עליונים למטה ותחתונים למעלה

אלע סארט פראגעלעך און שאלה'לעך
עמק הבכא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 01, 2023 2:55 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל

עליונים למטה ותחתונים למעלה

שליחה דורך עמק הבכא »

עס איז באקאנט די גמרא אין בבא בתרא, עולם הפוך ראיתי, עליונים למטה ותחתונים למעלה - אויף יענער וועלט זיצט די הונטערשטע שיכט פון פאלק אויבנאן און די שיינע אידן זיצן פון הונטן.

איך וואונדער מיך שוין לאנג דערויף, לכאורה וואס איז די אויפטו, איינמאל די בעלי עגלות (נישט אונזער ר' בערל ח"ו...) זיצן פארנט און די אנשים מכובדים זיצן אין בעק, אוטאמאטיש פאלט די ווערד פון די פאדערשטע זיצן און די אויבנאן טוישט איר לאקאציע צו די בעק. און אפילו לאמיר זאגן מ'זאל טוישן לבוש, די נגידים מוזן אנטון קוטשמעס און די פויערן שיינע הוטן, נו, וועט קוטשמעס ווערן די נייע סטייל, ס'איז נישט דער הוט אדער רעקל, ס'איז דער מענטש וואס טראגט עס, ס'איז נישט דער מקום אין ביהמ"ד, נאר דער מענטש וואס זיצט דארט. דער שוסטער מיט'ן ראש הקהל טוישן זיך נישט מהות איינער מיט'ן צווייטן איבערנאכט, ס'גייט נישט אזוי.

איך פרעג בדרך צחות אבער איך מיין עס האלב ערנסט.
והוא יחמול עליך חמלה
גאסט

שליחה דורך גאסט »

אדער מיינט עס נענטער צו גאט, אדער מער הנאה פון זיו השכינה וכדו'.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

פשט איז נישט אז אויף יענע וועלט זיצן די חשובע אידן אין די בעק, און די פשוטע אידן פון פארנט. פשט איז אז מען זעט איין אויף יענע וועלט אז די -אזוי געריפענע, "חשובע אידן" באלאנגען טאקע אין די בעק, און די -אזוי געריפענע "פשוטע אידן" באלאנגען טאקע אויבן אן.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

שליחה דורך אלפא »

אדער ווי יענער האט געזאגט (דער יעניגער וואס איז אחראי אויף אלע גוטע ווערטלעך...) עולם הפוך מיינט אז דעם וועמען מיר מיינען (און האפן) אז ער וועט אנקומען אונטן, וועט למעשה בלייבן אויבן-אן, און דער פון אונטן וועט בלייבן אונטן, מעגליך דער פון דרום וועט אנקומען צו צפון אנשטאט...
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

עמק הבכא האט געשריבן: איך פרעג בדרך צחות אבער איך מיין עס האלב ערנסט.
די צחות חלק האסטו פיין מסביר געווען. וואס איז די האלב ערענסטע חלק פון די שאלה?
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
עמק הבכא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 01, 2023 2:55 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל

שליחה דורך עמק הבכא »

וואלווי האט געשריבן:
עמק הבכא האט געשריבן: איך פרעג בדרך צחות אבער איך מיין עס האלב ערנסט.
די צחות חלק האסטו פיין מסביר געווען. וואס איז די האלב ערענסטע חלק פון די שאלה?
כ'ווייס אויך נישט פינקטליך... אפשר דער אופן ווי אזוי מ'לייגט עס אראפ האט מיך אויסגעזען מאדנע... גיי ווייס... צו ערנסט איז עס זיכער נישט.
והוא יחמול עליך חמלה
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

שליחה דורך שעפטאל »

צו דען זענען אונז משיג די עומק וואס מיינט תחתונים למעלה..
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

שליחה דורך אלפא »

היינט צופרי אין ביהמ"ד זעצט זיך אוועק נעבן מיר אזא קילער סארט אינגערמאן, פארהארטעוועטע פיאה'לעך, גלאנציגע פאסיק, גראבן זייגער, שיעור זיך נישט צושטאכן פון זיינע שיך. און פארשטייט זיך אז פארן לייגן תפילין זאגט מען דאך דעם 'מי אנכי שאזכה' האט ער געמוזט מסדר זיין אלע זיינע סטאטוס'ן און דורכטון הויך אויפן קול זיינע לעיטעסט אויפטואנגען, גייענדיג פון מעכל צו רעכל זיכער מאכן זיי ווייסן ער איז דא. וואס יא, עס האט מיר געכאפט וויאזוי אנע גרויסע השגות לייגט ער זיך זיינע שיידעלעך אויפן ארעם און אויפן קאפ און דער בחור דאוונט. טאקע נישט קיין בעל שם'סקע דאווענען, אבער פארט א שמועס מיט ג-ט -ער נעמט דאס ערענסט, די איבעריגע איז נישט מורא'דיג אינטרעסאנט, אבער די ברייטהארציגע צדקות און די גוטע ווערטער פאר אריינקומענדע אידן האט מיר מיט דעם אלעם באנומען..

קוקנדיג צום אויבן-אן, זיצט זיך דארטן עפעס אן אינגערמאן המכונה 'מורה הוראה', מיטן פילסטן ערענסטקייט פארטרייבט יעדער וואס שטרעקט אויס די האנט, קיין גוט ווארט פאר קיינעם, און איך בין מסופק ווי ווייט זיינע מורמלערייען זענען בכלל געצילט צום באשעפער, עס האט מער אויסגעזען ווי תנועות מיר איבערצוצייגן אזוי..

טראכט איך מיר נאכדעם, איז דען נישט דאס די פשוטע אפטייטש פון 'עליונים למטה ותחתונים למעלה'? איז דאס נישט געווען קיין לייוו דעמאנסטראציע, וויאזוי דער קילער מיט די קליינע השגות אין עולם הבא קומט זיך דאווענען פאר איין סיבה וואס רופט זיך ג-ט ב"ה, און פארטיילט שמייכלען צו די זייט ליהנות בהם בני אדם, בעת וואס דער רבישע בונדל דארט פילט זיך גאראנטירט מיט זיין חלק אין גן עדן (אפגעזען די כבוד אויף דער וועלט) און נעמט דערפון עדוואנטעדזש צו גיין יעדעם אויף די געהירן און אקטן לויט די פארשריפטן...?!

עס בלייבט נישט איבער מער ווי צו האפן אז קוב"ה וועט האבן אן ענליכן טעיסט...
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

אויבן אויף זאגסטו פיין, אבער ביז גאט, דהיינו ווייל גאט זאגט כי לא מחשבותי מחשבותיכם! וואס @אלפא, און גאלדענער אדלער טראכטן, טראכט גאט אנדערש. דער בנש"ק איז דאך באמת נישט שולדיג פאר זיינע זויערע הנהגות (ווענדט זיך פון וועלכע גזע ער האט ארויס געשפראצט, זיס, פריילעך, זויער, פריינדליך, בייסיג, פליענדיג, אנטי, פרא, וכו' וכו'), דער קען שוין זיין א דור רביעי מיט איינגעגעסענע מידות/משוגעת'ן כן נלפענ"ד. קען זיין כ'בין נישט גערעכט אבער אלץ א לימוד זכות קען עס דינען.
באניצער אוואטאר
טראלל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 25, 2020 8:19 am
האט שוין געלייקט: 137 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל

שליחה דורך טראלל »

עליונים למטה ותחתונים למעלה גייט ארויף אויפ'ן מענטש אליין, דאס וואס דו האסט זיך צופייערט ביי חסל סידור פסח און דו האסט געמיינט אז דו ביזט מתקן תיקונים און דרייסט מיט די עולמות העליונים וועסטו ארויפקומען אויבן וועסטו זעהן ווי ס'ליגט אונטן צוזאמען מיט'ן טיווי שאו וואס דו האסט געוואטשט דעם נעקסטן טאג, און ווען דו האסט געדארפט בלייבן יום כיפור אינדערהיים זיך אפצוגעבן מיט די קינדער ווייל דיין ווייב האט נישט געפילט גוט וועסטו ארויפקומען אויבן וועסטו געוואור ווערן אז דארט האסטו מתקן געוועהן אלע דיינע פריערדיגע גילגולים.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פארשטייט זיך אז עליונים למטה ותחתונים למעלה מיינט נישט א רבי מרדכי שטיינער מיט רבי אהרן מרדכי רוטנער גייען זיצן אין די בעק, און ארי בארי באקסער גייט זיצן נעבן חיימא אויבן אן, ס׳מיינט אז אסאך מענטשען וואס מ׳קוקט אן אויף די וועלט אלץ פשוטע אידן, אבער ווען קיינער זעהט נישט טוהן זיי א ים מיט חסד, אדער די אלע קאנסטראקשן מענעדשערס וואס קומען אהיים פון די ארבעט זעקס אזייגער נאכמיטאג, און זיי האלטן נאך א טאג פון עבודת הפרך, נעמען זיי א שעה צוויי צו האבן א שיעור דף היומי אדער חומ״ר פון זיי רעדט מען, ווייל זיי זעען אויס דא ווי פלעינע מענטשען וואס דרייען זיך און די בעק, אבער זייערע קליינע זאכן איז אסאך חשובער ביים אייבערשטען ווי די אלע רבי׳ס וואס האבן בתי מדרשים, און גייען אגאנצן טאג ארום צו וואך נאכטס און ניחום אבילים׳ס.
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

עמקות המחשבה האט געשריבן:פארשטייט זיך אז עליונים למטה ותחתונים למעלה מיינט נישט א רבי מרדכי שטיינער מיט רבי אהרן מרדכי רוטנער גייען זיצן אין די בעק, און ארי בארי באקסער גייט זיצן נעבן חיימא אויבן אן
איך בין נישט דער וואס זאל דן זיין אבער א מענטש קען זיין א גרויסער צדיק און עובד השם און מקיים זיין אלע תרי"ג מצוות אבער חובתו בעולמו האט ער נישט געטוהן, פארקערט, ס'דא אסאך גרויסע עובדי השם וואס נוצן זייער דקדוק ההלכה וחסידות זיך ארויסצודרייען פון מקיים זיין חובתם בעולמם. ס'איז פיל גרינגער צו לערנען 18 שעה א טאג ווי ארויסצוקומען קעגן די טעראר פון די מוסדות איבער אינטערנעט, ס'איז טויזענט מאל גרינגער צו דאווענען 4 שעה א טאג מיט כוונות הרש"ש ווי אויסצוארבעטן א prenuptial agreement צו פארמיידן עגונות רח"ל. נאכאמאל, איך בין זיי נישט דן, אבער אויף יענע וועלט ווארט זיי נישט אפ קיין גרויסע גליקן. פון די אנדערע זייט קען זיין א חילוני א שיכור א דראג עדדיקט וואס איז נאר אראפגעקומען אויף דעם וועלט צו באצאלן א חוב אדער ווייס איך נישט וואס, ער האט טאקע נישט געהיטן קיין איין מצוה אין די תורה אבער ער האט געטוהן חובתו בעולמו, ער קומט ארויף אויבן גייט ער גראד צום אויבן אן.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

ברוך שפינוזה האט געשריבן:
עמקות המחשבה האט געשריבן:פארשטייט זיך אז עליונים למטה ותחתונים למעלה מיינט נישט א רבי מרדכי שטיינער מיט רבי אהרן מרדכי רוטנער גייען זיצן אין די בעק, און ארי בארי באקסער גייט זיצן נעבן חיימא אויבן אן
נאכאמאל, איך בין זיי נישט דאן, אבער אויף יענער וועלט ווארט זיי נישט אפ קיין גרויסע גליקן.
ביסט זיי נישט דן, אבער א רגע דערנאך טוסטו פונקט דאס...
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

אז דו ווילסט בלייבן סטאק אויף דעם ביזטו מכובד, האסטו שוין א ביישפיל פון דיר אליין וויאזוי מ'קען גיין ארום און ארום אבער די פוינט איגנארירט מען.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

ברוך שפינוזה האט געשריבן:אז דו ווילסט בלייבן סטאק אויף דעם ביזטו מכובד, האסטו שוין א ביישפיל פון דיר אליין וויאזוי מ'קען גיין ארום און ארום אבער די פוינט איגנארירט מען.
צו זיין א גוטער איד, מוז מען נישט האבן א טי-שירט מיט וואטסעפפ.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

אבער צו זיין א גוטער איד טאר מען נישט האקן אויף טישירטס און וואטסעפפ, און די אלע מענטשן וואס דו זעהסט האקן אויף אזעלכע זאכן קומט עס דערפון וואס זיי פארגינען עס נישט פאר זיך אליין, ווען זיי וואלטן עס פארגינט פאר זיך (צו למעשה צו טעארעטיש) וואלטן זיי עס פארגינט פאר יענעם אויך.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

ברוך שפינוזה האט געשריבן:אבער צו זיין א גוטער איד טאר מען נישט האקן אויף טישירטס און וואטסעפפ, און די אלע מענטשן וואס דו זעהסט האקן אויף אזעלכע זאכן קומט עס דערפון וואס זיי פארגינען עס נישט פאר זיך אליין, ווען זיי וואלטן עס פארגינט פאר זיך (צו למעשה צו טעארעטיש) וואלטן זיי עס פארגינט פאר יענעם אויך.
יאפ. ואהבת לרעך "כמוך" זה כלל גדול בתורה. אלעס הייבט זיך אן ביי זיך.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

ואולי קען מען זאגן לפי"ז אז וועגן דעם, דארט בב"ב י: וואו יוסף בריה דר' יהושע האט געזעהן עליונים למטה ותחתונים למעלה, האט ער אויך געהערט אשרי מי שבא לכאן ותלמודו בידו ע"ש. והיינו, ווייל מה דעלך סני לחברך לא תעביד זו היא כל התורה כולה (שבת לא.), און ביי דעם קען מען שוין יא מער וויסן ווער וועט זיין למעלה שם. (ועיין שם בב"ב בתוד"ה עליונים.)

און אין דעם נושא האב איך פונקט געשמועסט מיט א חשוב'ע מיטגליד אין אישי, איבער דעם מלבי"ם באיוב (יא ו):
שהדברים הנמצאים מתחלקים לשנים:

א) כפי מה שהם בעצמותם,

ב) כפי מה שהם מוחשים ומושגים לחושינו,

כי אנו אין אנו משיגים מן הדברים רק את מקריהם החיצונים כפי מה שהם פועלים על חושינו, ומזה לא נוכל לדון על מהות הדברים כפי מה שהם בעצמם מזולת היחוס שבין שטחם החיצוני ובין חושינו, כי תנאי משיגי החושים הם הזמן והמקום והם אינם תנאי הדברים בעצמותם. ולפי"ז א"א שנשיג משום דבר השגה ברורה לדעת איך הוא הדבר בעצמו לפי אמתתו, רק כפי מה שנראה לנו מפעולתו על חושינו, והמשיג עצמות הדברים בידיעה מושכלת שלא ע"י החוש רק כפי מה שישכיל השכל המופשט מחומר, הוא יבין תעלומות חכמה לדעת מהות הדברים ואמתתם, כי כל יש הוא מכופל, ועצמותו ואמתתו הוא משונה מחצוניותו המוחש ע"י החוש, ואז "ודע כי ישה לך אלו-ה מעוניך", אם תשיג תעלומות עצמות האדם כפי מה שהוא באמת לא כפי מה שהוא מוחש בחוש החיצוני, אז תדע כי אינך צדיק, שהגם שלפי הנגלה ממך אתה תם וישר ואין בך דופי, אין לדון מן החוש הבלתי משיג עצמות הדברים, שיוכל להיות שכפי נפשך הפנימית שהוא עצמות האדם אתה רשע, כי לא השלמת את נפשך כראוי להשלימה מצד שהיא עצם נבדל קדושה ומלאכיית, ושלא עשית כל אשר ביכלתך לעשות כפי כח נפשך הגדולה, וזה יחשב לך לעון וע"ז אתה נענש, הגם שנדמה לך שאתה צדיק לפי ישך החיצון, הנך רשע לפי ישך הנסתר הנכפל תחת היש החיצוני.
ווי איך פארשטיי מאכט דער מלבי"ם א שילוב צווישן קאנט'ס שיטה אין דעם חילוק צווישן דעם נאמענאן און דעם פענאמענאן, און שיטת דוד הום איבער דעם "זעלבסט". והיינו, דער מלבי"ם האלט סיי ווי קאנט אז ס'איז דא א חילוק צווישן א זאך ומהות של דבר שהוא בעצמו [דעם נאמענאן], וואס דאס איז פארהוילן פון אונז און אונז קענען דאס נישט משיג זיין על בוריו, און די חלקים דערפון וואס זענען נתון תחת חושינו [דעם פענאמענאן], וואס אונז קענען יא. און דער מלבי"ם האלט סיי ווי דוד הום אז מהות האדם, ואפילו לאותו האדם עצמו, איז אָלטימעטלי, און אין פּרינציפּ, unknowable. א, כעין, ווי ווייט טיעף דו גייסט נאר נישט אין זיך(...) אריינקוקן, וועסטו פונדעסטוועגן דאך נאך אלס נישט טרעפן דעם "זעלבסט", כדברי הום. און דאס איז טאקע אין איינקלאנג מיט הום'ס עמפּיריסיסט שיטה בענין מדע (ועיין כאן).

והגם הום אליין איז דעריבער צוגעקומען אז עס איז טאקע נישטא קיין איין ספּעציפישע (כעין) סאָבּסטאנץ וואס איז דאס "זעלבסט", האלט אבער דער מלבי"ם (זייענדיג א מער-ווייניגער טראדיציאנאלער טעאיסט) אז עס איז באמת יא דא [די נפש/נשמה], נאר עס איז טאקע לגמרי נישט תחת השגת והרגשת החושים. און טאמער גייט מען מיט די עמפּיריסיסט שיטה, איז טאקע, אפילו אין פּרינציפּ, נישט שייך צו האבן קיין שום מדע איבער'ן נפש ומהות האדם באמת, ואפילו דעם אייגענעם. דאס קען נאר הקב"ה.

עכ"פ באלאנגט נישט די נפש ומהות האדם (באמת) צום סוג פענאמענון כלל. איז דעריבער קען אפילו זיין אז דער אייגענער מענטש אליין זאל מיינען אז ער איז, לפי זיינע מעשים ומחשבות וואס ער זעהט בחוש, א צדיק/רשע. אבער באמת, לפי מהותו, וואס ניטאמאל ער אליינס קען וויסן (וממילא איז דאס א נאמענאן) כנ"ל, איז ער באמת פארקערט.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ברוך שפינוזה האט געשריבן:איך בין נישט דער וואס זאל דן זיין אבער א מענטש קען זיין א גרויסער צדיק און עובד השם און מקיים זיין אלע תרי"ג מצוות אבער חובתו בעולמו האט ער נישט געטוהן, פארקערט, ס'דא אסאך גרויסע עובדי השם וואס נוצן זייער דקדוק ההלכה וחסידות זיך ארויסצודרייען פון מקיים זיין חובתם בעולמם. ס'איז פיל גרינגער צו לערנען 18 שעה א טאג ווי ארויסצוקומען קעגן די טעראר פון די מוסדות איבער אינטערנעט, ס'איז טויזענט מאל גרינגער צו דאווענען 4 שעה א טאג מיט כוונות הרש"ש ווי אויסצוארבעטן א prenuptial agreement צו פארמיידן עגונות רח"ל. נאכאמאל, איך בין זיי נישט דן, אבער אויף יענע וועלט ווארט זיי נישט אפ קיין גרויסע גליקן. פון די אנדערע זייט קען זיין א חילוני א שיכור א דראג עדדיקט וואס איז נאר אראפגעקומען אויף דעם וועלט צו באצאלן א חוב אדער ווייס איך נישט וואס, ער האט טאקע נישט געהיטן קיין איין מצוה אין די תורה אבער ער האט געטוהן חובתו בעולמו, ער קומט ארויף אויבן גייט ער גראד צום אויבן אן.
מהיכי תיתי אז זיי זענען אראפגעקומען אויף די וועלט מסדר צו זיין טעראר פון די מוסדות אדער מסדר צו זיין prenuptial agreements, אפשר זענען זיי יא אראפגעקומען צו דאווענען 4 שעה מיט כוונות און לערנען 18 שעה א טאג, און יא די אייבערשטער פארלאנגט דאס אויך.
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

Re:

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

ברוך שפינוזה האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 10:04 am
עמקות המחשבה האט געשריבן:פארשטייט זיך אז עליונים למטה ותחתונים למעלה מיינט נישט א רבי מרדכי שטיינער מיט רבי אהרן מרדכי רוטנער גייען זיצן אין די בעק, און ארי בארי באקסער גייט זיצן נעבן חיימא אויבן אן
איך בין נישט דער וואס זאל דן זיין אבער א מענטש קען זיין א גרויסער צדיק און עובד השם און מקיים זיין אלע תרי"ג מצוות אבער חובתו בעולמו האט ער נישט געטוהן, פארקערט, ס'דא אסאך גרויסע עובדי השם וואס נוצן זייער דקדוק ההלכה וחסידות זיך ארויסצודרייען פון מקיים זיין חובתם בעולמם. ס'איז פיל גרינגער צו לערנען 18 שעה א טאג ווי ארויסצוקומען קעגן די טעראר פון די מוסדות איבער אינטערנעט, ס'איז טויזענט מאל גרינגער צו דאווענען 4 שעה א טאג מיט כוונות הרש"ש ווי אויסצוארבעטן א prenuptial agreement צו פארמיידן עגונות רח"ל. נאכאמאל, איך בין זיי נישט דן, אבער אויף יענע וועלט ווארט זיי נישט אפ קיין גרויסע גליקן. פון די אנדערע זייט קען זיין א חילוני א שיכור א דראג עדדיקט וואס איז נאר אראפגעקומען אויף דעם וועלט צו באצאלן א חוב אדער ווייס איך נישט וואס, ער האט טאקע נישט געהיטן קיין איין מצוה אין די תורה אבער ער האט געטוהן חובתו בעולמו, ער קומט ארויף אויבן גייט ער גראד צום אויבן אן.
דברים כדרבונות :like :like :like

אבער פאר דיר (און פאר מיר) איז מסתם נאך אסאך גרינגער ארויסצוקומען מיט א מבצע פאר prenuptial agreements און מיר טוהען עס נישט

מיר פריוואטע מענטשן וואלטן זיך ג'קענט ארויסשטעלן קעגן עוולות פון אנדערע (ע"ע הצדיק ר' יונתן שווארץ) און מיר טוהן עס נישט.
פארשפארט