אשכול פאר חניוקישע יונגעלייט
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1136
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
- האט שוין געלייקט: 108 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל
אשכול פאר חניוקישע יונגעלייט
איך וויל דא עפענען אן אשכול, פשוט - פאר חסידי'שע יונגעלייט, זיך מחזק זיין מיט א גוט ווארט, חיזוק אין עבודת השם. מען גייט ארום אין קאווע שטיבל, מען באגעגנט זיך כסדר מיט כל מיני דיעות, אויפגעקלערטע און אמעראצישע, כפירה'ישע און רמבמ'דיגע. דא וועט זיין א ריין ווינקל, מיט די פארצייטישע תמימות, וואו חניוקישע יונגעלייט וועלן זיך מחזק זיין מיט א דבר תורה, א געדאנק, ריין פון די אלע מיני זאכן וואס דרייען זיך דא אין שטיבל.
סא, ווער וויל אנהויבן מיט א געדאנק?
סא, ווער וויל אנהויבן מיט א געדאנק?
ארמי אובד אבי
ארמי אובד , דער לבן הארמי האט געוואלט פארלענדען , אבי - די ענין פון אבי, אז מ׳פירט זיך ווי די טאטע האט זיך געפירט. ווי מ׳האט זיך געפירט ביי די זיידעס אינדערהיים וכו׳. ווייל לבן האט געוויסט אז די איינציגסטע וועג ווי אידן קענען זיך האלטען אין ביטערען גלות איז דורך אנהאלטען די מסורה ווי מ׳האט זיך געפירט און זיך נישט רירען קיין זוז כל שהיא

- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
זר זהב האט געשריבן:סאטמארע רב האט געזאגט אז פאר איין מגילה הערן לוינט זיך אראפצוקומען!
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
איך בין א שטאלצע חניאקישע אינגערמאן. איטליכער יאר פרשת לך לך גלייך איך אנצוצייגן אז אברהם אבינו האט נישט געקוקט אויף זיין ווייב (אדער ווי מיר ריפן איר "הער נאר") קיינמאל. הנה נא ידעתי כי אשה יפת מראה את. איי, וואס טיט זיך מיטן מהרש"א'ס קשיא פון אסור לאדם לקדש אישה עד שיראנה? ענטפערט שוין דער נודע ביהודה אז דער פראבלעם איז אלס שמה יתגנה, אבער א חניאקישער אינגערמאן וואס איז נגמר בדעתו אז ס'גייט אים נישט אן איז פטור פון עד שיראנה. וכן נוהגין במקומינו. בכלל זאגט די גמרא אין כתובות אז א ת"ח איז נישט בקי בצורות נשים ממילא ניצט נישט דעם עד שיראנה ממילא.
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
בן תמליון האט געשריבן:רחמיך רבים השם, אויף דיר רבונו של עולם איז א גרויס רחמנות, האט דער הייליקער רוזשינער זי"ע געטייטשט.
די ווארט שטייט אין חיי הר"ן פון ר' נחמן ברסלבער אז ער איז געווען אמאל ביים בעל התניא און דער בעל התניא האט עם געזאגט אפאר שעה תורה כדרכו. ר' נחמן האט זיך אנגערופען אז מיט איין ווארט האט דער בעל התניא צוגעטראפן, און דאס איז געווען דער ווארט.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
פון "מנחם", דא:
דער אור החיים הק' אויפן פסוק כי יצר לב האדם רע מנעוריו, זאגט אז דאס איז מחסדי השם אז מ'זאל האבן א תירוץ, ווען נישט וואלט מען נישט געהאט קיין תקומה.
דער אור החיים הק' אויפן פסוק כי יצר לב האדם רע מנעוריו, זאגט אז דאס איז מחסדי השם אז מ'זאל האבן א תירוץ, ווען נישט וואלט מען נישט געהאט קיין תקומה.
וירח ה' את ריח הניחוח
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
שמעקעדיג האט געשריבן:פון "מנחם", דא:
דער אור החיים הק' אויפן פסוק כי יצר לב האדם רע מנעוריו, זאגט אז דאס איז מחסדי השם אז מ'זאל האבן א תירוץ, ווען נישט וואלט מען נישט געהאט קיין תקומה.
תלמוד בבלי מסכת ברכות דף לב/א :
אמר רבי חמא ברבי חנינא אלמלא שלש מקראות הללו נתמוטטו רגליהם של שונאי ישראל חד דכתיב ואשר הרעותי וחד דכתיב הנה כחומר ביד היוצר כן אתם בידי בית ישראל וחד דכתיב והסירותי את לב האבן מבשרכם ונתתי לכם לב בשר.
דהיינו אין די פסוקים איז מבואר אז דער אייבישטער איז אחראי אויך אויפ'ן יצר הרע.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 34
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 30, 2012 8:23 am
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל
מורינו הרב האט געשריבן:איך וויל דא עפענען אן אשכול, פשוט - פאר חסידי'שע יונגעלייט, זיך מחזק זיין מיט א גוט ווארט, חיזוק אין עבודת השם. מען גייט ארום אין קאווע שטיבל, מען באגעגנט זיך כסדר מיט כל מיני דיעות, אויפגעקלערטע און אמעראצישע, כפירה'ישע און רמבמ'דיגע. דא וועט זיין א ריין ווינקל, מיט די פארצייטישע תמימות, וואו חניוקישע יונגעלייט וועלן זיך מחזק זיין מיט א דבר תורה, א געדאנק, ריין פון די אלע מיני זאכן וואס דרייען זיך דא אין שטיבל.
סא, ווער וויל אנהויבן מיט א געדאנק?
איך בין נישט א חניוקישער יונגער מאן נאר סתם א פשוט'ער בעל הבית. פרעג איך אייך מורינו הרב: גיט איר מיר די רשות צו רעאגירן דא?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 34
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 30, 2012 8:23 am
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 34
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 30, 2012 8:23 am
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 726
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
- האט שוין געלייקט: 590 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
איך האב געהערט אין א טעיפ פון סיני מאלעוויצקי אז דער נאמען חוניאק שטאמט פון חוני בן שמעון הצדיק. דער חוניה האט אנגעטון פאר זיין עמאראצישער ברודער דער נייער כהן גדול א שפיצל און איינגערעדט אז ווייבערישע קליידער זענען די בגדי כהן גדול. אלס דעם אויס ריפט מען יעדער שלאך וואס גייט אימבאלימפערט אנגעטון א חוניאק על שם חוניה.
מילא פאסט זיך זייער דער ח' אין חאניאק.
אבער דער נושא פאסט זיך באמת נישט אריין דא אין דעם חסידישן אשכול.
מילא פאסט זיך זייער דער ח' אין חאניאק.
אבער דער נושא פאסט זיך באמת נישט אריין דא אין דעם חסידישן אשכול.
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
שלזינגרוביץ האט געשריבן:שתיקה כהודאה דמיא. אויב אזוי וויל איך אנהייבן מיט א קלאץ קשיא. לויט ווי איך ווייס איז נישט פאראן אין יידיש דאס אות ח' סיידן אין ווערטער וועלעכע שטאמן פון לשון קודש. אויב איך בין גערעכט דארפ מען אפשר שרייבן 'כעניוק' מיטן כ' און נישט מיטן ח'. וואס זאגט איר?
מאנכע שרייבן "חריין". מסתם ווייל עס ווערט דערמאנט אין הלכה און דארט רופט מען עס לשון קודש'דיג.
בדרך אפשר קען מען זאגן אז די חאניאקישע יונגעלייט זענען שטענדיג אדער מעביר סדרה זיין, אדער זענען זיי אין מקוה, אדער האלטן זיי צווישן נטילת ידים און המוציא און זיי ווילן נישט אויסרעדן אין אידיש, דעריבער זענען זייערע נעמען אויך לשון קודש'דיג.
האדם לא נברא אלא להתענג
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
יואליש האט געשריבן:פון די אנדערע זייט, זאגט דאך די גמרא אז א בנש"ק איז איינער וואס קוקט נישט בצורת מטבע, און ווי מיר ווייסן איז נשתנו הטבע און היינט איז פונקט פארקערט, מ'קען נישט זיין א בנש"ק נאר אויב מ'איז בקי בצורות מטבע. ברויך מען מעיין זיין אויב די ת"ח בקי בצורות נשים איז נישט נשתנו הטבעים. וצ"ע.
מען קען דאס מיישב זיין לויט די גמרא אין בבא בתרא אז ווען א תלמיד חכם גייט נעמען א פרוי צו חתונה האבן זאל ער מיטנעמען אן עם הארץ וואס איז יא בקי בצורות נשים און ער זאל זיכער מאכן אז דאס איז די זעלבע פרוי וואס ער גייט מקדש זיין. לענינו קען מען זאגן אז די בנש"ק האבן אזעלכע עמי הארצים, געוויסע רופן זיי גבאים אדער פאנדרעיזערס, וואס זענען בקי בצורות המטבעות און מאכן זיכער אז עס איז שטענדיג דא גענוג געלט צו שפייען דערויף.
האדם לא נברא אלא להתענג
- לאדיך אפ
- ידיד ותיק
- הודעות: 660
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
- האט שוין געלייקט: 220 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל
ואנשי קודש תהיין לי זאגט דער קאצקער מענטשליך הייליג זאלט עטס זיין!
בוא אל התבה זאגט דער בעל שם טוב קום אריין אין דאס ווארט און זיי מכוון ביים דאווענען מיט אלע כוחות.
הנה נא ידעתי כי אשה יפת מראה את זאגט דער קדושת לוי אז אברהם אבינו איז נשפע געווארן פון די רוח זנות וואס האט געהערשט אין מצרים און וועגן דעם איז ער דורכגעפאלן און געקוקט אויף שרה.
בוא אל התבה זאגט דער בעל שם טוב קום אריין אין דאס ווארט און זיי מכוון ביים דאווענען מיט אלע כוחות.
הנה נא ידעתי כי אשה יפת מראה את זאגט דער קדושת לוי אז אברהם אבינו איז נשפע געווארן פון די רוח זנות וואס האט געהערשט אין מצרים און וועגן דעם איז ער דורכגעפאלן און געקוקט אויף שרה.
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
ר' דוד לייב שווארץ ז"ל פלעגט אנוואונטשען יעדער יונגעל "זאלסט אויסוואקסען א גרויסער חניוק!"
איינער האט עם אמאל געפרעגט וואס דאס מיינט, האט ער געזאגט חניוק איז ר"ת ח'סידים נ'בונים י'ראים ק'דושים.
ובזה מיושב אויך פארוואס שטייט עס מיט א חי"ת.
איינער האט עם אמאל געפרעגט וואס דאס מיינט, האט ער געזאגט חניוק איז ר"ת ח'סידים נ'בונים י'ראים ק'דושים.
ובזה מיושב אויך פארוואס שטייט עס מיט א חי"ת.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
וייסט איינער פון ווי סקומט די ווארט חאניאק און וואס עס מיינט אריגענעל?
אויך, וואס איז דער הגדרה פון דעם.
אמאל במעמד חבורה פון חניוקישע יונגעלייט האט מען ערנסט דן געווען איבער די הגדרה פון חאניאק, ונמנו וגמרו אז א חאניאק איז ווער עס טוט נישט זאכן וואס זענען נישט וויכטיג, ער וייסט קלאר וואס איז א עיקר און וואס איז א טפל, און מאכט אן עסק נאר פונ'ם עיקר. למשל זיך פיצען, איז אפשר א שיינע זאך, אבער אוודאי איז נישט דאס דער עיקר, מילא מאכט א חאניאק זיך נישט וויסענדיג ועגן דעם, ביי א סעודת שבת, איז דער עיקר די ווארימקייט די זמירות די דברי תורה, צי די עסן איז פונקטליך געלונגען דאס איז שוין א טפל, און אזוי וייטער.

- בן תמליון
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1456
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
- האט שוין געלייקט: 1301 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל
שלזינגרוביץ האט געשריבן:שתיקה כהודאה דמיא. אויב אזוי וויל איך אנהייבן מיט א קלאץ קשיא. לויט ווי איך ווייס איז נישט פאראן אין יידיש דאס אות ח' סיידן אין ווערטער וועלעכע שטאמן פון לשון קודש. אויב איך בין גערעכט דארפ מען אפשר שרייבן 'כעניוק' מיטן כ' און נישט מיטן ח'. וואס זאגט איר?
אולי, איז דער שורש פון חניאק דער ווארט חן דהיינו א יונגעמאנטשיק מיט חנ'דל וואס איז געווארן א טיטול פאר אזאלכע פרומטשיקלעך. ממילא קומט עס יא מיט א ח'.