיכער אז דו ביסט סארקאסטיש, ווייל דו ווייסט גאנץ גוט (דו וואלסט געדארפט צו וויסן) אז דער בעל הגאולה והתמורה האט עס געזאגט אין גאנץ אן אנדערן קאנטעקסט, און ס'איז נישט על הכלל כולו יצא.

ער האט עס געזאגט ספעציפיש איבער דעם שמועס אז די "ציונים" האבן געהאט נסים ביי די זעקס טאג מלחמה, זאגט ער אז דער אייבערשטער טוט נישט קיין ניסים פאר רשעים, און אז די איזראעלי מיליטער האבן געווינען די מלחמה עפ"י דרך הטבע, ווייל זיי זענען שטארק (דאס אליין איז א פלא עצומה). און אויב דו זאגסט אז ס'זענען יא געווען ניסים קומט עס פון די סטרא אחרא.

ומי יעמוד בסוד קדושים, ווייל ס'וואלט דאך געדארפט צו זיין פונקט פארקערט.

עכ"פ ער זאגט נישט אז אלע ניסים און מופתים זענען פון די סיטרא אחרא.

און אויף א פאר פון די "לייקערס" איז מיר א קשיא, זיי זענען דוגל בשיטת רביה"ק, וואלטן זיי דאך געדארםט צו וויסן בעסער. אלא מאי...!
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

Re: אונז האבן אויכט מופתים

שליחה דורך קהל'ס נער »

נו, מיט דעי פשט'ל וואלט מעמד הר סיני אויכעט געקענט האבן געשעהן דורך די סיטרא אחרא…….🤷
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: אונז האבן אויכט מופתים

שליחה דורך berlbalaguleh »

קהל'ס נער: דו האסט מיך געמאכט אויספלאצן אין געלעכטער. איך האב מיך געווארפן אויפ'ן פלאהר. און איבערגעדרייט א דעסק און א אפיס טשעיר. מיין שכן איז געקומען צו לויפן זעהן אויב אלעס איז אין ארדענונג.

דו ווייסט גאנץ גוט אז מיר שטערן די ציונים פונקט אזויפיהל ווי פאר דיר. (איך בין דאך אליין א ציוני...לאל). נאר איך זאג לשיטתו של שיטתו....!.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

Re: אונז האבן אויכט מופתים

שליחה דורך שמעון וואלף »

berlbalaguleh האט געשריבן: שמעון וואלף: איך בין זיכער אז דו ביסט סארקאסטיש, ווייל דו ווייסט גאנץ גוט (דו וואלסט געדארפט צו וויסן) אז דער בעל הגאולה והתמורה האט עס געזאגט אין גאנץ אן אנדערן קאנטעקסט, און ס'איז נישט על הכלל כולו יצא.

סארקאסטיש? מה פתאום?
נאר ארויסגעברענגט אז ווער ס'וויל זיך דינגן און נישט נתפעל ווערן פון @קהל'ס מופת, האט שוין פאריגע תירוצים.
דון מינה ואוקי באתרא.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

Re: אונז האבן אויכט מופתים

שליחה דורך קהל'ס נער »

berlbalaguleh האט געשריבן: זונטאג יאנואר 07, 2024 8:21 pm קהל'ס נער: דו האסט מיך געמאכט אויספלאצן אין געלעכטער. איך האב מיך געווארפן אויפ'ן פלאהר. און איבערגעדרייט א דעסק און א אפיס טשעיר. מיין שכן איז געקומען צו לויפן זעהן אויב אלעס איז אין ארדענונג.

דו ווייסט גאנץ גוט אז מיר שטערן די ציונים פונקט אזויפיהל ווי פאר דיר. (איך בין דאך אליין א ציוני...לאל). נאר איך זאג לשיטתו של שיטתו....!.
אה די ביסט עס געוועהן😂😂😂😂
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

Re: אונז האבן אויכט מופתים

שליחה דורך תרמב »

איך ווייס נישט צו ס'גייט העלפן אבער איך בין אויף א גרופע מיט איינער וואס האט געשריבן די מעסעזש וואס ליגט אין די ערשטע תגובה פון די אשכול, ער האט עס געשריבן אויף די גרופע וואס איך בין, און עטליכע טעג שפעטער האט די מעשה אנגעהויבן ארומצופארן, יענער טענה'ט אז ס'איז א אמתע מעשה.

יענער איז מער פון די פרומע סארט, סאו ער האט נישט געהאט קיין אגענדא מיטן שרייבן די מעשה.

ממוז מיר נישט גלייבן און ממוז נישט יענעם גלייבן אבער איך זאג עס איבער, אז אפשר דאך וועט עס איינער אנעמען...
זאקן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 190
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 2:57 am
האט שוין געלייקט: 381 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 502 מאל

Re: אונז האבן אויכט מופתים

שליחה דורך זאקן »

איך האב א שוואגער וואס איז א עקסטרעמיסט אין ווען ער גייט אדורך א גאר שווערע דורכגאנג אין זיין פריוואטע לעבן מאכט ער אויכעט א חשבון הנפש, אבער קומט צו די החלטה אז די סיבה איז וויבאלט ער שרייט נישט גענוג הויעך אדער ער איז נישט געגאנגען צי גענוג פראטעסטן.

אזויפיל וועל איך יא זאגן אז סאיז א רחמנות אויף זיין ווייב אין קינדער, ס’איז נישטא קיין פרוטה, אלע געלט וואס זי מאכט גייט גלייך פאר נטורא קרתא וכד דלי. אפאר פון זיינע קינדער דארפן העלפ אבער ס׳איז נישט געווען צו וועם צו רעדן ווייל ער האלט נישט פין די אלע זאכן, ביז די מוסד האט געזאגט אז זיי נעמען נישט צוריק זיינע קינדער ביז ער שטעלט צו די העלפ וואס זיי דארפן, ס׳איז א גרויסע רחמנות ווער עס פאלט אריין מיט אזא משיגענער
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: אונז האבן אויכט מופתים

שליחה דורך טמיר »

תרמב האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2024 9:59 pm איך ווייס נישט צו ס'גייט העלפן אבער איך בין אויף א גרופע מיט איינער וואס האט געשריבן די מעסעזש וואס ליגט אין די ערשטע תגובה פון די אשכול, ער האט עס געשריבן אויף די גרופע וואס איך בין, און עטליכע טעג שפעטער האט די מעשה אנגעהויבן ארומצופארן, יענער טענה'ט אז ס'איז א אמתע מעשה.

יענער איז מער פון די פרומע סארט, סאו ער האט נישט געהאט קיין אגענדא מיטן שרייבן די מעשה.

ממוז מיר נישט גלייבן און ממוז נישט יענעם גלייבן אבער איך זאג עס איבער, אז אפשר דאך וועט עס איינער אנעמען...
די דזשוק מיט די סארט מעשיות איז נישט אז ס'איז נישט אמת, נאר אז ס'זאגט נאר ס"ה אז דער בעל המעשה האט אנגעהאנגען א נארמאלע ערשיינונג אין עפעס וואס עם שמעקט. דאס אז מענטשן ווערן געהאלפן פון פראבלעמען איז מעשים בכל יום, דער הענגט עס אהן אין רבי מתיא, דער אין תהלים כולל און דער אנדערער אין סמארטפאון. און דער קריסט זעהט דא קלאר יעזוס קריסט. און דעיס אז מענטשן ווערן "נישט" געהאלפן מיט זייערע פראבלעמען על אף אלע קבלות מיט סגולות איז אויך מעשים בכל יום.

ממילא איז בכלל נישט די נושא צי מ'גלייבט די מעשה אדער יענע מעשה
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: אונז האבן אויכט מופתים

שליחה דורך אלפא »

וכמאמר ניטשה: “There are no facts, only interpretations”
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
[NAMELESS]

Re: אונז האבן אויכט מופתים

שליחה דורך [NAMELESS] »

חכמה בניטשע תאמין
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: אונז האבן אויכט מופתים

שליחה דורך berlbalaguleh »

זאקן האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2024 12:13 am איך האב א שוואגער וואס איז א עקסטרעמיסט אין ווען ער גייט אדורך א גאר שווערע דורכגאנג אין זיין פריוואטע לעבן מאכט ער אויכעט א חשבון הנפש, אבער קומט צו די החלטה אז די סיבה איז וויבאלט ער שרייט נישט גענוג הויעך אדער ער איז נישט געגאנגען צי גענוג פראטעסטן.

אזויפיל וועל איך יא זאגן אז סאיז א רחמנות אויף זיין ווייב אין קינדער, ס’איז נישטא קיין פרוטה, אלע געלט וואס זי מאכט גייט גלייך פאר נטורא קרתא וכד דלי. אפאר פון זיינע קינדער דארפן העלפ אבער ס׳איז נישט געווען צו וועם צו רעדן ווייל ער האלט נישט פין די אלע זאכן, ביז די מוסד האט געזאגט אז זיי נעמען נישט צוריק זיינע קינדער ביז ער שטעלט צו די העלפ וואס זיי דארפן, ס׳איז א גרויסע רחמנות ווער עס פאלט אריין מיט אזא משיגענער
ווער ס'איז אריינגעפאלן (כצ"ל)...!

די גמ' זאגט (מס' קידושין)..."האשה קונה את עצמה בשתי דרכים. בגט. ובמיתת הבעל"... ער האט א ברירה.

כ'פארשטיי נישט. וואו איז די משפחה?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: אונז האבן אויכט מופתים

שליחה דורך berlbalaguleh »

טמיר האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2024 10:28 am
תרמב האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2024 9:59 pm איך ווייס נישט צו ס'גייט העלפן אבער איך בין אויף א גרופע מיט איינער וואס האט געשריבן די מעסעזש וואס ליגט אין די ערשטע תגובה פון די אשכול, ער האט עס געשריבן אויף די גרופע וואס איך בין, און עטליכע טעג שפעטער האט די מעשה אנגעהויבן ארומצופארן, יענער טענה'ט אז ס'איז א אמתע מעשה.

יענער איז מער פון די פרומע סארט, סאו ער האט נישט געהאט קיין אגענדא מיטן שרייבן די מעשה.

ממוז מיר נישט גלייבן און ממוז נישט יענעם גלייבן אבער איך זאג עס איבער, אז אפשר דאך וועט עס איינער אנעמען...
די דזשוק מיט די סארט מעשיות איז נישט אז ס'איז נישט אמת, נאר אז ס'זאגט נאר ס"ה אז דער בעל המעשה האט אנגעהאנגען א נארמאלע ערשיינונג אין עפעס וואס עם שמעקט. דאס אז מענטשן ווערן געהאלפן פון פראבלעמען איז מעשים בכל יום, דער הענגט עס אהן אין רבי מתיא, דער אין תהלים כולל און דער אנדערער אין סמארטפאון. און דער קריסט זעהט דא קלאר יעזוס קריסט. און דעיס אז מענטשן ווערן "נישט" געהאלפן מיט זייערע פראבלעמען על אף אלע קבלות מיט סגולות איז אויך מעשים בכל יום.

ממילא איז בכלל נישט די נושא צי מ'גלייבט די מעשה אדער יענע מעשה
ס'הייסט דו זאגסט אז ס'איז סך הכל סטאטיסטיקס.
זאקן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 190
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 2:57 am
האט שוין געלייקט: 381 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 502 מאל

Re: אונז האבן אויכט מופתים

שליחה דורך זאקן »

.
פארשפארט