עמרם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 9:40 am
פארוואס זאל מען זאגן סתם ליגענט לכאן און לכאן
באבוב (סתם) איז אסאך גרעסער ווי באבוב 45, קיינער לייקענט עס נישט
אזוי אויך האט די ד''ת גע'פסק'נט לטובתם
אבער ס'מיינט נישט אז יעדער אין באבוב 45 האלט אז רב''צ דארף זיין די אמת'ע יורש פון זיין ברידער, קאם אן,
איך האב כמה וכמה חברים דארט נישט דא איינער דארט וואס האלט אזוי אלע האלטן אז מדין ירושה קומט עס פאר זייער רבי (ח''ו איך נעם נישט אהן אזוי, אבער ציזאגען אז זיי האלטן אז ס'קומט פאר רב''צ איז שקר מוחלט)
אזוי אויך לגבי נכדי הקדו''צ, אסאך אייניקלעך זענען ביי 45, איך ווייס נישט וויפיל באט אסאך
די סארוואשער איז געווען פאלי פאר 45 מיט אלע זיינע קינדער
בית חיים יהושע האט פראבירט צי גיין צי באבוב (סתם) אבער מ'האט אים נישט אנגעקוקט, און צי 45 איז ער אייביג געקומען און קומט נאך אלץ
סטעמפל, און פרישוואסער זענען ביי 45
טווערסקי זענען יא ביי באבוב, הגם א חלק גייט אויך צי 45
אזוי אויך פון די אנדערע זענען דא א גרויס חלק וואס זענען ביי 45
יעצט צי די פאקט אז קיינער פון חסידי הדברי שלמה זענען אריבער געגאנגען, מיין איך אז @בעל דרשן האט אויך א טעות, טאקע רוב געבליבן אין באבוב, אבער די רוב רובם אין 45 זענען דארט געווען בימי הדברי שלמה
איין זאך זע איך יא, איך האב געמיינט אז בעל דרשן האט געוואלט שטיפען א אג'ענדע אנהייב ביי ראחמיסטריווקא מאנסי, יעצט זעה איך פשוט אז ווען ער האלט עפעס זעה ער במציאות זאכן אנדערש פון די פאקט
ולסוים הענין דעס וואס בעל דרשן האט דערמאנט אז ס'איז פשוט אז ס'קומט פאר רב''צ ווייל ער הייסט האלבערשטאם, בינך נייגעריג אויב ס'וואלט געווען אז מהרנ''ץ האט בכלל נישט קיין ברידער נאר די איידעם, וואלט מען אויף גענומען א אנדערע אייניקל פון די קדו''צ אלץ רבי ווייל יענער הייסט האלבערשטאם, אדער דערמאלטס וואלט א אנגער אויך געקענט זיין ?
יעצט צי די אנדערע זייט אביסל, ס'קען זיין אז מהרמ''ד איז טאקע אביסל א גרעסערע ת''ח, אבער דעס איז נישט א סיבה אז די רעביסטעווע זאל אים קומען, און זיכער נישט קיין סיבה אז וועגן דעם מיינט אז ער איז גרעסער, מיט אלע אנדערע ליגענטס
זיינע מידות האב איך נישט איינגעזעהן, אפשר אזוי מהרז''ל - די א.ג. נועם המידות גיי ווייס ...
נאך א נקודה וואס גראדע איינער האט שוין ארויפגעברענגט אז ווען רב''צ וואלט זיך אונגאנצן מכניע געווען צי זיין ברידער וואלט היינט נישט געווען קיין 45, ס'איז זייער מסתבר אזוי, ער וואלט זיך נישט אנגעקויפט די אלע שונאים, נאר וואס זאל מען טוהן אז ער האט נישט געוואוסט אז ער גייט עס מאכן אזוי שנעל....
אז די רעדסט שוין נערמאלער וועל איך דיר מסביר זיין. בנוגע אז אין 45 האלט מען אויך אז די אמת'ע יורש איז רבי בנציון האלט איך ווייטער אזוי, נאר אסאך זענען אריבער צו ר' מרדכי דוד אלס שנאה צום זון אדער אלס נאנטשאפט מיט אונגאר, אוואדאי וועט יעדער קומען מיט אגענדע היינט צו טאג און זאגן אז די ירושה קומט פאר חתני רבי נפתלי, ער דארף פארט מסביר זיין דאס וואס איז ער אריבער אבער טיף אין הארצן ווייסן זיי אויך אז די סיבה איז פשוט פון שנאה אדער קירוב צו ר' מרדכי דוד, דין תורה האט געפסקנט לטובת באבוב, אלע ערנסטע רבנים מרביצי תורה נאנטע מענטשן זענען מיט באבוב, נאר אלע וואס זענען אריבער אין 45 האט זיך יעדער געהאט זיינע נגיעות, דער פאר א שטעלע, דער פאר א שנאה צום רב וכדומה, אבער ירושה דיג ווייסט יעדער טיף אין הארצן ווער עס איז די יורש אין די הנהגה.
יעצט בנוגע די אייניקלעך פון קדושת ציון האט לאכעדיג געשריבן אז " אלע " זענען אין 45... האב איך געענטפערט אז עס ווייט פון אמת, ער האט אייניקלעך פון קדושת ציון אבער גענוג און נאך זענען ביי באבוב ליפשיץ טווערסקיס וכדומה און די אנדערע חלק ווי סטעמפל טשענסקאוויטש זענען ביי ביידע אדער בעסער געזאגט ביי ביידע נישט..
און בית חיים יושע האט זיך זיין אייגענע רעביסעווע און ביי שמחות איז ער זיך משתתף ביי ביידע.
יעצט בנוגע אז אויך פון חסידי דברי שלמה זענען אריבער צו ר' מרדכי דוד, אוואדאי אזוי ער האט דאך אנגעהויבן די ערשטע טאג מיט חסידים פונעם זיידן אבער די הויף וואס ער האט היינט איז פון פרעמדע וואס האבן געשיקט אין די מוסדות אדער פון די סימפאטיע פון די גאס וואס אויף דעם האט ער שווער געארבעט צו עס באקומען און ער פרובירט נאך אלס, ווען באבוב גייט אן קנאפע וואס די גאס זאגט, ער זיכט בכלל נישט די סימפאטיע פונעם גאס, ער שטייט פעלזן פעסט מיט זיין מלוכה ער ארבעט אריין אין זיין הויף ער האט שווערע טויזענטע חסידים בכל רחבי תבל וואס זענען שוין דורות באבוב און נישט ערשט צוגעקומען נאך די חלוקה.
יעצט בנוגע די מהות פון רבי מרדכי דוד, לאכעדיג האט לכאורה געמיינט צו זאגן אז ער איז א בעל מידות בלשון סגי נהור... אנדערש קען איך נישט טראכטן ווען מ'זעט ווי ר' מרדכי דוד האט פארפירט יארן לאנג אז אלעס קומט זיך אים, אנגעדרייט א מחלוקת אין באבוב, נאך בחייו פון זיין שווער און אלע זמנים פרובירט צו דערגיין די יארן פון זיין פעטער, פון גוטע מידות קומט עס נישט.
בנוגע די מהות פון באבובער רב, האט ער די שיינע באבובער חן, א ידען נפלא בתורה ובחסידות, א שיינע בעל מחדש וואס גרויסע רביס דערקוויקן זיך מיט זיינע הערליגע חידושים ופנינים יקרים וועכנטלעך ליינעדיג די קונטרסים אמרי קודש, און איבערהויפט האט ער א שטארקע כאראקטער וואס איז א מעלה ווען עס קומט צו פירן אזא מלוכה פון טויזענטע משפחות, שטייענדיג פעלזן פעסט אויף די באבובער יסודות, לאכט פון די גאס א גוטס, ארבעט אריין און הייבט אויף זיינע חסידים, ער גיבט זיך איבער פאר יעדע חסיד ווי א טאטע צו א קינד שידוכים פרנסות וכדומה, ער האט פון די שענסטע חצרות היינט, ערנסטע חסידישע יונגעלייט, בעלי צדקה ובעלי חסדים נפלאים.
מיט דעם לאמיר פארטיגן די גאנצע שומעסריי פון באבוב, דא איז רחמיסטריווקא אוצרות, לאמיר נישט פארפארן.