היסטאריע פון אדמו"ר הרב ישראל האגער (געווארפן פון וויזניץ)

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
פארשפארט
פישערער רבי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 12, 2015 8:22 am
האט שוין געלייקט: 136 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

שליחה דורך פישערער רבי »

https://youtu.be/jwgf5qvPlvs

א לינק וידאו ווי מ'שרייט אויף מהר"מ ביי מהר"י
דברים ככתבן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 28, 2014 8:45 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך דברים ככתבן »

דברים ככתבן האט געשריבן:איינער האט דא די בריוו פון אלי' ניימאן און קען עס ארויפלייגן דא?
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

פישערער רבי האט געשריבן:וואס איז פונקט פאסירט אין ויזניץ ווען דער ישועות משה זצ"ל האט ארויסגעווארפן מהר''י מויזניץ?

איך לייג דא ארויף צוויי לינקס צו צוויי כתבות פון פרייע באקאנטע צייטונגען אין אה"ק וועגן דער מעשה אין ויזניץ און מחלוקת פון מהר"י זייט און מהר"מ זייט (שרוליסטים און מנדליסטים).
א http://m.ynet.co.il/Articles/3386661

ב http://www.haaretz.co.il/misc/1.1321399

וואס ס'קומט ארויס פון די כתבות ווי ס'אויך באקאנט אז ס'האט צו טאן מיט די ישועות משה'ס רעבעצין לאה זי האט געפיינט ישראל און מער ליב געהאט מנדלה אז ער זאל זיין דער יורש וכו'.
און זי האט געפיינט ישראל פון אפאר סיבות ס'דא וואס שרייבן וועגן זיין געבן צדקה און צו גרויסע מאסן און ער איז אריין אין חובות. און ס'דא וואס שרייבן וועגן דעם אז ער האט אנגעהויבן זיך דערנענטערן צו זיין פעטער פון מאנסי וואס די רעבעצין האט עם שוין געפיינט וועגן דער מעשה פון דער הייליגער אמרי חיים'ס ירושה און די מחלוקת מיט איר מאן.

ווער ס'ווייסט מער פרטים ווערט געבעטן דא ארויף צו לייגן און משתף זיין דעם עולם.
אין וועלכע יאר פונקט האט דאס פאסירט? כ'בין כמעט זיכער תשמ"ד עמעצער קען באשטעטיקן?
וואס איז פונקט געווען די דרשה פון דער ישועות משה איבער דער גלייכער און דער קרומער עפעס אזוי?



וואס איז די מעשה מיט׳ן "הייליגער אמרי חיים'ס ירושה" ??? כ׳האב קיינמאל ביפאר געהערט עפעס א מעשה/מחלוקות וועגן די א״ח ירושה

די אמרי חיים זצ״ל האט נישט איבערגעלאזט קיין געלט אין זיין ירושה (אויסער ווערטפולע ירושה חפצים) טאקע ווייל ער איז געוועהן א אויטענטיק רבי מיט א אמתע אהבת ישראל און נישט אזויווי די היינטיגע נידערטרעכטיגע ראביסטיוועס וואס איז מעהר ענדליך צו א פארדארבענע דיקטעטערישע רעזשים וואס איז בכלל נישט אינטערעסירט צו העלפן די פובליק נאר געוועלטיקן איבער זיי און זיי קאנטראלירן און אויסצוניצן די תמימות׳דיגע חסידים פאר זייערע פערזענליכע אגענדעס און פאר זייער אייגענע אינטערעסן און דערנאך וועלן זיי אויסשפייען די עווערידזש בחור און זיך ארומווארפן מיט אייערע קינדער און נישט אננעמענען אין ישיבה אריין ווייל ביינאונז איז נאר דא ׳מצוינים׳ און זיי קענען ח״ו נישט ערלויבן קיין ׳בינניים׳ אין זייער סיסטעם!

דערנאך ווען זיי מאכן חתונה א איר אייניקל טוט אייך אן ס׳שטריימל און בעיקטשע און די אלע שמונה בגדים און דריקט אייך צאם צווישען טויזענטער פארשוויצטע חסידים אויפן זיבעטן שטאק פונעם פאַרענטשע און טאנצט מיט גרויס עקזעסטאז און אייפער???!!!!!. :x :roll: :cry:

בד״וו דער אמרי חיים זצ״ל איז געשטארבן א גרויסע בעל חוב.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
פישערער רבי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 12, 2015 8:22 am
האט שוין געלייקט: 136 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

שליחה דורך פישערער רבי »

שבת אחים ביסט גערעכט ס'מיר געפאלן א ט"ס און איך האב געמיינט צו זאגן די ירושה פון די רעביסטעווע - די מח' צווישן ר' מוישלה און ר' מוטלה און די פרומערס און די פרייערס וכו' כידוע לי"ח.
פישערער רבי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 12, 2015 8:22 am
האט שוין געלייקט: 136 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

שליחה דורך פישערער רבי »

בקשר להנ"ל וועגן ר' מוישלה און ר' מוטל'ה א נייע אשכול האט זיך געעפנט - viewtopic.php?f=8&t=9299&p=289644#p289644
כפתור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:52 pm
האט שוין געלייקט: 371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל

שליחה דורך כפתור »

משב״ק האדמו״ר רמ״מ מויזניץ ומנהל רוחני של ישיבת מרכז חסידי ויזניץ בשיחה היסטורית לבחורי הישיבה.

קאמענטארן זענען איבעריג
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

כפתור האט געשריבן:משב״ק האדמו״ר רמ״מ מויזניץ ומנהל רוחני של ישיבת מרכז חסידי ויזניץ בשיחה היסטורית לבחורי הישיבה.

קאמענטארן זענען איבעריג


עיקר חסר מן הספר
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

כהאב עס באקומען אויף וואטסאפפ.

אין חדש. סעי״ם בו״ל דיפרענ״ד דע״י.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שבת אחים: דו דארפסט דאך יא גלייבן אין דעים. ווייל איך גלייב אז די מעשה איז אמת. נאר די נפקא מינה איז אז, די היינטיגע רעבי'ס פון די גזע זענען נאך גאנץ וואויל. אבער ווען ס'זענען דא רעבעס וועלכע טוען נישט קיין שיינע זאכן. און זיי דעקן זיך מיט די גרויסקייט פון זייערע זיידעס פון וועם זיי שטאמען. אט דאס מיינט גארנישט. זיראו. ווייל ווי גרויס דער זיידע איז געווען (את"ל) זעהט זיך נישט אן אויפ'ן אייניקל...!
באניצער אוואטאר
כספי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 437
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 883 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל

Re:

שליחה דורך כספי »

הדד בן בדד האט געשריבן: מיטוואך יולי 08, 2015 4:00 am (כידוע האט ר' יודעלע געזאגט עפעס ווען מען האט אים ארויסגעווארפן)
כ'האב געהערט פון אן עלטערער וויזשניצער איד אז ר' יודעלע האט דעמאלטס עפעס געזאגט וועגן 18 יאר, און עפעס האבן חסידים פארשטאנען אז ס'איז א עונש פאר וויזניץ, וויבאלד דער גבאי פונעם קאסובער רבי'ן (דער ברודער פונעם צמח, כ'געדענק נישט וויאזוי ער האט געהייסן, אפשר ר' משה בעל לקט עני?) איז געווען א חסיד פונעם צמח, און פאר 18 יאר פלעגט ער צורעדן חסידים וואס זענען געקומען צו פארן צום קאסובער רבי'ן אז זיי זאלן עם אפלאזן און פארן צום צמח, און די מעשה איז א עונש פאר די מעשה

פון עפעס א וויזניצער ראש חבורה האב איך אמאל געהערט אז פאר די פרשה האט ר' משה'לע געהאט גאר א שטארקן נאכפאלגערשאפט אין די פרעמד, אזוי ווייט אז גלייך פאר די פרשה איז אין צעירי וויזניץ (אזא כמו ארג, פאר צוגעקומענע פרעמדע בחורים וואס לערנען נישט אין די וויזניצער ישיבה) געווען זיבן הונדערט בחורים (כ'ווייס נישט אויב ס'אמת, אזוי אבער האט ער געזאגט), און נאך די פרשה איז נישט געווען אפי' איין בחור אין צעירי, מיט דעם האט געוואלט זאגן אז ס'איז געווען עצת היצר צו צושטערן די השפעה פון ר' משה'לע
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
באניצער אוואטאר
כספי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 437
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 883 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל

Re:

שליחה דורך כספי »

שבת אחים האט געשריבן: מאנטאג יולי 13, 2015 10:36 pm
וואס איז די מעשה מיט׳ן "הייליגער אמרי חיים'ס ירושה" ??? כ׳האב קיינמאל ביפאר געהערט עפעס א מעשה/מחלוקות וועגן די א״ח ירושה

די אמרי חיים זצ״ל האט נישט איבערגעלאזט קיין געלט אין זיין ירושה (אויסער ווערטפולע ירושה חפצים) טאקע ווייל ער איז געוועהן א אויטענטיק רבי מיט א אמתע אהבת ישראל און נישט אזויווי די היינטיגע נידערטרעכטיגע ראביסטיוועס וואס איז מעהר ענדליך צו א פארדארבענע דיקטעטערישע רעזשים וואס איז בכלל נישט אינטערעסירט צו העלפן די פובליק נאר געוועלטיקן איבער זיי און זיי קאנטראלירן און אויסצוניצן די תמימות׳דיגע חסידים פאר זייערע פערזענליכע אגענדעס און פאר זייער אייגענע אינטערעסן און דערנאך וועלן זיי אויסשפייען די עווערידזש בחור און זיך ארומווארפן מיט אייערע קינדער און נישט אננעמענען אין ישיבה אריין ווייל ביינאונז איז נאר דא ׳מצוינים׳ און זיי קענען ח״ו נישט ערלויבן קיין ׳בינניים׳ אין זייער סיסטעם!

דערנאך ווען זיי מאכן חתונה א איר אייניקל טוט אייך אן ס׳שטריימל און בעיקטשע און די אלע שמונה בגדים און דריקט אייך צאם צווישען טויזענטער פארשוויצטע חסידים אויפן זיבעטן שטאק פונעם פאַרענטשע און טאנצט מיט גרויס עקזעסטאז און אייפער???!!!!!. :x :roll: :cry:

בד״וו דער אמרי חיים זצ״ל איז געשטארבן א גרויסע בעל חוב.
ס'איז מיר א חידוש וואס דו שרייבסט דא ווייל איך האב געהערט פון א סאטמארער אז דער אמרי חיים האט איבערגעלאזט גאר א גרויסע ירושה פון געלט, און סאטמאר רב האט זיך מורא'דיג געחידוש'ט אויף דעם, היתכן א רבי זאל איבערלאזן אזא ירושה, א רבי וואס אידן קומען אריין מיט קוויטלעך און בקשות אויף פרנסה זאל אזאנס איבערלאזן

ס'קען אבער זיין אז ס'איז אויפגעבאקן, כידוע האט מען אין סאטמאר נישט איבעריג ליב דעם אמרי חיים

נאך איז מיר אינטרעסאנט וואס @הדד בן בדד שרייבט
הדד בן בדד האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 09, 2015 6:00 am שם טוב, עס איז א מעשה ידוע. ווען ר' משה'לע איז דאס ערשטע מאל געקומען קיין אמעריקא אלס רבי האט ער באזוכט ביים סאטמאר רב, און דער סאטמאר רב האט אים געפרעגט, כמנהגו, "וואס הערט מען נייעס אין ארץ ישראל", ער האט נישט געמיינט זיך טענה'ן איבער ציונות אדער גארנישט, ער האט סתם געוואלט מאכן א שמועס. אבער ר' משה'לע, וואס איז כידוע נישט געווען קיין שארפער (שמואל איך האף ביסט צופרידן), האט געענטפערט מיט תמימות, "איך ליין נישט קיין צייטונגען".

דער שמועס האט זיך דארט געענדיגט און ווען ער איז ארויס האט סאטמאר רב געפרעגט פון יאסל'ען, "זיין טאטע איז דאך יא געווען א קלוגער איד, ווי נעמט זיך צו אים אזא חכם?".
ווייל ווען דער סאטמאר רב האט ארויסגעגעבן די על הגאולה (אדער ויואל משה) האט ער עס געשיקט צו אלע רבי'ס אין א"י, און דער אמרי חיים האט עס צוריקגעשיקט, פארציילט מען אין סאטמאר אז סאטמאר רב האט געזאגט אז וויבאלד ס'האט נישט קיין נקודות האט ער עס צוריקגעשיקט...

איך האב אבער אמאל געהערט פון איינעם וואס האט אמאל געפרעגט שלמה יעקב געלבמאן איבער דעם ווארט, האט ער געזאגט אז ס'איז שקר וכזב, נאר פונקט פארקערט ער האט זיך אנגערופן בפניו פונעם סאטמאר רבי'ן די ווערטל, און ס'האט שטארק פארדראסן דעם סאטמאר רב
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
באניצער אוואטאר
כספי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 437
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 883 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל

היסטאריע פון אדמו"ר הרב ישראל האגער (געווארפן פון וויזניץ)

שליחה דורך כספי »

כספי האט געשריבן: ס'איז מיר א חידוש וואס דו שרייבסט דא ווייל איך האב געהערט פון א סאטמארער אז דער אמרי חיים האט איבערגעלאזט גאר א גרויסע ירושה פון געלט, און סאטמאר רב האט זיך מורא'דיג געחידוש'ט אויף דעם, היתכן א רבי זאל איבערלאזן אזא ירושה, א רבי וואס אידן קומען אריין מיט קוויטלעך און בקשות אויף פרנסה זאל אזאנס איבערלאזן

ס'קען אבער זיין אז ס'איז אויפגעבאקן, כידוע האט מען אין סאטמאר נישט איבעריג ליב דעם אמרי חיים

יעצט זעה איך אז דו האסט שוין גערעדט פון דעם: https://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=436706#p436706
נחום הסופר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 349
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2018 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 246 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל

Re:

שליחה דורך נחום הסופר »

שמואל פרימו האט געשריבן: שבת, איך טוה פשוט היסטאריע. רעדנדיג פון די פרשה פארשטיי איך אביסל די זייט פון ר' משה'לע, הגם איך בארעכטיג דאס נישט. איך ברענג נאר ארויס יענע זייט פון די מטבע.

איך וואלט אבער יא געקענט באשטיין אריינצוגיין אין די צד פון ר' מאטעלע, וואס איך פארשטיי ממש באמת נישט (עס קוקט מיר אויס ווי דו באלאנגסט דארט, דעריבער פרעג איך עס דא - אויב עס שטערט דיר די דאזיגע ווערטער, מעלד מיר אין אישי און איך וועל עס ארויסנעמען):

ר' משה'לע האט א פראבלעם מיט זיין זוהן, ער האט א שטיקל לייזונג, ער וויל אים ארויסווארפן פאר א שטיק צייט (לית מאן דפליג, קיינער לייקנט נישט אז זיין פלאן איז בלויז געווען צייטווייליג און נישט אויף שטענדיג). קומט דער ברודער, גיבט זיך א מיש אריין בריב לא לו, ער איז מקרב דעם זוהן על אפו וחמתו פון זיין ברודער. ניטאמאל פרעגט ער זיין ברודער פשט פון דעם ארויסווארפן, ער שמועסט נישט דורך מיט אים ווי אזוי צו האנדלען, נאר ער גייט און נעמט אים אויף בכבוד מלכים.

יעצט אזוי: ווען ער וואלט אים כאטש געגעבן א שטיקל דזשאב, ער וואלט אים אוועקגעשטעלט מסודר און אים געמאכט א מענטש, נו איז אויך א פראבלעם, אבער... ער האט דאך אים געהאלפן. ר' מאטעלע האט אים נישט אוועקגעשטעלט, ער האט סך-הכל געשיקט זיינע מענטשן זאלן ארומגיין מיט אים נאך געלט, פארשעמענדיג דערמיט זיין אייגענע ברודער. ער וויל אים שטיצן? - פיין, ער וואלט דאס געקענט טון פיל שענער בדרך כבוד און נארמאלער. ער האט אויסגעקליבן דעם וועג וואס וועט זיין בושות פאר זיין ברודער. פארוואס?

דער שריט פון ר' מאטעלע, כבודו במקומו מונח, איז אומפארשטענדליך. פאר א דרויסנדיגער קוקט עס אויס ווי חסד, ער האט אריינגענומען זיין ברודער'ס זוהן און אים געהאלפן (אויך מיר געהאלפן...). אבער וואס האט ער דא געטאן? - ער האט אריינגעווארפן א פלאקן צווישן זיך מיט זיין ברודער, אנגעזייעט א העסליכע מחלוקת וואס האט אנגעהאלטן לאנגע יארן און עס האט זיך געגאסן בלוט. פארוואס? פארווען? - ער האלט אז דער ברודער האנדלט נישט ריכטיג? - הייב אויף א טעלפאן, רעד כאטש דורך... ס'געלונגט נאך אלס נישט? - העלף אים דיפלאמאטיש, מאך א פשרה... וואס איז דאס מחלוקת קעגן דעם ברודער? - וואס איז די בושות? - און אויב דו שפירסט אז דו מיזט יא העלפן דוקא אויף דעם וועג פון מחלוקת, דאן העלף כאטש ריכטיג דיין נעפיו, שטעל אים אוועק מסודר אז ער זאל נישט מוזן לויפן נאך געלט בכל קצבי תבל... גיב אים א רבנות, גיב אים א מגיד-שיעור פאסטן, אפילו א גראסערי ארבעטער, עפעס... העלף אים כאטש... גארנישט...

איך פארשטיי עס פשוט נישט.

שמועה שמעתי ואינו יודע אמיתתו, אז מ'האט געפרעגט פאר רבי משה'לען פארוואס ער איז אזוי בייז דוקא אויפ'ן ברודער רבי מאטעלע'ן פאר'ן מקרב זיין זיין זון רבי ישראל'טשעניו, הלמאי טאהשער רבי איז אים אויך מקרב און אויף אים איז ער נישט ברוגז?

האט רבי משה'לע געענטפערט במתק לשונו, מילא טאהשער רבי, ער איז דאך באקאנט פאר'ן טון אסאך חסד און איז מקרב אסאך אידן, נו טוט ער אויך חסד מיט מיין זון, אבער מיין ברודער טוט דאך נישט די סארט מצוות טא פארוואס איז ער דוקא מקרב מיין זון...
נחום הסופר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 349
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2018 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 246 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל

Re:

שליחה דורך נחום הסופר »

כפתור האט געשריבן: משב"ק האדמו"ר רמ"מ מויזניץ ומנהל רוחני של ישיבת מרכז חסידי ויזניץ בשיחה היסטורית לבחורי הישיבה.

קאמענטארן זענען איבעריג

אין יענע דרשה ווערט דורכגעאקערט פארשידענע נושאים וואס ווערן געלופטערט אויף די בלעטער פון דעם אשכול, און כאטש וואס מ'דארף עס נעמען מיט א לעפל זאלץ ווען מ'ווייסט ווער דער בעל השמועה איז, גיט עס א שטיקל בליק אויף איינע פון די טענות קעגן הרב ישראל האגער משיכון ויזניץ אז ער האט זיך גע'חבר'ט מיט די מורדים וכדו'.

אגב, אז כ'האב שוין דעם פענע אין די הענט, כ'האלט אז די מורדים סומאטוכע האט איבערגעלאזט פארשידענע מענטשן אין וויזניץ מיט טראומאס וואס גייט אריבער מדור לדור, רבי משה'לע איז שטענדיג געבליבן לעבן דערמיט, און זיין זון דער רבי פון די זנבים האט עס גע'ירשנ'ט מיט א שעפ-לעפל, ווער ס'האט אויסגעהערט זיינע דרשות אין די לעצטערע יארן זעט ווי ס'לויפט אריבער ווי א חוט השני און דערפאר האט ער געדארפט באפעסטיגן זיין מלוכה, ואין הזמן עמדי להאריך, והמכין יכין.
נחום הסופר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 349
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2018 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 246 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל

Re: היסטאריע פון אדמו"ר הרב ישראל האגער (געווארפן פון וויזניץ)

שליחה דורך נחום הסופר »

.
בייגעלייגטע פיילס
94edab4f-aaf2-46cc-b9a1-2793dbc38c9f.jpg
תניא בניחותא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 12:33 pm
האט שוין געלייקט: 139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 353 מאל

Re: Re:

שליחה דורך תניא בניחותא »

נחום הסופר האט געשריבן: שמועה שמעתי ואינו יודע אמיתתו, אז מ'האט געפרעגט פאר רבי משה'לען פארוואס ער איז אזוי בייז דוקא אויפ'ן ברודער רבי מאטעלע'ן פאר'ן מקרב זיין זיין זון רבי ישראל'טשעניו, הלמאי טאהשער רבי איז אים אויך מקרב און אויף אים איז ער נישט ברוגז?

האט רבי משה'לע געענטפערט במתק לשונו, מילא טאהשער רבי ער איז דאך באקאנט פאר'ן טון אסאך חסד און איז מקרב אסאך אידן, נו טוט ער אויך חסד מיט מיין זון, אבער מיין ברודער טוט דאך נישט די סארט מצות טא פארוואס איז ער דוקא מקרב מיין זון...

ווער ס’האט געקענט דעם תורת מרדכי ווייסט אז זיינע כללים אין צדקה איז געווען כל הקרוב קרוב קודם, די ערשטע באקומט משפחה דערנאך תלמידים און חסידים, פרעמדע האבן געקענט באקומען קליינגעלט.
במילא קושיא מעיקרא ליתא, האדמו"ר מוויזשניץ אלס קרוב און מחותן איז געווען פון די אינער סירקל.

בנוגע די געוואלדיגע קשיא פארוואס ער האט בכלל מקרב געווען ר’ ישראלטשע בשעת זיין טאטע וויל איהם נאר מחנך זיין?

דארף מען קודם מקדים זיין אז דער תורת מרדכי האט אמת’דיג ליב געהאט זיין ברודער אהבת נפש, און געהאלטן פון איהם עולם ומלואו על אפם וחמתם פון זיינע אייגענע חסידים, ער האט אסאך מאל געזאגט אז דער ברודער האט סאך שענערע נעכט געפראוועט וכו’,
ווען ער איז געוואר געווארן אז א בחור האט גערעדט אויפן ברודער האט ער איהם גע’קנס’עט כדרכו אז ער זאל געבן געלט פאר די מוסדות אין א”י דייקא.

אבער פונדעסטוועגן איז ער געווען ביי זיין מיינונג אז לא זו הדרך, ער האט זיך גע’טענה’ט שעות מיטן ברודער (ווען ער איז געווען אין א”י) אז ער זאל נישט טון אזאנס, אבער דער ישועות משה האט געהאט אנדערע יועצים מיט א רביצין, ויצא מה שיצא.

ס’איז כדאי צו געדענקען אז מ’האט נישט גערעדט פון א כיתה ט’ בחור וואס מ’קען ארויסשיקן פון קלאס, א איד פון עטליכע פערציג איז שוין אביסל שפעט מחנך צו זיין, ער מאכט חובות מיט בזיונות, ער שלאפט ביים טיש, חבר’ט זיך מיט די פרומע (קרי מורדים) Too bad and tough luck, ס’איז דיין תכשיט און ביזט סטאק מיט איהם, קענסט מודיע זיין פאר די גבירים אז מ’זאל איהם נישט בארגן געלט, קענסט זאגן די מנהלי המוסדות זאלן איהם נישט לאזן צוטריט צי די קאסע, איי ס’איז גרויסע בושות? ארויסווארפן איז גארנישט ווייניגער בושות?

בנוגע די וועג וואס ער האט איהם געהאלפן, וואס פונקטליך האט ער געקענט טון אנדערש? איהם געבן א פאסטן? וואס האט ער געטויגט? א מגיד שיעור? א דיין? האסט געוואלט ער זאל איהם פשוט אויסהאלטן און אויסצאלן זיינע חובות?
ער האט געבעטן זיינע אלע חסידים זאלן איהם מחזק זיין, מ’האט צאמגעשטעלט געלט פארן זיידנ’ס אייניקל.

דער תורת מרדכי האט געהאט אייגענע 14 קינדער סמוך על שלחנו וואס א חלק פון זיי האבן זיך גאנץ פיין געמוטשעט מיט פרנסה, אמת ער האט געהאלפן חתונה מאכן און געגעבן אביסל חודש געלט אבער ווייט פון פרנסה בהרחבה.
צוויי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:35 pm
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל

Re: היסטאריע פון אדמו"ר הרב ישראל האגער (געווארפן פון וויזניץ)

שליחה דורך צוויי »

געהערט אז אויך טאהשע'ר רבי זצ"ל האט אים אסאך געהאלפן אין די שווערע צייטן.
איינער ווייסט מער דערוועגן?
[NAMELESS]

Re: היסטאריע פון אדמו"ר הרב ישראל האגער (געווארפן פון וויזניץ)

שליחה דורך [NAMELESS] »

פארוואס ליינסטו נישט כאטש די תגובות פון די בלאט וועסטו זעהן עס ווערט דערמאנט
צוויי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:35 pm
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל

Re: היסטאריע פון אדמו"ר הרב ישראל האגער (געווארפן פון וויזניץ)

שליחה דורך צוויי »

סארי, איך האב גראדע אדורכגעבליקט דעם גאנצן אשכול במהירות, און דעם בלאט אביסל מער באריכות, אבער פונקט נישט אויפגעכאפט דאס, אדער אפשר יא נאר מיטן עק פונעם אויג, און צוליב דעם זיך טאקע דערמאנט איבער דעם טאהשען רבי'נס התקרבות
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

Re: היסטאריע פון אדמו"ר הרב ישראל האגער (געווארפן פון וויזניץ)

שליחה דורך שמעון וואלף »

צוויי האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 12:50 pm געהערט אז אויך טאהשע'ר רבי זצ"ל האט אים אסאך געהאלפן אין די שווערע צייטן.
איינער ווייסט מער דערוועגן?

די מעשה האב איך געהערט איש מפי איש פון די משמש ביים טאהש'ע רבי'ן.

ויהי היום, אנפאנג די גלות יארן פון ר' שראל'טשע, איז ער אנגעקומען קיין טאהש. ערב שבת קומט אריין א קאל אין טאהש'ע רבי'ס שטוב. דער משמש הייבט אויף און אויפ'ן אנדערע זייט זאגט מען "דא רעדט (איך מיין ס'געווען הערשל כ"ץ) פון וויזניצ'ע רבי'ס שטוב בשם דעם רבי'ן, אז מ'זאל גארנישט מכבד זיין ר' שראל'טשע אלץ וויזניצע רבי'ס זון."

דער משמש האט איבערגעגעבן די מעסעזש פאר טאהש'ע רבי, האט ער זיך פארטראכט און געהייסן אריבעררופן איינע פון די עסקנים אין שטעטל, און אים באפוילן אז ער זאל מאכן א טיי אווענט קומענדיגע זונטאג נאכט און שרייבן א צעטל מיט אלע טיטלען וואס איז שייך אויפ'ן גאסט, אבער נישט שרייבן בן אדמו"ר מ'וויזניץ נאר נכד לצדיקי בית וויזניץ. אויפ'ן צעטל זאל אויך שטיין אז ער, טאהש'ע רבי, וועט דארט זיין די גאנצע צייט.

וכך הוה. קודם במשכ'ן שבת האט ער באקומען דארט כבוד מלכים, און דערנאך ביים טיי אווענט איז אריינגעקומען גאר אסאך געלט, חוץ די ריזן סכום וואס טאהש'ע רבי אליינס האט געגעבן.
באניצער אוואטאר
אגריפס המלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 14, 2023 1:59 am
האט שוין געלייקט: 270 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל

Re: היסטאריע פון אדמו"ר הרב ישראל האגער (געווארפן פון וויזניץ)

שליחה דורך אגריפס המלך »

wow ווי טרעפט מען היינט אזא טאהשע רבי?
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

Re: היסטאריע פון אדמו"ר הרב ישראל האגער (געווארפן פון וויזניץ)

שליחה דורך וואלווי »

אגריפס המלך האט געשריבן: wow ווי טרעפט מען היינט אזא טאהשע רבי?

אין שכון וויזניץ בני ברק. ער הייסט הרב ישראל האגער.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
היימלינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל

Re: היסטאריע פון אדמו"ר הרב ישראל האגער (געווארפן פון וויזניץ)

שליחה דורך היימלינד »

רבי יענקלע זי"ע האט איהם גאר שטארק מחזק געווען און געזאגט גרויסע זאכען

מען פארציילט אז אמאל האט ער געזאגט פאר איינעם עפעס וועגען רבי ישראל אויספירענדיג כאפ אריין איין טאג וועט ער זיין א גרויסע רבי... דאס איז געווען בשעת ער איז געווען בדיוטא התחתונה נע ונד
פארשפארט