שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
מיין נאמען איז האפטשו, כ'האב זייער הנאה צו פארברענגען דא, און מיר האפן אז עס וועט זיך פארעמען א געשמאקע פארברענג. אין די זעלבע צייט וויל איך פארשטיין פארוואס איך דארף דא אריינשרייבן גאנצע הונדערט און זעכציג אותיות
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 2
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 21, 2024 12:09 am
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שלום וברכה!
איך בין א חסידישע אינגערמאן, א טארקע חובב ציון.
איך קום צום שטיבל צו נהנה זיין פון די פולע ידועות אין אוצרות וואס געפינט זיך דא אין צו זיך לאזן הערן בנוגע אינזער הייליג לאנד. אין לנו ארץ אחרת!
"כָּל עוֹד בַּלֵּבָב פְּנִימָה
נֶפֶשׁ יְהוּדִי הוֹמִיָּה
וּלְפַאֲתֵי מִזְרָח קָדִימָה
עַיִן לְצִיּוֹן צוֹפִיָּה
עוֹד לֹא אָבְדָה תִּקְוָתֵנוּ
הַתִּקְוָה בַּת שְׁנוֹת אַלְפַּיִם
לִהְיוֹת עַם חָפְשִׁי בְּאַרְצֵנוּ
אֶרֶץ צִיּוֹן וִירוּשָׁלַיִם"

- הודעות: 1
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 21, 2024 12:16 am
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב מחליט געווען אריין צ'י קימען דא ווייל דא איזה פרידאם אף ספיטש מ'קען שרייבן וואס איזה נארמאל נישט וואס אפאר חברה מאכן אפ אז עס איז נארמאל און עס איז דא דא אסאך אינטרעסאנטע ארטיקלען צ'י ליינען
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 1
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 21, 2024 12:30 am
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א שטילע אינגערמאן וואס ארבעט צו שפייזן זיין פאמיליע
ווען מיר האבן אמאל אן איבריגע מינוט וועלן מיר באזוכן דעם סייט פון צייט צו צייט מיטהאלטן די לעצטיגע נייעס. און ליינען איבער פארשידענע נושאים
ווען מיר האבן אמאל אן איבריגע מינוט וועלן מיר באזוכן דעם סייט פון צייט צו צייט מיטהאלטן די לעצטיגע נייעס. און ליינען איבער פארשידענע נושאים
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 1
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 21, 2024 3:30 am
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
אריין אין ארויס, ארינגס אין ארום, הויך אין קליין, אלעס איז פיין א קליין מענטשעלע אליין קיינעם נישט פראזענליך, אלעס אויף אויסערווייניג.
איך בין א נייגעריגער מענטש, מישט זיך נישט מיט יענעמס פראבלעמען
איך בין א נייגעריגער מענטש, מישט זיך נישט מיט יענעמס פראבלעמען
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 1
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 21, 2024 7:11 am
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
קודם וויל איך נאר ליינען, מיט די צייט אפשר וועט מען אנהייבן שרייבן אויך.
איך קאן נישט שרייבן א גיטע אידיש, מילא ווייס איך נישט וויפיל איך גיי שרייבן, אבער די קעסטל פארלאנגט כאטשיג 160 אותיות
איך קאן נישט שרייבן א גיטע אידיש, מילא ווייס איך נישט וויפיל איך גיי שרייבן, אבער די קעסטל פארלאנגט כאטשיג 160 אותיות
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין איינער וואס מיין לעבן איז נאר ארום טעכנאלאגיע. שטענדיג פרוביר איך צו זיין אויף דער פראנט ליניע פון די נייעסטע אינאוואציעס. איך האב א טיפע פארשטאנד וויזוי זאכן ארבעטן אונטער דעם קאפאט. יעדער פראיעקט איז ביי מיר נישט נאר א טאג טעגלעכער ארבעט, נאר א אייגענע מעשה, און איך גיי דערפאר אן ווי א פארשער אויף א נייע אנטדעקונג. פאר מיר איז דער טעכנאלאגיע נישט נאר א געצייג, עס איז דער שליסל צו פארשטיין און פארבעסערן די וועלט.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 1
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 21, 2024 9:39 am
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב הנאה זיך אראפצוזעצן מיט א פיינע הייסע קאווע נאך א לאנגע טאג פון ארבייט און אביסעלע מיטהאלטן וואס עס טוט זיך אויף די וועלט. דער ערשטער זאך וואס איך טוה איז מיש אויף צום שטיבל וואו איך בין פארזיכערט זיך צו דערווארעמען דאס הארץ נישט נאר דעם האלז.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גיטן , איך זיך צי ליינען אין שרייבן אידישע ווערק אין א אידישע environment , איך בין א 35 יעריגער אינגערמאן פון מאנסי , מיט א האבי פאר nature אין אידישע research,
קאווע שטיבל געט א גרויסע אויסוואל פון מענטשן אין טאפיקס , יישר כח פארן צושטעלן דעם נייעם שיינעם סייט ,
קאווע שטיבל געט א גרויסע אויסוואל פון מענטשן אין טאפיקס , יישר כח פארן צושטעלן דעם נייעם שיינעם סייט ,
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 1
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 21, 2024 10:55 am
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין נייגעריג צו הערן און זעהן די געעשענישען פון כלל ישראל און צו מיטטיילען מיין נייעס אדער דערציילונגען. איך זיץ מיט מיין קאווע און ציגארעטל און עס פעלט מיר אויס א שיחת חברים. קומט אריין אין מיין שטיב אינטער די קוליסן און לאמיר כאפן א שמועס.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך זיך שום לאנג א פלאץ ווי איך קען שרייבען זאכליכע זאכן אין מהנה זיין אנדערע ניקס אין אויך הנאה האבען פין יענעםס ארטיקלען אזוי אויך פלאן איך צי שרייבען ארטיקלען אין פארשידענע נושאים אין לאמיר נישט פארגעסן די עיקר, איך גיי נישט ווערן באליידיגט אויב איינער איז מחולק מיט מיך שכוח
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 75
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 21, 2024 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 186 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך וויל אביסל מיטהאלטן וואס ס'טוט זיך אויף דער וועלט, און קאווע שטיבל זעט אויס צו זיין א געשמאקע מקום, לאמיר האפן אז ס'זאל זיין יתקדש שם שמים על ידינו, מיט א פאזעטיווקייט, און פארשטייט זיך מיר וועלן פראבירן עטוואס צוצוגעבן צום מקום, אז יעדער זאל הנאה האבן,
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 1
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 21, 2024 1:59 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך ווייס נישט וואס צו שרייבן דא ס"ה וואס איך זיך איז צו מיט האלטן אביסל אידישע נייעס אדער מערכות אזויווי איך האב נישט קיין וואטסעפפ האב איך נישט ווי צו מיטהאלטן
איך בין 30 יאר אלט חתונה געהאט מיט 5 קינדערליך ב"ה
איך בין 30 יאר אלט חתונה געהאט מיט 5 קינדערליך ב"ה
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 11
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 21, 2024 3:02 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב א שטיק צייט זיך געדרייט דא אין קאווע שטיבל
אבער נאכן צוריקקומען היינט זעה איך אז מען האט געמאכט א קלינאפ בין איך דא צוריק צו זאגן העללא!
איז א גיטן אייך מיינע טייערע ברידער שלום עליכם איך קען רוים ווארטן צו פארברענגען מיט אייך נאכ אמאל
אבער נאכן צוריקקומען היינט זעה איך אז מען האט געמאכט א קלינאפ בין איך דא צוריק צו זאגן העללא!
איז א גיטן אייך מיינע טייערע ברידער שלום עליכם איך קען רוים ווארטן צו פארברענגען מיט אייך נאכ אמאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 247
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:35 pm
- האט שוין געלייקט: 132 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 191 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שלום עליכם אייך אלע.
איך זעה דא אסאך וואס זענען צוריקגעקומען נאכאמאל
איך בין נייגעריג צו די אלע האבן גענומען נאכאמאל די זעלבע אלטע נעמען, אדער דאס מאל געמאכט א שינו השם, און אריינגעקומען מיט א פרישקייט מיט א באנייטע נאמען.

איך האב ליב צו פארברענגען מיט אנדרע צו הערען, צו רעדן און צו פארשטיין, איבער דברים העומדים על הפרק און וויסענשאפט און וואס נישט איך האף צי ליינען, זיך לערנען, אין צילייגן מיינע געדאנקען ווען מעגליך דא אין דארט א גרויסע שכח פאר צושטעלן דעים פלאטפארמע אין מעגליכקייט
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 2
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 21, 2024 3:49 pm
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין נישט קיין גרויסע שרייבער, אבער איך בין א שטארקע ליינער און גאר א נייגעריגער, אבער איך בין יא א מענטש מיט אביסל ידועות וואס האט ליב צו רעדן א סאך אבער אויך צו קאמענטירן ווען עס פעלט אויס, און איך קוק ארויס זיך צי שפירן היימיש דא.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 1
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 21, 2024 7:18 pm
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
געליינט און הנאה געהאט טון איך האב דיסיידעט צו זיך מיט כאפן צי קענען מיט טיילן אינטערעסאנטע זאכן און ליינען ישר כח פאר די מנהלים פארן צו שטעלן אזא גוטער וועבזייטל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך זיך א פלאטץ ווי זיך אויסלופטערן אביסל צי ליינען נייעס געשמאקע ארטיקלען אין הנאה האבן אויף א ערליכע וועג בעזרת השם. איך בין נישט קיין גרויסע שרייבער בעיקר וויל איך ליינען, יישר כח למפרע
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 1
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 21, 2024 10:15 pm
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך זיך זיך כסדר פרישע געדאנקען און איך זיך אביסעל זעך אויסצוגעבן דורכרען טאג סא פארדעהם בין איך דא.
(נישט אויף דעה וועלט פארשפרייט זיך)
(אויפן וועבזייטל מיין איך)
און איך האף בעז"ה דאס צו באווייזן ביז משיח'ס טאג
(נישט אויף דעה וועלט פארשפרייט זיך)
(אויפן וועבזייטל מיין איך)
און איך האף בעז"ה דאס צו באווייזן ביז משיח'ס טאג
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 142
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 21, 2024 10:24 pm
- האט שוין געלייקט: 207 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 96 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גוטן אלע חשובע תושבי קאווע שטיבל
איך בין א איד א שומר תורה ומצוות, איך האב שטארק ליב נייעס, סיי אלטוועלטליכע, פאליטישע, און אזוי אויך חסידישע,
אזוי ווי איך קען נאר אידיש, דריי איך מיך נישט אויף די סאציאלע מידיע, און בעיקר דריי איך מיך אויף אייוועלט (איך בין נישט אבימלך פון אייוועלט, אבער איך האב ליב זיינע באריכטן), אזוי אויך אביסל אויף די נייע סייט אידטיש,
למעשה קען מען דארט נישט אויסשמועסן אלע נייעסן וואס איך וויל וויסן, האט מיך א ידיד געזאגט אז דא איז אביסל ברייטער און מ'קען מער ארום רעדן
האף איך אז ס'וועט זיין מיט הצלחה

טייערע חברים, עס מיר א כבוד צו ווערן אן אפיציעלע חבר אין קאווע שטיבל - א פלאץ ווי עס ווערט אויסגעשמועסט אלעס וואס מאכט אונז דעם עם חכם ונבון, אנע גבולים. איך בין נישט קיין שרייבער - אבער א גרויסע ליינער. איך האף צוצוגעבן דורך קלענערע הערות מפעם לפעם