נפלאותיך אשיחה – זכרונות הרה"ח ר' נפתלי לעבאוויטש שליט”א תורה שרייבער ביי הרה”ק מסאטמאר זי”ע

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
באניצער אוואטאר
כספי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 437
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 883 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל

נפלאותיך אשיחה – זכרונות הרה"ח ר' נפתלי לעבאוויטש שליט”א תורה שרייבער ביי הרה”ק מסאטמאר זי”ע

שליחה דורך כספי »

לעצטנס האב איך אדורך געליינט חלקים פונעם בוך נפלאותיך אשיחה פון הרה"ח ר' נפתלי לעבאוויטש שליט”א תורה שרייבער פון הרה”ק מסאטמאר זי”ע, און כ'פארצייכן דא כמה אינטרעסאנטע אנעקדאטן וואס איז מיר געווען אינטרעסאנט לטובת הציבור

• בלאט 183 איז דא א בילד פון סאטמאר רב עולה לתורה און מ'זעט אויף די מאנטל פון די ס”ת א מגן דוד, די בילד זעט נישט אויס פון פאר די מלחמה, איך בין נייגעריג צו די היינטיגע ממשיכי דרכו און תלמידים פון רבי'ן ז”ל וואלטן עולה געווען אין אזא תורה...

• בלאט 185 ביי די הערה 8 שרייבט ער איבער בחור דוד הערש בראך ז”ל וואס איז געווען זייער א חשוב'ער בחור, אלס בחור איז ער געווען אין א”י אויפן וועג צוריק פון מקומות הקדושים אין צפת איז ער ל”ע אומגעקומען. ער איז געפארן מיט א באס און אינמיטן וועג איז אויפגעשטיגן א פרוי און זי האט זיך געזעצט נעבן עם, האט ער זיך אויפגעשטעלט און זיך געטוישט מיט זיין קאזין, באלד דערנאך האט א אראבער ימש”ו פון די בארג אראפגעשאסן אויף די באס און פונקט אויף די פלאץ וואו ער האט זיך געזעצט האט עם געטראפן א קויל רח”ל און ער איז געהרג'ט געווארן.

איינער ווייסט אפשר די נומבער פון דער אטעיסטישער ר' מיילעך בידערמאן?
די מעשה האט מיר דערמאנט וואס ר' מיילעך האט פארציילט נאך א שוידערליכע עקסידענט וואס האט פאסירט אפאר יאר צוריק אין א”י (דאכט זיך מיט די באס 242 צווישן ירושלים און ב"ב) וואס האט געקאסט אפאר נפשות, די עקסידענט איז עפעס געווען אז די באס האט אריינגעשמעטערט אין א טראק און איין גאנצע זייט פון די באס זענען כמעט אלע אוועק אדער שטארק פארוואונדעט געווארן, האט ר' מיילעך פארציילט אז ס'איז געווען א בחור וואס איז געזעצן אויף די באס און נעבן עם האט איינער ארויסגענומען א סמארטפאון (קען זיין ער האט געזען דארט ראיות אסורות, אדער סתם א סמארט פאון) און דער בחור האט געטוישט זייטן פון די באס וועגן דעם, און בזכות דעם איז ער געראטעוועט געווארן, שוין, דעמאלטס האט מען גערעדט צו ס'איז יא אמת צו נישט, אפי' ס'איז אמת, איז וואס? קען נישט זיין מעשיות פארקערט, שוין דא האמיר די מעשה

• בלאט 203 שרייבט ער איין יאר איז געווען אז מ'האט נישט געגעסן קיין פיש ביים רבי'ן פסח האט איינער געפרעגט דעם רבי'ן פארוואס דער רבי עסט נישט קיין פיש פסח, האט עם דער רבי געזאגט “פשוט, ווייל מ'געבט מיר נישט...”, און אין די הערה דארט נומ. 4 שרייבט ער ס'איז געווען א ענליכע מעשה אז מ'פלעגט מען נישט ווארטן אויפן סאטמאר רב ביי קרי”ש נאר דער רבי פלעגט מיטדאווענען מיטן שליח ציבור דאס איז פארשטייט זיך געווען בהסכמתו פונעם רבי'ן, אמאל האט איינער געפרעגט דעם רבי'ן פארוואס מ'ווארט נישט אויפן רבי'ן האט דער רבי גענטפערט “מפני שאין ממתינים...”

• בלאט 209 פארציילט ער די באוואוסטע מעשה פון שמח”ת שנת תשי”ב ווען מ'האט אפגעקויפט די נעפ מענשאן זאל אויף 550 בעדפארד (וואו שפעטער האבן געוואוינט דארט דער ברך משה ז”ל און היינט וואוינט דארט אדמו”ר מהרז”ל), אבער אזוי ווי ס'איז נאך געווען געסקעדזשועלט חתונות פארן ווינטער האט עס סאטמאר נאך נישט געקענט געהעריג נוצן האט מען נאר גענוצט דעם דריטן שטאק, מ'איז אזוי געטאנצן ביי די הקפות [אן קיין פארענטשעס...] אז די טשילאר פון די זאל אונטן האט זיך גענומען שטארק שאקלען, דער פארקויפער מר. שייאוויטש איז געקומען צום רבי'ן און זיך געבעטן מ'זאל נישט טאנצן אזוי שטארק, האט עם דער רבי געוואלט בארוהיגן און אנגעהויבן טאנצן מער צו די עק פון זאל ביי די ווענט, אבער ס'האט נישט קיין סאך געהאלפן און די טשילאר האט זיך ווייטער געשאקלט.
איך בין נייגעריג צו מ'וואלט היינט צוגעלאזט עפעס א איד צו א 'הייליגן' רבי'ן שטערן אינמיטן די 'געהויבענע' הקפות וועגן עפעס א טשילאר, כ'רעד שוין נישט אז דער רבי וואלט נישט געגאנגען טאנצן ביים עק זאל, וואו די פיקטשערס קענען נישט אזוי גוט אויסקומען.

• אין בלאט 230 פארציילט ער איבער די באוואוסטע אסיפה פון די אגודה אין די ווינער שול, ווען דער רבי האט זיך צובייזערט אויף הגאון ר' יונתן שטייף זצ”ל ברבים ביי א חוה”מ טיש פסח תשי”ד, שרייבט ער דארט 'עס האט מיר דערציילט אן אייניקל פון הגאון ר' יונתן שטייף ז”ל אז ווען זיין זיידע איז ארויפגעגאנגען מיטן רבי'ן [נאכן טיש] האט זיך דער רבי אנגערופן צום זיידן ר' יונתן מיט א שמייכל “נו האב איך מיך גוט אויפגערעגט?” האט זיין זיידע גענטפערט “ס'איז נאך נישט אזוי ווי דער מנחת אלעזר...”' (פינטלעך במקור)

• בלאט 252 (און אין די הערה 6) שרייבט ער אז נאר צוויי מאל האט ער מיטגעהאלטן ווי דער סאטמאר רב האט ארויסבאגלייט עמיצן ביז צו די קאר, איינמאל ביי הרה”ק ר' מענדעלע סטראפקובער זצ”ל, און איינמאל ווען 'אדמו”ר הרה”צ ר' ברוך ראבינאוויטש ז”ל אבד”ק מונקאטש (אביהם של אדמורי”ם ממונקאטש ודינוב שליט”א)' איז געקומען באזוכן דעם סאטמאר רב בערך אין יאר תשי”ד, און דער סאטמאר רב האט עם אויפגענומען בסבר פנים יפות און מכבד געווען מיט פירות און פארברענגט אינאיינעם א לאנגע צייט.

• אין בלאט 275 ווען ער פארציילט איבער די תורה שרייבן פון הרה"ק מסאטמאר, וואס זיי (ער מיט זיין שותף הרב מאיר ישראל גאלדבערגער ז”ל) האבן קודם אנגעפאנגען אויף די אייגענע האנט וכו', אינמיטן יאר תשט”ו האבן חסידים פון א”י געגעבן פארן סאטמאר רב א גרוס איבער די געדרוקטע תורה, האט דער סאטמאר רב עס אנגעהויבן צו נעמען ערנסט האט מען זיי מחייב געווען (שטייט נישט ווער, לכאו' דער סאטמאר רב אדער די ארומיגע) אז זיי קענען נישט ארויסגעבן קיין ד”ת פאר דער רבי קוקט עס איבער, למעשה איז דאך דער סאטמאר רב געווען גוט פארנומען אזוי אז זיי האבן זיך זייער געמוטשעט צו טרעפן פלאץ אריינצוגיין צו עם, איינמאל אין א זונטאג פארן דאווענען האבן זיי זיך אריינגעכאפט צום רבי'ן מיט די תורות און דער רבי האט עס אנגעהויבן דורכצוקוקן, ווען ער האט גענדיגט האט ער געקוקט אויפן זייגער און געזען אז ס'איז געווארן זייער שפעט, האבן מיר געכאפט א געזונטן 'פסק' און ער האט אונז אנגעזאגט אז מער זאלן מיר נישט קומען פארן דאווענען

איינמאל אינמיטן יאר תשי”ז האבן מיר שוין נישט געהאט קיין אנדערן ברירה און ביי של”ס זענען מיר נישט געגאנגען צו אונזער פלאץ ווי מיר פלעגן שטיין [זיי האבן געהאט א מקום קבוע אונטערן רבי'ןס בענקל וואו זיי זענען געשטאנען צו קענען הערן די של”ס תורה] כדי דער רבי זאל דאס באמערקן, דאס האט טאקע געווירקט און זונטאג צווישן מנחה מעריב האט זיי דער רבי צוגערופן און געפרעגט פארוואס ער האט זיי נישט געזען אויף זייער פלאץ ביי של”ס האבן זיי גענטפערט אז אונז קענען מילא נישט ארויסגעבן די ד”ת וויבאלד מ'קען נישט אריינקומען צום רבי'ן עס איבערקוקן, האט מען דעמאלטס געמאכט א זמן קבוע יעדע מיטוואך נאכט – רוב מאל ביז דרייער פירער פארטאגס – האט עס דער רבי איבערגעקוקט, און דעמאלטס האט מען פארשפארט די טיר וכו'

• אין בלאט 279 שרייבט ער ווען ער רעדט איבער די הגהות פונעם סאטמאר רב אויף די צוגעגרייטע תורות אויך האט זיך אמאל געמאכט אז דער רבי האט נאכגעברענגט א קשיא פון איינער פון גי ספרים און דער רבי האט זיך בשעת מעשה אויסגעדרוקט אז 'קושיא מעיקרא ליתא' און אזוי האבן זיי עס נאכגעשריבן ווען דער רבי האט דאס געזען האט ער געזאגט “אזוי שרייבט מען אויף א גדול בישראל? זיין קשיא הייבט זיך נישט אן? אמת טאקע אז כ'האב אזוי געזאגט, אבער שרייבן שרייבט מען נישט אזוי".

• אויך שרייבט ער דארט איבער א פייערדיגע תורה פונעם רבי'ן פר' עקב קעגן די ציונים און בתוה”ד האט דער רבי געזאגט 'אויסגעריסן זאלן זיי ווערן' און זיי האבן עס נאכגעשריבן, אבער דער רבי האט עס געהייסן ארויסנעמען.

• אין בלאט 280 שרייבט ער ווען ער רעדט איבער די הגהות פונעם סאטמאר רב בזה"ל "נאך א מעשה איז געווען מיט די תורה פון פרשת קורח, וואס דער רבי האט דערמאנט וואס ס'שטייט אין ספרים הק' [אריה”ק] אז לעתיד לבוא וועט קרח זיין כהן גדול, האט דער רבי זיך אנגערופן ביים איבערגיין “ס'שטייט אז ער וועט זיין כהן, אבער וואו שטייט אז ער וועט זיין כהן גדול?” דער רבי האט דעמאלטס אנגעצייכנט אז מיר זאלן עס פארעכטן, מיר האבן עס טאקע פאראכטן און געשריבן אז קרח וועט זיין כהן" און די הערה דארט נומ. 5 שרייבט ער אזוי "דאס איז געווען דאס ערשטע מאל אין יענע תורה וואס ס'איז געשטאנען כהן גדול אנשטאט כהן, און דערפאר האט עס דער רבי דארט מגיה געווען, אבער באמת אויף יענע בלאט שטייט נאכדעם נאך עטליכע מאל דאס ווארט כהן גדול וואס מיר האבן געדארפט מגיה זיין, אבער דער רבי האט אונז נישט געזאגט דערוועגן פארלאזנדיג זיך אז מיר וועלן עס שוין פארעכטן אבער למעשה האבן מיר זיך נישט געכאפט עס צו פארעכטן און ס'איז אזוי געבליבן געדרוקט, אויף אין דברי יואל איז עס אריינגעדרוקט געווארן כהן גדול און נישט כהן"
למעשה היינט ווייסט יא יעדער אז קרח גייט ווערן כהן גדול, און כ'האב שוין אמאל געהערט טאקע בשם דער ר' נפתלי אז די איינציגסטע מקור צו דעם איז די דברי יואל וואס ס'איז א טעות כמבואר לעיל. איך האב אמאל געפרעגט איינעם וואס לערנט די קליינע אותיות יענער האט אבער יא געזאגט אז ס'שטייט אין אריה"ק אז קרח וועט ווערן כה”ג, וצ”ע.

• בלאט 282 שרייבט ער א אינטרעסאנטע זאך איז געשען מוצאי יו”כ תשי”ט ווען דער רבי האט איבערגעקוקט די תורות פון תשי”ז צו זען וואס ער האט שוין געזאגט און ער זאל עס נישט נאכאמל איבער'חזר'ן, און דער רבי האט באמערקט א פאדריסליכע טעות אז עס איז געשטאנען בתוה”ד 'וע”כ השביעו אותו “שישנה” דבר מכל מה שאמרו לו' אנשטאט “שלא” ישנה דבר מכל מה שאמרו לו, ווען דער רבי האט דאס באמערקט האט געהאט דערפון גרויס חלישות הדעת און ער האט זיך שטארק געבייזערט אויף אזא שטארקע טעות, דער ר' נפתלי איז שוין געשטאנען אונטן אין ביהמ”ד ווארטנדיג פאר די סעודה גרייט אפצושרייבן די מוצאי יו”כ תורה ווען ער האט געהערט אז דער רבי איז שטארק ברוגז אויף זיי אבער ער האט נישט געוואוסט פארוואס, אויף צומארגנס האט ער זיך דערוויסט אז דער רבי האט געטראפן דעם שטארקן טעות, אבער ער האט געדענקט אז ער האט גוט געשריבן נאר דער דרוקער האט געמאכט די טעות, האט ער געברענגט צום רבי'ן די כתבים ווייזנדיג אז ס'איז נישט זייער שולד, דער רבי האט זיך טאקע בארוהיגט און מיר האבן מבער געווען יענעם קונטרס און עס מער נישט פארקויפט, עכת”ד
ס'איז א אינטרעסאנטע מעשה, ווייל יעדער חדר-אינגל וואלט גלייך פארשטאנען אז ס'איז א טעות, און וואס איז ער געווארן אזוי אויס מענטש?! כ'האב עפעס א ביאור לענ”ד כ'האב נאר נישט די ריכטיגע ווערטער עס ארויסצוברענגען.

• בלאט 305 פארציילט ער פון זיין שמשות ביים סאטמאר רב אין פלארידע ווינטער תשי”ז שרייבט ער אזוי, ביי של”ס זענען די לעקטערס געווען אנגעצינדן ווייל ער האט נישט געוואוסט אז ער דארף אויסלעשן די לעקטערס נאכן זמן וויבאלד אין ווימסב”ג האט דער שמש אויסגעלאשן די לעקטער, אויך געווענליך פלעגט סאטמער רב נוצן ביים בענטשן של”ס א גלאזערנער כוס צו בענטשן און נאכדעם ביי הבדלה האט מען אויך גענוצט דעם כוס (ער ברענגט דארט אין די הערה אז ער האט געזען אין א ספר אז די טעם פארוואס ס'איז געווען וואס האבן גענוצט א גלאזערנעם בעכער איז וועגן אבילות אויף משה רבינו וואס איז אוועק ביי רעוא דרעוין), אבער דא האט מען פארגעסן מיטצוברענגען דעם גלאזערנעם גלאז האט ער געגעבן די זילבערנער בעכער צו בענטשן. כדי איך זאל נישט פילן שולדיג אין די צוויי זאכן, האט זיך דער רבי אנגערופן ביי הבדלה בדרך צחות, אז יעצט פארשטייט ער פארוואס אינדערהיים נעמט מען א גלאזערנעם כוס און דא א זילבערנעם כוס, ווייל אינדערהיים פארלעשט מען די לעקטער האט מען מורא אז די בעכער וועט פארשווינדן ווערן, אבער דא אז ס'איז געווען ליכטיג ביי של”ס קען מען נוצן דעם זילבערנעם בעכער.
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

Re: נפלאותיך אשיחה – זכרונות הרה"ח ר' נפתלי לעבאוויטש שליט”א תורה שרייבער ביי הרה”ק מסאטמאר זי”ע

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

וואס איז געווען צווישן דעם רבי'ן מיט רבי יהונתן שטייף זכרונם לברכה?
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: נפלאותיך אשיחה – זכרונות הרה"ח ר' נפתלי לעבאוויטש שליט”א תורה שרייבער ביי הרה”ק מסאטמאר זי”ע

שליחה דורך עמרם »

סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 22, 2024 11:36 pm וואס איז געווען צווישן דעם רבי'ן מיט רבי יהונתן שטייף זכרונם לברכה?
א שטארקע נאנטשאפט !
באניצער אוואטאר
אסטראלאג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

Re: נפלאותיך אשיחה – זכרונות הרה"ח ר' נפתלי לעבאוויטש שליט”א תורה שרייבער ביי הרה”ק מסאטמאר זי”ע

שליחה דורך אסטראלאג »

• בלאט 183 איז דא א בילד פון סאטמאר רב עולה לתורה און מ'זעט אויף די מאנטל פון די ס”ת א מגן דוד, די בילד זעט נישט אויס פון פאר די מלחמה, איך בין נייגעריג צו די היינטיגע ממשיכי דרכו און תלמידים פון רבי'ן ז”ל וואלטן עולה געווען אין אזא תורה...
כ'געדענק אז מען פלעגט זאגן אז רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע האט שפעטער פארלאנגט מען זאל דאס נישט ניצן, און אויך פארמעקן די מגן דוד'ס וואס זענען געווען איבעראל אויף די ווענט.
דער בילד איז פון גאנץ אנהויב אין וויליאמסבורג.
🕯️לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: נפלאותיך אשיחה – זכרונות הרה"ח ר' נפתלי לעבאוויטש שליט”א תורה שרייבער ביי הרה”ק מסאטמאר זי”ע

שליחה דורך עמרם »

דא איז די בילד
הרבי עם מגן דוד
הרבי עם מגן דוד
[NAMELESS]

Re: נפלאותיך אשיחה – זכרונות הרה"ח ר' נפתלי לעבאוויטש שליט”א תורה שרייבער ביי הרה”ק מסאטמאר זי”ע

שליחה דורך [NAMELESS] »

עמרם האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 22, 2024 11:45 pm
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 22, 2024 11:36 pm וואס איז געווען צווישן דעם רבי'ן מיט רבי יהונתן שטייף זכרונם לברכה?
א שטארקע נאנטשאפט !
דו לץ...
די מעשה איז געווען אז עס איז געווען געסקעטשולט אן אסיפת אגודת ישראל חול המועד אין וויען בית מדרש ר' יונתן איז געקומען די צווייטע טאג סעודת אסתר צום סאטמער רבי'ס טיש ווי די רבי האט זיך שטארק צובייזערט פארוואס ער לאזט עס צו און געזאגט דעמאלטס ווערטער וואס איז שטארק באקאנט אין סאטמער 'וואס זאל איך טון איך בין אראפגעקומען אויף דער וועלט צו זאגן די אמת' עפעס אזוי
[NAMELESS]

Re: נפלאותיך אשיחה – זכרונות הרה"ח ר' נפתלי לעבאוויטש שליט”א תורה שרייבער ביי הרה”ק מסאטמאר זי”ע

שליחה דורך [NAMELESS] »

זייער אינטערסאנטע נקודות.
די רבי איז נאך אלעמען געווען א נארמעלע מענטש, ווי אונזער @רביה"ק האט זיך אויסגעדריקט, ווער די רבי איז געווען וועט מען נישט וויסען ביז משיח קומט...
אבימלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 142
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 21, 2024 10:24 pm
האט שוין געלייקט: 198 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 96 מאל

Re: נפלאותיך אשיחה – זכרונות הרה"ח ר' נפתלי לעבאוויטש שליט”א תורה שרייבער ביי הרה”ק מסאטמאר זי”ע

שליחה דורך אבימלך »

איבער דעם הייליגן סאטמאר רבי'ן איז דא א געוואלד צו שרייבן, אנדערש פון די היינטיגע רבי'ס, איז ער געווען גאר א קלוגע איד, אזוי אויך האט ער נאך געמיינט דעם אייבערשטן, (ווייס איך נישט אויב 100% אדער 50%, אבער מער פון די היינטיגע רבי'ס זיכער)

אסאך מאל האט ער געזאגט זאכן, וואס ער האט געהאלטן אז ס'דארף געזאגט ווערן, אפי' ער אליינס האט נישט געהאלטן ממש דערביי

בעיקר האט מען עס געזעהן ביי זיין מלחמה מיט ציונות והמסתעף, איין דוגמא איז די אויבען דערמאנטע מעשה, ברבים האט ער זיך גערעיגט אויף ר' יונתן, און גלייך נאכדעם ביחודות האט ער געשמייכלט צו אים, און זיין כוונה איז געווען, אז ער האט געוואלט מודיע זיין פאר די עולם, אז ער האלט נישט פון דעם אסיפה אפי' ס'איז ביי זיין ידיד'ס בית מדרש, און ער וועט רעדן קעגען דעם אפי' בפניו,
אבער צווישן זיי אליינס האט ער פארשטייט זיך אנגעהאלטן די ידידות

און אזוי איז אייביג געווען, אין די ספר ויואל משה, און אין על הגאולה , שרייבט די רבי קלאר אז נישט נאר די ציונים וואס זענען פריי זענען רשעים גמורים נאר אפי' מ'איז פרום, אבער מ'האלט אז מ'מעג האבן א מדינה, פאר דעם אליינס איז מען שוין א רשע, - אבער למעשה ווען ס'איז געקומען א מזרח'סט צום רבי'ן, האט די רבי זיי שיין אויפגענומען,
די רבי גייט דאך באמת אסאך ווייטער אין די ספרים, אז אפי' מ'גייט נאר צו די בחירות, איז מען שוין עובר אויף יהרג ואל יעבור, און מ'האט א דין ווי א רשע, אעפ''כ האט די רבי זיך געטראפן מיט די אלע רבי'ס וואס האבן גאר געשיקט זייער עולם, די רבי איז געפארן צום לוי' פון ר' אהרן קאטלער ז''ל און אים מספיד געווען, כאטש ער איז געפארן קיין א''י מחזיק זיין די אידן צו יא גיין צו די בחירות
און ווען די בית ישראל פון גור איז געקומען זיך געזעגענען פון די רבי אויפן שיף האט די רבי אויסגעפירט אונז בלייבן גוטע ידידים, טראץ וואס די בית ישראל האט געשיקט זיין עולם צו די בחירות

די זעלבע ווייטער, די רבי שרייבט אין על הגאולה, אז אפי' איינער האט נאר א מחשבה בלב אז ס'קען זיין אז ס'איז געווען ניסים תשכ''ז, איז אויך נמשך נאך כפירה
און ממש אלע רבי'ס און רבנים פון אמעריקע האבן דאך אזוי געהאלטן (אדער געזאגט אפען, אדער כאטשיג אין הארץ) אעפ''כ האט די רבי זיי מכבד געווען

מ'זעהט ס''ה אז די רבי איז נישט געווען קיין סתירה צו זאגן אדער שרייבן און טוען פארקעט !
באניצער אוואטאר
אסטראלאג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

Re: נפלאותיך אשיחה – זכרונות הרה"ח ר' נפתלי לעבאוויטש שליט”א תורה שרייבער ביי הרה”ק מסאטמאר זי”ע

שליחה דורך אסטראלאג »

אבימלך האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 23, 2024 10:53 am
און אזוי איז אייביג געווען, אין די ספר ויואל משה, און אין על הגאולה , שרייבט די רבי קלאר אז נישט נאר די ציונים וואס זענען פריי זענען רשעים גמורים נאר אפי' מ'איז פרום, אבער מ'האלט אז מ'מעג האבן א מדינה, פאר דעם אליינס איז מען שוין א רשע, - אבער למעשה ווען ס'איז געקומען א מזרח'סט צום רבי'ן, האט די רבי זיי שיין אויפגענומען, רביה"ק מסאטמאר - נ"ק זי"ע האט קיימאל נישט געהאלטן ביים אויפנעמען קיין מסיתים ומדיחים אדער אגודה'סטישע רבנים. פריוואטע אינדעווידועלן האבן געהאט איינטריט אזויווי יעדער וואס האט געוואלט אריינקומען במעון קדשו פאר א ברכה. ס'איז געווען ווען פארשידענע מזרחיסטישע רבנים האבן געוואלט אריינגיין, און די רבי זי"ע האט בשום אויפן זיי בכלל נישט אריינגעלאזט.
די רבי גייט דאך באמת אסאך ווייטער אין די ספרים, אז אפי' מ'גייט נאר צו די בחירות, איז מען שוין עובר אויף יהרג ואל יעבור, און מ'האט א דין ווי א רשע, אעפ''כ האט די רבי זיך געטראפן מיט די אלע רבי'ס וואס האבן גאר געשיקט זייער עולם, די רבי איז געפארן צום לוי' פון ר' אהרן קאטלער ז''ל און אים מספיד געווען, כאטש ער איז געפארן קיין א''י מחזיק זיין די אידן צו יא גיין צו די בחירות דאס איז געווען א אויסנאם נאך א שטיק צייט וואס מען האט געלאזט וויסן פארן די רבי אז מען לערענט אין לעיקוואוד "ויואל משה", און דער עולם זעט איין וכו' - ר' עזריאל גליק פלעגט אזוי דערציילן וואס ער איז דעמאלטס געגאנגען מיטן רבי'ן.
קודם האט די רבי נישט געהאלטן ביים ג'יין, אבער דערנאך באשלאסן יא - זקניך ויאמרו לך

און ווען די בית ישראל פון גור איז געקומען זיך געזעגענען פון די רבי אויפן שיף האט די רבי אויסגעפירט אונז בלייבן גוטע ידידים, טראץ וואס די בית ישראל האט געשיקט זיין עולם צו די בחירות

די זעלבע ווייטער, די רבי שרייבט אין על הגאולה, אז אפי' איינער האט נאר א מחשבה בלב אז ס'קען זיין אז ס'איז געווען ניסים תשכ''ז, איז אויך נמשך נאך כפירה
און ממש אלע רבי'ס און רבנים פון אמעריקע האבן דאך אזוי געהאלטן רוב רבנים האבן זיך נישט געלאזט הערן דערוועגן. און לאוו דווקא אז זיי האבן געהאט עפעס א שיטה פארוואס צו האלטן אז ס'איז געווען ניסים ר"ל
דער ליובאוויטשער האט זיך געלאזט הערן מיט מינות וכפירה און די רבי מנטורי קרתא זי"ע האט דעמאלטס שטארק ארויסגעטראטן קעגן אים
(אדער געזאגט אפען, אדער כאטשיג אין הארץ) אעפ''כ האט די רבי זיי מכבד געווען
🕯️לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
אבימלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 142
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 21, 2024 10:24 pm
האט שוין געלייקט: 198 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 96 מאל

Re: נפלאותיך אשיחה – זכרונות הרה"ח ר' נפתלי לעבאוויטש שליט”א תורה שרייבער ביי הרה”ק מסאטמאר זי”ע

שליחה דורך אבימלך »

איך ווייס נישט אויב דו ווייסט, אבער דער באבובע רב, בעל דברי שלמה (וואס איז אגב געווען נאנט מיט'ן רבי'ן) האט יא ברבים געזאגט אז ס'איז געווען ניסים,

און זיכער אסאך האבן אזוי געהאלטן אין הארץ, אדער עכ''פ געהאט א ספק,

קיינער האט נישט געזאגט אז ס'איז נישט געווען ניסים!!
דברי שלום
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 08, 2024 3:55 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

Re: נפלאותיך אשיחה – זכרונות הרה"ח ר' נפתלי לעבאוויטש שליט”א תורה שרייבער ביי הרה”ק מסאטמאר זי”ע

שליחה דורך דברי שלום »

נאך א אינטערעסאנטע מעשה שרייבט ער דארט (איך געדענק נישט וועלכע בלאט איך דארף עס נאכקוקען)
אז איינמאל האט מען אים געזאגט אז די רבי דארף אלע תורות אויף חנוכה און ער האט געברענגט, (איך מיין די רבי איז קראנק געווארן אינדערמיט) און ער האט עס קיינמאל נישט צוריק באקומען האט ער געהאט גרויס חלושת הדעת, למעשה יארן שפעטער איז ארויסגעקומן די דברי יואל אויף חנוכה האט ער געזעהן אז די תורות זענען נישט פארלוירן געגאנגען האט ער זיך זייער געפרייט { אויך האט אים ר' יוסל גערענגט א באקס ספרים}. ע"כ
א איד וואס האט געשריבן אלע תורות און מ'האט עס צוגענומען פון אים און ער האט נאר געהאט חלושת הדעת אז ס'גייט פארלוירן ווערן, און ער האט זיך געפרייט אז מען האט עס געדריקט ..........
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: נפלאותיך אשיחה – זכרונות הרה"ח ר' נפתלי לעבאוויטש שליט”א תורה שרייבער ביי הרה”ק מסאטמאר זי”ע

שליחה דורך לאכעדיג »

@אבימלך. איך ווייס נישט אויב די ווייסט, אבער אין יענע יארן ביי די תשכ"ז מלחמה האט נאך קיינער נישט געקוקט אויף ר' שלמה באבובער זייט.

די ריבנוצער רבי האט נישט געוואלט געבן די הענט פאר ר' שלמה אין דערביי אים געפרעגט צו איר זענט געווען אין וואסער היינט.

אזוי אויך איז דא עפעס א געשיכטע אז סאטמאר רב האט ביי עפעס אן אסיפה נישט גערעדט שיין צו ר' שלמה און נאכדעם האט יוסף אשכנזי געזאגט פאר סאטמאר רב אז ר' שלמה איז איז א גרויסע רב האט סאטמאר רב געשיקט איבערבעטן.

די ידידים שאפט האט זיך שפעטער אנגעהויבן ...

(די עיקר איז אז מען האט שוין אין די אשכול אויך געקענט שרייבן 'בעל דברי שלמה' ... נישט דא ווער ס'זאל לאכן)

נ.ב. פאר די וואס ווייסן נישט. פאר 20 יאר האט מהר"ש השני מבאבוב געהייסן אין די וועלט ר' שלמהלע באבובער
איין טאג איז ר' בנציון אויף געשטאנען מיט בויך וויי אז מען גייט ריברענדען זיין טאטעס נאמען צו בעל דברי שלמה.
"י"ב שבט באבוב 48"
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 6 אום לאכעדיג, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
דברי שלום
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 08, 2024 3:55 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

Re: נפלאותיך אשיחה – זכרונות הרה"ח ר' נפתלי לעבאוויטש שליט”א תורה שרייבער ביי הרה”ק מסאטמאר זי”ע

שליחה דורך דברי שלום »

כספי האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 22, 2024 11:09 pm לעצטנס האב איך אדורך געליינט חלקים פונעם בוך נפלאותיך אשיחה פון הרה"ח ר' נפתלי לעבאוויטש שליט”א תורה שרייבער פון הרה”ק מסאטמאר זי”ע, און כ'פארצייכן דא כמה אינטרעסאנטע אנעקדאטן וואס איז מיר געווען אינטרעסאנט לטובת הציבור
• בלאט 252 (און אין די הערה 6) שרייבט ער אז נאר צוויי מאל האט ער מיטגעהאלטן ווי דער סאטמאר רב האט ארויסבאגלייט עמיצן ביז צו די קאר, איינמאל ביי הרה”ק ר' מענדעלע סטראפקובער זצ”ל, און איינמאל ווען 'אדמו”ר הרה”צ ר' ברוך ראבינאוויטש ז”ל אבד”ק מונקאטש (אביהם של אדמורי”ם ממונקאטש ודינוב שליט”א)' איז געקומען באזוכן דעם סאטמאר רב בערך אין יאר תשי”ד, און דער סאטמאר רב האט עם אויפגענומען בסבר פנים יפות און מכבד געווען מיט פירות און פארברענגט אינאיינעם א לאנגע צייט.
דאס איז א באקאנטע זאך רבי עזריאל גליק פלעגט דאס אויך פארציילן
אבימלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 142
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 21, 2024 10:24 pm
האט שוין געלייקט: 198 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 96 מאל

Re: נפלאותיך אשיחה – זכרונות הרה"ח ר' נפתלי לעבאוויטש שליט”א תורה שרייבער ביי הרה”ק מסאטמאר זי”ע

שליחה דורך אבימלך »

לאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 23, 2024 2:14 pm @אבימלך. איך ווייס נישט אויב די ווייסט, אבער אין יענע יארן ביי די תשכ"ז מלחמה האט נאך קיינער נישט געקוקט אויף ר' שלמה באבובער זייט.

די ריבנוצער רבי האט נישט געוואלט געבן די הענט פאר ר' שלמה אין דערביי אים געפרעגט צו איר זענט געווען אין וואסער היינט.

ענלעכס איז דא עפעס א געשיכטע אז סאטמאר רב האט ביי עפעס אן אסיפה נישט גערעדט שיין צו ר' שלמה און נאכדעם האט די יוסף אשכנזי געזאגט פאר סאטמאר רב אז ר' שלמה איז איז א גרויסע רב האט סאטמאר רב געשיקט איבערבעטן.

די ידידים שאפט האט זיך שפעטער אנגעהויבן ...

(די עיקר איז אז די האסט שוין אין די אשכול אויך געקענט שרייבן 'בעל דברי שלמה' ... נישט דא ווער ס'זאל לאכן)
אין באבוב דערציילט מען אז ווען ר' שלמה איז געגאנגען בויען קרית באבוב (איך מיין ס'איז געווען פאר כ''ז) איז ער זיך געגאנגען געזעגענען פון די רבי ז''ל,
און די רבי האט אים ארויסבאגלייט ביז די קאר

(איך מיין אז די רבי האט אים שוין געטראפן אין שווייץ גלייך נאכן קריג, דארף מען מברר זיין)

אגב מיין איך אז ער האט געהאט מער חסידים ווי די ריבניצער צדיק

און ש'כח פאר די ווארעמע אויפנאמע !
אבימלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 142
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 21, 2024 10:24 pm
האט שוין געלייקט: 198 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 96 מאל

Re: נפלאותיך אשיחה – זכרונות הרה"ח ר' נפתלי לעבאוויטש שליט”א תורה שרייבער ביי הרה”ק מסאטמאר זי”ע

שליחה דורך אבימלך »

לאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 23, 2024 2:14 pm

נ.ב. פאר די וואס ווייסן נישט. פאר 20 יאר האט מהר"ש השני מבאבוב געהייסן אין די וועלט ר' שלמהלע באבובער
איין טאג איז בנציון אויף געשטאנען מיט בויך וויי אז מען גייט ריברענדען זיין טאטעס נאמען צו בעל דברי שלמה.
"י"ב שבט באבוב 48"
יעצט זעה איך אז די האסט צוגעלייגט די חלק

למען האמת האב איך נישט מיט די באבובע רב ר' בן ציון קיין שייכות, אבער סוף כל סוף ווערט ער אזוי גערופן אין די וועלט, היינט צוטאגס נאכדעם וואס בנו האט ארויסגעגעבן זיין ספר,
אז ס'שטערט דיך וועל איך בל''נ אויפהערן
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

שליחה דורך לאכעדיג »

ער האט אים טאקע ארויס באגלייט און געזאגט פאר די גבאים אז ער טוט עס ווייל ער האפט אז ס'וועט האבן א השפעה אויף אים.

אין שווייץ נאכן קריג האט ר' שלמה זיך נאך נישט געלאזט וואקסן די בארד.

איך האף אז די שאצט נישט קיין צדיקים לויט וויפיל חסידים זיי האבן און אויב יא זאלסטו וויסן אז ביים ריבנוצער ציון איז דא א טאג מער מענטשן וויפיל ס'איז דא א יאר ביים ציון פון ר' שלמה.

באבוב 45 האט שוין אפאר יאר פארדעם ארויסגעגעבן די ספר חכמת שלמה און נאכדעם האט באבוב 48 ארויסגעגעבן די ספר דברי שלמה. און אין די וועלט בלייבט ער אזוי ווי מען איז געוואוינט אים צו רופן "ר' שלמהלע באבובער"
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום לאכעדיג, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
כספי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 437
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 883 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל

Re: נפלאותיך אשיחה – זכרונות הרה"ח ר' נפתלי לעבאוויטש שליט”א תורה שרייבער ביי הרה”ק מסאטמאר זי”ע

שליחה דורך כספי »

ייש"כ פאר די דאנקער'ס און הערות

איין נקודה וואס כ'האב פארגעסן צוצייכענען

• אין בלאט 302 רעדט ארום איבער זיין נסיעה מיטן סאטמארן רב קיין פלארידע יאר תשי"ז ולמס' 57', שרייבט ער דארט אין הערה 2 בזה"ל "עס איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז מיאמי ביעטש איז דאך צווישן די דרום שטאטן פון אמעריקע, האבן די שחורים נאכנישט געהאט דארט קיין גלייכ-בארעכטיגונג. מ'האט זיך אויפגעפירט מיט זיי אזוי ווי להבדיל מיט אין אידן אין די יארן פון די אנטיסעמיטישע צייטן. זיי האבן נישט געהאט קיין רעכטן צו זיצן אין פארק. אויב א שחור האט געווארט אויף א באס, האט זיך די באס נישט אפגעשטעלט פאר אים, און אויב די באס האט זיך שוין אפגעשטעלט וועגן א ווייסן, און דער שחור האט זיך ארויפגעכאפט בזכות דעם ווייסן, האט דער שחור געמוזט גיין זיצן אונגאנצן פון אונטן.
ביינאכט האט א שחור נישט געטארט איבערנעכטיגן אין מיאמי ביעטש, אויב האט ער געדארפט בלייבן דארט כדי צו באדינען איינעם, האט ער געמוזט האבן א ספעציעלע געשריבענעם ערלויבעניש (פערמיט)"
מיך האט עס ממש געכאפט אין שאק, ממש יעצט ווען דער רבי האט נאך געלעבט האט מען זיך אזוי אויפגעפירט צו יומען ביאינג, נאכדעם וואונדערט מען זיך פארוואס די היימישע אידן זענען אלס געווען דעמאקראטן...
אגב איינער האט מיר לעצטנס געזאגט אז בזכות די היימישע אידן איז ניו יארק געווארן א בלויע שטאט, איך בין נייגעריג אויב ס'איז אמת
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
באניצער אוואטאר
כספי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 437
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 883 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל

Re: נפלאותיך אשיחה – זכרונות הרה"ח ר' נפתלי לעבאוויטש שליט”א תורה שרייבער ביי הרה”ק מסאטמאר זי”ע

שליחה דורך כספי »

לאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 23, 2024 2:14 pm
אזוי אויך איז דא עפעס א געשיכטע אז סאטמאר רב האט ביי עפעס אן אסיפה נישט גערעדט שיין צו ר' שלמה און נאכדעם האט די יוסף אשכנזי געזאגט פאר סאטמאר רב אז ר' שלמה איז איז א גרויסע רב האט סאטמאר רב געשיקט איבערבעטן.

די ידידים שאפט האט זיך שפעטער אנגעהויבן ...
דאס איז לכאו' נישט אינגאנצן אמת, הרה"ק מסאטמאר איז געווען פון די וואס האבן גאר שטארק געשטופט באבוב'ער רבי ז"ל צו עפענען זיין קרעמל, ווען גלייך נאך די מלחמה האט ער עם געשריבן אין א בריוו 'אבד"ק באבוב'
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: נפלאותיך אשיחה – זכרונות הרה"ח ר' נפתלי לעבאוויטש שליט”א תורה שרייבער ביי הרה”ק מסאטמאר זי”ע

שליחה דורך לאכעדיג »

אהער מיטן בריוו.. איך מיין אז אין דבר כזה..
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: נפלאותיך אשיחה – זכרונות הרה"ח ר' נפתלי לעבאוויטש שליט”א תורה שרייבער ביי הרה”ק מסאטמאר זי”ע

שליחה דורך berlbalaguleh »

אסטראלאג האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 23, 2024 11:24 am
אבימלך האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 23, 2024 10:53 am
און אזוי איז אייביג געווען, אין די ספר ויואל משה, און אין על הגאולה , שרייבט די רבי קלאר אז נישט נאר די ציונים וואס זענען פריי זענען רשעים גמורים נאר אפי' מ'איז פרום, אבער מ'האלט אז מ'מעג האבן א מדינה, פאר דעם אליינס איז מען שוין א רשע, - אבער למעשה ווען ס'איז געקומען א מזרח'סט צום רבי'ן, האט די רבי זיי שיין אויפגענומען, רביה"ק מסאטמאר - נ"ק זי"ע האט קיימאל נישט געהאלטן ביים אויפנעמען קיין מסיתים ומדיחים אדער אגודה'סטישע רבנים. פריוואטע אינדעווידועלן האבן געהאט איינטריט אזויווי יעדער וואס האט געוואלט אריינקומען במעון קדשו פאר א ברכה. ס'איז געווען ווען פארשידענע מזרחיסטישע רבנים האבן געוואלט אריינגיין, און די רבי זי"ע האט בשום אויפן זיי בכלל נישט אריינגעלאזט.
די רבי גייט דאך באמת אסאך ווייטער אין די ספרים, אז אפי' מ'גייט נאר צו די בחירות, איז מען שוין עובר אויף יהרג ואל יעבור, און מ'האט א דין ווי א רשע, אעפ''כ האט די רבי זיך געטראפן מיט די אלע רבי'ס וואס האבן גאר געשיקט זייער עולם, די רבי איז געפארן צום לוי' פון ר' אהרן קאטלער ז''ל און אים מספיד געווען, כאטש ער איז געפארן קיין א''י מחזיק זיין די אידן צו יא גיין צו די בחירות דאס איז געווען א אויסנאם נאך א שטיק צייט וואס מען האט געלאזט וויסן פארן די רבי אז מען לערענט אין לעיקוואוד "ויואל משה", און דער עולם זעט איין וכו' - ר' עזריאל גליק פלעגט אזוי דערציילן וואס ער איז דעמאלטס געגאנגען מיטן רבי'ן.
קודם האט די רבי נישט געהאלטן ביים ג'יין, אבער דערנאך באשלאסן יא - זקניך ויאמרו לך

און ווען די בית ישראל פון גור איז געקומען זיך געזעגענען פון די רבי אויפן שיף האט די רבי אויסגעפירט אונז בלייבן גוטע ידידים, טראץ וואס די בית ישראל האט געשיקט זיין עולם צו די בחירות

די זעלבע ווייטער, די רבי שרייבט אין על הגאולה, אז אפי' איינער האט נאר א מחשבה בלב אז ס'קען זיין אז ס'איז געווען ניסים תשכ''ז, איז אויך נמשך נאך כפירה
און ממש אלע רבי'ס און רבנים פון אמעריקע האבן דאך אזוי געהאלטן רוב רבנים האבן זיך נישט געלאזט הערן דערוועגן. און לאוו דווקא אז זיי האבן געהאט עפעס א שיטה פארוואס צו האלטן אז ס'איז געווען ניסים ר"ל
דער ליובאוויטשער האט זיך געלאזט הערן מיט מינות וכפירה און די רבי מנטורי קרתא זי"ע האט דעמאלטס שטארק ארויסגעטראטן קעגן אים
(אדער געזאגט אפען, אדער כאטשיג אין הארץ) אעפ''כ האט די רבי זיי מכבד געווען
דו שייגעץ איינער. בור ריק ועם הארץ.דו טרויסט דיך צו רעדן מיט בזיון אויפ'ן ליובאוויטשער רבי'ן זצ"ל מיט בזיון. און זאגן אז ער האט געזאגט דברי מינות וכפירה. צוערשט נעם דיך לערנען תורה.. און נאכדעים קענסטו רעדן.

איך האב אמאל געהאט א לימוד זכות אויף דיר. אז דו ביסט א תינוק שנשבה (בין המשוגעים). איך ציה עס צוריק. איך וויל דיך נישט אנרופן ביי דעם עכטן נאמען וואס מ'דארף.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: נפלאותיך אשיחה – זכרונות הרה"ח ר' נפתלי לעבאוויטש שליט”א תורה שרייבער ביי הרה”ק מסאטמאר זי”ע

שליחה דורך berlbalaguleh »

בקשר צו דעם פתיחת האשכול: ס'איז דא א ספר..."א טאג ביים רבי'ן"...ברענגט ער דארט אז ס'איז אמאל געווען א ברית ביים רבינ'ס מנין שחרית אום ה' אייר. ווען דער בעל תפילה איז אנגעקומען צום סוף שמו"ע האט ער זיך אפגעשטעלט... דער רבי האט איהם געהייסן זאגן יתגדל...נאכ'ן דאווענען איז ער צוגעגאנען צום רבי'ן און געפרעגט...די רבי ווייסט דאך וואספארא טאג ס'איז היינט !? האט איהם די רבי געענטערט..."וועגן זיי זאל איך משנה זיין א הלכה"...!

נאר די היינטיגע הוגי דיעות האלטן דאך אז מ'זאל יא זאגן תחנון אום ה' אייר. אפילו ווען ס'איז דא א ברית...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: נפלאותיך אשיחה – זכרונות הרה"ח ר' נפתלי לעבאוויטש שליט”א תורה שרייבער ביי הרה”ק מסאטמאר זי”ע

שליחה דורך לאכעדיג »

מען זאגט נאך אז וואוידיסלאוו רב ז"ל האט זיך אמאל אויסגעדריקט אז 'ליובאוויטש איז די נענטסטע רעליגיע צו אידישקייט'...

ווען מען האט עס איבערגעזאגט פארן ליובאוויטש רבין "שליט"א" האט ער דערויף געענטפערט אז 'סאטמאר איז די ווייטסטע'...
אבימלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 142
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 21, 2024 10:24 pm
האט שוין געלייקט: 198 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 96 מאל

Re: נפלאותיך אשיחה – זכרונות הרה"ח ר' נפתלי לעבאוויטש שליט”א תורה שרייבער ביי הרה”ק מסאטמאר זי”ע

שליחה דורך אבימלך »

berlbalaguleh האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 23, 2024 10:12 pm בקשר צו דעם פתיחת האשכול: ס'איז דא א ספר..."א טאג ביים רבי'ן"...ברענגט ער דארט אז ס'איז אמאל געווען א ברית ביים רבינ'ס מנין שחרית אום ה' אייר. ווען דער בעל תפילה איז אנגעקומען צום סוף שמו"ע האט ער זיך אפגעשטעלט... דער רבי האט איהם געהייסן זאגן יתגדל...נאכ'ן דאווענען איז ער צוגעגאנען צו רבי'ן און געפרעגט...די רבי ווייסט דאך וואספארא טאג ס'איז היינט !? האט איהם די רבי געענטערט..."וועגן זיי זאל איך משנה זיין א הלכה...!

נאר די היינטיגע הוגי דיעות האלטן דאך אז מ'זאל יא זאגן תחנון אום ה' אייר. אפילו ווען ס'איז דא א ברית...!
אבער ווען ה' אייר איז געפאלען פרייטאג, האט די רבי יא געזאגט תחנון, אפי' סתם אזוי האט ער נישט געזאגט פרייטאג
(אזוי מיין איך)
פארשפארט