די וועלט זאגט, אז א גרויסע טייל פון טיילונגען אין חסידי'שע מקומות במשך די אידישע היסטאריע, איז פארגעקומען דווקא אום שמחת-תורה, און מיט רעכט! - מען האלט נאך זיבן טעג יום-טוב, דער עולם איז שוין האלב שיכור און נישט ביי זיך, מען הויבט זיך שוין אן צו שלאגן, און דער מצב-רוח אין ביהמ"ד גייט ארויס פון די גלייזן. איר וועט באמערקן אז אין פילע בתי-מדרשים קומען פאר פריוואטע געפעכטן, שטילערהייט אדער אפענערהייט, דווקא אום שמחת-תורה, איך געדענק נאך אלס יונגל, אז עס איז געווען א געוויסער יונגערמאן וואס מען האט אפן געשמועסט אויף אים, אז אום שמחת-תורה שטייט מען נישט נעבן אים... יעדער האט דאס געוואוסט און פארשטאנען. איך רעד שוין נישט פון דעם, אויב עס געפעלט דריי טעג יום-טוב, מיט א שבת אינדערמיטן, זאל דער בורא-כל-עולמים שומר ומציל זיין.
ווי געשמועסט איז באקאנט, אז עטליכע אפיציעלע טיילונגען אין קהילות הקודש זענען פארגעקומען אין די תקופה.
עס מאכן זיך פיל מאל תקופות, וואס מיר זעהען אז עס איז אנגעצויגן אין די גאסן, עס שיסט פולווער. איבעראל וועט זיין א תירוץ פארוואס פונקט יעצט און פארוואס פונקט דארט, אבער דער צד-השווה איז, אז דער עולם איז עפעס צולאזט, קריגעריש און נישט רואיג.
מיר האלטן יעצט אין א תקופה, עס איז נישט זיכער פארוואס אבער אזוי איז די מציאות. זאכן פאסירן און גייען ארויס פון די הענט, זאכן שאקלען זיך און זענען נישט מסודר ווי געווענליך. מיר דארפן דן זיין וואס עס פאסירט אצינד און וואס טוט זיך אפ אין די לופטן, אז דער עולם איז אזוי צולאזט... גלייכצייטיג דארפן מיר א טראכט געבן, וואס קענען מיר טון אז זאכן זאלן יא זיין מסודר, און עס זאל זיך פירן אויף די ריכטיגע רעלסן, עכ"פ עד יעבור זעם.
וואס עס טוט זיך אפ אין אנטווערפן, ווייסט יעדער איינער; בכלל, וואס עס גייט פאר אין יענע קהילה, אין וויליאמסבורג און אין אנדערע מקומות, איז נישט קיין סוד. עס פליען דארט פעטש און דער מנהיג דארט האט געכאפט זיין ווסת און טעראריזירט א גאנצע קהילה, פון וואס די גאנצע וועלט ליידט. אין בארא-פארק האט א איד ליידער דערשטאכן צום טויט זיינע עלטערן רח"ל. אט דרייט זיך ארום א ווידאו פון ביהמ"ד הגדול בעלזא ירושלים, ווי אן עלטערע איד מיט א ווייסע בארד דערלאנגט מנה אחת אפיים פאר א יונגערן יונגערמאן אדער בחור. אין גור זאגט מען אויך אז ס'איז נישט רואיג און עטליכע מעשיות זענען לעצטנס פארגעקומען דארט, בפרט נאך וואס ר' שאול פארט קיין לאנדאן און דער מצב דארט איז אנגעצויגן. דאס אלעס איז בלויז וואס עס איז געגאנגען פאבליק און עס איז באקאנט. וואס עס טוט זיך אפ פריוואט, ווייסן מיר דאך נישט פונקטליך.
יא, מאנכע וועלן זאגן אז עס איז א צופאל און יעדע מעשה פארמאגט א באזונדערע תירוץ וואס עס איז דא געשען. אבער עס איז פאראן צופיל מעשיות צוזאמען, והדברים אומרים דרשינו... וואס פאסירט יעצט אין די לופטן, אז דער מצב איז אזוי הייס און אנגעצויגן?
לאלוקים פתרונים.