קאווע שטיבל חברים פארברענג
- קליינער
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 34
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 05, 2012 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל
קאווע שטיבל חברים פארברענג
וואו הייב איך אן?
איך האב שוין געשריבן און געמעקט. געטראכט א מינוט, און ווידער אנגעהויבן צו שרייבן, אבער נאכאמאל געמעקט, און צוריק אנגעהויבן צו שרייבן.
דער פארברענג איז געווען א רייכער און ערהאבענער, און איך שפור אז איך בין דער "קליינער" דמן חבריא עס אראפצומאלעווען ווי עס ברויך צו זיין.
וועל איך אנהייבן מיטן כראנאלאגישן סדר, און צוביסלעך האף איך אז עס וועט עפעס אן ארטיקל געבוירן ווערן.
עטליכע יאר צוריק האט מיר א חבר איינגעלאדנט צו א פארברענג פון געציילטע פון זיינע ידידים און איך האב עס אנגענומען, וויסנדיג אז ווען דער חבר מאכט א פארברענג רופט ער פון די סמעטענע פונעם ציבור און דארט וועל איך זיכער טרעפן קלוגע און געשמאקע אידן וואס איך וויל זיי זיכער נישט פארפאסן.
איך האב זיך נישט גענארט און איך האב דארט זייער פיין הנאה געהאט אבער צוליב סיבות האט זיך עס דארט געענדיגט און איך האב די געלעגנהייט נאכאמאל זיך מיט זי צו טרעפן, נישט געהאט ביז א יאר שפעטער, ווען איך האב זיך באקענט מיט א צווייטן פון דעם געהויבענעם גרופע און יענער האט מיר גערופן צו א שמועס ביים וואסער און דאן האב איך צו מיין ערשטוינונג געטראפן דארט אויך דעם חבר וואס האט מיר דאס ערשטע מאל איינגעלאדנט צום פארברענג.
אלנפאלס, די פארגאנגענע וואך האבן די ביידע מיר גערופן איך זאל אנטייל נעמען אין דעם פארברענג וואס ווערט געפירט מזמן לזמן, און איך האב עס פארשטייט זיך שנעל אנגענומען און ארויסגעקוקט אויף די מינוט וואס איך וועל זיך דארט טרעפן.
בעת'ן הזמנה, האב איך געפרעגט דעם חבר (וואס איז אליינס א גאלדענער פעדער דא אין שטיבל) וואס זענען די ניקים פון קאווע שטיבל וואס איך גיי באגעגענען דארט?
איך האב פארשטאנען אז ער האט נישט געוואלט ענטפערן, און מיט דעם האב איך אראפגעלייגן דעם טעלעפאן אז מען וועט שוין דארט זען מי ומי ההולכים.
ווי עס פארשטייט זיך שוין אליינס, איז דער מסיבה בכלל נישט געווען קיין פלאנירטער קאווע שטיבל חברים פארברענג, אבער איך בין שפעטער איבערצייגט געווארן אז א גוטע 70 פראצענט באטייליגטע זענען פון די בעסערע שרייבער ביי אונז אין שטיבל, און דעריבער איז דער קעפל א ריכטיגער און עס דארף דא באשריבן ווערן.
ביי שיין געדעקטע טישן, אנגעפילט מיט לייכטע שפייז און פרוכט, ניסלעך, פאפקארן און פאפיטעס, זיצן חסידישע אידן, ווער מיטן וואלענעם ציצית און ווער מיט די ציצית אינעווייניג און מיט א געשמאק דעבאטירט מען פילע ענינים מיט רעספעקט פארן צווייטן און זיין מיינונג.
די טעמעס זענען פילע. עס שפרודלט פון ידיעות און חכמה וואס יעדעס מינוט איז ווערד עפרות זהב. איך קען זיך נישט זעטיגן פון די ברייטקייט פון וואס אונזערע היימישע אינגעלייט זענען פיל.
מען שמועסט דארט דורך די פרשה פון די וואך, און מען צונעמט אביסל דעם נח מיט זיין תיבה, און מען ווארפט דורך בליציגע רעיונות און עס ווערט קלאר פארנעפלטע נושאים.
שפעטער איז ארויף אויפן טיש די ברענענדיגע קאמפיין טעמע און דא האבן זיך די טענער צוהיצט אויפן גרעסטן ווען עטליכע האבן גענומען א שטעלע אויף רעכטס און די ליבעראלע האבן נישט געוואלט נאכגעבן. אבער ווי הויך און ווי ווילד דער האט זיך געהאלטן ביי זיין מיינונג, האט דער צווייטער נישט געשריבן מיט באלייגנדע ווערטער, נאר האט צוריקגעענטפערט מיט דרך ארץ ווי עס פאסט פאר ערוואקסענע פערזאנען.
דער שמועס איז אזוי געלאפן און אויך דער זייגער איז מיטגעשפרינגען, אבער ווער האט דען געהאט דעם מח צו זען דעם זייגער בעת מען האט א קורת רוח פון יעדע פארבייגייענדע סעקונדע?
איך האב געהאט פארשידענע זאכן וואס איך האב געוואלט אויפברענגען דארט, אבער איך בין געווען א הרוג פון עטליכע טעג ווייניג שלאף, האב איך גיכער אויסגעהערט וואס די באטייליגטע האבן אויסגעשמועסט און אריינגעלייגט מיינע פאר צענט דא און דארט.
למשל האב איך געוואלט אויסשמועסן דער נושא וואס האט זיך שוין דא געמאכט אין שטיבל כמה פעמים איבער די נאסע שמוציגע ליילעך וואס מאנכע ווילן ארויפווארפן אויף דעם שיינעם מקום און רופן עס מיט ביליגע שפאט נעמען, און ווילן פארקויפן אז דא איז א מקום כפירה חלילה, וואס יעדער ווייסט אז עס איז א בלויזער ליגן געשאפן פון מענטשן מיט אינטערעסע אבער פארט אז עס האט זיך געמאכט אזא שמועס, האב איך געוואלט הערן וואס זיי זאגן.
עס האט נישט אויסגעפעלט איך זאל עס אויפברענגען ווארום איין שמועס האט זיך געצויגן איבער דעם ענין פון שמות, און ווי אזוי מען נעמט קעיר דערפון היינט צוטאג. און עס האט זיך קלאר אנגעזען דעם אויפברויז פון די באטייליגטע און עטליכע פון זיי, זענען אליינס נאכגעגאנגען און נאכגעפאלגט ווי אזוי מען באנעמט זיך דערמיט. און ווי איינער דארט האט געשיקט א שארפע בריוו צו איינע פון די אויסגאבעס פארן נישט אכטונג געבן אויף שמות הקדושים אין זייער אויסגאבע.
דער פארברענג איז עפעס וואס מען קען באשרייבן און נישט ענדיגן, אבער דאס מאל קלאפט מיין זייגער און שרייט זייער הויך אז איך האב נאך פארשידנס צו ערלעדיגן היינט, און איך וועל זיך מוזן אפשטעלן דא, און איך לאדן די אלע וואס האבן דארט אנטייל גענומען אז זיי זאלן ממשיך זיין.

מיין שרייבן-צייט איז זייער באשרענקט, דעריבער, טו איך נישט איבערליינען, איבערשרייבן, מעקן אדער קארעגירן מיינע ווערק.
סליחה.
סליחה.
- נס קאווע
- היימישער באניצער
- הודעות: 411
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 5:56 pm
- האט שוין געלייקט: 42 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:איז דאס א רעאליטעט אדער נאר א משל?
פון וואו נעמסטו דאס: "אבער איך בין שפעטער איבערצייגט געווארן אז א גוטע 70 פראצענט באטייליגטע זענען פון די בעסערע שרייבער ביי אונז אין שטיבל"?
גילוי?
אויב איז פאראן עפעס א שמץ של אמת, וואו קען איך גיין, און ווען?...
מ' האט נישט געלאדנט 70% קאווע שטיבל נאר 70% פון דארט זענען אויך אויף קאווע שטיבל
- DotCom
- ידיד ותיק
- הודעות: 631
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
- געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
- האט שוין געלייקט: 299 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 573 מאל
אז שמעקעדיג און זר זהב זענען נישט דארט געווען פעלט דאך שוין 85 פראצענט פון די 'בעסערע שרייבער', ווי קומט מען אן צו זיבעציג פראצענט?
איך האב שוין אסאך מאל געטראכט צו מאכן א פארברענג פון קאווע שטיבל מעמבער'ס דורך 'גוגל הענגאויס - Google+ hangout', די הויפט מעלה פון פארברענגען אנליין איז כמובן אנאנימיטי, נו ווער איז אין פאר א הענגאויס? מען פארשטאפט דעם קעמרע מיט א טישו (דער מויל מיט א שמאטע אויב האט מען שטארק מורא), און יאללא מען פארברענגט!
נישט פארגעסן די פאפיטעס!

לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
- קליינער
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 34
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 05, 2012 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:איז דאס א רעאליטעט אדער נאר א משל?
פון וואו נעמסטו דאס: "אבער איך בין שפעטער איבערצייגט געווארן אז א גוטע 70 פראצענט באטייליגטע זענען פון די בעסערע שרייבער ביי אונז אין שטיבל"?
גילוי?
אויב איז פאראן עפעס א שמץ של אמת, וואו קען איך גיין, און ווען?...
נאכאמאל. קאווע שטיבל איז בלויז דערמאנט געווארן בשייכות צו נושאים וואס זענען אויפגעברענגט געווארן. קיינמאל איז א ניק נישט דערמאנט געווארן און דאס איז טאקע די סיבה פארוואס איך האב עס נישט געוואלט באשרייבן מיט מיין געווענליכער ניק...
וועלן די באטייליגטע זיך אנרופן און ווייטער ממשיך זיין מיטן באשרייבן, וועל איך זיך צוריקקערן מיט מיין אריגינעלער ניק

איי, פון וואו נעם איך מיט אזא זיכערקייט אז ס'רוב באטייליגטע זענען שרייבער דא? עס איז מער מיין אינטואיציע ווי עפעס אנדערש, און ביי די זאכן, האב איך זיך נישט גענארט אין דער פארגאנגענהייט.
מיין שרייבן-צייט איז זייער באשרענקט, דעריבער, טו איך נישט איבערליינען, איבערשרייבן, מעקן אדער קארעגירן מיינע ווערק.
סליחה.
סליחה.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שמעקעדיג האט געשריבן:איז דאס א רעאליטעט אדער נאר א משל?
פון וואו נעמסטו דאס: "אבער איך בין שפעטער איבערצייגט געווארן אז א גוטע 70 פראצענט באטייליגטע זענען פון די בעסערע שרייבער ביי אונז אין שטיבל"?
גילוי?
אויב איז פאראן עפעס א שמץ של אמת, וואו קען איך גיין, און ווען?...
ס'איז מסתמא געווען א חלום. אבער א זיסער חלום.
- DotCom
- ידיד ותיק
- הודעות: 631
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
- געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
- האט שוין געלייקט: 299 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 573 מאל
מעגליך אז דארט זענען נאר געווען 2 מענטשן, איינער מיט זיבעציג ניק'ס און דער אנדערער מיט נאך אפאר... עס דערמאנט מיר ווי די צוויי מענטשן וואס האבן געמאכט א מנין פון א פשוט'ן חשבון, דו מיט מיך און איך מיט דיר, איך מיט דיר און דו מיט מיר און ביידע צוזאמען זעמיר צען...
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 167
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 12:55 pm
- האט שוין געלייקט: 57 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2901
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
- האט שוין געלייקט: 913 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל
קליגער איד האט געשריבן:איך וויל באגריסן אלע מיינע חברים פאר איך גיי אהיים פון ארבעט א גוטן טאג מיט ברכה והצלחה
זייער שיין פון דיך אבער עס איז דא אשכול פאר אזלכע זאכען למשל דא
- נס קאווע
- היימישער באניצער
- הודעות: 411
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 5:56 pm
- האט שוין געלייקט: 42 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל
DotCom האט געשריבן:מעגליך אז דארט זענען נאר געווען 2 מענטשן, איינער מיט זיבעציג ניק'ס און דער אנדערער מיט נאך אפאר... עס דערמאנט מיר ווי די צוויי מענטשן וואס האבן געמאכט א מנין פון א פשוט'ן חשבון, דו מיט מיך און איך מיט דיר, איך מיט דיר און דו מיט מיר און ביידע צוזאמען זעמיר צען...
ס' געווען דריי כאטשיג, ער זיין חבר וואס האט איהם יא גערופן און זיין חבר וואס האט איהם נישט גערופן
- פשוט-קאמפליצירט
- ידיד ותיק
- הודעות: 873
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
- האט שוין געלייקט: 866 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 831
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
- האט שוין געלייקט: 239 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
DotCom האט געשריבן:אז שמעקעדיג און זר זהב זענען נישט דארט געווען פעלט דאך שוין 85 פראצענט פון די 'בעסערע שרייבער', ווי קומט מען אן צו זיבעציג פראצענט?![]()
איך האב שוין אסאך מאל געטראכט צו מאכן א פארברענג פון קאווע שטיבל מעמבער'ס דורך 'גוגל הענגאויס - Google+ hangout', די הויפט מעלה פון פארברענגען אנליין איז כמובן אנאנימיטי, נו ווער איז אין פאר א הענגאויס? מען פארשטאפט דעם קעמרע מיט א טישו (דער מויל מיט א שמאטע אויב האט מען שטארק מורא), און יאללא מען פארברענגט!
נישט פארגעסן די פאפיטעס!
פארהאן דריי סארט שרייבערס
1) איינע איז א גוטע שרייב פשוטו כמשמעו, זיינע געשרייבעכטס ליינט זיך
2) איינע שרייבט אסאך, ער האלט קאווע שטיבל פארנומען, אז ווען אימעט מ'גייט ארויף זעהט מען נייע תגובות
3) איינע איז נישט דער בעסטע שרייבער, ער שרייבט אויך נישט אסאך, אבער זיינע ידיעות אין בקיאות איז רייך.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)