די ווארט האט הרב שך געזאגט אויף ליובאוויטש
נפלאותיך אשיחה – זכרונות הרה"ח ר' נפתלי לעבאוויטש שליט”א תורה שרייבער ביי הרה”ק מסאטמאר זי”ע
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 113
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 19, 2023 1:00 am
- האט שוין געלייקט: 60 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל
Re: נפלאותיך אשיחה – זכרונות הרה"ח ר' נפתלי לעבאוויטש שליט”א תורה שרייבער ביי הרה”ק מסאטמאר זי”ע
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
- האט שוין געלייקט: 605 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל
Re: נפלאותיך אשיחה – זכרונות הרה"ח ר' נפתלי לעבאוויטש שליט”א תורה שרייבער ביי הרה”ק מסאטמאר זי”ע
אין סאטמאר זאגט מען נישט קיין תחנון פרייטאג ווייל אין סיגעט איז די מארק טאג געווען פרייטאג און די עולם האט זיך געיאגט צו די ארבעט האט מען נישט געזאגט קיין תחנון.
פארשטייט זיך אז די חסידים האבן שוין געמאכט א אנדערע תירוץ מיט א באבע מעשה אז די ייטב לב איז געווען אויף א שבת ביים רבין פון זידיטשוב וכו'...
אגב, סאטמאר רב האט נישט געזאגט קיין תחנון פרייטאג ווייל ער האט געדאווענט שחרית נאך חצות.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לאכעדיג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: נפלאותיך אשיחה – זכרונות הרה"ח ר' נפתלי לעבאוויטש שליט”א תורה שרייבער ביי הרה”ק מסאטמאר זי”ע
לאכעדיג: ייש"כ. דער פאקט איז סאטמאר'ע רב זצ"ל כאטש ער האט געהאט זיין אייגענע שיטה און מנהגים. נאר ער איז קיינמאל נישט ארויסגעגאנגען פון גדר פון הלכה. סיי מיט נישט זאגן תחנון אום פרייטאג. אויך מיט נישט זאגן תחנון ביי א ברית אפילו ס'געווען ה' אייר. וואס אין סאטמאר איז דאס טאקע א יום המר והנמהר.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
- האט שוין געלייקט: 605 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל
Re: נפלאותיך אשיחה – זכרונות הרה"ח ר' נפתלי לעבאוויטש שליט”א תורה שרייבער ביי הרה”ק מסאטמאר זי”ע
אין סאטמאר איז דא א ווערטל, אז דער וואס האט געבויט די כותל וועט נישט ארויסקומען פון גיהנום פארן מצער זיין דעם רבין...
דא קען מען לאכן אדער וויינען...
דא קען מען לאכן אדער וויינען...
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 811
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
- האט שוין געלייקט: 337 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל
Re: נפלאותיך אשיחה – זכרונות הרה"ח ר' נפתלי לעבאוויטש שליט”א תורה שרייבער ביי הרה”ק מסאטמאר זי”ע
וואס מיינט גדר פון הלכה?berlbalaguleh האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 23, 2024 10:43 pm לאכעדיג: ייש"כ. דער פאקט איז סאטמאר'ע רב זצ"ל כאטש ער האט געהאט זיין אייגענע שיטה און מנהגים. נאר ער איז קיינמאל נישט ארויסגעגאנגען פון גדר פון הלכה. סיי מיט נישט זאגן תחנון אום פרייטאג. אויך מיט נישט זאגן תחנון ביי א ברית אפילו ס'געווען ה' אייר. וואס אין סאטמאר איז דאס טאקע א יום המר והנמהר.
למשל דאווענען שפעט איז אין דער גדר אדער אינדרויסן?
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
- האט שוין געלייקט: 605 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל
Re: נפלאותיך אשיחה – זכרונות הרה"ח ר' נפתלי לעבאוויטש שליט”א תורה שרייבער ביי הרה”ק מסאטמאר זי”ע
סאטמאר רב האט געדאוונט שפעט ווייל עפ"י הלכה
דארף מען האבן א גוף נקי.
דארף מען האבן א גוף נקי.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 142
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 21, 2024 10:24 pm
- האט שוין געלייקט: 198 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 96 מאל
Re: נפלאותיך אשיחה – זכרונות הרה"ח ר' נפתלי לעבאוויטש שליט”א תורה שרייבער ביי הרה”ק מסאטמאר זי”ע
מ'דארף טאקע א גוף נקי , אבער נאך חצות קען מען נישט דאווענען שחרית, ע''פ הלכה
נישט קיין חילוק וואס די סיבה פון נישט דאווענען פארדעם איז
(ס'איז דא געוויסע שיטות אז ביז מנחה גדולה קען מען דאווענען שחרית, אבער נאכדעם קען מען נישט, און אויב מ'האט נישט געדאווענט, מאיזה גוטע סיבה שהוא, אפי' מ'האט נישט געמעקט דאווענען ע''פ הלכה, קען מען שוין נישט דאווענען שחרית, די הייליגע סאטמאר רבי זי''ע האט יא געדאווענט)
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 811
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
- האט שוין געלייקט: 337 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל
Re: נפלאותיך אשיחה – זכרונות הרה"ח ר' נפתלי לעבאוויטש שליט”א תורה שרייבער ביי הרה”ק מסאטמאר זי”ע
זיין מנין האט אויך געדארפט א האלבן טאג פאר א גוף נקי?
קיינמאל איז נישט אויסגעקומען אז דער גוף איז געווארן נקי אביסל פריער?
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
Re: נפלאותיך אשיחה – זכרונות הרה"ח ר' נפתלי לעבאוויטש שליט”א תורה שרייבער ביי הרה”ק מסאטמאר זי”ע
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 23, 2024 11:34 pm
וואס מיינט גדר פון הלכה?
למשל דאווענען שפעט איז אין דער גדר אדער אינדרויסן?
זעט זיך אויס אז אין סאטמאר האט מען נאר מקפיד געווען אויף הלכות געבויט אויף שבועות.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
- אסטראלאג
- ידיד השטיבל
- הודעות: 315
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
- האט שוין געלייקט: 147 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל
Re: נפלאותיך אשיחה – זכרונות הרה"ח ר' נפתלי לעבאוויטש שליט”א תורה שרייבער ביי הרה”ק מסאטמאר זי”ע
רביה"ק מסאטמאר - נטורי קרתא זי"ע האט געהאלטן אז דער ליובאוויטשער איז אן אפיקורוס.berlbalaguleh האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 23, 2024 10:03 pmדו שייגעץ איינער. בור ריק ועם הארץ.דו טרויסט דיך צו רעדן מיט בזיון אויפ'ן ליובאוויטשער רבי'ן זצ"ל מיט בזיון. און זאגן אז ער האט געזאגט דברי מינות וכפירה. צוערשט נעם דיך לערנען תורה.. און נאכדעים קענסטו רעדן.אסטראלאג האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 23, 2024 11:24 amאבימלך האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 23, 2024 10:53 am
און אזוי איז אייביג געווען, אין די ספר ויואל משה, און אין על הגאולה , שרייבט די רבי קלאר אז נישט נאר די ציונים וואס זענען פריי זענען רשעים גמורים נאר אפי' מ'איז פרום, אבער מ'האלט אז מ'מעג האבן א מדינה, פאר דעם אליינס איז מען שוין א רשע, - אבער למעשה ווען ס'איז געקומען א מזרח'סט צום רבי'ן, האט די רבי זיי שיין אויפגענומען, רביה"ק מסאטמאר - נ"ק זי"ע האט קיימאל נישט געהאלטן ביים אויפנעמען קיין מסיתים ומדיחים אדער אגודה'סטישע רבנים. פריוואטע אינדעווידועלן האבן געהאט איינטריט אזויווי יעדער וואס האט געוואלט אריינקומען במעון קדשו פאר א ברכה. ס'איז געווען ווען פארשידענע מזרחיסטישע רבנים האבן געוואלט אריינגיין, און די רבי זי"ע האט בשום אויפן זיי בכלל נישט אריינגעלאזט.
די רבי גייט דאך באמת אסאך ווייטער אין די ספרים, אז אפי' מ'גייט נאר צו די בחירות, איז מען שוין עובר אויף יהרג ואל יעבור, און מ'האט א דין ווי א רשע, אעפ''כ האט די רבי זיך געטראפן מיט די אלע רבי'ס וואס האבן גאר געשיקט זייער עולם, די רבי איז געפארן צום לוי' פון ר' אהרן קאטלער ז''ל און אים מספיד געווען, כאטש ער איז געפארן קיין א''י מחזיק זיין די אידן צו יא גיין צו די בחירות דאס איז געווען א אויסנאם נאך א שטיק צייט וואס מען האט געלאזט וויסן פארן די רבי אז מען לערענט אין לעיקוואוד "ויואל משה", און דער עולם זעט איין וכו' - ר' עזריאל גליק פלעגט אזוי דערציילן וואס ער איז דעמאלטס געגאנגען מיטן רבי'ן.
קודם האט די רבי נישט געהאלטן ביים ג'יין, אבער דערנאך באשלאסן יא - זקניך ויאמרו לך
און ווען די בית ישראל פון גור איז געקומען זיך געזעגענען פון די רבי אויפן שיף האט די רבי אויסגעפירט אונז בלייבן גוטע ידידים, טראץ וואס די בית ישראל האט געשיקט זיין עולם צו די בחירות
די זעלבע ווייטער, די רבי שרייבט אין על הגאולה, אז אפי' איינער האט נאר א מחשבה בלב אז ס'קען זיין אז ס'איז געווען ניסים תשכ''ז, איז אויך נמשך נאך כפירה
און ממש אלע רבי'ס און רבנים פון אמעריקע האבן דאך אזוי געהאלטן רוב רבנים האבן זיך נישט געלאזט הערן דערוועגן. און לאוו דווקא אז זיי האבן געהאט עפעס א שיטה פארוואס צו האלטן אז ס'איז געווען ניסים ר"ל
דער ליובאוויטשער האט זיך געלאזט הערן מיט מינות וכפירה און די רבי מנטורי קרתא זי"ע האט דעמאלטס שטארק ארויסגעטראטן קעגן אים (אדער געזאגט אפען, אדער כאטשיג אין הארץ) אעפ''כ האט די רבי זיי מכבד געווען
איך האב אמאל געהאט א לימוד זכות אויף דיר. אז דו ביסט א תינוק שנשבה (בין המשוגעים). איך ציה עס צוריק. איך וויל דיך נישט אנרופן ביי דעם עכטן נאמען וואס מ'דארף.
ס'איז באקאנט צענדליגע שארפע ציטאטן וואס ער האט זיך אויסגעדרוקט אויף דעם פערזאן. די ביכלעך האבן אבער דאס נישט געזעהן פאר וויכטיג צו אריינלייגן.
די רבי פלעגט זיך צו אים באציען: "דער קראונהייצער פראפעסאר".
די רבי זי"ע האט פאראויס געזאגט וואס גייט זיך אויסלאזן פון דעם קליקע: "סוף סוף וועלן זיי ווערן פארברענטע ציוניסטן"
קוק נאר היינט, אז גיין אין די ציוניסטישע מיליטער איז א ארויפגעקוקטע זאך ביי זיי ר"ל
היינט האבן זיי די צוויי "דזשעקאבסאן'ס" איין אפיקורוס גרעסער פון צווייטן מיט מאניס פרידמאן ה"י
א אפגעפארענער אויסגעשפראכענער סעקט וואס לאזן זיך וואקסן לאנגע בערד
זאל מיר אלע זוכה זיין צו ישועות אמן.
לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 780
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
- האט שוין געלייקט: 328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל
@אסטראלאג : ווען האט די רבי גערעדט אקעגן אים (איך פרעג ווייל איך וויל וויסן, אין די ספרים שטייט גארנישט חוץ אקעגן די מבצה תפילין, אבער קעגען אים אליינס האב איך נאכנישט געזעהן, אדרבה אפשר ווייסטו א מקור, אדער האסטו אליינס געהערט)
און אויף דעם וואס די ענטפערסט @אבימלך וועגן ר' אהרן קאטלער,
צווי זאכן בלייבט מיך שווער
אויב האט ער טאקע באמת נישט געהאלטן פון די וואס האבן געשטיצט די בחירות, איז פארוואס האט ער געזאגט פארן בית ישראל אז מיר בלייבן גוטע ידידים ? (אויב די מעשה וואס @אבימלך ברענגט איז אמת)
און אפילו ר' אהרן קאטלער אליינס, די רבי האט טאקע געמיינט אז זיינע תלמידים לערנען און זעהן איין אז זייער רבי האט געמאכט א טעות, און די סאטמארע רבי איז גערעכט ?
אז די רבי איז שוין געווען גרייט צו פארן צו זיין לוי' און אים מספיד זיין ??
עפעס שטימט נאכנישט דא.....

- הודעות: 31
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 2:08 am
- האט שוין געלייקט: 17 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 46 מאל
Re: נפלאותיך אשיחה – זכרונות הרה"ח ר' נפתלי לעבאוויטש שליט”א תורה שרייבער ביי הרה”ק מסאטמאר זי”ע
די סאטמארע רב קוקט אויס צו זיין סאך נארמאלער ווי די קאמפעני פרובירט אים אראפצומאלן היינט.
Re: נפלאותיך אשיחה – זכרונות הרה"ח ר' נפתלי לעבאוויטש שליט”א תורה שרייבער ביי הרה”ק מסאטמאר זי”ע
עס איז נישט קיין סוד יעדער וואס הערט אמאל פון א איד וואס געדענקט סאטמער רב אין די געזונטע יארן ווייסט דאס, ער איז געווען דירעקט א בעלבתישע רבי הנאה געהאט ווען די עולם איז מצליח אין מסחר, נישט ליב געהאט די פארפרומטע חברה, געווען אלס פרייליך גוטמוטיג, ליב געהאט צו הערן א גלייכווערטל.
דאס נעמט כלל נישט אוועק פון זיין קדושה וטהרה און זיין גדלות זיין כח הנהגה
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: נפלאותיך אשיחה – זכרונות הרה"ח ר' נפתלי לעבאוויטש שליט”א תורה שרייבער ביי הרה”ק מסאטמאר זי”ע
אבימלך: ייש"כ. ווייל נישט זאגן תחנון פרייטאג איז נאר א מנהג/מסורה. און נישט צו זאגן תחנון ביי א ברית איז א הלכה אין שו"ע...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: נפלאותיך אשיחה – זכרונות הרה"ח ר' נפתלי לעבאוויטש שליט”א תורה שרייבער ביי הרה”ק מסאטמאר זי”ע
חיים הלוי: ייש"כ. שפתיים ישק משיב דברים נכוחים...!חיים הלוי האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 24, 2024 2:39 pmעס איז נישט קיין סוד יעדער וואס הערט אמאל פון א איד וואס געדענקט סאטמער רב אין די געזונטע יארן ווייסט דאס, ער איז געווען דירעקט א בעלבתישע רבי הנאה געהאט ווען די עולם איז מצליח אין מסחר, נישט ליב געהאט די פארפרומטע חברה, געווען אלס פרייליך גוטמוטיג, ליב געהאט צו הערן א גלייכווערטל.
דאס נעמט כלל נישט אוועק פון זיין קדושה וטהרה און זיין גדלות זיין כח הנהגה
דאס איז דער בראך. אז די היינטיגע הוגי דיעות האבן איהם בכלל נישט געקענט. אדער אליין געזעהן זיין הנהגה. אלץ וואס זיי ווייסן איז וואס זיי האבן געהערט פון די (פאר) עקסטרעמיסטן. לדוגמא. די "שפיגל ברעכערס". בראשם פון ר' ישראל בריעף, ע"ה. דאס איז געווען אן אינטרעסאנטע פרשה. דאס האט געוויזן אויף די אמת'ע צידקות און ישרות פון רבי'ן זי"ע. און אז ער איז נישט געווען קיין..."פארפרומטער"...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re:
עמרם: ייש"כ. דאס איז דער פראבלעם מיט די געשוואלענע עמי הארץ און בעלי תשובה וועלכע קענען זיך נישט אויס מיט די קליינע פינטעלעך. (אזוי ווי אסטראלאג, וסייעתו.) זיי רעדן אריין אין זאכן צו וועלכע זיי פארשטייען בכלל נישט.עמרם האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 24, 2024 11:03 am @אסטראלאג : ווען האט די רבי גערעדט אקעגן אים (איך פרעג ווייל איך וויל וויסן, אין די ספרים שטייט גארנישט חוץ אקעגן די מבצה תפילין, אבער קעגען אים אליינס האב איך נאכנישט געזעהן, אדרבה אפשר ווייסטו א מקור, אדער האסטו אליינס געהערט)
און אויף דעם וואס די ענטפערסט @אבימלך וועגן ר' אהרן קאטלער,
צווי זאכן בלייבט מיך שווער
אויב האט ער טאקע באמת נישט געהאלטן פון די וואס האבן געשטיצט די בחירות, איז פארוואס האט ער געזאגט פארן בית ישראל אז מיר בלייבן גוטע ידידים ? (אויב די מעשה וואס @אבימלך ברענגט איז אמת)
און אפילו ר' אהרן קאטלער אליינס, די רבי האט טאקע געמיינט אז זיינע תלמידים לערנען און זעהן איין אז זייער רבי האט געמאכט א טעות, און די סאטמארע רבי איז גערעכט ?
אז די רבי איז שוין געווען גרייט צו פארן צו זיין לוי' און אים מספיד זיין ??
עפעס שטימט נאכנישט דא.....
די סאטמאר'ע רבי, זי"ע אפילו ער האט זיך אויסגעדרוקט. און צומאל שארף אקעגן א געוויסן עניין אדער שיטה. האט ער קיין איינמאל נישט אטאקירט א מענטש, יהיה מי שיהיה פערזענליך. דו קענסט אדורכגיין די גאנצע ספר. דו וועסט עס נישט טרעפן...!
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 12
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 12, 2022 11:04 am
- האט שוין געלייקט: 11 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל
Re: נפלאותיך אשיחה – זכרונות הרה"ח ר' נפתלי לעבאוויטש שליט”א תורה שרייבער ביי הרה”ק מסאטמאר זי”ע
אויב מען איז געווען א אונס מעג מען יא דאווענען שחרית נאך חצות אלטס תשלומיןאבימלך האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 24, 2024 12:55 amמ'דארף טאקע א גוף נקי , אבער נאך חצות קען מען נישט דאווענען שחרית, ע''פ הלכה
נישט קיין חילוק וואס די סיבה פון נישט דאווענען פארדעם איז
(ס'איז דא געוויסע שיטות אז ביז מנחה גדולה קען מען דאווענען שחרית, אבער נאכדעם קען מען נישט, און אויב מ'האט נישט געדאווענט, מאיזה גוטע סיבה שהוא, אפי' מ'האט נישט געמעקט דאווענען ע''פ הלכה, קען מען שוין נישט דאווענען שחרית, די הייליגע סאטמאר רבי זי''ע האט יא געדאווענט)
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 12
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 12, 2022 11:04 am
- האט שוין געלייקט: 11 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל
Re: נפלאותיך אשיחה – זכרונות הרה"ח ר' נפתלי לעבאוויטש שליט”א תורה שרייבער ביי הרה”ק מסאטמאר זי”ע
איך מיין אז סאטמאר רב שרייבט נישט אין ערגעץ אז גיין צו די בחירות איז יהרג ואל יעבור, נאר אויף די חברי כנסתאבימלך האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 23, 2024 10:53 am איבער דעם הייליגן סאטמאר רבי'ן איז דא א געוואלד צו שרייבן, אנדערש פון די היינטיגע רבי'ס, איז ער געווען גאר א קלוגע איד, אזוי אויך האט ער נאך געמיינט דעם אייבערשטן, (ווייס איך נישט אויב 100% אדער 50%, אבער מער פון די היינטיגע רבי'ס זיכער)
אסאך מאל האט ער געזאגט זאכן, וואס ער האט געהאלטן אז ס'דארף געזאגט ווערן, אפי' ער אליינס האט נישט געהאלטן ממש דערביי
בעיקר האט מען עס געזעהן ביי זיין מלחמה מיט ציונות והמסתעף, איין דוגמא איז די אויבען דערמאנטע מעשה, ברבים האט ער זיך גערעיגט אויף ר' יונתן, און גלייך נאכדעם ביחודות האט ער געשמייכלט צו אים, און זיין כוונה איז געווען, אז ער האט געוואלט מודיע זיין פאר די עולם, אז ער האלט נישט פון דעם אסיפה אפי' ס'איז ביי זיין ידיד'ס בית מדרש, און ער וועט רעדן קעגען דעם אפי' בפניו,
אבער צווישן זיי אליינס האט ער פארשטייט זיך אנגעהאלטן די ידידות
און אזוי איז אייביג געווען, אין די ספר ויואל משה, און אין על הגאולה , שרייבט די רבי קלאר אז נישט נאר די ציונים וואס זענען פריי זענען רשעים גמורים נאר אפי' מ'איז פרום, אבער מ'האלט אז מ'מעג האבן א מדינה, פאר דעם אליינס איז מען שוין א רשע, - אבער למעשה ווען ס'איז געקומען א מזרח'סט צום רבי'ן, האט די רבי זיי שיין אויפגענומען,
די רבי גייט דאך באמת אסאך ווייטער אין די ספרים, אז אפי' מ'גייט נאר צו די בחירות, איז מען שוין עובר אויף יהרג ואל יעבור, און מ'האט א דין ווי א רשע, אעפ''כ האט די רבי זיך געטראפן מיט די אלע רבי'ס וואס האבן גאר געשיקט זייער עולם, די רבי איז געפארן צום לוי' פון ר' אהרן קאטלער ז''ל און אים מספיד געווען, כאטש ער איז געפארן קיין א''י מחזיק זיין די אידן צו יא גיין צו די בחירות
און ווען די בית ישראל פון גור איז געקומען זיך געזעגענען פון די רבי אויפן שיף האט די רבי אויסגעפירט אונז בלייבן גוטע ידידים, טראץ וואס די בית ישראל האט געשיקט זיין עולם צו די בחירות
די זעלבע ווייטער, די רבי שרייבט אין על הגאולה, אז אפי' איינער האט נאר א מחשבה בלב אז ס'קען זיין אז ס'איז געווען ניסים תשכ''ז, איז אויך נמשך נאך כפירה
און ממש אלע רבי'ס און רבנים פון אמעריקע האבן דאך אזוי געהאלטן (אדער געזאגט אפען, אדער כאטשיג אין הארץ) אעפ''כ האט די רבי זיי מכבד געווען
מ'זעהט ס''ה אז די רבי איז נישט געווען קיין סתירה צו זאגן אדער שרייבן און טוען פארקעט !
Re: נפלאותיך אשיחה – זכרונות הרה"ח ר' נפתלי לעבאוויטש שליט”א תורה שרייבער ביי הרה”ק מסאטמאר זי”ע
דער חזו"א ווען ער איז געווען סנדק אויף ה' אייר האט ער פארלאנגט מ'זאל יא זאגען תחנון שלא יאמרו אז אין ביהמ"ד פון חזו"א האט מען נישט געזאגט תחנון ה' אייר
אזוי שטייט אין פאר הדור
אזוי שטייט אין פאר הדור
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: נפלאותיך אשיחה – זכרונות הרה"ח ר' נפתלי לעבאוויטש שליט”א תורה שרייבער ביי הרה”ק מסאטמאר זי”ע
אברהם ברוך: ייש"כ. נאר דער סאטמאר'ע רב האט געהאט אן אנדער'ן מהלך (עפ"י הלכה) פארוואס ער האט געמעגט דאווענען שפעט שחרית (באופן קבוע). אין וואס איך וויל יעצט נישט אריינגיין.אברהם ברוך האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 24, 2024 3:20 pmאויב מען איז געווען א אונס מעג מען יא דאווענען שחרית נאך חצות אלטס תשלומיןאבימלך האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 24, 2024 12:55 amמ'דארף טאקע א גוף נקי , אבער נאך חצות קען מען נישט דאווענען שחרית, ע''פ הלכה
נישט קיין חילוק וואס די סיבה פון נישט דאווענען פארדעם איז
(ס'איז דא געוויסע שיטות אז ביז מנחה גדולה קען מען דאווענען שחרית, אבער נאכדעם קען מען נישט, און אויב מ'האט נישט געדאווענט, מאיזה גוטע סיבה שהוא, אפי' מ'האט נישט געמעקט דאווענען ע''פ הלכה, קען מען שוין נישט דאווענען שחרית, די הייליגע סאטמאר רבי זי''ע האט יא געדאווענט)
אויך. ער האט עכט געוואלט דאווענען שחרית בזמנו. נאר ער איז געווען אן אונס. ( משום גוף נקי, ועוד.).
אין דעם ספר "א טאג ביים רבי'ן" ברענגט ער אז די רבי האט אינזין געהאט צו דאווענען "פריה" שחרית. א יעדן טאג. ער פארציילט אז די רבי האט אמאל געגעבן זיין תפילין פאר א סופר בודק צו זיין. ער האט געבעטן ביים סופר אז ער זאל ברענגען די תפילין פאר אכט אזייגער. ווייל דאמאלס גייט ער דאווענען שחרית...!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
- האט שוין געלייקט: 605 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל
Re: נפלאותיך אשיחה – זכרונות הרה"ח ר' נפתלי לעבאוויטש שליט”א תורה שרייבער ביי הרה”ק מסאטמאר זי”ע
חיים הלוי האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 24, 2024 2:39 pm עס איז נישט קיין סוד יעדער וואס הערט אמאל פון א איד וואס געדענקט סאטמער רב אין די געזונטע יארן ווייסט דאס, ער איז געווען דירעקט א בעלבתישע רבי הנאה געהאט ווען די עולם איז מצליח אין מסחר, נישט ליב געהאט די פארפרומטע חברה, געווען אלס פרייליך גוטמוטיג, ליב געהאט צו הערן א גלייכווערטל.
דאס נעמט כלל נישט אוועק פון זיין קדושה וטהרה און זיין גדלות זיין כח הנהגה
100%
עס איז באקאנט אז די "פרומע" חברה האבן אמאל נאך אין די געזונטע יארן פון סאטמאר רב אויפגעהאנגען א צעטיל אין סאטמאר בית המדרש אז בפקודת הקודש זאלן די נשים נישט גיין מיט א שייטל,
ווען סאטמאר רב האט געזען די צעטיל האט ער געהייסן אז מען זאל עס אראפנעמען.
וואס איז נאר די ראשי תיבות פון פרו"ם?!