אינטערוויא מיטן שתקן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 888
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7669 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2509 מאל

אינטערוויא מיטן שתקן

שליחה דורך שעפטאל »

לכבוד תגובה 1000
(יא כ'האלט נאכנישט דארט, אבער פארוואס סתם אנפירקלען ביז טויזנט צו קענען לייגן אן ארטיקל? לייגט מען עס יעצט על שם העתיד)

יעדע מעשה האט אן אנהויב, דעם מעשה האט זיך קוים אנגעהויבן (פון מיין זייט), ס'איז גאר ווייט פונעם ענד. אלעס איז אמת (חוץ פון פרטים וואס זענען חשש גילוי וועל איך ארום טוישן) ווי זאגט ר' שלמה קאלירבאך "א אמת'ע מעשה ענדיגט זיך נישט". ובזה החלי:

נעכטן נאכט חמשה עשר בשבט האט מיין רבי געמאכט א פארברענגן.

(מיין רבי האט נישט קיין פארענשעס, ער טראגט ניטאמאל א שטריימל בעקיטשע, אבער ער האט אסאך חסידים, ער רופט זיי אזוי ווי די בעש"ט פלעגט רופן זיינע חסידים "חברים, ידידים, אחים," וכדו' "דע בּוי'ס". מ'דארף עם גארנישט געבן, ער געבט. מ'דארף זיך נישט צו שטעלן, ער שטעלט. ער קאכט אין אהבת השם, אהבת ישראל, זינגט און שפילט מיטן גיטאר, מ'דארף נישט זיין שטיל ביים טיש, ס'איז ווי א געהעריגע פעמעלי סאפער, די אשת חיל מיטן גאנצע משפחה זיצן ביים טיש, מ'זינגט, מ'הערט תורה, מ'פארברענגט מיט א נשמה'דיגן ליבשאפט, אהן עגא, מ'גייט אהיים זאט בגוף ובנפש. שוין לאמיר נישט פארפארן..)

שעפטי האט זיך אויסגעלאזט אויפן וועג, להסתופף בצלו פונעם רבי'ן, ווארום דעם רבין וואוינט אין אן אנדערען שטאט ווייט אוועק פון ווי איך וואוין ערגעץ ארום לעיקוואד. אבער ס'לוינט זיך דעם נסיעה. (כ'האב שוין אויפגעבן אסאך דשאב'ס, טויזנטער'ס, כדי צו קענען זיין ביי אהים, ווארום פארוואס דארף איך געלט? אויף צו לעבן. דארטן לעב איך)

ביים טיש זעה איך אפאר נייע פנימער, כ'גיי זיך באקענען "שלום עליכם ברידער - שוועסטער כ'הייס שעפטי גראס, און דו?" (יא. שעפטי שעמט זיך מער נישט צו שמועסן מיט אידן.. ב"ה)


און דא הייבט זיך די מעשה אהן.

איינער פון די געסט ענטפערט נישט. אבער ער שמייכלט גוט'מוטיג, ער ווייזט מיטן האנט, אבער די מויל איז הערמעטיש פארשלאסן.

מן הסתם א ביישן, כ'איגנאריר דעם פאקט, און כ'שמועס ווייטער מיט עם אן איינזייטיגער שמועס, ער שאקלט מיטן קאפ אויף יא און ניין, איינער אין די זייט זאגט מיך "וועסט עם נישט מאכן רעדן".

אביסל שפעהטער זעמער ארויס פאר א ציגערעטיל, געוועהן דארטן דער שווייגער, צוויי חבירות וואס קענען עם שוין פון פריער.

שעפטי: אה, יעצט קען מען רעדן, ווי אזוי הייסטו?
שותק: (שמייכלט)
שפרה: ער רעדט נישט.
שעפטי: וואס???! ווי לאנג רעדסטו שוין נישט
שותק: ווייזט דריי פינגערס.
שעפטי: דריי שעה, טעג, וואכן, דריי יאהר? וואו!!

דעם שמועס גייט ווייטער מיט מיין מויל, און זיינע שאקלן מיט די הענט. זיין שטילקייט איז עפעס אזוי הויעך, אז ער קען ממש מודיע זיין עפעס מיט א קליינע ווינק.

ביסט אקעי צו רעדן דערפון? יא. (אהן רעדן שטייצעך)
ס'איז מן הסתם זייער שווער, ס'פיהלט זיך נישט לאונלי? זיין פינקלדיגע אויגן דערציילען אז ניין, בכלל נישט.
ווי אזוי קאמיאנקיר'סטי? ער ווייזט אויף זיינע אויגן און אויערן.
האסט מן הסתם וויזיע'ס, און דו מאכסט מעדיטעישן? יא.
דו קוקסט אויס ווי אן אייגענע אויסגעבויטע מענטש נישט א סתם ליטוואק. (ווארום ער האט לאנגע האר, און עפעס א שלוות הנפש). ער ווייזט מיך מיטן פינגער אויף מיך, אה, ביסט חסידיש?! יא. (דא האבן אונז זיך ביידע צולאכט, איך הויעך און ער אהן קול)
די ערלויבסט זיך צו זינגן? ער צייכנט דעם פינגער אויפן קאפ.
אה, דו זינגסט אין דיין קאפ. ער ווייזט א פויסט.
אה, דו זינגסט מיטן גאנצן קנאק, ביסט פולי אין דעם ניגון, אבער אהן קול. יא.
דו פלאנסט איין טאג צוריק אנצוהייבן רעדן? ניין
אפשר גייסטו שפירן אז דו גייסט נישט פארלירן דאס וואס דו האסט יעצט אפי' מיטן רעדן, וועסט קענען צוריק רעדן? 🤷
ווי אלט ביסטו? (בערך 25)
ווילסט חתונה האבן? יא, אבער גיי טרעף א פרוי וואס איז מסכים, אבער פינגער צום הימל.
שרייבן שרייבסטו יא? יא.
כ'דארף מיט דיך מאכן אן אינטערוויא!! נאו פראבלעם.
געוואלדיג!! דא האסטו מיין נאמבער
ער שיקט מיך זיין נאמען (לאמיר עם רופן שמואל)
דו ארבעסט נאך אויף עפעס, אדער האסט שוין אנגעקומען ווי דו ווילסט? ער ווייזט מיט די הענט און פנים, ער וויל נאך עפעס ענדלאז.
ער איז זיך מיישב, ער שרייבט עס אראפ ווי א טעקסט (אין ענגליש)
"כ'ארבעט אויף נצח"

אקעי שמואל, איי קענט וועיט!!!
גיימער זיך שרייבן!!!
---

די אינטערוויא וועט נאכקומען ביי תגובה טויזנט.
אדער האפענטליך אסאך פריער..

קען מיך איינער פליז געבן שאלות פארן אינטערוויא?
יישר כחכם
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שעפטאל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר