יצמח און שמערל, א שמועס איבער חסידות און רעביסטעווע

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ישי שטיינמעץ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 30, 2014 3:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 269 מאל

יצמח און שמערל, א שמועס איבער חסידות און רעביסטעווע

שליחה דורך ישי שטיינמעץ »

שמערל, א סורווייווער פון א עקסטרעמע חסידות, האט זיך געטראפען מיט יצמח, א קלוגער איד מיט עקספיריענס. ס'האט זיך אנטוויקעלט א שמועס צווישן זיי.

די שמועס האט ארויסגעליקט און איז אנגעקומען צו מיר, האב איך באשלאסען עס צו מיטטיילען מיט די חשוב'ע קאווע שטיבל ליינער.

שמערל: שלום עליכם ר' יצמח. שוין לאנג געוואלט רעדן מיט דיר.

יצמח: עליכם השלום שמערל. ס'מיר א כבוד צו רעדן מיט דיר.

שמערל: כ'בין היבש צעמישט איבער דעם ענין פון רבי'ס. פון איין זייט איז דא מענטשן וואס גלייבן אין א רבי ממש עד אין סוף. פון די צווייטע זייט מאכט עס נישט קיין סענס צו נעמען א בשר ודם און אים פארוואנדלען אין א געטשקע. ס'מאכט מיר זייער אומבאקוועם. וואס טראכסטו איז די ריכטיגע וועג צו זיך מתייחס צו דעם נושא?

יצמח: איי שמערל. דו האסט אנגערירט זייער א סענסעטיווע טאפיק. ווייל אזוי ווי דו זאגסט, פון איין זייט זענען דא מענטשן וואס ווערן ווילד טאמער איינער זאגט א ווארט קעגן א רבי, און בכלל ציטערן זיי אז ס'וועט זיי שאטן די הקפדה טאמער זיי זאגן א ווארט קעגען א רבי... פון די צווייטע זייט איז דא אסאך מענטשן וואס האבען א ערנסטע פראבלעם מיט די אמונות טפילות. וואס דאס ברענגט א לעגעטימע צורך צו זיך ערנסט מתייחס זיין צו דעם נושא.

שמערל: למעשה וואס האלסטו פון עקסטרעמע אמונה אין א רבי?

יצמח: בדרך כלל איז נישט געזונט פאר א מענטש צו לייגען זיין האפענונג אויף א מענטש! אפילו נישט אויף א עכטע צדיק!! אזוי ווי די פסוק זאגט שוין "טוב לחסות בה' מבטוח באדם !" "ישראל בטח בה' עזרם ומגינם הוא".
די גדלות פון כלל ישראל איז א גרויס חלק אז זיי גלייבן אין איין גאט אן כל מיני אמונות טפילות און שיתוף.
נאר וואס דען, געוויסע מענטשן האבן א שוואכקייט, זיי זוכן צו גלייבן אין עפעס וואס זיי קענען "זעהן"... אזוי ווי משה רבינו האט שוין געווארנט די אידן "וְנִשְׁמַרְתֶּם מְאֹד לְנַפְשֹׁתֵיכֶם כִּי לֹא רְאִיתֶם כָּל תְּמוּנָה בְּיוֹם דִּבֶּר ה' אֲלֵיכֶם בְּחֹרֵב מִתּוֹךְ הָאֵשׁ", וויבאלד דעם בורא כל העולמים קען מען נישט זעהן מיט די פליישיגע אויגן אזוי ווי דער פסוק זאגט "כי לא יראני האדם וחי", ממילא איז דא א חשש אז מענטשן וועלען זיך זוכן צו גלייבען אין זאכן וואס זיי קענען זעהן מיט די אויגן...

שמערל: ממילא זאגסטו אז די גאנצע ענין פון אמונת צדיקים איז שטותים און הבלים? די חסידישע ספרים זענען דאך פול מיט די ענין פון אמונת צדיקים, ווער ביסטו צו זאגן אנדערש?

יצמח: די ענין איז אז די גאנצע קאנסעפט פון "אמונת צדיקים" איז ארויסגענומען געווארן פון איר ארגינעלע קאנטעקסט. ס'דא אזא זאך ווי אמונת חכמים, אדער אמונת צדיקים, אבער ס'מיינט נישט דאס וואס עס ווערט היינט אויסגעטייטשט.

שמערל: דהיינו?

יצמח: פשוט, ווען ס'דא א ריכטיגער ערליכער איד און צדיק, און ס'קומט א צווייטער איד און לאזט זיך פירן פון דעם צדיק אז ער זאל אים לערנען די רצון ה' און די וועג צו גיין, דאס קען זיין א געזונטע אמונת חכמים. אבער טאמער דער מענטש איז נישט קיין ריכטיגער ערליכער איד, אדער טאמער די אמונה ווערט עקסטרעם אזש ביז פארגעטערן דעם צדיק, דאן איז עס שוין א פראבלעם. ווייל דעמאלט איז עס א באן וואס פירט צום שאול תחתית!

שמערל: סאו ס'ווענדט זיך לויט די מציאות?

יצמח: יעדע זאך ווענדט זיך לויט די מציאות. די זעלבע זאך קען זיין גוט אין איין מציאות, און קען זיין גיהינם אין א צווייטע מציאות. ס'איז גרינג צו זאגען שווארץ/ווייסע תירוצים... אבער די עכטע וועלט איז נישט שווארץ אדער ווייס, נאר א געמיש פון טוב ורע. און די טשאלענדזש פון דעם מענטש איז צו קענען מבדיל זיין בין טוב לרע, וויסן ווי איין ווי אויס...

שמערל: למעשה היינט איז עס א גוטע זאך צו פרעדיגען "אמונת צדיקים"?

יצמח: באופן כללי, אמונה אז ס'געווען אידן וואס זענען צדיקים, דאס הייסט סיפורי צדיקים פון צדיקים הקודמים און אמונת חכמים לגבי מאמרי חז"ל און תורה שבעל פה, דאס איז א גוטע זאך. אבער פרעדיגן אמונת צדיקים לגבי א ספעציפישע מענטש נאכאמאל און נאכאמאל דאס איז עבודה זרה און א אמונה טפילה וואס איז א סתירה מיט תורת משה.

שמערל: און פארוואס איז דאס היינט אסאך חסידות'ן וואס טוען יא אזוי?

יצמח: פארוואס? קודם כל איז גרינגער צו קאנטראלירן מענטשן דורך גלויבונג, און בדרך כלל א חסידות האט ליב צו קאנטראלירן זייערע חסידים. צווייטענס זייער אסאך מאל ווען א רבי איז א ליידיגער זאק שפירט דער רבי מיט זיינע יוצר משרתים אז מען ברויך פראפעגאנדירן דעם עולם... ווייל ווען נישט וועט דער עולם נישט גלייבן, און דער רבי וועט בלייבן אויס קאפעלוטש מאכער ...

שמערל: למעשה וואס קען מען טאהן וועגן דעם?

יצמח: ס'איז א גרויסע פראבלעם. ס'איז א גרויסע קליפה. ס'מאכט גרויס שאדן פאר כלל ישראל, סיי פאר יחידים סיי פאר א כלל. אבער ס'כמעט נישטא ווער ס'קען זיך מטפל זיין מיט דעם נושא, ווייל רוב פון דעי עבודה זרה רבי'ס האבן מחנות חסידים וואס זענען משוגע ברעינוואשט און זענען גרייט צו גיין אין פייער פאר די "כבוד" פון זייער געטשקע, ממילא רבנים און אוודאי עסקנים פחד'ן זיך אנצוהייבן מיט זיי.

שמערל: אקעי וואטעווער. למעשה רוב חסידישע עולם גלייבט אין רבי'ס. ווילסט זאגען אז ס'אלעס הוידל בוידל?

יצמח: נישט איבעראל איז עס אויף א אופן וואס ס'איז א קאמפעטישן מיטן באשעפער. אבער דארט ווי ס'איז אויף א עקסטרעם אופן איז עס עבודה זרה. און די נאמבער פון מענטשן וואס גלייבן אזוי טוישט נישט כחוט השערה די מציאות אז ס'איז עבודה זרה.

שמערל: דו זאגסט אז ס'איז עבודה זרה. עבודה זרה איז ביהרג ואל יעבור. דו האלסט אז דאס איז אויך א איסור וואס איז ביהרג ואל יעבור?

יצמח: אין די סארט חסידות'ן וואס פארגעטערן די רבי ווי א אפגאט איז עס גארנישט אנדערש ווי דאס וואס די קריסטן טוען מיט יאשקע!! און אידן האבן זיך אלע יארן אין גלות מוסר נפש געווען בפועל כדי נישט צו גלייבן אין די יאשקע אמונה!! פארגעס נישט, יאשקע איז אויך געווען א אידישע רבי וואס האט זיך פארגעטערט, און אלע גדולי ישראל זענען דעמאלט ארויסגעקומען קעגן אים.

ממילא בעצם איז כדאי זיך צו מוסר נפש זיין ענדערש ווי צו גלייבן אין א יאשקע רבי. נישט נאר פון א הלכה'דיגע שטאנדפונקט, נאר אויך פון א פראקטישע שטאנדפונקט. די לעבן האט נישט קיין ווערד ווען איינער לאזט זיין מוח צו פארשקלאפט ווערן צו פארגעטערן א בשר ודם!!

שמערל: שארפע ווערטער... למעשה וואס טוט איינער וואס איז פארכאפט געווארן אין אזא חסידות/קולט, וויזוי זעהט ער זיך ארויס דערפון?

יצמח: ס'ווענדט זיך אין די מציאות. צומאל עפענט ער פשוט א נייע בלאט מיט א ריינע אמונה על פי תורת משה, און צומאל ברויך מען ערנסטע הילף אזוי ווי איינער וואס פארלאזט א קולט. ס'דא ספעציעלע Cult Recovery טעראפיסטן, און מען ברויך עס טאהן איידל און מיט שכל.

שמערל: אך... וויפעל צרות כלל ישראל ליידט נעבעך. מען ברויך רחמי שמים.

יצמח: ס'שטייט שוין אין די ספרים און אין זוהר הקדוש אז פאר משיח וועט קומען וועלן רוב מנהיגים זיין פון די נשמת ערב רב, און זיי וועלן אנווערטשאפטן אסאך צער און יסורים פאר כלל ישראל. אבער צום סוף וועלן זיי פאלן, כלל ישראל וועט זיי באזיגן!!

שמערל: גוט. גענוג פאר היינט. געווען א שיינע שמועס... כ'האף אז כ'וועל דיר טרעפן נאכאמאל וועלן מיר קענען ממשיך זיין דעם שמועס. א גוטן טאג און הצלחה.

יצמח: א גוטן טאג. כ'האב הנאה געהאט צו רעדן מיט דיר. הצלחה.
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

Re: יצמח און שמערל , א שמועס איבער חסידות און רעביסטווע .

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

מען האט געפרעגט איינעם פון די פריעדיגע רבי’ס די שאלה וואס וועט משיח זיין א חסיד אדער א מתנגד ? האט ער געענפערט זייער פשוט אוודאי א מתנגד, ווייל ווען משיח וועט קומען וועט מען שוין מער נישט זאגן "יצמח פורקניה ויקרב משיחיה..."
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמחהלע קאפשטיק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
yatzmachp
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 330
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל

Re: יצמח און שמערל, א שמועס איבער חסידות און רעביסטעווע

שליחה דורך yatzmachp »

ווער רעדט אין מיין נאמען? 😁
פארשפארט