דרך הבעל שם טוב און היינטיגע רביסטעווע - מיין אנאליז און מיינונג

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ישי שטיינמעץ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 30, 2014 3:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל

דרך הבעל שם טוב און היינטיגע רביסטעווע - מיין אנאליז און מיינונג

שליחה דורך ישי שטיינמעץ »

צומאל זעהענדיג די נישט ריכטיגע ווירטשאפט (איידל גערעדט) וואס שפילט זיך אפ ביי נישט ווייניג פון היינטיגע אזוי-גערופענע "חסידות'ן", שטעלט זיך א שווערע פראגע. הזאת נעמי?? פאר דעם האט זיך דער בעל שם טוב מוסר נפש געווען?

וואס גייט דא פאר? ווי אזוי איז רביסטווע אנגעקומען צו אזא שפל המצב? ווי קען מען צו זעהן ווי איין מענטש, א אזוי-גערופענע רבי, זאל פירן אזויפיל אידן אויף קרומע וועגן?

טראכטנדיג אזוי איבער דעם נושא, בין איך געקומען צו א שטיקל הסבר, א שטיקל אנאליז איבער די נושא.

ויהי בימי הבעל שם טוב. ס'געווען יענע צייטן, די יארן נאך ת"ח ות"ט, כלל ישראל האט זיך זייער שטארק אנגעליטן פון כל מיני גזירות און צרות, כלל ישראל איז געווען ממש אין א מצב פון חלשות.
האט מען פון הימל געזעהן אז מען מוז אראפשיקן אויף די וועלט אן אור, א לעכטיגקייט וואס זאל אריינבלאזן א חיות און א לעכטיגקייט אין די נשמות פון אידן, אביסל זאלבן די צובראכענע הערצער.

למעשה ווי עס קוקט אויס איז די וועלט בעצם נישט געווען ראוי פאר אזא אור, ווייל די מדות זענען נאך נישט געווען גענוג ריין, און ווען אזא אור פאלט אריין אין א פלאץ פון גאווה, קנאה, שנאה און אנדערע מדות רעות, ווערט דאך די אור גענוצט אויף שלעכטס און מאכט פראבלעמען. נאר לצורך השעה האט מען געדארפט אראפשיקן די הייליגע נשמות פונעם בעל שם טוב ותלמידיו כדי צו אויפמינטערן די פאר'חלש'טע אידישע קינדערלעך.

יעצט ווען ס'קומט אראפ אן אור וואס איז העכער ווי די מדרגה פונעם דור, איז עס נאר פאר א שטיק צייט, ס'קען נישט האבן קיין קיום לדורות (כאטש א רשימה בלייבט יא לדורות, וואס ווער ס'וויל קען זיך מדבק זיין צו דעם אור).

און אזוי איז טאקע געווען. ס'געווען דער הייליגער בעל שם טוב, נאכדעם איז געווען די ערשטע דור פון זיינע תלמידים, בראש פונעם גרויסן מגיד פון מעזריטש. נאכדעם איז געווען די צווייטע דור וואס דאס איז געווען בעיקר די תלמידי המגיד, למשל דער רבי ר' אלימלך, ר' אהרן הגדול פון קרלין, דער בעל התניא, רבי מענדעלי וויטעבסקער, און אזוי ווייטער אנדערע תלמידי המגיד.

נאכדעם איז געווען די דריטע דור וואס דאס איז געווען די תלמידים פון די תלמידי המגיד. למשל די תלמידים פון רבין ר' אלימלך, אזוי ווי די רבי פון לובלין, רבי ר' מענדלע רימנובער, דער קאזשניץ'ער מגיד, און אזוי ווייטער.

יעצט יעדע דור איז געווען אביסעלע ווייניגער פון די פריערדיגע דור. למשל די ערשטע דור תלמידי בעל שם טוב זענען נישט געווען אזוי גרויס ווי דער בעל שם טוב אליינס, און אזוי אויך די צווייטע דור זענען נישט געווען אזוי גרויס ווי דער ערשטע דור תלמידים. און די דריטער דור, אפילו זיי זענען געווען גרויסע צדיקים, אבער ס'נישט געווען דאס וואס די צווייטע דור איז געווען.

איך האב גערעכענט דריי דורות. ווייל לויט ווי עס קוקט מיר אויס זענען די עיקר תלמידי בעל שם טוב געווען די ערשטע דריי דורות. נאכדעם איז עס שוין נישט געווען די זעלבע.

יעצט אז מען וועט קוקן וועט מען זעהן אז די דרך פון דעם בעל שם טוב ותלמידיו איז געווען צו גיין זוכן תלמידים וואס זענען ראוי פאר דעם און זיי דערלייכטן מיט'ן דרך פונעם בעל שם טוב, און זיי האבן נאכדעם ווייטער פארשפרייט די אור פונעם בעל שם טוב. ס'כמעט נישט געווען אזא זאך אז "קינדער זאלן איבערנעמען", נישט ביים בעל שם טוב, נישט ביים גרויסן מגיד, און כמעט נישט ביי די תלמידי המגיד.

די רבי'סטעווע (וואס האט דעמאלס געהאט גאר א אנדערע באדייט ווי היינט) איז געגאנגען פאר דעם וואס איז געווען ראוי דערצו.

יעצט דער בעל שם טוב אליינס האט שוין געוויינט אויף דעם אז שפעטער וועט זיין רבי'ס רשעים וואס וועלן מעכב זיין די גאולה. דער בעל שם האט שוין געזעהן אז ס'וועט ארויסקומען גרויסע צרות פון רבי'סטווע שפעטער ווען די ענין פון רביס'טווע וועט קאליע ווערן.

עכ"פ נאך די דריטע דור (בערך, אפשר איז שוין געווען געוויסע פראבלעמען פריער) האט זיך אנגעהויבען פראבלעמען פון פאלשע רבי'ס. דאס הייסט ס'געווען מענטשן וואס האבען געשפילט רבי און ארומגעפארן אין שטעט און דערפער, געטיילט ברכות און געמאכט געלט.... און דאס האט שוין אנגעהויבן מאכן פראבלעמען, ווייל ס'האט געברענגט א נישט גוטע רושם אויף די אמת'דיגע רבי'ס אויך. מענטשן האבען דאך נישט געוויסט וועם מען קען טראסטן, ס'דאך נישט געווען קיין טעלעפאנען, ס'געווען שווער צו געוואר ווערן גענוג שנעל ווער איז ווער.

רבי'סטווע איז אנגעגאנגען, און ס'געווען אויך רבי'ס ערליכע אידן. אבער בדרך כלל איז עס שוין נישט געווען דאס ווי די ערשטע 3 דורות פון תלמידי בעל שם טוב.

נאכדעם האט זיך אנגעהויבען נאך א ביטערע פראבלעם, און דאס איז אז קינדער נעמען איבער. אנדערע האבן נאך ערגער געמאכט, אז "אלע קינדער" ווערען "רבי'ס"....
און דאס איז שוין א זייער ביטערע פראבלעם.

פארוואס?
ווייל ס'דאך א דבר פשוט אז דער פאקט אז איינער איז א זוהן פון א רבי מיינט נאך נישט אז ער איז ראוי צו זיין א מנהיג בישראל (פארקערט, צומאל איז דאס א סיבה אז ער איז נישט ראוי! ווייל אסאך פון זיי זענען אפגעטיילט פונעם המון עם און פארשטייען נישט דעם המון עם).

קודם כל ברויך מען זיין א ירא שמים און אן ערליכער איד, און א חוץ פון דעם, נישט יעדער ערליכער איד איז ראוי צו זיין א מנהיג. ס'ווענדט זיך אין זיין מציאות צו ער האט אין זיך די טבע צו זיין א גוטער און געטרייער מנהיג. טאמער נישט, דאן אפילו אז ער איז א ערליכער איד קען ער מאכען גרויסע חורבנות!

און אזוי, מיינע טייערע ברודער, האט זיך אנגעהויבען די צייטען פון פראבלעמאטישע "רבי'ס". קינדער האבען זיך אנגעהויבן שלאגן איינער מיט'ן צווייטן. דער האט געשריגען "אני אמלוך" און דער צווייטער האט געשריגען "אני אמלוך", און פונעם באשעפער און זיין תורה האבען זיי פארגעסן!!!

און אזוי האט זיך די דורות געטוישט. ס'געווארן מער פארפוילטע רבי'ס און ווייניגער אמת'דיגע רבי'ס.

בדרך כלל האבן די דאזיגע "רבי'ס" (ס'אויך געווען ערליכע נארמאלע רבי'ס אבער די רוב איז געווען פראבלעמאטיש) געוואלט מען זאל גלייבן אין זיי און זיי פארגעטערן, און דאס איז געווען נאך א ערנסטע פראבלעם. א רבי ברויך נישט זיין קיין "אפגאט". און דאס האט אויך געברענגט אסאך פראבלעמען, אנשטאט מענטשן זאלן גלייבן אין גאט זענען זיי געווען ביזי מיט רבי רבי רבי רבי..... משוגע אויפ'ן קאפ, עבודה זרה!!!

ס'דא צו דעם נאך ענינים. אבער ס'דאך נישט גוט אזויפיל אויף איין מאל.

עכ"פ נאכדעם איז געווען די 2'טע וועלט מלחמה וואס האט ליידער אפגעווישט רוב פון די אייראפעאישע אידענטום. הי"ד.

נאך די מלחמה איז די פראבלעם פון רבי'סטווע געווארען נאך ערגער. ס'הייסט אזוי, די ערשטע דור נאך די מלחמה זענען געווען בעסער. ס'געווען גרויסע מנהיגים, אויף א געוויסע זין גרעסער ווי די דורות פארדעם. אבער נאכדעם איז געווארן גרויסע פראבלעמען, ווייל ס'האט זיך אנגעהויבן א ווירטשאפט אז די "רבי" איז דער אויסשליסליכער בעל הבית אויף די גאנצע חסידות, מוסדות, און אלע קהלה אנשטאלטן, וואס אזוי ווייט איז כמעט נישט געווען פאר'ן קריג.

און מען לייגט דאס צוזאמען מיט דעם אז קינדער ווערן אויטאמאטיש רבי'ס אפילו ווען זיי זענען מלא מדות רעות און בכלל נישט געאייגענט צו זיין א מנהיג. דאס איז ממש א זייער ביטערע צוזאמענשטעל. און דאס האט געברענגט זייער אסאך פראבלעמען. ס'פשוט נישט נארמאל צו שטעלן מנהיגים אויף אזא סארט וועג!!! ס'איז ממש משוגע!!!

ס'איז איבעריג צו זאגן אז דאס האט גארנישט מיט'ן בעל שם טוב, און נישט מיט'ן דרך הבעל שם. ס'איז סתם א נישט נארמאלע סיסטעם! נישט תורה'דיג, נישט שכל'דיג, און אפילו נישט מענטשליך!!!

דער גאנצער ענין ברויך א תיקון גדול.

יהי רצון מלפני ה' מען זאל שוין זוכה זיין צו מקבל זיין פני משיח און פטור ווערן פון די אזויגערופענע רבי'ס וואס האבן זיך אנגעלייגט אויף כלל ישראל (ס'דא רבי'ס יוצאים מן הכלל אבער כ'רעד פון די סיסטעם בדרך כלל), און אזוי ווי מ'איז פטור געווארען פון פרעה זאל מען פטור ווערן פון די פארפוילטע מנהיגים, און מקבל זיין פני משיח והתחדשות מלכות בית דוד במהרה בימינו אמן!

(פארשטייט זיך ס'געווען ערליכע אידן אין יעדע דור. אבער איינס ס'נישט די זעלבע מציאות פון דער בעל שם ותלמידיו. און צוויי די געפירעכץ צו פארשקלאפן מענטשן צו זיין פארגלייבט אין א מענטש, אפילו אן ערליכע איד, איז עבודה זרה בהידור!! ס'צייט מען זאל מחמיר זיין אויף חומרות אויף עבודה זרה. אזוי ווי מען איז מחמיר חומרות עד אין סוף אויף אבק גילוי עריות... ביידע זענען פון די שלש חמורות !!! און עבודה זרה איז ערגער ווי גילוי עריות !!)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ישי שטיינמעץ, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 26 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר