עפעס קומט פאר אין די לופטן - דער עולם איז צעלאזט!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
חקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל

עפעס קומט פאר אין די לופטן - דער עולם איז צעלאזט!

שליחה דורך חקרן »

וואס קומט פאר אין די גאס?

די וועלט זאגט, אז א גרויסע טייל פון טיילונגען אין חסידי'שע מקומות במשך די אידישע היסטאריע, איז פארגעקומען דווקא אום שמחת-תורה, און מיט רעכט! - מען האלט נאך זיבן טעג יום-טוב, דער עולם איז שוין האלב שיכור און נישט ביי זיך, מען הויבט זיך שוין אן צו שלאגן, און דער מצב-רוח אין ביהמ"ד גייט ארויס פון די גלייזן. איר וועט באמערקן אז אין פילע בתי-מדרשים קומען פאר פריוואטע געפעכטן, שטילערהייט אדער אפענערהייט, דווקא אום שמחת-תורה, איך געדענק נאך אלס יונגל, אז עס איז געווען א געוויסער יונגערמאן וואס מען האט אפן געשמועסט אויף אים, אז אום שמחת-תורה שטייט מען נישט נעבן אים... יעדער האט דאס געוואוסט און פארשטאנען. איך רעד שוין נישט פון דעם, אויב עס געפעלט דריי טעג יום-טוב, מיט א שבת אינדערמיטן, זאל דער בורא-כל-עולמים שומר ומציל זיין.

ווי געשמועסט איז באקאנט, אז עטליכע אפיציעלע טיילונגען אין קהילות הקודש זענען פארגעקומען אין די תקופה.

עס מאכן זיך פיל מאל תקופות, וואס מיר זעהען אז עס איז אנגעצויגן אין די גאסן, עס שיסט פולווער. איבעראל וועט זיין א תירוץ פארוואס פונקט יעצט און פארוואס פונקט דארט, אבער דער צד-השווה איז, אז דער עולם איז עפעס צולאזט, קריגעריש און נישט רואיג.

מיר האלטן יעצט אין א תקופה, עס איז נישט זיכער פארוואס אבער אזוי איז די מציאות. זאכן פאסירן און גייען ארויס פון די הענט, זאכן שאקלען זיך און זענען נישט מסודר ווי געווענליך. מיר דארפן דן זיין וואס עס פאסירט אצינד און וואס טוט זיך אפ אין די לופטן, אז דער עולם איז אזוי צולאזט... גלייכצייטיג דארפן מיר א טראכט געבן, וואס קענען מיר טון אז זאכן זאלן יא זיין מסודר, און עס זאל זיך פירן אויף די ריכטיגע רעלסן, עכ"פ עד יעבור זעם.

וואס עס טוט זיך אפ אין אנטווערפן, ווייסט יעדער איינער; בכלל, וואס עס גייט פאר אין יענע קהילה, אין וויליאמסבורג און אין אנדערע מקומות, איז נישט קיין סוד. עס פליען דארט פעטש און דער מנהיג דארט האט געכאפט זיין ווסת און טעראריזירט א גאנצע קהילה, פון וואס די גאנצע וועלט ליידט. אין בארא-פארק האט א איד ליידער דערשטאכן צום טויט זיינע עלטערן רח"ל. אט דרייט זיך ארום א ווידאו פון ביהמ"ד הגדול בעלזא ירושלים, ווי אן עלטערע איד מיט א ווייסע בארד דערלאנגט מנה אחת אפיים פאר א יונגערן יונגערמאן אדער בחור. אין גור זאגט מען אויך אז ס'איז נישט רואיג און עטליכע מעשיות זענען לעצטנס פארגעקומען דארט, בפרט נאך וואס ר' שאול פארט קיין לאנדאן און דער מצב דארט איז אנגעצויגן. דאס אלעס איז בלויז וואס עס איז געגאנגען פאבליק און עס איז באקאנט. וואס עס טוט זיך אפ פריוואט, ווייסן מיר דאך נישט פונקטליך.

יא, מאנכע וועלן זאגן אז עס איז א צופאל און יעדע מעשה פארמאגט א באזונדערע תירוץ וואס עס איז דא געשען. אבער עס איז פאראן צופיל מעשיות צוזאמען, והדברים אומרים דרשינו... וואס פאסירט יעצט אין די לופטן, אז דער מצב איז אזוי הייס און אנגעצויגן?

לאלוקים פתרונים.
אבימלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 142
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 21, 2024 10:24 pm
האט שוין געלייקט: 198 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 96 מאל

Re: עפעס קומט פאר אין די לופטן - דער עולם איז צעלאזט!

שליחה דורך אבימלך »

אויסגעלאזט די גאנצע מערכה פון די פעטוועיס

(און וואס טוט זיך אין ראחמיסטריווקא)
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

Re: עפעס קומט פאר אין די לופטן - דער עולם איז צעלאזט!

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

אבימלך האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 11:52 pm אויסגעלאזט די גאנצע מערכה פון די פעטוועיס

(און וואס טוט זיך אין ראחמיסטריווקא)
ווי אויך זעה איך נישט באריכטעט קיין ווארט איבער העלי מיט טראמפ...

איך מיין, איז דאס א מקרה אז פונקט שלאגט אן עלטערער מאן א יונגערמאן, און דא א אלטער גוי שלאגט (אה-קעי נישט פיזיש) א יונגערע גויטע?
חקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל

Re: עפעס קומט פאר אין די לופטן - דער עולם איז צעלאזט!

שליחה דורך חקרן »

שרייבט מיר יעצט איינער אין אישי, אז אין לב טהור איז אויך לעצטנס פארגעקומען א טיילונג. ווער ס'ווייסט מער קען מיטטיילן.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

Re: עפעס קומט פאר אין די לופטן - דער עולם איז צעלאזט!

שליחה דורך שמעון וואלף »

איך הער גראדע אז אין בעלעד איז יא שטיל.
גאו פיגער.
והשב ישראל לנויהם
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 11:59 am
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

Re: עפעס קומט פאר אין די לופטן - דער עולם איז צעלאזט!

שליחה דורך והשב ישראל לנויהם »

בכלליות קען מען זאגען אז די צרות ישראל המתרבות והולכות איז שוין נישט אויס צו האלטען, די עולם גייט אראפ פון זינען, עס איז יארען פון אומהויעבארע פיין ביז סאיז צוגעקומען צו אזא מעשה...

די אונטערדרוקעניש פון די צווי טויזענט יארען גלות ליגט אויף אונז ווי א לאסט קשה, וואס אירע בעלי בתים האבען שוין נישט קיין כוחות איר צו טראגען...
אוודאי איז דער מענטש ליידער א מענטעל ריטארד.. אבער ער איז געבוירען צו א נערמאלע טאטע מאמע...
די מענטעל פעין איז אויף א מאסשטערבליכע פארנעם ליידער און די קאמינוטי..

לו ישכילו הרבנים ולו יבינו וואלטען זיי געכאפט די אווערניס ווי די מענטעל קרייסעס האלט, און געמאכט אסיפות ווי ארויס צוהעלפען און זעהן וואס מקען דא אויפטוהן און לינדערען די געפערליכע קריזיס וואס קאסט ליידער אזעלכע ביטערע פרייזן...

ער פונקט געכאפט דעיע שוואכע משוגענער מוניט, אבער די צובראכענע הערצער וואס ליידען זענען דא הונדערטע, און נאכאמאל מיר קומען נישט דא מצדיק זיין וואס ער האט געטוהן חלילה, נאר ארויסברענגען די מאטיווען זיינע וואס זענען געקומען פון כישלון בכח הסבל ליידער.

עס איז נישט קיין צייט פאר אסיפות בנושא חומר עוון רציחה, ווארום דאס איז א זאך וואס יעדער חדר יונגעל כאפט אליינס חומר הענין ווי א מענטש קען זיך דערקייקעלען נאר ווידער א צייט פון כאפען אז די מצב הנפשי ביים ציבור איז בכלל נישט פשוט...
הערשער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 74
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 16, 2023 8:43 pm
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

Re: עפעס קומט פאר אין די לופטן - דער עולם איז צעלאזט!

שליחה דורך הערשער »

שמעון וואלף האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 12:37 am איך הער גראדע אז אין בעלעד איז יא שטיל.
גאו פיגער.
:lol: :lol: :lol: :lol:
בינה ודעת
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 19
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 11:56 pm
האט שוין געלייקט: 84 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל

Re: עפעס קומט פאר אין די לופטן - דער עולם איז צעלאזט!

שליחה דורך בינה ודעת »

והשב ישראל לנויהם האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 10:27 am בכלליות קען מען זאגען אז די צרות ישראל המתרבות והולכות איז שוין נישט אויס צו האלטען, די עולם גייט אראפ פון זינען, עס איז יארען פון אומהויעבארע פיין ביז סאיז צוגעקומען צו אזא מעשה...

די אונטערדרוקעניש פון די צווי טויזענט יארען גלות ליגט אויף אונז ווי א לאסט קשה, וואס אירע בעלי בתים האבען שוין נישט קיין כוחות איר צו טראגען...
אוודאי איז דער מענטש ליידער א מענטעל ריטארד.. אבער ער איז געבוירען צו א נערמאלע טאטע מאמע...
די מענטעל פעין איז אויף א מאסשטערבליכע פארנעם ליידער און די קאמינוטי..

לו ישכילו הרבנים ולו יבינו וואלטען זיי געכאפט די אווערניס ווי די מענטעל קרייסעס האלט, און געמאכט אסיפות ווי ארויס צוהעלפען און זעהן וואס מקען דא אויפטוהן און לינדערען די געפערליכע קריזיס וואס קאסט ליידער אזעלכע ביטערע פרייזן...

ער פונקט געכאפט דעיע שוואכע משוגענער מוניט, אבער די צובראכענע הערצער וואס ליידען זענען דא הונדערטע, און נאכאמאל מיר קומען נישט דא מצדיק זיין וואס ער האט געטוהן חלילה, נאר ארויסברענגען די מאטיווען זיינע וואס זענען געקומען פון כישלון בכח הסבל ליידער.

עס איז נישט קיין צייט פאר אסיפות בנושא חומר עוון רציחה, ווארום דאס איז א זאך וואס יעדער חדר יונגעל כאפט אליינס חומר הענין ווי א מענטש קען זיך דערקייקעלען נאר ווידער א צייט פון כאפען אז די מצב הנפשי ביים ציבור איז בכלל נישט פשוט...
סְלַח נָא אֵל, לְגוּף יִשְׂרָאֵל, אֲשֶׁר נַפְשׁוֹ נִשְׂרֶפֶת
וְשׂוֹרְפָהּ לֹא הִשְׁאִיר מִמֶּנָּה, אַךְ אֶת דַעְתָּה הַנִּטְרֶפֶת
וּבְכֵן כַּפֵּר, וְשׁוּב אַל תַּפֵּל, עַל עַמְךָ יִשְׂרָאֵל רְעָדָה
(קינה לר' מיכאל בער)
די קעפעלע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 344
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 264 מאל

Re: עפעס קומט פאר אין די לופטן - דער עולם איז צעלאזט!

שליחה דורך די קעפעלע »

יא יא רבותי! ווי אזוי האט די רבי זי"ע געזאגט? מען ברויך תשובה טוהן.....

די גמרא ברענגט שוין

ר' יעקב אומר עיזא דאזלא בריש עדרא כדדרש ההוא גלילאה עליה דרב חסדא כד רגיז רעיא על ענא עביד לנגדא סמותא: (בבא קמא · נב א)

רש"י
עיזא דאזלא בריש עדרא - יש לבעל העדר עז חריף ודרך העזים להלך בראש והעדר הולך אחריהם:

עביד לנגדא סמותא - לעז המושכת מנקר עיניה ונכשלת ונופלת בבורות והעדר אחריה, כך כשהמקום נפרע משונאי ישראל ממנה להן פרנסים שאינן מהוגנין:

והחזו”א כבר אמר בשעתו שזה לא הולך על (בן גוריון וכיו”ב) אלא על המנהיגים שלנו.
ראצפערט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 02, 2024 10:56 am
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

Re: עפעס קומט פאר אין די לופטן - דער עולם איז צעלאזט!

שליחה דורך ראצפערט »

צרת (קהלת) רבים חצי נחמה
בא גד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל

Re: עפעס קומט פאר אין די לופטן - דער עולם איז צעלאזט!

שליחה דורך בא גד »

ווען א בעט אדער טיש האט איין צובראכענעם פיסל און די אנדערע פיסל איז סתם קורץ
וועט זיך די טיש ווארפן און שאקלן
די טיש וועט זיין א מקום מוכן לפורעניות א טיש מיט אזוינע פיס ברענגט צו צו אומבאטעמטע זאכן

די זעלבע מיט אונזער סיסטעם
אונזערע מנהיגים זענען ווי די פיסלעך וועלכע זענען הינקעדיג
זיי זענען פארנומען נאכלויפן געלט און כבוד
אנשטאט פירן כלל ישראל אויפן גראדן וועג

און דערפאר געשעט וואס געשעט
מיר זענען כצאן עם הרבה רועים אבער די פאסטוכער זענען גוט משוגע און שיכור און די המשך איז די פועל יוצא וואס מען זעט רעכטס און לינקס

און רבותי סוועט בלויז ערגער ווערן אויב וועלן די פאסטוכער זיך נישט שנעל אויסניכטערען פון זייער רייץ פאר כבוד און געלט
ווי מער משוגע זיי וועלן ווערן ווי מער משוגע די נייעס וועט זיין
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

Re: עפעס קומט פאר אין די לופטן - דער עולם איז צעלאזט!

שליחה דורך כלבאשבוע »

כבין נייגעריג אויב דאס האט אויך צוטון מיט וואס ספאסירט יעצט אין די לופטן

Levittown man charged with beheading father. He posted grisly YouTube video after
https://news.yahoo.com/middletown-man-p ... 09102.html
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

Re: עפעס קומט פאר אין די לופטן - דער עולם איז צעלאזט!

שליחה דורך כרם זית »

צעדרייט!

זעט אויס ער איז א גרויסע שוואנץ און דערליידט נישט קיין קעפ...
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
פארשפארט