וועלטליכע קורצע און לענגערע נייעס באריכטן
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
ניו יארק סיטי איז פון די שטערקסטע פלעצער פאר טוריסטן. אבער דאס קומט נישט אימזיסט. די סיטי צאלט מיליונען פאר מארקעטיג און אדווערטייזמענטס איבער די וועלט. היינט האט די נ.י. סיטי'ס אפיציעלע-טוריסטן-עידזשענסי געפענט א פרישע אפיס אין מעקסיקא-סיטי צו פרעדיגן טוריסטן צו קומען. מעקסיקא סיטי האט געהאט קרוב צו פיר-הונדערט-טויזענט באזיכער אין נ.י. די יאר.
יאפ! אז מ'צאלט טיקעטס, קומט מען...
א מאן וואס איז אנטלאפן פון א עקסידענט סצענע, האט געשריגן פאר הילף נאכן אראפפאלן צוואנציג פיס ביים זייט פונעם שאסיי אויפן ראוט 9 אין וועסטשעסטער. טאם-לענדא איז אפגעפירט געווארן אין וועסטשעסטער מעדיקל סענטער. וואו די פאליציי איז שוין מיט אים, און ער וועט פארהאלטן און אנגעקלאגט ווערן.
א געוועזענע דזשעי-עף-קעי לופטפעלד ארבעטער איז היינט פאראורטיילט געווארן צו דריי מאל לעבנסלענגליך מיט נאך פינף-און-דרייסיג יאר פארן אנפירן מיטן שמאגלען דראגס אין די יארן וואס ער האט געארבעט דארט. "דאס איז זיין ערליך פארדינטן אורטייל, מיטן אנפירן דעם רינג וואס האט אריינגענומען נאך צוואנציג ארבעטער" זאגט די פעדערל דזשאדזש. אנווייזענדיג אז אין געוויסע פעלער האט מען אפילו צענומען חלקים אויף עראפלאנען צו קענען אויסבאהאלטן די סחורה.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די ניו יארקע טרעפיק אגענטן. מיט אונזערע געלטער ברענגט מען אריין נאך מעקסיקאנע. און מיט זייערע געלטער זעמער אונז דא, און טראגן ארויס ניו יארקע...

מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
א טעראריסט איז היינט ארעסטירט געווארן פארן וועלן אויפרייסן די פעדעראל-רעזערוו באנק אין מענהעטען. די פראבלעם איז געווען אז זיין שיתוף וואס ער האט מיטגענומען צום אקט, איז געווען א פארשטעלטער עף-בי-איי אגענט. זיי האבן פארקירט דעם אוטא פארענט פונעם בילדינג. דערנאך געגאנגען צו א האטעל וואו ער האט אריינגעזאגט אין א טעיפ "אונז וועלן נישט אויפהערן, ביז אונז וועלן דערקלערן זיג". דאן האט דאס געזאלט אויפרייסן. איצט נאכן ארעסט פרעגט זיך ווער ס'האט דאס אריינגעזאגט אינעם טעיפ..
ארבעטער אין 'לעגאו-לענד אין יאנקערס האבן היינט אנגעהויבן בויען א צוויי-און-דרייסיג טויזענט סקווער-פיס געביידע מיט לעגאו שטיקלעך. די געביידע וועט אריינעמען דריי מיליון פלעסטיק שטיקלעך. און וועט אפקאסטן נאנט צו צוועלעף מיליון דוללער. געוועזענע גאווענער פאטאקי פרעגט וואו זיין שכל איז געווען. אויב נעמט ער ווען זיי אויפצובויען דעם ווארלד-טרעיד-סענטער. וואלט עס שוין לאנג געווען פארטיג.
דריי יונגע סטודענטן האבן זיך ארויסגעשטעלט אלס העלדן נאכן אפגעפינען א פערצן חדשים'דיג קינד נעבן א העפטיגן שאסיי אין ניו גערסי. די קינד איז ארויסגעקראכן פון א אפען טיר ביים באבע'ן אינדערהיים. און ארומגעקראכן אויף די גאסן ביז זיי האבן איר אפגעפינען און געריפן הילף. די קינד איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל פאר היילונגס. די באבע וויל נאר זיכער מאכן אז ס'קינד איז ארויס מיט א שאל.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: קליקס. אונז זענען נאך אוועילעבל אויפצובויען דעם ווארלד-טרעיד-סענטער מיט אונזערע פלעסטיק שטיקלעך
ארבעטער אין 'לעגאו-לענד אין יאנקערס האבן היינט אנגעהויבן בויען א צוויי-און-דרייסיג טויזענט סקווער-פיס געביידע מיט לעגאו שטיקלעך. די געביידע וועט אריינעמען דריי מיליון פלעסטיק שטיקלעך. און וועט אפקאסטן נאנט צו צוועלעף מיליון דוללער. געוועזענע גאווענער פאטאקי פרעגט וואו זיין שכל איז געווען. אויב נעמט ער ווען זיי אויפצובויען דעם ווארלד-טרעיד-סענטער. וואלט עס שוין לאנג געווען פארטיג.
דריי יונגע סטודענטן האבן זיך ארויסגעשטעלט אלס העלדן נאכן אפגעפינען א פערצן חדשים'דיג קינד נעבן א העפטיגן שאסיי אין ניו גערסי. די קינד איז ארויסגעקראכן פון א אפען טיר ביים באבע'ן אינדערהיים. און ארומגעקראכן אויף די גאסן ביז זיי האבן איר אפגעפינען און געריפן הילף. די קינד איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל פאר היילונגס. די באבע וויל נאר זיכער מאכן אז ס'קינד איז ארויס מיט א שאל.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: קליקס. אונז זענען נאך אוועילעבל אויפצובויען דעם ווארלד-טרעיד-סענטער מיט אונזערע פלעסטיק שטיקלעך
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
א אכציג יעריגע פרוי איז ארעסטירט געווארן אין קאנעטיקעט, נאכן אראפרייסן פלאקאטן וואס האט געצייגט בילדער פון אבאמא מיט היטלער'ס וואנצעס אויף אים. די פלאקאטן זענען געהאגען געווארן דורך אנטי-אבאמא גרופעס. זי וועט אויסשטיין פאר געריכט נעקסטע וואך. פון נאצי גרופעס הערט זיך אז היטלער וואלט זיך קיינמאל געלאזט אנטאהן אבאמא'ס וואנצעס. אבאמא זאגט: ס'איז די שולד פון די לעקטאריק קאמפעניס פארן איינפלאצן די שטאנגען אויף וואס מ'קלעבט די פלאקאטן.
"ניו יארקע ברויכן פרידאם" זאגט בלומבערג ביי א קאנפרענס איבער די נעכטיגע טעראר אטאקע. אנמערקנדיג אז ס'איז שוין די פופצענטע מאל וואס מ'שטעלט אפ א אטאקע אין נ.י. אין די לעצטע צוועלעף יאר. פרוי קלינטאן זאגט אז דאס איז א דיירעקטע אקט איבער א יו-טוב ווידיאו. און נעמט דערווייל נישט פאראנטוואורטליכקייט.
א הייוועי אפיציר איז דערהארגעט געווארן ביים אנקומען צו א עקסידענט סצענע ביי עקסיט 36 אויפן לאנג איילענד עקספרעסוועי. דשאוסעף אליוורי איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל וואו ער איז ערקלערט געווארן טויט. די קאונטי זאגט אז פינף און צוואנציג אפיצירן זענען שוין דערהארגעט געווארן אין די לעצטע צעהן יאר ביי די איטליכע עקסיטס דערנעבן. אפשפארן די עקסיטס איז א באטראכטע אפציע. מ'וועט מאכן בלויזע ראודס ארויס פונעם שאסיי.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: יו-טוב. זינט ניו יארקע ברויכן פרידאם, האבן מיר אראפגענומען אלע ווידיאו'ס וואס פארמאגט קאלירטע סאודע.
"ניו יארקע ברויכן פרידאם" זאגט בלומבערג ביי א קאנפרענס איבער די נעכטיגע טעראר אטאקע. אנמערקנדיג אז ס'איז שוין די פופצענטע מאל וואס מ'שטעלט אפ א אטאקע אין נ.י. אין די לעצטע צוועלעף יאר. פרוי קלינטאן זאגט אז דאס איז א דיירעקטע אקט איבער א יו-טוב ווידיאו. און נעמט דערווייל נישט פאראנטוואורטליכקייט.
א הייוועי אפיציר איז דערהארגעט געווארן ביים אנקומען צו א עקסידענט סצענע ביי עקסיט 36 אויפן לאנג איילענד עקספרעסוועי. דשאוסעף אליוורי איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל וואו ער איז ערקלערט געווארן טויט. די קאונטי זאגט אז פינף און צוואנציג אפיצירן זענען שוין דערהארגעט געווארן אין די לעצטע צעהן יאר ביי די איטליכע עקסיטס דערנעבן. אפשפארן די עקסיטס איז א באטראכטע אפציע. מ'וועט מאכן בלויזע ראודס ארויס פונעם שאסיי.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: יו-טוב. זינט ניו יארקע ברויכן פרידאם, האבן מיר אראפגענומען אלע ווידיאו'ס וואס פארמאגט קאלירטע סאודע.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
מזל טוב! די וועלטס עלסטע נייע טאטע איז 96!!!
ראמדזשיד ראגהאב האט זיך געטראפן מיט זיין 52 יעריגע ווייב שעקאנטאלא דעווי בערך 10 יאר צוריק. און פאריגע וואך האבן זיי געהאט זייער צווייטע קינד!
ראגהאב זאגט נאך אז זיינע שכנים זענען אים גאר מקנא און סעקירן אים אז זיי ווילן וויסן זיין סוד... ער לייגט אבער צו אז "אלעס ווענדט זיך אין גאט"
"איך ווייס אז איך קען ווען האבן נאך קינדער, אבער צוליב פינאנציעלע סיבות בין איך פערטיג!" האט ראגהאב געענדיגט...

א גוטע וואך
פאליציי אין ניו גערסי ספראווענען זיך מיט א ענדלאזע קייט פון ריפערס איבער א גרופע וואס זיכן צו פארכאפן קינדער נעבן גרעסערע שאפינג ערטער. די לעצטערע צאל ריפן קומען מערסטענס פון די 'מילפארד' געגענט וואו דריי אזעלכע פעלער זענען פארגעקומען אין די לעצטערע פאר טאג. די פארנומענסטע דעפארטמענט אינערהאלב די ביוראו זענען די וואס פרובירן אראפמאלן וויזוי דער אנטלאפענער זעהט אויס.
זענט איר א ניו יארקער? גלייכט איר דעם מעיאר?
ניין, אט די פראגע איז נישט פארגעלייגט געווארן פאר די פיר-און-אכציג פראצענט אויסגעפרעגטע וואס זענען צופרידן צו וואוינען אין די סיטי. צווישן אלע זענען די מענהעטען איינוואונער די מערסטע אומ'זיכער מיטן געגענט. אין בראנקס זענען די ספאנישע ס'ווייניגסטע צופרידן. סטעטן איילענד איז אריינגעקומען אלס די רואיגסטע און זויבערסטע. אין ברוקלין זענען די פארברעכער די מערסטע צופרידן.
א פריוואטע פליגער האט אראפגעקראכט העכער די וואסערן אין לאנג איילענד, וואו 'דייווערס' און די קאוסט-גארדס ארבעטן ארויסצושלעפן די צוויי פאסאנדזשירן זענען פארכאפט -און ווארשיינליך שוין טויט- אינעם פליגער צוואנציג פיס אונטערן וואסער. טרעפיק אגענטן זענען אויך צווישן די וואס שטיפן זיך אראפ אונטערן וואסער, צו אויסשרייבן א טיקעט פאר איליגעל פארקינג.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די אקיופירער פונעם וואל סטריט. ביי אונז זענען די פאליציי די מערסטע אומצופרידענע.

א מאמע מיט א באבע זענען ארעסטירט געווארן אין ניו גערסי פארן זיך אנעמען פארן קינד/אייניקל, נאך וואס קינדער האבן זיך נישט פארטראגן אויפן באס וואס פירט זיי אהיים. די קינד האט זיך אפגערעדט לעצטע וואך פארן סקול, אבער זיי האבן זיך נישט געקימערט דערמיט. טענות אויפן באס דרייווער פארן ארויפלאזן די באבע מיטן טאכטער, זענען אפגעלייגט געווארן. ווען איינער קומט ארויף אויף א באס זיך שלאגן מיט קליינע קינדער, קען נישט זיין צו אלט..
זעהט איר א געשלעג, אנטלויפט! א פונף-און-דרייסיג יעריגע מאן איז געשטאכן געווארן צום טויט ביים פרובירן אפשצוטעלן א געשלעג אין א לאבי פון א בילדינג אין בראנקס. איינע פון די שלעגער איז ארעסטירט געווארן און איז ערווארטעט צו ווערן אנגעקלאגט. צוקוקער לאזן זיך הערן אז די ארויסקום פון ווען אונזערע מלמדים האבן זיך אריינגעמישט אין א געשלעג, זענען זיי ארויס מיטן אויבערהאנט.
א טרענירונג דריל וואס איז פארגעקומען דעם שבת אין ניוארק לופטפעלד, האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א 'סוקסעס' נאך וואס ס'האט צוזאמגענומען איבער דריי-הונדערט רעטונגס און הילף אגענטן, ארויסראטעווען פאסאנדזשירן פון א געקראכטע פליגער. א ענליכע דריל איז פארגעקומען אין קענעדי לופטפעלד אויף א קלענערע פארמאט. אינטערסאנט אנצומערקן אז דריל'ס ווערן אלץ אנגערופן א סוקסעס. קומענדיגע ווירקליכע געשעענישן וועלן מעגליך די הילפס אגענטן אויך ברויכן ווערן געריפן צו א דריל.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: עקסעלענט באס פירמע. אונז גרייטן זיך צו דורכפירן א דריל פון א געשלעג אויף אונזערע באסעס. דער פארמיטלער נאך געזיכט.

- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
מאנטיווידעא, אוראגוויי. גאר גוטע נייעס קומט ארויס פונעם לאטיין אמעריקאנעם לאנד אוראגוויי. דאס לאנד גייט אפיציעל לעגאלעזירן מאריוואנא, די רעגירונג גייט דאס אליין פלאנצן און פארקויפן פאר זייערע לאנדסמאן.
ס'נישט באקאנט איצט גייענדיג צום דרוק צי מ'וועט דאס אויך קענען קויפן אינעם מאנטיווידעאר שול אין ווילי.

איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
לעמיל האט געשריבן:שעפטל האט געשריבן:לעצטענס דרייט זיך ארום יעדן טאג אויף די וואטס-אפס און בלעקבערי גרופעס א יעדן טאג אינטערסאנטע נייעס האב איך געקלערט עס איבערצוגעבן דא... האט איינער מער, שעם דיך נישט און ברענג...
מר' שעפטל
איך קען זיין אין דיין וואטס-אפס גראופ? דו ביסט אייזען!
מיין ביבי גרופ איז נישט גוט...? עניוועיס, ארויף "דא" מיט דיין סעלערי נאמבער און מ'קען דיך אפשר אינווייטעווען...
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
נאך צוויי יאר וואס די מזרח וועלט ליידט ביים וועלן גרייכן מערב וועלט. נאך וואס מאנכע האבן אראפגעשטעלט גרויסע קלעצער צו פארשווערן דעם געדרענג אין די לופטפעלדער. האט די 'טי-עס-עי' געמאלדן אז זיי גייען אוועקנעמען די 'פול-באדי-סקען' מאשין פון לאגווארדיע און דזשעי-עף-קעי. אין ליכט פון די נייעס, האט 'טאויער-עיר' געמאלדן א צייטווייליגן הנחה אויף אלע טיקעטס.
די וואלן אין אמעריקא פארן קומענדיגן פרעזידענט, איז נישט בעפאר איטליכע וואכן. אבער נאך וואס פרעזידענט אבאמא איז דורכגעשלאפן דעם ערשטן דעבאטע, קען די היינט נאכטיגע דעבאטע אפשיידן א גרויס חלק ווער ס'דער קומענדיגער פרעזידענט ערוויילט צו ווערן. פרוי קלינטן זאגט אז דאס מאל וועט זי לאזן ביידן נעמען קרעדיט. ביידן האט זיך אויסגעלאכט דערפון..
"וואסער איז נישט גאלד" האט זיך א לאנג איילענד איינוואוינער אפגערעדט. "די פרייזן שטייגן אן אויפהער, ס'לאזט זיך ניטאמאל גלייבן". דעם וויי געשריי הערט זיך פון א גרויס טייל פונעם געגענט, נאך וואס דער דורכשניכטליכע וואסער ביל וואס זיי האבן ערהאלטן איז איבער דריי הונדערט דוללער. "פארברעכער וועלן נאך אראפברעכן די טירן צו קענען גנב'נען וואסער". 'טירן' האביך געזאגט?! "טירן איז קיין פראבלעם!" זאגט א ווארטזאגער..
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: נר מצוה. די ליכט פון טאויער עיר'ס נייעס, האט זיך שוין לאנג אויסגעברענט.
די וואלן אין אמעריקא פארן קומענדיגן פרעזידענט, איז נישט בעפאר איטליכע וואכן. אבער נאך וואס פרעזידענט אבאמא איז דורכגעשלאפן דעם ערשטן דעבאטע, קען די היינט נאכטיגע דעבאטע אפשיידן א גרויס חלק ווער ס'דער קומענדיגער פרעזידענט ערוויילט צו ווערן. פרוי קלינטן זאגט אז דאס מאל וועט זי לאזן ביידן נעמען קרעדיט. ביידן האט זיך אויסגעלאכט דערפון..
"וואסער איז נישט גאלד" האט זיך א לאנג איילענד איינוואוינער אפגערעדט. "די פרייזן שטייגן אן אויפהער, ס'לאזט זיך ניטאמאל גלייבן". דעם וויי געשריי הערט זיך פון א גרויס טייל פונעם געגענט, נאך וואס דער דורכשניכטליכע וואסער ביל וואס זיי האבן ערהאלטן איז איבער דריי הונדערט דוללער. "פארברעכער וועלן נאך אראפברעכן די טירן צו קענען גנב'נען וואסער". 'טירן' האביך געזאגט?! "טירן איז קיין פראבלעם!" זאגט א ווארטזאגער..
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: נר מצוה. די ליכט פון טאויער עיר'ס נייעס, האט זיך שוין לאנג אויסגעברענט.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
נעכטן
א גרופע ברוקלין חברה האבן זיך היינט געפאקט פעק, און ארויסגעלאזט אויף א רייזע אין די באנען איבער גאנץ ניו יארק. פראטעסטירנדיג אויף די העכערע פרייזן וואס איז ערווארטעט אין די גאר נאנטע טעג. "אונז גייען דורכפארן אלע 468 סטאנציעס, און איך בין זיכער אז גאווענער קאומא זעהט דאס לייוו" זאגט איינע פון די אנפירער. "ער איז אינוויידעט צו מיטקומען מיט אונז!" די שנעלסטע וואס א מענטש איז דורכגעפארן אלע סטאנציעס איז קרוב דריי-און-צוואנציג שעה.
אריינקומענדע נייעס: פאליס אין נעסאו קאונטי האט באוויזן צו ארעסטירן א מאן וואס איז אנגעבליך דער שיסער וואס האט געשאסן א אפיציר און נאך א ציווילן וועלנדיג אנטלויפן מיט יענעמס קאר. די שיסעריי איז פארגעקומען נאך וואס 'ארטאר לאפעז' האט אפגעשטעלט דעם פערשוין פארן אנטלויפן פון א עקסידענט סצענע. דאס איז שוין די צווייטע אפיציר וואס לאזט טראגיש איבער די ביוראו אין דעם וואך אן פריערדיגן ווארענונג.
א מאן איז דערהארגעט געווארן אין די פארטאגס שעות ביים בראדוועי באן סטאנציע. דעטאלן זענען נאכנישט קלאר פונקטליך וואס האט געהאט פאסירט. אבער ס'האט אנגעמאכט א כאאס, נאך וואס די שינעס זענען פארמאכט געווען אין די סאמע פארנומענע-שטונדע שעות. די וואס האבן אויפגענומען די נייעס אלס ס'ארגסטע, זענען די וואס גיבן זיך אפ מיטן רייזן אלע סטאנציעס... נישט וועלנדיג אראפשטייגן. "מ'קען דאך צעשמאלצן ווערן בלויז זיצנדיג דא אן קיין ציהל"..
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די פסח'דיגע שמאלץ. מיט אונזערע שמאלץ ברויכט איר נישט זיצן אויפן באן צעשמאלצן צו ווערן.
אריינקומענדע נייעס: פאליס אין נעסאו קאונטי האט באוויזן צו ארעסטירן א מאן וואס איז אנגעבליך דער שיסער וואס האט געשאסן א אפיציר און נאך א ציווילן וועלנדיג אנטלויפן מיט יענעמס קאר. די שיסעריי איז פארגעקומען נאך וואס 'ארטאר לאפעז' האט אפגעשטעלט דעם פערשוין פארן אנטלויפן פון א עקסידענט סצענע. דאס איז שוין די צווייטע אפיציר וואס לאזט טראגיש איבער די ביוראו אין דעם וואך אן פריערדיגן ווארענונג.
א מאן איז דערהארגעט געווארן אין די פארטאגס שעות ביים בראדוועי באן סטאנציע. דעטאלן זענען נאכנישט קלאר פונקטליך וואס האט געהאט פאסירט. אבער ס'האט אנגעמאכט א כאאס, נאך וואס די שינעס זענען פארמאכט געווען אין די סאמע פארנומענע-שטונדע שעות. די וואס האבן אויפגענומען די נייעס אלס ס'ארגסטע, זענען די וואס גיבן זיך אפ מיטן רייזן אלע סטאנציעס... נישט וועלנדיג אראפשטייגן. "מ'קען דאך צעשמאלצן ווערן בלויז זיצנדיג דא אן קיין ציהל"..
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די פסח'דיגע שמאלץ. מיט אונזערע שמאלץ ברויכט איר נישט זיצן אויפן באן צעשמאלצן צו ווערן.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
קאנגרעסמאן 'סטיוו-איזריעל' האט היינט געזאגט ביי א קאנפרענס, אז ביי די עי-טי-עם פישקע'ס זענען די גניבות ארויף מיט איבער צעהן פראצענט די יאר, און ס'גרייכט שוין א בילאון דוללער דעם יאר. "אזעלכע מאשינען גניבות זענען די ערגסטע פאר די באנוצער, ווייל מ'זעהט נישט וויזוי מ'ווערט בא'גנב'עט, נאר פלוצלינג דערזעהט מען זיך מיט א ליידיגן קארטל". און האט צוגעלייגט, אז מ'זאל זיך באנוצן מיט די מאשינען וואס פארמאגן א קעמרע דערנעבן. שמרי החומות זיכט אצינד זיך איינצוהאנדלען קעמרעס נעבן זייערע פישקעס.
דעראל-פאולער. דער מערדער וואס האט נעכטן פאטאל געשאסן א פאליס אפיציר און א ציווילן. איז היינט ארויסגעלאזט און אפגעפירט געווארן פון שפיטאל קיין חד גדיא. וואס ברויזט מער די אטורני'ס איז די פאקט אז ער מערדער איז ארויסגעלאזט געווארן פון תפיסה א קנאפע יאר צוריק, נאכן זיצן איבער פינף יאר, אויך פאר מערדעליכע קלאגעס. "אונז וועלן פארלאנגען א אינוועסטאגעישאן דערויף, און מ'וועט זיכערמאכן אז איצט וועט יוסטיץ אויסגעפירט ווערן".
אריינקומענדע נייעס: א פאליס אפיציר איז נארוואס געשאסן געווארן אין בראנקס. וואו ער ווערט איצט אפגעפירט קיין שפיטאל. דעטאלן זענען נאך דערווייל נישט דא.
(ארויסגענומענע נייעס: א סטאטיסטיק פון בלומבערג אז קריים-ראטע פאלט אין ניו יארק..)
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: דיספאוזעבעל קעמרע. האנדעלט זיך א קעמרע, ס'וועט טאקע שיסן ווינציגער בילדער וויפיל פאליציי. אבער איר וועט קענען גיין צו סיי וועלכע פישקע האבנדיג א קעמרע.
דעראל-פאולער. דער מערדער וואס האט נעכטן פאטאל געשאסן א פאליס אפיציר און א ציווילן. איז היינט ארויסגעלאזט און אפגעפירט געווארן פון שפיטאל קיין חד גדיא. וואס ברויזט מער די אטורני'ס איז די פאקט אז ער מערדער איז ארויסגעלאזט געווארן פון תפיסה א קנאפע יאר צוריק, נאכן זיצן איבער פינף יאר, אויך פאר מערדעליכע קלאגעס. "אונז וועלן פארלאנגען א אינוועסטאגעישאן דערויף, און מ'וועט זיכערמאכן אז איצט וועט יוסטיץ אויסגעפירט ווערן".
אריינקומענדע נייעס: א פאליס אפיציר איז נארוואס געשאסן געווארן אין בראנקס. וואו ער ווערט איצט אפגעפירט קיין שפיטאל. דעטאלן זענען נאך דערווייל נישט דא.
(ארויסגענומענע נייעס: א סטאטיסטיק פון בלומבערג אז קריים-ראטע פאלט אין ניו יארק..)
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: דיספאוזעבעל קעמרע. האנדעלט זיך א קעמרע, ס'וועט טאקע שיסן ווינציגער בילדער וויפיל פאליציי. אבער איר וועט קענען גיין צו סיי וועלכע פישקע האבנדיג א קעמרע.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
ברעיקינג: א מאסן שטעכעריי איז נארוואס פארגעקומען אין מענהעטן, וואו דריי ערוואקסענע -קריטיש אין שפיטאל- און צוויי קינדער -טויט- זענען געשטאכן געווארן אויף 75 סטריט ביי קאלאמבעס. ס'איז נאך אומקלאר וואס דארט איז פארגעקומען. פאליציי האבן ארעסטירט די שטוב-העלפערן.
פרעזידענט אבאמא איז היינט ארויסגעגאנגען וואוטן אין טשיקאגא, ווערנדיג די ערשטע פרעזידענט וואס גייט ארויס שטימען ביי די 'ערלי וואוטינג'. נאכן פארלירן דעבאטעס, איז פארשטענדליך די ארויסגיין זיכן פאר סיי וואספארא געווינס. אין זיין שטום-בודקע האט ער זיך פארזיכערט א זיכערע געווינס.
קינדער אונטער איין-און-צוואנציג יאר האבן זיך צוזאם גענומען פראטעסטירן פארן נייעם געזעץ אז אונטער דעם יארגאנג וועלן זיי נישט מעגן קויפן קיין 'גאנס'. און יא, זיי האבן אויך ערוואקסענע וואס נעמט זיך אן פאר זיי. "אויב מעגן זיי דרייוון, און זיי מעגן קויפן א הויז, דאן זאלן זיי אויך מעגן קויפן א גאן" זאגט אן ערוואקסענער. בלומבערג גיבט זיי אבער א עצה. נעמליך, שטעכן! "איך האב זיך אויך היינט געשטאכן" זאגט ער מיט פאטאס. נאכן נעמען א 'פלו-שאט'. שטעכן איז היינט זייער א אויפגעכאפטע זאך!..
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'דור ישרים' מאסן שטעכעריי. די היינטיגע נייעס רעדט גענוג.
פרעזידענט אבאמא איז היינט ארויסגעגאנגען וואוטן אין טשיקאגא, ווערנדיג די ערשטע פרעזידענט וואס גייט ארויס שטימען ביי די 'ערלי וואוטינג'. נאכן פארלירן דעבאטעס, איז פארשטענדליך די ארויסגיין זיכן פאר סיי וואספארא געווינס. אין זיין שטום-בודקע האט ער זיך פארזיכערט א זיכערע געווינס.
קינדער אונטער איין-און-צוואנציג יאר האבן זיך צוזאם גענומען פראטעסטירן פארן נייעם געזעץ אז אונטער דעם יארגאנג וועלן זיי נישט מעגן קויפן קיין 'גאנס'. און יא, זיי האבן אויך ערוואקסענע וואס נעמט זיך אן פאר זיי. "אויב מעגן זיי דרייוון, און זיי מעגן קויפן א הויז, דאן זאלן זיי אויך מעגן קויפן א גאן" זאגט אן ערוואקסענער. בלומבערג גיבט זיי אבער א עצה. נעמליך, שטעכן! "איך האב זיך אויך היינט געשטאכן" זאגט ער מיט פאטאס. נאכן נעמען א 'פלו-שאט'. שטעכן איז היינט זייער א אויפגעכאפטע זאך!..
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'דור ישרים' מאסן שטעכעריי. די היינטיגע נייעס רעדט גענוג.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
א גוטע וואך
צום בעפארשטייערן שטורעם 'סענדי':
מעיאר בלומבערג באווארענט ניו יארקע צו בלייבן אינדערהיים.
שטאטישע פארקס וועלן ווערן פארשפארט אום זונטאג פינעווע נאכמיטאג.
טראנזיט באנען וועלן אויפהערן קורסירן זיבענע.
קאן-עדיסאן האלט א וואכזאם אויג אויף אומפאלענדע עלעקטאריק שטאנגען.
רעד-קראאס פארשפרייט א עפפ פאר פאונס וויזוי צו האנדלען דעם קריזיס.
געגענטער אין לאנג איילענד און אין ניו ג'ערסי אונטער אוועקיואציע.
גאווענער קאומא פאררופט סטעיט-אף-אמערזשענסי אין קלענערע קאונטיס.
סאודע טרינקער מיט טרעפיק אגענטן וועלן זיין די מערסטע באטראפן.
א מאן איז ארעסטירט געווארן, און ווערט אנגעקלאט צו זיין דער וואס האט דערהארגעט א פרוי מיטן פיצל קינד, און דערנאך אונטערצינדן דעם בילדינג אין בראנקס לעצטן פרייטאג פארטאגס.
ביי דריי רויבער אין הארלעם האט זייער מזל שלעכט געשפילט ביים אנטלויפן פון א רויבעריי סצענע, אריינפארענדיג דעם פארקערטן ריכטונג קעגן די קעגן-קומענדע פאליציי קארס. פרובירנדיג זיך אוועקדרייען פון זיי, און נאך א בולעט פון די פאליציי, איז זייער קאר אריינגעפארן אין א בילדינג דערנעבן. צוויי זענען אפגעפירט געווארן אין שפיטאל מיט וואונדן, און איז אונטער פאליציישע וואך.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'די זייגער מענטש'. מיר האבן באטאריען (מיטן אקצענט) פאר די פלעש-לייטס צום שטורעם.

א קאמערציאלע קאפסול האט זיך היינט צוריק געקערט פון ספעיס נאכן זיך געפינען דארט איטליכע וואכן. די קאמערציאלע קאפסול איז די ערשטע קאמערציאלע סארט ארויפצופליען. ס'איז ארויפגעפלויגן פון פלארידע, און ס'האט מיטגענומען סופלייס וואס אכט קאפסול'ס קענען שלעפן. די מינע גרעבער אין כינע זאגן: דאס איז קיין קונץ. אונזער קאפסול האט נישט ערהאלטן אפילו וויפיל איין קען ערהאלטן.
סענדי אפדעיטס:
ניו יארק סיטי האט שוין פארהאקט אלע סובוועיס און טראנזיט באסעס.
עקספערטן שאצן אויף איבער זעכציג מיליאון פאמיליעס צו האבן שאדנס.
פאבליק שולעס איבער ניו יארק וועלן זיין פארשפארט מארגן.
אוועקיואציע אין מערערע ערטער אין ניו גערסי און אין לויער מענהעטען, גרייכט ציפער פון איבער פיר-הונדערט-טויזענט.
איבער הונדערט פליגער רייזעס שוין אפגעזאגט.
זעקס-און-זיבעציג שעלטערס אויפגעשטעלט איבער ניו יארק סיטי.
צוועלעף געמבלינג קאסינאוס אין אטלענטיק סיטי וועלן ווערן פארשפארט צום פערטן מאל אין זייער היסטאריע.
אבאמא פליעט קיין פלארידא. ראמני איז אין אהייא. וויטא לאופעז אינדערהיים.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: על-גאור. ווען איר טרינקט וואסער ביים שטורעם, געדענקט נאר טרינקן מיט די קלענערע פלאסטיק דעקלעך. #גאו-גרין.