איך האב א באקאנטער, א קרוב, א ידיד, וועלכער באלאנגט צו א געוויסע סעקטע/ חאסידעס/קולט - יו נעים איט.
וואס דארף איך טוהן?
בין איך מחויב איהם ארויסצושלעפן פון דארט אז איך קען? איך בין רואה את הנולד אז דער סוף גייט נישט טויגן דארט, ער וועט מסתם איין טאג פליען און אדער זיינע קינדער וועלן זיך צוקריגן מיט איהם, די סיטואציע דארט וועט ווערן צופראסקעט ביג טיים.
דארף איך עפעס טוהן?
וואס קען מען טוהן?
זאל איך אריינלייגן מחשבות רעות אין זיין קעפעלע?
איז דאס נישט אכזריות, איינער וואס גלייבט אין זיין געטשיק, אז איך זאל איהם אויפקלערן?
בפרט אז עס קען זיין אז ער וועט זיך שוין נישט אזוי גוט געפינען דארט, אבער זיינע ברודער אדער קינדער בלייבן יא סטאק דארט, קומט אויס אז איך האב איהם געהרג'ט!
אפשר גאר איז דאס רחמנות?
זענען פאראן אנדערע מעטאדן?
אויב יענער דארף צוקומען צו מיר, מעג איך - און איז עס ווירקזאם - צו זאגן אז אויב דו גייסט זיך אביסל אפקילן פון "דארט" גיי איך דיר נאכגעבן דיין ביטע און פארלאנג?
איז א חסידות מיט א צודרייטע רבי באמת א קולט?
איך ווייס אז ער איז א מושחת און א קאנטראלער ועוד והוא העיקר א משוגענער. אבער איז דאס באמת א קולט?
איך מיין אז למעשה זאגט מען נאר אזוי. נעם די ערגסטע חסידות איז עס נאך אלץ נישט א קולט ממש.
חוץ ל.ט. (ניין ט שטייט נישט פאר טבילה
![לאכט :lol:](./images/smilies/icon_lol.gif)