שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב ליב צו ליינען אידשע און וועלטליכע נייעסן און וואס דער עולם קאמענטירט. אויך ווערטליך וכדומה. אלע מיני געשעענישן פון וואס עס טוט זיך ביים היימישן עולם. און דא אין קאווע שטיבעל קען מען אלעס טרעפן בעזר השם יתברך
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב ליב צו פארשטיין זאכן, וויסן די אמת, וויסן וויאזוי זאכן ארבעטן, היפש א טיפער, כווער נישט זאט פון נארישע תירוצים אדער קאוועראפס, איך האב א סענסער וואס קען שפירן און א רגע ווען א זאך איז פאלש, איך דערהייב נישט קיין פאלטשקייט!!
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 10
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 22, 2024 5:25 am
- האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גוטען כ'וואוין אין עיר התורה והחסידות בני ברק,
איך בין א לעלוב'ער חסיד,
כ'האב הנאה פון די עולם דא, און איך וויל ליינען די שיינע פארום.
בעיקר פארשטייטצעך די אשכול פון "בחצרות הקודש"
וואס איז פארמאכט פאר דער וואס נישט איינגעשריבן אלס א חבר.
יישר כח

- הודעות: 13
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 22, 2024 11:54 am
- האט שוין געלייקט: 29 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האף ביז גאר אז דא וועל איך מיך קענען איבערמאכן. כ'מיין... איבערפרישן מיין ביז יעצטיגע וועזן. צו קענען טראכטן נישט וואס ס'ווילט זיך... צו קענען שפעקולירן נישט נאר אין מיין קאמפארט זאון... וואטעווער..
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב זייער שטארק ליב צו ליינען און געוואיר ווערן נייע ידיעות בפרט זאכן וואס ווערן נישט אדורכגעטון ערגעץ אנדערש און דא איז דער איינציגסטע פלאץ אויף יודישע שפראך וואס קען ערפילן אביסל דער ענין
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 1
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 22, 2024 12:56 pm
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
אלס א היימישער חסידישער יונגערמאן וויל איך נישט פארברענגען אויף נישט אויסגעהאלטענע סייטס און איך שפיר אז דא איז א מקום צו קענען נאשן און פארנאשן (איז דא אזא ווארט?) פארן ברייטן ציבור מה שבליבי
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 1
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 22, 2024 1:37 pm
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך זיך ארויס ציברענגען מיינע אינערליכע מעלות וואס איך ווייס נישט אז איך האב עס בכלל נמשל איין מאל א שעה טשעק איך צי איך קען שוין זינגען מאלען אין אזוי ווייטער מיינע פראבלעמען וויס איך שוין יעצט לאמיר ארבייטן אויף די מעלות !
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
מיר קוקן ארויס צו פארציילן, שמעוסן, הערן, זיך לערנען, פארברענגן, צוגעבן, פארשטיין.
די וועלט פון אינפארמאציע און חכמה איז א ענדעלאזע קוואל, פון היסטאריע ציען א שטריך צום היינטיגן היינט, מיט א פאזעטיווע נאטארליכע פארמאט, א דעבאטע איז יענעם צו הערן כדי צו פארשטיין ווי איידער האבען א אפענטפער און דאס לעצטע ווארט.
זיי נישט גערכעט, נאר אנעלעזיר יענעמס געדאנגען גאנג, נאש פון יענעם, מכל אדם, יעדנס לייוו עקספירענס האט א קנייטש וואס קיינער און די וועלט האט נישט, ידעער בר נש האט וואס צו געבן.
מיט א פרישקייט...

- מאנשי שלומינו
- הודעות: 29
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 22, 2024 4:22 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א טאטע מיט א שטוב מיט קינדער איך איך ארבעט שווער פאר פרנסה אין איך האב זייער ליב צו ליינען געשמעקע ארטקעלן אין נייעס אין פארשידענע זאכן וואס איך מען קען ערגעץ נישט טרעפן נאר די אין קאווע שטיבל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האף צו קענען האלטן מיט וואס עס טוט זיך אין די אלע אידישע געגענטער און זען וואָס ס טאַקע געשעעניש מיט אַ אמת בליק און איך שריי יעדע אין די פרי שלא עשני גוי איך האף אז דאס איז 160 ווערטער
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
נאכן זוכן און א סאך פלעצער און נאכן וועלן מיט האלטן מהנעשה והנשמע בכל העולם כולו האב איך געטראפן דעם פלאטפארם ווי מקען מיט האלטן אלעס אויף א כשרע און אויס געהאלטענע וועג און מיט א היימישע שפראך און מיט זאפטיגע נייעס מער ווי איבעראל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גיטן, האבן ברייטע ידיעות איז עפעס וואס גליסט מיר זייער שטארק, פארשטיין ווי אזוי אנדערע טראכטן, פארברייטערט מיין חכמה, און קאווע שטיבל גיסט זיך געשמאקע געטראנקען, עס איז דא אן אויסוואל פון פיהל ערליי מינים, מען קען זיך אנדרייען דאס מאגן, ווי אזוי קען מען דאס בארוהגען.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב אלץ געזוכט א פלאץ ווואו מען קען רעדן פון דברים העומדים על הפרק מיט אן אפענקייט, און איך פיהל ווי קאווע שטיבל איז די ריכטיגע פלאץ דערפאר. כ’האב אויך ליב צי וויסן אין מיטציהאלטען וואס ס׳טיט זיך אויפן וועלט. איך האב ליב צי ליינען נייעס, חסידישע נייעס, אין היסטאריע. זיך באקענען מיט פאקטן און נייעס וואס גייען באמת פאר אויפן סדר היום.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 10
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 23, 2024 1:00 am
- האט שוין געלייקט: 30 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך וויל מיר איינשרייבן אין דעם פארום ווייל איך קען מיך אויס אין אסאך נושאים וואס איך בין גרייט מיטציטיילן מיט די צייט, אויך האב איך ליב געוואר צי ווערן נייע זאכן, און זיך אויסשמעוסן מיט אנדערע אויף א ערליכע פארנעם
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א היימישע חסידישע אינגעאמאן
מיט פיר קינדערלעך
טוט IT פאר פרנסה.איז גרייט ארויסצוהעלפן אנדערע וואס פרעגן
האט ליב צו ליינען אסאך בפרט איבער נושאים פון היימישע היסטאריע
מיט פיר קינדערלעך
טוט IT פאר פרנסה.איז גרייט ארויסצוהעלפן אנדערע וואס פרעגן
האט ליב צו ליינען אסאך בפרט איבער נושאים פון היימישע היסטאריע
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 2
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 23, 2024 9:51 am
- האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין קינדל און קינדל בין איך, ווער איז דען נישט, אקעי לאמיר נאר רעדן פון מיר אליין, יא איך בין קינדל און קינדל בין איך. דרייענדיג זיך פון וועלט צו וועלט זעען מיר געקומען צו די החלטה הלאווי כאטש בלייבן אין שטיבל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין בעל הבית וואס איז ב״ה טרוד על המחי׳ ועל הכלכלה, און איך זיך אסאך מאל צו הערן א גוט ווארט פון א גוטן פריינד, דעריבער בין איך זיך מחי׳ צו קענען זיין א טייל פונעם פראגראם
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 1
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 23, 2024 11:12 am
- האט שוין געלייקט: 6 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א געשמאקע פרייליכע מאן וואס האט ליב צו סאשעלייזן אויף א אידישע פלאטפארמע און איך הער כסדר פון די אינטערעסאנטע נייעס וואס ווערט דא פארציילט, און פון די נושאים עס ווערט דא דיסקוסירט, קלוגע געדאנקען פון קלוגע אידן, האב איך באשלאסן זיך אנצושליסן אלץ א חבר כדי דאס קענען מיטהאלטן
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך זיץ מיר און מיין קרעמל איינער אליין ציווישן הונדערטע אנדערע חסידישע אידן אין א קיאסק ווייט אוועק פין סיי וואספארא לעבעדיגערהייט פין א זאך.... לאל
למעשה האב איך שוין געניג ווערטער?
למעשה האב איך שוין געניג ווערטער?
-
- מנהל
- הודעות: 500
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 4:05 pm
- האט שוין געלייקט: 871 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2445
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 6107 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5870 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
הו הא, חברה ס׳קומט נייע צייטן, מ׳גייט מחזיר זיין די וועקער ליושנה!מייסטערווערק האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 08, 2024 7:47 pm מייסטערווערק איז די קומענדיגע שטאפל פון אונזער/אייער באליבטער ״וועקער״, לעורר ישנים ולהקיץ נרדמים. אונזער ציל איז זיין דער פלאטפארמע פאר קונסט, פארש-ארבעט, מחשבה, טאלאנט, היסטאריע, שמועסן מיט באקאנטע פערזענליכקייטן, און סתם שרייב-ארבעט אין היימישע, חסידי׳שע אידיש.
@מייסטערווערק ווען קומט ארויס דער קומענדיגער וועקער?
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 134
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 21, 2024 10:24 pm
- האט שוין געלייקט: 207 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 95 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
מיינסט צו פרעגן, ווען קומט ארויס די נייע "מייסטערווערק" ?קהל'ס נער האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 23, 2024 6:41 pmהו הא, חברה ס׳קומט נייע צייטן, מ׳גייט מחזיר זיין די וועקער ליושנה!מייסטערווערק האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 08, 2024 7:47 pm מייסטערווערק איז די קומענדיגע שטאפל פון אונזער/אייער באליבטער ״וועקער״, לעורר ישנים ולהקיץ נרדמים. אונזער ציל איז זיין דער פלאטפארמע פאר קונסט, פארש-ארבעט, מחשבה, טאלאנט, היסטאריע, שמועסן מיט באקאנטע פערזענליכקייטן, און סתם שרייב-ארבעט אין היימישע, חסידי׳שע אידיש.
@מייסטערווערק ווען קומט ארויס דער קומענדיגער וועקער?
- ששון ושמחה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 340
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
- האט שוין געלייקט: 619 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
כ'זעה @מייסטערווערק'ס סימבאל איז די זעלבע ווי די צוויי וואוו'ן פון די וועקער'ס. ס'פאנגט זיך אבער דאך אהן מיט א מ'? קשיאאבימלך האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 23, 2024 7:21 pmמיינסט צו פרעגן, ווען קומט ארויס די נייע "מייסטערווערק" ?קהל'ס נער האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 23, 2024 6:41 pmהו הא, חברה ס׳קומט נייע צייטן, מ׳גייט מחזיר זיין די וועקער ליושנה!מייסטערווערק האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 08, 2024 7:47 pm מייסטערווערק איז די קומענדיגע שטאפל פון אונזער/אייער באליבטער ״וועקער״, לעורר ישנים ולהקיץ נרדמים. אונזער ציל איז זיין דער פלאטפארמע פאר קונסט, פארש-ארבעט, מחשבה, טאלאנט, היסטאריע, שמועסן מיט באקאנטע פערזענליכקייטן, און סתם שרייב-ארבעט אין היימישע, חסידי׳שע אידיש.
@מייסטערווערק ווען קומט ארויס דער קומענדיגער וועקער?
שָׂשׂוֹן וְשִׂמְחָה יִמָּצֵא בָהּ תּוֹדָה וְקוֹל זִמְרָה