מיין טאטע איז אויך געווען זייער לויז אויף מירgood news האט געשריבן:איך געדענק ווען איך בין געווען א בחור פון צוועלף דרייצן יאר. איך האב געהאט דעמאלס זייער א שוואכע תקופה, איך פלעג זיך ארומדרייען אין די נעכט אין גוי'אישע געז סטעישנס, זיך געזוכט אז גוים זאלן אנהייבן מיט מיר און זיך געלאזט מטמא זיין... קיינער האט נישט געקוקט מיין וועג און קיינער האט מיר נישט נאכגעקוקט. בין הזמנים בין איך געהעריג געגאנגען אין אלע מיני מקומות און געווארט אז איינער זאל צוקומען... בשעת מעשה בין איך ממש געווען הפקר, שווארצע האבן מיך אפגעשטעלט דרייע פארטאגס און מיר געאפערט אן אייסקרים... איך קען ענק נישט זאגן... איך וואונדער זיך ביז היינט וואו מיין טאטע איז געווען.
למעשה, קען איך נישט זאגן אז ס'האט מיר געשאדט אין חינוך. מען איז עלטער געווארן, מער באזעסענער, מען האט אנגעהויבן זען די וועלט און פארשטיין. איך טראכט שוין אז ס'איז מעגליך אז דווקא דערפאר וואס ער האט מיר נישט דערשטיקט, און מיר געלאזט אליין עקספיריענסן, האט מיר געהאלפן צו ווערן געזעצט.
דער אמת איז, אז מען קען נישט זאגן, ווייל יעדע קינד איז אנדערש און יעדע מענטש איז אנדערש. וואס ביי איין קינד איז בעסער אז מען קוקט אים נאך, איז ביי א צווייטן קינד בעסער אז מען לאזט אים פריי. למעשה קען מען נישט וויסן וואס איז טאקע בעסער און ביי יעדן איינעם איז עס אנדערש.
איך פלעג טשילן מיט חברים, זיי פלעגן ציטערן און דארפן אהיימרופן אז זיי זענען געגאנגען צו תפארת יונה. זייערע עלטערן פלעגן בלייבן אויף ביז זיי זענען אהיימגעקומען, בשעת מיינע עלטערן פלעגן פּאָפן (אדער אזוי האב איך געמיינט?)
יא סאיז געווען משוגע רואיג, אבער סהאט מיר שוין דעמאלסט געבאדערט אז מיינע עלטערן קימערן זיך נישט ווען און ווי כבין געגאנגען.
למעשה פאר מיר איז עס גראדע געווען זייער העלטי, אבער מיין ברודער האט גענומען פול-אדווענטעדזש, און ער זוכט נאכאלץ זיין וועג צוריק.
סאיז נישטא קיין כלל, יעדער קינד האט א אנדערע רעאקציע צו יעדע מהלך. סאיז זיכער דא א מיטעלע וועג אויף אנצוהייבן, אבער פון דארט און ווייטער איז דא שכל מיט סייעתא דשמיא.
Sent from my iPhone using Tapatalk