די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פארשפארט
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

שליחה דורך חדשים »

ב”ה אז דו האסט באקומען עצות און נומערן צו פראבירן און דער אייבירשטער זאל דיר פירן אויף די ריכטיגע וועג עס זאל זיין א בנין עדי עד.

איך פארשטיי די פרוי’ס טענה און איך פארשטיי ברוך’ס טענה... איך בין זיכער אז מען קען עס משווה זיין... מען זאל גיין צו איינער וואס איז פרום וואס קוקט נישט פון די אידישקייט פערספעקטיוו, נאר אלץ א קאפל מיספארשטענדעניש.
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

שליחה דורך אלפא »

ס'דא די באקאנטע מעשה מיט דער וואס האט זיך געקויפט א טייערע לעמאסין און איז געקומען פרעגן זיין רב צו ער ברויך דערויף לייגן א מזוזה, די רב האט אים געענטפערט אז ער קען נישט פסק'נען ווייל ער ווייסט נישט וואס א לעמאסין איז בכלל. איז דער איד אריבער צום ראבינער אויפן צווייטן זייט גאס פרעגן די שאלה, אבער ער האט אים אויך געענטפערט אז ער קען נישט פסק'נען ווייל ער ווייסט נישט וואס א מזוזה איז...


וד"ל
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
Moshe itche
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 59
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 05, 2023 12:42 am
האט שוין געלייקט: 323 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

שליחה דורך Moshe itche »

חדשים האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 19, 2024 2:32 pm ב”ה אז דו האסט באקומען עצות און נומערן צו פראבירן און דער אייבירשטער זאל דיר פירן אויף די ריכטיגע וועג עס זאל זיין א בנין עדי עד.
שכח פאר די ברכות, כ'וועל עס איבערגעבן פאר מיין ידיד...
באניצער אוואטאר
פונדאַמענטאַל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 320
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
האט שוין געלייקט: 677 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

שליחה דורך פונדאַמענטאַל »

חדשים האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 19, 2024 1:06 pm
איך וועל פראבירן נאך איינמאל, אז עס גייט, גייט עס, און אז נישט, נישט.

איך מיין אז אונז זענען באמת אויף די זעלבע פעידזש, ווען מען רעדט ווען פעיס טו פעיס וואלט עס נישט גענומען קיין צוויי מינוט זיך אויסצוקלארן... איך שטעל דיר אויף די הנחה אז דו האלטס אז געפילן און עגא זענען א חלק פון וואס דרייווט די מענטש. דיין פוינט איז נאר אז באמת איז דא צוויי מיינונגען און איר מיינונג איז נישט ריין פילונגס. איך האלט אויך אז די פרוי האט א מיינונג (דעה) אבער עס איז פארדעקט. אונז געבן איר רעספעקט און ווילן זייער שטארק וויסן איר דעה כדאי צו זיך דורכקומען מיט פארשטענדעניש. כדאי אנצוקומען דארט, דארף מען אבער קודם אוועקנעמען די אלע ווייטאג און טריגערס. איינמאל די ווייטאג איז נישטא מער, קען מען רעדן מיט לאגיק, ווען יעדער פרעזענט זיין דעה. ווען מען גייט אויף אזא וועג איז דא סאך מער פאטענשעל זיך צו דורכקומען.

און די זעלבע זאך איז בנוגע די מאן... מען רעדט נאר פון די פרוי ווייל דארט האט ברוך געזאגט וואס עס קען זיין אז עס ליגט אונטער דעם.

קלאר?

איך בין מעריך אייערע ווערטער, איך מיין אויך אז אונזערע זייטן זענען נישט אזוי ווייט איינער פונעם צווייטן. און אפילו אויב יא... בין איך מעריך די פאזיטיווע vibe...

פאר מיר לאזן איבער די שמועס. וויל אויך פרובירן נאך איינמאל. אויב עס גייט איז גוט, און אז נישט מיין איך אז מיר האבן שוין באוויזן צו פרעזענטירן אונזערע זייטן עד כמה שאפשר.

מיר זענען ביידע מסכים אז אז געפילן און עגא זענען א חלק פון וואס טרייבט א מענטש. און אונז זענען ביידע מסכים אז עס איז באמת דא צוויי לעגיטימע מיינונגען. איר טענה'ט נאר אז איר דעה איז פארדעקט מיט געפילן און עגא, און מיר פרובירן בלויז צו צוקומען צו איר אמת'ע דעה דורכ'ן אדרעסירן די געפילן ערשט.

די סיבה פארוואס איך קריג זיך אויף דעם, איז נישט ווייל איך האלט אז איר דעה קומט נישט פון געפילן. אין פאקט האלט איך אז יעדנ'ס דעה קומט במידת מה פון געפילן, און אז דאס איז א לעבנסלענגליכע ארבעט פונעם מענטש צו איבערקומען די נגיעות.

די סיבה פארוואס איך קריג זיך אויף דעם איז, ווייל איך האלט אז באהאנדלען א צווייטען מיט די צוגאנג - אז זיינע דעות זענען (נאך) אפעקטירט פון געפילן, און זענען צוליב דעם (נאכ)נישט זיינע אמת'ע דעות, איז inneficient און שטערט די גאנצע געדאנק פון מענטשליכע דעבאטע און הגיון. וויאזוי קען א מענטש האבן א פראדוקטיווע ויכוח מיט א צווייטן און צוקומען צו א מסקנא, ווען יענער קומט מיט א הנחה אז זיין בר פלוגתא האט נישט קיין אמת'ע דעה?... און דערפאר וואס איז אונז נוגע כלפי די מאן וועלכע פרובירט צו פרעזענטירן זיין זייט צו זיין ווייב אויף א אופן וואס איז פראדאקטיוו, איז די עצם הנחה אז איר יעצטיגע פאזיציע איז נישט לעגיטים counterproductive.

און דער עיקר. די פאקט אז מענטשהייט איז פעלערהאפטיג איז אמת, אבער דאס מיינט נישט אז דאס דערמאנען פאר א צווייטן אין פנים איז רעספעקטפול. אוודאי זענען רוב דעות פון מענטשען אפעקטירט פון געפילן, אבער דאס זאגן פאר דיין בר פלוגתא אין פנים אריין און דילעגיטימירן זיין דעה איז נאכאלץ דיסרעספעקטפול.

צו צוזאמנעמען אין קורצן. How about איך פראקלאמיר אז אייער דעה דא אין אונזער טענה'ריי קומט פון שווערע געפילן וואס איר פארמאגט, און דאס איז נישט באמת אייער דעה... איז שייך דערנאך פאר אונז צו פירן א פראדאקטיווע שמועס? איז דאס דען נישט דיסרעספעקטפול? אפשר וועט דאס די פרוי זאגן פארן מאן, די הנחה אז איך קום פון געפילן קומט פון דיינע שווערע געפילן... און דערביי האבן מיר חרוב געמאכט די מעגליכקייט פון א פראדוקטיווע דעבאטע. כאטש איך האלט אסאך מאל אז מענטשן מיט וועם איך דעבאטיר קומען באמת פון געפילן און נגיעות, נאכאלץ פארשטיי איך אז כדי צו פירן א פראדוקטיווע שמועס און זיין רעספעקטפול צו אנדערע דארף איך זיי באהאנדלען מיט רעספעקט און באהאנדלען זייער דעה אלס לעגיטים.
There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
שאולדיספריםפאקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 335
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 7:43 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

שליחה דורך שאולדיספריםפאקער »

עמרם האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 1:04 pm זייער שיין געשריבן !
און ס'איז זייער א גוטע שאלה !

נאר וואס איך פארשטיי נישט, פארוואס נעמט ער אידישקייט אזוי שווער ?
ס'איז אזוי שווער צי היטן שבת ?
איך היט שוין שבת איך ווייס וויפיל יאר און קיינמאל נישט געהאט א נסיון מחלל צי זיין,
און אויב איז עס יא אזוי שווער, פארוואס קען ער באשטיין אז זיינע קינדער זאלן יא דארפן היטן ?
הייסט זאכן זענען שווער אדער נישט שווער מעסט זיך לויט וואס איז שווער פאר אייך?
שאולדיספריםפאקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 335
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 7:43 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

שליחה דורך שאולדיספריםפאקער »

Moshe itche האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 2:34 pm
מנשסתר האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 2:22 pm דער ספר חסידים שרייבט אז א רשע איז געווען פארהייראט מיט א צדיקת און ער איז חוזר געווען למוטב
ס'איז זיכער דא אזעלכע זאכן, בפרט אז די רשע איז נישט קיין געלערנטער אפיקורס נאר סתם א בעל תאווה וואס גלייבט נאך אין אידישקייט, און די ערליכע ווייב קען האבן אן השפעה און אויפוועקן זיין גלויבן און אים מחזיר בתשובה זיין.

אבער כגלייב אז די ספר חסידים פארציילט א מעשה שהיה. דאכצעך אז ער געבט נישט קיין הבטחה אז אזוי וועט אלעמאל זיין.
מען ניצט נאך די סארט שפראך? נא עכט גלייבט ער יא פשוט א בעל תאווה, כאילו ער קען נישט טאהן אלע תאווה׳ס גלייבענדיג אזוי וואו אלע אנדערע.
נישנאש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 175
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 9:41 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 226 מאל

Re: Re:

שליחה דורך נישנאש »

סקעפטיקער האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 19, 2024 12:06 pm
נישנאש האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 11:07 pm רבי רבי ברוך קיין איין ווארט וואס דו רעדסט הייבט נישט אן מאכן קיין סענס,
די ווייב האט די פולע רעכט צו די ווייטאג, לאמיר נישט אריינגיין צו אידישקייט איז אמת אדער שקר, די פשוטע פאקט איז אז ווען די פרוי האט מקבל געווען די קידושין פון איר מאן איז עס געווען על דעת אז ער האט דא חתונה מיט א ארטאדאקסישע פרוי וואס איז "פאנאטיש" ווי די רופסט עס, האט זי די פילע רעכט ס'זאל איר באדערן ווען די שקצס'ט אוועק. קום מיר נישט און האב חתונה מיט א פאנאטישע פרוי און האב טענות אז ס'באדערט איר. אפילו די קאורטס אנערקענען דעי פשוטע קאממען סענס, ווען א מאמע גייט אטד און די טאטע בלייבט פרום און ס'דא א גט וועט די קאורט ווייטער הייסן שיקן אין א פרומע מוסדות, שעל דעת כן האט די מאן חתונה געהאט צו איר
הא תינח ווען מיר וואלטן געלעבט אין אן אפענע וועלט און שידוכים ביי אונז וואלטן צוגעגאנגען ווי אין די אלגעמיינע וועלט. אבער אין פאקט האט דער אכצן יעריגע בחור קיינמאל נישט געהאט קיין אויסוואל אויב ער וויל זיין ארטאדאקסיש אדער נישט, ער טאר אפילו נישט וואוסן אלע שיטות און מיינונגען אויף דער וועלט, און אפגערעדט אז ער האט נישט קיין שום ווארט אויב ער וויל חתונה האבן און מיט וועם ער וויל חתונה האבן. טא וואס איז די טענה "קום מיר נישט און האב חתונה מיט א פאנאטישע פרוי און האב טענות אז ס'באדערט איר", האט ער דען געהאט א ברירה?
איך פארשטיי דיין פוינט און עס איז ווייטאגליך אז אזוי איז די סיסטעם, אבער עס איז דאך נישט איר שולד.... זי האט די פולע רעכט צו פארלאנגן אז איר שטוב זאל זיך פירן לויט דעם וואס לשם זה האבן זיי חתונה געהאט, אויב וויל זי בלייבן און זיך אויסגלייכן הרי זה טוב, אבער אויב נישט איז זי גערעכט 100%. אפגערעדט פון האבן טענות אויף איר היתכן ס'טוט איר וויי איז סתם לעכערליך

ווי געזאגט דאס האט גארנישט מיט אידישקייט עס איז פשוט קאממען סענס און אפילו א גוי פארשטייט דאס
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

שליחה דורך חדשים »

פונדאַמענטאַל האט געשריבן: מוצ"ש יאנואר 20, 2024 8:49 pm
חדשים האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 19, 2024 1:06 pm
איך וועל פראבירן נאך איינמאל, אז עס גייט, גייט עס, און אז נישט, נישט.

איך מיין אז אונז זענען באמת אויף די זעלבע פעידזש, ווען מען רעדט ווען פעיס טו פעיס וואלט עס נישט גענומען קיין צוויי מינוט זיך אויסצוקלארן... איך שטעל דיר אויף די הנחה אז דו האלטס אז געפילן און עגא זענען א חלק פון וואס דרייווט די מענטש. דיין פוינט איז נאר אז באמת איז דא צוויי מיינונגען און איר מיינונג איז נישט ריין פילונגס. איך האלט אויך אז די פרוי האט א מיינונג (דעה) אבער עס איז פארדעקט. אונז געבן איר רעספעקט און ווילן זייער שטארק וויסן איר דעה כדאי צו זיך דורכקומען מיט פארשטענדעניש. כדאי אנצוקומען דארט, דארף מען אבער קודם אוועקנעמען די אלע ווייטאג און טריגערס. איינמאל די ווייטאג איז נישטא מער, קען מען רעדן מיט לאגיק, ווען יעדער פרעזענט זיין דעה. ווען מען גייט אויף אזא וועג איז דא סאך מער פאטענשעל זיך צו דורכקומען.

און די זעלבע זאך איז בנוגע די מאן... מען רעדט נאר פון די פרוי ווייל דארט האט ברוך געזאגט וואס עס קען זיין אז עס ליגט אונטער דעם.

קלאר?
איך בין מעריך אייערע ווערטער, איך מיין אויך אז אונזערע זייטען זענען נישט אזוי ווייט איינער פונעם צווייטען. און אפילו אויב יא... בין איך מעריך די פאזיטיווע vibe...

פאר מיר לאזן איבער די שמועס. וויל אויך פרובירן נאך איינמאל. אויב עס גייט איז גוט, און אז נישט מיין איך אז מיר האבן שוין באוויזן צו פרעזענטירן אונזערע זייטען עד כמה שאפשר.

מיר זענען ביידע מסכים אז אז געפילן און עגא זענען א חלק פון וואס טרייבט א מענטש. און אונז זענען ביידע מסכים אז עס איז באמת דא צוויי לעגיטימע מיינונגען. איר טענה'ט נאר אז איר דעה איז פארדעקט מיט געפילן און עגא, און מיר פרובירן בלויז צו צוקומען צו איר אמת'ע דעה דורכן אדרעסירען די געפילן ערשט.

די סיבה פארוואס איך קריג זיך אויף דעם, איז נישט ווייל איך האלט אז איר דעה קומט נישט פון געפילן. און פאקט האלט איך אז יעדענס דעה קומט במידת מה פון געפילן, און אז דאס איז א לעבנסלענגליכע ארבעט פונעם מענטש צו איבערקומען די נגיעות.
די סיבה פארוואס איך קריג זיך אויף דעם איז, ווייל איך האלט אז באהאנדלען א צווייטען מיט די צוגאנג - אז זיינע דעות זענען (נאך) אפעקטירט פון געפילן, און זענען צוליב דעם (נאכ)נישט זיינע אמת'ע דעות, איז inneficient און שטערט די גאנצע געדאנק פון מענטשליכע דעבאטע און הגיון. וויאזוי קען א מענטש האבן א פראדאקטיווע ויכוח מיט א צווייטען און צוקומען צו א מסקנה, ווען יענער קומט מיט א הנחה אז זיין בר פלוגתא האט נישט קיין אמת'ע דעה?... און דערפאר וואס איז אונז נוגע כלפי די מאן וועלכע פרובירט צו פרעזענטירן זיין זייט צו זיין ווייב אויף א אופן וואס איז פראדאקטיוו, איז די עצם הנחה אז איר יעצטיגע פאזיציע איז נישט לעגיטים counterproductive .
און דער עיקר. די פאקט אז מענטשהייט איז פעלערהאפטיג איז אמת, אבער דאס מיינט נישט אז דאס דערמאנען פאר א צווייטען אין פנים איז רעספעקטפול. אוודאי זענען רוב דעות פון מענטשען אפעקטירט פון געפילן, אבער דאס זאגן פאר דיין בר פלוגתא אין פנים אריין און דילעגיטימירן זיין דעה איז נאכאלץ דיסרעספעקטפול.

צו צוזאמנעמען אין קורצן. How about איך פראקלאמיר אז אייער דעה דא אין אונזער טענה'ריי קימט פון שווערע געפילן וואס איר פארמאגט, און דאס איז נישט באמת אייער דעה... איז שייך דערנאך פאר אונז צו פירן א פראדאקטיווע שמועס? איז דאס דען נישט דיסרעספעקטפול? אפשר וועט דאס די פרוי זאגן פארן מאן, די הנחה אז איך קום פון געפילן קומט פון דיינע שווערע געפילן... און דערביי האבן מיר חרוב געמאכט די מעגליכקייט פון א פראדאקטיווע דעבאטע. כאטש איך האלט אסאך מאל אז מענטשען מיט וועם איך דעבאטיר קומען באמת פון געפילן און נגיעות, נאכאלץ פארשטיי איך אז כדי צו פירן א פראדאקטיווע שמועס און זיין רעספעקטפול צו אנדערע דארף איך זיי באהאנדלען מיט רעספעקט און באהאנדלען זייער דעה אלס לעגיטים.
זייער קלאר.

אי משום הא דארפסטו נישט זיין באזארגט און עס פעלט נישט אויס די קריגעריי... קיין איין מומחה גייט נישט זאגן פאר’ן קלייענט אין פנים אריין אז דיין דעה קומט פון דיינע געפילן און וועגן דעם איז נישט אינטערסאנט וואס דו זאגסט... מען דארף דיעלן מיט די קלייענט מיט די פולסטע רעספעקט און נאכאלס זאל די קלייענט בהמשך הזמן און ארבייט זיך אויסקלארן וואס עס דרייווט איר/אים. פונקטליך וויאזוי מען טוט עס איז שוין מער פון די סקאופ פון א תגובה... עס איז דא וואס קענען עס טון מיט רעספעקט בשעת’ן זיך טענה’ן מיט א בר/בת פלוגתא, אבער דאס דארף מען שוין קענען...
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: Re:

שליחה דורך סקעפטיקער »

נישנאש האט געשריבן: מוצ"ש יאנואר 20, 2024 10:03 pm
סקעפטיקער האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 19, 2024 12:06 pm
נישנאש האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 11:07 pm רבי רבי ברוך קיין איין ווארט וואס דו רעדסט הייבט נישט אן מאכן קיין סענס,
די ווייב האט די פולע רעכט צו די ווייטאג, לאמיר נישט אריינגיין צו אידישקייט איז אמת אדער שקר, די פשוטע פאקט איז אז ווען די פרוי האט מקבל געווען די קידושין פון איר מאן איז עס געווען על דעת אז ער האט דא חתונה מיט א ארטאדאקסישע פרוי וואס איז "פאנאטיש" ווי די רופסט עס, האט זי די פילע רעכט ס'זאל איר באדערן ווען די שקצס'ט אוועק. קום מיר נישט און האב חתונה מיט א פאנאטישע פרוי און האב טענות אז ס'באדערט איר. אפילו די קאורטס אנערקענען דעי פשוטע קאממען סענס, ווען א מאמע גייט אטד און די טאטע בלייבט פרום און ס'דא א גט וועט די קאורט ווייטער הייסן שיקן אין א פרומע מוסדות, שעל דעת כן האט די מאן חתונה געהאט צו איר
הא תינח ווען מיר וואלטן געלעבט אין אן אפענע וועלט און שידוכים ביי אונז וואלטן צוגעגאנגען ווי אין די אלגעמיינע וועלט. אבער אין פאקט האט דער אכצן יעריגע בחור קיינמאל נישט געהאט קיין אויסוואל אויב ער וויל זיין ארטאדאקסיש אדער נישט, ער טאר אפילו נישט וואוסן אלע שיטות און מיינונגען אויף דער וועלט, און אפגערעדט אז ער האט נישט קיין שום ווארט אויב ער וויל חתונה האבן און מיט וועם ער וויל חתונה האבן. טא וואס איז די טענה "קום מיר נישט און האב חתונה מיט א פאנאטישע פרוי און האב טענות אז ס'באדערט איר", האט ער דען געהאט א ברירה?
איך פארשטיי דיין פוינט און עס איז ווייטאגליך אז אזוי איז די סיסטעם, אבער עס איז דאך נישט איר שולד.... זי האט די פולע רעכט צו פארלאנגן אז איר שטוב זאל זיך פירן לויט דעם וואס לשם זה האבן זיי חתונה געהאט, אויב וויל זי בלייבן און זיך אויסגלייכן הרי זה טוב, אבער אויב נישט איז זי גערעכט 100%. אפגערעדט פון האבן טענות אויף איר היתכן ס'טוט איר וויי איז סתם לעכערליך

ווי געזאגט דאס האט גארנישט מיט אידישקייט עס איז פשוט קאממען סענס און אפילו א גוי פארשטייט דאס
עס איז טאקע נישט איר שולד, אבער אויך נישט זיין שולד. אוודאי האט זי אלע רעכטן אים איבערצולאזן, יעדע פרוי האט אלע רעכטן איבערצולאזן א מאן צוליב סיי וואס עס שטערט איר (און אויב דאס מיינסטו קאממאן סענס, בין איך מיט דיר), און איך פארשטיי אז עס באדערט איר זייער שטארק און איך האב בכלל נישט קיין טענות אז עס טוט איר וויי

אבער די האסט געזאגט עפעס מער, ווי כאילו ער האט נישט געדארפט חתונה האבן מיט איר און די עצם חתונה האבן און נאכעדם טוישן לעבנסשטייגער איז נישט ריכטיג. און מיט דעם בין איך מחולק ווייל דער מאן איז געווארן אריינגעצוואונגען אין דעם און קיינמאל נישט עכט געהאט קיין ברירה
צוויי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:35 pm
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

שליחה דורך צוויי »

זאקן האט געשריבן:
זי רעדט זיך איין אז גלייך ווען זי שטארבט גייט שטיין טויזענטע מלכים איינס פארן גייען מיט וויינגער מעקאפ א צווייטע פאר די salmon fish, א דריטע פאר עסן נאר התאחדות סטראבעריס אין נאך צוויי מלאכים איינס פארן זיך שערן און א עקסטערע מלאך פארן זיך שעהרן אויף א טריפעל זערא אא"וו
און דו ווילסט אלעס אוועקנעמען אין איין טאג? עס ארבעט נישט אזוי.

זי רעדט זיך נישט איין דאס.
נישט קיין חילוק צו ס'איז מ'גייט טאקע ווערן אויפגעוויזן אזוי אדער נישט, איז עס א זאך וואס שטייט אין די ספה"ק אז אזוי איז די מציאות.
יעצט, אויב וויל איינער זאגן אז ס'איז אפשר נישט אזוי, אדער אז ס'איז באבע מעשיות, אבער ער האט נישט קיין אויפווייז און קיין ראיות ברורות אז ס'איז אויפגעטראכט, אפי' ער האט נישט קיין ראיות אז ס'איז יא, קען ער נישט קומען זאגן אז יענער רעדט זיך איין אזוי, ביי יענעם איז דאס קלאר אזוי ווי ביי אנדערע זענען קלאר איבער די היסטאריע פון אמעריקע...
דובעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 51
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 02, 2019 9:45 pm
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

שליחה דורך דובעלע »

איך קען פרעזענליך 5 מענער וואס האבן יא באוויזן צו 'אויפקלערן' זייער ווייב און קיינער האט נישט געהאט א גוטע ענדיג...
2 פון זיי האט עס גענומען צו א מענטעל ברעיקדאון, איינער האט זיך דערקלערט לעסביאן, איינער האט זיך סתם אזוי גע'גט נאך א יאר, און איינער וואוינט נאך יא צוזאמען אבער איז מיזרעבעל..
גיי קוק וויפיל אפגעפארענע קאפעלס דו קענסט, מען קען ציילן מיט די הענט, און ווער יא איז געווענליך די ווייב וואס האט אפגעפארן די מאן...
אדרבה קען איינער דא שרייבן א סוקסעס סטארי?

מען קען נישט צוגלייכן א מאן וואס האט געסטראגלט מיט א בעליף און געקומען צו א מסקנא, צו איינער וואס מען האט געפיטערט אינפארמעישאן... זיי גייען קיינמאל נישט זיין אויף די זעלבע פעידש פון דיר, ס'איז א שאד צו טרייען... זי קומט מיט 30-20 יאר גלויבונגען און השקפה, אפילו זי הערט דיך אויס און ס'מאכט סענס פאר איר, גייט עס נישט האבן די רעזולטאטן וואס דו ווילסט.. זי פארלירט איר גאנצע איידענטעטי און ספיריטשואל בעליף. דו הרג'עסט איר.
א שאד צו סתם דעסטראויען דיין מיט איר לעבן. אז דו פילסט אז דו קענסט נישט לעבן אזוי געב א גט יעצט.

די איינציגסטע וועג צו אפשר אביסל אראפברענגען די ווייב איז צו סתם ווערן א באם, אן טרייען אויפצוווייזן לאגיק זאכן. שטייט שטייט בעיבי סטעפס, איין זאך אויפאמאל. דיין ציל טאר נישט זיין צו איר אינגאנצן אראפברענגען.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

שליחה דורך שמן למאור »

זאגסט זייער גוט, אבער דו רעדסט פון קאפלס וואס האבן געזוכט צו גיין אינגאנצן או.טי.די. ווען מען רעדט פון פעלער ווי די קאפל איז ווייטער פרום פונדרויסן נאר די מאן האט איבערגערעדט די פרוי צו שפילן די געים און עכט גלייבן זיי גארנישט, פון די פעלער ווייסטו דאך נישט...

איך האב אין אן אנדערע אשכול געשריבן איבער אזא קאפל וואס איך קען, קודם איז ער אפגעפארן (כ'רעד פון אינעווייניג) שפעטער האט ער איר איבערגערעדט, און היינט עסן זיי ביידע אינאיינעם א פרישטאג יו"כ צופרי איידער זיי גייען אריין אין שול.

ס'איז זיכער דא אזעלכע פעלער, די שאלה איז וויפיל. ער טענה'ט אז ער האט אזא גאנצע קרו מיט זיך.

מען רעדט דא פון א חשובע בעלעבאטישע חסידישע משפחה...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
דובעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 51
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 02, 2019 9:45 pm
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

שליחה דורך דובעלע »

יא יא, ס'איז אפשר דא איינס צוויי אזוי, וואס ביידע האבן באשלאסן לטובת די קינדער בלייבט מען דא, ביי אלע אנדערע פעלער איז מען אין אנהייב געבליבן און געלעבט א דאבעל לייף, ביז די פרוי האט געכאפט ווי אין די אדמה די פרויען ביי אונזער סאסייעטי זענען, אז זיי האבן משוגע געמאכט די מאן צו אפטראגן..
דובעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 51
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 02, 2019 9:45 pm
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

שליחה דורך דובעלע »

השתא דאתית להכי
דער עולם קען דא ביישטייערן זייער עקספיריענס מיט אויפקלערן די ווייב מיט קלייניגקייטן..

דעיס איז פשוט צו ג׳יין מיט די ווייב אין א טיאטער דרך מען קודם האבן געזעהן פאר א שיינע פאר יאר מאווי'ס מיט איר און זי גייט זיך נישט אויסטוהן איר שפיצל פאר זי איז אקעי מיטן פארן קיין מעקסיקא אויף וויקעישאן וכו'.. וכן להיפך

איך האב שוין א לאנגע צייט געוואלט מאכן אינסטראקשענס ווי אזוי מען מאכט בעיבי סטעפס, וואס קומט פאר וואס, און וואס און ווי אזוי מען פאקעסט אויף דיע זאכן..
קליינע צדיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 507 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

שליחה דורך קליינע צדיק »

נא אדרבה אפשר מאכסטו די אינסטראקשענס
דובעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 51
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 02, 2019 9:45 pm
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

שליחה דורך דובעלע »

הלוואי ווען איך האב ווען א clear path, כ'מוטשע מיך אויכעט... מען דארף באמת פארשטיין די תכונת הנפש פון די ווייב, וויסן וואס זי וויל און חלילה נישט איר מצער זיין, איין שלעכטע מאוו קען אפ'הרג'ענען די גאנצע טראסט...

איך וויל וויסן פון די חברי השטיבל ווער עס האט געהאט רעזולטאטן זאל שערן וואס און בערך ווי אזוי, א קלייניקייט איז אויכט גוט.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

שליחה דורך קהל'ס נער »

מען טעסט די וואסערן און מען שטופט די גרעניצן, אז מען גייט אמאל צי ווייט זאגט מען סאררי און מפטירין כדאתמול.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
whatever
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 81
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 04, 2023 3:42 am
האט שוין געלייקט: 133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

שליחה דורך whatever »

שוין עטליכע מאל אויסגעשמועסט די נושא, די מהלך ביי דעם דארף קודם ווערן אויפגעבויעט גאר א שטארקע טראסט און גלויבעקייט פון די פרוי צו מאן, אזאנס אז וואס ער זאגט איז קודש קדשים, און ממילא צוביסלעך, אפילו ווען מ'ציהט איבער די שטריקל, אזוי ווי קהל'ס נער האט געזאגט, לאזט זי זיך, און מ'שטיפט ווייטער
מיין אישי ארבעט נישט, מ'קען מיך אימעיל'ן k32158734@gmail.com
לאנגע הויזן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 74
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 64 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

שליחה דורך לאנגע הויזן »

whatever האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 22, 2024 12:25 am שוין עטליכע מאל אויסגעשמועסט די נושא, די מהלך ביי דעם דארף קודם ווערן אויפגעבויעט גאר א שטארקע טראסט און גלויבעקייט פון די פרוי צו מאן, אזאנס אז וואס ער זאגט איז קודש קדשים, און ממילא צוביסלעך, אפילו ווען מ'ציהט איבער די שטריקל, אזוי ווי קהל'ס נער האט געזאגט, לאזט זי זיך, און מ'שטיפט ווייטער
א טראסט אין וואס? די פרוי זעהט דאך ווי איר מאן איז מחלל שבת און עובר אויף פשוטע דאורייתא'ס, קען זי דען אים טראסטן?
whatever
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 81
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 04, 2023 3:42 am
האט שוין געלייקט: 133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

שליחה דורך whatever »

לויט ווי איך האב פארשטענען, האט זיך די שמועס אריבערגעצויגן אויפצוקלערן די ווייב מיט קלייניקייטן, זיך אנטוהן בעסער, טוהן מער זאכן אין די בעדרום וכדו'
מיין אישי ארבעט נישט, מ'קען מיך אימעיל'ן k32158734@gmail.com
לאנגע הויזן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 74
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 64 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

שליחה דורך לאנגע הויזן »

whatever האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 22, 2024 12:31 am לויט ווי איך האב פארשטענען, האט זיך די שמועס אריבערגעצויגן אויפצוקלערן די ווייב מיט קלייניקייטן, זיך אנטוהן בעסער, טוהן מער זאכן אין די בעדרום וכדו'
דער פותח האשכול האט נישט דערמאנט קיין ווארט וועגן בעדרום, אדער די וועג ווי אזוי זיין ווייב גייט אנגעטוהן.

אדרבה, פון דאס אז ער האלט אין איין זאגן אז ס'איז זיי שווער זיך צו שיידן צייגט אז באמת איז דא דארט א שטארקע ליבשאפט, די פראבלעם איז די אידישקייט פראבלעם נישט די פרומקייטן פראבלעם
whatever
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 81
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 04, 2023 3:42 am
האט שוין געלייקט: 133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

שליחה דורך whatever »

גערעכט, אבער קוק וואס דובעלע האט געשריבן פיר פינף תגובות צוריק
מיין אישי ארבעט נישט, מ'קען מיך אימעיל'ן k32158734@gmail.com
לאנגע הויזן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 74
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 64 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

שליחה דורך לאנגע הויזן »

whatever האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 22, 2024 12:43 am
לאנגע הויזן האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 22, 2024 12:34 am
whatever האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 22, 2024 12:31 am לויט ווי איך האב פארשטענען, האט זיך די שמועס אריבערגעצויגן אויפצוקלערן די ווייב מיט קלייניקייטן, זיך אנטוהן בעסער, טוהן מער זאכן אין די בעדרום וכדו'
דער פותח האשכול האט נישט דערמאנט קיין ווארט וועגן בעדרום, אדער די וועג ווי אזוי זיין ווייב גייט אנגעטוהן.

אדרבה, פון דאס אז ער האלט אין איין זאגן אז ס'איז זיי שווער זיך צו שיידן צייגט אז באמת איז דא דארט א שטארקע ליבשאפט, די פראבלעם איז די אידישקייט פראבלעם נישט די פרומקייטן פראבלעם
גערעכט, אבער קוק וואס דובעלע האט געשריבן פיר פינף תגובות צוריק
ס'איז צוויי אנדערע סארט מעשיות.

משה איטשעס מעשה איז מער א זעלטענע מעשה, דובעלע'ס מעשה פאסירט ביי יעדע צווייטע חסידישע קאפל.
פארשפארט