קומט נישט אריין דא מארגעדזשעס...נאוואמינסקער האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 16, 2024 7:38 pmשמעתי אז ע"פ צוואה, אלס איז געגאנגען צי ר' שעי יענקל שליט"א. אבער וויבאלד עס זענען דא mortgages אויף אלע בתי מדרושים וואס האבן זיך געבויט לעצטינס, אין ער וועט דארפין פונדרייזען, האט ער זי איבער געגעבן צי זיין ברידער. אבער וויליאמסבורג האט נישט קיין mortgage. הערב איבער די הכרזה בי די לווי'.נחום הסופר האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 16, 2024 9:23 amאין טשערנאביל און וויזניץ איז עס אייביג אזוי געווען, אין סקולען איז עס טאקע א נייע זאך ווייל די גאנצע סקולענער דינאסטיע איז א נייע זאךחיים הלוי האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 16, 2024 8:28 amקיינער האט גארנישט 'באקומען' מאנסי און לעיקוואד האבן זיך אליינס געבויעט בתי מדרשים פארשטייט זיך אז זיי האבן געשנארט אויף די טאטעס נאמען אבער למעשה זענען זיי געווען די פאנדרעיזער'ס נושא בעול ממילא איז פשוט עס געהערט פאר זיי, משא''כ ווילימסבורג האט די קאמפעני געבויעט און עס איז געווען הנשיאות די רבי זצ''ל ר' שמעון יואל די איידעם האט געדינט אלס דומ''ץ קלאר נישט אלס מרא דאתרא ממילא נאך די פטירה פון די רבי פאלט עס אוטומאטיש אונטער די ממלא מקום און די ציבור איז נישט מחוייב צו אויפנעמען א רב/רבי פון וועם זיי האלטן נישט, דאס אז ר' מאיר האט געדאווענט דארט אלע יארן - וואס איז גראדע נישט אמת ווייל ער האט געוואינט אין ב''פ - באלאנגט נאכנישט די רבנות פאר עם.מיסטעריע האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 16, 2024 7:54 am
איך ווייס די סקולענע קאמפעני האט עס אזוי געברענדט אין געמאכט א שיינע ספין, אבער רבי מאיר'ל איז אלע יארן געווען א וויליאמסבורגער ער איז נישט אנגעקומען לאחר פטירתו פון טאטן.
אין הכי נמי, דער איידעם וויינבערגער איז געווען מרא דאתרא, אבער ווען יעדע ברודער האט זיך מסדר געווען א פלאץ, איז געווען פארשטענדליך אז מהר"מ באקומט וויליאמסבורג
די חידוש אז אלע קינדער ווערן רבי'ס איז א לעצטיגע זאך אנגעפאנגן ביי וויזשניץ דאס נאכצומאכן האט נישט קיין פשט
ר' ישעי' יענקל איז עפ"י צוואה די ממלא מקום וואס דאס נעמט אריין די שולן אין וויליאמסבורג און אין ב"פ און חסד לאברהם.
די שולן פון מאנסי אדער לעיקוואוד האט גארנישט מיט די סקולענע קהלה די ארטיגע רביס האבן עס אלייןס געבויעט סאיז זייער אייגענטום. איז פשוט פארוואס ר' מאיר האט נישט באקומען די שולן אין וויליאמסבורג די שול באלאנגט פאר ר' ישעי' יענקל און זיינע חסידים ווילן אים דארט.
אלע ברודער האבן באקומען די רעכט צו זיין אדמו"רים אויף זייערע פלעצער לעיקוואד און מאנסי האבן זיך גראדע שוין געהאט געבויעט שולן פון פארדעם, ירושלים און וויליאמסבורג נישט דארפן זיי יעצט בויען ווי זיי טוען טאקע