קודם זאל זיין איין רבי וואס זאל ארויסקומען אז ער טוהט נישט ריכטיג,
דערווייל זענען זיי אלע מסכים מיט אים (און זענען אים שטארק מקנאה)
קודם זאל זיין איין רבי וואס זאל ארויסקומען אז ער טוהט נישט ריכטיג,
Jinx
איך ווייס נישט צו מ'זאל צו מאכן די גמרא'ס אבער לענגליכע חלות קען מען זיכער עסן.
LIVE112233 האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 21, 2024 5:59 pmאויף פעדזש 5 אין דעם אשכול (איך ווייס נישט וויאזוי צוצייכענען)
מוצאי יו"ט שמעקט מען נישט קיין בשמים..
אין קאנקלאשזען ווען די וווסט מיר ברענגען איין קאמפערעסען פון בעש״ט צו סיי וואספארא היינטיגע אדמור וועט מען אנהייבן דן זיין, כש״כ די אדמור בנידון דידןשטריימל האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 22, 2024 1:35 am נאכן אדורך ליינען דעם גאנצן אשכול פארשטיי איך די ערשטע מאהל ווי אזוי עס האט אויסגעקוקט די התנגדות צום דרך הבעש״ט הקדוש זי״ע
קודם שלום עליכם הר״ר מענדליסט, קום נישט נאר זאגן מיינונגען דערצייל אויך וואס עס גייט דארט פאר אונז זאלן זיך קענען אונטערהאלטן
דער רבי ישראל בע״ש איז אינגאנצן צערידערט פירט איין א נייע באוועגונג (עפ״ל צו זאגן אזעלכע זאכן אבער אזוי האט מען ליידער געזאגט)
איי עם סארי טא טעל יא אבער אויב איז די בעש״ט אזוי געווען איז טאקע די התנגדות גערעכט געווען (איך פאר מיר האלט נישט אז דרך הבעש״ט מיט שוואנצונעס האבן די מינדערסטע שייכות)
יעצט לאמיר זיך נעמען צו דיין עצם טענות, וואס די האסט געטון דא דערמאנט מיר פון די דזשאוק אז איינער האט גערעדט לשון הרע אויף א רבי, און ווען איינער האט אים פארגעהאלטן אז מען מעג נישט רעדן אויף צדיקים האט ער גענטפערט ״קודם מאכט מען אים אויס צדיק נאכדעם רעדט מען אויף אים״ לענייננו קודם האסטו אראפ געשלעפט די בעש״ט צו די מדרגה פון דיין רבי און נאכדעם קען מען שוין נישט רעדן אויף אים ווייל ער איז אזוי ווי די בעש״ט
רבי יעקב יוסף מפולנאה פארברענט גאנצע חיבורים פון זיינע חידושים און זאגט אז זיי געהערן צו סטרא אחרא ווייל דאס איז געווען איידער די התקרבות צום בעש״ט הקדוש
ווער האט אין וויז׳ניץ פארברענט חידושים ווייל עס באלאנגט פאר די סטרא אחרא (איך גלייב נישט אז אין וויז׳ניץ איז דא איינער וואס קען מאכן חידושים האלב די טיפקייט און א דריטל די בקיאות פון תולדות עכ״פ איך האף די רבי קען עס בכלל פארשטיין) ווען דאס זאל זיין די טענות וואלט עטץ געווען אין א אנדערע ליגע, מער אזוי ווי סטוטשין צו ר׳ צבי מאיר זילברברג, ר׳ יצחק מאיר מורגנשטרן וכדומה וואס מענטשן האבן טענות/לצנות אויף זייער דרך אבער זיי פארקויפן פאר זייער נאכפאלגער עפעס מיט תוכן אנטשולדיגט אבער איר זענט נישט אין די ליגע צו רעדן פון דעם
מען איז מחבר נייע תפילות, מען פירט איין צו זאגן הודו ערב שבת ויו״ט
דאס איז נישט נייע תפילות, דאס איז א קאפיטל תהלים פארן דאווענען וואס קיינער האט נישט געהאט קיין טענות אויף דעם, די טענה איז געווען אויף נוסח ספרד, וואס ער האט קיינעם נישט געהייסן טוישן בלינדערהייט נאר היות זיי האבן עוסק געווען אין אר״י האבן זיי געטוישט צו נוסח ספרד (אזוי ווי אסאך לדוגמא ר׳ נתן אדלער) און די טענה איז געווען אויפן עס איינפירן פארן המון עם, אבער נישט קיין בלינדע אמונה
מען נויגט אפ פונעם שלחן ערוך, מען פסקנט הלכות פון כתבי האר״י
די בעש״ט האט גארנישט זיך גערירט פון שלחן ערוך, צו מצדד זיין א פסק ע״פ אר״י איז נישט קיין חידוש פון בעש״ט עס ווערט שוין אראפ געברענגט אין די נושאי כלים פון שלחן ערוך וואס רעכענען זיך מיטן אר״י אין פסק
מען פארברענגט גאנצע נעכט בפרט לילי שבתות וימים טובים מיט עסן טרינקן און זינגן זמירות אנשטאט זיצן און לערנען
גארנישט מיטן בעש״ט, די בעש״ט האט איינגעפירט א שטארקע דגוש אויף עבודת הלב ממילא ווען עס האט מעורר געווען נגינה האט געזינגען זמירות שבת און נישט חושש געווען אויף די ביטול תורה, אבער נישט אלע תלמידים האבן געמאכט אסא עסק פון די זינגען און ביים בעש״ט האט מען בעיקר עוסק געווען אין תורה, די בעש״ט האט געדאוונט יעדן טאג נץ ממילא צו לאנג האט ער נישט געצויגן די סעודה. די לאנגע זינגערייען ווייס איך נישט פון א פריעדיגע מקור ווי די אמרי חיים
נאר די רבי עסט די גאנצע עולם שטייט פארגאפט און קוקט ווי ער עסט און מען כאפט זיינע איבערבלייבענישן פאר שיריים
די גאנצע טיש געפיראכטץ האט זיך ערשט אנגעהויבן ביים מגיד נישט ביים בעש״ט, און אפילו דעמאלטס אלס א זייטיגע טפל, די עיקר איז מען געקומען הערן תורה און א דרך אין עבודת ה׳
מען איז מעודד יונגעלייט זאלן איבערלאזן די ווייב און פארן צום רבין
יונגעלייט קריגן זיך מיט די ווייבער, שווער און שוויגער, טאטעס און מאמעס מען אנטלויפט אינמיטן די נאכט צום רבין, מען זיצט אפ דארט וואכן און מען פארברענגט די צייט.
צו א לאנגע קאנטיווערשעל נושא פאר די סקאפ עכ״פ נישט דאס איז געווען די עיקר טענה אויפן בעש״ט
עפעס א נייע מין געדאנק וואס איז קיינמאהל נישט געווען, אלע השפעות ברוחניות און בגשמיות גייען נאר דורכן צדיק,
מען פילט אן גאנצע ספרים מיט די געדאנק פון צדיק, עפעס א מין דיקטעטערשאפט, די רביס די תלמידים זענען זיך געהעריג משתלט אויפן ציבור.
א נושא וואס מען רעדט טאקע אין חסידישע ספרים איינער מער איינער ווייניגער אבער אלע געבן אויך אינדיקעישען׳ס וואס א צדיק איז וד״ל
רבי ישראל בע״ש קומט אריין אין א ביהמ״ד ווי עס זיצן תלמידי חכמים מופלגים על התורה ועל העבודה א גאנצן טאג און זאגט, די ביהמ״ד איז פיל מיט תורה, עס איז לא פרחת לעילא, די גאנצע תורה גייט רח״ל צו די אנדערע זייט.
א מעשה׳לע וואס ברענגט ארויס תורה לשמה גענומען אויפן נישט ריכטיגען אופן, די בעש״ט האט געזען (לפי די מעשה) נישט משער געווען און די ת״ח ביי זיך האבן גוט געוויסט פון וואס ער רעדט (זאג מיר נישט אז דו גלייבסט באמת אז דיין רבי קען זען אזעלכע זאכן)
א נייע מין זאך, אידן פראסטע אידן וואס זאגן אביסל תהלים בתמימות, איז רבי ישראל בע״ש מגלה אז זיי זענען גאר געהויבענע נשמות.
ער האט נישט דאס געזאגט, ער האט געזאגט אז זייער עבודה בתמימות איז ווערט אסאך/נישט אוועק צו מאכן. די פאקערטע פון זאגן פאר אינגעלייט ענק זענען גארנישט וד״ל
אזעלכע דמיונות, מען דערציילט מעשיות דער בע״ש זעצט זיך אריין אין וואגן, הייסט אלעקסיי זאל זיך אויסדרייען, די פערד און וואכן פליען פון זיך אליינס איבער שטעט און שטעט.
די אלע מעשיות זענען באשאפן געווארן אין די ת״ר יארן ביי גוטע בעקער, דרך אגב שלא מן העניין בכלל, אדרבה געב מיר איין אזא עקוויווילענט מעשה פון סיי וועלכע פון די היינטיגע פארטיי פירער הנקראים אדמורים
אזוי קען מען גיין און גיין פארציילן און פארציילן אלע אפיקורסישע טענות וואס די מתנגדים האבן רח״ל געטענהט קעגן די הייליגע דרך הבעש״ט די מתנגדים האבן נישט געטענהט אפיקורסישע טענות זיי זענען געווען גרויסע אידן וואס האט געראטעוועט דעם דור ביז ביאת משיח, ליידער זענען אבער היינט אלע טענות דורך חסידישע אפיקורסים און נישט קיין מתנגדים, איך מיך באפס מה פארשטעלן די אשכול וואס וואלט געהייסן
האדמו״ר רבי ישראל בעל שם טוב טוישט נאמען צו חסידות