איך האב טאקע נישט פארשטאנען ווייל האסט דיר נישט געהאט מסביר געווען, איך ווייס ווער ר' יושע ברויער איז.מיסטעריע האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 7:12 pmנישנאש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 2:39 pmנגינה אין חסידישע חצירות אויף די לעוועל פון היינט און אפגערעדט סקווירא האט נישט מיט באבוב עס האט מיט בעלזא. דוק ותשכחמיסטעריע האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 12:00 pm @בעל-דרשן, איך ווידערהאלט נאכאמאל, ס'איז אראפגעמאלן מיט אלע פארבן פון א 48 בליק, בכלל נישט דורך א אומפארטייאישע בליק, איך וויל נישט פארשמירן דעם אשכול, אדרבה עפן א באבובער אשכול, לאמיר דארט רעדן, (ס'איז שוין דא, אבער מיאוסע אשכולות, ווי איינער זוכט נאר צו זיין לקנתר דעם אנדערן, נישט נארמאל געלאסן דורך טוהן די זאך) די נקודה פנימיות איז עכט מהרנ"צ ווערסוס מהרב"צ, די גאנצע 45 איז נאר א תוצאה וואס האט זיך געפארעמט נאך בחייו פון מהר"ש, די גאנצע מהות, ווי רבי נפתלי איז בטעות אריינגעפאלן אלס א רבי, איך וויל נישט מאריך זיין, ס'איז דא אסאך צו רעדן און שרייבן, באבובער חן רופסטו דאס? דאס איז באבובער אומ-חן! איך זאג אלעמאל פאר מענטשן, ווען זיי וואונדערן זיך ווי קומט דאס צו מהר"ש אזא איש השלום אזאנס זאל געשעהן אין זיין קהילה, זאג איך זיין, ער איז זיך אליינס שולדיג, ווען ער האט צוגעזעהן וויאזוי מ'באנעמט זיך מיט זיין בכור, (איך ווייס ער האט נישט געהאט קיין ברירה... מיט זיין צווייטע רעבעצין וד"ל) און ער האט עס געלאזט לויפן, פארדינט זיך דער קהילה ערליך די גאנצע שמוציגע פלעק.
אבער מ'וועט זיך האלטן ביי דעם, און נישט פארפארן.
הרב תניא-בניחותא, סקווירא האט שוין איינמאל מיט באבוב, ווען נישט מהר"ש וואלט סקווירא נישט געווען אזוי אויפגעבויעט, איינע פון די גרעסטע פנימיות'דיגע זאכן (היינט שוין ליידער חיצניות'דיגע) אין א חסידות-קאמפעני איז נגינה, ווען נישט רבי שלמה באבובער ווער ווייסט ווי נגינה לעוול וואלט היינט געשטאנען אין סקווירא, ודו"ק ותשכח!!!!
האסט פארשטייט זיך נישט געכאפט וואס איך מיין.... ס'גארנישט געשעהן, מ'ווערט כסדר געוואויר נייע זאכן, לאמיר דיך מסביר זיין אביסל קלארער, געווען א איד וואס איז במקורו געווען א יוצאי אשכנז געהייסן ר' שלמה ברויער א פלומעניק פון הרב ברויער פון וואשינגטאן הייטס, ער האט זיך מקשר געווען צו מהר"ש מבאבוב אין די וועסט סייד, בקיצור אן אריינגיין און קיין אריכות, האט רבי שלמה באבובער איהם גע'עצה'ט ער זאל מופן אויף סקווירא, ער האט א זוהן וואס ער איז דער הויפט מלחין לבית סקווירא, און אוועקגעשטעלט די נגינה, דעריבער האב איך מיר געקלערט ווען דער באבובער רב שיקט נישט ר' שלמה ברויער אויף סקווירא, און דער זוהן וואקסט אויף אין באבוב, וואלטן אלע זיינע ניגונים געווען אין באבוב!!!!
בדרך אגב, מיט בעלזא האט עס פארשטייט זיך נישט, ווייל ווער ס'ווייסט איז בעלזא פארן קריג געווען זייער שוואך אין נגינה, דאס האט דער היינטיגער בעלזער אוועקגשטעלט, און אז מ'רעדט שוין וועגן נגינה, ווען איך וועל האבן מער כח און צייט, און ווייטער פאראויס גיין מיט מיין היסטאריע, וועל איך אויך דערמאנען די סקווירא/ראחמיסטריווקא חברה וואס זענען שמאל-קעפיק וועלכע ניגונים מ'האט יא געזונגען, און צו מיט ווערטער אדער אהן ווערטער, אקעי מ'וועט עס לאזן פאר א צווייטע געלעגנהייט
מיט בעלזא האב איך געמיינט אז די גאנצע עסק ביי חסידות'ן מיט ארויסגעבן אייגענע ניגונים האט דער בעלזער רב אנגעהויבן אין אלע האבן נאכגעמאכט, כ'רעד נישט פון עבודת הנגינה וואס איז גאר אלט