דרך הבעל שם טוב און היינטיגע רביסטעווע - מיין אנאליז און מיינונג
- ישי שטיינמעץ
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 88
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 30, 2014 3:51 am
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 269 מאל

צומאל זעהענדיג די נישט ריכטיגע ווירטשאפט (איידל גערעדט) וואס שפילט זיך אפ ביי נישט ווייניג פון היינטיגע אזוי-גערופענע "חסידות'ן", שטעלט זיך א שווערע פראגע. הזאת נעמי?? פאר דעם האט זיך דער בעל שם טוב מוסר נפש געווען?
וואס גייט דא פאר? ווי אזוי איז רביסטווע אנגעקומען צו אזא שפל המצב? ווי קען מען צו זעהן ווי איין מענטש, א אזוי-גערופענע רבי, זאל פירן אזויפיל אידן אויף קרומע וועגן?
טראכטנדיג אזוי איבער דעם נושא, בין איך געקומען צו א שטיקל הסבר, א שטיקל אנאליז איבער די נושא.
ויהי בימי הבעל שם טוב. ס'געווען יענע צייטן, די יארן נאך ת"ח ות"ט, כלל ישראל האט זיך זייער שטארק אנגעליטן פון כל מיני גזירות און צרות, כלל ישראל איז געווען ממש אין א מצב פון חלשות.
האט מען פון הימל געזעהן אז מען מוז אראפשיקן אויף די וועלט אן אור, א לעכטיגקייט וואס זאל אריינבלאזן א חיות און א לעכטיגקייט אין די נשמות פון אידן, אביסל זאלבן די צובראכענע הערצער.
למעשה ווי עס קוקט אויס איז די וועלט בעצם נישט געווען ראוי פאר אזא אור, ווייל די מדות זענען נאך נישט געווען גענוג ריין, און ווען אזא אור פאלט אריין אין א פלאץ פון גאווה, קנאה, שנאה און אנדערע מדות רעות, ווערט דאך די אור גענוצט אויף שלעכטס און מאכט פראבלעמען. נאר לצורך השעה האט מען געדארפט אראפשיקן די הייליגע נשמות פונעם בעל שם טוב ותלמידיו כדי צו אויפמינטערן די פאר'חלש'טע אידישע קינדערלעך.
יעצט ווען ס'קומט אראפ אן אור וואס איז העכער ווי די מדרגה פונעם דור, איז עס נאר פאר א שטיק צייט, ס'קען נישט האבן קיין קיום לדורות (כאטש א רשימה בלייבט יא לדורות, וואס ווער ס'וויל קען זיך מדבק זיין צו דעם אור).
און אזוי איז טאקע געווען. ס'געווען דער הייליגער בעל שם טוב, נאכדעם איז געווען די ערשטע דור פון זיינע תלמידים, בראש פונעם גרויסן מגיד פון מעזריטש. נאכדעם איז געווען די צווייטע דור וואס דאס איז געווען בעיקר די תלמידי המגיד, למשל דער רבי ר' אלימלך, ר' אהרן הגדול פון קרלין, דער בעל התניא, רבי מענדעלי וויטעבסקער, און אזוי ווייטער אנדערע תלמידי המגיד.
נאכדעם איז געווען די דריטע דור וואס דאס איז געווען די תלמידים פון די תלמידי המגיד. למשל די תלמידים פון רבין ר' אלימלך, אזוי ווי די רבי פון לובלין, רבי ר' מענדלע רימנובער, דער קאזשניץ'ער מגיד, און אזוי ווייטער.
יעצט יעדע דור איז געווען אביסעלע ווייניגער פון די פריערדיגע דור. למשל די ערשטע דור תלמידי בעל שם טוב זענען נישט געווען אזוי גרויס ווי דער בעל שם טוב אליינס, און אזוי אויך די צווייטע דור זענען נישט געווען אזוי גרויס ווי דער ערשטע דור תלמידים. און די דריטער דור, אפילו זיי זענען געווען גרויסע צדיקים, אבער ס'נישט געווען דאס וואס די צווייטע דור איז געווען.
איך האב גערעכענט דריי דורות. ווייל לויט ווי עס קוקט מיר אויס זענען די עיקר תלמידי בעל שם טוב געווען די ערשטע דריי דורות. נאכדעם איז עס שוין נישט געווען די זעלבע.
יעצט אז מען וועט קוקן וועט מען זעהן אז די דרך פון דעם בעל שם טוב ותלמידיו איז געווען צו גיין זוכן תלמידים וואס זענען ראוי פאר דעם און זיי דערלייכטן מיט'ן דרך פונעם בעל שם טוב, און זיי האבן נאכדעם ווייטער פארשפרייט די אור פונעם בעל שם טוב. ס'כמעט נישט געווען אזא זאך אז "קינדער זאלן איבערנעמען", נישט ביים בעל שם טוב, נישט ביים גרויסן מגיד, און כמעט נישט ביי די תלמידי המגיד.
די רבי'סטעווע (וואס האט דעמאלס געהאט גאר א אנדערע באדייט ווי היינט) איז געגאנגען פאר דעם וואס איז געווען ראוי דערצו.
יעצט דער בעל שם טוב אליינס האט שוין געוויינט אויף דעם אז שפעטער וועט זיין רבי'ס רשעים וואס וועלן מעכב זיין די גאולה. דער בעל שם האט שוין געזעהן אז ס'וועט ארויסקומען גרויסע צרות פון רבי'סטווע שפעטער ווען די ענין פון רביס'טווע וועט קאליע ווערן.
עכ"פ נאך די דריטע דור (בערך, אפשר איז שוין געווען געוויסע פראבלעמען פריער) האט זיך אנגעהויבען פראבלעמען פון פאלשע רבי'ס. דאס הייסט ס'געווען מענטשן וואס האבען געשפילט רבי און ארומגעפארן אין שטעט און דערפער, געטיילט ברכות און געמאכט געלט.... און דאס האט שוין אנגעהויבן מאכן פראבלעמען, ווייל ס'האט געברענגט א נישט גוטע רושם אויף די אמת'דיגע רבי'ס אויך. מענטשן האבען דאך נישט געוויסט וועם מען קען טראסטן, ס'דאך נישט געווען קיין טעלעפאנען, ס'געווען שווער צו געוואר ווערן גענוג שנעל ווער איז ווער.
רבי'סטווע איז אנגעגאנגען, און ס'געווען אויך רבי'ס ערליכע אידן. אבער בדרך כלל איז עס שוין נישט געווען דאס ווי די ערשטע 3 דורות פון תלמידי בעל שם טוב.
נאכדעם האט זיך אנגעהויבען נאך א ביטערע פראבלעם, און דאס איז אז קינדער נעמען איבער. אנדערע האבן נאך ערגער געמאכט, אז "אלע קינדער" ווערען "רבי'ס"....
און דאס איז שוין א זייער ביטערע פראבלעם.
פארוואס?
ווייל ס'דאך א דבר פשוט אז דער פאקט אז איינער איז א זוהן פון א רבי מיינט נאך נישט אז ער איז ראוי צו זיין א מנהיג בישראל (פארקערט, צומאל איז דאס א סיבה אז ער איז נישט ראוי! ווייל אסאך פון זיי זענען אפגעטיילט פונעם המון עם און פארשטייען נישט דעם המון עם).
קודם כל ברויך מען זיין א ירא שמים און אן ערליכער איד, און א חוץ פון דעם, נישט יעדער ערליכער איד איז ראוי צו זיין א מנהיג. ס'ווענדט זיך אין זיין מציאות צו ער האט אין זיך די טבע צו זיין א גוטער און געטרייער מנהיג. טאמער נישט, דאן אפילו אז ער איז א ערליכער איד קען ער מאכען גרויסע חורבנות!
און אזוי, מיינע טייערע ברודער, האט זיך אנגעהויבען די צייטען פון פראבלעמאטישע "רבי'ס". קינדער האבען זיך אנגעהויבן שלאגן איינער מיט'ן צווייטן. דער האט געשריגען "אני אמלוך" און דער צווייטער האט געשריגען "אני אמלוך", און פונעם באשעפער און זיין תורה האבען זיי פארגעסן!!!
און אזוי האט זיך די דורות געטוישט. ס'געווארן מער פארפוילטע רבי'ס און ווייניגער אמת'דיגע רבי'ס.
בדרך כלל האבן די דאזיגע "רבי'ס" (ס'אויך געווען ערליכע נארמאלע רבי'ס אבער די רוב איז געווען פראבלעמאטיש) געוואלט מען זאל גלייבן אין זיי און זיי פארגעטערן, און דאס איז געווען נאך א ערנסטע פראבלעם. א רבי ברויך נישט זיין קיין "אפגאט". און דאס האט אויך געברענגט אסאך פראבלעמען, אנשטאט מענטשן זאלן גלייבן אין גאט זענען זיי געווען ביזי מיט רבי רבי רבי רבי..... משוגע אויפ'ן קאפ, עבודה זרה!!!
ס'דא צו דעם נאך ענינים. אבער ס'דאך נישט גוט אזויפיל אויף איין מאל.
עכ"פ נאכדעם איז געווען די 2'טע וועלט מלחמה וואס האט ליידער אפגעווישט רוב פון די אייראפעאישע אידענטום. הי"ד.
נאך די מלחמה איז די פראבלעם פון רבי'סטווע געווארען נאך ערגער. ס'הייסט אזוי, די ערשטע דור נאך די מלחמה זענען געווען בעסער. ס'געווען גרויסע מנהיגים, אויף א געוויסע זין גרעסער ווי די דורות פארדעם. אבער נאכדעם איז געווארן גרויסע פראבלעמען, ווייל ס'האט זיך אנגעהויבן א ווירטשאפט אז די "רבי" איז דער אויסשליסליכער בעל הבית אויף די גאנצע חסידות, מוסדות, און אלע קהלה אנשטאלטן, וואס אזוי ווייט איז כמעט נישט געווען פאר'ן קריג.
און מען לייגט דאס צוזאמען מיט דעם אז קינדער ווערן אויטאמאטיש רבי'ס אפילו ווען זיי זענען מלא מדות רעות און בכלל נישט געאייגענט צו זיין א מנהיג. דאס איז ממש א זייער ביטערע צוזאמענשטעל. און דאס האט געברענגט זייער אסאך פראבלעמען. ס'פשוט נישט נארמאל צו שטעלן מנהיגים אויף אזא סארט וועג!!! ס'איז ממש משוגע!!!
ס'איז איבעריג צו זאגן אז דאס האט גארנישט מיט'ן בעל שם טוב, און נישט מיט'ן דרך הבעל שם. ס'איז סתם א נישט נארמאלע סיסטעם! נישט תורה'דיג, נישט שכל'דיג, און אפילו נישט מענטשליך!!!
דער גאנצער ענין ברויך א תיקון גדול.
יהי רצון מלפני ה' מען זאל שוין זוכה זיין צו מקבל זיין פני משיח און פטור ווערן פון די אזויגערופענע רבי'ס וואס האבן זיך אנגעלייגט אויף כלל ישראל (ס'דא רבי'ס יוצאים מן הכלל אבער כ'רעד פון די סיסטעם בדרך כלל), און אזוי ווי מ'איז פטור געווארען פון פרעה זאל מען פטור ווערן פון די פארפוילטע מנהיגים, און מקבל זיין פני משיח והתחדשות מלכות בית דוד במהרה בימינו אמן!
(פארשטייט זיך ס'געווען ערליכע אידן אין יעדע דור. אבער איינס ס'נישט די זעלבע מציאות פון דער בעל שם ותלמידיו. און צוויי די געפירעכץ צו פארשקלאפן מענטשן צו זיין פארגלייבט אין א מענטש, אפילו אן ערליכע איד, איז עבודה זרה בהידור!! ס'צייט מען זאל מחמיר זיין אויף חומרות אויף עבודה זרה. אזוי ווי מען איז מחמיר חומרות עד אין סוף אויף אבק גילוי עריות... ביידע זענען פון די שלש חמורות !!! און עבודה זרה איז ערגער ווי גילוי עריות !!)

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ישי שטיינמעץ, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
Re: דרך הבעל שם טוב און היינטיגע רביסטעווע - מיין אנאליז און מיינונג
אויף דעם גייט ארויף די באקאנטע שפריכווארט “Marx was not a Marxist”
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: דרך הבעל שם טוב און היינטיגע רביסטעווע - מיין אנאליז און מיינונג
ישי שטיינמעטץ: איין קליינע הערה. אפילו ביי די רבי'ס וואו ס'דא "קארופשן" איז דא גוטע חלקים אויך. דאס בילד איז נישט אזוי שווארטץ ווי דו לייגסט עס אראפ.
נאר אונז דארף מיר קעמפן מתקן צו זיין די נישט גוטע חלקים...!

-
- ידיד ותיק
- הודעות: 811
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
- האט שוין געלייקט: 337 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל
Re: דרך הבעל שם טוב און היינטיגע רביסטעווע - מיין אנאליז און מיינונג
ישי
אפשר א שטיקל רשימה'לע פון פאלשע רבי'ס אין די דריטע דור?
נאך א זאך: לויט דיין ארטיקל קומט אויס אז ביי די פיפטע - אכטע דורות, איז שוין געווען רוב רובם פון די רבי'ס פאלש און שוואך.
אויב אזוי וויאזוי קומעט אויס אז נאך WWII זענען זיי - לפי דעתך - צוריק געווארן גרויסע מענטשן?

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום סוף טוב הכל טוב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- כספי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 437
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
- האט שוין געלייקט: 883 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל
Re: דרך הבעל שם טוב און היינטיגע רביסטעווע - מיין אנאליז און מיינונג
זייער שיין און גלאט אראפגעלייגט!
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 140
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 12:33 pm
- האט שוין געלייקט: 139 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 353 מאל
Re: דרך הבעל שם טוב און היינטיגע רביסטעווע - מיין אנאליז און מיינונג
גוטע חלקים איז דא ביי אלע אידן, אלע אידן זענען וואויל אין פיין באמת, קהילות האט אסאך מעלות, ס’האט אבער נישט קיין שום שייכות מיט א רבי און חסידות.berlbalaguleh האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 24, 2024 4:51 pm ישי שטיינמעטץ: איין קליינע הערה. אפילו ביי די רבי'ס וואו ס'דא "קארופשן" איז דא גוטע חלקים אויך. דאס בילד איז נישט אזוי שווארטץ ווי דו לייגסט עס אראפ.
נאר אונז דארף מיר קעמפן מתקן צו זיין די נישט גוטע חלקים...!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 671
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל
און דער גרעסטער פראבלעם דערפון איז אז אינדרויסן פון די ווענט פון דעם שטיבל איז ׳כמעט׳ נישטא קיינער וואס זאל ארויסזאגן אט דעם אמת.
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com

- פונדאַמענטאַל
- ידיד השטיבל
- הודעות: 320
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
- האט שוין געלייקט: 677 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל
Re: דרך הבעל שם טוב און היינטיגע רביסטעווע - מיין אנאליז און מיינונג
צו פארזעצען די טעמע פון די ווערטער וועלכע @ברוך שפינוזה האט נאכגעברענגט, וועלכע איז אגב געזאגט געווארן דורך Karl Marx אליין... וויל איך געבן אין קורצן מיין בליק אויף די נושא.
איינער פון די אספעקטן פון די ארגינעלע חסידות, איז אז עס איז געווען מאוומענט וועלכע איז געווען אנטי אסטעבלישמענט, זיי האבן זיך געשטעלט אנטקעגן די דעמאלסדיגער קהילה סיסטעם וועלכע האט שולט געווען ביד רמה אויפן המון עם - מיט א שטארקע עליטע קלאס אין די פירערשאפט ראנגען. חסידות האט געזאגט אז יעדע איד האט א חשיבות און א ראלע אין עבודת ה' אפילו אויב זיי באלאנגען נישט צו די עליטע קלאס - אפילו אויב זיי קענען נישט לערנען וכו'. די ערשטע מנהיגים אין חסידות האבן זיך ארויסגעשטעלט קעגן די בעלי מוסר וועלכע פלעגן ארומגיין מוסר'ן אידן אויף זייערע שוואכקייטן מיט א שארפע צוגאנג, און געפאדערט א פאזיטיווע צוגאנג און א עין טוב אפילו אויף די שוואכערע, און געפאדערט מען זאל זיי באהאנדלען מיט רעספעקט. און זיי האבן נישט געהאט קיין פראבלעם צו זיך אפטיילן און עפענען אייגענע בתי מדרשים שחיטות וכו' אינדרויסן פונעם קהילה סיסטעם, וואס איז געווען אומדערהערט אין געוויסע פלעצער בשעתם. די חסידים האט געפיפען אויפן סיסטעם...
איך מיין אז די בליק וואס פילע מענטשען האבן אז חסידות האט מחדש געווען די מושג פון ביטול צו א העכערע כוח (AKA רבי), איז א טעות. חסידות האט טאקע עס גענומען צו א העכערע שטאפל באיכות, און אריינגעברענגט די מושג פון צדיק צינור פון שפע וכו'. אבער נישט אין די זין פון קאנטראל און כוח נאר נאר אין די זין פון די ספיריטואלע כוח פון די קשר צו א צדיק. אדרבה, עס האט במידת מה אפגעענטפערט די אנגענומענע נארמע פון כוח און קאנטראל וועלכע איז געווען נהוג בימיהם דורך די עליטע קלאס, מיט א אלטארנאטיווע וועלכע האט עס געברענגט צו א פלאץ וועלכע איז ווייניגער איבער כוח און קאנטראל.
די עיקר יסוד פון חסידות איז געווען א טיפערע און ספיריטואלע בליק אויף עבודת ה' וועלכע האט געגעבן פלאץ פאר די אינדיווידואל צו טרעפן זיין ספעציעלע חלק אין עבודת ה'. ממילא אפשוואכנדיג די מושג פון "סיסטעם" וועלכע איז געווען גאר שטארק דעמאלס.
נאר וואס... די מושג פון כוח און קאנטראל איז אריינגעבויט אינעם DNA פון מענטשהייט... און די שפעטערדיגע דורות זענען נישט געווען אויף די פלאץ פון די ערשטע דורות פון חסידות צו מחשיב זיין אט די מושג. און ברבות הימים איז די מושג צוריקגעקומען, און די חסידים האבן גענומען אלע פנימיות'דיגע און טיפע חלקים פון חסידות און דאס גאר אריינגעלייגט און די סיסטעם... מאכנדיג א סיסטעם פון אט די מושגים וועלכע האבן געדארפט צו זיין א אלטארנאטיווע צום סיסטעם. דערביי, מאכנדיג א סיסטעם וועלכע איז שווערער און מער פראבלעמאטיש פי כמה פון די ארגינעלע סיסטעם...

There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
וואס איך האב בעיקר געמיינט ארויסצוברענגען מיט מארקס איז אז מ'איז אזוי סטאק מיט'ן שנאה אויפ'ן "סיסטעם" אז מ'כאפט נישט אז דאס האט נישט גארנישט מיט חסידות איינגעלייגט, ס'איז א ברייטע פענאמענען וואס גייט שוין צוריק צו די צייטן פון די נעאנדערטאלס און פריער. וויאזוי איז פון מארקס' שיינע פילאזאפיעס ארויסגעוואקסן א יוסף סטאלין מיט א קים יאנג און? וויאזוי האט פון אן אינספירירענדע דרשה על ההר ארויסגעשפראצט דריי קרייצצוגן און א פויפסט אלכסנדר VI? אזוי ארבעט די וועלט, ס'קומט א מענטש וואס מיינט עס נעבעך ערנסט מיט א וויזיע צו מאכן די וועלט פאר א בעסערע פלאץ, קומט א צווייטער און זעהט א געלעגענהייט to capitalize אויף זיין נאראטיוו און נוצט עס אויס פאר זיינע אינטערעסן.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
Re: דרך הבעל שם טוב און היינטיגע רביסטעווע - מיין אנאליז און מיינונג
דאס איז טאקע איינער פון די סיבות ווי אזוי דאס האט געקענט פאסירן, אויב אלעס דרייט זיך ארום פנימיות'דיגע און טיפע ענינים קען מען אויך האבן מנהיגים און רבי'ס וואס חיצוניות'דיג און שכל'דיגע מאכט עס נישט קיין סענס... אבער פנימיות'דיג און ע"פ סוד איז דאס אויסגעהאלטן. וואס די סוד איז ווייס איך נישט, ווייל סאיז דאך א סוד!!פונדאַמענטאַל האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 24, 2024 10:42 pm צו פארזעצן די טעמע פון די ווערטער וועלכע @ברוך שפינוזה האט נאכגעברענגט, וועלכע איז אגב געזאגט געווארן דורך Karl Marx אליין... וויל איך געבן אין קורצן מיין בליק אויף די נושא.
איינער פון די אספעקטן פון די ארגינעלע חסידות, איז אז עס איז געווען מאוומענט וועלכע איז געווען אנטי אסטעבלישמענט, זיי האבן זיך געשטעלט אנטקעגן די דעמאלסדיגע קהילה סיסטעם וועלכע האט שולט געווען ביד רמה אויפן המון עם - מיט א שטארקע עליטע קלאס אין די פירערשאפט ראנגען. חסידות האט געזאגט אז יעדע איד האט א חשיבות און א ראלע אין עבודת ה' אפילו אויב זיי באלאנגען נישט צו די עליטע קלאס - אפילו אויב זיי קענען נישט לערנען וכו'. די ערשטע מנהיגים אין חסידות האבן זיך ארויסגעשטעלט קעגן די בעלי מוסר וועלכע פלעגן ארומגיין מוסר'ן אידן אויף זייערע שוואכקייטן מיט א שארפע צוגאנג, און געפאדערט א פאזיטיווע צוגאנג און א עין טוב אפילו אויף די שוואכערע, און געפאדערט מען זאל זיי באהאנדלען מיט רעספעקט. און זיי האבן נישט געהאט קיין פראבלעם צו זיך אפטיילן און עפענען אייגענע בתי מדרשים שחיטות וכו' אינדרויסן פונעם קהילה סיסטעם, וואס איז געווען אומדערהערט אין געוויסע פלעצער בשעתם. די חסידים האט געפיפען אויפן סיסטעם...
איך מיין אז די בליק וואס פילע מענטשן האבן אז חסידות האט מחדש געווען די מושג פון ביטול צו א העכערע כוח (AKA רבי), איז א טעות. חסידות האט טאקע עס גענומען צו א העכערע שטאפל באיכות, און אריינגעברענגט די מושג פון צדיק צינור פון שפע וכו'. אבער נישט אין די זין פון קאנטראל און כוח נאר נאר אין די זין פון די ספיריטואלע כוח פון די קשר צו א צדיק. אדרבה, עס האט במידת מה אפגעענטפערט די אנגענומענע נארמע פון כוח און קאנטראל וועלכע איז געווען נהוג בימיהם דורך די עליטע קלאס, מיט א אלטארנאטיווע וועלכע האט עס געברענגט צו א פלאץ וועלכע איז ווייניגער איבער כוח און קאנטראל.
די עיקר יסוד פון חסידות איז געווען א טיפערע און ספיריטואלע בליק אויף עבודת ה' וועלכע האט געגעבן פלאץ פאר די אינדיווידואל צו טרעפן זיין ספעציעלע חלק אין עבודת ה'. ממילא אפשוואכנדיג די מושג פון "סיסטעם" וועלכע איז געווען גאר שטארק דעמאלס.
נאר וואס... די מושג פון כוח און קאנטראל איז אריינגעבויט אינעם DNA פון מענטשהייט... און די שפעטערדיגע דורות זענען נישט געווען אויף די פלאץ פון די ערשטע דורות פון חסידות צו מחשיב זיין אט די מושג. און ברבות הימים איז די מושג צוריקגעקומען, און די חסידים האבן גענומען אלע פנימיות'דיגע און טיפע חלקים פון חסידות און דאס גאר אריינגעלייגט און די סיסטעם... מאכנדיג א סיסטעם פון אט די מושגים וועלכע האבן געדארפט צו זיין א אלטארנאטיווע צום סיסטעם. דערביי, מאכנדיג א סיסטעם וועלכע איז שווערער און מער פראבלעמאטיש פי כמה פון די ארגינעלע סיסטעם...
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 811
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
- האט שוין געלייקט: 337 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל
Re: דרך הבעל שם טוב און היינטיגע רביסטעווע - מיין אנאליז און מיינונג
יא אבער אלע (אפשר כמעט אלע) גרויסע רבי'ס נאך די מלחמה זענען געווען אליינס אדער קינדער פון גרויסע רבי'ס פון פאר די מלחמה, און די נישט גרויסע רבי'ס זענען געווען די קינדער פון די נישט גרויסע כו',
בקיצור ס'האט זיך בערך איבערגעשפילט בזעיר אנפין די בילד פון פאר די מלחמה.
נו, אז דו האלטסט אז די פון נאך די מלחמה זענען געווען באמת גרויס, דאן פ"וו לייקענסטו אז פאר די מלחמה זענען זיי שוין געווען קארופטירט?
עלע מיי?
בקיצור ס'האט זיך בערך איבערגעשפילט בזעיר אנפין די בילד פון פאר די מלחמה.
נו, אז דו האלטסט אז די פון נאך די מלחמה זענען געווען באמת גרויס, דאן פ"וו לייקענסטו אז פאר די מלחמה זענען זיי שוין געווען קארופטירט?
עלע מיי?
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 811
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
- האט שוין געלייקט: 337 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל
Re: דרך הבעל שם טוב און היינטיגע רביסטעווע - מיין אנאליז און מיינונג
נו, איך פארשטיי נישט דער ענטפער.
אויב נניח אז פאר די מלחמה זענען רוב רבי'ס געווען פאלש, און דער טעם איז געווען ווייל עס איז געווען יחוס-באזירט. וויאזוי איז עס געשען אז נאך די מלחמה זענען פונקט די איבערגעלעבטע רבי'ס (קינדער פון רבי'ס) און קינדער פון רבי'ס וועלכע זענען אומגעקומען געווען גרויסע מענטשן?
די לופט אין דער וועלט האט זיך אויסגעקלארט נאך WWII?

- הודעות: 66
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 6:23 am
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל
Re: דרך הבעל שם טוב און היינטיגע רביסטעווע - מיין אנאליז און מיינונג
בעצם היינט חסידות שטעלט דיך צו אלעס וואס דו דארפסט, איז פארוואס זאל א מענטש אוועקגיין אפילו דער רבי איז א ליידיגגייער
- ישי שטיינמעץ
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 88
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 30, 2014 3:51 am
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 269 מאל
Re: דרך הבעל שם טוב און היינטיגע רביסטעווע - מיין אנאליז און מיינונג
אפשר שטעלט עס צו סערוויסעס.... אבער ס'מאכט שאדן צו די עיקר מציאות פון די מענטש אויף די וועלט!! וואס דאס איז אינדיווידועלקייט און חופש הבחירה!!!
אן דעם איז דער מענטש נישט קיין מענטש!!
זיי געבן דיר סערוויסעס בתנאי אז מען פארקויפט די נשמה!!
כ'האב פונקט געטראכט, אז מען זעהט ביי א ספר תורה, טאמער איין אות רירט אן א צווייטע אות ווערט די גאנצע ספר תורה פסול, שטעלט זיך די פראגע פארוואס? איז עס דען נישט קיין גוטע זאך צו זיין באחדות?? די תירוץ איז אז קודם כל מוז מען רעספעקטירן די באונדעריס פון א צווייטען, רעספעקטירן יענעם'ס אינדיווידואליטי! טאמער נישט פסל'ט עס די גאנצע ספר תורה!!
אן דעם איז דער מענטש נישט קיין מענטש!!
זיי געבן דיר סערוויסעס בתנאי אז מען פארקויפט די נשמה!!
כ'האב פונקט געטראכט, אז מען זעהט ביי א ספר תורה, טאמער איין אות רירט אן א צווייטע אות ווערט די גאנצע ספר תורה פסול, שטעלט זיך די פראגע פארוואס? איז עס דען נישט קיין גוטע זאך צו זיין באחדות?? די תירוץ איז אז קודם כל מוז מען רעספעקטירן די באונדעריס פון א צווייטען, רעספעקטירן יענעם'ס אינדיווידואליטי! טאמער נישט פסל'ט עס די גאנצע ספר תורה!!
- ישי שטיינמעץ
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 88
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 30, 2014 3:51 am
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 269 מאל
Re: דרך הבעל שם טוב און היינטיגע רביסטעווע - מיין אנאליז און מיינונג
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: ↑ ישי,
אפשר א שטיקל רשימה'לע פון פאלשע רבי'ס אין די דריטע דור?
נאך א זאך: לויט דיין ארטיקל קומט אויס אז ביי די פיפטע - אכטע דורות, איז שוין געווען רוב רובם פון די רבי'ס פאלש און שוואך.
אויב אזוי וויאזוי קומעט אויס אז נאך WWII זענען זיי - לפי דעתך - צוריק געווארן גרויסע מענטשן?
די ווארט איז לכאורה נישט אז רוב זענען געווען פאלש, כאטש ס'געווען אסאך אזעלכע.
די נקודה איז אז ס'שוין כמעט נישט געווען די עכטע מציאות פון דער בעל שם ותלמידיו, אפילו ביי די ערליכע.
פארשטייט זיך ס'געווען ערליכע אידן אין יעדע דור. אבער איינס, ס'נישט די זעלבע מציאות פון דער בעל שם ותלמידיו, און צוויי, די געפירעכץ צו פארשקלאפן מענטשן צו זיין פארגלייבט אין א מענטש, אפילו אן ערליכע איד, איז עבודה זרה בהידור!! ס'צייט מען זאל מחמיר זיין אויף חומרות אויף עבודה זרה אזוי ווי מען איז מחמיר חומרות עד אין סוף אויף אבק גילוי עריות!!! ביידע זענען פון די שלוש חמורות!! און עבודה זרה איז ערגער ווי גילוי עריות!!
קיינעם באדערט נישט אז איינער וויל זיין א רבי, כל זמן זיי לייגן זיך נישט אן אויף כלל ישראל! א עכטע רבי מיינט א שמש פאר כלל ישראל, נישט פארקערט!!
איינער וואס איז נישט גרייט אוועקצוגעבן זיין לעבן פאר כלל ישראל, אן ווארטן אויף כבוד און געלט, און אן זיך מאכן פאר א אפגאט, דער איז נישט ראוי צו זיין קיין רבי!!
איינע פון די גרויליגסטע זאכן וואס איז דא, זענען מענטשן וואס האבן ליב צו שפילן "גאט" אין אנדערע מענטשנ'ס לעבן. ס'איז א תוצאה פון פארפוילטע מידות און טונקעלע תאוות. ס'איז א גרויל שאין כמוהו!
- כספי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 437
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
- האט שוין געלייקט: 883 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל
Re: דרך הבעל שם טוב און היינטיגע רביסטעווע - מיין אנאליז און מיינונג
סעמיט האט געשריבן: ↑
אין קורצן: נאכ'ן קריג האט נאר אן אדם גדול געקענט מצליח זיין צו ווערן א גרויסער רבי, ווייל חסידים האבן געהאט די ברירה נישט צו ווערן א טייל פון זיין חסידות. משא"כ היינט (און אזוי אויך פאר'ן קריג) קענען קארופטירטע רבי'ס פירן ריזיגע חצירות ווייל די חסידים זענען סיי ווי סטאק אינעם חסידות, און ס'איז נישט דא קיין מעכאניזם וואס קלויבט אויס אנשים גדולים מקטנים אזוי ווי ס'איז געווען נאכ'ן קריג און בתחילת דרכה של חסידות.
פארוואס עפעס זאגסטו אז פארן קריג איז אויך געווען אז די חסידים זענען געווען סטאק אין א חסידות? אמאל האט א חסידות, די פארטיי פון די חסידות, כמעט גארנישט פארלאנגט,
א איד אין שטעטל האט געזוכט אנצוווארעמען זיין הארץ צום באשעפער, ער האט געהערט פון א גוטן יוד, איז ער אהין געפארן, ער איז נישט געווען משועבד צו בלייבן ביי זיינע קינדער וכדו'.
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
Re: דרך הבעל שם טוב און היינטיגע רביסטעווע - מיין אנאליז און מיינונג
ס'ווענדט זיך וואו.
ביי די אונגערישע אידן איז עס טאקע אזוי געוועהן, אבער אין גאליציע אין און פוילן איז געוועהן א סיסטעם (טאקע נישט ווי היינט, אבער דאך א סיסטעם).

If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
- כספי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 437
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
- האט שוין געלייקט: 883 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל
Re: דרך הבעל שם טוב און היינטיגע רביסטעווע - מיין אנאליז און מיינונג
ריכטיג, אין פוילן אין רוסלאנד,
אבער אין גאליציע אויך נישט לכאורה, אויסער אפשר בעלזא [וואס מ'קען זאגן איז געווען אסאך מער דומה צו א רוסישע חסידות, ווי א גאליציאנער, זייענדיג אויך נאנט צו די רוסישע גרעניץ]
אבער אין גאליציע אויך נישט לכאורה, אויסער אפשר בעלזא [וואס מ'קען זאגן איז געווען אסאך מער דומה צו א רוסישע חסידות, ווי א גאליציאנער, זייענדיג אויך נאנט צו די רוסישע גרעניץ]
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
Re: דרך הבעל שם טוב און היינטיגע רביסטעווע - מיין אנאליז און מיינונג
בקיצור, ד'רעולם לעכצעט נאך אביסעלע אנארכיע און מ'וויל דאס אלעס אנלייגן אויף (די "עכטע") חסידות, איים סאררי טו רואין איט פור יו גייס, נעווער מיינד, פליעטס ווייטער אין ענקערע דמיונות.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום ברוך שפינוזה, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
Re: דרך הבעל שם טוב און היינטיגע רביסטעווע - מיין אנאליז און מיינונג
גאליציאנער האבן עס טאקע גוט ארויסגעהאט, אז אפי' אונז אונגערישע זענען אהין געפארן..
Re: דרך הבעל שם טוב און היינטיגע רביסטעווע - מיין אנאליז און מיינונג
ברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑ בקיצור, ד'רעולם לעכצעט נאך אביסעלע אנארכיע און מ'וויל דאס אלעס אנלייגן אויף (די "עכטע") חסידות), איים סאררי טו רואין איט פור יו גייס, נעווער מיינד, פליעטס ווייטער אין ענקערע דמיונות.
מען פליט טאקע. זעהסט נישט לעצטנס די אלע נסיעות קיין יוראפ צו קברי צדיקים..?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 52
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 26, 2020 9:13 pm
- האט שוין געלייקט: 13 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל
Re: דרך הבעל שם טוב און היינטיגע רביסטעווע - מיין אנאליז און מיינונג
די נקודות אין דעם אשכול זענען זייער אמת. אָבער, איך טראַכט עס וועט זיין אַ קליין פאַרבעסערונג אין די צוקונפט דור:
אין די נאָך-חורבן דור, רוב רבי'ס האָבן געהאַט קליין משפחות, און בלויז איין אָדער צוויי קינדער צו ווערן אַ רבי. דעם מענט אַז עס זענען זייער ווייניק אָפּציעס.
אבער אין דעם קומענדיגן דור זענען פאראן נאך קינדער, און עס וועט זיין מער אפציעס צו אויסוועלן, און די אדמו"רים וועלן דארפן פארדינען דעם כבוד. אזוי איז געשען לעצטנס: אין וויזשניץ-מאנסי, סקולען, זוטשקע, קרעטשניף קרית-גת, רחמסטריווקא, סאדיגור, און אזוי ווייטער.
עס איז בעסער ווי ווען עס איז געווען בלויז איין-צוויי ברירות, ווי סאטמאר, צאנז, באבוב, גער, דער עתיד פון בעלז, וויזשניץ בני-ברק, בויאן, רחמסטריווקא ארץ-ישראל אאז"וו.
אין די נאָך-חורבן דור, רוב רבי'ס האָבן געהאַט קליין משפחות, און בלויז איין אָדער צוויי קינדער צו ווערן אַ רבי. דעם מענט אַז עס זענען זייער ווייניק אָפּציעס.
אבער אין דעם קומענדיגן דור זענען פאראן נאך קינדער, און עס וועט זיין מער אפציעס צו אויסוועלן, און די אדמו"רים וועלן דארפן פארדינען דעם כבוד. אזוי איז געשען לעצטנס: אין וויזשניץ-מאנסי, סקולען, זוטשקע, קרעטשניף קרית-גת, רחמסטריווקא, סאדיגור, און אזוי ווייטער.
עס איז בעסער ווי ווען עס איז געווען בלויז איין-צוויי ברירות, ווי סאטמאר, צאנז, באבוב, גער, דער עתיד פון בעלז, וויזשניץ בני-ברק, בויאן, רחמסטריווקא ארץ-ישראל אאז"וו.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 811
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
- האט שוין געלייקט: 337 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל
Re: דרך הבעל שם טוב און היינטיגע רביסטעווע - מיין אנאליז און מיינונג
סעמיט האט געשריבן: ↑ די גרויסע רבי'ס פון נאכ'ן קריג זענען נישט דווקא געווען קינדער פון גרויסע רבי'ס פאר'ן קריג. און די קליינע רבי'ס פון נאכ'ן קריג, זענען נישט דווקא געווען ממלאי מקום פון קליינע רבי'ס פאר'ן קריג. מונקאטש נאכ'ן קריג איז נישט צוריק געווארן גרויס, ווייל דער מונקאטשער רבי שליט"א איז נישט קיין אדם גדול. ווידער סאטמאר רבי האט בעיסיקלי אנגעפאנגען א נייע דינאסטיע דורך זיין גרויסקייט. פון אלכסנדר איז נאכ'ן קריג נישט געבליבן ווייניגער חסידים ווי פון גור, נאר אלכסנדר נאכ'ן קריג האט נישט געהאט קיין רבי אן אדם גדול, און גור יא.
אין קורצן: נאכ'ן קריג האט נאר אן אדם גדול געקענט מצליח זיין צו ווערן א גרויסער רבי, ווייל חסידים האבן געהאט די ברירה נישט צו ווערן א טייל פון זיין חסידות. משא"כ היינט (און אזוי אויך פאר'ן קריג) קענען קארופטירטע רבי'ס פירן ריזיגע חצירות ווייל די חסידים זענען סיי ווי סטאק אינעם חסידות, און ס'איז נישט דא קיין מעכאניזם וואס קלויבט אויס אנשים גדולים מקטנים אזוי ווי ס'איז געווען נאכ'ן קריג און בתחילת דרכה של חסידות.
ביטע מאך א רשימה פון די 5-10 גרויסע רבי'ס נאכן קריג, און מיר וועלן זעהן.