זיין באקוועם מיט זיך אליין

הילף, עצות און טיפס
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

זיין באקוועם מיט זיך אליין

שליחה דורך שעפטאל »

לכבוד תגובה 770 ...

טריגער'ס מיט אונזער קאופּינג מעקעניזים'ס

אין די מאדערנע וועלט איז גאר אפט געניצט דעם ווארט טריגער.
יענער האט מיך נישט צוריק גע'גריסט, אוועק געמאכט מיין מיינונג, כ'בין געווארן גע'טריגערט.

א טריגער איז דעם קנעפל וואס פרישט אויף טיפע וואונד'ן וואס כ'שטופ שוין אראפ פון אלס קינד און יונג בחור'ל.

ס'ברענגט ארויף א שטארקע בושה פון זיך אליין, גילט, כעס, צובראכנקייט. ווי שטארק כ'בין געוועהן מיט זיך א רגע פריער, יעצט בין איך גענצליך אומזיכער. ווי מער כ'זינק איין אין דעם לאך, אלס ארגער שפיר איך.

וואס טוהט מען אויב ס'איז נישט באקוועם? מ'לעשט אויס דעם קאמפיאטער (מוח), מ'אנטלויפט פון זיך אליין.

ווי אזוי? אסאך וועגן.. מ'ווארפט זיך אריין אין די ארבעט, מ'לויפט צו חברים פארברענגן, מ'טרינקט א לחיים, מ'רייכנט סחורה, ז"ל, וכדו'.

ביי שמונה עשרה, ערגעץ ארום מודים איז מען שוין אמאל גע'טריגערט.. אבער ב"ה מ'האלט שוין נאנט צום סוף, מ'געט א כיפער אפ, עושה שלום.. יעצט בינעך שוין נישט אליין מיט מיינע געפיהלן, ס'איז ב"ה געלונגען, כ'פיהל בעסער. אבער די שרשים זענען נאך דא. זיי גייען ארויף קומען אין אנדערע געלעגענהייטן.
---

די אמת..

אין ישיבה לערענט מען אונז, א קשיא איז א טיר צו א נייע טיפע הבנה אינעם סוגיא. אנטלויף נישט פונעם קשיא.

די טריגער'ס זענען אויכעט טירן זיך צו באפרייען פון אלטע באגראבענע צער. אדער גאר האלוועי'ס צום אויסהיילונג, לייטער'ס ארויפצוגיין צו אונזער העכסטע שלימות אין סעלף עווירנעס.

מכל משמר נצור לבך. (פון אלעס וואס דו היט'סט אפ, היט דיין הארץ די מערסטע). אונז קענען זיין בעל הבית אויף אונזער געפיהל, אונז דארפן נישט זיין ווי דעם שוועל וואס די הרגשים קומען און גייען אדורך, אונז דארפן נישט זיין וויקטעם'ס און בלעים'ן אנדערע פארן ארויף ברענגן אומבא'טעם'טע געפיהלן. די געפיהל איז בכלל נישט קובע ווער דו ביסט. אדרבה, דו קענסט מחליט זיין ווי אזוי צו פיהלן

ווי אזוי

דעם טריגער ווייזט דיך די אומגעהיילטע חלקים (פונעם איננער טשיילד). ער שרייט אויס "כ'וויל מער נישט טאלערירן דאס וואס כ'האב אמאל אנגענומען". ער איז דעם GPS דיך צו ווייזן דעם וועג אהיים צו דיין הארץ, דיין אינטאואישן. אנשטאט צו אנטלויפן (סייווי נישטא ווי) אפשר קאננעקט מיטן אינערליכען קינד, זעה ווי ער דארף עמאציענעלע סופארט, חיזוק, און ליבשאפט.

פראביר צו זעהן ווען נאך האסטו שוין געפיהלט וואס דו פיהלסט, וואס איז די שורש פון דעם געפיהל. געווענדליך האט עס א שייכות מיט די עלטערן. זיי דו די גוטע עלטערן צו זיך אליין.
---

האסט א קעפל פאר דעם? ס'איז די רעגולאר שעפטי טאולק...

(כ'האב יעצט א טריגער.. "שעפטי: קיינער וועט נישט פארשטיין, דער וואס יא, דארף עס נישט. א שאד די צייט". אבער כ'זיץ מיט זיך אביסל. וואס שטערט מיך אויב מ'וועט עס אנקוקן אלס באורינג, מ'וועט טראכטן אז מיינע תגובות זענען נישט אינטרעסאנט, מ'וועט אויפהערן ליינן וואס כ'שרייב, מ'וועט נישט לייקן, און? אה! דא ליגט די הינט באגראבן, כ'וועל שפירן אומ'באליבט, אומניצבאר, איבריג.
פארוואס האב איך מורא פון דעם? ווען האב איך אין מיין לעבן געשפירט איבריג? (יא. אוואדע אלס קינד. משום כך וכך)
איין מינוט. פארוואס שרייבעך דעם תגובה? אויכעט כדי צו שפירן ניצלעך.

ס'גייט ווייטער.. כ'וויל שפירן ווי כ'געב צו צום וועלט און נישט ווי א פיפטע ראד. פארוואס? אפשר בין איך גוט אפי' אהן צוגעבען?

צום סוף איז געבליבן אז כ'האב זיך ליב אפי' אויב כ'טוה גארנישט אויף, און כ'וויל אטענשן, און כ'וויל גרינגער מאכן דיין לעבן. אבער אפי' אויב קיינער האט עס נישט ליב, פייף איך ענק אלע אהן. טוה מיר עפעס. איך האב זיך עף'ן ליב! ווייל איך בין מיך!!! :P)
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

Re: זיין באקוועם מיט זיך אליין

שליחה דורך חדשים »

אפאר נקודות...

א טריגער ברענגט ארויף אלטע געפילן וואס די עגא לאזט נישט זיין attuned צו איר.

א טריגער טוט נאר וויי ווען דו פייטסט די געדאנק וואס עס ברענגט ארויף.

זיין attuned צו פילונגס איז זייער געשמאק.

דאס וואס עס איז אסאך מאל פיינפול, איז ווייל עס פאסט נישט פאר די עגא אז מען איז needy און מען פייט עס.

דאס וואס ביזט געווארן געטריגערט אלץ קינד איז אויך נאר ווייל עס האט ארויפגעברענגט עפעס וואס עס איז inherited אין דיר און דו לויפסט אוועק פון עס.

נוצן די לאגיק צו מסביר זיין/פייטן/דזשאדזשען די געפיל איז אויך א א עסקעיפ.

זיי נישט ביזי מיט פילן די פילונג, די פילונג איז דארט אן דיין רשות, דארפסט עס נאר עקספיריענסען.

די עיקר איז... יעדע human being האט א infinite value מיט וואס מען ווערט געבוירן מיט. קיין איין מעלה מאכט דיר נישט זיין מער ווערט און קיין איין חסרון מאכט דיר נישט זיין ווייניגער ווערט.

דיין עגא איז ווער עס מעסט דיר מיט וואס דו טוסט אדער נישט און נעמט דיר אויף א רייד צו שפילן high און נאכדעם low וחוזר חלילה.

אפילו די עולם וועט יא לייקן/ עס וועט יא זיין אינטערסאנט וכו’ גיבט עס גארנישט צו צו די ווערט און אזוי אויך פארקערט...
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

Re: זיין באקוועם מיט זיך אליין

שליחה דורך שעפטאל »

חדשים: wow!!!
האסט ארויס געזאגט די נקודות אליין!!!
שכח!!!
---

אגב. כ'האב עס גענומען פון דא. (ס'שטייט דא אסאך מער פון וואס כ'האב געשריבן, כ'האב פשוט פארלוירן נערווען ערגעץ אינמיטן...)
https://collective.world/5-ways-your-tr ... -you-grow/
---

למעשה.. כ'שטיי און צייל די לייקס :lol:
געטרייע טאטע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 29
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 22, 2024 4:22 pm
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

Re: זיין באקוועם מיט זיך אליין

שליחה דורך געטרייע טאטע »

זיס!!!!!
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

מיינע 2 סענט: איה״נ אז דער ניד צו זיין ווערט אין די אויגן פון אנדערע איז רוב מאל שטותים און ווי מער מ׳בויעט אויף די אייגענע סעלף-לאוו איז מען ווייניגער ביזי מיט געפעלן אנדערע און ווייניגער געטריגערט. אעפ״כ איז דער ניד אריינגעבויעט אינעם מענטש פאר ׳סורווייוועל׳ סיבות.

נאר כהיום יום ווען ׳סורווייוועל׳ איז נישט אזא אישו, מאכט עס מער פראבלעמען ווי א תועלת. אבער, אפילו היינט אין די מאדערענע וועלט ווען א מענטש זאל ווען זיין טאטלי און לאוו מיט זיך אליין בבחינת ׳שלום עלי נפשי׳. איך דארף נישט קיינעמ׳ס אפראוועל. איך דארף נישט קיינעמ׳ס אטענטשען, וכו׳ וועט עס לדעתי (אדרבה, לאמיר הערן ענקער מיינונג) בעקפייערן בדרך הטבע און עפעקטן זיין הצלחה און וועל-ביאינג...

סאוי, איך מיין אז ס׳וויכטיג און ׳געזונט׳ פארן גוף ונפש צו טרעפן און אויפבויען כאטש איין עריע וואס מ׳שפירט אז מ׳האט דארטן ספעציעלע כוחות מיט וואס מ׳קען צוגעבן פאר די וועלט.
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

Re: זיין באקוועם מיט זיך אליין

שליחה דורך שפילער »

חדשים האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 7:43 am אפאר נקודות...

א טריגער ברענגט ארויף אלטע געפילן וואס די עגא לאזט נישט זיין attuned צו איר.

א טריגער טוט נאר וויי ווען דו פייטסט די געדאנק וואס עס ברענגט ארויף.

זיין attuned צו פילונגס איז זייער געשמאק.

דאס וואס עס איז אסאך מאל פיינפול, איז ווייל עס פאסט נישט פאר די עגא אז מען איז needy און מען פייט עס.

דאס וואס ביזט געווארן געטריגערט אלץ קינד איז אויך נאר ווייל עס האט ארויפגעברענגט עפעס וואס עס איז inherited אין דיר און דו לויפסט אוועק פון עס.

נוצן די לאגיק צו מסביר זיין/פייטן/דזשאדזשען די געפיל איז אויך א א עסקעיפ.

זיי נישט ביזי מיט פילן די פילונג, די פילונג איז דארט אן דיין רשות, דארפסט עס נאר עקספיריענסען.

די עיקר איז... יעדע human being האט א infinite value מיט וואס מען ווערט געבוירן מיט. קיין איין מעלה מאכט דיר נישט זיין מער ווערט און קיין איין חסרון מאכט דיר נישט זיין ווייניגער ווערט.

דיין עגא איז ווער עס מעסט דיר מיט וואס דו טוסט אדער נישט און נעמט דיר אויף א רייד צו שפילן high און נאכדעם low וחוזר חלילה.

אפילו די עולם וועט יא לייקן/ עס וועט יא זיין אינטערסאנט וכו’ גיבט עס גארנישט צו צו די ווערט און אזוי אויך פארקערט...
זאגסט דאך אזוי גיט , און די ווייטאג איז פארוואס אונדז טראכט מיר אזוי לכתחילה איז וויבאלדט אונדז האב מיר נישט באקימען unconditional love סא די מוח מאכט זיך א חשבון (כדאי צו זיין סעיף ) אז איך מיז זיין באליבט כדאי צו באקימען לאוו וויזוי גיי איך זיין באליבט? אז איך גיי זיין ווערט

יעצט שטעלט זיך די מיליון דאלער פראגע וויזוי באקים איך ווערד? אה מיין טאטע וועט מיר ליב האבן אהא יעצט איז גיט ! וויזוי מאך איך מיין טאטע זאל מיר ליב האבן אה איך וועל זיין א נחת מאשין וכו'וכו' און אזוי פארט נעבעך דער מוח א גאנצע לעבן

ווען א קינד באקימט אמתע ליבשאפט און unconditional love מאכט ער נישט דעי אלע פשעטלעך און לעבט א זיסע לעבן
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
האניג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 5:10 pm
האט שוין געלייקט: 209 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 226 מאל

Re: זיין באקוועם מיט זיך אליין

שליחה דורך האניג »

זייער שיין @שעפטאל, גלייב מיר די לייק איז געווען מיט אן אמת...

געווענליך ווען מען זעט ווערטער ווי: "לכבוד מיין ...'סטע תגובה", ערווארט מען א לאנגס אין א ברייטס. דו האסט אבער מיט דיין געלונגענע שפראך אריינגעווארפן אפאר ווערטער, אויפגעוועקט דאס אינערליך קינד, און זיך געזעצט ציילן לייקס, לאזענדיג דאס קינד וואך...

ס'איז גאר א גוטע נושא און איך קען באשטיין צו הערן מער...
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

Re: זיין באקוועם מיט זיך אליין

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

שפילער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 10:49 am ווען א קינד באקימט אמתע ליבשאפט און unconditional love מאכט ער נישט דעי אלע פשעטלעך און לעבט א זיסע לעבן

מ׳דארף דאס מער פינקטליכער דעפיינען, מ׳קען זיך נישט ארומווארפן מיט אזעלכע זיס און געשמאק (היפי סטייל :?: ;) ) אויסזעינדע מושגים.

אז דער קליינער כאפט עפעס צו (גניבה), וויאזוי איז שייך אים צו מוסר׳ן אָן דעם וואס ער זאל שפירן אז זיינע מעשים עפעקטירט וויאזוי מ׳באציט זיך צו אים?
ווען ער/זי העלפט שיין ארויס אין שטוב, וויאזוי דארף מען דאס אנערקענען און אפלעדירן אָן דעם וואס דאס קינד זאל (בטעות) ארויסנעמען דערפון אז זיין/איר ווערט ווענטסעך אין וויפיל ער/זי גיבט צו צום פעמעלי?
---

נאר דער תירוץ ליגט לכאורה טאקע אין דיינע ווערטער ״אמת׳ע ליבשאפט״.
ווייל אויב ס׳דא אמת׳ע ליבשאפט און דאס קינד פילט עס. וועט ער אייביג פילן באליבט און ווערט אפגעזען צו ער קריגט יעצט א קאמפלימענט אדער פארקערט.
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
האניג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 5:10 pm
האט שוין געלייקט: 209 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 226 מאל

Re: זיין באקוועם מיט זיך אליין

שליחה דורך האניג »

בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 11:59 am
שפילער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 10:49 am ווען א קינד באקימט אמתע ליבשאפט און unconditional love מאכט ער נישט דעי אלע פשעטלעך און לעבט א זיסע לעבן

מ׳דארף דאס מער פינקטליכער דעפיינען, מ׳קען זיך נישט ארומווארפן מיט אזעלכע זיס און געשמאק (היפי סטייל :?: ;) ) אויסזעינדע מושגים.

אז דער קליינער כאפט עפעס צו (גניבה), וויאזוי איז שייך אים צו מוסר׳ן אָן דעם וואס ער זאל שפירן אז זיינע מעשים עפעקטירט וויאזוי מ׳באציט זיך צו אים?
ווען ער/זי העלפט שיין ארויס אין שטוב, וויאזוי דארף מען דאס אנערקענען און אפלעדירן אָן דעם וואס דאס קינד זאל (בטעות) ארויסנעמען דערפון אז זיין/איר ווערט ווענטסעך אין וויפיל ער/זי גיבט צו צום פעמעלי?
ווען די עלטערן האלטן עס פאר די אויגן יעדע רגע וואס מען רעדט מיט א קינד, קען מען דאס אויספירן. איך ארבעט לעצטנס שטארק דערויף און איך מיין אז מיינע קינדער ווייסן ווי שטארק איך האב זיי ליב אן קיין גבולים

א גוטע שליסל איז טאקע מעורר צו זיין בלויז אויף למעשה וואס איז יעצט נוגע. קיינמאל קיינמאל נישט מוסר'ן אויפ'ן עבר, אפילו פון א שעה צוריק. מיר ערוואקסענע ווערן צוקלאפט ווען מען דערמאנט אונז אן עוולה פון פריער, כל שכן קינדער.
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

Re: זיין באקוועם מיט זיך אליין

שליחה דורך שפילער »

בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 11:59 am
שפילער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 10:49 am ווען א קינד באקימט אמתע ליבשאפט און unconditional love מאכט ער נישט דעי אלע פשעטלעך און לעבט א זיסע לעבן

מ׳דארף דאס מער פינקטליכער דעפיינען, מ׳קען זיך נישט ארומווארפן מיט אזעלכע זיס און געשמאק (היפי סטייל :?: ;) ) אויסזעינדע מושגים.

אז דער קליינער כאפט עפעס צו (גניבה), וויאזוי איז שייך אים צו מוסר׳ן אָן דעם וואס ער זאל שפירן אז זיינע מעשים עפעקטירט וויאזוי מ׳באציט זיך צו אים?
ווען ער/זי העלפט שיין ארויס אין שטוב, וויאזוי דארף מען דאס אנערקענען און אפלעדירן אָן דעם וואס דאס קינד זאל (בטעות) ארויסנעמען דערפון אז זיין/איר ווערט ווענטסעך אין וויפיל ער/זי גיבט צו צום פעמעלי?
---

נאר דער תירוץ ליגט לכאורה טאקע אין דיינע ווערטער ״אמת׳ע ליבשאפט״.
ווייל אויב ס׳דא אמת׳ע ליבשאפט און דאס קינד פילט עס. וועט ער אייביג פילן באליבט און ווערט אפגעזען צו ער קריגט יעצט א קאמפלימענט אדער פארקערט.
בדיוק
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

Re: זיין באקוועם מיט זיך אליין

שליחה דורך שעפטאל »

ולהוסיף על דברי @האניג (-דבש) המתוקים מדבש

בתוך עמי: ס'ווענד זיך ווי אזוי.

ווען דער קליינער לקחן'ט עפעס, קענסטו מיטן זעלבען מאס ליבשאפט אהים מסביר זיין אז.. אקעי גענוג מיט די טערעפי.. יא. אונז זענען מענטשן. אונז רעגן זיך אויף אמאל.

אבער וואס איז די מעסעדש וואס כ'געב מיין קינד אסאך מאל א טאג (אפי' נאכן זיך אויפרעגן). כ'האב דיך ליב ווייל דו ביסט מיין קינד. נישט ווייל דו בענשט'סט אזוי שיין, נישט ווייל די נעמסט נישט. נאר ווייל דו ביסט מיין יאמי קינד! און די גייסט אייביג זיין מיין יאמי קינד!
--

אגב דעם אשכול ווערט בכלל נישט פארדרייעט, ווייל דעם קינד איז אין אונז, מ'לערנט זיך עם ליב צו האבן..
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שעפטאל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

בקיצור: ס׳דארף זיין גענוג מאל וואס דאס קינד באקומט א גוט ווארט, האג, קוש סתם אזוי, אויט אוו דע בלו, אז ער זאל איינזען אז דער לאוו איז טאקע אנקאנדישענעל...

און לעניננו וואס דער אשכול רעדט בעיקר פון סעלף-לאוו (סארי שעפטאל פארן פאדרייען). דארף מען זיך טריטען פון צייט צו צייט סתם אזוי מיט א געשמאקע סענדוויטש, אייסקריעם, שפאציר וכו׳. אדער אפילו סתם ׳זיצן׳ מיט זיך אליין (מעדיטאציע) און זיך אויסהערן (גלייב מיר, ער האט אסאאאאאך צו זאגן :) )
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

Re: זיין באקוועם מיט זיך אליין

שליחה דורך שפילער »

Self compassion for yourself and to others and your kids is the key 🗝️!!!
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

Re: זיין באקוועם מיט זיך אליין

שליחה דורך שפילער »

חדשים האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 7:43 am אפאר נקודות...

א טריגער ברענגט ארויף אלטע געפילן וואס די עגא לאזט נישט זיין attuned צו איר.

א טריגער טוט נאר וויי ווען דו פייטסט די געדאנק וואס עס ברענגט ארויף.

זיין attuned צו פילונגס איז זייער געשמאק.

דאס וואס עס איז אסאך מאל פיינפול, איז ווייל עס פאסט נישט פאר די עגא אז מען איז needy און מען פייט עס.

דאס וואס ביזט געווארן געטריגערט אלץ קינד איז אויך נאר ווייל עס האט ארויפגעברענגט עפעס וואס עס איז inherited אין דיר און דו לויפסט אוועק פון עס.

נוצן די לאגיק צו מסביר זיין/פייטן/דזשאדזשען די געפיל איז אויך א א עסקעיפ.

זיי נישט ביזי מיט פילן די פילונג, די פילונג איז דארט אן דיין רשות, דארפסט עס נאר עקספיריענסען.

די עיקר איז... יעדע human being האט א infinite value מיט וואס מען ווערט געבוירן מיט. קיין איין מעלה מאכט דיר נישט זיין מער ווערט און קיין איין חסרון מאכט דיר נישט זיין ווייניגער ווערט.

דיין עגא איז ווער עס מעסט דיר מיט וואס דו טוסט אדער נישט און נעמט דיר אויף א רייד צו שפילן high און נאכדעם low וחוזר חלילה.

אפילו די עולם וועט יא לייקן/ עס וועט יא זיין אינטערסאנט וכו’ גיבט עס גארנישט צו צו די ווערט און אזוי אויך פארקערט...
וואס מאכט א מענטש יא ווערד?
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
די קעפעלע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 344
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 264 מאל

Re: זיין באקוועם מיט זיך אליין

שליחה דורך די קעפעלע »

שפילער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 1:10 pm
חדשים האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 7:43 am אפאר נקודות...

א טריגער ברענגט ארויף אלטע געפילן וואס די עגא לאזט נישט זיין attuned צו איר.

א טריגער טוט נאר וויי ווען דו פייטסט די געדאנק וואס עס ברענגט ארויף.

זיין attuned צו פילונגס איז זייער געשמאק.

דאס וואס עס איז אסאך מאל פיינפול, איז ווייל עס פאסט נישט פאר די עגא אז מען איז needy און מען פייט עס.

דאס וואס ביזט געווארן געטריגערט אלץ קינד איז אויך נאר ווייל עס האט ארויפגעברענגט עפעס וואס עס איז inherited אין דיר און דו לויפסט אוועק פון עס.

נוצן די לאגיק צו מסביר זיין/פייטן/דזשאדזשען די געפיל איז אויך א א עסקעיפ.

זיי נישט ביזי מיט פילן די פילונג, די פילונג איז דארט אן דיין רשות, דארפסט עס נאר עקספיריענסען.

די עיקר איז... יעדע human being האט א infinite value מיט וואס מען ווערט געבוירן מיט. קיין איין מעלה מאכט דיר נישט זיין מער ווערט און קיין איין חסרון מאכט דיר נישט זיין ווייניגער ווערט.

דיין עגא איז ווער עס מעסט דיר מיט וואס דו טוסט אדער נישט און נעמט דיר אויף א רייד צו שפילן high און נאכדעם low וחוזר חלילה.

אפילו די עולם וועט יא לייקן/ עס וועט יא זיין אינטערסאנט וכו’ גיבט עס גארנישט צו צו די ווערט און אזוי אויך פארקערט...
וואס מאכט א מענטש יא ווערד?
איך מיין טאקע ווי אויבן דערמאנט, די עיקר נקודה איז טאקע אז א מענטש דארף האבן אן אמת'ע אייגענע זעלבסט ווערד, ער דארף זיך קענען טאלערירן, זיין גאנצע מהות מיט זיינע שוואכקייטן און דורכפעלער, נישט וועלן אנטלויפן פון זיך, זיך מאכן באקוועם מיט זיך, עס קען זיין זייער א לאנגע פראצידור, אבער עס לוינט זיך.

איך מיין אז די "טריגער" קלאפט זייער אסאך אויס ווען מען זעהט זיך מיט די שוואכקייטן אין שפיגעל ביי די אייגענע קינדער, געווענטליך קען א מענטש גרינגער האבן acceptance צו זיינע קינדער וואס האבן שוואכקייטן פון זיין spouse ווי די קינדער מיט זיינע נאטורן, די נקודה איז אז מען זעהט זיך און דאס שאקלט אויף און טריגערט זיין גאנצע מהות, ער וויל נישט קיין איבערשפיל פון זיינע שוועריקייטען. אבער אז מען ארבעט אויף זיין צופרידען און באקוועם מיט וואס מען איז און די גאנצע אייגענע פארגאנגענהייט אן אנטלויפן פון די מאנסטער אינסייד ברענגט עס א געוואלדיגע שלוות הנפש און א צופרידענקייט פארן מענטש און זיינע ארומיגע.
[NAMELESS]

Re: זיין באקוועם מיט זיך אליין

שליחה דורך [NAMELESS] »

שפילער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 1:10 pm
חדשים האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 7:43 am אפאר נקודות...

א טריגער ברענגט ארויף אלטע געפילן וואס די עגא לאזט נישט זיין attuned צו איר.

א טריגער טוט נאר וויי ווען דו פייטסט די געדאנק וואס עס ברענגט ארויף.

זיין attuned צו פילונגס איז זייער געשמאק.

דאס וואס עס איז אסאך מאל פיינפול, איז ווייל עס פאסט נישט פאר די עגא אז מען איז needy און מען פייט עס.

דאס וואס ביזט געווארן געטריגערט אלץ קינד איז אויך נאר ווייל עס האט ארויפגעברענגט עפעס וואס עס איז inherited אין דיר און דו לויפסט אוועק פון עס.

נוצן די לאגיק צו מסביר זיין/פייטן/דזשאדזשען די געפיל איז אויך א א עסקעיפ.

זיי נישט ביזי מיט פילן די פילונג, די פילונג איז דארט אן דיין רשות, דארפסט עס נאר עקספיריענסען.

די עיקר איז... יעדע human being האט א infinite value מיט וואס מען ווערט געבוירן מיט. קיין איין מעלה מאכט דיר נישט זיין מער ווערט און קיין איין חסרון מאכט דיר נישט זיין ווייניגער ווערט.

דיין עגא איז ווער עס מעסט דיר מיט וואס דו טוסט אדער נישט און נעמט דיר אויף א רייד צו שפילן high און נאכדעם low וחוזר חלילה.

אפילו די עולם וועט יא לייקן/ עס וועט יא זיין אינטערסאנט וכו’ גיבט עס גארנישט צו צו די ווערט און אזוי אויך פארקערט...
וואס מאכט א מענטש יא ווערד?
מיט עטליכע זאכען.

לדוגמא א מענטש האט די זאך אז ער קען מחיה זיין א צווייטען למשל אים זאגן אז ער איז worthy. צוליב דעם איז א מענטש ווערד.
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

Re:

שליחה דורך חדשים »

בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 10:18 am מיינע 2 סענט: איה״נ אז דער ניד צו זיין ווערט אין די אויגן פון אנדערע איז רוב מאל שטותים און ווי מער מ׳בויעט אויף די אייגענע סעלף-לאוו איז מען ווייניגער ביזי מיט געפעלן אנדערע און ווייניגער געטריגערט. אעפ״כ איז דער ניד אריינגעבויעט אינעם מענטש פאר ׳סורווייוועל׳ סיבות.

נאר כהיום יום ווען ׳סורווייוועל׳ איז נישט אזא אישו, מאכט עס מער פראבלעמען ווי א תועלת. אבער, אפילו היינט אין די מאדערענע וועלט ווען א מענטש זאל ווען זיין טאטלי און לאוו מיט זיך אליין בבחינת ׳שלום עלי נפשי׳. איך דארף נישט קיינעמ׳ס אפראוועל. איך דארף נישט קיינעמ׳ס אטענטשען, וכו׳ וועט עס לדעתי (אדרבה, לאמיר הערן ענקער מיינונג) בעקפייערן בדרך הטבע און עפעקטן זיין הצלחה און וועל-ביאינג...

סאוי, איך מיין אז ס׳וויכטיג און ׳געזונט׳ פארן גוף ונפש צו טרעפן און אויפבויען כאטש איין עריע וואס מ׳שפירט אז מ׳האט דארטן ספעציעלע כוחות מיט וואס מ׳קען צוגעבן פאר די וועלט.
איך ווייס נישט פארוואס דו זאגסט אז די געברויך צו געפעלן פעלט אויס פאר סורווייוועל. יעדע מענטש האט אין זיך די געברויך פון עקספענשען, אזוי אויך געוויסע וויזיעס (visions) וואס גיבט אים א אויסטערלישע עקספיריענס. דאס איז וואס בויעט באמת די מענטש. אך און וויי ווען עס קומט פון א פלאץ וואס ער טוט עס נאר צו געפעלן אנדערע.
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

Re: זיין באקוועם מיט זיך אליין

שליחה דורך חדשים »

שפילער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 10:49 am
חדשים האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 7:43 am אפאר נקודות...

א טריגער ברענגט ארויף אלטע געפילן וואס די עגא לאזט נישט זיין attuned צו איר.

א טריגער טוט נאר וויי ווען דו פייטסט די געדאנק וואס עס ברענגט ארויף.

זיין attuned צו פילונגס איז זייער געשמאק.

דאס וואס עס איז אסאך מאל פיינפול, איז ווייל עס פאסט נישט פאר די עגא אז מען איז needy און מען פייט עס.

דאס וואס ביזט געווארן געטריגערט אלץ קינד איז אויך נאר ווייל עס האט ארויפגעברענגט עפעס וואס עס איז inherited אין דיר און דו לויפסט אוועק פון עס.

נוצן די לאגיק צו מסביר זיין/פייטן/דזשאדזשען די געפיל איז אויך א א עסקעיפ.

זיי נישט ביזי מיט פילן די פילונג, די פילונג איז דארט אן דיין רשות, דארפסט עס נאר עקספיריענסען.

די עיקר איז... יעדע human being האט א infinite value מיט וואס מען ווערט געבוירן מיט. קיין איין מעלה מאכט דיר נישט זיין מער ווערט און קיין איין חסרון מאכט דיר נישט זיין ווייניגער ווערט.

דיין עגא איז ווער עס מעסט דיר מיט וואס דו טוסט אדער נישט און נעמט דיר אויף א רייד צו שפילן high און נאכדעם low וחוזר חלילה.

אפילו די עולם וועט יא לייקן/ עס וועט יא זיין אינטערסאנט וכו’ גיבט עס גארנישט צו צו די ווערט און אזוי אויך פארקערט...
זאגסט דאך אזוי גיט , און די ווייטאג איז פארוואס אונדז טראכט מיר אזוי לכתחילה איז וויבאלדט אונדז האב מיר נישט באקימען unconditional love סא די מוח מאכט זיך א חשבון (כדאי צו זיין סעיף ) אז איך מיז זיין באליבט כדאי צו באקימען לאוו וויזוי גיי איך זיין באליבט? אז איך גיי זיין ווערט

יעצט שטעלט זיך די מיליון דאלער פראגע וויזוי באקים איך ווערד? אה מיין טאטע וועט מיר ליב האבן אהא יעצט איז גיט ! וויזוי מאך איך מיין טאטע זאל מיר ליב האבן אה איך וועל זיין א נחת מאשין וכו'וכו' און אזוי פארט נעבעך דער מוח א גאנצע לעבן

ווען א קינד באקימט אמתע ליבשאפט און unconditional love מאכט ער נישט דעי אלע פשעטלעך און לעבט א זיסע לעבן
עס איז אמת אז אונזער געדאנקענגאנג קומט פון א טראמעטייזט טשיילדהוד. די תירוץ אויף די מיליאן דאלערדיגע שאלה איז אז דו דארפסט נישט באקומען ווערט, דו ביזט ווערט! פון די רגע וואס דו ביזט געבוירן, אפילו דו האסט נאך גארנישט געטון און דו גייסט קיינמאל גארנישט טון, האסטו א אינפיניט ווערט!
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

Re: זיין באקוועם מיט זיך אליין

שליחה דורך שעפטאל »

פארוואס א מענטש איז ווערד? ס'וויל זיך ארויסשרייען די ווערטער צלם אלוקים, חלק אלו-ה ממעל, נשמה חצובה מתחת כסא הכבוד!

אבער ביי אסאך פון אונז וועט דאס אליין זיין א טריגער. (ס'הייסט א נשמה פיהרט זיך ווי א בהמה?! עפעס אזוי געהערט פון א בעל דרשן אמאל..)

ווי אויך א גוי זאל זיך נישט ליב האבן בחנם? ער זאל נישט זיין געזונט בנפש?
די חלק פון כלל ישראל וואס ניצן דעם קאפ אויך ביי העמק דבר און זענען נישט אזוי גרייט צו גיין מיט אמונה פשוטה, זיי זאלן זיך נישט ליב האבן ווען זיי זענען נישט זיכער אין דעם?

בקיצור: די תירוץ איז אסאך מער נאטירלעך ווי דעם.

דעם קליין קינד איז אינגאנצען אנגעוואנדן אין זיינע עלטערן. כ'פארשטיי נישט צופיהל וואס גייט פאר. כ'ווייס נאר אז פון צייט צו צייט וועק איך זיך אויף, אמאל אביסל קאלט, אומבאקוועם, הינגעריג צו שמיציג, כ'הייב אהן צו וויינען אויף מיין אומבאהאלפענע מצב.

פליצלינג פיהל איך טריט פון א גרויסע מאמע, מיין מוח ווייסט שוין דעם חילוק פון אגרעסיווע טריט און ליבליכע טריט, ווי אויך דערקען איך שוין זירע טריט אמאל, אה זי קומט מיך העלפן!!! זי הייבט מיך אויף, בארואיגט מיך, זינגט צו מיך, קוק'ט מיך אריין אין די אויגן ביז איך קוק צוריק און פארשטיי פון איר "כ'בין דא פאר דיך"!!!

פארוואס העלפט זי מיך? (כ'ווייס ניטאמאל אז כ'וועל איין טאג גרויס ווערן און קענען צוריק געבן). ס'פיהלט זיך ניטאמאל ווי זי טוהט מיך א טובה נאר זי וויל!!!

אט דעי אלע הילף, סתם האלטן אין איר האנט נאנט צו זיר הארץ, גלעטן, קישן, סתם רעדן צו מיך "יוש, ביסט א-ז-ו-י זיס!" הגם כ'ווייס נישט וואס ס'מיינט, פיהל איך עפעס אן הרגשה טובה וואס יענע הרגשה וועט שפעהטער ארויס קומען אין ווערטער, "מיין עקזיסטענס איז לאוו".

פארוואס? ס'איז אי רעלעוואנט. כ'זעה אז ס'איז אזוי, כ'בין באליבט ווייל כ'בין. כ'בין אין זיר הארץ אזוי ווי זי. די הרגשה פון סעלף (דעם קינד - נפש וואס האט ניטאמאל קיין ווערטער און שכל) איז ליבשאפט.

אביסל שפעהטער וועט מען מיך אויסלערנען אז דעם חבר האט אויך א בשבילי נברא העולם.. מ'קען יענעם אויך לאזן מיט שפילן מיט מיין טוי'ס, וכו'.

נאך שפעהטער וועלעך זיך אויסלערנען אריין צו נעמען מענטשן אין מיין זיך, היות כ'האב זיך ליב ווייל כ'בין זיך, זיי זענען אויך מיך. (מיין ווייב, קינדער, גאר נאנטע חברים)

דערווייל איז אלעס געגאנגען א מחיה. ס'וואקסט אויף א געזונטע מענטש.

אבער די משפחה ענדיגט זיך נישט ביי מיך, יעדעס יאהר א האלב, קומט צו נאך א בעיבי, די עלטערן זענען מער פאר'דאגה'ט, אנגעצויגן. נישטא קיין צייט און נערווען זיך אומקוקן אויף דעם קליינעם שעפעלע. ווען כ'קום שוין צו בעהטן פאר ליבשאפט, פארזיכערונג, באקום איך אזא אנגעצויגענע "גיי שלאפן" וכדו'. (ווער רעדט נאך אויב כ'הייב אהן צו הערן אזעלכע ווערטער מיט כעס ווי "שלעכטע יונגל, מאמי גייט דיך אנפראקן". "פארוואס קומסטו דא, גיי שפיל אינדערויסן". טייערע ליינער, שטעל זיך ביטע אפ, טראכט, ווי אזוי פיהלט דיין קינד!)

אוי וויי, כ'בין בכלל נישט באליבט? איין מינוט ווען כ'האב אליין אנגעטוהן מיין העמעד צופרי האט מאמי געלאכט צו מיך. אה, ליבשאפט ווענד זיך אין עפעס. לאמיר זיך שנעל אויסלערנען דעם טשעק-ליסט, וואס דארף איך ערפיהלן צו זיין באליבט.

המשך יבוא. אויב כ'וועל זעהן אינטערעסע.
--
אגב. טערעפי האט מיך אויסגעלערענט די כללים, אבער ליידער בין איך דאן געוועהן צו סטאק עס צו עקסעפטן. אבער ווי מאטי זינגט: לייג מיין תורה אויף דיין הארץ ארויף, ס'וועט אריין פאלן ווען דיין הארץ מאכט זיך אויף. (ביי מיך איז עס געשעהן אינעם דשונגל מיטן טיי).
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

Re: זיין באקוועם מיט זיך אליין

שליחה דורך חדשים »

בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 11:59 am
שפילער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 10:49 am ווען א קינד באקימט אמתע ליבשאפט און unconditional love מאכט ער נישט דעי אלע פשעטלעך און לעבט א זיסע לעבן

מ׳דארף דאס מער פינקטליכער דעפיינען, מ׳קען זיך נישט ארומווארפן מיט אזעלכע זיס און געשמאק (היפי סטייל :?: ;) ) אויסזעינדע מושגים.

אז דער קליינער כאפט עפעס צו (גניבה), וויאזוי איז שייך אים צו מוסר׳ן אָן דעם וואס ער זאל שפירן אז זיינע מעשים עפעקטירט וויאזוי מ׳באציט זיך צו אים?
ווען ער/זי העלפט שיין ארויס אין שטוב, וויאזוי דארף מען דאס אנערקענען און אפלעדירן אָן דעם וואס דאס קינד זאל (בטעות) ארויסנעמען דערפון אז זיין/איר ווערט ווענטסעך אין וויפיל ער/זי גיבט צו צום פעמעלי?
---

נאר דער תירוץ ליגט לכאורה טאקע אין דיינע ווערטער ״אמת׳ע ליבשאפט״.
ווייל אויב ס׳דא אמת׳ע ליבשאפט און דאס קינד פילט עס. וועט ער אייביג פילן באליבט און ווערט אפגעזען צו ער קריגט יעצט א קאמפלימענט אדער פארקערט.
די מעשים וואס די מענטש טוט, סיי גוט און סיי שלעכט, איז נישט א חלק פון די מענטש. די מעלות און חסרונות האט נישט קיין שום שייכות מיט די עצם ווערט פון די מענטש.
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

Re: זיין באקוועם מיט זיך אליין

שליחה דורך חדשים »

האניג האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 12:06 pm
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 11:59 am
שפילער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 10:49 am ווען א קינד באקימט אמתע ליבשאפט און unconditional love מאכט ער נישט דעי אלע פשעטלעך און לעבט א זיסע לעבן

מ׳דארף דאס מער פינקטליכער דעפיינען, מ׳קען זיך נישט ארומווארפן מיט אזעלכע זיס און געשמאק (היפי סטייל :?: ;) ) אויסזעינדע מושגים.

אז דער קליינער כאפט עפעס צו (גניבה), וויאזוי איז שייך אים צו מוסר׳ן אָן דעם וואס ער זאל שפירן אז זיינע מעשים עפעקטירט וויאזוי מ׳באציט זיך צו אים?
ווען ער/זי העלפט שיין ארויס אין שטוב, וויאזוי דארף מען דאס אנערקענען און אפלעדירן אָן דעם וואס דאס קינד זאל (בטעות) ארויסנעמען דערפון אז זיין/איר ווערט ווענטסעך אין וויפיל ער/זי גיבט צו צום פעמעלי?
ווען די עלטערן האלטן עס פאר די אויגן יעדע רגע וואס מען רעדט מיט א קינד, קען מען דאס אויספירן. איך ארבעט לעצטנס שטארק דערויף און איך מיין אז מיינע קינדער ווייסן ווי שטארק איך האב זיי ליב אן קיין גבולים

א גוטע שליסל איז טאקע מעורר צו זיין בלויז אויף למעשה וואס איז יעצט נוגע. קיינמאל קיינמאל נישט מוסר'ן אויפ'ן עבר, אפילו פון א שעה צוריק. מיר ערוואקסענע ווערן צוקלאפט ווען מען דערמאנט אונז אן עוולה פון פריער, כל שכן קינדער.
אויב עס קומט פון א פלאץ פון חינוך/אוטאריטי גייט די קינד נישט ווערן צוקלאפט. אונז ווערן נאר צוקלאפט ווייל עס טריגערט דיין בעליעף פון ווערטלאז, וואס דו ארבייסט שווער צו באהאלטן...
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

Re: זיין באקוועם מיט זיך אליין

שליחה דורך חדשים »

שפילער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 1:10 pm
חדשים האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 7:43 am אפאר נקודות...

א טריגער ברענגט ארויף אלטע געפילן וואס די עגא לאזט נישט זיין attuned צו איר.

א טריגער טוט נאר וויי ווען דו פייטסט די געדאנק וואס עס ברענגט ארויף.

זיין attuned צו פילונגס איז זייער געשמאק.

דאס וואס עס איז אסאך מאל פיינפול, איז ווייל עס פאסט נישט פאר די עגא אז מען איז needy און מען פייט עס.

דאס וואס ביזט געווארן געטריגערט אלץ קינד איז אויך נאר ווייל עס האט ארויפגעברענגט עפעס וואס עס איז inherited אין דיר און דו לויפסט אוועק פון עס.

נוצן די לאגיק צו מסביר זיין/פייטן/דזשאדזשען די געפיל איז אויך א א עסקעיפ.

זיי נישט ביזי מיט פילן די פילונג, די פילונג איז דארט אן דיין רשות, דארפסט עס נאר עקספיריענסען.

די עיקר איז... יעדע human being האט א infinite value מיט וואס מען ווערט געבוירן מיט. קיין איין מעלה מאכט דיר נישט זיין מער ווערט און קיין איין חסרון מאכט דיר נישט זיין ווייניגער ווערט.

דיין עגא איז ווער עס מעסט דיר מיט וואס דו טוסט אדער נישט און נעמט דיר אויף א רייד צו שפילן high און נאכדעם low וחוזר חלילה.

אפילו די עולם וועט יא לייקן/ עס וועט יא זיין אינטערסאנט וכו’ גיבט עס גארנישט צו צו די ווערט און אזוי אויך פארקערט...
וואס מאכט א מענטש יא ווערד?
מען דארף נישט מאכן ווערט, ער איז ווערט!
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

Re: Re:

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

חדשים האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 5:32 pm
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 10:18 am מיינע 2 סענט: איה״נ אז דער ניד צו זיין ווערט אין די אויגן פון אנדערע איז רוב מאל שטותים און ווי מער מ׳בויעט אויף די אייגענע סעלף-לאוו איז מען ווייניגער ביזי מיט געפעלן אנדערע און ווייניגער געטריגערט. אעפ״כ איז דער ניד אריינגעבויעט אינעם מענטש פאר ׳סורווייוועל׳ סיבות.

נאר כהיום יום ווען ׳סורווייוועל׳ איז נישט אזא אישו, מאכט עס מער פראבלעמען ווי א תועלת. אבער, אפילו היינט אין די מאדערענע וועלט ווען א מענטש זאל ווען זיין טאטלי און לאוו מיט זיך אליין בבחינת ׳שלום עלי נפשי׳. איך דארף נישט קיינעמ׳ס אפראוועל. איך דארף נישט קיינעמ׳ס אטענטשען, וכו׳ וועט עס לדעתי (אדרבה, לאמיר הערן ענקער מיינונג) בעקפייערן בדרך הטבע און עפעקטן זיין הצלחה און וועל-ביאינג...

סאוי, איך מיין אז ס׳וויכטיג און ׳געזונט׳ פארן גוף ונפש צו טרעפן און אויפבויען כאטש איין עריע וואס מ׳שפירט אז מ׳האט דארטן ספעציעלע כוחות מיט וואס מ׳קען צוגעבן פאר די וועלט.
איך ווייס נישט פארוואס דו זאגסט אז די געברויך צו געפעלן פעלט אויס פאר סורווייוועל. יעדע מענטש האט אין זיך די געברויך פון עקספענשען, אזוי אויך געוויסע וויזיעס (visions) וואס גיבט אים א אויסטערלישע עקספיריענס. דאס איז וואס בויעט באמת די מענטש. אך און וויי ווען עס קומט פון א פלאץ וואס ער טוט עס נאר צו געפעלן אנדערע.

איך רעד פון די פשוט׳ע וועלן זיך צושטעלן כדאי צו געפעלן און שיין אריינפיטן אין סאסייעטי, וואס גיבט דעם מענטש מער טשענס צו טרעפן א דזשאב וכדו׳

פארשפארט