אלפא האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 25, 2023 6:57 am
לענ"ד האט די מציאות אויפגעוויזן (דערווייל) אז צווישן 'מאדערן ארטאדאקס' און אונזער קרייזן איז נישטא קיין סאך פלאץ פאר אזא סארט לויזע-אלטרא-ארטאדאקס,
דהיינו, עס פעלן נישט קיין מענטשן וועלכע זענען טאקע אינטרעסירט אין אזא סארט 'לייט' קהילה,
לאידך גיסא, מאדערן ארטאדאקס האט געטון ממש דאס וואס די אלע ווילן, זיי האבן זיך אינגאנצן אפגעטיילט, און מחליט געווען נישט בודק צו זיין קיינעם'ס ציצית, עדיוקאציע, כשרות, פרומקייט, איז יעדער פריי פאר זיך, אבער ס'איז נישט קיין חידוש אז לכבוד דעם האט יעדער דארט פארלוירן די פרומקייט מכל וכל און זייערע OTD ראטע איז גרעסער, וואס איז נישט דוקא קיין שלעכטע זאך, ניטאמאל מיינט עס אז זיי גייען אונטער, עס איז נאר א נקודה למחשבה צו מ'וויל טאקע אנקומען אהין?!
אויב יא, דאן יאלא!
אדרבה איך האף איין טאג צו ווערן גע'פראווט ראנג! ביז דערווייל וואלט איך נישט גענומען דעם ריסק.
ביטע מארשיר אריין מיט שטודיעס איבער אויטידי ראטעס ביי מאדערנע וואס איר האט פון דעם קאנקלודעד זייערע ראטעס ווס. חסידים און וועלכע חסידים? און וויפיל חסידים האלטן נישט גארנישט בשתיקה? די נומערן האט איר אויך? דאס וואס מענטשן שיסן נומערן אבי אין די וועלט אריין האב איך אין מיין לעבן נישט געזעהן אינדרויסן פון די געמיינדע. ביי אונז קען מען אפמאכן א פאקט און יעדער בלעבלט נאך.
איך בין נישט משיג דיין ביטול אויף אונזערע מאדערנע ברודער ווי כאילו ס'איז עפעס שלעכט מיט זיי... זעהט אויס ווי די עקסקלוסיוויטי וואס דו האסט באקומען אין דיין קהילה גיבסטו איבער ווייטער...
מאדערן ארטאדאקסיע קומט אין אלע סארט שעיפס און סייזעס, האסט רייט ווינג YU וואס איז פייער פאר די מדינה, און לעפט ווינג ריפארם און פראגרעסיוו פון רעכטע ביז סענטריסטס, פון קאנסערוועטיוו ביז קוויר אידן. איך האב מיר גענוג געדרייט מיט מאדערנע משפחות, איך בין שוין געווען ביי רעפארם'ס אין מאנהעטן, אין אנדערע געגנטער, איך קען דיר זאגן בדרך כלל, די קאנעקשן צו אידישקייט וואס די מענטשן האבן איז א טויזנט אין איין מאל מער genuine ווי די דורכשניטליכע חרדי, יא אפשר שרייט ער נישט יהא שמיה רבה אויפן העכסטן קול, אפשר קומט ער אין שוהל מיט אן אנדערן קאליר העמד ווי וואס דיין טאטע וואלט געפאסט, האט ער זיך מיטגעברענגט אן אייז קאפי אבער צווישן אונז גערעדט דאס איז דאך הבלי הבלים, פון עפעס א מענופעקטשערד אידישקייט, וואס זענען די בעסיקס און די core
אז איינער זאל מיך הייסן צולייגן חרדיזם אין איין ווארט וואלט איך גענטפערט. עיקר טפל טפל עיקר. מאך עס אין א העשטעג...
די מאדערנע פון די אנדערע זייט זענען אסאך מער ביי די בוק, מ'רופט עס אויס ווי מ'האלט יעדע פאר מינוט, און ס'משוגע פאני קענסט אפלאכן דערפון ווייל דו ביזט דאך דער עליטע פון די אפפאל, און נעבעך ווי דער קוקט אויף אידישקייט ווי א גר וואס דארף געדענקען אויף וועלכע פעידזש ברכו את ה' המבורך איז, איי דו נאריש קאפ ער הערט א שיעור אויף ענגליש בטוב טעם ודעת, פון א down to earth רב מיט ברייטע פלייצעס, א מענטש וואס טריעט זיין פאזישן ווי א דזשאב און נישט ווי א סופרים ליעדער? א מענטש וואס איז רילעיטעבל און קען אמאל נאכזאגן עפעס פון דזשעקי מעיסאן אויך ער איז נישט סטאק מיט די מהרש"א אדער די יערות דבש... און איך וויל נישט וויסן וואס ער טראכט פאליטיקלי...
וואס מיר פארפעלן איינצוזעהן איז, דער מאדערנער קען זיין פיל מער אין טאן מיט אידישקייט אויף זיין אופן ווי דער חסיד משא"כ חסידים און די יונגע דור אוודאי און אוודאי האלט באמת נישט ביי גארנישט זענען אזוי נישט קאנעקטעד און פונדרויסן איז ער די זעלבע בארד און ווייסע זאקן, איי ער איז ליידיגע פרייאינג פען וואס ווייסט נישט וויאזוי מ'שרייבט indispensable איי ער קנאקט זונות? איי ער איז א טיטל אן א מיטל? וואס א חילוק ער איז פון אונזערע, בפרט אויב טראגט ער א ריפס, איז דאך אפגערעדט אז ער איז א בעסערע איד ווי צען מאדערנע ראבייס קאמבינירט! אלעס די אוטסייד און די טפלים... סא די נאושן פון זאגן אז מאדערן פאלן אוועק איז נישט אמת, פארקערט דאס איז דיין עליטיסט פערסעפשן. וויפיל זאכן זענען חסידים זיך מתיר פשוט ווייל זיי גייען דאך נישט מיט די בוק ווייל ביי זיי "דארף דאך" עבודה זיין די זאך, די מאדערנע פאלן אוועק גאר? וועלכע מאדערנער? וועלכע חסיד? וואס מיינט זיין א איד? דינען די חת"ם סופר אדער די בעש"ט? אדער די בעל התניא? וואס מיינט אוועקפאלן? אוועקפאלן פון... וואס? די דינאמינאציע? אקעי, דאס מיינט נאכנישט אז ער איז געווארן אויס איד. רעדן איז איין זאך, פילזאפירן איז א צווייטע (אונטערשריפט אלערט, געב מיר קרעדיט!)
די נושא פון פרינדזש קהילות איז סטיקי, צו זאגן אז ס'פעלט נישט אויס איז ליגנט, ווייטער צו זאגן אז ס'איז ריאליסטיש איז אויך שווער, אז א היימישע שוהל איז א ריסקי ביזנעס, קל וחומר א פרינדזש שוהל/קהילה. אן געלט קען מען זיין זיכער אז ס'גייט סטרוגלען קוק אן אפילו אברכים שטיבלעך פון א גרופע אינגעלייט פון די זעלבע מירע חבורה וכדומה, היט אר מיס ווי מ'זאגט. די פאליטיק איז פון אנדערע קאליר אבער די זעלבע צואה... סא וואס איז די פוינט? אז מ'פילט זיך מער באקוועם ווי אין די קאמערציעלע פעקטארי? די פראבלעם מיט אנשי פרינדזש איז, ווי ווייט גייסטו? ליפא האט עס פרובירט פאר צען יאר, און איך ווייס ער האט זיך געמוטשעט, געלט איז נישט געווען, יעדער שלעפט די קהילה זיין וועג מיט זיין אגענדע, דאס איז נישט קיין וועג, ס'וועט דאך אייביג זיין איינער וואס וועט נישט שמעקן וואס דו טוסט, עט סאם פוינט קומט מען אן אז ס'איז נישט די שפילערס ס'איז די געים. און רוף מיך העיטער צום וויפלטן מאל פאר לא תגורו, די געמיינדע האט שרעקליכע לימיטעישנס, די עליטע מיינען עס נישט ערנסט און דער עולם זעהט עס גוט, און טרעפן זיך נישט פונקט דעם מקום. ווי לייגסטו דעם ליין אין די זאמד? די עכטע וועג וויאזוי מ'טוט עס איז, ווי א ביזנעס, מ'נעמט אויף א פרעזידענט, מ'מאכט א קאנטראקט מיט א רב, אדער וועלט מען אים אריין, מ'שרייבט א ביזנעס פלען וואס מ'טרייט צו טוהן דא, וואס מ'וויל דירעקט נישט איבערחז'רן פון דורכגעפאלענע קהילות און והכל על מקומו יבא בשלום.