איר ברענגט גאר שטארק ארויס די מעגליכע מעלות פון קאלעקטיוויזם ווס אינדיווידואליזם באופן כללי, דהיינו - וועלכע ברענגט א נעט פארדינסט קעגן די צווייטע אין א סאסייעטי. אבער איך מיין אז די דעבאטעס ארום די פראבלעמען אין אונזערע קאמיוניטי'ס, איז נישט אזוי ווייט איבער איהר סטרוקטור אלס א קלעקטיוו סאסייעטי אויף פונדאמענטאלע אופן, נאר ליבערשט איבער די execution דערפון. דהיינו: אפי' ווען מיר בויען א קאלעקטיוו סאסייעטי, מיינט דאס נישט אז מיר דארפן צוברעכן דער כוח פונעם אידיווידואל אין זיין פלאץ. עס איז נאכאלץ דא א מקום ווי דער יחיד בויט און דעוועלעפט זיין אייגענארטיגע לעבן - פון אינעווייניג אינעם קאמיוניטי. און אין דעם ליגט די עיקר שווערעקייט, צו פארשטיין וואס זענען די גדרים פונעם כלל און וואס זענען די גדרים פונעם יחיד - און דאס נישט צו אביוזן.
לענ"ד דארף אידישקייט (אדער רעליגיע בכלל) צו זיין געבינדען מיט א קאלעקטיוו סאסייעטי און קאמיוניטי מיט טראדיציעס וכו'. אבער די פראבלעם אין אונזערע קאמיוניטי'ס איז אז מען אביוזד די ערך, און מען האט עס פארוואנדעלט און א כמו קאמיוניסטישע (און עטליכע וועגן) סאסייעטי ווי די יחיד ווערט צעטרעטן און מען האט אוועקגענומען פערזענליכע אידענטיטעט.
אינדיווידואליזם ווס קאלעקטיוויזם. די מעלות פון אונזער קולטור
- פונדאַמענטאַל
- ידיד השטיבל
- הודעות: 320
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
- האט שוין געלייקט: 677 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל
Re: אינדיווידואליזם ווס קאלעקטיוויזם. די מעלות פון אונזער קולטור
There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
- דיכטער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 288
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
- האט שוין געלייקט: 730 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל
Re: אינדיווידואליזם ווס קאלעקטיוויזם. די מעלות פון אונזער קולטור
אויב מעג איך צולייגן א קליין ווארט צו דער אינטערעסאנטע טעמע וואס @אלפא האט ארויפגעברענגט.
אין א געוויסע זין איז שווער צו פינאנשיידן צווישן אינדיווידואליזם און קאלעקטיוויזם.
פארוואס?
ווייל דער קאלעקטיוו איז אן אינדיווידואל צוזאמגעשטעלט פון אינדיווידואלן.
צו געבן א משל דערצו איז דאס בעסטע צו צונעמען דעם אינדיווידואל.
יעדער אינדיווידואלע מענטש איז צוזאמגעשטעלט פון ביליאנען צעלן וועלכע פירן זיך אויף, יעדער צעל פאר זיך אלס אן אינדעווידואלע מיקראָבּ. ער לעבט, נעמט אריין נערונג, פראדוצירט פראטיענס און פארמערט זיך. אלע צעלן צוזאמען שטעלן צוזאם דאס וואס מיר רופן: זיך.
אפשר קען מען זאגן דער זעלבע זאך אויף א געזעלשאפט וועלכע לעבט און בליעט און אפילו מערט זיך און פרעזערווירט איר גענעטישע צוזאמשטעל פון דור צו דור.
פונקט אזוי ווי יעדער אינדיווידואלע צעל פאר זיך, מוז צוקומען צו דער קאלעקטיוו צוזאמענארבעט אויף צו לעבן און פונקציאנירן, אזוי מוז דער אינדיווידואל צוקומען צו דער קאלעקטיוו אויף צו לעבן און ווירבלען.
אן עלענדע מענטש האט די מינימאלע, אויב נישט קיין שום, אויסזיכטן איבערצולעבן פאר צו לאנג אן דער הילף פונעם קאלעקטיוו. נעם נאר עטליכע סעקונדעס און קוק זיך אום, זאג וויפיל פון די זאכן וואס דו זעסט ארום דיך, ווייסטו בכלל וויאזוי זיי ווערן פאבריצירט, אדער ווי אזוי זיי ארבעטן, אדער ווער עס האט זיי געמאכט?
מיר מוזן צוקומען צו אנדערע, כמעט אויף יעדער טריט און שריט. דאס מאכט אונז, אין אונזער וועזן, א טייל פונעם גרעסערן אינדיווידואל, גערופן דער קאלעקטיוו.
אין דער אלגעמיינע געזעלשאפט איז דער קאלעקטיוו, דער שטאַט אדער דאס פאלק, פאר זיי געב איך שטייערן, זיי שטעלן מיך צו, שיץ און שטיצע. זיי פלעסטערן מיינע גאסן, פאטראלירן זיי און היטן אויף מיר פון פרעמדע אריינדרינגער און איך האב מיך מיין קליינע טייל אין דאס לאנד אלס א ציווילע בירגער.
פארשטייט זיך אז עס איז נישט אינגאנצן ענליך אדער גלייך, דער געזעלשאפטליכע אידענטיטעיט - צו דער אידענטיטעיט פון א מענטש, אבער דאך וואס איך פראביר צו פארלייגן איז, אז נישט אלעמאל איז גרינג צו אנדייטן וואו עס ענדיגט זיך דער אינדיווידואליזם און וואו דער קאלעקטיוו הייבט זיך אן.
(איך רעד נאר איבער דאס געדאנק פון אינדיווידואליזם קעגן קאלעקטיוויזם און נישט וואס אנבאלאנגט דער חרד'ישע אפטייטש דערפון אדער וויאזוי עס ווערט אימפלימענטירט און אירע געזעלשאפט.)

- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: אינדיווידואליזם ווס קאלעקטיוויזם. די מעלות פון אונזער קולטור
דא רעדט אלעקס אקאונאר איבער די נושא פון 'ליגנט' און פארוואס מיר זאגן ליגנט.
אין איין ווארט ברענגט ער ארויס אז פון אן עוואלושאנערי פוינט איז ליגנט בענעפישעל סיי פאר א יחיד - צו אויסמיידן שטראפן און באקומען בעסערע ריסארסעס און פארטנערס (מיטן אנאלאגיע אז ווען מ'רעדט אמת דערלייגט מען זיכער און ווען מ'רעדט ליגנט האט מען א טשאנס צו אויסמיידן סיי וואספארא קאנסעקווענצן), און סיי פארן רבים - נישט אריינצופליקן א צווייטן מיט מיין אמת'ע מיינונג איבער זיין מיאוס'ן רעקל וכדו'. אבער פונקט ווי גניבה און רציחה האבן עוואלושאנערי בענעפיטן איז דאס נאכאלץ געווארן אפגעפרעגט מיט די צייט ווען מ'דארף קענען אויפשטעלן פונקציאנירענדע סאסייעטיס, אזוי איז שקר.. יעו"ש
ובאמת בין איך נישט אויסגעקאכט אין די עוואלושאן פון מאראליטי בכלל, אבער ווי ווייט איך פארשטיי גייט עס אז מענטשהייט איז קודם געווען זייער אינדיווידואליסטיק בעת יעדער פאר זיך האט אריינגעארבייט פאר זיין אייגענע סורווייוול, אבער וואס מער פארגעשריטן מ'איז געווארן האט זיך אויפגעוויזן אז קאלעקטיווערהייט האט מען מער און בעסערע רעזולטאטן, ולכבוד דעם זענען אסאך זאכן געווארן 'אוממאראל' על אף ביסודם זענען זיי אפשר עוואלושאנערי בענעפישעל.
לאור דעם איז אינטרעסאנט צו אבזעווירן די רעווערס פאזע וואס מיר האלטן אינמיטן, ווי אינדיווידואליזם איז א פאפולארע ארטיקל און מער און מער גייט עס אויפן חשבון פונעם כלל. אין פאליטיק איז עס זייער קענטיג לעצטנס, וואו פאפוליזם און טרייבעליזם נעמען איין מער שטחים פון גלאבאלע ארדענונג און עסטעבלישונג, און טאקע אויפן חשבון פון קאלעקטיווע ארדער (וועלכע ווי געשמועסט רופט זיך אפ למעשה אויפן יחיד - לויט די עוואלושענארי טעאריע..).
עס איז אינטרעסאנט צו שפעקולירן אויב מיר האלטן פשוט מיט א סייקל וועלכע גייט למעשה ווייטער פארן אין די ריכטונג אזויווי ביז יעצט נאר יעצט איז פשוט בבחינת סאציאלאגישע רעסעסיע. אדער איז דאס באמת א נייע דיירעקציע וועלכע פארמירט זיך און משום איזה סיבה מאכט יעצט יא מער (עוואלושאנערי) סענס אפצוטרעטן פון א קאלעקטיווע פאקוס?! אדער אפשר איז דאס טאקע א נייע טרענד אבער פירט צו א דעד-ענד, און ווי יובל הררי ווארנט האט דאס די פאטענציאל אונז אריינצושליידערן אין א שטענדיגן סוף?!
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
Re: אינדיווידואליזם ווס קאלעקטיוויזם. די מעלות פון אונזער קולטור
סעם הערריס דינגט זיך אין זיין בוך Lyingאלפא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 10:01 am אין איין ווארט ברענגט ער ארויס אז פון אן עוואלושאנערי פוינט איז ליגנט בענעפישעל סיי פאר א יחיד - צו אויסמיידן שטראפן און באקומען בעסערע ריסארסעס און פארטנערס (מיטן אנאלאגיע אז ווען מ'רעדט אמת דערלייגט מען זיכער און ווען מ'רעדט ליגנט האט מען א טשאנס צו אויסמיידן סיי וואספארא קאנסעקווענצן)
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: אינדיווידואליזם ווס קאלעקטיוויזם. די מעלות פון אונזער קולטור
כשרגא בטיהרא כבר קדמונו @שרגא
https://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=26431#p26431
https://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=132055#p132055
https://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=26431#p26431
https://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=132055#p132055
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: אינדיווידואליזם ווס קאלעקטיוויזם. די מעלות פון אונזער קולטור
פון הערן די אודיאבוק פון די בוך זעט אויס ווי ער רעדט בעיקר פון די קאנצעקווענסן וואס ליגנט האט אויף די טראסט צווישן מענטשן און אויף וויאזוי א מענטש קוקט זיך אן אין רעלעישאנשיפס, אבער דאס איז בעצם ממש די פוינט פון מאראל עוואלושאן, אז איינמאל מיר וואקסן אויס די אינדיווידואליסטיק סורווייוול און מיר וואקסן אריין אין א סאשעל/קאלעקטיוו זאנע, דארטן איז טראסט טאקע וויכטיגער ווי די פערזענליכע בענעפיטס, און טאקע דערפאר איז ליגנט (בתוך שאר דברים) אומעטיש..ברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 7:13 pmסעם הערריס דינגט זיך אין זיין בוך Lyingאלפא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 10:01 am אין איין ווארט ברענגט ער ארויס אז פון אן עוואלושאנערי פוינט איז ליגנט בענעפישעל סיי פאר א יחיד - צו אויסמיידן שטראפן און באקומען בעסערע ריסארסעס און פארטנערס (מיטן אנאלאגיע אז ווען מ'רעדט אמת דערלייגט מען זיכער און ווען מ'רעדט ליגנט האט מען א טשאנס צו אויסמיידן סיי וואספארא קאנסעקווענצן)
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!