די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
פארשפארט
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

למדן וחסיד האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 23, 2024 5:18 pm
cictim האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 23, 2024 5:28 am סאטמאר מהר"א, סאטמאר מהר"יי, גור, 10,000 רעינדזש
וויזניץ ב"ב, בעלזא, 8,000 רעינדזש
סקווירא, קארלין סטאלין, 3,000 רעינדזש
סלונים, באבוב 48, תולדות אהרן, צאנז, באיאן 2,000 רעינדזש
דושינסקיא, באבוב 45, ווישניץ מאנסי, וויזניץ מרכז, פאפא, תולדות אברהם יצחק, מאכניווקא ראחמיסטריווקא טשערנאביל סאדיגורה לעלוב אמשינאוו קרעטשניף ארהק 1,000 רעינדזש
בעלזא האלט שוין נאנט 9 און ויזניץ איז נישט מער פון 7
גור און די וועלט איז קרוב צו 15
באבוב 48 צאנז און באיאן זענען איבער 3
איינע פון די הויפט טעמים צו אסר'ן די טמאנע בחירות אין א"י איז כדי מ'זאל נישט קענען וויסן וויפיל מענטשן דו האסט באמת...
באניצער אוואטאר
כספי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 437
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 883 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך כספי »

בעל דרשן האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 19, 2024 12:03 am
קוק אין זוויעל ירושלים איז אויך געווען לעטצענס א שטארקע מדובר אז די ברודער זאל איבערנעמען נאר ער האט מוותר געווען פאר די זון, אבער ווען האט די זוויעהלער נאר טעכטער וואלט עס זיכער געגאנגען צום ברודער.
כאטשיג כ'קען באשטיין מ'זאל צוריקגיין צו די עכטע נושא פון ראחמיסטריווקא און סקווער, אבער די נקודה פון זוועהיל ירושלים האט מיר געגעבן א שטארקע הארה אין די גאנצע ענין פון המשכת הרבי'סטיווע

די נקודה איז לענ"ד אזוי, בנוהג שבעולם אז די עולם וואס דרייען זיך און שעפן פון א רבי'ן באקומען א שטארקע געפיל צום רבי'ן און אלעס ארום, א געפיל פון אהבה וכדו', אשר על כן וועלן זיי ענדערש וועלן א זון פונעם רבי'ן זאל איבערנעמען ווי א ברודער אדער א גרויסן תלמיד וכדו', בפרט די יונגערן עולם וואס געדענקט נישט און בכלל נישט געקענט דעם פריערדיגן רבי'ן, אבער אפי' די וואס געדענקען יא, אבער זיי האבן שוין אזויפיל יארן זיך געווייקט ביי דעם רבי'ן פארלירט מען דעם הרגש צום פריערדיגן רבי'ן (חוץ גאר א גרויסן רבי'ן ווי דער סאטמאר רב קלויזנבורגער רב ליובאוויטשער רבי וואס די וואס האבן זיך געווייקט ביי זיי, אינטערסירט זיי שוין נישט קיינעם, זיי האבן נאך עד היום הזה די געפיל צום רבי'ן) וועגן דעם וועסטו זען אז אין זוועהיל האט די יונגע עולם געוואלט דעם זון, משא"כ די עלטערע עולם האט געוואלט דעם רבינ'ס ברודער (דער ראש ישיבה), (דארט איז נאך נישט אדורך אזויפיל יארן וכו', ואין המקום להאריך)
אין באבוב לכאו' ווען ר' נפתל'טשע וואלט געווען געהעריג א רבי פאר אסאך יארן, לפי ווי ס'גייט נארמאל וואלט די עולם ענדערש געוואלט זיינע קינדער אפי' איידעמער ווי זיין ברודער, דאס איז די סיבה פארוואס ר' מרדכי דוד (לפי ווי כ'פארשטיי) האט גערודפ'ט רב"צ, וואס מיינט ער האט גערודפ'ט? לכאו' מיינט עס אז ער האט זיכער געמאכט אז ער זאל נישט זיין אינפארמירט וכדו' אזוי אז ביי גענוג מעמדים זאל ער און זיין שוואגער זיצן נעבן רבי'ן וואס דאס וואלט נאך שטערקער געמאכט דעם געפיל פונעם עולם צו דעם רבינ'ס משפחה
אבער דא עקא אז סיי ר' נפתל'טשע איז נישט געווען רבי פאר אסאך יאר, און סיי ער איז נישט געווען געהעריג רבי, דאס האט אונטערגעהאקט זיינע טשאנסן צו באקומען די רבי'סטיווע מצד דעם רבינ'ס משפחה, די וואס זענען יא געגאנגען צו עם איז צוליב זייער שנאה צו רב"צ איבער זיינע גאלדענע מידות וכדו'

ס'איז דא אסאך וואס צו מאריך זיין איבער די נקודה, אבער כ'מיין כ'האב מיך גענוג קלאר ארויסגעברענגט
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך עמרם »

מ'איז טאקע שטארק פארקראכן,
אבער צירוק צי די נייע רחמיסטריווקא אדמורי''ם
פאלגענד א צעטיל פאר חמשה עשר פון קהילות רחמיסטריווקא מאנסי (און האדמו''ר מ'ראחמיסטריווקא ספרינג וואלי שליט''א)
unnamed (11).jpg
באניצער אוואטאר
כספי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 437
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 883 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך כספי »

כספי האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 23, 2024 6:29 pm (חוץ גאר א גרויסן רבי'ן ווי דער סאטמאר רב קלויזנבורגער רב ליובאוויטשער רבי וואס די וואס האבן זיך געווייקט ביי זיי, אינטערסירט זיי שוין נישט קיינעם, זיי האבן נאך עד היום הזה די געפיל צום רבי'ן)
די ווארט איז גראדע נישט 'גרויסע רבי' ווייל פון גענוג גרויסע רבי'ס זענען חסידים נאכדעם געגאנגען צו אנ'אנדערן רבי'ן (א שטייגער ווי בעלזער רב וכדו'), נאר די ווארט איז מער א רבי וואס איז אסאך משפיע, ופשוט הוא.

אמר"ש דער צאנזער רב און קאמינקער רב זענען געווען - כידוע - חסידים און תלמידים פונעם ראפשיצער רב, נאכן ראפשיצער רב'ס הסתלקות איז דער קאמינקער רב געווארן א בעלזער חסיד, משא"כ די צאזער רב כאטש ער איז געפארן צו אנדערע צדיקים, איז ער אבער נישט געווארן קיין חסיד ווי ביים ראפשיצן רב.
איינמאל האבן זיי זיך געטראפן, האט דער צאנזער רב געפרעגט דעם קאמינקער רב 'נאך אזא רבי'ן ווי קען מען פארן צו א צווייטן רבי'ן?' האט דער קאמינקער רב צוריקגעפרעגט 'נאך אזא רבי'ן ווי קען מען אליין זיין א רבי?'...
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
נישנאש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 175
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 9:41 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 226 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך נישנאש »

כספי האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 23, 2024 6:29 pm
בעל דרשן האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 19, 2024 12:03 am
קוק אין זוויעל ירושלים איז אויך געווען לעטצענס א שטארקע מדובר אז די ברודער זאל איבערנעמען נאר ער האט מוותר געווען פאר די זון, אבער ווען האט די זוויעהלער נאר טעכטער וואלט עס זיכער געגאנגען צום ברודער.
כאטשיג כ'קען באשטיין מ'זאל צוריקגיין צו די עכטע נושא פון ראחמיסטריווקא און סקווער, אבער די נקודה פון זוועהיל ירושלים האט מיר געגעבן א שטארקע הארה אין די גאנצע ענין פון המשכת הרבי'סטיווע

די נקודה איז לענ"ד אזוי, בנוהג שבעולם אז די עולם וואס דרייען זיך און שעפן פון א רבי'ן באקומען א שטארקע געפיל צום רבי'ן און אלעס ארום, א געפיל פון אהבה וכדו', אשר על כן וועלן זיי ענדערש וועלן א זון פונעם רבי'ן זאל איבערנעמען ווי א ברודער אדער א גרויסן תלמיד וכדו', בפרט די יונגערן עולם וואס געדענקט נישט און בכלל נישט געקענט דעם פריערדיגן רבי'ן, אבער אפי' די וואס געדענקען יא, אבער זיי האבן שוין אזויפיל יארן זיך געווייקט ביי דעם רבי'ן פארלירט מען דעם הרגש צום פריערדיגן רבי'ן (חוץ גאר א גרויסן רבי'ן ווי דער סאטמאר רב קלויזנבורגער רב ליובאוויטשער רבי וואס די וואס האבן זיך געווייקט ביי זיי, אינטערסירט זיי שוין נישט קיינעם, זיי האבן נאך עד היום הזה די געפיל צום רבי'ן) וועגן דעם וועסטו זען אז אין זוועהיל האט די יונגע עולם געוואלט דעם זון, משא"כ די עלטערע עולם האט געוואלט דעם רבינ'ס ברודער (דער ראש ישיבה), (דארט איז נאך נישט אדורך אזויפיל יארן וכו', ואין המקום להאריך)
אין באבוב לכאו' ווען ר' נפתל'טשע וואלט געווען געהעריג א רבי פאר אסאך יארן, לפי ווי ס'גייט נארמאל וואלט די עולם ענדערש געוואלט זיינע קינדער אפי' איידעמער ווי זיין ברודער, דאס איז די סיבה פארוואס ר' מרדכי דוד (לפי ווי כ'פארשטיי) האט גערודפ'ט רב"צ, וואס מיינט ער האט גערודפ'ט? לכאו' מיינט עס אז ער האט זיכער געמאכט אז ער זאל נישט זיין אינפארמירט וכדו' אזוי אז ביי גענוג מעמדים זאל ער און זיין שוואגער זיצן נעבן רבי'ן וואס דאס וואלט נאך שטערקער געמאכט דעם געפיל פונעם עולם צו דעם רבינ'ס משפחה
אבער דא עקא אז סיי ר' נפתל'טשע איז נישט געווען רבי פאר אסאך יאר, און סיי ער איז נישט געווען געהעריג רבי, דאס האט אונטערגעהאקט זיינע טשאנסן צו באקומען די רבי'סטיווע מצד דעם רבינ'ס משפחה, די וואס זענען יא געגאנגען צו עם איז צוליב זייער שנאה צו רב"צ איבער זיינע גאלדענע מידות וכדו'

ס'איז דא אסאך וואס צו מאריך זיין איבער די נקודה, אבער כ'מיין כ'האב מיך גענוג קלאר ארויסגעברענגט
כ'בין מחולק מיט דיר מיט איין פונקט היות איך קען היפש 45טע חברה ווייס איך אביסל זייער הילוך המחשבה, די חסידות איז אויסדרוקליך נישט פארמירט געווארן איבער האס צו רב"צ, אוודאי היינט ניצן זיי שוין יענע שטעקן אויך אבער ווען עס איז געגרונדעט געווארן איז עס געווען פון מענטשן וואס האבן געהאלטן/געווען נאנט/ליב געהאט רבי נפתלי און געוואלט זיין המשכה. ס'איז טאקע נישט געווען אזוי ביי רוב עולם וואס זענען טאקע געגאנגען צו רב"צ אבער די עולם פון רמ"ד איז געקומען מתוך חיובי צו רבי נפתלי נישט שלילי צו רב"צ
kolal1
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 13, 2023 3:57 pm
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך kolal1 »

סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 23, 2024 6:05 pm
למדן וחסיד האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 23, 2024 5:18 pm
cictim האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 23, 2024 5:28 am סאטמאר מהר"א, סאטמאר מהר"יי, גור, 10,000 רעינדזש
וויזניץ ב"ב, בעלזא, 8,000 רעינדזש
סקווירא, קארלין סטאלין, 3,000 רעינדזש
סלונים, באבוב 48, תולדות אהרן, צאנז, באיאן 2,000 רעינדזש
דושינסקיא, באבוב 45, ווישניץ מאנסי, וויזניץ מרכז, פאפא, תולדות אברהם יצחק, מאכניווקא ראחמיסטריווקא טשערנאביל סאדיגורה לעלוב אמשינאוו קרעטשניף ארהק 1,000 רעינדזש
בעלזא האלט שוין נאנט 9 און ויזניץ איז נישט מער פון 7
גור און די וועלט איז קרוב צו 15
באבוב 48 צאנז און באיאן זענען איבער 3
איינע פון די הויפט טעמים צו אסר'ן די טמאנע בחירות אין א"י איז כדי מ'זאל נישט קענען וויסן וויפיל מענטשן דו האסט באמת...
וואס איז די צוזאמשטעל פון דושינסקי 45 וויזשניץ מאנסי מרכז און פאפא מיט אלע אנדערע דארט וואס האבן נישט אפי' האלב פון זיי?
kolal1
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 13, 2023 3:57 pm
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך kolal1 »

אפשר קען מיסטיריע ברענגען בערך נאמבער'ס פון אלע מוסדות און רביסטעוועס פריער דערמאנט און די רשימה
פון אלע כיתה א' קינדער
איך מיין עס גייט זיין אינטערסאנט צו זעהן
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך לאכעדיג »

נאך מהרנ"ץ מבאבוב איז אוועק האבן אסאך באבובע חסידים און ידידים זיך געהאלטן נייטראל און געשטיצט ביידע באבובס.
און באבוב 48 האט מען דערווייטערט די אידן.
איך האב פערזענטליך געהערט פון פערמאנענטע רבנים פון בארא פארק וואס זענען אין אנהייב געגיינגען צו ביידע און באבוב 48 מיט זייערע גאלדענע מידות פלעגן זיי נאכשרייען און פארשעמען.
אסאך אידן וואס זענען היינט אין באבוב 45 זענען דארט ווייל זיי זענען געגיינגען צו ביידע און די בעל נועם המידות מ'48 האט זיי געזאגט אדער ביי מיר אדער ביי אים און זעענדיג מיט וועם זיי האנדלען דא האבן זיי זיך אינגאנצן אריבערגעצויגן צו די אנדערע באבוב.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לאכעדיג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך לאכעדיג »

תאוות באבוב 48

1) שרייבן 45 אנשטאט באבוב 45.
2) שרייבן בעל דברי שלמה אנשטאט ר' שלמהלע באבובער לאפוקי פון חכמת שלמה

אשרינו...
בעל דרשן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 474
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 06, 2018 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך בעל דרשן »

לאכעדיג האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 26, 2024 12:34 am תאוות באבוב 48

1) שרייבן 45 אנשטאט באבוב 45.
2) שרייבן בעל דברי שלמה אנשטאט ר' שלמהלע באבובער לאפוקי פון חכמת שלמה

אשרינו...
אפשר טראכסטי פארקערט תאוות באבוב 45

צו שרייבן באבוב 48 קעגן דין תורה
שרייבן מהר"ש מבאבוב לאפוקי אויף די נאמען פון זיין ספר דברי שלמה ווייל די באבובער רב שליט"א האט עס למען השם געדרוקט און ארויסגעגעבן

די קדושת ציון רופט מען על ספרו און אלע צדיקים רופט מען אויף זייער ספרים, דברי יואל אמרי חיים נתיבות שלום וכו'

נישט איינגעפאלן אה? איך פארשטיי. פרוביר נישט צו ווייזן אייער קטנות בפומבי

אשרינו...
א פארשטייער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 26
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 07, 2024 4:19 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך א פארשטייער »

בעל דרשן האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 26, 2024 1:20 am
לאכעדיג האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 26, 2024 12:34 am תאוות באבוב 48

1) שרייבן 45 אנשטאט באבוב 45.
2) שרייבן בעל דברי שלמה אנשטאט ר' שלמהלע באבובער לאפוקי פון חכמת שלמה

אשרינו...
אפשר טראכסטי פארקערט תאוות באבוב 45

צו שרייבן באבוב 48 קעגן דין תורה
שרייבן מהר"ש מבאבוב לאפוקי אויף די נאמען פון זיין ספר דברי שלמה ווייל די באבובער רב שליט"א האט עס למען השם געדרוקט און ארויסגעגעבן

די קדושת ציון רופט מען על ספרו און אלע צדיקים רופט מען אויף זייער ספרים, דברי יואל אמרי חיים נתיבות שלום וכו'

נישט איינגעפאלן אה? איך פארשטיי. פרוביר נישט צו ווייזן אייער קטנות בפומבי

אשרינו...
@בעל דרשן אין די גאס איז אנגענעמען צוזאגען באבוב45 אדער באבוב48
אזוי רופט מען זיי
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך לאכעדיג »

ווען באבובע בחורים האלטן מיט א שבת אין קרית יואל און מוצאי שבת גייען זיי אריין צו אדמו"ר מסאטמאר מהר"א פרעגט ער זיי אלעמאל צו וועלעכע באבוב זיי באלאנגען...

מעשה רב...
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך עמרם »

לאכעדיג האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 26, 2024 1:36 am ווען באבובע בחורים האלטן מיט א שבת אין קרית יואל און מוצאי שבת גייען זיי אריין צו אדמו"ר מסאטמאר מהר"א פרעגט ער זיי אלעמאל צו וועלעכע באבוב זיי באלאנגען...

מעשה רב...
און וואס ענטפערן זיי, ווען זיי זענען מחסידי רב''צ ?
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך לאכעדיג »

אלע צדיקים וואס ס'איז דא פון זיי מער פון איין ספר און זייערע ממשיכי דרכם האבן נישט צוזאמען אפגעמאכט וועלעכע נאמען זיי צו רופן, רופט מען אין די וועלט ביים נאמען. סאטמאר רב, קלויזענבורג רב, ר' הערשעלע ספינקער וכו'

און די זעלבע איז ביי באבוב. די ברייטע גאס רופט אים ר' שלמהלע באבובער. פארשטאנען? לכאורה נישט.

(נ.ב. מרן אדמו"ר מוויזניץ און וויזניץ מרכז האבן אין די פאל געהאט די קאפ אויפן פלאץ און האבן צוזאמען תיכף נאך זייער טאטעס פטירה אפגעמאכט אים צו רופן ישועות משה און אזוי איז עס געבליבן אין די וועלט.
ווידעראום אין ווישניץ מאנסי האט מען זיך יארן ארום געשלאגן וויאזוי מען זאל רופן ר' מאטעלע און ווען מען איז שוין יא געקומען צו אן אפמאך איז שוין געווען צו שפעט און אין די וועלט איז ער פארבליבן ר' מאטעלע.)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 6 אום לאכעדיג, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך לאכעדיג »

עמרם האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 26, 2024 1:37 am
לאכעדיג האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 26, 2024 1:36 am ווען באבובע בחורים האלטן מיט א שבת אין קרית יואל און מוצאי שבת גייען זיי אריין צו אדמו"ר מסאטמאר מהר"א פרעגט ער זיי אלעמאל צו וועלעכע באבוב זיי באלאנגען...

מעשה רב...
און וואס ענטפערן זיי, ווען זיי זענען מחסידי רב''צ ?

ר' בנציון.
נאך א שמויגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2023 9:20 pm
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך נאך א שמויגער »

א פארשטייער האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 26, 2024 1:29 am
בעל דרשן האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 26, 2024 1:20 am
לאכעדיג האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 26, 2024 12:34 am תאוות באבוב 48

1) שרייבן 45 אנשטאט באבוב 45.
2) שרייבן בעל דברי שלמה אנשטאט ר' שלמהלע באבובער לאפוקי פון חכמת שלמה

אשרינו...
אפשר טראכסטי פארקערט תאוות באבוב 45

צו שרייבן באבוב 48 קעגן דין תורה
שרייבן מהר"ש מבאבוב לאפוקי אויף די נאמען פון זיין ספר דברי שלמה ווייל די באבובער רב שליט"א האט עס למען השם געדרוקט און ארויסגעגעבן

די קדושת ציון רופט מען על ספרו און אלע צדיקים רופט מען אויף זייער ספרים, דברי יואל אמרי חיים נתיבות שלום וכו'

נישט איינגעפאלן אה? איך פארשטיי. פרוביר נישט צו ווייזן אייער קטנות בפומבי

אשרינו...
@בעל דרשן אין די גאס איז אנגענעמען צוזאגען באבוב45 אדער באבוב48
אזוי רופט מען זיי

איך האלט אז דאס איז די גרעסטע נצחון פון רמד"א. ווען ער האט למען "אני שלום" גענומען אויף זיך 45 האט ער זיכער געמאכט אז די צווייטע בלייבט 48.
די קעפעלע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 344
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 264 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך די קעפעלע »

די קעפעלע האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 10:34 am
מיסטעריע האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 11:19 pm און איך אלס א פייערדיגע מתנגד אקעגן דעם ממלא מקום און א פלאם פייערדיגע חסיד פונעם רבין, קען ענק זאגן אז ניין און ניינציג פראצענט פון די רדיפות זענען שטותים, אפשר גיי איך צו ווייט, אבער ניינציג פראצענט זיכער, איך געדענק פאר אינטרעסאנקייט האב איך נאכגעקוקט מהרמ"ד אונגאר מיט זיין שוואגער מהר"י רובין פון באבוב, אין איך רעדט נישט פון היינט, וואס ס'איז שוין אפגעקילט, אבער אפילו אין די בראשית יארן, וויפל זיי האבן זיך מכבד געווען, איז נאכאלס נישט געווען די זעלבע מאס רעספעקט אין ידידות וואס די ביידע שוואגערס האבן געהאט צווישן זיך.

איך האב אלעמאל געקלערט, וואס איז געווען די סיבה פונעם סקווערן דאס צו טוהן מכבד זיין און טיילן זיין רביסטעווע אויף א נישט נארמאלע פארנעם, די חסידים פלעגן טעהנ'ן, קוק אהער ער האט נישט קיינעם אויף דער וועלט, חוץ זיין שוואגער וואס איז באמת געווען זיין איינציגע שוואגער, ווייל מיט רבי מאטעלע האט ער קיין שפראך נישט געהאט, און די רבי האט אויך נישט געהאט קיינעם חוץ איהם, (הגם דער רבי פלעגט יא פארברענגן און מיטהאלטן די נייעס, ספעציעל די ארץ ישראל'דיגע מלחמות וכדומה, די עלטערע אידן האבן הנאה געהאט ביים קאווע טישל נעבן פאליש, די רבי'ס מיינונגען זענען בדרך כלל געווען קורץ אבער טיפזיניג,) דעריבער איז די אהבה געווען גרויס, די פראבלעמען האבן אונז געמאכט, ווי דא דארטן האבן אונז גערעדט און געלאזט פאלן ווערטער אויפן סקווערן און גערעדט הייליג אויפן רבין, און אזוי געמאכט פראבלעמען. (מיין זוהן האט אמאל זיך צורעדט אין חדר, וואס איך בין אדורך דעמאלס).

נאכמער די סקווערער האט קיין שלום בית נישט געהאט, בכלל נישט געווען קיין רעביצין סטייל, עכ"פ טראנע'ס סטייל אוודאי נישט, אירע קינדער דאס הייסט אהרן מענדי מיט איצי זענען געגאנגען סוטס, און די רבי'ס קינדער זענען געגאנגען חניוקיש אנגעטוהן, מאטי מיט ר' דוד משה און ר' בערל האבן אויסגעזעהן די ריכטיגע רבישע אייניקלעך. בכלל נישט געווען קיין רדיפות, ביים טיש איז מען אויך געזיצן לויט די עלטער, ביז זאכן האבן זיך אנגעהויבן זעצן אין פלאץ, די סקווערע האבן בר מצווה/חתונה געהאט און די רבי'ס קינדער האבן אויכעט אנגעהויבן צו בר מצווה/חתונה האבן, און במילא איז שוין געווארן די רבי'ס קינדער ווערסוס רבי איציקל'ס קינדער, און אזעלכע מענטשן ווי מיר האבן שטילערהייט געזוכט ווי קען מען מער מאכן די רבי איציקל אלס מלך, נישט משנה למלך, און איך האב שוין געזאגט אז אין תש"מ האב איך אריינגעהויבן אזאנס און אזעלכס.

אגב רבי פיניע איז אוועקגעפארן תש"מ, און במילא רבי אברהם דוב וואס איז יא געבליבן, איז אויך געווען אויסגעשפילט נאך אלעם איז ער שוין אין די יארן נאר א "אייניקל פון אלטער רבי'ן" און נישט קיין "קינד" סיי נישט פונעם סקווערן און אפילו נישט פון אונזער רבין
איך וויס נישט וואספארא טעראר איהר זענט מגדיר אלס שטותים, און וואס מען דארף טוהן יענעם מצער צו זיין און דערנידערן באופן פרטי צו ווערן פארופען אלס טעראר, עס איז גארנישט קיין סתירה מיטן שוואגער איהם אפגעבן כבוד הראוי ברבים. סו"ס האט די שוואגער אויך געוויסט אז ראחמיסטריווקא רבי ז"ל איז געווען חשוב און באליבט ביי זיין טאטע וואס האט איהם געטרויעט מיט כמעט אלע רוחניותדיגע איינגעלעגענהייטען פונעם שטעטל און אז "אן" זיין שוואגערס שטיצע און שטיין צום האנט כסדר וואלט ער זיך גאר שטארק געמיטשעט.....

מיט דעם אלעם איז אנגעגאנגען א שטארקע טעראר אויף א קלאסישע שטילע פארנעם, נישט ווי די היינטיגע קינדערישע מעשיות, (אפשר אביסעל ענדילט די היינטיגע ראחמיסטריווקא מאנסי פרשה וואס מען דרייט אן בפנימי אונטערן טיש פאר ר' יעקב יוסף, פאר די וואס ווייסן אביסעל מער ווי וואס עס שטייט געשריבען אויף ק"ש)

אנגעהויבען פונעם פארלירען די געהאלט פון די מוסדות אביסעל נאכן פטורה פונעם שווער ווי ער האט וויטער געארבעט אין ישיבה/חדר, נישט צי האבן קיין דאלער צום נשמה אויף פשוטע טעגליסע הוצאות ווען נישט די פאר גוטע אידען וואס האבן איהם געשטיצט.
באזייטיגען און מזלזל זיין אין זיין טאטע ר' יוחנן ז"ל ווען ער פלעגט זיך משתתף זיין ביי די שמחות אין שטעטל און שפעטער אין איהם אליין כל ימיו (כבר בתחילה מהחתונה ושבת שבע ברכות של האדמו"ר מקייעמישא שליט"א כידוע מיט ר' י.י.א. וכל הימים עד החתן מאהל של ר' יעקב יוסף מסקווירא-מאנסי שליט"א) און אין שנת תשמ"ב ביים התייסדות פון זיין רביסטעווע מיט אלע שטרענגע אזהרות איהם אנגעשראקען און וואס מען האט איהם שארף אנגעזאגט וואס יא און נישט צו טוהן און וויטער במשך די יארן ווען עס איז אונטערגעקומען א געלעגענהייט, ביזן לוי' די פארגאנגענע אלול מיט די פרשה פון די מטה ביי די קבורה און אפילו ביי השתתפות ביים ניחום אבלים וואס עס איז געווען פלאי פלאים אז לאחר פטורתו נישט צו קענען דערמאנען ברבים אפי' איין ווארט בכבודו פונעם נפטר....

די איבעריגע קענט איהר ר' מיסטעריא משלים זיין אויב געפינט איהר דאס פאר וויכטיג ארויסצולייגען די אלטע גארבעד"ש ברבים.

ר' י.י.א. און ר' ח.ב. ועוד ועוד..... מיט זייערער אונטער שמשים האבן גוט געוויסט ווי אזוי איהם צו צאפן די בלוט און נישט אומזינסט האט איהם ר' ח.ב. איבערגעבעטן בתחנונים ווען ער איז געזעצן אין א"י נאך פרשת סקווירא.

די ראחמיסטריווקא רבי ז"ל איז געווען א גרויסע חכם און האט אלעס פארשטאנען אבער גאר ווייניג גערעדט, אפשר אמאל מפעם לפעם לצורך הענין האבן די גאר נאנטע געקענט הערן עפעס א ווארט, אבער זיין לעבן איז געווען א דערהויבענע עבודה צו שלינגען אויף זיין אייגענע כבוד און מקבל זיין יסורים בשמחה מיט א פעסטע אמונה עד הסוף.

רי מיסטעריא עס קען זיין איהר זענט אן אלטע שונא וואס האט געליטען אין שטעטל אבער אפשר האט איהר אויך נאך אין זיך די סקווירא פינק טיף אין הארץ וואס לאזט אייך נישט מאשר זיין די מציאות הדברים.

ר" מיטעריא, איך זעה עס זענען דא די וואס ווילן אז די אשכול זאל זיין הוחזר העטרה ליושנה.

איז האלט מען דא, און מען ווארט אויף אן המשך.....
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך עמרם »

יאפּ, מיר ווארטן מיט שפאנונג אויפן המשך !!
חאסקעל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 10:18 am
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך חאסקעל »

IMG-20240130-WA0078.jpg
[/url]
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך לאכעדיג »

יעצט ביי די ראחמיסטריווקא חתונה אין ניי סקווירא האט זיך באטייליגט צווישן אנדערע האדמו"ר מבאבוב 45 און האדמו"ר משה פריעדמאן, ליפיס טאטע. ווי ביידע פון זיי זענען געווארן אויפגענומען גאר ווארעם דורך די ראחמיסטריווקא רבי פון ספרינג וואלי.

מזל טוב
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך טאמבל סאס »

היימלינד האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 1:41 pm
מיסטעריע האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 1:19 pm

די גאנצע נישט וועלן מהר"י איז נאר ווייל ער האט דעם פלעק אז ער איז א איידעם אין סקווירא,
קיינער אבער קיינער האט נישט פראבלעם מיט ר"י גופא נישט קיין חילוק ווי ער איז אן איידעם, דו האלסט אין איין אויפבלאזען אז ס'איז פארהאן עפעס א העיט מיט סקווירא, לא דובים ולא יער.

אדרבא ווען ער וואלט געווען אין סיי וועלעכע שטאט וואלט ער געהאט א שיינע הצלחה, ער איז ערליכער און א געשמאקער ביינזאם.

אז דו דערמאנסט איהם שוין יא מעגסטו וויסען אז איינער פון זיינע חשובע זון - וואס איז נישט ברא כרעא דאבוה - פון די חשובע טעראר אנפירער אין שטעטל, האט זיך לעצטענס פון פריש גענומען איבער די ביינער פון רחמס"ט מאנסי, די חידוש איז אז נישט נאר צו זיין זיידע ז"ל איז ער כמעט נישט געקומען נאר אפילו ביי זיין טאטען שליט"א זעהט מען איהם כמעט נישט, שמח"ת ועוד זמנים מיוחדים זענען ער מיט רוב משפחה אריינגערעכענט די מאמע געלאפען קיין סקווירא על אף אז זיין ביי זיין טאטע הקפות ליל שמח"ת וואלט נישט געווען קיין סתירה צו גיין שפעטער קיין סקווירא.
איז אויב אזוי וואס פלוצלינד דרוקט איהם אז רי"י איז רבי ?!
ווער איז דער יעקב יוסף? עמיצער האט א פיקטשער פון אים אין די פלייש?
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
די קעפעלע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 344
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 264 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך די קעפעלע »

טאמבל סאס האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 4:09 am
היימלינד האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 1:41 pm
מיסטעריע האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 1:19 pm

די גאנצע נישט וועלן מהר"י איז נאר ווייל ער האט דעם פלעק אז ער איז א איידעם אין סקווירא,
קיינער אבער קיינער האט נישט פראבלעם מיט ר"י גופא נישט קיין חילוק ווי ער איז אן איידעם, דו האלסט אין איין אויפבלאזען אז ס'איז פארהאן עפעס א העיט מיט סקווירא, לא דובים ולא יער.

אדרבא ווען ער וואלט געווען אין סיי וועלעכע שטאט וואלט ער געהאט א שיינע הצלחה, ער איז ערליכער און א געשמאקער ביינזאם.

אז דו דערמאנסט איהם שוין יא מעגסטו וויסען אז איינער פון זיינע חשובע זון - וואס איז נישט ברא כרעא דאבוה - פון די חשובע טעראר אנפירער אין שטעטל, האט זיך לעצטענס פון פריש גענומען איבער די ביינער פון רחמס"ט מאנסי, די חידוש איז אז נישט נאר צו זיין זיידע ז"ל איז ער כמעט נישט געקומען נאר אפילו ביי זיין טאטען שליט"א זעהט מען איהם כמעט נישט, שמח"ת ועוד זמנים מיוחדים זענען ער מיט רוב משפחה אריינגערעכענט די מאמע געלאפען קיין סקווירא על אף אז זיין ביי זיין טאטע הקפות ליל שמח"ת וואלט נישט געווען קיין סתירה צו גיין שפעטער קיין סקווירא.
איז אויב אזוי וואס פלוצלינד דרוקט איהם אז רי"י איז רבי ?!
ווער איז דער יעקב יוסף? עמיצער האט א פיקטשער פון אים אין די פלייש?

איך ווייס נישט צו מפני תקנת המקום איז אויסגעהאלטן צו לייגען אזעלעכע בילדער דא,

אבער נו, צו טוהן א איד א טובה, זאל זיין.

יעקב יוסף ברי.jpg
יעקב יוסף ברי.jpg (9.44 KiB) געזען געווארן 223 מאל
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום די קעפעלע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך טאמבל סאס »

נעה, אזוי ווי אלע דיע בילדער. ס'איז נאר אזא מיללער שטריימל עד.