דור הפלגה און AI

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 730
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3155 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2250 מאל

דור הפלגה און AI

שליחה דורך אלפא »

דעם דור הפלגה איז מיר אייביג געווען צום הארצן!

א מין גאונות?! מ'גייט ארויפגיין סטרעיט צום הימל באסטראשענען דעם ג-ט וואס מאכט חרוב די וועלט, און אונטערלייגן זוילן אנצוהאלטן די הימל פון איינפאלן... קען נישט זיין בעסער! - ווען די קלימאטן-טויש חברה זאלן נאר וויסן פון אזאנע טאקטיקן...
דאן די געדאנק אז דער באשעפער האט אנגעפאנגען ציטערן אין די הויזן (וויאזוי דען מיינסטו שפאצירט ער זיך ארום אין הימל?) און בלית ברירה פאברענט, צו-ווארפן, און פארדרייט זייער שפראך, נאר כדי זייער בייזוויליגע אקטן זאלן חס ושלום נישט פולקאמירט ווערן...


פשוט קען מען זאגן אז זיי זענען טאקע געווען נישט מער ווי נאאיוו, סיי אויף די קאנצעפט פון ג-ט, שוין אפגעזען איבער די סייענס פון וויאזוי די הימלען ברעכן אויס אין א מבול.. און יא, די באשעפער האט מעגליך געזוכט א געלעגענהייט צו אינטראדוסן נייע שפראכן צום וועלט, האט ער מחליט געווען דאס צו טון פונקט ווען ארפחשד האט געבעטן א נאגל פון תוגרמה און באקומען אן האמער אין קאפ אנשטאט...
איך וויל אבער פארשלאגן א צווייטע פשט, נישט דוקא אלס פשט אין פסוק, אבער יא אלס לינגוויסטיק טעאריע און סאציאלאגישע אנעקדאט.

עס איז באקאנט אז איינער פון די זאכן וואס שטייט די מערסטע אין וועג פאר וויסענשאפט איז קאמיוניקאציע.
אריבערפירן נאלעדזש פון איין מענטש צום צווייטן איז פון אייביג אן געווען וויכטיג פאר סורווייוועל, שפראך איז טאקע געקומען אנפילן דעם חלל, אבער ווי מער סאפיסטיקירט חכמה ומדע איז געווארן – ווי מער מציאות'ן עס זענען געווען צו וויסן און מיטטיילן, אלס מער סאפיסטיקירט האט די שפראך זיך געדארפט צופאסן, אויפקומענדיג מיט נייע ווערטער, און שפעטער מיט די געדאנק פון 'קאנצעפטן' אדער שארט-קאטס ארויס-צו-ברענגען לענגערע איידיעס און קורצערע ווערטער. (לדוגמא די ווארט 'קאנצעפט', ברענגט ארויס אין איין ווארט וואס איך וואלט אנדערש געדארפט שטיין אין מסביר זיין באריכות.. אין די לומדי'שע וועלט איז דאס זייער באנוצט, ווען מ'נוצט לדוגמא 'גברא' ו'חפצא' אנשטאט דעטאלירן די כאראקטער פון די חיוב יעדעס מאל פון פריש...). מאטעמאטיק איז אויך אן הערליכע דוגמא דערצו, ווי עס האט געשאפן א נייע מעטאדע צו מסביר זיין און קאמיוניקירן איבער קאמפליצירטע נושאים מיט א סעט פון נומערן און עקוועישאנס/גראפ'ס..
וואס איז מיטגעקומען מיט דעם אינאיינעם איז כמובן די עצם אריבערפירן די קאנצעפט אליין, דהיינו, נאך וואס מאטעמאטיק איז שוין אריינגעקומען אין באנוץ, קומט יעצט א נייע שלב פון אויסלערנען די מאטעמאטישע שפראך און אלע צוגעהערן.

אבער איין גרויסע פראבלעם וואס איז נאכאלץ געבליבן איז ווען מ'האט א נייע קאנצעפט אדער געדאנק אין קאפ און מ'וויל עס איבערגעבן אדער אריבערפירן פון איינעם צום צווייטן און עס איז נאכנישט דא די 'ווארט' פאר דעם, וואס נעמט אסאך עפארט און צייט מסביר צו זיין פונקטליך וואס מ'מיינט, און זיכער מאכן אז די צווייטע האט טאקע ריכטיג באקומען די אינפארמאציע.
די אומפאמיידבארע חלק דערין איז די פלאץ וואס עס בלייבט אייביג איבער פאר 'אינטערפרעטעישאנס'-interpretations, דאס אז אן איידיע אין מיין קאפ גייט קיינמאל נישט אויסקוקן די זעלבע ווי אין א צווייטנס קאפ, די פערספעקטיוון זענען אייביג אנדערש אפי' אויף די זעלבע זאך. אויב ביי מיר ליגט די טיש אונטער די טעלער ליגט ביי יענעם די טעלער איבערן טיש אפי' מיר ביידע זעען די זעלבע בילד. עס איז די פונקציע פון שפראך מיט ווערטער וואס איז לימיטעד איבערצופירן דאס מציאות ריינערהייט אן אראפשניידן עקן דערפון און געבן די פלאץ פאר יעדעם איינעם עס צו-צופיקסן וויאזוי אים געפעלט.
די חסרון דערמיט איז סיי די צייט וואס ווערט פאשווענדערט אויפן אויסארבייטן די קאמיוניקאציע אליין, וועלכע איז נישט עפישאנט, אבער נאך מער מאכט עס אז יעדער איינער דארף אנהייבן פון פריש אויספיגערן זיין וועג צו די הויכגעשפריצטע אינפארמאציע מיט אלע הקדמות דערצו, אזוי ארום אז צו גיין פון איין געדאנק צום נעקסטן נעמט בדרך כלל דורות אדער יארן.
פון אויסטרעפן מעסערס מיט פייער, ביז ווען פילאזאפיע איז אפירגעקומען האט גענומען טויזענטער יארן, און פון דאן ביז די אינדוסטריאלע און סייענטיפישע רעוואלוציע האט גענומען נאך אפאר מילאניום'ס, די סיבה דערפאר איז ווייל קלוגער ווערן נעמט אסאך צייט, און בעיקר נעמט עס די צייט צו פארשטיין און אפלערנען די פריערדיגע חכמה גוט.

שטעלט אייך פאר א וועלט ווי אריסטו לעבט, און ברגע ער האט א געדאנק אין זיין קאפ קען ער מאכן א ווייער טראנספער צו זיינס א תלמיד/ים, ווי עפישאנט וואלט די פראצעס געווען פון דאן? קודם שנייד אראפ די צייט פון פשוט מסביר זיין די געדאנק, אבער דאן שנייד אראפ די צייט פון זיך אויס'טענה'ן און זיך צורייבן איבער די מיינונג פון די געדאנק. ווען ביידע הייבן אן אויפן זעלבן בלאט לכתחילה, קען די אויסשארפן חלק גיין אסאך שנעלער! ווי מ'קען שנעלער אנקומען צו תוצאות פון די ערשטע געדאנק און די תוצאות קענען שנעלער פירן צו אייניקלעך א.א.וו.
ווען איינשטיין לעבט ווען היינט, און מיר אלע פארשטייען אויפן וואונק זיינע טיפע טעאריעס, (אדער אויב ער בלייבט לעבן פאר הונדערט יאר לענגער אליין) וואלט מען שוין בפשטות געהאלטן אסאך ווייטער מיט א Grand-unified-theory אדער Theory-of-everything.
פון וואו ווייס איך? ווייל אקוראט דאס איז געשען איינמאל קאמיוניקירן איבער איידיעס איז געווארן גרינגער. די סייענטיפישע רעוואלוציע פאר זיך האט געברענגט מאטעמאטיק אלס זיין קאמיוניקאציע מיניסטער וועלכע האט טאקע פארזיכערט א מאסיווע פארשנעלערונג אין די פאזע פון בויען איין טעאריע אויפן צווייטן. אבער ווען מ'קוקט אויף די AI רעוואלוציע זעט מען ממש דאס נאר 100 מאל שטערקער, ווי די צייט פון קאמיוניקאציע איז געשניטן געווארן אין די קאמפיוטערס מח, ווען די אלגאריטם פארשטייט זיך טאקע אויפן וואונק, און נייע געדאנקען האבן די פאטענציאל צו וואקסן אויף א ראטע שנעלער פון אונזער מעגליכקייטן...

אין אנדערע ווערטער (- דאס געשעט ווען איך האב נישט די קורצע וועג איבער-צו-געבן מיין געדאנק אהער, אן עס איבער'חזר'ן פון אפאר ווינקלען..) די לימיטאציע פון שפראך -אלס עפעס וואס פירט נאר אריבער איין-דיימענסיאנאל רעאליטי אויפאמאל- איז די גרויסע אפהאלט פון אן עקפידענשעל וואוקס אין די מארקעט פון איידיעס.

דאס איז וואס קען זיין מעגליך האט זיך אפגעשפילט אין יענע דור, ווען שפראך האט נאך יא געהאט די זעלבע אפטייטש ביי יעדעם איינעם צוגלייך (- שפה אחד ודברים אחדים), און געדאנקען האבן זיך שנעל קאמפאונד ביז צום הימל – אזש צוקומענדיג צו איבערנאטירליכע/געטליכע מעגליכקייטן, וועלכע איז נישט געווינטשן פאר די מענטשהייט וואס איז נאכנישט מוכן דערפאר, פארדעם האט ג-ט ענדערש צושפליטערט דעם שפראך אויף פיצל שטיקלעך, ווי יעדער יחיד האט זיך זיין פעקל אינטערפרעטעישאנס אויף יעדע נואנס, און וואוקס קען קומען ביינזאם מיט די עוועלוציאנערע ראטע...

ווי געשמועסט, איז עס זייער נוגע היינט, ווען ממש דאס שפילט זיך אפ מיט די וואוקס פון AI, ווי זיין ראטע פון אויפקומען מיט איידיעס איז צו שנעל פאר די מענטשליכע מעגליכקייטן נאכצוקומען און אנהאלטן טרעק דערויף, וואס איז זייער סכנה'דיג אין די סענס אז מיר קענען פארלירן די קאנטראל אויף אינפארמאציע און אלעס ארום גאר בקרוב...

נ.ב. איך בין נישט קיין שפראכן סקאלער, איך גלייב אבער אז דעם איידיע איז נישט פרעמד און האט שוין בפשטות א נאמען אין די לינגוויסטיק פעלד, דארף מען @מי אני זאל מוחל זיין און עס אהער צייכענען. די צושטעל אבער צום דור הפלגה סאונד צו מיר גאנץ גוט.. (הגם לאו דוקא אמת...)
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר