חתם סופר האט געשריבן:די נייטרא קהילה אין וויליאמסבורג האט אויסגענומען א נייער רב הרב חיים שלמה מילער, זוהן פון הרב מאייזענשטאט, און איידעם פון הרב מדושינסקי ז''ל.
דאס קומט צוויי יאהר נאך די פטירה פונעם פריערדיגן רב הג''ר יצחק מאשקאוויטש ז''ל.
איינער ווייסט ווי אזוי די התמנות איז צוגעגאנגען? איז געווען וואלן?
אנכי הקטן, האב געלערנט מיט הרב חיים שלמה מיללער הי״ו אין חדר אין סאטמאר ב״פ זייער א וואויל איידעל אינגעל געווען און דער בעסטער קאפ אין חדר אויך געוועזן.
וואס בדרך אגב פוח די קלאס איז ארויס געקומען אפאר שטערנ׳ס וואס האבן באלאכטן די וועלט.
ראשון למקראי קודש מיינונגזאגער וואס באלייכט די וועלט דא אין ק״ש וואס האט לכאורה אסאך מער מקשיבים ווי די אלע צוזאמען.
והשנית הרב ר׳ יואל ראטה האט אויך געלערנט אין די זעלבער חדר אלץ אינגעל אין ב״פ
און נאך מורא צדק פון שיינע קהילות
ווי אויך צוויי דריי פילאנטראפישע נגידים זענען דא פון די קלאס.
Sent from my iPhone using Tapatalk