ס'דא א וויץ וואס גייט ארום אז איינער איז אריין אין בריסקע ישיבה אום שבת זכור זעהט ער א בריסקער מיט א גארטל ארום זיין בויך זייער ענג (tight בלעז) און דער שלעפט און שלעפט צו מאכן נאך מער ענג און נאך מער ענג, פרעגט ער דעם בריסקער מה העבודה הזאת לכם? זאגט איהם יענער אז ער האט א ספק (ליין: ס'האט איהם אנגעכאפט אן OCD) אז אפשר איז ער אן עמלקי און ער פרובירט צו באגיין זעלבסטמארד… פרעגט איהם יענער, אויב אזוי פארוואס ארום די בויך, פארוואס נישט ארום די האלדז? ענטפערט איהם דער בריסקער, ביזט משוגע? כ'האב פרובירט ביי מיין האלדז אבער כ'האב מיך שיעור נישט דערווארגן…
אויפ'ן ערשטן בליק קוקט עס אויס מאדנע, פארוואס זאל א איד חושש זיין אז ער איז אן עמלקי? אבער ווי מיר וועלן זעהן איז עס שוין גארנישט אזוי מאדנע. אבער ערשט צו די צוויי טעאריעס ווער די עמלקים זענען היינט צוטאגס.
1. די עמלקים האבן זיך אויסגעמישט מיט די אידן. יוסף בן מתתיהו שרייבט אז יוחנן הורקנוס החשמונאי האט איינגענומען אדום און זיי געלאזט לעבן בתנאי אז זיי גייען דורך מילה, און פון דעמאלטס זענען זיי געווארן פולשטענדיגע אידן, די פרשה וואס איז באקאנט אלץ "גיור האדומים", וז"ל: "הורקנוס לכד את אדורה (אדוריים) ומרישה, ערי אידומאיה (אדום), ולאחר הכניעו את כל האדומים התיר להם להישאר בארץ אם יימולו את מבושיהם ויאבו להשתמש בחוקי היהודים. בשל דבקותם בארץ אבותיהם האדומים נכנעו למילה ולהפיכת אורח חייהם האחר, זהה לזה של היהודים. מאותו זמן ואילך היו הם ליהודים” (קדמוניות היהודים ספר יג פרק ט). און אזוי שרייבן אויך אנדערע היסטאריקער, א שטייגער ווי פטולמאיוס, סטראבון, און נאך, כאטש פון געוויסע זעהט אויס אז די גיור האדומים איז נישט געוועהן געצווינגען ווי יוספוס פלביוס שרייבט.
און זעלבסטפארשטענדליך אז דא קען מען שוין אריינגיין אין די אלטע מחלוקת ראשונים צו אן עמלקי וואס האט זיך מגייר געוועהן איז דא א מצווה איהם צו הרג'נען (נאכדערצו אינעם פאל פון די גיור האדומים וואס לויט יוסף בן מתתיהו איז עס געוועהן געצווינגען) דער בריסקער עכ"פ האט אנגענומען אז יא
![שמייכלט :)](./images/smilies/icon_e_smile.gif)
2. אין די הפטורה דעם וואך האבן מיר געליינט די שירת דבורה פון ספר שופטים פרק ה, [כפירה איז נישט ערלויבט. מנהל] און דא שטייט קלאר ווער די עמלקים זענען! דבורה און ברק אין זייער געזאנג רעכענען אויס אלע שבטים וואס האבן אנטייל גענומען אינעם מלחמה קעגן יבין דער קעניג פון חצור. זיי רעכנען דארט אויס עלף שבטים: 1) ראובן, 2) יששכר, 3) זבולון, 4) דן, 5) נפתלי, 6) גלעד (גד איז מעגליך א פארקירצערונג פון דעם נאמען), 7) אשר, 8) אפרים, 9) מכיר (מנשה?), 10) בנימין, און דער עלעפטער איז… עמלק! וזה לשונם הקדוש והטהור: "אייניגע זענען געקומען פון אפרים וואס זייערע ווארצלען זענען אין (זיי זענען אייניקלעך פון) עמלק, נאכפאלגענדיג דיך בנימין מיט דיין פאלק, פון מכיר זענען הערשער אראפגעקומען, און פון זבולון די וואס א שרייבערס שטעקן טראגן." (פסוק יד)
וועלכע מסקנא איר ווילט פון דיזע אינפארמאציע ארויסנעמען וועל איך פאר אייך לאזן צו באשליסן, אבער מער זאלט איר פון קיין בריסקער נישט לאכן!
![זייער שלעכט :twisted:](./images/smilies/icon_twisted.gif)
![מחוצף :P](./images/smilies/icon_razz.gif)