די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
פארשפארט
יצחק אייזיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 7:59 pm
האט שוין געלייקט: 387 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך יצחק אייזיק »

בעל דרשן האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 12:50 am
יצחק אייזיק האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 12:41 am
עמרם האט געשריבן: מוצ"ש יאנואר 20, 2024 10:30 pm פאר די אלע וואס מיטשענען זיך צו פארשטיין פארוואס רב''צ האט נישט שלום געמאכט

מען דארף פארשטיין אז דא איז געווען צוויי זאכן
קודם איז געווען די עצם מחלוקת, אז רמ''ד איז ארויס פון באבוב, און זיך דערקלערט אלץ ממשיך, דעס אליינס האט געמאכט א פירוד לבבות, נישט קיין חילוק צו ער איז בארעכטיגט צו נישט, די עצם זיך אפטיילן איז א מחלוקת, און די מחלוקת גייט ווייטער אהן

נאכדעם איז געווען א די''ת, ווי 45 האט געוואלט באקומען בנינים, און לכבוד דעם האבן זיי דערלייגט די נאמען (ווען רמ''ד גייט נישט אין די''ת (סו''ס האט ער מילא גארנישט באקומען) וואלט לכאורה רב''צ אים נישט גערופן נאר פאר די נאמען, וואלט ער כאטש געבליבן מיט דעם)
יעצט אז ער נעמט אהן די פסק, זייער שיין, אבער וואס האט דעס מיט די עצם מחלוקת
שטעל דיך פאר ווען סאטמאר גייט אין די''ת אויף די בנינים און מוסדות אין וויליאמסבורג, און בי''ד מאכט א פסק, צו א פשרה, און ביידע נעמען עס אהן, וואלט ווען געווארן שלום אין סאטמאר ?
די מחלוקת איז איין זאך, און די''ת איז ס''ה אויף ממונות, אבער די עצם שנאה קומט נישט די די''ת אריין
איז טאמער רמ"ד האט געוואלט ארויסגיין, וואס, טאמער עפעס בכלל, וואלט ער געקענט טון זאל נישט זיין קיין מחלוקת?
צום אלעם ערשט נישט לויפן אין געריכט און דערנאך אין דין תורה, און שרייען כולה שלי, וואס צד באבוב איז געווען גרייט צו מאכן פשרות, אבער ער האט אלס געווילט אפילו צונעמען קרית באבוב אין ארה"ק... און ווי יעדער ווייסט האט ער שווער פארלוירן, ווען נישט די דין תורה וואלט ער נאך היינט געקענט הייסן באבוב, באבובער רב וואלט אים קיינמאל גערופן אין דין תורה.

און גייט ער ארויס לכתחילה און רופט זיך תולדות צבי נפתלי וכדומה וואלט קיין שטארקע מחלוקות נישט געווען, דאס ווילן אלעס אוועקנעמען פון רבי בנציון ווי כאילו איך בין יורש און נישט די האט אים אלעס קאליע געלייגט כידוע
דאס איז נישט וואס עמרם האט געזאגט. ער האט געזאגט אז ס'איז דא די נכסים און נאכדעם איז דא די עצם ארויסגיין. אויף די נכסים איז שייך צו זאגן פשרה אדער אננעמען א פסק אבער אויפן עצם ארויסגיין אויף דעם איז די שנאה און מחלוקה. איז מיין שאלה, צו וואלט ער געקענט ארויסגיין אן א מחלוקה?
בעל דרשן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 474
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 06, 2018 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך בעל דרשן »

למדן וחסיד האט געשריבן: מוצ"ש יאנואר 20, 2024 12:59 pm לגבי באבוב
דער מציאות אז אזא גרויסע ציבור
פון דעם גאר אסאך ערענסטע מענטשן
זענען מבחירתם געגאנגען צום איידעם
און נישט צום זון
דבר זה אומר דרשני
סתם א קליינע ליסטא פון די גרעסטע פערזאנען אין באבוב וואס זענען געגאנגען מיט די זון, און פון דא קוק און איבערצייג דיך וואס די שטארקע רבנים עסקנים פני העדה אין באבוב האבן געהאלטן.

הרה"ח המפורסם רבי שמואל הורוויץ ז"ל לעגענדארע משב"ק ביים דברי שלמה, הרה"ח המפורסם רבי משה חנוך העניך גרינפעלד ז"ל קוויטל שרייבער ביים דברי שלמה, אלע איידימער פונעם דברי שלמה זי"ע, הרה"ח המרומם רבי שאול הטרר ז"ל, הגאון הגדול רבי זושא פאלמאן ז"ל מנהל מתיבתא, הרבני החסיד רבי יוסף שמואל לאנדא די שר צבא אין חצר הקודש באבוב, הרבני החסיד רבי משה יקותיאל עליאס ז"ל א עבד נאמן צום דברי שלמה, הרה"ח המרומם רבי יהושע הלר ז"ל בריח התיכון פון באבוב אין ארה"ק, הרה"צ בנש"ק רבי משה האלבערשטאם ז"ל דומ"ץ באבוב אנטווערפן, הרה"ח רבי ניסן לעזער ז"ל ובנו הנגיד רבי אברהם אהרן שליט"א, אחים למשפחת שארף רבי לייבוש רבי שלמה ועוד, הטספר המרומם רבי לייבל רובין ז"ל, הרה"ח בנש"ק רבי צבי אלימלך קורנרייך ז"ל טאטע פון יבלחט"א הרביים מקאסוב וויזניץ ושידלובצא, הרה"ג רבי אברהם שלאף ז"ל ר"י באבוב אין לאנדאן, האדמורי"ם מגארליץ ארה"ק, רודניק, טאמשוב, הרה"ג רבי שלום קעסלער שליט"א, הרה"ח רבי שמערל ציטראנענבוים שליט"א, הרה"ג רבי נחום מאיר גערמאן שליט"א, הרה"ח המשפיע רבי חיים דוד בלום שליט"א, הרה"ג רבי יהושע פירר שליט"א, הרבני החסיד רבי לייביש לאנדא שליט"א, הרה"ג רבי בעריש רובין שליט"א מדאמבראווא, הרה"ג רבי מיכאל הלר שליט"א ראש ישיבת עץ חיים בארה"ק.

און די ליסטא איז נאך גאר גרויס סיי מיט די וואס לעבן שוין נישט, און סיי וואס לעבן נאך יא, ואין כאן המקום להאריך ווי מ'זאגט, ובפרט איז די ליסטא גרויס מיט די צענדליגע זקנים תלמידים פונעם קדושת ציון זי"ע וואס זענען אלע געגאנגען צום זון חוץ אפשר איינס צוויי וואס האבן נישט געוואינט דאהי, און זייענדיג אויף די עלטער האבן זיי געדארפט צוקומען צו די קינדער, וואס האבן זיי מיטגעשלעפט מיט די זיך קיין 45, לסיכום ממש רוב חסידים דורות באבוב, די זקנים תלמידים פונעם קדושת ציון, די רבנים ומרביצי תורה, עסקנים און אישי ציבור פון באבוב זענען געגאנגען מיט די זון.

און יא ר' מרדכי דוד אונגאר איז זיך געגאנגען און איבערגערעדט יונגעלייטליך בחורים וואס האבן געלערנט ביי אים אין ישיבה, און אנגעהויבן אריינעמען אין מוסדות פרעמדע אידן, און אזוי צוביסלעך אויפגעשטעלט א שיינע קהילה, אזוי ווי רבי מאטל זילבער, א נייע שלשלת וואס הייסט באבוב 45 בלשון קיצור איז עס 45, און ער איז די ראש השלשלת צו די חצר פון באבוב 45, פונקט ווי אין באבוב איז די ראש השלשלת רבי שלמה הראשון, איז אין באבוב 45 די ראש השלשלת ר' מרדכי דוד אונגאר, א שיינע דינאסטיע וועט זיך בעזרת השם וועבן פון אים, אבער א שייכות מיט די ארגינעלע באבוב איז עס נישט, ער האט זיך געעפנט א נייע קאמפעני.

גוטע וואך אלע אידן
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בעל דרשן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך לאכעדיג »

רובם ככולם פון דיין ליסטע זענען אידן וואס זענען איינגעשטעלט אין 48 און זיי האבן נישט געוואלט פארלירן די פרנסה.

רוב ערנסטע אידן וואס האבן נישט געהאט זייער פרנסה פון באבוב זענען מיטגעגאנגען מיט באבוב 45.

אדער ווייל זיי האבן געוואלט אן ערנסטע רבי מיט יראת שמים וואס וועט געדענקען מהרנ"ץ מבאבוב און נישט חס ושלום פארקערט ווי 48 האט געטון.

אדער אזוי ווי איינער האט אויבן געשריבן ווייל זיי האבן נישט געהאט קיין פאסטן אין באבוב און זיי האבן געהאפט צו באקומען א פאסטן אין די נייע באבוב.
סקרו דרייוער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 2:42 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך סקרו דרייוער »

שמעתי אז ר' פסח מיללער ז''ל האט באקומען א הבטחה צו ווערן דומ''ץ באבוב 45 און אזוי אויך אנדערע שיינע אידן האבן באקומען הבטחות פאר פאסטענעס, און לדאבונם נאך די קהילה איז געווארן א פאקט האט מען עס נישט מקיים געווען והיה להם עגמת נפש גדול
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך טאמבל סאס »

וואו קומט אריין "שר צבא" פאר עפעס א גאליציאנער חסידות וואס האט סך הכול א שוהל מיט עטליכע בתי חינוך אויף א גאס אין בורו פארק?
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
בעל דרשן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 474
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 06, 2018 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך בעל דרשן »

טאמבל סאס האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 4:53 am וואו קומט אריין "שר צבא" פאר עפעס א גאליציאנער חסידות וואס האט סך הכול א שוהל מיט עטליכע בתי חינוך אויף א גאס אין בורו פארק?
אויף זיין מצבה שטייט שר צבא
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך טאמבל סאס »

עמרם האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 4:08 pm
מיסטעריע האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 1:21 pm
נאכאמאל ער איז געווען טו-עי-סערטען-פוינט "די פאקטא" רבי ביי יעדעם איינעם, וואס איך מיין צו זאגן איז, אז ער האט געטראגן די גרעסטע רוחניות'דיגע אוטאריטעט ביי די בחורים, (ס'קען זיין אז דער שוואגער האט פריוואט איהם געזאגט זאכן און קיינער ווייסט נישט) אבער די שוואגער איז געזיצן אויפן "בענקל" אלס רבי, אבער האט החלטות און סגנון פון שווער האט ער אוועקגעשטעלט, אין טאקע ביי די לווי' פון סאטמערער רב, איז געווען "דער איינציגסטער מאל" וואס די שוואגער האט געזאגט, אז "רבי בין איך" און די בחורים זענען למעשה געגאנגן צום לווי', און דער איינציגסטער וואס איז געבליבן אין שטעטל ווייסטו דאך אוודאי געוויס
ווער ?

און צי דיר מיסטעריע ביטע גיין אהן, און דערצייל ווייטער אלעס וואס די ווייסט און געדענגסט,
ס'איז וויכטיג אז ס'זאל פארשריבן ווערן, און אונז זענען זייער נייגעריג
ביטע מאך דיך נישט ציטון פון אזעלכע וואס ווילן שטערן
האסט באמת זייער גוט געשריבן ביז אהער !!!
ר' חי יצחק?!
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך עמרם »

טאמבל סאס האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 9:05 am
עמרם האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 4:08 pm
מיסטעריע האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 1:21 pm
נאכאמאל ער איז געווען טו-עי-סערטען-פוינט "די פאקטא" רבי ביי יעדעם איינעם, וואס איך מיין צו זאגן איז, אז ער האט געטראגן די גרעסטע רוחניות'דיגע אוטאריטעט ביי די בחורים, (ס'קען זיין אז דער שוואגער האט פריוואט איהם געזאגט זאכן און קיינער ווייסט נישט) אבער די שוואגער איז געזיצן אויפן "בענקל" אלס רבי, אבער האט החלטות און סגנון פון שווער האט ער אוועקגעשטעלט, אין טאקע ביי די לווי' פון סאטמערער רב, איז געווען "דער איינציגסטער מאל" וואס די שוואגער האט געזאגט, אז "רבי בין איך" און די בחורים זענען למעשה געגאנגן צום לווי', און דער איינציגסטער וואס איז געבליבן אין שטעטל ווייסטו דאך אוודאי געוויס
ווער ?

און צי דיר מיסטעריע ביטע גיין אהן, און דערצייל ווייטער אלעס וואס די ווייסט און געדענגסט,
ס'איז וויכטיג אז ס'זאל פארשריבן ווערן, און אונז זענען זייער נייגעריג
ביטע מאך דיך נישט ציטון פון אזעלכע וואס ווילן שטערן
האסט באמת זייער גוט געשריבן ביז אהער !!!
ר' חי יצחק?!
יא
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך עמרם »

@בעל דרשן: לויט די איז רמ''ד זייער א סוקסעספול רבי
ווי זעהט מען א רבי וואס האט אנגעהויבן פון פריש, איז נישט קיין ממשיך פון א שלשלת, און האט נישט געהאט קיין בנין אויף זיין נאמען, זאל זיך ארויף ארבייטן און ווערן פארעכענט ווי די גרעסטע רבי אין ב''פ נאך זיין בר פלוגתא רב''צ,
אויפגעשטעלט גרויסע מוסדות,
און בתי מדרשים אין כמעט די גאנצע וועלט
און ווערט פארעכנט אין די וועלט אלץ איינע פון די מנהיגים פון די חסידישע וועלט
פרי עץ הדר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 3:27 pm
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך פרי עץ הדר »

אכאמאל ער איז געווען טו-עי-סערטען-פוינט "די פאקטא" רבי ביי יעדעם איינעם, וואס איך מיין צו זאגן איז, אז ער האט געטראגן די גרעסטע רוחניות'דיגע אוטאריטעט ביי די בחורים, (ס'קען זיין אז דער שוואגער האט פריוואט איהם געזאגט זאכן און קיינער ווייסט נישט) אבער די שוואגער איז געזיצן אויפן "בענקל" אלס רבי, אבער האט החלטות און סגנון פון שווער האט ער אוועקגעשטעלט, אין טאקע ביי די לווי' פון סאטמערער רב, איז געווען "דער איינציגסטער מאל" וואס די שוואגער האט געזאגט, אז "רבי בין איך" און די בחורים זענען למעשה געגאנגן צום לווי', און דער איינציגסטער וואס איז געבליבן אין שטעטל ווייסטו דאך אוודאי געוויס

ווער ?

און צי דיר מיסטעריע ביטע גיין אהן, און דערצייל ווייטער אלעס וואס די ווייסט און געדענגסט,
ס'איז וויכטיג אז ס'זאל פארשריבן ווערן, און אונז זענען זייער נייגעריג
ביטע מאך דיך נישט ציטון פון אזעלכע וואס ווילן שטערן
האסט באמת זייער גוט געשריבן ביז אהער !!!

ר' חי יצחק?!

יא
ווער עס פארציילט דיר די באבא מעשה ווייסט פשוט נישט די אמת רבי חי יצחק האט נישט געהאט קיין שייכות מיט די מעשה זייענדיג א סקווירא תלמיד און א יוצא ונכנס ביים רבין שליט"א ווייס איך ס'איז נאך א שקר וכזב אויסגטראכט פונעם קליינעם פינגער זיי נישט קיין מספר אחר מטתן של ת"ח ובפרט ווען עס איז שקר גמור! רבי איציקעל איז געפארען צום לוי' און איינגעשטאנען א גאנצע טאג ביי הרב אלי פלאהר שליט"א רין קרית יואל א איידעם ביי גרינבערג עס איז אזוי אמת די מעשה דא ווי ער האט ארויסגעווארפען די דברי חיים וואס נערישע מענטשען האבען געזיכט צו פארציילען און ווער עס וויל דער אמת ווייסט אז עס איז שקר וכזב ודי בזה
למדן וחסיד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מאי 06, 2023 5:38 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך למדן וחסיד »

איינער האט אפשר די מצגת וואס מהאט געוויזן און בעלזא ט שבט?
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך עמרם »

פרי עץ הדר האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 11:44 am
עמרם האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 9:19 am
טאמבל סאס האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 9:05 am
עמרם האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 4:08 pm

ווער ?

און צי דיר מיסטעריע ביטע גיין אהן, און דערצייל ווייטער אלעס וואס די ווייסט און געדענגסט,
ס'איז וויכטיג אז ס'זאל פארשריבן ווערן, און אונז זענען זייער נייגעריג
ביטע מאך דיך נישט ציטון פון אזעלכע וואס ווילן שטערן
האסט באמת זייער גוט געשריבן ביז אהער !!!
ר' חי יצחק?!
יא

ווער עס פארציילט דיר די באבא מעשה ווייסט פשוט נישט די אמת רבי חי יצחק האט נישט געהאט קיין שייכות מיט די מעשה זייענדיג א סקווירא תלמיד און א יוצא ונכנס ביים רבין שליט"א ווייס איך ס'איז נאך א שקר וכזב אויסגטראכט פונעם קליינעם פינגער זיי נישט קיין מספר אחר מטתן של ת"ח ובפרט ווען עס איז שקר גמור! רבי איציקעל איז געפארען צום לוי' און איינגעשטאנען א גאנצע טאג ביי הרב אלי פלאהר שליט"א רין קרית יואל א איידעם ביי גרינבערג עס איז אזוי אמת די מעשה דא ווי ער האט ארויסגעווארפען די דברי חיים וואס נערישע מענטשען האבען געזיכט צו פארציילען און ווער עס וויל דער אמת ווייסט אז עס איז שקר וכזב ודי בזה
נעקסטע מאל מאך אזוי אז מ'זאל פארשטיין וואס די זאגסט
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך עמרם »

איך זעה אז מ'גייט שוין צירוק צו ראחמיסטריווקא
וואס גייט זיין מיט בעלזא ?
סאדיגורא ?
פאפא ?
סאטמאר ?
קלויזענבורג ?
א.א.וו. ?????
בעל דרשן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 474
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 06, 2018 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך בעל דרשן »

עמרם האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 11:17 am @בעל דרשן: לויט די איז רמ''ד זייער א סוקסעספול רבי
ווי זעהט מען א רבי וואס האט אנגעהויבן פון פריש, איז נישט קיין ממשיך פון א שלשלת, און האט נישט געהאט קיין בנין אויף זיין נאמען, זאל זיך ארויף ארבייטן און ווערן פארעכענט ווי די גרעסטע רבי אין ב''פ נאך זיין בר פלוגתא רב''צ,
אויפגעשטעלט גרויסע מוסדות,
און בתי מדרשים אין כמעט די גאנצע וועלט
און ווערט פארעכנט אין די וועלט אלץ איינע פון די מנהיגים פון די חסידישע וועלט
ער איז נישט איינס נאך באבוב אין ב"פ, קלויזענבורג האט מער משפחות ווי אים, נאר מ'זעט עס נישט כמעט ווייל די קלויזענבורגער פירט כמעט נישט ברבים און ליידער שמחות מאכט ער אויך נישט.

יעצט 45 האט נישט ממש אנגעהויבן פון פריש ווי געשריבן האט ער איבערגערעדט יונגעלייטליך בחורים וואס האבן געלערנט ביי אים אין ישיבה, אבער טאקע א חלק ניכר איז פון פרעמדע וואס ער האט אריינגענומען אין מוסדות זיך צו בויען.

בנוגע נאך רבי'ס וואס האבן אנגעהויבן פון פריש א שלשלת איז דאראג און סטוטשין תולדות אברהם יצחק גרויסע חצרות היינט און אנגעהויבן פון פריש אלעס און מסתמא דא נאך.

בנוגע זיין בתי מדרשים איבער די וועלט :
ב"פ ווי זיין חצר איז אוועקגעשטעלט האט ער נישט קיין אייגענע שול, יא יעצט בויט מען ברוך השם נאך 20 יאר.. ( ווייל ער איז דאך געחלומט צו באקומען די אלטע שול... ווי באבוב איז ארויס מיט א מעכטיגע זיג ביים דין תורה )

מאנסי האט ער באקומען די אלטע שול ווייל ראבינאוויטש איז דארט רב, און אפילו אזוי שטייגט אים באבוב איבער פי כמה אין מאנסי, אויפבויענדיג א פראכט פון א שול וואס איז א צענטער פאר די גאנצע שטאט, הערליכע תלמוד תורה, מיידל שולע, ישיבה, כולל, יעצט אויפגענומען א דיין דארט.

לינדען האט שוין באבוב צוויי שולן, ער טאקע אין יוניאן אבער נישט אזוי סאך משפחות ווי באבוב אין די דערנעבדיגע לינדען.

וויליאמסבורג האבן ביידע א קליינע ציבור, גראדע האט באבוב א חושבע דיין דארט הרב געללער.

מאנטריאל האט 45 גארנישט, און באבוב האט א שיינע ציבור די רב דארט איז טויבער א זון פונעם דיין רבי חיים יענקל שליט"א.

אין טראנטא איז דא א הערליכע באבובער קהילה און 45 האט גארנישט דארט.

לעיקוואד האט באבוב א הערליכע ציבור, גרויסע שול, יעצט געעפנט נאך א נייע שול אין לעיקוואד, ווען 45 האט כמעט גארנישט דארט אפשר א מנין.

אנטווערפן האט באבוב א שיינעם בית המדרש, א כולל, לעטצענס אוועק די רב דארט הרה"צ רבי משה האלבערשטאם ז"ל געווען אדוק און מקושר צו די באבובער רביים קומענדיג שטענדיג להסתופף בצל הקודש, 45 לעטצענס געעפנט א שול דארט, קוים וואס ס'איז דא א מנין דארט.

לאנדאן האט 45 א שיינע עולם, נאך אלס איז באבוב דארט גרעסער, א הערליכע בית מדרש, די דיין דארט איז הרב בלום איידעם ביים דברי שלמה, א שטארקע זאך פאר באבוב אין לאנדאן.

לגבי ארץ ישראל באבוב האט שיינע שטיבלעך אין ירושלים, בני ברק אויך א גרויסע ישיבה דארט, בית שמש, ביתר, אשדוד, אלעד, חיפה, קרית באבוב אויך א גרויסע ישיבה דארט, 45 האט אין ירושלים בני ברק אפשר אויך אין ביתר.
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך עמרם »

איך האב נישט געזאגט אז ער איז גרעסער אדער די זעלבע גרויס
ס''ה ארויסגעברענגט אז אפי'ער האט אנגעהויבן פון פריש האט ער בתי מדרשים און אסאך פלעצער
און אין ב''פ איז ער היפש גרויס
ח''ו, רב''צ בלייבט גרעסערע איבאראל, איך האב בכלל נישט געוואלט אים אראפ קלאפן

(בנוגע קלויזענבורג, איך מיין אז ביי די תפילות און טישן האט 45 סאך א גרעסערע עולם, קען זיין איך בין מיך טועה, אזוי אויך מוסדות מיין איך איז 45 גרעסער, אזוי האט מען געשמוסט, אבער קען זיין אז איך בין נישט גערעכט)
בעל דרשן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 474
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 06, 2018 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך בעל דרשן »

:idea:
עמרם האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 12:46 pm איך האב נישט געזאגט אז ער איז גרעסער אדער די זעלבע גרויס
ס''ה ארויסגעברענגט אז אפי'ער האט אנגעהויבן פון פריש האט ער בתי מדרשים און אסאך פלעצער
און אין ב''פ איז ער היפש גרויס
ח''ו, רב''צ בלייבט גרעסערע איבאראל, איך האב בכלל נישט געוואלט אים אראפ קלאפן

(בנוגע קלויזענבורג, איך מיין אז ביי די תפילות און טישן האט 45 סאך א גרעסערע עולם, קען זיין איך בין מיך טועה, אזוי אויך מוסדות מיין איך איז 45 גרעסער, אזוי האט מען געשמוסט, אבער קען זיין אז איך בין נישט גערעכט)
45 איז נישט אויסגעשפילט, בכלל נישט, שטיבלעך אין עטליכע שטעט, אבער ווייט נישט ווי די פעטער, 45 האט צווישן טויזענט און 1500 משפחות, און באבוב ארום 4000 משפחות.

קלויזענבורג איז שווער צו וויסן ווייל זיינע טישן וואס ער פראוועט איז אין אינטערסאנטע צייטן שפעט ביינאכט קרוב לעלות, נישט דא קיין באשטימטע זמנים.

מש"כ 45 איז אלעס אויף א זייגער, אבער בפשטות איז קלויזענבורג גרעסער
בני מר ומתוק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 52
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 26, 2020 9:13 pm
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך בני מר ומתוק »

בנוגע באבוב, איך האב א גרעסערע שאלה: וואס גייטס זיין אין די קומענדיקע דור? איך הער אז ר' חיים שלום איז א קליינע חכם. ס'דא ברידער וואס זיינען מער שייך? האבן זיי שטעלעס וכו'?
בני מר ומתוק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 52
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 26, 2020 9:13 pm
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך בני מר ומתוק »

אין 45 קוקט אויס אז די עלטערע האט עס יא גענומען.

זיי זיינען ביידע שוין נישט יונגלייט, כמעט בני 70
בעל דרשן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 474
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 06, 2018 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך בעל דרשן »

בני מר ומתוק האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 1:06 pm בנוגע באבוב, איך האב א גרעסערע שאלה: וואס גייטס זיין אין די קומענדיקע דור? איך הער אז ר' חיים שלום איז א קליינע חכם. ס'דא ברידער וואס זיינען מער שייך? האבן זיי שטעלעס וכו'?
סתם געהאקט רבי חיים שלום איז זייער א פיינע, צוגעלאזן צו יעדעם, טוט אסאך עסקנות פאר די קהילה, יד ימינו פונעם טאטן ער וועט לכאורה זיין די ממשיך
דארט וועט לכאורה זיין איינס

45 גייען אלע קינדער ווערן אריינגערעכנט די איידימער, רבי שלום אין לאנדאן, די עלסטע איידעם אין יוניאן, און אזוי ווייטער.

באבובער רב שליט"א וועט מען לייגן אין אוהל די אנדערע זייט פונעם דברי שלמה, 45 רבי וועט מען נישט לייגן אינעם אוהל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום בעל דרשן, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך עמרם »

בני מר ומתוק האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 1:06 pm בנוגע באבוב, איך האב א גרעסערע שאלה: וואס גייטס זיין אין די קומענדיקע דור? איך הער אז ר' חיים שלום איז א קליינע חכם. ס'דא ברידער וואס זיינען מער שייך? האבן זיי שטעלעס וכו'?
אפשר נישט וועלט'ס פיקח, אבער קען שיין איבערנעמען אלעס און פירן

האקט
בני מר ומתוק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 52
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 26, 2020 9:13 pm
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך בני מר ומתוק »

עמרם האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 1:09 pm
בני מר ומתוק האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 1:06 pm בנוגע באבוב, איך האב א גרעסערע שאלה: וואס גייטס זיין אין די קומענדיקע דור? איך הער אז ר' חיים שלום איז א קליינע חכם. ס'דא ברידער וואס זיינען מער שייך? האבן זיי שטעלעס וכו'?
אפשר נישט וועלט'ס פיקח, אבער קען שיין איבערנעמען אלעס און פירן

האקט
ס'וועט נישט זיין קיין מחלוקת? פארוואס נישט טיילן אזוי ווי וויזשניץ?
בני מר ומתוק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 52
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 26, 2020 9:13 pm
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך בני מר ומתוק »

בעל דרשן האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 1:08 pm
בני מר ומתוק האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 1:06 pm בנוגע באבוב, איך האב א גרעסערע שאלה: וואס גייטס זיין אין די קומענדיקע דור? איך הער אז ר' חיים שלום איז א קליינע חכם. ס'דא ברידער וואס זיינען מער שייך? האבן זיי שטעלעס וכו'?
סתם געהאקט רבי חיים שלום איז זייער א פיינע, צוגעלאזן צו יעדעם, טוט אסאך עסקנות פאר די קהילה, יד ימינו פונעם טאטן ער וועט לכאורה זיין די ממשיך
דארט וועט לכאורה זיין איינס

45 גייען אלע קינדער ווערן אריינגערעכנט די איידימער, רבי שלום אין לאנדאן, די עלסטע איידעם אין יוניאן, און אזוי ווייטער.

באבובער רב שליט"א וועט מען לייגן אין אוהל די אנדערע זייט פונעם דברי שלמה, 45 רבי וועט מען נישט לייגן אינעם אוהל.
פארוואס אין 45 א חלוקה און נישט אין 48?

אין 45 די חלוקה אין שוין געווארן?
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך עמרם »

זייער פשוט
48 האט געהאלטן אז ס'קען נאר זיין איין באבוב, וועט אזוי מוזען בלייבן
45 האט געהאלטן אז ס'קען זיין צוויי וועט ווייטער אויך אזוי זיין
פארשפארט